מאנרא באס ליין (עקסעלענט)
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)
איינער ווייסט אויב מאנרא באס ליין האט א רוט פון מאנרא קיין בארא פארק און צוריק
Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)
א בריוו וואס איז געווען עטליכע וואכן צוריק אין די וואכענשריפט
לתועלת הציבור:
לכבוד די חשובע רעדאקציע פון די "וואכענשריפט".
היות אז דער באנוץ פון פאבליק טראנספארטאציע פון קרית יואל אריין אין שטאט איז געווארן לעצטענס שווער און אומדערטרעגליך, על כן ווילן מיר מיטטיילן מיטן חשוב'ן ציבור א גאר פראקטישע עצה, מיט וואס פילע אידן האבן זיך באנוצט די לעצטע וואך צוויי, און האבן נישט אויפגעהערט אונז צו דאנקען, און שטארק הנאה געהאט.
ווען איר קומט אן צו א באס סטאפ אין די געווענליכע שעות ווען עס דארף קומען א באס, און איר זעט דארט א קבוצה ווארטענדע מענטשן, זאלן זיך 6 אידן צוזאמנעמען צווישן זיך (3 מענער און דריי נשים וכדו'), און תיכף קאלן איינע פון די געווענליכע פירמעס וואס שטעלן צו מיני ווענס און באשטעלן א קאר צו שטאט.
זיי האבן אלץ גרייט מיני ווענס פאר לאנג דיסטענס, דער פרייז איז אלץ בערך 120$, יעדער צאלט 20$, און מען האט הנאה פון א געשמאקע פריוואטע רייזע, מיט אלע באקוועמליכקייטן פון א קאר און אן קיין בייטש איבערן קאפ.
עס איז באקוועמער (מיט א קאר), גרינגער (מען דארף נישט אויסווארטן דעם באס), מער צוגענגליך (אן אלע רעסטריקשאנס) מער בדרך כבוד (מען פארשיקט נישט קיינעם וואס האט עובר געווען אויף די רעגולאציעס) מען קומט אן סאך שנעלער (מען פארט נישט ארום איבער אלע סטאפס דאהי און אין שטאט) און אוודאי ביליגער.
זעלבסט פארשטענדליך אז יעדע 6 מענטשן פון דעם ציבור קענען עס טון פאר זיך.
מיר שטעלן דא נומערן פון די פירמעס וואס האבן אלץ גרייט דרייווערס און די ערפארונג האט געוויזן אז זיי זענען פארלעסליך:
845-500-8262
845-248-3232
845-500-2500
845-500-3177
רעדנדיג איבער א שאלה צו עס הייסט שאדן געמאכט פאר א אידישע פירמע, האט א דעת תורה געזאגט אז לויט די נייע רעגולאציעס איז משמע אז זיי זענען באמת נישט אינטערעסירט בכלל אז מען זאל קומען מיט זיי, בפשטות איז די סיבה ווייל זיי ווערן במילא אויסגעהאלטן דורך די רעגירונגס פראגראמען וואס מען באקומט פאר טראנספארטאציע, ברויכן זיי נישט די אנוועזענהייט פון קרית יואל'ע בירגער אויף די באסעס, אויב אזוי איז עס דאך בכלל נישט קיין שאלה.
יישר כח
ה.ע.ש.

-
- שר האלפיים
- תגובות: 2284
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm
Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)
די בריוו איז באמת געשטאנען אין די וואכנשריפט? איך בין עפעס מסופק..... טאמער יא ווייזט דאס טאקע אויף א שרעקליכע פראסטרעישאן פונעם עולם
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)
טראק דרייווער האט געשריבן:די בריוו איז באמת געשטאנען אין די וואכנשריפט? איך בין עפעס מסופק..... טאמער יא ווייזט דאס טאקע אויף א שרעקליכע פראסטרעישאן פונעם עולם
און אויב שטייט עס נאר אויף איי וועלט ?
- קלאָצקאָפּ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10239
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע: ערגעץ אנדערש
Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)
ס'איז געשטאנען, אבער מיט היבש א לייכטערע שפראך, און אן די לעצטע פאראגראף.
Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:ס'איז געשטאנען, אבער מיט היבש א לייכטערע שפראך, און אן די לעצטע פאראגראף.
- אטעטשמענטס
-
- New Picture (1).png (251.47 KiB) געזען 3169 מאל
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2506
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
- לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל
Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)
די דעת תורה שטיקל האסטו אליינס צוגעלייגט?
- פאליטישע עקספערט
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17815
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
- פארבינד זיך:
Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)
מקץ האט געשריבן:איינער ווייסט אויב מאנרא באס ליין האט א רוט פון מאנרא קיין בארא פארק און צוריק
נישט זומער, אויסער זונטאג און פרייטאג, איין מאל. קענסט אויסהערן זייער האטליין...
Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)
להערה ולהוספה בעלמא האט מיר א ארץ ישראל'דיגער איד אמאל אפגעשטעלט אויף די גאס אין וויליאמסוברג און פרעגט מיר צו אין קרית יואל וואוינען נאך היימישע אידן... ווייל ער פרובירט צו רופן די עקסעלענט פירמע פאר די סקעדזשול און גיבן נישט קיין אינפארמאציע אויף אידיש, אלזא פארוועם איז די אינפארמאציע געמאכט פאר אידן אדער נישט אידן?
אדער לכה"פ געבן א אפשען צו הערן אויף אידיש, כ'מיין אבער אז רעדן צו די וואנט איז גרינגער ווי קאסטומער סערוויס ביי די פירמע אדרבה פרובירט אריינרופן
אדער לכה"פ געבן א אפשען צו הערן אויף אידיש, כ'מיין אבער אז רעדן צו די וואנט איז גרינגער ווי קאסטומער סערוויס ביי די פירמע אדרבה פרובירט אריינרופן
Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)
קארן האט געשריבן:די דעת תורה שטיקל האסטו אליינס צוגעלייגט?
די דעת תורה איז ברייט אויסגעשמיסט אין די כולל קובצים פון די מ״ם יארן. ע״ע גינת ורדים ועוד. משם תדרשנו לטובה.
Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)
נישטא קיין באס ליין פון ב״פ קיין קרית יואל ?
- משה צימערינג
- שר האלפיים
- תגובות: 2133
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
- לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג
Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)
משיח האט געשריבן:נישטא קיין באס ליין פון ב״פ קיין קרית יואל ?
כ'האב אן עצה
מ'קען נעמען די היימאנן באס וואס פארט קיין מאנטריאל מוצאי שבת אדער דארנעשטאג, ארויף גיין אין ב"פ און אראפ גיין אין מאנרא
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)
ווידעראמאל ארויף די פרייז איין טריפ פון און צו וומ''ס צו $25 און קיין ב''פ 30.
- אלופי אדום
- שר האלף
- תגובות: 1670
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm
- לאקאציע: אויפן טיש
Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)
גאלדגרוב האט געשריבן:ווידעראמאל ארויף די פרייז איין טריפ פון און צו וומ''ס צו $25 און קיין ב''פ 30.
וויפיל קאסט א טיקעט בוק?
מיין לופי'לע........
Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)
וועט זיין פורים באסעס צווישן ק"י און וומסב"ג?
Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)
שטויביג האט געשריבן:וועט זיין פורים באסעס צווישן ק"י און וומסב"ג?
- אטעטשמענטס
-
- bus.jpg (254.55 KiB) געזען 1497 מאל
איך זאג אז איך בין א אמת'ער אבער איך האב מורא אז דאס איז די גרעסטע ליגענט ....
Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)
די באס נעמט אויף פון וואדבערי קאמען צי וויליאמסבורג?
פעם התבטא כ"ק מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע ואמר בדרך צחות שעשיו דיבר יודיש כמו גוי שאמר ולמה זה לי בכורה שפירושו 'פארוואס דאס מיר בכורה' - (אוצר מאמרים משולחן רבותינו א' עמ' 222)
- enjoy
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6610
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
- לאקאציע: אייוועלט.קאם
Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)
איך שיהיה האט געשריבן:די באס נעמט אויף פון וואדבערי קאמען צי וויליאמסבורג?
רוב זיכער אז נישט
Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)
איך שיהיה האט געשריבן:די באס נעמט אויף פון וואדבערי קאמען צי וויליאמסבורג?
No
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 364
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 27, 2021 11:56 am

איך האב כמ''פ מיטגעהאלטן אז יא.
זיי נעמען אויף ביי די לייט נאך די סטעיט פאליס ראוד פאר די דריי,
איך רעד פון א 2 יאהר צירוק בערך אפשר האט זיך שוין געטוישט.
- Rak Tov
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7892
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
- לאקאציע: דא
- פארבינד זיך:
Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)
ברוך פייבול האט געשריבן:איך שיהיה האט געשריבן:די באס נעמט אויף פון וואדבערי קאמען צי וויליאמסבורג?
איך האב כמ''פ מיטגעהאלטן אז יא.
זיי נעמען אויף ביי די לייט נאך די סטעיט פאליס ראוד פאר די דריי,
איך רעד פון א 2 יאהר צירוק בערך אפשר האט זיך שוין געטוישט.
אמאל (נאך די קאמפאני אויסקויף) מיטגעהאלטן ווי אפאר פרויען האבן געוואלגט ארויפקומען אויפן באס דארט פאר די לייט, און נאכדעם וואס זיי האבן געקלאפט אויפן טיר האט דער (היימישע) דרייווער גע'עפענט די טיר אין געשריגן מיט קולי קולות אז ער נעמט נישט אויף קיין פאסענדשירן דארט און די קאמפאני לאזט נישט, האבן זיי געזאגט אז אמאל פלעגט מען יא, האט די דרייווער געשריגן גייט מיר נישט אן וואס די אלטע קאמפאני פלעגט טוהן, עקסעלענט נעמט נישט ארויף דא. און תיכף פארמאכט די טיר איבערלאזנדיג די פרויען דארט
איך שטעל זיך פאר אז די פאלעסי האט צוטוהן מיט די פראגראמען
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 364
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 27, 2021 11:56 am
Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)
Rak Tov האט געשריבן:ברוך פייבול האט געשריבן:איך שיהיה האט געשריבן:די באס נעמט אויף פון וואדבערי קאמען צי וויליאמסבורג?
איך האב כמ''פ מיטגעהאלטן אז יא.
זיי נעמען אויף ביי די לייט נאך די סטעיט פאליס ראוד פאר די דריי,
איך רעד פון א 2 יאהר צירוק בערך אפשר האט זיך שוין געטוישט.
אמאל (נאך די קאמפאני אויסקויף) מיטגעהאלטן ווי אפאר פרויען האבן געוואלגט ארויפקומען אויפן באס דארט פאר די לייט, און נאכדעם וואס זיי האבן געקלאפט אויפן טיר האט דער (היימישע) דרייווער גע'עפענט די טיר אין געשריגן מיט קולי קולות אז ער נעמט נישט אויף קיין פאסענדשירן דארט און די קאמפאני לאזט נישט, האבן זיי געזאגט אז אמאל פלעגט מען יא, האט די דרייווער געשריגן גייט מיר נישט אן וואס די אלטע קאמפאני פלעגט טוהן, עקסעלענט נעמט נישט ארויף דא. און תיכף פארמאכט די טיר איבערלאזנדיג די פרויען דארט
איך שטעל זיך פאר אז די פאלעסי האט צוטוהן מיט די פראגראמען
אה!
בא הכתוב השלישי..
דאס מאכט שוין סענס!
כידוע פאר די שטענדיגע באנוצער זייערע גאלדענע פאליסיס
- להחיות
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3607
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 01, 2021 12:40 pm
- לאקאציע: ביי די גמרא
Re: מאנרא באס ליין (עקסעלענט)
ברוך פייבול האט געשריבן:Rak Tov האט געשריבן:ברוך פייבול האט געשריבן:איך שיהיה האט געשריבן:די באס נעמט אויף פון וואדבערי קאמען צי וויליאמסבורג?
איך האב כמ''פ מיטגעהאלטן אז יא.
זיי נעמען אויף ביי די לייט נאך די סטעיט פאליס ראוד פאר די דריי,
איך רעד פון א 2 יאהר צירוק בערך אפשר האט זיך שוין געטוישט.
אמאל (נאך די קאמפאני אויסקויף) מיטגעהאלטן ווי אפאר פרויען האבן געוואלגט ארויפקומען אויפן באס דארט פאר די לייט, און נאכדעם וואס זיי האבן געקלאפט אויפן טיר האט דער (היימישע) דרייווער גע'עפענט די טיר אין געשריגן מיט קולי קולות אז ער נעמט נישט אויף קיין פאסענדשירן דארט און די קאמפאני לאזט נישט, האבן זיי געזאגט אז אמאל פלעגט מען יא, האט די דרייווער געשריגן גייט מיר נישט אן וואס די אלטע קאמפאני פלעגט טוהן, עקסעלענט נעמט נישט ארויף דא. און תיכף פארמאכט די טיר איבערלאזנדיג די פרויען דארט
איך שטעל זיך פאר אז די פאלעסי האט צוטוהן מיט די פראגראמען
אה!
בא הכתוב השלישי..
דאס מאכט שוין סענס!
כידוע פאר די שטענדיגע באנוצער זייערע גאלדענע פאליסיס
אמאל בין איך געוועהן א שטענדיגע באניצער אבער זייט זייער גאלדענע פאליסי לוינט זיך שוין צו דינגען א קאר אליינס, און איך ניץ זיי נאר ממש בלית ברירה
ווייל מיר גלייבן אז ס'איז אלעס חסדים, ווייל מאתו לא תצא הרעות ,אבער מיר טוען צו דעם נישט טויגן ,מיר ווילן זעהן מיט די אייגענע אויגן ,דיינע חסדים וואס זענען אזוי גרויס
להחיות איז ראשי תיבות: הראנו ד' חסדך וישעך תתן לנו (קרעדיט: לכאורה)