נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

נאך וואס
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 8:00 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

תגובה דורך נאך וואס »

חיים ברוך האט געשריבן:
נאך וואס האט געשריבן:I hear now that men are paid to stand for money,

I do not know if it is true but in my times boys were paid to be able to stand

נאר צו באקומען א טענט דארף מען צאלן

איך רעדט פון דעם אז בחורים בעטן געלט פון די מוסדות צו שטיין ביי די בוטקעס, דאס איז א זאך וואס האט נישט פאסירט אמאל,

אמאל פלעגען די בחורים זיך פרייען צו קענען שטיין ביי א בודקע


אפגערעדט די צייטן ווען די בחרים האבן אליינס געמאכט די סיינס מיט די בוטקעס מיט די לעקטערס איינס גרעסער פון צווייטען
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

תגובה דורך מי יודע »

לייפציק האט געשריבן:ווי אנדערע דערמאנען שוין, זייער איינגענעם געווען, זאל מען האבן אויסגעפועלט אלעס גוט'ס.

אויפוואקסענדיג דא אין סאטמאר, און וויסנדיג וואס צדקה האט געמיינט ביים רבי'ן, פיל איך פאר א זכי' צו געבן צדקה (פדיון געלט) ביי זיין הייליגען ציון בו ביום פון זיין הלולא קדישא.
גרייט איך מיר צו 200 טאלער סינגעלס, אדער טויש איך ביים בודקע, און אין די וועג ארויף צו ציון און אראפ קען נישט זיין געשמאקער, מ'לאזט קיינעם נישט אויס, און די צוויי הונדערט ענדיגט זיך קיינמאל נישט, מ'קומט אן צו א 160 בערך, און כ'געב שוין פאר עטליכע צוויי מאל אויף די וועג ברענגען.
(גרעסערע בעלי יכולות מעגן געבן מער.. דער עיקר איז איז מ'איז גרייט דערצו פון פארדעם, ווי פורים ווען מ'גרייט אן, איז אלעס אנדערש)

כ'גלייב אז אויב מ'לייגט צו אביסל מחשבה, ווער וואלט ווען נישט געברעגנט א פדיון פאר'ן צדיק מיט'ן קוויטל, און ווען מיינט אז די געלט איז נישט אזוי חשוב, און האט נישט עטליעסט די זעלבע סגולה? פשוט מ'האט נישט קיין צייט און מחשבה פארדעם, שרייב איך עס יעצט, אז לשנה הבאה אויב דאס ענין וועט נאך זיין שייך, זאל עס יעדער טון, מ'וועט מיר דאנקבאר זיין.

כ'מיין אז איך בין נתעורר געווארן דערצו און אונגעהויבן די מנהג זעענדיג איין יאר הרב ר' יוסף חיים גרינוואלד אויפ'ן וועג ארויף מיט'ן פעקל געלט אז ס'איז מיר אריין אין די ביינער.

זאל מען האבן אויסגעבעטן אלעס גוטס.

;l;p-
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

תגובה דורך מי יודע »

ניס קראכער האט געשריבן:מ'קען זאגן אז די נייע סיסטעם האט געקלאפט ניין און ניינציג פראצענט אנגעהויבן ביי די נייע תהילים שאטער אין גענדיגט ביי די גראס טשאלענט אינטען, פארקינג ביי די ישיבה איז געוועזן א געבענטשטע זאך,

לאמיר רעדן תכלית, וואס מ'ברויך און מ'קען לדעתי פארבעסערן, די אריינגאנג צום ביה''ח איז שרעקליך שמאל דאס צו ניצען סיי פאר אריינגאנג אין סיי אויף ארויסצוגיין, איך קלער פון א געדאנק מען זאל מאכן די אריינגאנג צום ביה''ח דורך די יעצטיגע וועג, אבער נאר אריין, אוועק נעמען די בערעקאדעס אויף די זייט פון די לעכט אין קוויטל שאטערס, ס'איבריגע דארט זאל בלייבן אזוי ווי יעצט,

מען זאל מאכן די וועג ארויס דורך די אינטערשטע טויער, דהיינו מ'קומט ארויס פון אוהל זאל זיין בעריקאדס פון די טיר ביזן טויער פון ביה''ח, פארשטייצעך אז אינטען ביים טויער זאלן שטיין ממונים וואס זאלן זיכער מאכן אז קיינער גייט נישט דורך דארט ארויף צום אוהל

וואס זאגט דער עולם דערצו?

שתי תשובות בדבר
איינס פארוואס מאכן באריקאדעס דעם גאנצן וועג אויב וויל איינער צו גיין צו משפחה
צווייטנס ס'וועט זיין יענס מערכה נישט אריינצולאזן פון אונטן, סיי מצד יענע שיינער איד, און סיי מצד יעדע שוואכע נערוו וואס האט נישט קיין געדולד צו די געלד זאמלער

א מהלך וואלט אפשר געווען צו עפענען א טעמפרערי טויער נעבן דעם נייעם כבוד הציבור שטיבל וואס מ'זאל נוצן נאר די טאג פון די יארצייט

אגב, איך ליין דא ווי יעדער רעדט פון פארקינג ביי די ישיבה, ס'איז א מורא'דיגע זאך, אבער איך בין נייגעריג ווען אין טאג האט מען עס געעפענט? ווייל ווען איך ביך דורכגעפארן 10 צופרי בערך איז עס געווען געהעריג פארמאכט ווי יעדע יאר מיט א פאבליק סעפטי
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
נאך וואס
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2020 8:00 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

תגובה דורך נאך וואס »

לייפציק האט געשריבן:כ'מיין אז איך בין נתעורר געווארן דערצו און אונגעהויבן די מנהג זעענדיג איין יאר הרב ר' יוסף חיים גרינוואלד אויפ'ן וועג ארויף מיט'ן פעקל געלט אז ס'איז מיר אריין אין די ביינער.

זאל מען האבן אויסגעבעטן אלעס גוטס.


איך האב געהאט ממש די זעלבע, איך האב אמאל געזען ר' יוסף חיים ארויפגייט און מיט פארמאכטע אויגן שטארק פארטראכט און מרוגש האט ער געגעבן פאר יעדן דאכטצעך א קוואדער

אגב דאס אויפטוישן די געלט איז גאר א וויכטיגע זאך אויך פאר די מקבלים, מען קען זיך נישט פארשטעלן די צער וואס א בחור האט ווען איינער בעט אים רעשט פון א 20'ער, און ווילאנג ער באקראצט זיך גייען אריבער אסאך מענטשען, און ער טראכט אז "זיי האבן די גרויס געלט" און ער פארפאסט עס
טראוועי
שר האלף
תגובות: 1093
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 1:52 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

תגובה דורך טראוועי »

נאך וואס האט געשריבן:
חיים ברוך האט געשריבן:
נאך וואס האט געשריבן:I hear now that men are paid to stand for money,

I do not know if it is true but in my times boys were paid to be able to stand

נאר צו באקומען א טענט דארף מען צאלן

איך רעדט פון דעם אז בחורים בעטן געלט פון די מוסדות צו שטיין ביי די בוטקעס, דאס איז א זאך וואס האט נישט פאסירט אמאל,

אמאל פלעגען די בחורים זיך פרייען צו קענען שטיין ביי א בודקע


אפגערעדט די צייטן ווען די בחרים האבן אליינס געמאכט די סיינס מיט די בוטקעס מיט די לעקטערס איינס גרעסער פון צווייטען

רוב בחורים שטייען נאך געלט ביי דע ארגענעזאציע ווי זיי האבן א געפיל דערצו, סאיז אבער דא געוויסע בודקעס וואס קענען שווער טרעפן בחורים וואס זאלן שטיין פאר זיי צאלן זיי, אבער רובא דרובא בחורים טוען עס מרצונם הטוב
'טרא' די אמת, 'וועי'- וועט ממילא ארויף פארן (ארויפשווימען).
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8295
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

ניס קראכער האט געשריבן:מ'קען זאגן אז די נייע סיסטעם האט געקלאפט ניין און ניינציג פראצענט אנגעהויבן ביי די נייע תהילים שאטער אין גענדיגט ביי די גראס טשאלענט אינטען, פארקינג ביי די ישיבה איז געוועזן א געבענטשטע זאך,

לאמיר רעדן תכלית, וואס מ'ברויך און מ'קען לדעתי פארבעסערן, די אריינגאנג צום ביה''ח איז שרעקליך שמאל דאס צו ניצען סיי פאר אריינגאנג אין סיי אויף ארויסצוגיין, איך קלער פון א געדאנק מען זאל מאכן די אריינגאנג צום ביה''ח דורך די יעצטיגע וועג, אבער נאר אריין, אוועק נעמען די בערעקאדעס אויף די זייט פון די לעכט אין קוויטל שאטערס, ס'איבריגע דארט זאל בלייבן אזוי ווי יעצט,

מען זאל מאכן די וועג ארויס דורך די אינטערשטע טויער, דהיינו מ'קומט ארויס פון אוהל זאל זיין בעריקאדס פון די טיר ביזן טויער פון ביה''ח, פארשטייצעך אז אינטען ביים טויער זאלן שטיין ממונים וואס זאלן זיכער מאכן אז קיינער גייט נישט דורך דארט ארויף צום אוהל

וואס זאגט דער עולם דערצו?


מ'האט שוין דן געווען דערין viewtopic.php?p=2340796#p2340796, פארוואס למעשה טוהט מען עס נישט ווייסעך נישט.

לגבי די טענות פון מי יודע, מען קען מאכן אז ביי איינצעלנע פלעצער זאל זיין אפן פון אויבן צו קענען גיין פון דארטן אראפ אויפן ביה"ח, און לגבי די צווייטע טענה קען מען אויך שטעלן געלט גייערס ביים וועג אראפ...
לעצט פארראכטן דורך אונגארישע הייזער אום דאנערשטאג אוגוסט 05, 2021 3:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

מי יודע האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:מ'קען זאגן אז די נייע סיסטעם האט געקלאפט ניין און ניינציג פראצענט אנגעהויבן ביי די נייע תהילים שאטער אין גענדיגט ביי די גראס טשאלענט אינטען, פארקינג ביי די ישיבה איז געוועזן א געבענטשטע זאך,

לאמיר רעדן תכלית, וואס מ'ברויך און מ'קען לדעתי פארבעסערן, די אריינגאנג צום ביה''ח איז שרעקליך שמאל דאס צו ניצען סיי פאר אריינגאנג אין סיי אויף ארויסצוגיין, איך קלער פון א געדאנק מען זאל מאכן די אריינגאנג צום ביה''ח דורך די יעצטיגע וועג, אבער נאר אריין, אוועק נעמען די בערעקאדעס אויף די זייט פון די לעכט אין קוויטל שאטערס, ס'איבריגע דארט זאל בלייבן אזוי ווי יעצט,

מען זאל מאכן די וועג ארויס דורך די אינטערשטע טויער, דהיינו מ'קומט ארויס פון אוהל זאל זיין בעריקאדס פון די טיר ביזן טויער פון ביה''ח, פארשטייצעך אז אינטען ביים טויער זאלן שטיין ממונים וואס זאלן זיכער מאכן אז קיינער גייט נישט דורך דארט ארויף צום אוהל

וואס זאגט דער עולם דערצו?

שתי תשובות בדבר
איינס פארוואס מאכן באריקאדעס דעם גאנצן וועג אויב וויל איינער צו גיין צו משפחה
צווייטנס ס'וועט זיין יענס מערכה נישט אריינצולאזן פון אונטן, סיי מצד יענע שיינער איד, און סיי מצד יעדע שוואכע נערוו וואס האט נישט קיין געדולד צו די געלד זאמלער

א מהלך וואלט אפשר געווען צו עפענען א טעמפרערי טויער נעבן דעם נייעם כבוד הציבור שטיבל וואס מ'זאל נוצן נאר די טאג פון די יארצייט

אגב, איך ליין דא ווי יעדער רעדט פון פארקינג ביי די ישיבה, ס'איז א מורא'דיגע זאך, אבער איך בין נייגעריג ווען אין טאג האט מען עס געעפענט? ווייל ווען איך ביך דורכגעפארן 10 צופרי בערך איז עס געווען געהעריג פארמאכט ווי יעדע יאר מיט א פאבליק סעפטי

באריקאדעס אויף ביידע זייטן אויפן וועג אראפ דארף זיין פאר כהנים צו קענען דורכגיין. מקען עס אפשטעלן אינטן נאך די מציבות און דארט קען יעדער גיין ווי מוויל אין ביה"ח. עס פעלט לכאורה נישט אויס צו מאכן ביז די טויער.
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

תגובה דורך מיין שטעלונג »

עמיצער דא האט מיך ארויסגענומען פון די כלים.

קודם כל, זאל יעדער וואס איז געקומען צום ציון, און גאנץ כלל ישראל, האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס. אמן.

די יאר-יערליכע איבער'חזר'נדע טינופת פון זיך אפרעדן אויף זאכן ביים ציון איבעלט שוין אין די גדולות, אבער דא איז איינער אריבערגעגאנגען א שטאפל. אנטשולדיגט פון פאראויס.

"איין זאך וואס ס'האט יא דא און בשפע בחורים וואס קריכן אויף די נערווען יעדע האלבע פיס פאר א חתן פון ארץ ישראל..."

זענען דאס די סאטמארער ווירדן וואס דער הייליגער רבי צום וועמען איר זענט געקומען האט געלערנט מיט זיינע תלמידים???? אמת'דיג?? דער הרגש'דיגער בילד ווי הונדערטער הונדערטער בחורים שטייען נאך געלט, א בילד וואס צייגט אז "יעקב אבינו לא מת", דעם רבינ'ס הייליגע השפעה טליעט נאך אין די הערצער פונעם קומענדיגן דור - - טאקע דאס האט אייך געבאדערט???

און שוין.
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

תגובה דורך טעם וריח »

מי יודע האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:מ'קען זאגן אז די נייע סיסטעם האט געקלאפט ניין און ניינציג פראצענט אנגעהויבן ביי די נייע תהילים שאטער אין גענדיגט ביי די גראס טשאלענט אינטען, פארקינג ביי די ישיבה איז געוועזן א געבענטשטע זאך,

לאמיר רעדן תכלית, וואס מ'ברויך און מ'קען לדעתי פארבעסערן, די אריינגאנג צום ביה''ח איז שרעקליך שמאל דאס צו ניצען סיי פאר אריינגאנג אין סיי אויף ארויסצוגיין, איך קלער פון א געדאנק מען זאל מאכן די אריינגאנג צום ביה''ח דורך די יעצטיגע וועג, אבער נאר אריין, אוועק נעמען די בערעקאדעס אויף די זייט פון די לעכט אין קוויטל שאטערס, ס'איבריגע דארט זאל בלייבן אזוי ווי יעצט,

מען זאל מאכן די וועג ארויס דורך די אינטערשטע טויער, דהיינו מ'קומט ארויס פון אוהל זאל זיין בעריקאדס פון די טיר ביזן טויער פון ביה''ח, פארשטייצעך אז אינטען ביים טויער זאלן שטיין ממונים וואס זאלן זיכער מאכן אז קיינער גייט נישט דורך דארט ארויף צום אוהל

וואס זאגט דער עולם דערצו?

שתי תשובות בדבר
איינס פארוואס מאכן באריקאדעס דעם גאנצן וועג אויב וויל איינער צו גיין צו משפחה
צווייטנס ס'וועט זיין יענס מערכה נישט אריינצולאזן פון אונטן, סיי מצד יענע שיינער איד, און סיי מצד יעדע שוואכע נערוו וואס האט נישט קיין געדולד צו די געלד זאמלער

א מהלך וואלט אפשר געווען צו עפענען א טעמפרערי טויער נעבן דעם נייעם כבוד הציבור שטיבל וואס מ'זאל נוצן נאר די טאג פון די יארצייט


אט די ביידע זאכן אויב מען קען אויספירן וואס געווען א דבר השלם.

מאכן מען זאל קענען נאר אריין ביים טויער און ארויס נעבן 'ציבור שטיבל'

איין פראבלעם איז דא, דער וואס האט געפארקט אינטן פון בארג, ווי אזוי קומט ער צירוק צו זיין קאר? ער וועט סייווי מוזן צירוק גיין און דורכגיין די שמאלע דורכגאנג כו'
בקיצור מען ברויך ארבעטן דעראויף.

אולי א געדאנק, די 'הויפט' פארקינג זאל זיין אין ישיבה, אלעס זאל זיך דארט אנהייבן, אלע צדקה גייער'ס כו' כו' מען קען דעמאלט מאכן די 'אריינגאנג' נעבן ציבור שטיבל און ארויס פון די 'אמאליגע' מעין אריינגאנג.

די מעלה וועט זיין אז עס קומט צו אסאך מער פלאץ פאר קאר'ס באסעס, געלט גייער, כו'. און דער עולם וועט זיך מער נישט אפרעדן אז מען טרעפט נישט קיין עסן און די מתיבתא..

יישר כוח פאר אלע וואס לייגן קאפ און מוח לתועלת אלפי מתפללים, ובראשם הגה"צ מטאלטשעווע שליט"א זאל א יעדער האבן אלדאס גוט'ס אויסגעפועלט.
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

תגובה דורך ניס קראכער »

א טיר נעבן די נייע שטיבל גייט נישט העלפן, ווייל מ'גייט דאך ארויס פון די אנדערע זייט אוהל, מיין געדאנק איז אז דער וואס קומט ארויס פון אוהל זאל שוין נישט צוריק קומען צו די אנדערע זייט חלק באלאגאן,

לגבי די בעריקאדעס, וויפיל מענטשן גייען דען צו אנדערע קברים ביומא דהילולא?
די סיבה פון די בעריקאדעס איז פשוט אז מ'זאל נישט קענען דורך דארט צוריק גיין צום אנדערן טיר,

אין טאקע דאס איז די סיבה פארוואס איך האב געשריבן אז ס'ברויך זיין ביז אינטען, כדי דער וואס וויל דייקא יא זיין א נויבער חכם אין ארויפגיין דורך דארט, זאל וויסן אז ס'איז א שאד ווייל דארט וועט ער נישט קענען במילא אריין גיין אין אוהל,

פארשטייט זיך אליינס אז מ'וועט דארט אויך ברויכן צושטעלן געלט גייערס לכל אורך הדרך...
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

תגובה דורך טעם וריח »

ניס קראכער האט געשריבן:א טיר נעבן די נייע שטיבל גייט נישט העלפן, ווייל מ'גייט דאך ארויס פון די אנדערע זייט אוהל, מיין געדאנק איז אז דער וואס קומט ארויס פון אוהל זאל שוין נישט צוריק קומען צו די אנדערע זייט חלק באלאגאן,

לגבי די בעריקאדעס, וויפיל מענטשן גייען דען צו אנדערע קברים ביומא דהילולא?
די סיבה פון די בעריקאדעס איז פשוט אז מ'זאל נישט קענען דורך דארט צוריק גיין צום אנדערן טיר,

אין טאקע דאס איז די סיבה פארוואס איך האב געשריבן אז ס'ברויך זיין ביז אינטען, כדי דער וואס וויל דייקא יא זיין א נויבער חכם אין ארויפגיין דורך דארט, זאל וויסן אז ס'איז א שאד ווייל דארט וועט ער נישט קענען במילא אריין גיין אין אוהל,

פארשטייט זיך אליינס אז מ'וועט דארט אויך ברויכן צושטעלן געלט גייערס לכל אורך הדרך...

און וואס איז מיט כהנים וואס קענען נישט אדורכגיין די וועג ציווישן מציבות? ווי אזוי גייען זיי ארויס?
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

תגובה דורך Rak Tov »

מען קען מאכן די וועג ארויס דורך די ארויסגאנג נעבן די כבוד הציבור שטיבל און פון דארט צוריק אנקומען צו די וועג אראפ דורך דארט ווי מוסדות יטב לב שטייט גראד פאר די טויער/ישבה טענט
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8295
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

טעם וריח האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:א טיר נעבן די נייע שטיבל גייט נישט העלפן, ווייל מ'גייט דאך ארויס פון די אנדערע זייט אוהל, מיין געדאנק איז אז דער וואס קומט ארויס פון אוהל זאל שוין נישט צוריק קומען צו די אנדערע זייט חלק באלאגאן,

לגבי די בעריקאדעס, וויפיל מענטשן גייען דען צו אנדערע קברים ביומא דהילולא?
די סיבה פון די בעריקאדעס איז פשוט אז מ'זאל נישט קענען דורך דארט צוריק גיין צום אנדערן טיר,

אין טאקע דאס איז די סיבה פארוואס איך האב געשריבן אז ס'ברויך זיין ביז אינטען, כדי דער וואס וויל דייקא יא זיין א נויבער חכם אין ארויפגיין דורך דארט, זאל וויסן אז ס'איז א שאד ווייל דארט וועט ער נישט קענען במילא אריין גיין אין אוהל,

פארשטייט זיך אליינס אז מ'וועט דארט אויך ברויכן צושטעלן געלט גייערס לכל אורך הדרך...

און וואס איז מיט כהנים וואס קענען נישט אדורכגיין די וועג ציווישן מציבות? ווי אזוי גייען זיי ארויס?


ווען עס איז דא באריקאדעס פון ביידע זייטן מעגן די כהנים אדורכגיין
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

תגובה דורך farshlufen »

ניס קראכער האט געשריבן:לגבי די בעריקאדעס, וויפיל מענטשן גייען דען צו אנדערע קברים ביומא דהילולא?

א ריזן עולם, קטנים עם הגדולים.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

תגובה דורך ניס קראכער »

farshlufen האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:לגבי די בעריקאדעס, וויפיל מענטשן גייען דען צו אנדערע קברים ביומא דהילולא?

א ריזן עולם, קטנים עם הגדולים.

איך האב אלטס געוויסט אז אין טאג פון א יארצייט גייט מען נישט צו קיין אנדערע קברים, איך ווייס נישט פון ווי דאס שטאמט, אבער אזוי האב איך געוויסט
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

תגובה דורך farshlufen »

ניס קראכער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:לגבי די בעריקאדעס, וויפיל מענטשן גייען דען צו אנדערע קברים ביומא דהילולא?

א ריזן עולם, קטנים עם הגדולים.

איך האב אלטס געוויסט אז אין טאג פון א יארצייט גייט מען נישט צו קיין אנדערע קברים, איך ווייס נישט פון ווי דאס שטאמט, אבער אזוי האב איך געוויסט

ידענא, ס'שטייט אזוי ערגעץ, און אודאי שכחתי גענוי וואו.

אבער, בדידי הוי עובדא, קאפישער רב ר' אהרן גד זצ"ל האט מיר געשיקט ביומא דהילולא צינדן א ליכט על קבר אמו, ואמר איך מאך דיר א שליח וכו', עכ"פ איך זע אז נישט ביי יעדן איז דא די קפידא.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

farshlufen האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:לגבי די בעריקאדעס, וויפיל מענטשן גייען דען צו אנדערע קברים ביומא דהילולא?

א ריזן עולם, קטנים עם הגדולים.

איך האב אלטס געוויסט אז אין טאג פון א יארצייט גייט מען נישט צו קיין אנדערע קברים, איך ווייס נישט פון ווי דאס שטאמט, אבער אזוי האב איך געוויסט

ידענא, ס'שטייט אזוי ערגעץ, און אודאי שכחתי גענוי וואו.

אבער, בדידי הוי עובדא, קאפישער רב ר' אהרן גד זצ"ל האט מיר געשיקט ביומא דהילולא צינדן א ליכט על קבר אמו, ואמר איך מאך דיר א שליח וכו', עכ"פ איך זע אז נישט ביי יעדן איז דא די קפידא.

איך מיין אז דעס קומט פון בשעת א לוי' אז מגייט נישט צו א צווייטן. א טאג פון א יארצייט גייט מען יא

הרב פארשלאפן. אונז טימער אזוי אלעמאל. שוין פארגעסן די צוואה?
(פריוואטע שמועס)
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

Re: נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

תגובה דורך איש האשכולות »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:לגבי די בעריקאדעס, וויפיל מענטשן גייען דען צו אנדערע קברים ביומא דהילולא?

א ריזן עולם, קטנים עם הגדולים.

איך האב אלטס געוויסט אז אין טאג פון א יארצייט גייט מען נישט צו קיין אנדערע קברים, איך ווייס נישט פון ווי דאס שטאמט, אבער אזוי האב איך געוויסט

ידענא, ס'שטייט אזוי ערגעץ, און אודאי שכחתי גענוי וואו.

אבער, בדידי הוי עובדא, קאפישער רב ר' אהרן גד זצ"ל האט מיר געשיקט ביומא דהילולא צינדן א ליכט על קבר אמו, ואמר איך מאך דיר א שליח וכו', עכ"פ איך זע אז נישט ביי יעדן איז דא די קפידא.

איך מיין אז דעס קומט פון בשעת א לוי' אז מגייט נישט צו א צווייטן. א טאג פון א יארצייט גייט מען יא

הרב פארשלאפן. אונז טימער אזוי אלעמאל. שוין פארגעסן די צוואה?
(פריוואטע שמועס)

דאכצעך אז די קפידא איז מתפלל זיין אויף א צווייטע קבר, צינדען א ליכטל האט מען נישט מקפיד געווען.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

תגובה דורך בשבילי נברא »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:לגבי די בעריקאדעס, וויפיל מענטשן גייען דען צו אנדערע קברים ביומא דהילולא?

א ריזן עולם, קטנים עם הגדולים.

איך האב אלטס געוויסט אז אין טאג פון א יארצייט גייט מען נישט צו קיין אנדערע קברים, איך ווייס נישט פון ווי דאס שטאמט, אבער אזוי האב איך געוויסט

ידענא, ס'שטייט אזוי ערגעץ, און אודאי שכחתי גענוי וואו.

אבער, בדידי הוי עובדא, קאפישער רב ר' אהרן גד זצ"ל האט מיר געשיקט ביומא דהילולא צינדן א ליכט על קבר אמו, ואמר איך מאך דיר א שליח וכו', עכ"פ איך זע אז נישט ביי יעדן איז דא די קפידא.

איך מיין אז דעס קומט פון בשעת א לוי' אז מגייט נישט צו א צווייטן. א טאג פון א יארצייט גייט מען יא

הרב פארשלאפן. אונז טימער אזוי אלעמאל. שוין פארגעסן די צוואה?
(פריוואטע שמועס)

דאס איז וואס ס'ווערט טאקע געברענגט (ליגט מיר אין קאפ אז ס'שטייט אין ספר חסידים) אז בשעת מ'באגראבט א בר מינן ה"י, זאל מען נישט צוגיין בשעת מעשה צו קיין אנדערע קברים אין דעם זעלבן בית החיים, ווייל די מתים זענען אין כעס אז מ'ברענגט נאך איינעם אהין.

אבער כ'האב נישט געהערט פון דעם אז מ'זאל נישט גיין צו נאך קברים אין טאג פון א יארצייט פון א צדיק.

ס'זענען געווען צדיקים וואס האבן בכלל נישט געהאלטן פון די גאנצע געגייעכץ צו קברים אפילו פון צדיקים, און די זענען אפשר נישט צוגעגאנגען צו אנדערע, נאר צום צדיק וואס זיין יומא דהילולא איז דעמאלטס. אבער כ'ווייס נישט אויב ס'איז געווען דוקא אלץ א קפידה נישט צו גיין אויף אן אנדערן ציון באותו יום, נאר אלץ זייער בכלליות'דיגע קפידא פון נישט מרבה זיין להשתטח על קברים.
---
IMBZ
שר האלפיים
תגובות: 2085
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

תגובה דורך IMBZ »

אויפן וועג צום ציון האב איך געטראכט צו סטאפן אין ריבניץ, האט מיט איינער געזאגט אז מען גייט נישט אין טאג פין א יארצייט צו נאך א קבר.
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1602
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

תגובה דורך קיסריה »

יעדער איד ווען ער מאכט חתונה א קינד וכדו׳ - און גייט אויפן בית עולם להתפלל ולהזמין אבותיו - גייט מען דאך צו אלע קברים וויפיל מ׳קען נאר - אלעס אין זעלבן טאג.

אזוי האב איך געזעהן מערערע מאל. וכן אני נוהג.
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

תגובה דורך איש חמודות »

קיסריה האט געשריבן:יעדער איד ווען ער מאכט חתונה א קינד וכדו׳ - און גייט אויפן בית עולם להתפלל ולהזמין אבותיו - גייט מען דאך צו אלע קברים וויפיל מ׳קען נאר - אלעס אין זעלבן טאג.

אזוי האב איך געזעהן מערערע מאל. וכן אני נוהג.

אז מ'רעדט שוין פון גיין פארן חתונה מאכן, איז מיר אינטערסאנט פון וואנעט ס'נעמט זיך די נייע מנהג צו לייגן ביי קברים א חתונה בריוול.
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1602
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

תגובה דורך קיסריה »

איש חמודות האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:יעדער איד ווען ער מאכט חתונה א קינד וכדו׳ - און גייט אויפן בית עולם להתפלל ולהזמין אבותיו - גייט מען דאך צו אלע קברים וויפיל מ׳קען נאר - אלעס אין זעלבן טאג.

אזוי האב איך געזעהן מערערע מאל. וכן אני נוהג.

אז מ'רעדט שוין פון גיין פארן חתונה מאכן, איז מיר אינטערסאנט פון וואנעט ס'נעמט זיך די נייע מנהג צו לייגן ביי קברים א חתונה בריוול.


מנהג בורות.
די זיידעס ווייסן וואו ווען אראפצוקומען אויך אן קיין אינוויטעישאן בריוון.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

תגובה דורך קרייסלער »

אזוי אויך האבן אסאך אידן זיך באנוצט מיט פארקינג ביים שטח החדש און לענגאויס רעיוואד רד. אויסמיידענדיג די גאנצע טרעפיק און זיך באנוצט מיט די ארטיגע אינסטולאציעס, אויך איז געווען צוגעשטעלט טעימה קלה, קאווע, לחיים, וואסער פיר צוואנציג שעה רונדע דעם זייגער אינעם גרויסן זאל פונעם בנין הטהרה
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
פריינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 12:11 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך - כ"ו אב

תגובה דורך פריינד »

צהלתו בפניו האט געשריבן:אויך געהאט א זעהר גוטע ערפארונג ב"ה.

נאר דער טרייבער ביים מצבה מעג לאזן זיך אנליינען פאר 5 סעקונדעס, עס איז נישט א דורכגאנג, מען מעג סטאפן א קורצע סטאפ און זיך אויסבעטן און זיך מזכיר זיין פאר 5 סקונדעס.

רעכן אויס וויפיל מענטשן גייען דורך די ציון הקדוש און די טאג פונעם יארצייט, וועסטו פארשטיין אז עס איז נישטא קיין מעגליכקייט פאר יעדן דורכצוגיין אויב יעדער שטעלט זיך אפ פאר אפילו נישט מער ווי 5 סקונדעס.

די מציאות איז איינמאל מען לאזט זיך אפשטעלן בלייבט מען שטיין פאר אסאך מער ווי 5 סקונדעס, און געוויסע מענטשן פאר עטליכע מינוטן אדער אפילו מער.
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”