פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם ***בלויז נייעס***

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ר' יהושיע בן גמלא
שר האלף
תגובות: 1726
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 15, 2021 4:44 pm
לאקאציע: מזרח וואנט...

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יהושיע בן גמלא »

טשעיני2024 האט געשריבן:עניוועיס ר' יהושיע, איך זע אייך אלס איינער וואס וועט אין די צוקונפט זיין שטארק אויף אונזער זייט, דער עולם גייט זיך צוביסלעך אריבעררוקן, אזויווי מ'האט זיך אריבערגערוקט צו טראמפ אין 2016...

:lol: :lol: :lol:
העבר אין והעתיד עדיין והוה כהרף אין, דאגה מנין.
#קיפעראפ
טשעיני2024
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 25, 2021 2:44 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעיני2024 »

עפעס אנדערש האט געשריבן:
טשעיני2024 האט געשריבן:עליכם השלום.

איר זענט טאקע אנגעקומען אויף אייוועלט פאר מיר, אבער אייער אינגע יארגאנג שרייט ארויס פון אייער שרייבן.

איך בין אפשר א דעמאקראט? מיט וואס פונקטליך בין איך נישט מער קאנסערוואטיוו ווי רוב טראמפיסטן דא? די וועלט פון קאנסערוואטיווע פאליטיק האט זיך נישט אנגעהויבן ביי טראמפ, ס'האט זיך דארט געענדיגט, פרעגט אייך נאך ביי אייערע פעטערס.
און פארוואס איך האב געפרעגט צו דו ביזט א דעמקראט, איז וויבאלד זיי זענען די איינציגע וואס האבן אן אמת'ע אינטערעסע אז טשעיני זאל ווייטער בונטעווען, ווייל זיי ווייסן אז אזוי וועלן זיי אפשר האבן טשאנסען צו צופליקן די רעפאבליקאנע פארטיי, גיבנדיג זיי א גרינגע רייזע צו ווייטערע געווינסען. ב"ה דערווייל האט זיך עס זיי נישט איינגעגעבן, און די "אומרעלעוואנטע" טראמפ באזע האט איר שיין פארשיקט פון איר פאזיציע

ווער זאגט אז די טראמפ באזע איז "אומרעלעוואנט"??? איר האט פאביעס, קיינער זאגט דאס נישט...

די שאלה איז צו זיינע קעגנער זענען רעלעוואנט, און דעמאקראטן האפן אז נישט, ווייל ווייל מיט בלויז די "רעלעוואנטע" טראמפ באזע קען מען קיין נאציאנאלע פארמעסט נישט געווינען!

און 2016 זענען נאך אנטי-טראמפ חברה געווען לאיאל צו די פארטיי און נישט געשטימט פאר קלינטאן, אנדערש איז אבער געווען אין 2020 ווען ס'איז שוין געווען צו געפערליך (א פאקטאר וואס דירעקט גורם געווען אז ביידען איז יעצט פרעזידענט!), און מ'קען זיך פארשטעלן וואס ס'גייט פארגיין אין 2024 אויב די פארטיי גייט ווייטער אין יענע ריכטונג.

ס'איז די העכסטע צייט צוריקצולייגן די זאך אויף די שינעס, ווייל אויב די פארטיי פון לינקאלן און רעיגען גייט אונטער וועט עס זיין א בכיה לדורות.
"נישט קיין חילוק וואס די אויסגאנג [פון די ווייאמינג קאנגרעסיאנאלע פריימערי] איז, איז עס אבער זיכער די אנהייב פון די שלאכט וואס גייט פארזעצן און אנגיין."
- פרוי טשעיני אין א אנדייטונג אויף א פרעזידענטליכע געלויף אין 2024
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

עפעס אנדערש האט געשריבן:
טשעיני2024 האט געשריבן:עליכם השלום.

איר זענט טאקע אנגעקומען אויף אייוועלט פאר מיר, אבער אייער אינגע יארגאנג שרייט ארויס פון אייער שרייבן.

איך בין אפשר א דעמאקראט? מיט וואס פונקטליך בין איך נישט מער קאנסערוואטיוו ווי רוב טראמפיסטן דא? די וועלט פון קאנסערוואטיווע פאליטיק האט זיך נישט אנגעהויבן ביי טראמפ, ס'האט זיך דארט געענדיגט, פרעגט אייך נאך ביי אייערע פעטערס.

שוין, אז דו קענסט שוין מיין עלטער אויך, זעה איך שוין דיין טאלאנט פון דמיון. איך בין גראדע סאך סאך עלטער פון וואס דו טראכסט.

און פארוואס איך האב געפרעגט צו דו ביזט א דעמקראט, איז וויבאלד זיי זענען די איינציגע וואס האבן אן אמת'ע אינטערעסע אז טשעיני זאל ווייטער בונטעווען, ווייל זיי ווייסן אז אזוי וועלן זיי אפשר האבן טשאנסען צו צופליקן די רעפאבליקאנע פארטיי, גיבנדיג זיי א גרינגע רייזע צו ווייטערע געווינסען. ב"ה דערווייל האט זיך עס זיי נישט איינגעגעבן, און די "אומרעלעוואנטע" טראמפ באזע האט איר שיין פארשיקט פון איר פאזיציע.

איך ווייס נישט פארוואס דו האלטסט אז ביי טראמפ האט זיך גע'ענדיגט קאנסערוואטיזם, אדרבה צייג מיר אן וועלכע אנדערע פרעזידענט האט דעליווערט אזוי סאך ווי אים פאר די קאנסערוואטיווע באזע.

און ווי איך האב שוין געזאגט אסאך מאל אויף אנדערע פלעצער, אז די מערהייט פון די רעפאבליקאנער און קאנסערוואטיווען זענען שוין מיד פון די אלע אלט געזעסענע קאפ אין וואנט קאנסערוואטיווען, וואס וועלן ענדערש פארלירן אבי זיך נישט אוועקצורירן פון די הייליגע פרינציפן, אזוי ווי למשל 2020 וואס מען האט ח"ו נישט געוואלט דורכלאזן די 2000 דולר פער מענטש סטימיולוס, און וואס האט מען פארדינט? אז דורכדעם האט מען פארלוירן די מעדזשאריטי און באקומען די סטימילוס מיט א שמוץ אריבער. מעכטיגע אויפטוה פאר קאנסערוואטיזם. איז דאס די קאנסערוויאטיזם וואס דו פלאנסט צו ברענגען מיט מאדאם טשעיני? די מערהייט גייט דאס נישט קויפן. און די מערהייט וואס האט אוועק געקוקט פון 15 לאנג יעריגע געפאלישטע קאנסערוואטיווען און געפיקט דעם שמוציגן יונג טראמפ, גייען דאס נאכאמאל טון.

עניוועי, עס איז עכט א שאד די שפייעכץ נאכאמאל אלעס איבערצוקייען. קיעפ איט אפ. האסט פרייליך געמאכט דא אביסל, סא קומט זיך דיר א דאנק.

ממש אזוינע הבלים צו שרייבן? די גאנצע 2000 איז אויפגעברענגט געווארן דורך טראמפ, ווען נישט אים וואלט עס בכלל נישט געווען קיין נושא אינעם זשארזשיע פארמעסט.

סאו צום דעפענס פון די עכטע קאנסערוואטיוון, די מעשה איז פונקט פארקערט; 2 אנטי קאנסערוואטיווע זאכן דורך דאנעלד טראמפ האט דערלאנגט דעם סענאט פאר די דעמאקראטן.

1) דאס אויפברענגען א 2,000 טשעק, וואס איז גענצליך קעגן די קאנסערוואטיווע אידעלאגיע, און די דעמאקארטנס זיך צוכאפן דערצו בעת די רעפובליקאנער שטעלן זיך ווי פארשטענדליך דערקעגן, האט געהאלפן די דעמס.

2) דאס שטיפן די אנטי קאנסערוואטיווע עלעקשאן בעלאוניס, וואס האט דעמאראלעזירט די זשארזשיע רעפובליקען באזע און אטאמאטישע געהאלפן די דעמס.

די ס"ה? א דעמאקראטישע טרייפעקטא איו וואשינגטאן.

טאלק עבאוט דאנעלד טראמפ דעליוועריס.....
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

כאפצעם האט געשריבן:ממש אזוינע הבלים צו שרייבן? די גאנצע 2000 איז אויפגעברענגט געווארן דורך טראמפ, ווען נישט אים וואלט עס בכלל נישט געווען קיין נושא אינעם זשארזשיע פארמעסט.

סאו צום דעפענס פון די עכטע קאנסערוואטיוון, די מעשה איז פונקט פארקערט; 2 אנטי קאנסערוואטיווע זאכן דורך דאנעלד טראמפ האט דערלאנגט דעם סענאט פאר די דעמאקראטן.

1) דאס אויפברענגען א 2,000 טשעק, וואס איז גענצליך קעגן די קאנסערוואטיווע אידעלאגיע, און די דעמאקארטנס זיך צוכאפן דערצו בעת די רעפובליקאנער שטעלן זיך ווי פארשטענדליך דערקעגן, האט געהאלפן די דעמס.

2) דאס שטיפן די אנטי קאנסערוואטיווע עלעקשאן בעלאוניס, וואס האט דעמאראלעזירט די זשארזשיע רעפובליקען באזע און אטאמאטישע געהאלפן די דעמס.

די ס"ה? א דעמאקראטישע טרייפעקטא איו וואשינגטאן.

טאלק עבאוט דאנעלד טראמפ דעליוועריס.....

איך ווייס נישט וואס דו ווילסט דא זאגן.
איך האב דאס נישט געזאגט צו ווייזן טראמפ'ס קאנסערוואטיזם. איך ווייס איז דאס איז אינגאנצען נישט קיין קאנסערוואטיווע אישו, און טראמפ האט דאס בכוונה געשטיפט, צוצופאכענען די מעקאנעל קאנסערוואטיווען וואס זענען נישט גרייט געווען צו דעפענדען זיין פרעזידענסי, און האט זיי בכוונה אריינגעלייגט אין א ספאט.

אבער ווען מעקאנעל זאל נישט זיין די קאפ אין וואנט קאנסערוואטיוו אזוי ווי טשעיני וכת דילה, און וואלט גענוצט זיין קאפ ארויס פונ'ם באקס, וואלט ער געטראכט וואס איז וויכטיגער עט די מאמענט.
אזוי ווי די סא קאללד קאנסערוואטיווען זענען געווען גרייט צו שטיצען קלינטאן קעגן טראמפ ווייל זיי האט זיך געדוכט אז טראמפ איז נישט גענוג קאנסערוואטיוו, און זיי וואלטן גרייט געווען צו דערלייגען די סופרים קאורט קאנסערוואטיוו מעדזשאריטי, וואס דער שאדן דערפון פאר קאנסערוואטיווען וואלט געווען פילפאכיג מער ווי סיי וועלכע שאדן טראמפ זאל נאר קענען אנמאכן. וכו' וכו', דוגמאות זענען איבעריג.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

טשעיני2024 האט געשריבן:ווער זאגט אז די טראמפ באזע איז "אומרעלעוואנט"??? איר האט פאביעס, קיינער זאגט דאס נישט...

איך זעה איר דארפט טאקע אן אלף בית רבי.
ווער ס' זאגט? די גאנצע לינקע מידיע (דאפעלטע לשון) האט א שטיק צייט צוריק געטרייעט איינצורעדן זייער באזע אז טראמפ איז אירעלעווענט. זיי האבן זיך אבער גאנץ שנעל אויפגעוועקט פון זייערע דמיונות ווען טשעיני איז געווארן ארויסגעטראסקעט.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אנקעטע באותו ענין פון פאבריזיא און לי.

די פעווארביליטי פון די פארשידענע רעפאבליקאנער פאליטיקאנטן צווישן רעפאבליקאנער וויילער, פון טראמפ סיניער האבן זיי מאיזה סיבה נישט קיין ציפערן.

IMG_20210726_092642.jpg
IMG_20210726_092642.jpg (81.27 KiB) געזען 1453 מאל


זײ זענען טאקע טראמפס פאולסטער. אבער...

זיי פארקויפן נישט די שטותים פון דעם ביג ליי, נאר פארקערט, האבן ארויסגעגעבן שיינע חשבונות פון די רעזולטאטן מיט די אישוס אין אלע וויכטיגע סטעיטס.

זיי האבן לכאורה צוגעשטעלט היפש אקוראטע אנקעטעס פאר דעם טראמפ קאמפיין.


ממילא טראסט איך זײ מער ווי טראפאלגאר און רעסמוסען.

-------

עניוועי, שלום עליכם אונזער נייער ניק הרב @ליז טשעיני, א געשמאקער קלארער שרייבער זעהט אויס.
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

אין א פרישע אנקעטע פון "וויקטארי אינסייטס" אויף די 2024 רעפובליקאנער פרעזעדענטליכע פריימערי'ס, זאגן 78% פון "טעקסעס" רעפובליקאנער אז זיי וואלטן געשטימט פאר טראמפ, מיט 22% וואס זאגן אז זיי וואלטן געשטימט פאר איינעם אנדערש.
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

א פרישע "עכלאון אינסייטס" אנקעטע פון די 2024 רעפובליקאנער פריימערי אן טראמפ:

ראן דיסענטעס - 32%
מייק פענס - 17%
טראמפ דזשאניער - 10%
טעד קרוז - 9%
ניקי העילי - 4%
מיט ראמני - 3%
מארקאו ראביא - 2%
"ליז טשעיני" 1%

(נאוט: א רעפובליקאנער פאולסטער, און א שטארקע טראמפ העיטער)
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:"ליז טשעיני" 1%
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:א פרישע "עכלאון אינסייטס" אנקעטע פון די 2024 רעפובליקאנער פריימערי אן טראמפ:

ראן דיסענטעס - 32%
מייק פענס - 17%
טראמפ דזשאניער - 10%
טעד קרוז - 9%
ניקי העילי - 4%
מיט ראמני - 3%
מארקאו ראביא - 2%
"ליז טשעיני" 1%

(נאוט: א רעפובליקאנער פאולסטער, און א שטארקע טראמפ העיטער)

זייער פריערדיגע אנקעטע פון פאריגע חודש איז געווען:

דיסענטעס - 21%
פענס - 14%
טראמפ דזשאניער - 7%
העילי - 6%
קרוז - 6%
ראמני - 4%
רוביא - 3%
טשעיני - 1%
טשעיני2024
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 25, 2021 2:44 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעיני2024 »

צל עובר האט געשריבן:אנקעטע באותו ענין פון פאבריזיא און לי.

די פעווארביליטי פון די פארשידענע רעפאבליקאנער פאליטיקאנטן צווישן רעפאבליקאנער וויילער, פון טראמפ סיניער האבן זיי מאיזה סיבה נישט קיין ציפערן.

IMG_20210726_092642.jpg
IMG_20210726_092642.jpg (81.27 KiB) געזען 1361 מאל


זײ זענען טאקע טראמפס פאולסטער. אבער...

זיי פארקויפן נישט די שטותים פון דעם ביג ליי, נאר פארקערט, האבן ארויסגעגעבן שיינע חשבונות פון די רעזולטאטן מיט די אישוס אין אלע וויכטיגע סטעיטס.

זיי האבן לכאורה צוגעשטעלט היפש אקוראטע אנקעטעס פאר דעם טראמפ קאמפיין.


ממילא טראסט איך זײ מער ווי טראפאלגאר און רעסמוסען.

-------

עניוועי, שלום עליכם אונזער נייער ניק הרב @ליז טשעיני, א געשמאקער קלארער שרייבער זעהט אויס.

עליכם השלום.

אודאי איז עס "דערווייל" בלויז אין די חלומות שטאפלען, קיינער לייקנט דאס נישט.

אבער דאנאלד טראמפ'ס נעט פעיווארעביליטי צווישן רעפובליקאנער צוריק אין 2015 (אונטער א יאר פאר די פריימעריס, יעצט האלט מען נאך דריי יאר פאר די פריימעריס) איז נישט געשטאנען צופיל בעסער ווי פרוי טשעיני'ס שטייט יעצט.

דאס איז פון מאנמוט אפריל 2015

April.PNG
April.PNG (55.99 KiB) געזען 1361 מאל

און דאס איז פון מאנמוט יוני 2015

June.PNG
June.PNG (24.92 KiB) געזען 1361 מאל


טראמפ איז געשטאנען די ערגסטע פון אלע קאנדידאטן אין דעם הינזיכט, און דוקא ער האט געוואונען!

קען מרס. טשעיני איבערשפילן טראמפ'ס אומערווארטעטע געוואונס (אין די פריימעריס) פון 2016?

וואלד האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:"ליז טשעיני" 1%

נאכדערצו אז זי זיצט (בעסער געזאגט ליגט) אין די אנקעטעס דארט וואו טראמפ איז געווען בשעתו (פאר ער האט געמאלדן אז ער לויפט)...
"נישט קיין חילוק וואס די אויסגאנג [פון די ווייאמינג קאנגרעסיאנאלע פריימערי] איז, איז עס אבער זיכער די אנהייב פון די שלאכט וואס גייט פארזעצן און אנגיין."
- פרוי טשעיני אין א אנדייטונג אויף א פרעזידענטליכע געלויף אין 2024
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

טשעיני2024 האט געשריבן:עליכם השלום.

אודאי איז עס "דערווייל" בלויז אין די חלומות שטאפלען, קיינער לייקנט דאס נישט.

אבער דאנאלד טראמפ'ס נעט פעיווארעביליטי צווישן רעפובליקאנער צוריק אין 2015 (אונטער א יאר פאר די פריימעריס, יעצט האלט מען נאך דריי יאר פאר די פריימעריס) איז נישט געשטאנען צופיל בעסער ווי פרוי טשעיני'ס שטייט יעצט.

דאס איז פון מאנמוט אפריל 2015

April.PNG

און דאס איז פון מאנמוט יוני 2015

June.PNG


טראמפ איז געשטאנען די ערגסטע פון אלע קאנדידאטן אין דעם הינזיכט, און דוקא ער האט געוואונען!

קען מרס. טשעיני איבערשפילן טראמפ'ס אומערווארטעטע געוואונס (אין די פריימעריס) פון 2016?


נאכדערצו אז זי זיצט (בעסער געזאגט ליגט) אין די אנקעטעס דארט וואו טראמפ איז געווען בשעתו (פאר ער האט געמאלדן אז ער לויפט)...

קודם שלום עליכם הרב טשעיני, עס פרייט דאס הארץ צו זעהן פרישע כוחות דא אין די פאליטישע אשכולת, צו לאנגע געזינטע תגובות אין דעבאטעס.

יעצט צו דעם וואס די שרייבסט אז טראמפ איז געשטאנען דאס שוואכסטע אין 2015 אין מיט דעם אלעם איז ער ארויסגעקומען די שטארקסטע, וואס פון דעם ווילסטו ארויסנעמען אז טשעיני קען דאס אויך באווייזן, איך טוה שטארק דיסעגריען מיט די הוכחה, די סיבה פארוואס טראמפ איז געשטאנען שלעכט דאן אין די סיבה פארוואס טשעיני שטייט יעצט שוואך איז כרחוק מזרח ממעריב, טראמפ איז געווען א אימבאקאנטע פיגור אין פאליטיק, מען האט נישט געוויסט זיין פאליטיקל שטעלונג, מען האט אים נאר אנגעקוקט ווי א היפש צורידערטע ביליאנער וואס גלייכט אטענטשען, אבער ממש אריין אפאר וואכן אין די פארמעסט ווען מען האט געזעהן וואס ער פארקויפט זענען זיינע נומבערס ארויף געפלויגן, משא'כ טשעיני ווייסט יעדער פונקטלעך וואס זי האט צו פארקויפן אין טאקע פארדעם שטייט זי אזוי שוואך, נישט דא קיין סיבה פארוואס מען זאל פלוצלינג אנהייבן צו לויפן צו איר.
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7164
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

וואס האט פאסירט מיט אונזער היימישע קאמיוניטי באליבטער רוביא? ער האט אראפגעטראסקעט צו א נישטיגע 2-3 פראצענט שטיצע.
טשעיני2024
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 25, 2021 2:44 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעיני2024 »

ר' זעקל האט געשריבן:
טשעיני2024 האט געשריבן:עליכם השלום.

אודאי איז עס "דערווייל" בלויז אין די חלומות שטאפלען, קיינער לייקנט דאס נישט.

אבער דאנאלד טראמפ'ס נעט פעיווארעביליטי צווישן רעפובליקאנער צוריק אין 2015 (אונטער א יאר פאר די פריימעריס, יעצט האלט מען נאך דריי יאר פאר די פריימעריס) איז נישט געשטאנען צופיל בעסער ווי פרוי טשעיני'ס שטייט יעצט.

דאס איז פון מאנמוט אפריל 2015

April.PNG

און דאס איז פון מאנמוט יוני 2015

June.PNG


טראמפ איז געשטאנען די ערגסטע פון אלע קאנדידאטן אין דעם הינזיכט, און דוקא ער האט געוואונען!

קען מרס. טשעיני איבערשפילן טראמפ'ס אומערווארטעטע געוואונס (אין די פריימעריס) פון 2016?


נאכדערצו אז זי זיצט (בעסער געזאגט ליגט) אין די אנקעטעס דארט וואו טראמפ איז געווען בשעתו (פאר ער האט געמאלדן אז ער לויפט)...

קודם שלום עליכם הרב טשעיני, עס פרייט דאס הארץ צו זעהן פרישע כוחות דא אין די פאליטישע אשכולת, צו לאנגע געזינטע תגובות אין דעבאטעס.

יעצט צו דעם וואס די שרייבסט אז טראמפ איז געשטאנען דאס שוואכסטע אין 2015 אין מיט דעם אלעם איז ער ארויסגעקומען די שטארקסטע, וואס פון דעם ווילסטו ארויסנעמען אז טשעיני קען דאס אויך באווייזן, איך טוה שטארק דיסעגריען מיט די הוכחה, די סיבה פארוואס טראמפ איז געשטאנען שלעכט דאן אין די סיבה פארוואס טשעיני שטייט יעצט שוואך איז כרחוק מזרח ממעריב, טראמפ איז געווען א אימבאקאנטע פיגור אין פאליטיק, מען האט נישט געוויסט זיין פאליטיקל שטעלונג, מען האט אים נאר אנגעקוקט ווי א היפש צורידערטע ביליאנער וואס גלייכט אטענטשען, אבער ממש אריין אפאר וואכן אין די פארמעסט ווען מען האט געזעהן וואס ער פארקויפט זענען זיינע נומבערס ארויף געפלויגן, משא'כ טשעיני ווייסט יעדער פונקטלעך וואס זי האט צו פארקויפן אין טאקע פארדעם שטייט זי אזוי שוואך, נישט דא קיין סיבה פארוואס מען זאל פלוצלינג אנהייבן צו לויפן צו איר.

פארואס זאגטסטו אזוי? קוק ווי 84% פון רעפובליקאנער האבן דעמאלס געהאט א מיינונג אויף טראמפ, העכער ווי סיי ווער אויסער אים אין די ליסטע!

ליז טשעיני איז בכלל נישט אזא באקאנטע פיגור, די מערסט באקאנטע זאך פון איר איז איר לעצטע נאמען...

די טראמפ חסידים זענען געווארן משוגע וועגן איר ווייל זי האט זיך ארויסגעשטעלט ווי א אייזערנע פרוי, אבער אירע פאליסיס, דיבעיטינג סטייל, און היסטאריע איז בכלל נישט באקאנט, און טאקע וועגן דעם וועט זיך איר פעיוואראביליטי דראמאטיש טוישן אויב זי ווערט נוגע למעשה.
"נישט קיין חילוק וואס די אויסגאנג [פון די ווייאמינג קאנגרעסיאנאלע פריימערי] איז, איז עס אבער זיכער די אנהייב פון די שלאכט וואס גייט פארזעצן און אנגיין."
- פרוי טשעיני אין א אנדייטונג אויף א פרעזידענטליכע געלויף אין 2024
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

35% שטיצע איז גענוג צו געווינען א רעפאבליקאנער פריימערי.

מיינוס 43%? אה, דאס איז שוין גאר עפעס אנדערשט..

-------

@ר' זעקל, איך בין וואלט נישט געזאגט אז טשעיני איז היינט מער ידוע ווי טראמפ איז יעמאלט געווען, שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך, ווען זיי האבן די ערשטע מאל געהערט פון טראמפ, און אז ער האט פרעזידענטליכע אמביציעס. (ועין ערך די קאנטראווערסיאלע מעשה פון להבדיל הרה"ק מטאהש מיט ר' שלום ווייס...)
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7164
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

זכרני ימים מקדם ווען יאסי געשטעטנער פלעגט באריכטן נייעס פון טראמפ (ער האט אלץ פרובירט צו מאכן נייעס...) פלעגט ער אפיציעל אנרופן טראמפ בלשון דער אטענשאן סיקער ביליאנער דאנעלד טראמפ
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

שלום אליכם @טשעיני2024 איך קוק שטארק ארויס איר זאלט מער באריכטן איבער ליז טשעיני, אירע שטעלונגען מיינונגען אין אינערן און אויסערן אישוס.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

טראמפ 2024 געווינט מיט %90

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

שלום עליכם יעדער איינער צו מיין פרעדיקשאן פאר פרעזידענטליכע וואל יאר 2024,

איז אזוי, ווי יעדער איינער ווייסט איז געווען א פרעזידענט אין אמעריקע צווישן 2016 און 2020 מיטן נאמען דאנעלד זשעי טראמפ, גאר באליבט צווישן רעפאבליקאנער, און די זעלבע שטארק אדער גאר שטערקער פארהאסט צווישן דעמאקראטן, די דעמאקראטן איז נעבעך אריין עפעס א אומפארשטענדליכע פארביטערטע שנאה קעגן די בעסטע פרעזידענט אין היסטאריע, א פרעזידענט וואס מיט זיין פיסקל איז ער איבערגעשטיגן אזא העלד ווי ראנעלד רעיגן וואס איז געווען אנלי טאלק נאו עקשען משא'כ טראמפ וואס איז געווען טאקע אסאך טאלק אבער נאך מער עקשאן, און אזאנא העלדן ווי לינקלאן אין וואשינגטאן וואס זענען סתם אזוי געווען ראסיסטן, אין די ביסל גוטע זאכן וואס זיי האבן יא געטוהן שטייגט טראמפ איבער טויזענט מאל, נעם א משל וואשינגטאן זיין גרעסטע דערגרייכונג איז געווען דאס באפרייען אמעריקע פון ענגלאנד, וואס האט ער אבער אויפגעטוהן ווען אנשטאט זיין פארשקלאפט צו ענגלאנד איז מען ליידער אינטער געפאלן אינטער אסאך מער א שעדליכע פארשקלאפער און דאס איז די "מידיע" וואס ערגער ווי אינטער ענגלאנד ווען די האסט כאטש געוויסט אז די ביזט פארשקלאפט ארבייט די מידיע אז די זאלסט מיינען אז די ביזט פריי, און אויף דעם איז געקומען די העלד טראמפ אין אויפגעדעקט זייער מיסע פרצוף לעיני השמש מיט זיין באקאנטע סלאגען "פעיק ניוז" (נד'נ) וואס מיט דעם האט ער אראפגעווארפן זייער טיראני.

נאו טו די פרעדיקשאן, ווי געשמועסט דורך אויס זיין פרעזידענטשאפט, איז די שנאה פון די רעדיקעל לעפט ווי ער פלעגט עס רופן געווען אויף שטאפל 1000, וואס דאס האט צוגעברענגט לויט מאנכע אז ער האט שמאל פארלוירן א צווייטע טערמין, אין לויט מאנכע איז די שנאה געווען אזוי שטארק אז זיי האבן גאר געגנבט די עלעקשאן'ס מיטן ארויסברענגן טויזענטער טויטע פון די קברים, אין מיט טרעילארס פון פאלשע בעלאטס.

אבער יעצט איינמאל ער איז שוין ארויס פון אפיס, אין מען האט אריינגעשטעלט אנשטאט דעם אלטן פארקאלעכטן זיידי ביידען, אין דער עולם הייבט אן איינזעהן אז נאופס נישט טראמפ איז געווען די פראבלעם נאר גאר די דיעפ סטעיט וואס אפילו אונטער טראמפ האבן זיי ווייטער געארבייט קעסל אין כלים, סיי מיטן אנברענגען די טשיינע ווירוס וואס האט לויט רוב פארשטייערס צוגעברענגט זיין פארלוסט, אין סיי מיטן מאכן זיכער אז ער קען נישט דורכפירן אלע זיינע איידיעס, איז דא זייער א שטארקע מעגליכקייט אז די לינקע אין אמעריקע גייען זיך אויפוועקן פון שלאפ, אין אנהייבן איינזעהן אז זיי זענען געגאנגן צו ווייט סיי מיט זייער פאלעסיס און סיי מיט זייער שנאה צום באליבטן פרעזידענט, אין דער עולם וועט זיך צוביסלעך אנהייבן אריבער רוקן צו די זייט פון טראמפ, אזוי אז אין יארע 2024 ווען טראמפ וועט לויפן פאר א צווייטע טערמין איז דא א שטארקע מעגליכקייט אז טראמפ וועט געווינען מיט א שטארקע %90.

איך זאג נישט אז עס גייט פאסירן, פארשטייט זיך אויב גייט עס ווייטער ווי ביז יעצט גייט ער פארלירן ביי די דעמאקראטן מיט א %1000, אבער עס איז דא א שטארקע מעגליכקייט אז דער עולם וועט זיך אנהייבן אויפוועקן.

שרייטס אלע חי המלך טראמפ חיייייייי

******

פארשטייט זיך איך בין געווען סארקאסטיש, איך וויל נאר ארויסברענגן א נקודה, @טשעיני2024 א געשמאקע ניק זעהט אויס האט א גוטע חוש צו שרייבן, אין איך מיין בכלל נישט אים אראפצורייסן, איך וויל נאר בעסער ארויסברענגן וואס איך האב נעכטן געשריבן בקיצור, און עס איז געווען א פאר חבירים וואס האבן נישט פארשטאנען פונקטליך וואס איך וויל.

ליז טשעיני, חוץ וואס אירע שטעלונגען אזוי ווי איר פאטער איז היינט פארפיינטעט ביי די רעפאבליקאנער באזע, און דאס איז געווען איינע פון די סיבות וואס טראמפ האט געווינען די רעפאבליקאנער נאמענאציע אין צוואנציג זעכצן, איז זי פערזענליך פארפיינטעט ביי רוב רובו פון די רעכטע באזע פאר איר אויבערחכמישקייט מיטן זיך צושטעלן צו די דעמאקראטן אקעגן טראמפ, עס איז דעבעטעבעל צו זי איז גערעכט צו נישט, אבער צו זאגן אז סאום האו גייט זיך די רעפאבליקאנער מאסע "אויפוועקן" אין גיין צו זייער מערסט פארפיינטיטע פאלעטישן, קומט לענית דעתי נישט פון ארויסהאבן פאליטיק נאר מער פון שנאה צו טראמפ.

נומבער צוויי האסט עס צוגעשטעלט צו טראמפ און צוואנציג זעכצן, ווי ער איז ארויפגעפלויגן פון די מערסטע אנפעיווערעבל צו געווינען די נאמענאציע, דאס צו צוגלייכן שטימט נישט פאר אפאר סיבות,
1) ווייל איינער האט אמאל געווינען די לאטערי מיינט נישט אז איך האב אויך ערענסטע שאנסן צו געווינען.

2) ווי ארויסגעברענגט נעכטן בקיצור, טראמפ איז אנגעקומען מיט א פרישע אומדערהערטע איידיע, א קעריאזע ביליאנער, מען גייט צוברעכן די סוואמפ פון די אלטגעזעצענע פאלעטישען'ס ווי טשעיני, קלינאטן, בוש, ער איז געקומען פון א אנדערע ענגל ווי סיי וועמען, וואס פארשטייט זיך ווילאנג מען האט נישט געהערט וואס ער פארקויפט, איז ער געווען א פלעני אטענטשן זיכער ביליאנער וואס האט נישט געהאט קיין סיבה פארוואס מען זאל אים דארפן, אין ווי צל זאגט אז ער האט שוין יארן געוואולט לויפן, יא אבער קיינער האט נישט געוויסט אויף וואספארא פלאטפארמע ער גייט לויפן, וואס זיינע שיטות זענען, משא'כ טשעיני קען זיין מען ווייסט נישט פונקטליך אירע פאלעסיס אין שיטות אבער זי ברענגט נישט עפעס אזוי דיפרענט אין אויפשאקלענד ווי טראמפ אז זי זאל קענען איבערדרייען היסטארי אין גיין פון א פארפיינטעטע פערזאון צי געווינען די נאמענאציע

3) לאמיר שוין זאגן אז יא די רעפאבליקאנער פארטי גייט זיך איין שיינע טאג אויפוועקן פון די "טראמפ חלום" אין מען גייט ווילן צוריקגיין צו א נארמאלע פאלעטישען, גייען זיי נישט גיין צו איינער וועם זיי האבן פיינט, און איינער וואס איז געווען ביזי אראפצולייגן ווי משוגע זיי זענען ווען זיי האבן געהאלטן מיט טראמפ, ערגסטן פאל וועלן זיי זיך גיין זיכען א פרישע פאלעטישן וואס האט נישט געהאט קיין שייכות מיט די טראמפ סאמעטוכע אין שלום על אמעריטשקע.

יעצט למעשה, איך האלט נישט אז די באזע גייט זיך "אויפוועקן" פון די טראמפ נייטמער, אין אויב שוין יא גייען זיי נישט גיין מיט טשעיני.

פארשטייט זיך אז די משל וואס איך האב געמאכט אנהייב תגובה איז אסאך אסאך ווייטער במציאות ווי צו זאגן אז טשעיני גייט נאך אמאל ווערן פאפולער, אבער די עיקר האב איך געוואלט ארויסברענגן די נקודה שבו, איך קען מיר יעצט נעמען טענהען מיט יעדעם איינער ביי האק און ביי קרוק אז דאס גייט פאסירן און טראמפ גייט נאך ווערן באליבט ביי די ליבעראלן, און די קענסט מיר נישט אפפרעגן, ווייל איך זאג דיר נישט צו אז דאס גייט געשעהן איך האלט אבער אז עס איז דא א שטארקע שאנס, טיים וויל טאלק, די טענה פון "טיים וויל טאלק" איז אומאפפרעגבאר, ווייל וואס ווילסטו די צייט איז נאכנישט דא ווארט נאר ווארט דער עולם דארף זיך נאר אביסל אויפוועקן, ווען איינער זאל ווען זאגן און 1995 אז טראמפ גייט נאך איין טאג זיין פרעזידענט וואלט איך אין 2016 אים נישט אנגעקוקט ווי א העלד וואס קען גוט פארזאגן, נאר ווי איינעם וואס די דזשאוק איז אים געלונגען.

כלפי מה הדברים אמירם, עינט גאנא העפפען טשעיני גייט קיינמאל געווינען קיין רעפאבליקאנער נאמענאציע, קוים וואס איך גלייב אז זי גייט געווינען ריעלעקשאן אין איר סטעיט.

יא זי גייט יא
ניין זי גייט נישט
יא זי גייט יא
ניין זי גייט נישט
יא זי גייט יא
ניין זי גייט נישט
אין אזוי קענסטו דיך טעהנען די נעקסטע פיר יאר ביז...... אה איך האב נישט געזאגט זיכער עס גייט געשעהן.

(הרינו מוסר מודעה אז איך זיך נישט אראפצוקלאפן @טשעיני2024 איך האף ער בלייבט מיט אונז, איך האב נאר געוואלט ארויסברענגן מיין זייט)
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

@ר' זעקל ;l;p-

שטארק און קלאר!
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:@ר' זעקל ;l;p-

שטארק און קלאר!
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

;l;p- @ר' זעקל

איר דארפט נאר זייער אכט געבן אויף אייער שפראך. עס זענען דא דא אזעלכע וואס נעמען זייער פערסאנעל יעדע חוזק אויף א דעמאקראט, וואס ווי עס קען אויסזען אז מיט יעדע געלעכטער אין זייער דירעקציע פאלט שטיקער פון די דעמאקראטישע פארטיי.
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

עפעס אנדערש האט געשריבן:;l;p- @ר' זעקל

איר דארפט נאר זייער אכט געבן אויף אייער שפראך. עס זענען דא דא אזעלכע וואס נעמען זייער פערסאנעל יעדע חוזק אויף א דעמאקראט, וואס ווי עס קען אויסזען אז מיט יעדע געלעכטער אין זייער דירעקציע פאלט שטיקער פון די דעמאקראטישע פארטיי.

נישט דא אויף אייוועלט. דא דרייען זיך ערוואקסענע פון ביידע זייטן.

ב"ה אז איך האב נאכנישט געטראפן דא נישט די קארטעז - אומאר שפראך, און נישט די געטץ - גרין שפראך, דא דרייען זיך נארמאלע באזעסענע מענטשן פון ביידע זייטן, און קענען פארנעמען א ווערטל.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:@ר' זעקל ;l;p-

שטארק און קלאר!

גם אני מצטרף

גאר שטארקער משל, וואס איז שטארק דומה לנמשל.

-------

@ר' זעקל, עס איז שווער איר צו זעהן געווינען איר ריעלעקשן פריימערי פאר קאנגרעס.
מר קאפלאווסקי
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:58 am
לאקאציע: אינעם מצוה מענטשי'ס שאכטעל

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר קאפלאווסקי »

ר' זעקל האט געשריבן:
טשעיני2024 האט געשריבן:אבער דאנאלד טראמפ'ס נעט פעיווארעביליטי צווישן רעפובליקאנער צוריק אין 2015 (אונטער א יאר פאר די פריימעריס, יעצט האלט מען נאך דריי יאר פאר די פריימעריס) איז נישט געשטאנען צופיל בעסער ווי פרוי טשעיני'ס שטייט יעצט.

טראמפ איז געשטאנען די ערגסטע פון אלע קאנדידאטן אין דעם הינזיכט, און דוקא ער האט געוואונען!

קען מרס. טשעיני איבערשפילן טראמפ'ס אומערווארטעטע געוואונס (אין די פריימעריס) פון 2016?


נאכדערצו אז זי זיצט (בעסער געזאגט ליגט) אין די אנקעטעס דארט וואו טראמפ איז געווען בשעתו (פאר ער האט געמאלדן אז ער לויפט)...


יעצט צו דעם וואס די שרייבסט אז טראמפ איז געשטאנען דאס שוואכסטע אין 2015 אין מיט דעם אלעם איז ער ארויסגעקומען די שטארקסטע, וואס פון דעם ווילסטו ארויסנעמען אז טשעיני קען דאס אויך באווייזן, איך טוה שטארק דיסעגריען מיט די הוכחה, די סיבה פארוואס טראמפ איז געשטאנען שלעכט דאן אין די סיבה פארוואס טשעיני שטייט יעצט שוואך איז כרחוק מזרח ממעריב, טראמפ איז געווען א אימבאקאנטע פיגור אין פאליטיק, מען האט נישט געוויסט זיין פאליטיקל שטעלונג, מען האט אים נאר אנגעקוקט ווי א היפש צורידערטע ביליאנער וואס גלייכט אטענטשען, אבער ממש אריין אפאר וואכן אין די פארמעסט ווען מען האט געזעהן וואס ער פארקויפט זענען זיינע נומבערס ארויף געפלויגן, משא'כ טשעיני ווייסט יעדער פונקטלעך וואס זי האט צו פארקויפן אין טאקע פארדעם שטייט זי אזוי שוואך, נישט דא קיין סיבה פארוואס מען זאל פלוצלינג אנהייבן צו לויפן צו איר.


איך עגרי מיט דיר הרב זעקל.

טשעיני2024 האט געשריבן:
פארואס זאגטסטו אזוי? קוק ווי 84% פון רעפובליקאנער האבן דעמאלס געהאט א מיינונג אויף טראמפ, העכער ווי סיי ווער אויסער אים אין די ליסטע!

ליז טשעיני איז בכלל נישט אזא באקאנטע פיגור, די מערסט באקאנטע זאך פון איר איז איר לעצטע נאמען...

די טראמפ חסידים זענען געווארן משוגע וועגן איר ווייל זי האט זיך ארויסגעשטעלט ווי א אייזערנע פרוי, אבער אירע פאליסיס, דיבעיטינג סטייל, און היסטאריע איז בכלל נישט באקאנט, און טאקע וועגן דעם וועט זיך איר פעיוואראביליטי דראמאטיש טוישן אויב זי ווערט נוגע למעשה.

טשעיני חסיד

נעם אין באטראכט אז זי איז אין פובליק לייף שוין א וויילע... אירע פאליסיס זענען אפשר אומבאקאנט אבער מ'קען דעס זייער שנעל געוואר ווערען.

פלאס
די ריזען פארוואס טראמפ'ס אנקעטעס זענען געטאנצען ווי משוגע,
איז ווייל ער איז געווען א משוגענע גוטע רעדנער אין אויפלעבער!
אין א סאליד קאמפיין מעסעדזש, געבויט אויף וואס די עולם האט געוואלט הערן.
די מעלות זענען געקומען בעפאר זיינע פאליסיס!!

קען טשעיני באווייזען די זעלבע?
99% אז נישט... ווייל ווען יא, ווי איז זי געווען ביז יעצט?!

אלעס קען זיין, מיר זענען נאך צוויי יאר אוועק, באט איך גלייב נישט.
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

;l;p- :lol:

ר' זעקל!
(--ווערטערלאז--)
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”