רבותי, ממוז מאכן א ויצעקו וועגן סעקיוריטי!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

ווען איך האב געלערנט אין ארץ ישראל, איז געקומען איינער געבן א לעקציע וואס מען טוט אין יעדע עמערזשענסי סיטיאציע, (א שיסער, משכונות, ערד ציטערניש וכו') מען דארף עס דא אויך איינפירן אין אלע מוסדות.
בילד
אוועטאר
אבשלום
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 1:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבשלום »

קאנסילמאן האט געשריבן:כמעט נישט דא וואס צו טיען בנוגע סעקיורעטי, מען קען נישט סעקיורען יעדע גראסערי, בוטשער, דעלי, רעסטעראונט, ביהמ"ד, חדר און סקול.

די גוי'שע פובליק סקול'ס האבן געהאט שיסערייען פאר אנדערע סיבות און יענטץ מאכט זיך נישט ביי אונז, אבער צו סעקיורען קעגן א טעראר אטאקע איז ניטאמאל שייך ביי די גוים.

בטח בשם ועשה טוב.

אנטשולדיגט, אבער איר זענט נישט גערעכט

סאיז קלאר יא דא וואס צו טון, סאיז מעגליך און מקען, כווייס פון א מוסד אין בארא פארק וואס האט דאס געטון, סהאט אפגעקאסט תהומות מיט געלט (מהאט באקומען פאנדינג פאר דעם) אבער דער בנין איז אויסגערישט מיט א העכסט פארגעשריטענעם סיסטעם אז אין געציילטע סעקונדן ווערט די בילדינג אויף lockdown, אין יוצא ואין בא און דאס מערסטענס קינדערלעך זענען סעיף ע״פ דרך הטבע

אין צוגאב צו דעם, איז אויך דא אסאך אנדערע מיטלען וואס איז א חלק פון א אויסגעארבעטע באווארענונגס פלאן צו פארמינערן שאדן

קיינער רעדט נישט פון 100% זיכערקייט, טאקע נישטא אזא מציאות, אבער לרביע, לשליש, למחצה אדער מער, איז 100% שייך, בפרט אין א פאל פון א מאסן שיסער, אזא איינער זוכט קרבנות און מקען פארמיידן און זען דערצו אז ער זאל נישט קענען צוקומען און ארומשפאצירן פראנק און פריי
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

די ת"ת בנין אין דזשעזי סיטי. איז דאך טאקע אפגעשוינט געווארן לכבוד דעם וואס האט געהאט א שלאס, ניין?
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

וואס פונקטליך וואלט סעקיוריטי געהאלפן אין די לעצטע אטאקע?
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

ק'קלאצקאפ!

איין זאך יא יעדע מוסד מוז האבן א וועג ווי אזוי צו פארשליסן רימאטלי די טויערן פון אלע בנינים!
פאר א טעראר אטאקע ווייס איך נישט אויב ס'העט אסאך העלפן אבער פשוט פאר סעקיורעטי מוז מען עס האבן
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
אבשלום
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 1:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבשלום »

ניס קראכער האט געשריבן:די ת"ת בנין אין דזשעזי סיטי. איז דאך טאקע אפגעשוינט געווארן לכבוד דעם וואס האט געהאט א שלאס, ניין?

פון די ווידיאוס זעט מען אז זיי זענען געגאנגען גראד צום געשעפט און ב״ה נישט פרובירט די ת״ת בנין

סמעגליך אז זיי האבן געהאט בדעה צו גיין דארט נאכדעם און האבן נישט געקענט ווייל די פאליציאנט ביים קארנער האט תיכף אנגעהויבן צוריק צו שיסן אויף זיי, סאיז אבער לכאורה מער מסתבר אז זיי האבן געפלאנט זיך צו באראקאדירן אינעם געשעפט און פירן א פייער אויסטויש מיט פאליציי ביזן סוף

דאס איז אלעס סברות און מקען נישט וויסן קלאר וואס גענוי זייער ענדגילטיגער פלאן איז געווען אבער מיט די וואפן וואס זיי האבן געהאט וואלטן זיי געקענט גרינג צושמעטערן דעם טיר פונעם ביהמ״ד ר״ל

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:וואס פונקטליך וואלט סעקיוריטי געהאלפן אין די לעצטע אטאקע?

בולעט פרוף טירן און א הערמאטישער אפשפאר סיסטעם אינעווייניג אינעם בנין וואלט צוריקגעהאלטן די רוצחים און צושטערט זייערע פלענער
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

השתדלות, א נייע שליסל צו שוואכע אמונה ובטחון.

״אוואדי איז אזוי געווען פארשריבן אין הימל, כ׳רעד אבער וואס מ׳וואלט געקענט טוהן״.. ווי צו זאגן אז אין אמתן קענען די גוים טאן וואס זיי ווילן, זיי מיזן נאר ווי כאילו פיילן פלענער ביים לאקאלן הימל אפיס צו באקומען א פערמיט.. חחח..

ניין. אין אדם נוקף אצבעו מלמטה אלא אם כן מכריזן עליו מלמעלה. א פיצקעלע נטיה פון א פינגער פאסירט נישט נאר אויב רופט מען אויס אזוי אין הימל. די גוים זענען גארנישט ווערד, זיי קענען גארנישט טאן.. אבער נאר וואס ״מ׳הייסט זיי״.

דאס מיינט, אז אפילו די טיר איז ווען ברייט אפן און עס שטייט דערויף מיט קידוש לבנה אויתיות !THE SCHOOL IS HERE.. וואלטן זיי נאכאלטס זיך געוואנדן צום גראסערי, ווייל דאס איז געווען דער רצון פון אונזער דערבארומדיגער פאטער.

נעכטן שרייט מען, קעמרע׳ס! היינט שרייט מען, גאנס! און מארגן איז עס פאליס מיט לאנגע געווער.. ״השתדלות״. וואס, שיסער קענען קומען צו יעדע קליינטשיגע געשעפטל אין א ישוב ווי ס׳וואוינען קוים הונדערט אידן. ס׳איז ניטאמאל לאגיש פארצושלאגן באוואפענטע וועכטער ביי א יעדע לאקאל, און א מקוה דרייער ביי יעדע שטובל..

נעכטן איז געווען פאליס ביי די לויות ווי כאילו מ׳רישט זיך אויף עפעס.. וואס איז די מצב וואס? די סיקיאריטי בודקעס ביי די ת״ת, געב עס אפאר וואכן.. און 82 לי עוועניו וועט עס נעמען פאר די כפרות גבאים, און ווייט עוועניו וועט עס נעמען צום ק״י ביה״ח פאר כ״ו אב.

פארטיג, ס׳איז דא די והותר באווייזן ווי מ׳זעהט קלאר א אויסטערלישע השגחה העליונה וואס איז געווען ביי די יעצטיגע טראגעדיע, אויב קומט נאך איינער מיט פארשלאגן איז טייטש אז ער פלאגט זיך נישט צו גלייבן און הנהגת הבורא ח״ו.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

Programming האט געשריבן:אמת אז א גארד קעגן שווער באוואפנטע "היי פאוער" גאן'ס (צו באקומען איבעראל א דאנק מיטש מעקאנעל) האט נישט די בעסטע שאנסן, אבער דער פאקט אז עס איז דא סעקיוריטי דארט איז געווענליך גענוג דער מערדער זאל ענדערש זוכן אנדערע לאקאציעס מיט ווייניגער סעקיוריטי.

האפנטליך וועט יעצט מארגארעטן קענען דורכפירן א געזעץ אראפ צו נעמען די מיליטערישע סטיל וואפן פון די גאסן (כמעט אלע מאסן שיסערייען נוצן די סארט) און פארלאנגען בעקגראונד טשעקס - 97 פראצענט אמעריקע וויל עס חוץ מיטש מעקאנעל און זיינע חברים.

עס פעלט נישט אויס אריינצוגיין אין פאליטישע דיסקוסיעס און פארטייאישע דעבאטעס, גאן קאנטראל א.א.וו.דא רעדט מען פון בלויז צוויי קאמאן סענס געזעצן וואס ממש גאנץ אמעריקע איז מסכים דערצו. אפשר אזוי ווי ס'איז געלונגען צו ברעכן דעם פאליטישן גרידלאק אויף פריזאן רעפארם קען דאס אויך געלונגען

כ'וויל נישט אריינגיין אין פאליטישע דיסקוסיעס, אוו כ'אגרי אז מ'דארף מאכן אסאך שטרענגערע גאן קאנטראל אין אמעריקע. אבער דא קומט עס בפשטות נישט אריין.

לויט ווי כ'פארשטיי האבן די חברה געהאט אומלעגאלע ביקסן, פולי אויטאמאטישע געווער וואס איז נישט לעגאל אין אמעריקע פאר ציווילע, קיין גאן קאנטראל וואלט נישט געהאלפן.
פארקערט איינער זאגט גאר אז ווען צווישן די דריי אידן און דעם גוי'אישן ארבעטער אין די געשעפט וואלט ווען געווען א דיפענס ביקס וואלט זיך דאס אפשר אויסגעלאזט אנדערש. #העטעך פעטעך, באשערט פון אויבן.
אבער כ'מיין צו זאגן די געדאנק דערפון.

דאס זעלבע מיט די חדר דער אייבערשטער זאל אפהיטן ווען די בארבארישע רוצחים באווייזן ווען אנצוקומען אויבן צו די חדר, מי עמד בפניהם?? קיינער דארטן האט דאך אפי' נישט קיין מעסער כדי צו באשיצן די קינדערלעך. ה"י.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

טשאדעלע איז גערעכט,
אבער ס'איז דא א זאך וואס הייסט נארמאלע השתדלות,
און כ'מיין אז דאס רעכנט אריין בעסיק סעקיוריטי וואס איז איינגעפירט אין אלע שולעס איבערן לאנד.
אין יעדע גוי'אישע סקול איז דא שומרים, און עס קומען פאר חודש'ליכע אקטיוו שאטינג דרילס.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
אפגעבריעטער
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 17, 2019 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעבריעטער »

אויב איינער איז נייגעריג צו וויסן וואס איך האלט:
צוערשט ליינט טשאדעלע'ס תגובה און דערנאך ליינט ווייטער:
בתי מדרשים: איז זייער שווער צו סעקיור'ן, סיי גרעסערע בתי מדרשים - ווייל דו קענסט דאך נישט בעטן פון טויזענטע אידן זייער איי די... און סיי קלענערע בתי מדרשים - ווייל זיי קענען זיך עס ווארשיינליך נישט ערלויבן און אזוי אויך איז בכלל זייער אומאנגענעם צו מאכן דעם ביהמ"ד פאר א איינגעצוימטע פלאץ וכו'.
אבער מוסדות התורה וואלט איך געזאגט זאלן האבן בלויז איין אדער צוויי טירן פון וואו מען קען אריין און ארויס [חוץ די עמערדזשנסי טירן] און דארט זאלן זיצן וועכטער - לאו דווקא באוואפנטע, וועלכע זאלן קענען אטאמאטיש הערמעטיש פארשליסן דעם גאנצן בנין, און אלאמירן פאר הילף. און ווען א פרעמדע מאן - נישט פון די איינגעשטעלטע - וויל אריין דארף ער באקומען א באשטעטיגונג פון די איינגעשטעלטע.
די נקודה פון וועכטער איז לאו דווקא צוריקצופייטן, עס איז פשוט לאגיש אז פארברעכער וועלן ענדערש אפירזוכן א אומבאוואכטע פלאץ וואו זיי קענען דורכפירן זייערע בייזוויליגע אקטן, ווי איידער א פלאץ מיט שמירה.
איך האב מיר טאקע אפגעבריעט, אבער איך האב מיר געלערנט מיין לעקציע!
אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תושבי בארא פארק מאכט א ויצעקו!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינפאכער איד »

איך האב היינט דאנערשטאג אינדערפרי געדארפט עפעס איבערגעבן פאר איינעם אין א בארימטע היימישע מיידל שולע אין בארא פארק וואס געפינט זיך אויף די 15 עוו. אין די מיטעלע פערציגער גאסן [אדרבה, די וועלכע ווייסן פון וואס איך רעד זאל זיך ווענדן צו די באטרעפנדע אחראים], און צו מיין שאק און שטוינונג האב איך נישט געקענט גלייבן דאס פאלגענדע:

1) די טיר צו די געביידע איז פולקאם אפען!
2) נישט פארהאן קיין איין איינציגער סעקיורטי גארד, ערוואקסענער מענטש וכדו', ביים אריינגאנג צום בילדונג!
3) די טירן צו די שטאקן וואו עס געפינען זיך הונדערטער מיידלעך זענען אפען! דער גאנצער בנין איז ממש הפקר!!! כ'האב קיין איין ערוואקסענעם מענטש נישט באגעגענט פון ווען איך האב אריינגעטרעטן אין די געביידע ביז איך האב אריינשפאצירט אינעם אפיס אויפ'ן צווייטן שטאק!

איז דאס נארמאל???? וואו זענען די הנהלה???? און וואו זענען אלע עלטערן????
IMBZ
שר האלפיים
תגובות: 2085
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך IMBZ »

איינפאכער איד האט געשריבן:איך האב היינט דאנערשטאג אינדערפרי געדארפט עפעס איבערגעבן פאר איינעם אין א בארימטע היימישע מיידל שולע אין בארא פארק וואס געפינט זיך אויף די 15 עוו. אין די מיטעלע פערציגער גאסן [אדרבה, די וועלכע ווייסן פון וואס איך רעד זאל זיך ווענדן צו די באטרעפנדע אחראים], און צו מיין שאק און שטוינונג האב איך נישט געקענט גלייבן דאס פאלגענדע:

1) די טיר צו די געביידע איז פולקאם אפען!
2) נישט פארהאן קיין איין איינציגער סעקיורטי גארד, ערוואקסענער מענטש וכדו', ביים אריינגאנג צום בילדונג!
3) די טירן צו די שטאקן וואו עס געפינען זיך הונדערטער מיידלעך זענען אפען! דער גאנצער בנין איז ממש הפקר!!! כ'האב קיין איין ערוואקסענעם מענטש נישט באגעגענט פון ווען איך האב אריינגעטרעטן אין די געביידע ביז איך האב אריינשפאצירט אינעם אפיס אויפ'ן צווייטן שטאק!

איז דאס נארמאל???? וואו זענען די הנהלה???? און וואו זענען אלע עלטערן????

לויט וויפיל איך ווייס זענען זיי פין די איינציגסטע וואס האבן א גארד אבער נישט מיט א גאן
לעצט פארראכטן דורך IMBZ אום דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2019 1:09 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

קאנסילמאן האט געשריבן:כמעט נישט דא וואס צו טיען בנוגע סעקיורעטי, מען קען נישט סעקיורען יעדע גראסערי, בוטשער, דעלי, רעסטעראונט, ביהמ"ד, חדר און סקול.

די גוי'שע פובליק סקול'ס האבן געהאט שיסערייען פאר אנדערע סיבות און יענטץ מאכט זיך נישט ביי אונז, אבער צו סעקיורען קעגן א טעראר אטאקע איז ניטאמאל שייך ביי די גוים.

בטח בשם ועשה טוב.

מען קען גוט סעקיורען מיטן אייבערשטערס הילף.

איך ווייס אז בית יעקב אין ב"פ 14 עוועניו האט גארדס ביי איעדע טיר, מען קען נישט אריין גיין נאר מיט א באזער.

עס איז כסדר דא דארט א דריל וואס צו טוהן אויב עס איז דא א שיסעריי, איעדע טיר האט א ספעציעלע מינע שלאס ספעציעל געמאכט פאר דעים, גלייך ווען מען הערט עפעס פארדעכטיקט ווייסן אלע טיטשערס וואס מען דארף טוהן, ווי צו לויפן, ווי צו זיך באהאלטן, א פלאן אויב מען דארף ארויס.

אז א קינד איז אינדרויסן פון קלאס בשעת מעשה איז נישטא אזא זאך מען מאכט אויף די טיר.

באשעפער זאל אפהיטן מען זאל עס נישט דארפן נוצן, אבער דאס דארף צו זיין אין איעדע חדר אדער סקול.

בנוגע גארדס, וואס איך האב באמערקט, איך מיין אז די חדרים האבען ווייניגער גארדס ווי די מיידל סקולס, בין איך גערעכט? איז דא ווייניגער פאנדינג?
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
IMBZ
שר האלפיים
תגובות: 2085
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך IMBZ »

אין איעדע נישט יודישע סקול איז דא גארדס מען קען נישט אריינגיין נאר אז מזאגט צו וועם מען קומט און מען שרייבט אראפ די נאמען און מען דארף ווייזן אן איי די. עס איז זיכער דא א פאנדינג פאר דעים.
עס איז העכסט צייט עס זאל זיין א גארד ביי יעדע חדר און סקול. פאר נאך סיבת אויך, מען קען זיך שפארן אסאך קאפ וויי
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

אבשלום האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:די ת"ת בנין אין דזשעזי סיטי. איז דאך טאקע אפגעשוינט געווארן לכבוד דעם וואס האט געהאט א שלאס, ניין?

פון די ווידיאוס זעט מען אז זיי זענען געגאנגען גראד צום געשעפט און ב״ה נישט פרובירט די ת״ת בנין

סמעגליך אז זיי האבן געהאט בדעה צו גיין דארט נאכדעם און האבן נישט געקענט ווייל די פאליציאנט ביים קארנער האט תיכף אנגעהויבן צוריק צו שיסן אויף זיי, סאיז אבער לכאורה מער מסתבר אז זיי האבן געפלאנט זיך צו באראקאדירן אינעם געשעפט און פירן א פייער אויסטויש מיט פאליציי ביזן סוף

דאס איז אלעס סברות און מקען נישט וויסן קלאר וואס גענוי זייער ענדגילטיגער פלאן איז געווען אבער מיט די וואפן וואס זיי האבן געהאט וואלטן זיי געקענט גרינג צושמעטערן דעם טיר פונעם ביהמ״ד ר״ל

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:וואס פונקטליך וואלט סעקיוריטי געהאלפן אין די לעצטע אטאקע?

בולעט פרוף טירן און א הערמאטישער אפשפאר סיסטעם אינעווייניג אינעם בנין וואלט צוריקגעהאלטן די רוצחים און צושטערט זייערע פלענער

גראדע פון די נייע קליפ וואס איז היינט ארויסגעקומען זעהט מען יא אז זיי האבן קודם געוואלט אהין גיין..
---
ס'ווייב מיינע איז נעכטן געגאנגען אין סקול מיט מיין טאכטער (בנין עסטרייכער) און פאר די ערשטע מאל אין די לעצטע צוויי יאר זענען אלע טירן געווען פארשפארט, איבעראל האט מען געמוזט קלינגן א בעל..
---
ביי די שחיטה אין גרינוויל איז די גאנצע זאך געווארן געהאלפן ווייל ס'איז געווען פליס אריין די קארנער.
וואס מיין מיינונג איז אז ס'דארף זיין ביי יעדע צוויי דרייי גאסן א פליס (וואו ביי זשוליאני'ס צייטן...)
אידען וועי כ'וויל נישט טראכטן וואס אויב די רוצחים קומען אן צו עני גרויסע ביהמ"ד אדער גראסערי אין וויל אדער ב"פ...
הנה לא ינום ולא ישן שומר ישראל.
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

IMBZ האט געשריבן:אין איעדע נישט יודישע סקול איז דא גארדס מען קען נישט אריינגיין נאר אז מזאגט צו וועם מען קומט און מען שרייבט אראפ די נאמען און מען דארף ווייזן אן איי די. עס איז זיכער דא א פאנדינג פאר דעים.
עס איז העכסט צייט עס זאל זיין א גארד ביי יעדע חדר און סקול. פאר נאך סיבת אויך, מען קען זיך שפארן אסאך קאפ וויי

ווען עס וואלט געווען פאנדינג וואלט געווען גארדס, קיין איין מוסד איז נישט נחשד אין זיין שונא בצע.
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

פון די איינציגסטע זאכען וואס קען באמת פארבעסערען סעקיורעטי איז שטערקערע און הארבערע גאן קאנטראל געזעצן.
נ"י סיטי האט שוין יעצט איינע פון די הארבסטע און שטרענגסטע געזעצן אין לאנד, מען דארף א קאמפיין אז נ"י סטעיט זאל עס אדאפטירען,
יעצט אז די דעמס האבן די נ"י סטעיט סענאט איז עס גרינגער אז די סטעיט זאל נאכגיין די סיטי, און מען דארף האפן אז די ארומיגע סטעיט זאל עס נאכטיען.

מען דארף פשוט שווערער מאכען פאר די טעראריסטען צו האבן וואפן.
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

קאנסילמאן האט געשריבן:פון די איינציגסטע זאכען וואס קען באמת פארבעסערען סעקיורעטי איז שטערקערע און הארבערע גאן קאנטראל געזעצן.

נניח אז דו ביזט גערעכט, וועט עס דאך אבער נעמען יארן אויסצורוימען די אלע לעגאלע און אומלעגאלע וואפנ'ס וואס דרייען זיך שוין איצט ארום ביי מענטשן אין דער האנט... און וואס טוסטו ביז דאן...
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:פון די איינציגסטע זאכען וואס קען באמת פארבעסערען סעקיורעטי איז שטערקערע און הארבערע גאן קאנטראל געזעצן.
נ"י סיטי האט שוין יעצט איינע פון די הארבסטע און שטרענגסטע געזעצן אין לאנד, מען דארף א קאמפיין אז נ"י סטעיט זאל עס אדאפטירען,
יעצט אז די דעמס האבן די נ"י סטעיט סענאט איז עס גרינגער אז די סטעיט זאל נאכגיין די סיטי, און מען דארף האפן אז די ארומיגע סטעיט זאל עס נאכטיען.

מען דארף פשוט שווערער מאכען פאר די טעראריסטען צו האבן וואפן.

נניח אז דו ביזט גערעכט, וועט עס דאך אבער נעמען יארן אויסצורוימען די אלע לעגאלע און אומלעגאלע וואפנ'ס וואס דרייען זיך שוין איצט ארום ביי מענטשן אין דער האנט... און וואס טוסטו ביז דאן...

ווען א טעראריסט ווי נעכטען באשליסט ח"ו אז ער וויל דורוכפירען אזא אקציע, דאן מוז ער ערגעץ קויפן די וואפען! און אויב איז עס זייער שווער צו קויפן ווייל עס איז נישט לעגאל, דעמלאטס וועט ער זיך אפלאזען דערפון, אדער פראבירען ח"ו עטוואס קלענער.

בפשטות קען מען וויסען ווען און ווי די טעראריסטן דא האבן זיך איינגעהאנדעלט די וואפן, איך וואלט געוואלט וויסען צו זיי האבן עס געהאט גאנצע 48 שעה בעפאר די אקציע.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

קאנסילמאן האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:פון די איינציגסטע זאכען וואס קען באמת פארבעסערען סעקיורעטי איז שטערקערע און הארבערע גאן קאנטראל געזעצן.
נ"י סיטי האט שוין יעצט איינע פון די הארבסטע און שטרענגסטע געזעצן אין לאנד, מען דארף א קאמפיין אז נ"י סטעיט זאל עס אדאפטירען,
יעצט אז די דעמס האבן די נ"י סטעיט סענאט איז עס גרינגער אז די סטעיט זאל נאכגיין די סיטי, און מען דארף האפן אז די ארומיגע סטעיט זאל עס נאכטיען.

מען דארף פשוט שווערער מאכען פאר די טעראריסטען צו האבן וואפן.

נניח אז דו ביזט גערעכט, וועט עס דאך אבער נעמען יארן אויסצורוימען די אלע לעגאלע און אומלעגאלע וואפנ'ס וואס דרייען זיך שוין איצט ארום ביי מענטשן אין דער האנט... און וואס טוסטו ביז דאן...

ווען א טעראריסט ווי נעכטען באשליסט ח"ו אז ער וויל דורוכפירען אזא אקציע, דאן מוז ער ערגעץ קויפן די וואפען! און אויב איז עס זייער שווער צו קויפן ווייל עס איז נישט לעגאל, דעמלאטס וועט ער זיך אפלאזען דערפון, אדער פראבירען ח"ו עטוואס קלענער.

בפשטות קען מען וויסען ווען און ווי די טעראריסטן דא האבן זיך איינגעהאנדעלט די וואפן, איך וואלט געוואלט וויסען צו זיי האבן עס געהאט גאנצע 48 שעה בעפאר די אקציע.

אפילו ווען ס'איז ווען אומלעגאל וואלטן זיי עס געקענט קויפן.
אין פאקט איז דא א ריזיגע שווארצע מארקעט.
דראגס טאר מען אויך נישט קויפן און זאג מיר איין גוי וואס האט נישט דערפון...
לעצט פארראכטן דורך eller אום דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2019 1:52 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

שוין צייט אויפצומאכן א אשכול פון גאנס.

עס דארפן זיך דרייען הונדערטע אינגערלייט מיט לעגאלע גאנס, זיי זאלן וויסן אז אין אונזער געגנטער קומט מען נישט אריין.

ס'איז שוין געוועהן גענוג האסן פארברעכן די לעצטע יאר אז מען זאל מעגן האבען גאנס.

ווייסט איינער וויאזוי מען קען באקומען לעגאל א גאן?

מעג מען בכלל זיך ארום דרייען אין ניו יארק מיט א גאן אויפן הויזן?
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
Don't worry
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 6:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Don't worry »

אין קרית יואל בית רחל איז די גאנצע שטח פארשפארט, מקען נישט אריין און נישט ארויס אן רשות פונעם סעקיוריטי בוטקע. אז מען האט למשל איין אנדערקאווער ציל שיסער אויפן דאך אקעגן איבער די ענטרענס וואס האלט אן אויג ווער עס שפרינגט אריבער די געיט, איז מען מיטן אייבערשטענס הילף 99% פראטעקטעד.
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

eller האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:פון די איינציגסטע זאכען וואס קען באמת פארבעסערען סעקיורעטי איז שטערקערע און הארבערע גאן קאנטראל געזעצן.
נ"י סיטי האט שוין יעצט איינע פון די הארבסטע און שטרענגסטע געזעצן אין לאנד, מען דארף א קאמפיין אז נ"י סטעיט זאל עס אדאפטירען,
יעצט אז די דעמס האבן די נ"י סטעיט סענאט איז עס גרינגער אז די סטעיט זאל נאכגיין די סיטי, און מען דארף האפן אז די ארומיגע סטעיט זאל עס נאכטיען.

מען דארף פשוט שווערער מאכען פאר די טעראריסטען צו האבן וואפן.

נניח אז דו ביזט גערעכט, וועט עס דאך אבער נעמען יארן אויסצורוימען די אלע לעגאלע און אומלעגאלע וואפנ'ס וואס דרייען זיך שוין איצט ארום ביי מענטשן אין דער האנט... און וואס טוסטו ביז דאן...

ווען א טעראריסט ווי נעכטען באשליסט ח"ו אז ער וויל דורוכפירען אזא אקציע, דאן מוז ער ערגעץ קויפן די וואפען! און אויב איז עס זייער שווער צו קויפן ווייל עס איז נישט לעגאל, דעמלאטס וועט ער זיך אפלאזען דערפון, אדער פראבירען ח"ו עטוואס קלענער.

בפשטות קען מען וויסען ווען און ווי די טעראריסטן דא האבן זיך איינגעהאנדעלט די וואפן, איך וואלט געוואלט וויסען צו זיי האבן עס געהאט גאנצע 48 שעה בעפאר די אקציע.

די נעכטיגע רוצחים האבן נישט געהאט לעגאלעטעיט צו האבן די גאנס....
אין פאקט איז דא א ריזיגע שווארצע מארקעט.
דראגס טאר מען אויך נישט קויפן און זאג מיר איין גוי וואס האט נישט דערפון...

פון ווי נעמסטו דיין אינפארמאציע?
אטעטשמענטס
IMG_20191212_134517_119.jpg
IMG_20191212_134517_119.jpg (73.08 KiB) געזען 902 מאל
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

זינגער האט געשריבן:שוין צייט אויפצומאכן א אשכול פון גאנס.

עס דארפן זיך דרייען הונדערטע אינגערלייט מיט לעגאלע גאנס, זיי זאלן וויסן אז אין אונזער געגנטער קומט מען נישט אריין.

ס'איז שוין געוועהן גענוג האסן פארברעכן די לעצטע יאר אז מען זאל מעגן האבען גאנס.

ווייסט איינער וויאזוי מען קען באקומען לעגאל א גאן?

מעג מען בכלל זיך ארום דרייען אין ניו יארק מיט א גאן אויפן הויזן?

אוי וויי... נאר דאס נישט! על חרבך תחי' איז א ברכה פאר עשיו נישט פאר אונז!
עפרות זהב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 2:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפרות זהב »

[/quote]
לויט ווי כ'פארשטיי האבן די חברה געהאט אומלעגאלע ביקסן, פולי אויטאמאטישע געווער וואס איז נישט לעגאל אין אמעריקע פאר ציווילע, קיין גאן קאנטראל וואלט נישט געהאלפן.
[/quote]
אנטשולדיגט איך מיין אז באיס כדאי מברר צו זיין פארן שרייבן השערות
ביי כמעט אלע מאסן שיסערייען זענען די גאנס געווען ליגעל, סאיז יא ליגעל אין אמעריקא - אין לעצטערע יארן - צו האבען מיליטערישע סטייל וואפען,
אינטער פרעזידענט קלינטאן איז געווען א בען אן מילעטערי סטייל וועפענס אין סוואלט אוודאי יא ווען געהאלפען ביי אונזער שרעקליכע מעשה

[quote="[quote="

פארקערט איינער זאגט גאר אז ווען צווישן די דריי אידן און דעם גוי'אישן ארבעטער אין די געשעפט וואלט ווען געווען א דיפענס ביקס וואלט זיך דאס אפשר אויסגעלאזט אנדערש. #העטעך פעטעך, באשערט פון אויבן.
.[/quote]

איך פארשטיי ביידע זייטען פין די גאן דיסקאשען, אבער די פאקט איז אז אמעריקא האט שוין די מערסטע גאנס פעק מענטש כמעט דאפעלט ווי די נעקסטע (אין ווי אויך כמעט העכסטע אין רציחות - נאך די דראג לענדער)
אין זיי האלטן אן גאט'ס געבאט פון אחדות אין לאוו ווי נישארמאל....
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”