מאנרא באס ליין (עקסעלענט)

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

נו שוין האט געשריבן:צום ארטיקל, זייער גוטע פוינטס.

איין נקודה וואס האט געסטרייקט מיין אויגן, איז די פרויען זאל מען ארויפלאזן קודם, א פארווייטאגטע נושא..

יו איז דאס בושות ווי מזעהט נעבעך פרויען מוטשן זיך אוועק מיט זייערע קערידזשעס און מענער זענען ביזי זיך ארויצשטופן כאפן א גוטע סיעט אן קיינעם בייפאלן אז מדארף דא איינעם העלפן, סאיז דא געציילטע "קריאוזע" (ליידער אזוי קוקט מען זיי אן) אידן וואס האבן די קאפ אויפן פלאץ מיטן העלפן די אומבאפארעטע פרויען.

נו שוין, וואס האמיר ווייטער צורעעדן, די בלוט קומט מיר ארויף אויפן קאפ.

דער נושא אפיעלט צו 95%
#בשיטה נישט
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3101
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

אלץ א קביעות'דיגער רייזענדער האב איך זייער הנאה געהאט אז זיי נעמען די ווערטשאפט אין די האנט אריין.
און ווער עס פילט זיך געטראפן, קען אננעמען אז טאקע אים האט מען געמיינט...
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
מגדים
שר חמש מאות
תגובות: 774
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 4:58 pm

Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגדים »

Mezofzef האט געשריבן:אלץ א קביעות'דיגער רייזענדער האב איך זייער הנאה געהאט אז זיי נעמען די ווערטשאפט אין די האנט אריין.
און ווער עס פילט זיך געטראפן, קען אננעמען אז טאקע אים האט מען געמיינט...

;l;p-
אוועטאר
כ'לאך
שר האלף
תגובות: 1113
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 11:40 am

Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'לאך »

ר' יום טוב האט געשריבן:אקעי, ס'איז א ברייטע שפראך צו שרייבן פאר א צייטונג, אבער איין ריכטיגע פוינט וואס ער האט בארירט איז די חלק פון באלמוטשען די דרייווער, וואס דאס איז א באזונדערע סאבדזשעקט, און איז נוגע לאו דוקא ביי באס דרייווער, נאר ביי יעדע ארבייט וואס נעמט אריין קאסטומער סערוויס ביים היימישן עולם איז ביטערליך שווער צו טרעפן היימישע ארבייטער פאר א סיבה.

דאס איז די סיבה פארוואס קיינער וויל נישט דרייוון קיין טעקסי פאר $1500 א וואך, נישט ווייל ס'איז שווער צו דרייוון אדער אומ'בכבוד'יג, נאר ווייל מ'דארף דיעלן מיט הונדערט מענטשן א טאג, יעדער מיט זיינע קאמענטארן. דאס איז אויך די סיבה פארוואס מען מוז נעמען גוים צו שטיין ביים רעגיסטער אין גראסערי. דעם ערל קענסטו נישט צופיל משוגא מאכן, און דו טרעפסט אים נישט אין ביהמ"ד צו קאמענטירן אז די מילך איז געווען זויער. והבן.

איך ווייס פון א באס דרייווער וואס האט אויפגעגעבן און געגאנגען זיין א טראק דרייווער, ווי ער באקומט ווינציגער באצאלט, ארבעט מער פיזיש מיט א שווערערע סקעדשול, אבער עס איז פיל לייכטער גייסטיש.

;l;p- זייער ריכטיג
כ׳לאך ווען ס׳איז מיר גוט. נישט ווען דער פאטאגריפער הייסט
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

עס שרייט ארויס פון די שפראך דארט אסאך ווייטאג און פראסטרעישאן, ממילא בין איך דן לכף זכות אז זיי האבן יעצט ארויסגעשטעלט דאס גאנצע פעקל פאר'ן ציבור ווי עס שטייט און גייט.

כמעט אלע נקודות זענען אמת ויציב, נאר די שפראך כנ"ל.

צוויי זאכן זענען לדעתי נישט גערעכט. איינס, צו הייסן טאטעס האבן גרייט געלט פאר די יונגלעך, און מאמעס האבן גרייט געלט פאר די מיידלעך. סארי, אביסל נארמאלקייט. אז איינער פון צען טויזנט פארגעסט צו באצאלן קענסטו נאך נישט זיין אזוי שטייף מיט יעדן איינעם, און דוקא אין די מינוטן וואס מען שפאנט ארויף אויפ'ן באס (היצן, שניי, רעגן, פעקלעך, בעיביס). מעגסט טראסטן א ווייבל אז איר מאן האט באצאלט אדער וועט באצאלן!

צווייטנס, פארוואס נעמען זיי נישט קיין קארטלעך??? טראסט נישט די פרויען אז די מענער באצאלן? נעם זייער קארטל! דארפסט פונקטליכע טשעינדזש אויפ'ן האר און ווילסט נישט געבן קיין טשעינדזש? ווילסט נישט פירן חשבונות? נעם דאס קארטל! עס קאסט דיר דריי פראצענט? קודם כל דאס איז היינט ביזנעס, רעכן עס ווי מעינטענענס און אינשורענס, און צווייטנס קענסט הייבן די פרייזן מיט נאך דריי פראצענט פונקט ווי יעצט האסטו געהויבן מיט בערך צען פראצענט! אבער לאז דעם עולם במנוחה אז מ'קען סווייפן א קארטל.

און ווייסט וואס, די גרעסטע געווינערס וועלן נאך זיין די דרייווערס, ווייל דריי פערטל מענטשן וועלן סווייפן די קארטל און דער דרייווער קען דערווייל טון זיינע זאכן מיט'ן גאנצן רואיגקייט. איז נישט זיין רואיגקייט און סעיפטי ענקער הויפט נקודה? לאזן סווייפן די קארטל איז די גרינגסטע און שנעלסטע עצה דערצו. אנהויבן צו נעמען דאס קארטל איז איינס פון די בעסטע פאזיטיווע שריט וואס די קאמפאני קען מאכן.
אין עוד מלבדו
אוועטאר
קלמן יעגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 3:56 am

Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן יעגער »

סתם נייגעריג; מאנסי באס קאמפעני וויאזוי געבן זיי זיך אן עצה מיט די אלע פראבלעמען?
zurich
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 10, 2019 12:55 am

Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zurich »

תואר האט געשריבן:אזוי ווי דממה שרייבט.

די זאך איז גאנץ פשוט, אזא שפראך קען זיך א קאמפעני ערלויבן צו נוצן ווען ס'איז נישטא קיין קאמפעטישן.
אויב וואלט געווען נאך א באס קאמפעני וואלט מען געלייענט גאר אן אנדערע שפראך, סימפל.

Pls explain your thoughts why there is no competition?
אוועטאר
כ'לאך
שר האלף
תגובות: 1113
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 11:40 am

Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'לאך »

זיי נעמען דאך נאר קעש טא עוואויד לאנג ליינס :P
כ׳לאך ווען ס׳איז מיר גוט. נישט ווען דער פאטאגריפער הייסט
כל טוב
שר האלף
תגובות: 1282
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כל טוב »

ווייסט איינער אויב מענצער'ס באסעס פאר די עלטערע אידן גייט זיין פון עקסעלענט?
לעצט פארראכטן דורך כל טוב אום זונטאג אקטאבער 03, 2021 11:49 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
תשעט
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 08, 2018 3:07 pm

Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תשעט »

א פארשעמענדע ארטיקל נעקסט לעוועל!
איך וואלט ווען געגלייבט אז איינער גרייט זיך צו עפענען א קאמפעטישאן קעגן זיי און האט אריינגעשטעלט די ארטיקל..
אויב יא איז עס א געוואלדיגע סטראטעגיע.

און אויב דעיס קומט יא פון עקסעלענט דא איז מיינע צוויי סענט:

עטליכע נקודות זענען ריכטיג אבער די וועג איז נישט עס צו שרייבן אין אזא חוצפה'דיגע שפראך,

און עטליכע נקודות זענען ממש נישט ריכטיג,
נאר ענדערש גאר שלעכטע קאסטומער סערוויס וואס איז פארשעמענד פאר א פראפעסיאנאלע היימישע קאמפאני,
און נאכדערצו עס צו שרייבן אזוי פרעך לגבי זייערע קאסטומער'ס, וואס דאס זענען היימישע טאטע'ס מאמע'ס זיידע'ס און באבע'ס,

אלזא, אויב ווילסטו מצליח זיין און ביזנעס דאן לייג אוועק דעם ארטיקל אלס א ביישפיל וויאזוי 'נישט' צו אדרעסירן קאסטומער'ס,

איך פערזענליך קומט מיך אויס פון צייט צו צייט צו ניצן זייערע באס'עס, איך פיל אז איך וועל נישט אזוי שנעל נאכאמאל אויפגיין אויף א עקסעלענט באס, (איך האב אנדערע וועגן צו פארן)
נאך איינער

Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך איינער »

zurich האט געשריבן:
תואר האט געשריבן:אזוי ווי דממה שרייבט.

די זאך איז גאנץ פשוט, אזא שפראך קען זיך א קאמפעני ערלויבן צו נוצן ווען ס'איז נישטא קיין קאמפעטישן.
אויב וואלט געווען נאך א באס קאמפעני וואלט מען געלייענט גאר אן אנדערע שפראך, סימפל.

Pls explain your thoughts why there is no competition?

סמעגליך אז סאיז נישט דא גענוג ביזנעס פאר צוויי, אין ער גייט זיכער ריפן צי די"ת אויב מאכסטי קאמפטישן, פלאס די גייסטי נישט קענען באקומען גאווערמענט פאנדיג, ווייל ער האט שוין די ראוט,
חייםושלום

Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייםושלום »

איך זע עפעס אנדערש. זיי האבן אראפגעשטעלט א יסוד: פון היינט און ווייטער זענען מיר מער נישט קיין בית המדרש, נאר א געהעריגע ביזנעס.

ווי זע איך עס? ווייל אסאך פון די אלע נקודות האט גארנישט מיט זיי, נאר מיט די אטמאספערע אויפ׳ן באס. למשל וואס באדערט פאר עקסעלענט באסעס אז מען רעד אויפ׳ן סעלפאון? אז מען קראכט אריין אין מענטשן?

זייער אסאך אומקבאקוועמלכקייטן פאר די ״פאסאזשירן״ קומען פון די בחור׳ישקייט פון מענטשן. ווער עס איז שוין אפאר מאל געפארן מיט די באסעס אין פארשידענע צייטן ווייסט וואס מען מיינט.

אויב וועט דאס אויפטון אז מענטשן זאל פילן מער באקוועם בשעת׳ן פארן, און זיי וועלן צושטעלן בעסערע סערוויס, און עס וועט זיין צו וועם צו רעדן, זאלן זיי דאס טון בכל חומר הדין.


נאך עפעס: די קביעות׳דיגע קאסטומער פון א באס קאמפאני מיט וועם זיי דארפן זיך עכט רעכענען, זענען די קביעותדיגע מיטפארער, די וואס פארן יעדן טאג צום ביזנעס. זיי ברענגען די מערסטע רווחים, און זיי דארפן די אלע פאליסיס זיך צו שפירן נארמאל און רואיג ביי זייער טעגליכע רייזע.
אוועטאר
גברא דקפדנא
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 4:59 pm

Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גברא דקפדנא »

יעדער איז מסכים אז ס'זאל זיין א נארמאלע ביזנעס, דארפן זיי אבער אויך צושטעלן וואס א 'היינטיגע' נארמאלע ביזנעס שטעלט צו.

איך וואלט געמאכט א טעבלעט ביים ארויפקומען וואו מ'קען אריינלייגן די פרטים פון די נסיעה און עס זאל ארויספרינטן א טיקעט וכדומה, מ'זאל קענען נארמאל סווייפן, אנשטאט א טיקעט זאל זיין א קארטל, און דער דרייווער זאל שטיין אונטן פארן ארויפלאזן ווי איידער מ'זאל דארפן שטיין אין די ליניע אויף די טרעפ מיט זעקלעך און טאנצעדיגע קינדער.
אינטער שמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 15, 2020 6:02 pm

Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטער שמש »

די צעטל איז געשריבען זייער שלעכט און נישט פראעשענאל און קאסטומער פרענדלי

נאך מער , עס איז אזוי אריכתדיג געשריבען / געפאטשקעט און ס'האט דאך גיקאסט אריינצולייגען אין די צייטונגען

מיט דעם אלעם דארף מען פארשטיין אז ס'יז א שווערע ביזנעס און מ'מאכט נישט קיין געלט , והא ראי' אז ר'פריינד האט אויפגעגעבען

איך ווייס פון ארבעטערס אין די קאמפאני וואס האבען געמוזט אויפגעבען צוליב די פרעשור

און לשבחם דארף מען אנערקענען אז עקסעללענט שטעלט צו גאר גוטע באסעס ,פיל בעסער ווי בעפאר
וואס ווען ווי אזוי
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 8:51 pm

Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס ווען ווי אזוי »

zurich האט געשריבן:זייענדיג אן אפטע פארער מיט זיי, קען איך נישט מער ווי אגריען מיט דע וויכטיקקייט פון איעדע נקודה וואס זיי שרייבן ( א חוץ דע פרייז העכערונג פארשטייט זיך)

אמת אבער עס זענען דא צוויי וועגן ווי אזוי עס צו שרייבען נישט מאכן פילן ווי זיי טהן א גאנצע טובה
נאך איינער

Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך איינער »

אינטער שמש האט געשריבן:די צעטל איז געשריבען זייער שלעכט און נישט פראעשענאל און קאסטומער פרענדלי

נאך מער , עס איז אזוי אריכתדיג געשריבען / געפאטשקעט און ס'האט דאך גיקאסט אריינצולייגען אין די צייטונגען

מיט דעם אלעם דארף מען פארשטיין אז ס'יז א שווערע ביזנעס און מ'מאכט נישט קיין געלט , והא ראי' אז ר'פריינד האט אויפגעגעבען

איך ווייס פון ארבעטערס אין די קאמפאני וואס האבען געמוזט אויפגעבען צוליב די פרעשור

און לשבחם דארף מען אנערקענען אז עקסעללענט שטעלט צו גאר גוטע באסעס ,פיל בעסער ווי בעפאר

הייסט עס די גייסט מיט די הנחה אז פריינד האט אויפגעגעבן ווייל ער האט דערלייגט.. אין עקסעלענט איז דא לשם מצווה..

פריינד האט פארקויפט זיין ביזנעס, אזוי אסאך ביזנעסער פארקויפן זיך, אין עקסעלענט וואלט קיינמאל נישט אפגעקויפט אדער אפילו איבערגענומען אויב מאכט מען נישט קיין געלט,
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

פאטענט קרעדיט?
זיי קענען מאכן עפעס א דיעל מיט/ביי פת שחרית און/אדער אנדערע געשעפטן גלייך ביי די הויפט סטאנציעס אז מ'קען דארט קויפן עפעס א סארט טיקעט קיופאן וואוטשער ווארעווער, צו העלפן אויב מהעט נישט פונקטליך קעש אויפ'ן האר לויט די צאל פאסאזשירן. לאמיר זעהן עפעס נארמאלע קאסטומער סערוויס.
אין עוד מלבדו
אינטער שמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 15, 2020 6:02 pm

Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטער שמש »

פרעג דיך אביסל נאך
אכט
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 15, 2021 12:56 pm

Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אכט »

דונש האט געשריבן:איינער האט געשריבן דא אז א קאר סערוויס איז 95, אםשר קיין מאנהעטען איז דאס די פרייז, קיין וויליאמסוברג איז 120 + טאל, און לעצטענס זענען אלע ארויף מיט די פרייז מילא קען זיין איז שוין טייערער

כאב יעצט אראפגעלייגט מיט מיין חבר, ער זאגט אז ער האט געצאלט פון בארא פארק 95, די וועג צוריק איז נישט דא קיין טאלל
צוריק אין די ישיבה וואו ער האָט פארבּראַכט, און לערנט בּייטאָג און בּיינאַכט


יָשַׁנְתִּי אָ״ז יָנוּחַ לִ״י
עציץ נקוב
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 07, 2018 12:22 am

Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עציץ נקוב »

פאטעיטא טשיפס האט געשריבן:צוויי זאכן זענען לדעתי נישט גערעכט. איינס, צו הייסן טאטעס האבן גרייט געלט פאר די יונגלעך, און מאמעס האבן גרייט געלט פאר די מיידלעך. סארי, אביסל נארמאלקייט. אז איינער פון צען טויזנט פארגעסט צו באצאלן קענסטו נאך נישט זיין אזוי שטייף מיט יעדן איינעם, און דוקא אין די מינוטן וואס מען שפאנט ארויף אויפ'ן באס (היצן, שניי, רעגן, פעקלעך, בעיביס). מעגסט טראסטן א ווייבל אז איר מאן האט באצאלט אדער וועט באצאלן!

ליידער איז דא פלענטי גנבים סאו מען קען נישט בעטן אז זיי זאלן טראסטן (ע"ע מקוה און נאך פלעצער ווי ליידער אסאך מענטשען שווינדלן)
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

אכט האט געשריבן:
דונש האט געשריבן:איינער האט געשריבן דא אז א קאר סערוויס איז 95, אםשר קיין מאנהעטען איז דאס די פרייז, קיין וויליאמסוברג איז 120 + טאל, און לעצטענס זענען אלע ארויף מיט די פרייז מילא קען זיין איז שוין טייערער

כאב יעצט אראפגעלייגט מיט מיין חבר, ער זאגט אז ער האט געצאלט פון בארא פארק 95, די וועג צוריק איז נישט דא קיין טאלל

זיי נישט ברוגז, נישטא קיין וועג אריין אין ניו יארק סיטי אנע צאלן שטייער.
געשטימט פאר ראשעק הול
אכט
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 15, 2021 12:56 pm

Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אכט »

צולייגער האט געשריבן:
אכט האט געשריבן:
דונש האט געשריבן:איינער האט געשריבן דא אז א קאר סערוויס איז 95, אםשר קיין מאנהעטען איז דאס די פרייז, קיין וויליאמסוברג איז 120 + טאל, און לעצטענס זענען אלע ארויף מיט די פרייז מילא קען זיין איז שוין טייערער

כאב יעצט אראפגעלייגט מיט מיין חבר, ער זאגט אז ער האט געצאלט פון בארא פארק 95, די וועג צוריק איז נישט דא קיין טאלל

זיי נישט ברוגז, נישטא קיין וועג אריין אין ניו יארק סיטי אנע צאלן שטייער.
צוריק אין די ישיבה וואו ער האָט פארבּראַכט, און לערנט בּייטאָג און בּיינאַכט


יָשַׁנְתִּי אָ״ז יָנוּחַ לִ״י
מצפים לגאולה

Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצפים לגאולה »

צולייגער האט געשריבן:
אכט האט געשריבן:
דונש האט געשריבן:איינער האט געשריבן דא אז א קאר סערוויס איז 95, אםשר קיין מאנהעטען איז דאס די פרייז, קיין וויליאמסוברג איז 120 + טאל, און לעצטענס זענען אלע ארויף מיט די פרייז מילא קען זיין איז שוין טייערער

כאב יעצט אראפגעלייגט מיט מיין חבר, ער זאגט אז ער האט געצאלט פון בארא פארק 95, די וועג צוריק איז נישט דא קיין טאלל

זיי נישט ברוגז, נישטא קיין וועג אריין אין ניו יארק סיטי אנע צאלן שטייער.

סאיז יא דא זי וועג נעמט נאר זייער זייער לאנג,
zurich
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 10, 2019 12:55 am

Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zurich »

נו שוין האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:צום ארטיקל, זייער גוטע פוינטס.

איין נקודה וואס האט געסטרייקט מיין אויגן, איז די פרויען זאל מען ארויפלאזן קודם, א פארווייטאגטע נושא..

יו איז דאס בושות ווי מזעהט נעבעך פרויען מוטשן זיך אוועק מיט זייערע קערידזשעס און מענער זענען ביזי זיך ארויצשטופן כאפן א גוטע סיעט אן קיינעם בייפאלן אז מדארף דא איינעם העלפן, סאיז דא געציילטע "קריאוזע" (ליידער אזוי קוקט מען זיי אן) אידן וואס האבן די קאפ אויפן פלאץ מיטן העלפן די אומבאפארעטע פרויען.

נו שוין, וואס האמיר ווייטער צורעעדן, די בלוט קומט מיר ארויף אויפן קאפ.

דער נושא אפיעלט צו 95%

ביסט 100% גערעכט

לאמיר זעהן דע אנדערע זייט מטבע
א גרויסע פארצענט פון דע מענער וואס שטופען זיך ארויף זענען פון דע וואס דער באשעפער האט זיי באשערט אז "איעדן טאג" פון דע וואך נאך א שווערע טאג ארבייט דארפען זיי פארען צווישען 1 1/2 -ביז 3 שעה'דיגע וועג אנצוקומען אהיים
דע אידן האפן אין לעכצען צו כאפן א שטיקעל דרימעל דע ביסל צייט ( זיי שלאפן נישט געווענדליך קיין 8 שעה א נאכט)
ווי באקאנט פארן אויפן באס אויך כל צרוע וכל זב/ קליינע קינדער/ דראפ אוטס אין צומאל אינם בני ברית ועוד אין סאיז אסאך מאל זייער אומבאטעמעט אין סלייגט צו אסאך צו זייער בזיעת אפיך

איך מיין אז זיי האבן אויך א שטיקעל רעכט
איך גיי שוין נישט אריין אין דעם אז דע זענען דע וואס זענען דע גורם אז דער באס זאל קענען אנהאלטען דע כסדרדיגע רוטס וואס איז א טובה פאר יעדעם
zurich
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 10, 2019 12:55 am

Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zurich »

אז מען קיקט אויף דע תגובות באמערקט מען אז עפ'ר דע קביעותדיגע מיטפארער זענען צופרידן מיטען בריוו, אין דע אנדערע זענען דע מיט דע טענות.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”