רבותי, ממוז מאכן א ויצעקו וועגן סעקיוריטי!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פרייזן
שר האלף
תגובות: 1751
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייזן »

פרייזן האט געשריבן:א מחנה שעריף פאליציאנטן פון ארענדזש קאנטי גיייען יעצט ארום אין ביהמ"ד הגדול דקרית יואל מיט'ן מענידזשער ר' יודא יושע וויינשטאק‎

Capture.PNG
Capture.PNG (276.24 KiB) געזען 1582 מאל
צום פוינט
שר חמש מאות
תגובות: 500
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2016 2:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום פוינט »

Rav Avigdor Miller on Carrying a Handgun
Q:
When a person works in a dangerous neighborhood, is it advisable to apply for a license for a gun?

A:
Now that’s a question that’s not so easy to answer because many times you can get by with a substitute for a gun. Like what you say in Elokai Netzor: ונפשי כעפר לכל תהיה – And my soul should be like dust to everybody. If somebody, a goy, is fresh and insults you, become an anav. It pays to be an anav - you’ll live longer if you’re an anav.

But when you have a gun in your pocket, you might forget yourself and answer back something rash. And then, it’s not so certain that he doesn’t have a gun. And he might know how to use it better than you.

I was once walking in the street and I visited a friend of mine and he saw that I carried a stick, a heavy stick, on me. It was many years ago, about thirty years ago and it was a dangerous neighborhood so I was holding a stick. And this friend told me, “Don’t do that! It’s dangerous to carry a stick.”

It’s dangerous to carry a stick, because first of all they could take the stick away and hit you with it. That’s number one. Secondly, with a stick, you become reckless. Without a stick, you’ll stay home. You’re safer off. And it’s better always to avoid trouble.

I told you this many times. The Chinese say, “Who is a hero? The one who knows how to run away.” That’s a hero – if you know how to run away you’re the hero.

So therefore, I won't answer the question. It’s always better to avoid any possibility of danger, but carrying a gun sometimes makes you reckless and you go into places where ordinarily you wouldn’t go.
גלות איד
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

פון ישראל כהן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלות איד »

א שטיקל סך הכל פון 2019 למספרם
https://www.dropbox.com/s/eejamyfqc3ify ... z.mp4?dl=0
אדם הראשון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 10, 2019 4:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם הראשון »

גלות איד האט געשריבן:א שטיקל סך הכל פון 2019 למספרם
https://www.dropbox.com/s/eejamyfqc3ify ... z.mp4?dl=0

געמאכט געווארן פארן אטאקע אין זשערסי סיטי? ס'ווערט גארנישט דערמאנט
מי כעמך
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי כעמך »

גלות איד האט געשריבן:א שטיקל סך הכל פון 2019 למספרם
https://www.dropbox.com/s/eejamyfqc3ify ... z.mp4?dl=0

WOW WOW א פחד נורא ואיום
השתדלו, טו השתדלות אבער והרבו תחינה
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

אביונה האט געשריבן:די גמרא פון עסקי קש ותבן, רעדט זיך ווען מען קומט מלחמה האלטן, אדער באפאלן א יידישער ישוב, וואס לע"ע האלט עס נאך נישט דארט ב"ה..
אנטיסעמיטן זענען אלץ געווען און גיין אלס זיין ביז משיח'ס טאג
אינדערהיים האט מען אויך נישט געלעקט קיין האניג, און אפילו אויך דא אין אמעריקא איז שוין געווען הייסערע צייטן...


יישר כח פאר'ן אריינווארפן די ווערטער, שרייט'ס מיך נישט אן, אבער איך בין א שטיקל כופר אין די גאנצע איבערקערעניש יעצט. איך האלט אז עס איז היבש איבערגעטריבן, יא עס איז פארגעקומען אפאר אנטיסעמיטישע אטאקע'ס, אבער כבר הי' לעולמים אזעלכע זאכן.

ווער עס געדענקט וויאזוי די ניו יארקע גאסן האבן אויסגעקוקט פאר 30 יאר צוריק וועט נישט האלטן אז היינט איז ערגער
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
גולם פון וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 930
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון וואשינגטאן »

ציטירט פון א אנדער געענגעל
חושב מחשבות... האט געשריבן:איך האב יעצט געזען א קליפ פון אינגעלייט מיט גאנס אויף די פאסיק, ביטע זייטס מיר מוחל פארן רעדן שארף.. זיי זעהן אויס ווי אויסגעדראשענע הויכגעשפיצטע נאן סענס פלעי גרופ רייסערס, נעבעך נעבעך נעבעך אלף פעמים, שוטה שבעולם דו ביסט רח"ל גערירט געווארן?! ווילסט זיין א גוי? אדרבה, לויף אין תיפלה אבער שנעל, צי מעג מען דען אזוי שרייבן? ה"י אבער יאג אפ פון דאנעט דו פארשעמסט גאנץ כלל ישראל מיט די געמיינע נידריגע עקלהאפטיגע גויישע אקט, עס כאפט מיר א גרויל און אן טיעפע עקל זעהנדיג ווי דו פילסט דיך ענדליך ווי א עכטע גרויסע טאטע, פערד וואס דו ביסט, אזעלכע קליפס זענען גורם סאך סאך מער שנאת ישראל, השי"ת זאל אפהיטן וואסערע קאנטער ריאקציע דעיס קען גורם זיין.

ווען מ'האט גערעדט פון האבן גאנס אין יעדע שול האב איך גלייך געשפירט אז ס'איז נישט תורה'דיג און נישט אידישליך, און אז דו האסט געשפירט איז וואס? הונדערטער שולן איבער ארץ ישראל אין אייראפע האבן דאס אבער דאך האב איך געהאט א פיצעלע ספק אז אפשר אפשר איז דא א היתר אלס חיוב השתדלות פון הבא להרגך, פארוואס טאקע נישט? און אויך באופן צנוע מאד, און נאר דעמאלטס דארף מען פרעגן א אמת'דיגע דעת תורה צו ס'איז אויסגעהאלטן, און לכאורה וואלט קיין איין ערנסטע רב נישט גענומען אויף זיינע פלייצעס עס צו מתיר זיין פאר איד, ביסט דאך נישט קיין רב, ווי אזוי ווייסטו? אפשר אפשר מ'זאל שטעלן שמירה דורך גויישע וועכטער, און אויך נאר נאך מ'איז קלאר מיט די אידישע השקפה און די יסודות פון התבדלות...

אבער יעצט זעהנדיג די קלעפ בין איך אויפגעשוידערט געווארן עד דודוכה של נפש, עס שטונקט עס סרוכעט פון מידת סדום ועמורה, פארשמירט מיט ידים ידי עשו און כחי ועוצם ידי, פעך פעך... דא וועט שוין נישט העלפן פרעגן קיין דעת תורה, ווייל דו האלסט נישט אזוי?


טוט זיך דא לעבעדיג, ברוך ה'...

א גאנצע תגובה אן קיין איין תורה'דיגע מקור? זאגסט אז דו שפירסט אזוי, האסטו דען א דעת תורה? אנדערש קימערט קיינעם נישט דיינע הרגשות, איך האב אבער געהערט אז ר' מיכאל בער ז"ל האט געזאגט ז ווער עס לערנט ווייניגער ווי 6 שעה א מעת לעת, האט ניטאמאל קיין דעת בעה"ב, מען רעכענט זיך בכלל נישט דערמיט.

איך קען מסכים זיין א לאזן פארפרייטן אזא ווידיאו איז קינדעריש, אבער א איסור, מהיכי תיתי, און בכל אופן ביז לאזן הערן אזא טוץ מיט קללות איז א מהלך
גולם פון וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 930
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון וואשינגטאן »

מי כעמך האט געשריבן:
גלות איד האט געשריבן:א שטיקל סך הכל פון 2019 למספרם
https://www.dropbox.com/s/eejamyfqc3ify ... z.mp4?dl=0

WOW WOW א פחד נורא ואיום

שרעקעדיג
ווער האט געגלייבט אז מען וועט קומען צי א מצב אז אין ארץ ישראל וועט מען רחמנות האבן אויף די אמעריקאנע אידנטוהם אויף זייער אומזיכערע צישטאנד, דאס איז אבער די מצב אין די לעצטע יארן, ווען בחסדי ה' ויעזור ה' הלאה איז די מצב ברחובות ירושלים רואיג אין די לעצטע יארן, אבער אין אמעריקא האט די מצב פארערגערט אויף א שרעקליך אופן, עס ווייזט סך הכל אז מיר זענען אין א טיפער גלות
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

גלות איד האט געשריבן:א שטיקל סך הכל פון 2019 למספרם
https://www.dropbox.com/s/eejamyfqc3ify ... z.mp4?dl=0

א פחד!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

ממש דו פארשטייסט נישט די פחדים??

לאמיר שוין נישט רעדן פון די פחדים לגבי די קינדער וואס עס שטייען טאטעס און מאמעס און שיקן זייערע קינדער און בחור'לעך צו די ישיבות, די קינדער גייען אליינס אויף די גאסן צו און פון די חדרים ווען ס'איז נאך אדער ס'איז שוין שטארק טונקל, און נאכן הערן אזעלכיגע מעשיות פאלט א פחד אויף יעדער נארמאלער מענטש און מ'ווערט באזארגט פאר די וואוילזיין פון די קינדער.

אבער לאמיר אפי' רעדן בלויז פון די ערוואקסענע.
ווייסט אפשר אז מענטשן האבן באקומען א פחד צו גיין אליינס אויפ'ן גאס אפי' נישט שפעט ביינאכט?
מאנסי האט אלע יארן געהייסן א סעיף קאמיוניטי, "ס'קיינמאל" נישט פארגעקומען קיין פארברעכן דארטן, די קריים ראטעס אין ראמאפא איז פון די נידעריגסטע אינעם גאנצן לאנד, מענטשן שפארן אפי' נישט צו זייערע טיהרן ביינאכט..! און דא אלל אוו דע סאדן אזא מעשה שוין צום צווייטן מאל! ווארפט א שרעק און אנגסט אויף די ארטיגע תושבים.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5498
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

די ערשטע שטעכעריי איז אויך געווען א שווארצער?
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב בשר »

פון די שאק וואס די עולם האט זעהט מען אז אונז האבן פשוט פארגעסן אונזער אידענטיטעט, ווער מיר זענען.

איך וויל נישט מינעמייזען די אויפוואכונג פון אנטיסעמיטיזם, און אודאי נישט אז דעס איז א קלארע רוף פון הימל לתשובה ולתיקון המעשים.
אבער... איז די מצב אזוי געפערליך ווי מ׳לייגט עס אראפ אדער אונז זעמיר אזוי פארשלאפן און געצערטעלט אז מ׳ווערט אזוי צושרויפט מ׳איז עס גאר מדמה צו די תר״צ יארן?
לאמיר׳זשע זעהן: פאר אונזערע זיידעס אין פרידנס צייטן איז געווען נארמאל אז ס׳איז געווען גזירות געציהלט קעגן אידן ווי למשל אז אידן האבן נישט געמעגט וואוינען אין די גרויסע שטעט, אדער שטייערן ווי ליכט שטייער וכו׳. (מ׳רעדט שוין נישט פון מלחמה צייטן).

אפי׳ דא אין אמעריקא, פרעגטס די עלטערע שומרים מעמבערס וואס ס׳האט זיך אפגעטון 40-50 יאר צוריק וויפיל כאפצעמס ס׳איז געווען וואס היינט מאכט מען אין די אלע פעלער אינטעוויוס, און ס׳פארט ארום קליפס... אנטיסעמיטיזם!!..

יא! מאנסי און אזוי אויך אלע היימישע געגענטער זענען נאכאלץ זייער סעיף קאמיוניטיס, די אייבערשטער זאל ווייטער האלטן די רעכטע האנט. נישט ווייל איינער איז געקומען אין מאנסי (ערנסטע שפעקאלאציעס אז ער איז דער זעלבער פון די לעצטע שטעכעריי), ווערט עס אויס סעיף און ח״ו א אפטע ערשיינונג.

ס׳איז מן הסתם א גוטע זאך צו שטעלן סעקיוריטי ביי די שולן און מוסדות כנהוג אין יוראפ... אבער גיין אנזייען כאאס כאילו... ברענגט ארויס אויפ׳ן שטערקסטן אופן די געספוילטקייט אין פארשלאפנקייט אין וואס מיר זענען.

וואס איז יא אינטרעסאנט, אז ממש אין די זעלבע תקופה פון דשערזי סיטי אטאקע איז פארגעגומען די אטאקעס אין מאנסי...
דאס געט מיר די געפיהל ווי ס׳איז א קלארע אויפוועקונג פון הימל אז מיר זאלן זיך צוריק מסדר זיין די פשוטע אידישע געפילן און מחשבות.
אונז דארף מען וויסן אז אונז זעמיר גלות אידן און מיר לעבן ב״ה אין א מלכות של חסד וואס וויל אונז פראטעקטן און נישט ווערן פארשלאפן אין טאטאלע שוואוילטאג...

ובודאי בהאי פחדא בינעך מתפלל אז דער אייבערשטער זאל אפהיטן אידן פון אלעם בייזען און אונז ווייטער פירן במנוחה, עדי נזכה לקבל פני משיח באנפין נהירין במהרה דידן ברוב רחמיו וחסדיו.

כ׳טייל נאר מיט מיינע געדאנקען לחבירים. כ׳זאג נישט קבלו דעתי.
אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערדס מיניסטער »

@לב בשר, פיין געזאגט, אזוי ווי איך האב שוין פריער דערמאנט אז איך ווייס נישט ווי שטארק אבער עס איז זיכער אז די פאבליסיטי וואס מיר האבן ברענגט נישט צופיל אהבת ישראל.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

אין ווילי האבן זיי צוריקגעלייגט די פראזשעקטער'ס אין ניי וויליאמסבורג. אויף די זעלבע פלעצער וואו עס איז געווען ביי די הייליגע טעג אינטערפאדע (איינער געדענקט נאך שלעפן שייטלעך - האר אא"וו..) כ'בין נאר נייגעריג פאר ווילאנג ס'גייט דארט זיין.
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

פאראינטערסירט האט געשריבן:
גלות איד האט געשריבן:א שטיקל סך הכל פון 2019 למספרם
https://www.dropbox.com/s/eejamyfqc3ify ... z.mp4?dl=0

א פחד!


איום ונורא!! אבער די שטאטישע טאטע'ס זענען פארנומען מיט פלעסטיק בעגס, זיי האבן נישט קיין צייט פאר די נערישקייטן.
רצונינו לעשות רצוניך.
עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עושר וכבוד »

אדם הראשון האט געשריבן:
גלות איד האט געשריבן:א שטיקל סך הכל פון 2019 למספרם
https://www.dropbox.com/s/eejamyfqc3ify ... z.mp4?dl=0

געמאכט געווארן פארן אטאקע אין זשערסי סיטי? ס'ווערט גארנישט דערמאנט

ס'איז נאר פון ברוקלין.
מכיר את הזמן
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 2:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכיר את הזמן »

ליידער ליידער די מצב איז שרעקעדיג
אין די אלע וואס בארואיגן זיך מיטן טעם זקנים אז מען פרעגן אלטע שומרים מעמבערס וכדומה זענען אין מיינע אויגן הולכים במנהגי הבת היענע
מברויך זיך אויפוועקן.....
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

טראק דרייווער האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:די גמרא פון עסקי קש ותבן, רעדט זיך ווען מען קומט מלחמה האלטן, אדער באפאלן א יידישער ישוב, וואס לע"ע האלט עס נאך נישט דארט ב"ה..
אנטיסעמיטן זענען אלץ געווען און גיין אלס זיין ביז משיח'ס טאג
אינדערהיים האט מען אויך נישט געלעקט קיין האניג, און אפילו אויך דא אין אמעריקא איז שוין געווען הייסערע צייטן...


יישר כח פאר'ן אריינווארפן די ווערטער, שרייט'ס מיך נישט אן, אבער איך בין א שטיקל כופר אין די גאנצע איבערקערעניש יעצט. איך האלט אז עס איז היבש איבערגעטריבן, יא עס איז פארגעקומען אפאר אנטיסעמיטישע אטאקע'ס, אבער כבר הי' לעולמים אזעלכע זאכן.

ווער עס געדענקט וויאזוי די ניו יארקע גאסן האבן אויסגעקוקט פאר 30 יאר צוריק וועט נישט האלטן אז היינט איז ערגער


מען פלעגט אריינגיין אין אידישע הייזער אן א הקדמה און שטעכן אידן?
ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגינעלע יוד »

פערדס מיניסטער האט געשריבן:@לב בשר, פיין געזאגט, אזוי ווי איך האב שוין פריער דערמאנט אז איך ווייס נישט ווי שטארק אבער עס איז זיכער אז די פאבליסיטי וואס מיר האבן ברענגט נישט צופיל אהבת ישראל.

;l;p- גוט געזאגט, לב בשר איז פון אונזערע אידן
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

צל עובר האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:די גמרא פון עסקי קש ותבן, רעדט זיך ווען מען קומט מלחמה האלטן, אדער באפאלן א יידישער ישוב, וואס לע"ע האלט עס נאך נישט דארט ב"ה..
אנטיסעמיטן זענען אלץ געווען און גיין אלס זיין ביז משיח'ס טאג
אינדערהיים האט מען אויך נישט געלעקט קיין האניג, און אפילו אויך דא אין אמעריקא איז שוין געווען הייסערע צייטן...


יישר כח פאר'ן אריינווארפן די ווערטער, שרייט'ס מיך נישט אן, אבער איך בין א שטיקל כופר אין די גאנצע איבערקערעניש יעצט. איך האלט אז עס איז היבש איבערגעטריבן, יא עס איז פארגעקומען אפאר אנטיסעמיטישע אטאקע'ס, אבער כבר הי' לעולמים אזעלכע זאכן.

ווער עס געדענקט וויאזוי די ניו יארקע גאסן האבן אויסגעקוקט פאר 30 יאר צוריק וועט נישט האלטן אז היינט איז ערגער


מען פלעגט אריינגיין אין אידישע הייזער אן א הקדמה און שטעכן אידן?

נישט דורכן טיר, אבער אריינגעקראכן דורכן פענסטער,
און נאך פיל ערגער
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

סתם שטעכן לשם שטעכן, אדער פאר עפעס אנדערש?
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

צל עובר האט געשריבן:סתם שטעכן לשם שטעכן, אדער פאר עפעס אנדערש?

פאר וואס נישט,כ'האב דאך נישט יעדען פון זיי אויסגעפרעגט זיינע מאטיוון...

פארברעכן איז געווען גאנץ נארמאל, און כ'רעד שויניש פון די פראדזשעקטס, און די מקומות ווי אנ"ש האבן געוואוינט....

אדרבא פרעג די אידן וועלכע זענען עלטער פון 45 פופציג יאר

סי'ז נאר נאך נישט געווען די אלע קאמיוניקאציע כלים, און סאושעל מידיע, וואס זאלן עס אויסשמירן, און דאקומענטירן...
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

ב"ה איך קען אפדעיטען אז אסאך שולן אין ווילי האבן אנגעפאנגען צו צושפארן די טירן.
האף מיר אז אלע און נאכאמאל אלע שולן גייען עס נאכמאכן...
#אם ה' לא ישמור עיר שוה שקד שומר..
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

איך פרעג וועגן אנטיסעמיטישע "אטאקעס אין הייזער" נישט וועגן פארברעכענס אף עני קיינד.
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

צל עובר האט געשריבן:איך פרעג וועגן אנטיסעמיטישע "אטאקעס אין הייזער" נישט וועגן פארברעכענס אף עני קיינד.

די צורת הפתח איז דען משנה??
כ'געדענק סך מער בארבארישע אטאקעס ווי דאס, צב"ש די גרויזאמע שחיטה אויף הילדה יאגעדייאוו הי"ד אין וומבס"ג, [שוין איבער דרייסיג יאר צוריק] וואס האט אויפגעשוידערט די גאנצע שטאט, אדער די גרויזאמע הריגה במיתת שריפה אויף מרת.... אין די בראשית יארן אין א וועלדל אין קרית יואל, ועוד ועוד
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”