ביידען אדמיניסטראציע: נייעס און נאטיצן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
א דאך
שר האלפיים
תגובות: 2491
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 19, 2021 4:44 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א דאך »

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:כאפצעם ;l;p- ;l;p- ;l;p-

:lol: :lol:
MAKE AMERICA ORANGE AGAIN
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

טשיינע אלימפקס בויקאט:

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:טשיינע ברויזט אויף די פרישע בויקאט און סטראשט מיט נקמה

https://www.independent.co.uk/news/worl ... 70326.html

China threatens “firm countermeasures” after reports say White House ‘to boycott Beijing Olympics’
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
אוועטאר
דאונעיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 04, 2021 3:56 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאונעיט »

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:כאפצעם ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

Biden Job Approval

(+3) Approve 43%
(-2) Disapprove 43%

IBD/TIPP, 1,301 Adults, 12/1-4

(טויש פון אנקעטע גענומען 27- 10/29)
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

יוסטיץ דעפארטמענט קלאגט טעקסאס אין געריכט איבער די נייע מאפע

דעפארטמענט באשולדיגט אז די מאפע טוט אונטערמינעווען די רעכטן פון מינאריטעטן און איז אין פארלעצונג פון די 'וויילער רעכטן געזעץ'
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:טשיינע אלימפקס בויקאט:

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:טשיינע ברויזט אויף די פרישע בויקאט און סטראשט מיט נקמה

https://www.independent.co.uk/news/worl ... 70326.html

China threatens “firm countermeasures” after reports say White House ‘to boycott Beijing Olympics’

טשיינע וועט לכאורה נעמען גאר הארבע נקמה שריט, זיך נישט לאזן שפייען אין די קאשע.
ביי די נעקסטע אלימפיקס אין די פאראייניגטע שטאטן וועט טשיינע נישט מער און נישט ווייניגער
"באיקאטירן די גאנצע מעשה!!!!" און זאל זיך אמעריקע אויפן קאפ שטעלן...!
אין עוד מלבדו
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

יש ברירה האט געשריבן:Biden Job Approval

(+3) Approve 43%
(-2) Disapprove 43%

IBD/TIPP, 1,301 Adults, 12/1-4

(טויש פון אנקעטע גענומען 27- 10/29)

און נאך בעסערע נייעס פאר ביידען איז ווער די אנקעטע נעמער איז.
IBD/TIPP איז געווען פון די מערסט אקוראטע אנקעטע נעמערס ביי די 2016-2020 פרעזידענטליכע פארמעסטן.

2020
1.PNG
1.PNG (55.96 KiB) געזען 1442 מאל


2016
2.PNG
2.PNG (50.67 KiB) געזען 1442 מאל
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

יש ברירה האט געשריבן:Biden Job Approval

(+3) Approve 43%
(-2) Disapprove 43%

IBD/TIPP, 1,301 Adults, 12/1-4

(טויש פון אנקעטע גענומען 27- 10/29)

פיין "צירוקגעכאפט"

אבער וועט ביידען נאך אמאל צירוק גיין צו די גוט צייטן ???

55.PNG
55.PNG (6.68 KiB) געזען 1426 מאל
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

ביידען האט פארלוירן אזא %10 פון די צענטריסטישע וואוטערס זיינע מיטן אפגאניסטאן סאמוטאכע, סאו זיין בעסטע וועט זיין לכאורה אין די %50/%55 רעינדזש.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:Biden Job Approval

(+3) Approve 43%
(-2) Disapprove 43%

IBD/TIPP, 1,301 Adults, 12/1-4

(טויש פון אנקעטע גענומען 27- 10/29)

פיין "צירוקגעכאפט"

אבער וועט ביידען נאך אמאל צירוק גיין צו די גוט צייטן ???


דארפסט נישט צוריקגיין אזוי ווייט פאר די גוטע צייטן...
אטעטשמענטס
3333.jpg
3333.jpg (6.98 KiB) געזען 1401 מאל
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פרעזידענט פארארדענט אז פענער ביי פעדעראלע געביידעס זאלן גענידערט ווערן אויף האלב אין עהרע פון דער געוועזענע רעפובליקאנע סענאטאר באב דאול.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

ווייסע הויז און אדמיניסטראציע באאמטע זענען שטארק פארנומען מיט זייער לעגיסלאציע, און ארבעטן פיבערהאפטיג אויסצופארעמען און טוישן דורכגעפאלענע עקאנאמישע פאליסיס נייעס דעקונג ארום די הינקעדיגע עקאנאמיע.
אטעטשמענטס
7F16CD59-ADFC-49F1-A720-D8F52119E4F3.jpeg
7F16CD59-ADFC-49F1-A720-D8F52119E4F3.jpeg (108.06 KiB) געזען 1261 מאל
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:פרעזידענט ביידען וועט נאמינירן דעם קאזאכסטאן געבוירענע סאול אמעראווא אלץ קאמפטראלער פון די אמעריקאנע וואלוטע אגענטור
אמעראווא ווערט געזעהן לויט רעפובליקאנער אלץ עימיצער מיט א גאר ראדיקאלע וויזיע איבערצומאכן די באנקינג אינדוסטריע זייענדיג א קעמפער פאר קריפטא רעגולאציע און אנטי גרויסע בענק און עס בלייבט צו זעהן אויב זיי וועלן קענען אראפשטעלן א פאראייניגטע פראנט און רעקרוטירן איין צענטריסטישע דעמאקראט אראפצוברענגן איר נאמינאציע

זי וועט היינט ווערן פארהערט פארנט פון די סענאט באנקינג קאמיטע
סינעמא און טעסטער זיצן ביידע אויפן קאמיטע און אויב ביידע שטימען מארגן אין איר שטיצע וועט איר נאמינאציע אריינפאלן אין די הענט פון מענשין צו ציען דעם צינגל איין וועג אדער די אנדערע
טעסטער האט אנגעדייטעט מיט עטליכע וואכן צוריק אז ער האט זיך זיינע זארגן איבער די נאמנינאציע און געשאצט אז אין בעסטן פאל וועט די קאמיטע אפשטימונג זיך ענדיגן 50-50 וועלכע וועט צוואונגען שומער צו בעטן פון די פולע סענאט צו באפרייען די נאמינאציע פון די קאמיטע אבער געווארנט אז עס איז דא א שאנסן פון דעמאקראטישע דעפעקציע אין קאמיטע וואס וועט טעכניש אפשטעלן די נאמינאציע
עס ווערט אויך באקאנט אז צוריק אין די ניינציגער למספרם איז אמאראווא געווארן ארעסטירט און באשודלגו מיט רויבעריי אבער עווענטועל איז די מיסדימינאר קלאגע געווארן ארויסגעצויגן
אמאראווא האט אויך געהאט באצייכנט די אויל און קוילן אינדוסטריעס אלץ פראבלעמאטיש און אזעלכע וועלכע מען דארף באנקראטירן
הכל הבל האט געשריבן:לויט א באריכט זענען סענאטארן סינעמא, ווארנער,טעסטער, היקענלופער און קעלי (אלע דעמאקראטן) אקעגן די נאמינאציע

אמעראווא איינגעמאלדן פארן פרעזידענט אז זי ציעט ארויס איר נאמינאציע
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

ווייסע הויז ארויסגעקומען מיט שארפע קריטיק קעגן א (בייפארטיזען) פראוו פון געזעצגעבער אין ביידע הייזער צו בלאקירן דאס פארקויפן אמעריקאנע וואפן פאר סאודי אראביע

ווי די געזעצגעבער באשולדיגן טוען די וואפן פארקויפונגען בלויז ביישטייערן און פארערגערן די הומאניטערישע קריזיס אין תימן אין רעזולטאט פון די לאנג פארצויגענע קריג געפיטערט פון אמעריקאנע פראדוקטן

די ווייסע הויז ערקלערט אבער אז די וואפן פארקויפונגען זענען בלויז טייל פון די אדמיניסטראציעס פארפליכטונגען אנצוהאלטן די פרידן און סטאביליטעט אין יענעם ווילדן ראיאן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40149
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:אין צוגרייטונג צו די ווינטער אלימפיק שפילן אין 2022 למספרם וועלכע זענען געסקעדזשועלט צו ווערן אפגעהאלטן כינע און א דעבאטע האט זיך אנטוויקלט צווישן אנטי כינע פאליטיקאנטן אין וואשינגטאן ווי אזוי צוצוגיין דערצו

מייק פאמפעיא, ניקי העילי און אנדערע זענען ארויסגעקומען רופן אז די ביידען אדמיניסטראציע זאל איינפאך באיאקאטירן די שפילן און נישט שיקן אהין אמעריקאנע שפילער צו קאנקורירן און דערמיט באשטראפן כינע פאר זייערע מענטשן רעכט פארלעצונגען

סענאטאר קרוז שרייט אבער אז עס וואלט געווען א געפערליכע גרייז צו נעמען דעם ריכטונג און דערמאנט וואס עס האט פאסירט צוריק אין 1980 למספרם ווען פרעזידענט קארטער האט באיאקאטירט די זומער אלימפיקס אין מאסקווע צוליב רוסלאנד'ס אנוועזנהייט אין אפגאנסיטאן

קארטער האט דאן געסטראשעט די אמעריקאנע שפילער אז אויב זיי וועלן פרובירן צו רייזן קיין רוסלאנד וועט ער אפרופן זייערע פאספארטן

ביי יענע פאל האבן זיך 65 לענדער אנגעשלאסן אין די אמעריקאנע באיאקאט אריינגערעכענט דייטשלאנד, קאנאדא און די איזראעליס אבער 80 לענדער אריינגערעכנט ענגלאנד, אוסטראליע האבן יא געשיקט זייערע שפילער

פיר יאר דערויף האט רוסלאנד רעבאיאקאטירט די שפילן אין לאס אנדזשעלעס און די אנגענומענע שטעלונג אויף די קארטער באיאקאט איז געווען אז עס איז געווען אומסוקסעספול און געברענגט מער שאדנס ווי פארדינסטן

קרוז זאגט אז באיאקאטירן די שפילן וועלן בלויז באשטראפן די אמעריקאנע שפילער וועלכע אינוועסטירן יארן פון טרענירונג

סענאטארן רוביא און סקאט פון פלארידא רופן אוועקצונעמען די גאסטגעבער לאקאל פון כינע און עס גיבן אר א צווייטע לאנד אבער ווילן דערווייל נישט רופן פאר א באיאקאט אין פאל די אינטערנאציאנאלע אלימפיק קאמיטע שטייט ווייטער שטאנדהאפטיג מיט איר באשלוס עס צו לאזן אין כינע

רוביא זאגט אז א באיאקאט מיינט אז די שפילער זענען די וועלכע וועלן צאלן די פרייז און עס איז א שווערע רוף פאר אים צו מאכן און איז דעריבער דערווייל אומבאשלאסן

סענאטאר ראמני רופט פאר עקאנאמישע און דיפלאמאטישע באיאקאטן אבער איז נישט גרייט צו רופן פאר א פולע באיאקאט מיטן נישט שיקן קיין שפילער
די זומער שפיל בעפאר די כינע אלימפיק וועט ווערן אפגעהאלטן אין יאפאן און איז שוין איינמאל אפגעשטופט געווארן צוליב די ווירוס אויסברוך אבער מיט די וואקסין דיסטריביוציע איז דא מער האפענונג אז די שפילן וועלן נישט דארפן ווערן נאכאמאל אפגעשטופט


ביידען אדמיניסטראציע גרייט זיך צו מעלדן א דיפלאמאטישע באיאקאט אויף די אלימפיק שפילן

נאכפאלגענדיג די ביידען דיפלאמאטישע באיקאט און אוסטראליע'ס ענליכע באיאיקאט האט איצט ענגלאנד געמאלדן אז אויך זיי וועלן טוהן די זעלבע
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16638
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

טורודא'ס קאנאדע איז נעקסט אין די רייע צו דיפלאמאטיש באיאקאטירן די אלימפיקס
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

טורודא אויף אויסערן פאליטיק איז אזוי ווי מורפי ביי קאוויד..
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

:lol:
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40149
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג נח

שטילע פליסטערייען הערן זיך שוין פון לינקע אקטיוויסטן איבער דאס וואס די ביידען קאמפיין זיפט שוין דורך די רעקארדס פון א רייע רעפובליקאנער וועלכע האבן פארלאזט טראמפ אלץ פאטענציאלע קאנדידאטן פאר קאבינעט פאזיציעס אין א ביידען אדמיניסטראציע
צווישן די נעמען ציילן זיך מעג וויטמאן, דזשאן קעיסיק און אפילו דזשעף פלעיק
פריערדיגע אדמיניסטראציעס פלעגן אלע אנשליסן מיטגלידער פון די קעגנערישע פארטיי צו צייגן פאראייניגונג הויפטזעכטליך אויף ווייניגער פאליטישע פאזיציעס ווי די טראנספארטאציע דעפארמענט און אפילו די פארטיידיגונגס דעפארמענט
*


מעג וויטמאן נאמינירט צו דינען אלץ אמבאסאדאר קיין קעניע
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

סליפי/האלב טויטער ביידען'ס סקעדזשועל פונעם טאג:

אפגעהאלטן 2 שעהדיגע געשפרעך מיט וולאדימיר פוטין, אפגעהאלטן אינטעל בריעפינג, געגעבן שארפע פרעסע קאנפערענץ איבער אוקריינע, רייזע קיין מיזורי, געגעבן רעדע איבער אינפרעסטרוקטור, און אונטערגעשריבן א רייע עקזעקיוטיוו ארדערס איבער עלעקטריק קארס פאר די פעדעראל גאווערמענט.
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:טורודא אויף אויסערן פאליטיק איז אזוי ווי מורפי ביי קאוויד..

טיפער ווי טיף. :lol:
איך ווייס נישט וואס
rutledge
שר חמש מאות
תגובות: 872
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rutledge »

כאפצעם האט געשריבן:סליפי/האלב טויטער ביידען'ס סקעדזשועל פונעם טאג:

אפגעהאלטן 2 שעהדיגע געשפרעך מיט וולאדימיר פוטין, אפגעהאלטן אינטעל בריעפינג, געגעבן שארפע פרעסע קאנפערענץ איבער אוקריינע, רייזע קיין מיזורי, געגעבן רעדע איבער אינפרעסטרוקטור, און אונטערגעשריבן א רייע עקזעקיוטיוו ארדערס איבער עלעקטריק קארס פאר די פעדעראל גאווערמענט.

Your good….
This is an active day and we have count of 4 to 5 hours
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

rutledge האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:סליפי/האלב טויטער ביידען'ס סקעדזשועל פונעם טאג:

אפגעהאלטן 2 שעהדיגע געשפרעך מיט וולאדימיר פוטין, אפגעהאלטן אינטעל בריעפינג, געגעבן שארפע פרעסע קאנפערענץ איבער אוקריינע, רייזע קיין מיזורי, געגעבן רעדע איבער אינפרעסטרוקטור, און אונטערגעשריבן א רייע עקזעקיוטיוו ארדערס איבער עלעקטריק קארס פאר די פעדעראל גאווערמענט.

Your good….
This is an active day and we have count of 4 to 5 hours

קודם כל, לויט מיין קאלקולעיטאר איז פליען קיין מיזורי איז 2 שעה, דרשה א שעה, טור אין די פאבריקן נאך א שעה, צוריק נאך 2 שעה, פוטין מיטינג 2 שעה, בריעפינגס צוצוגרייטן, עקזעקיוטיוו ארדערס, פרעס קאנפערענץ וכו' איז נאך א שיין ביסל צייט, האלט מיר ביי א מינימום 10-9 שעה.

אבער סייוויאזוי, לאמיר נאר זעהן דו ביי דיין 30 טוה נאר איינס פון די ליסטע... צו א 2 שעה קאנפערענץ מיט פוטין, צו א נאציאנאלע רעדע, צו אפילו נאר א 10 מינוט גרילן פון די פרעסע..

גרויסע צולייגער..
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

ביידען האט אויפגעטרעטן ביי די לווי צערעמאניע פון באב דאול אינמיטן די דרשה האט ער פארציילט "מען האט אמאל געפרעגט באב דאול פארוואס אין גאטס נאמען האסטו געוואוט צו ווייטער פאנדן די עמטרעק? האט ער געענטפערט אז ווען נישט וואלט ביידען געדארפט פארבלייבן איבערנאכט דא אין ער וואלט אנגעווערטשאפט מער טראבל". (ביידען פלעגט יעדע נאכט צוריקפארן מיט די עמטרעק קיין דעלעווער)
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: ביידען אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

און אנדערע נייעס איבער די באב דאול לוויה, דרייט זיך ארום אין די מידיע א ווידיא ווי מען זעהט ביידען אנקומען צו די לוויה דורכוואקנדיג וויצע העריס אין איר איגנארירן, נאכדעם האט ער זיך אראפגעשטעלט ביי זיין צוגעגרייטע פלאץ גראד נעבן העריס און ער האט זיך צושושקט מיט זיין רעבעצין אין נאך א מינוט האבן זיי זיך שטילערהייט געטוישט פלאץ אז רעבעצין ביידען זאל שטיין נעבן העריס אנשטאט ביידען.

שלום שלום צווישן...
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”