-
ציטיר
-
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך ר' יום טוב »
אקעי, ס'איז א ברייטע שפראך צו שרייבן פאר א צייטונג, אבער איין ריכטיגע פוינט וואס ער האט בארירט איז די חלק פון באלמוטשען די דרייווער, וואס דאס איז א באזונדערע סאבדזשעקט, און איז נוגע לאו דוקא ביי באס דרייווער, נאר ביי יעדע ארבייט וואס נעמט אריין קאסטומער סערוויס ביים היימישן עולם איז ביטערליך שווער צו טרעפן היימישע ארבייטער פאר א סיבה.
דאס איז די סיבה פארוואס קיינער וויל נישט דרייוון קיין טעקסי פאר $1500 א וואך, נישט ווייל ס'איז שווער צו דרייוון אדער אומ'בכבוד'יג, נאר ווייל מ'דארף דיעלן מיט הונדערט מענטשן א טאג, יעדער מיט זיינע קאמענטארן. דאס איז אויך די סיבה פארוואס מען מוז נעמען גוים צו שטיין ביים רעגיסטער אין גראסערי. דעם ערל קענסטו נישט צופיל משוגא מאכן, און דו טרעפסט אים נישט אין ביהמ"ד צו קאמענטירן אז די מילך איז געווען זויער. והבן.
איך ווייס פון א באס דרייווער וואס האט אויפגעגעבן און געגאנגען זיין א טראק דרייווער, ווי ער באקומט ווינציגער באצאלט, ארבעט מער פיזיש מיט א שווערערע סקעדשול, אבער עס איז פיל לייכטער גייסטיש.