רימנובער אייניקעל האט געשריבן:העלאו האט געשריבן:רימנובער אייניקעל האט געשריבן:צדיקהדור האט געשריבן:גדל האט געשריבן:בד״ה הרה״ח ר' יוסף סופר וואדריש
געווען א טייערע איד, געוואוינט די לעצטערע יארן אין וואודרידש, געוועזן פון די חברה קדישא פון שי ארטיגע קהילה מתקן געווען מחיצות מהודרת ביותר אינעם שטאטישע שוהל, געדאווענט פרייטוג צונאכטץ ביי הג״ר יצחק לעבאוויטש, זייער א איידילע איד געווען, א
תלמיד מובהק פון פאפא רב, און אן עכטער בעלזע חסיד פלעגט דערציילן זכרונות פון מהר״א מבעלזא,
געקומען איינקויפן אין לאנדאס גראסערי און קרית יואל
זיין מוטער איז געווען א שוועסטער פאר פאפא רב זצוק"ל
קיינמאל נישט געוואוסט אז ס עקזעסטירט א דריטער ברודער
ווי אלט ?
77
איך האב אים גוט געקענט להבלח"לח.
ער איז געווען זייער א וואוילער איד. א צובראכענער מענטש. נישט זוכה געווען צו קיין זש"ק.
אבער שטענדיג געגאנגען מיט א שמייכל. און באגריסט יעדן מיט א פריינדליכקייט.
ער איז געווען א בנש"ק, זיין טאטע הרה"צ רבי פישל סופר זצ"ל איז געווען דער 'טעמעשוואר'ער רב'.
זיין מאמע ע"ה (וועלכע איז נפטר געווארן אלס א זקנה קרוב צו 100 יאר!) א טאכטער פונעם ויגד יעקב מפאפא זצוק"ל.
דער פאפא רב זצ"ל איז געווען פאר אים א פעטער.
ער פלעגט אינדערוואכן (אפי' אסאך שבתים) דאווענען אין פאפא.
די שפעטער'דיגע יארן האט ער זיך געצויגן קיין וואודריטש.
די לעצטע חדשים איז ער געווען צוריק אין וומב"ג. אבער שטארק מדוכה ביסורים ל"ע.
ער האט זיינע צוויי ברודער'ס הרה"צ רבי משה שליט"א רב דק"ק פאפא ירושלים
און הרה"צ רבי יעקב יחזקי' שליט"א רב דק"ק טראנטא (חתן כ"ק גאב"ד ירושלים הגרי"מ דושינסקי זצ"ל).
און א שוועסטער הרבנית מנייטרא.
ער איז א איידעם ביי ר' דוד לוי געשטעטנער ע"ה (פרינטיג).
יהא זכרו ברוך.