פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם ***בלויז נייעס***

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

פעיק ניוז האט געשריבן:וואס שלאגט ער פאר?

ס'טייטש? מ'זאל אים נעמען.
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22694
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

מאדנע טענה. טראמפ איז שולדיג אז מען האט פארלוירן זיבן פון אכט פארמעסטן, וואס רוב פון זיי זענען פארגעקומען סאך פאר ער איז אריין אין פאליטיק?
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

און אז מען האט געהאט ברייטע געווינסען אינ'ם הויז און אינ'ם סענאט אום 2016 איז וועמענ'ס קרעדיט?
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1551
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

עפעס אנדערש האט געשריבן:און אז מען האט געהאט ברייטע געווינסען אינ'ם הויז און אינ'ם סענאט אום 2016 איז וועמענ'ס קרעדיט?

קלינטאן'ס
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29332
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

עפעס אנדערש האט געשריבן:און אז מען האט געהאט ברייטע געווינסען אינ'ם הויז און אינ'ם סענאט אום 2016 איז וועמענ'ס קרעדיט?

די דעמאקראטן האבן געגעינט 7 קאנגרעסלייט און 2 סענעטארן ביי די 2016 וואלן.

גראבע ליגענט/דמיון פון 115 אז די רעפאבליקאנער האבן געהאט מעכטיגע נצחונות אין קאנגרעס און סענאט אין 2016 דורך, איך קוואויט: "א ברענעדיגע טרעילער וואס איז אריינגעפארן אין שטאט", רעדנדיג פון טראמפ 2016.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

צל עובר האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:און אז מען האט געהאט ברייטע געווינסען אינ'ם הויז און אינ'ם סענאט אום 2016 איז וועמענ'ס קרעדיט?

די דעמאקראטן האבן געגעינט 7 קאנגרעסלייט און 2 סענעטארן ביי די 2016 וואלן.

גראבע ליגענט/דמיון פון 115 אז די רעפאבליקאנער האבן געהאט מעכטיגע נצחונות אין קאנגרעס און סענאט אין 2016 דורך, איך קוואויט: "א ברענעדיגע טרעילער וואס איז אריינגעפארן אין שטאט", רעדנדיג פון טראמפ 2016.

עס איז געווען 7 טאסס אפפס פאר די סענאט, און דריי און צוואנציג פאר די הויז. און מער רעפאבליקאנער זענען אויסגעשטאנען צו פארלירן. זיי האבן אין זייער ווילדסטען חלום נישט געטראכט נאר צו פארלירן 7 און 2. סא וואס פונקטליך איז די דמיונות?
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29332
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אז מיט אן אנדערן קאנדידאט וואלטן זיי געווען שוואכער, נישט דא קיין שום עווידענס אויף דעם.
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6801
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

צל עובר האט געשריבן:אז מיט אן אנדערן קאנדידאט וואלטן זיי געווען שוואכער, נישט דא קיין שום עווידענס אויף דעם.

אפשר נישטא קיין עווידענס פאר דעם אבער שווער צו גלייבן אז אן טראמפ'ס רורעל שטארקייט אין פענסילוועניע וואלט טומי געווינען -הגם ער איז געווען אסאך שטערקער ווי טראמפ אין די סובורבס- הגם דזשאנסאן וואלט לכאורה יא געווינען עניוועי -ער האט אווערפרעפארמעד טראמפ מיט 2.4%.

אבער פארשטייט זיך ווען מען רעדט פון די אלע טאס-אפ'ס -דהיינו אינדיאנא און מיזורי- איז לכאורה טראמפ בכלל נישט נוגע, הגם מען קען יא זאגן אז אויב וואלטן די רעפובליקאנער אויפן פרעזידענטשעל פראנט נאר אנגעהאלטן צו ראמני'ס נאמבערס אין די צוויי סטעיטס וואלט דאס נישט געווען גענוג צו אנהאלטן די סענאט.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29332
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

טומי האט געווינען פענסילוועניע מיט א פראצענט שטערקער ווי טראמפ...

אין מיין פיצי מיינונג, אויב קלינטאן שטייט קעגן א צווייטן, ווייניגער פארהאסטן רעפאבליקאנער, נאך די אלע פעיקע סקאנדאלן ווי די אימעילס, בענגאזי, און די קאומי בריוון, וכו', וואלט זי פארלוירן די פאפולער וואויט אויך, און די רעפאבליקאנער וואלטן מעגליך געווינען נאך עטליכע זיצן.
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6801
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

צל עובר האט געשריבן:טומי האט געווינען פענסילוועניע מיט א פראצענט שטערקער ווי טראמפ...

אין מיין פיצי מיינונג, אויב קלינטאן שטייט קעגן א צווייטן, ווייניגער פארהאסטן רעפאבליקאנער, נאך די אלע פעיקע סקאנדאלן ווי די אימעילס, בענגאזי, און די קאומי בריוון, וכו', וואלט זי פארלוירן די פאפולער וואויט אויך, און די רעפאבליקאנער וואלטן מעגליך געווינען נאך עטליכע זיצן.

אבער שוואכער אין רורעל פענסילוועניע.

אגב איך האלט אויך אז רוביא וואלט געווינען די פאפולער וואוטס אבער לכאורה פארלוירן מישיגען-וויסקאנסין-פענסילוועניע -אבער גאנץ מעגליך עס געקענט ריפלעיסען מיט ווירדזשיניע-קאלאראדא.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29332
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

@גיי, די אלע חשבונות ווי קלינטאן וואלט באזיגט רוביא קרוז און די אנדערע, איז לכאורה ארויס פון פענסטער נאך די קאומי בריוון. (און פאר די בריוון וואלט זי לכאורה באזיגט טראמפ אויך לויט די שיפט אין די אנקעטעס...)

ביטע נישט פארגעסן אז די אלע סענאט און קאנגרעס טאסאפס זענען געווען געבויעט אויף די זעלבע אנקעטעס, מוז כלל נישט זיין אז ווען נישט טראמפ וואלט עס בכלל געווען טאסאפ.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

לאמיר נישט פארגעסן אז זינט בוש הראשון'ס ערשטע טערמין (וואס בערך דעמאלטס האט מען לעגאלעזירט מיליאנען אימיגראנטן) האבן די רעפאבליקאנער קיינמאל נישט גרינג געווינען קיין פרעזידענטליכע עלעקשאנס, בוש הראשון האט פארלוירן אין 1992, בוש השני האט אין 2000 פארלוירן די פאפולערע שטימען און קוים בצרות געווינען די עלעקטארעל שטימען מיט איין הענגעדיגע פלארידע, און 2004 קוים בצרות געווינען די עלעקטארעל שטימען מיט אהייא, אריינגייענדיג קיין 2016 איז נישט דא קיין שום סיבה צו זאגן אז סיי וועלכע אנדערע קאנדידאט וואלט געווינען די פאפולערע שטימען נאכן זיך מוטשענען די לעצטע פאר עלעקשאנס, סאו אבוויעסלי האבן די רעפאבליקאנער געדארפט אויפקומען מיט איינעם וואס קען אויסברייטערן די עלעקטארעל קאלעדזש מאפע פאר די רעפאבליקאנער און דאס האט טראמפ דעליווערד.
נועם המידות
שר חמש מאות
תגובות: 973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:46 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נועם המידות »

ר' זעקל האט געשריבן:לאמיר נישט פארגעסן אז זינט בוש הראשון'ס ערשטע טערמין (וואס בערך דעמאלטס האט מען לעגאלעזירט מיליאנען אימיגראנטן) האבן די רעפאבליקאנער קיינמאל נישט גרינג געווינען קיין פרעזידענטליכע עלעקשאנס, בוש הראשון האט פארלוירן אין 1992, בוש השני האט אין 2000 פארלוירן די פאפולערע שטימען און קוים בצרות געווינען די עלעקטארעל שטימען מיט איין הענגעדיגע פלארידע, און 2004 קוים בצרות געווינען די עלעקטארעל שטימען מיט אהייא, אריינגייענדיג קיין 2016 איז נישט דא קיין שום סיבה צו זאגן אז סיי וועלכע אנדערע קאנדידאט וואלט געווינען די פאפולערע שטימען נאכן זיך מוטשענען די לעצטע פאר עלעקשאנס, סאו אבוויעסלי האבן די רעפאבליקאנער געדארפט אויפקומען מיט איינעם וואס קען אויסברייטערן די עלעקטארעל קאלעדזש מאפע פאר די רעפאבליקאנער און דאס האט טראמפ דעליווערד.

יאפ עס איז קלאר אז טראמפ האט געשיפט פלארידע, אייאווע, אהייא, פון סווינג סטעיטס צו לייקלי רעפובליקאן סטעיטס אבער האט אויך אין די זעלבע צייט געשיפט דזשארזשיע און אריזאנע פון סעיף רעפובליקאן צו ליען דעמאקרעט.
מר. טראמפ, ווי זענען די דאקומענטן מיט די טאפ סיקרעט קלערנס פון די ליידיגע פאלדערס אפירגעקומען???!!!

די אמעריקאנער פאלק דארף ענטפערס!
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

נועם המידות האט געשריבן:

דזשארדזשיע און אריזאנע זענען בכלל נישט אריין געפארן אין לין דעמאקראט טערעטאריע, ס'שטייט יעצט ביי טאס-אפ.

טראמפ האט אויך געשיפט טעקסאס פון סעיף רעפובליקאן צו א שטארקע לין רעפובליקאן.

אויך נישט פארגעסן אז אינטער טראמפ זענען פענסילוועניע מישיגען אין וויסקאנסאן באקוועם אריינגעפארן צו די טאס-אפ קאלעם.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

און חוץ מזה פון 2020 עלעקשאנס אליין קען מען נישט קיין סאך בויען.

קודם האסטו געהאט מעיל אין בעלאטס אויף א מאסיווער פארנעם וואס די דעמאקאטן האבן גענוצט ארויסצוברענגן וואוטערס וואס וואלטן קיינמאל געגאנגן צו די שטים בוטקעס בשעת וואס דער רעפאבליקאנער קאנדידאט טראמפ האט עס אראפגעריסן צוריקהאלטענדיג די רעפאבליקאנער פון אויפפיקן אזאלכע וויילער וואס גייען נישט צו די שטים בוטקעס.

און נאכמער צווייטענס האט די אינקאמבענט רעפאבליקאנער פרעזידענט זיך געמוטשעט מיט א שוידערליכע פענדעמיק וואס שוין נישט געווען פאר איבער הונדערט יאר וואס האט אויך צוגעברענגט צו א עקאנאמישע קראך וואס דאס אליין וואלט געקענט אים מאכן פארלירן מיט א לענדסלייט.

און נאך דעם אלעם האט ער אינגאנצן פארלוירן מיט א נישטיגע 10-20 טויזענט שטימען אין דריי שמאלע פארמעסטן, וואדאי האט ער פארלוירן די פאפולערע שטימען מיט אסאך מער אבער וואו געשמיסט איז דאס טאקע זיין שטארקייט ביי די עלעקטאראלע שטימען.
נועם המידות
שר חמש מאות
תגובות: 973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:46 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נועם המידות »

אה חשבונות... 1992 און 2000 קען מען אויך בויען מיט פשעטלעך, די מציאות איז אז דזשארדזשיע און אריזאנע האבן ביידע געהאט 2 רעפאבליקאנער סענעטארס ווען טראמפ איז אריינגעקומען און 2 דעמאקראטישע סענעטארס ווען טראמפ איז ארויס - וואס דעס איז דירעקטע תוצאה פון טראמפ.
מר. טראמפ, ווי זענען די דאקומענטן מיט די טאפ סיקרעט קלערנס פון די ליידיגע פאלדערס אפירגעקומען???!!!

די אמעריקאנער פאלק דארף ענטפערס!
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

ס'איז א דירעקטע תוצאה פון טראמפ'ס שטויסן אויף דער ערד נאכן פארלירן די עלעקשאנס, אין פאקט האט פערדו געווינען עלעקשאן נייט.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

ווייל מ'קען אייביג בויען חשבונות מיינט נישט אז מ'קען מער קיינמאל נישט נוצן קיין חשבונות אפילו ווען ס'איז סאליד שטארקע פוינטס.
נועם המידות
שר חמש מאות
תגובות: 973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:46 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נועם המידות »

אמת אבער חשבונות קענען די דעמאקראטן אויך מאכן, קודם קאוויד איז אין א געוויסע זין געווען א מעלה פאר טראמפ ווי ער העפטיג קאמפיינט אז ביידען גייט צירוק גיין צו די לאקדאונס און גייט צירוק פארמאכן אלע סקולס, נאכדעם איז געווען ראיאטן וואס די רעפאבליקאנער האבן גוט אויסגעניצט ווי כאילו ביידען שטיצט די ראיאטן וואס דעס האט גוט געארבעט ספעציעל ביי אינדעפענדאטס וכו’ וכו’ בקיצור מיט חשבונות וועסטו קיינמאל נישט ענדיגן.
מר. טראמפ, ווי זענען די דאקומענטן מיט די טאפ סיקרעט קלערנס פון די ליידיגע פאלדערס אפירגעקומען???!!!

די אמעריקאנער פאלק דארף ענטפערס!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29332
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ר' זעקל האט געשריבן:לאמיר נישט פארגעסן אז זינט בוש הראשון'ס ערשטע טערמין (וואס בערך דעמאלטס האט מען לעגאלעזירט מיליאנען אימיגראנטן) האבן די רעפאבליקאנער קיינמאל נישט גרינג געווינען קיין פרעזידענטליכע עלעקשאנס, בוש הראשון האט פארלוירן אין 1992, בוש השני האט אין 2000 פארלוירן די פאפולערע שטימען און קוים בצרות געווינען די עלעקטארעל שטימען מיט איין הענגעדיגע פלארידע, און 2004 קוים בצרות געווינען די עלעקטארעל שטימען מיט אהייא, אריינגייענדיג קיין 2016 איז נישט דא קיין שום סיבה צו זאגן אז סיי וועלכע אנדערע קאנדידאט וואלט געווינען די פאפולערע שטימען נאכן זיך מוטשענען די לעצטע פאר עלעקשאנס, סאו אבוויעסלי האבן די רעפאבליקאנער געדארפט אויפקומען מיט איינעם וואס קען אויסברייטערן די עלעקטארעל קאלעדזש מאפע פאר די רעפאבליקאנער און דאס האט טראמפ דעליווערד.

די רעפאבליקאנער זענען אויך קיינמאל נישט געלאפן קעגן הילערי קלינטאן, די צווייטע מערסטע פארפיינטעטע קאנדידאט אין אמעריקע היסטאריע, און דאס איז לויט די אנקעטעס וואס האבן איר איבערגעשאצט..

אנקעטעס האבן געוויזן אז רוביא און קרוז באזיגן קלינטאן, און דאס איז געווען נאך פאר די # באט הער אימעילס..

חוץ דעם האבן די רעפאבליקאנער קיינמאל געהאט א פראבלעם צו געווינען קאנגרעס און סענאט. און פון דעם רעדט מען דא.

[offtopic]וויסקאנסין און פענסילוועניע זענען שוין סווינג סטעיטס צענדליגער יאר אויף דעם פרעזידענט לעוועל, גאור מיט קערי האבן עס געווינען זייער שמאל, פלארידע איז אלעמאל געווען פינק, חוץ ווען ליבערמאן האט געברענגט פאר גאור אפנארמאלע מארדזשינס ביי די אידן.

אהייא און אייאווע דעקן בסך הכל פאר ווירדזשיניע קאלעראדא, ניו העמשיר און ניו מעקסיקא.[/offtopic]
אוועטאר
א דאך
שר האלפיים
תגובות: 2583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 19, 2021 4:44 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א דאך »

רעסמוסאן 2024 אנקעטע:

דאנאלד טראמפ (ר) 50%
דזשוי ביידען (ד) 36%

ראן דיסענטיס (ר) 46%
דזשוי ביידען (ד) 35%
MAKE AMERICA ORANGE AGAIN
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

צל עובר האט געשריבן:
[offtopic]פלארידע איז אלעמאל געווען פינק, חוץ ווען ליבערמאן האט געברענגט פאר גאור אפנארמאלע מארדזשינס ביי די אידן.

זינט ווען איז פלארידע געווען פינק ?

אבאמא מיט מעקעין און ראמני אויפן בעלאט האט עס ביידע מאל געוואונען, און יא, אינטער טראמפ איז פלארידע געווארן פינק.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29332
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פלארידע איז געווען 3% רעכטס פון דעם לאנד זינט דעם יאר 1976 ווען דזשימי קארטער איז דארט געווען עטוואס שטערקער ווי נאציאנאל, מסתמא צוליב זיין גובערנאטאר פאזיציע אין די דערנעבנדיגע דזשארדזשיע. (דזשארדזשיע אליינס האט ער געווינען מיט א ריזן לענדסלייד.) מיטן אויסנאם פון 00 ווען עס איז געווען בלויז א האלבע% רעכטס פון לאנד, צוליב אומגעהויערע מארדזשינס פאר גאור אין די אידישע געגענטער, פשטות צוליב ליבערמאן. (אין ניו יארק איז גאור אויך געווען אויסטערליש שטארק.) ביז 2020 (קען זיין אז עס האט זיך אנגעהויבן אין 2018.) ווען טראמפ איז געווען ארום 8% שטערקער ווי נאציאנאל.

זינט 1998 איז די סטעיט קאנטראלירט אינגאנצן דורך די רעפאבליקאנער, פון די לענגסטע אין לאנד.

סוי פון ליכטיג פינק, איז עס געגאנגען צו טינקל פינק/רויט.

(קוק נישט אבאמע'ס 08 מארדזשינס אין אסאך רויטע שטאטן, ווייל עס קען שווארץ ווערן פאר די אויגן.)
קיינמאל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3141
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 15, 2022 8:38 pm
לאקאציע: קרית יואל

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל »

צל עובר האט געשריבן:אז מיט אן אנדערן קאנדידאט וואלטן זיי געווען שוואכער, נישט דא קיין שום עווידענס אויף דעם.

קוק אן ראמני אין מעקעין
זאג קיינמאל נישט קיינמאל ווייל די קענסט קיינמאל נישט וויסען
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29332
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ראמני און מעקעין זענען געלאפן קעגן קלינטאן אין 2016?
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”