רבותי, ממוז מאכן א ויצעקו וועגן סעקיוריטי!
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
אלע היימישע מוסדות באקומען מכסדר גרויסע געלטער פאר סעקיוריטי זונט 9/11/01 למספרם.
יעדער טוט דערמיט וואס ער פארשטייט...
אין קראון הייטס אין אהלי תורה שטייט א פראפעשענעל גארד און מען דארף אריינסיינען אזויווי אין א גאווערמענט בילדונג. אלע אנדערע טירן זענען פארשלאסן און אן אלארם גייט אויף אויב מען עפענט פון אינעווייניג (עס קען נישט זיין פארשפארט ווייל עס איז אן עמערזשענסי עקזיט) פרעג איך דעם מנהל, שוין עטליכע יאר צוריק, נאך פאר די מכה פון קרוינהייטס אטאקעס, איז דא עפעס א ספעציעלע threat? וואס איז די סעקיוריטי אזוי גרויס דא? עס איז מיר געווען א טירחה יעדעס מאל צו פארהאנדלען מיטן גארד, א אינו בן ברית, זאגט ער מיר אז די שטאט און פעדעראל צאלן דערפאר זונט 9/11.
פרעג איך נאר ענק באקומען דאס? איך בין יוצא ונכנס אסאך אין אנדערע מוסדות און דארט איז דאס נישט דא לא מיניה ולא מקצתיה. זאגט ער מיר כהאי לישנא "מיר נוצן די פראגראם אויף וואס מען געבט דאס" וויבאלד עס איז א אפענע פארום וועל איך נישט מעתיק זיין די רעשט.
אגב, די אלע קעמערע סיסטעמס וואס זענען געווארן אינסטולירט אין היימישע מוסדות אין די לעצטערע יארןמקומען טאקע פון די געלט. אבער די פאקוס איז צו קאנטראלירן די איינגעשטעלטע נישט סעקיוריטי. פארדעם אין 82 למשל צו אנדערע מקומות האט דער אדמיניסטראטאר ריזיגע טעלעוויזיע פאנעלן פון אלע הונדערטער קעמערעס אין אלע בילדינגס אין קעמפס און נישט קיין סעקיוריטי אפיס, ער קוקט זיך מסתמא ארום פון צייט צו צייט על צאן מרעיתו און אין א רעגנדיגן פוילע פארמיטאג זומט ער אריין דא און דארט, אבער העלפט נישט ממשות'דיג מיט סעקיוריטי.

איך שרייב כמעט נישט ווייל צופיל איז שוין פארמעקט געווארן. נירו לכם ניר ואל תזרעו אל קוצים.
קאומא שטעלט צו מער געלט פאר סעקיוריטי
וואס געשעט מיט די געלטער? טוט מען צום זאך דערמיט?
Amid a Rash of Hate Crimes, Governor Cuomo Announces More Than $10 Million to Protect Non-Public Schools and Religious-Based Institutions
https://www.governor.ny.gov/news/amid-r ... chools-and

- eller
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10737
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
- לאקאציע: דאנקט השי"ת
איז היינט געווען א שמועס אין ביהמ"ד פארוואס די טירן זענען ברייט אפען...
למעשה די גבאים האלטן עס נישט ביים צושפארן..
נעכטן האט דאך דער רוצח געוואלט אריינגיין אינעם ביהמ"ד און עס איז ב"ה געווען צוגעשפארט האט ער נישט געקענט אריינגיין.. סא וויאזוי קען מען לאזן אז אלע בתי מדרשים האבן ריזיגע אפענע טירען ???
#צייט צו צושפארן די שלעסער....

א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

eller האט געשריבן:איז היינט געווען א שמועס אין ביהמ"ד פארוואס די טירן זענען ברייט אפען...
למעשה די גבאים האלטן עס נישט ביים צושפארן..
נעכטן האט דאך דער רוצח געוואלט אריינגיין אינעם ביהמ"ד און עס איז ב"ה געווען צוגעשפארט האט ער נישט געקענט אריינגיין.. סא וויאזוי קען מען לאזן אז אלע בתי מדרשים האבן ריזיגע אפענע טירען ???
#צייט צו צושפארן די שלעסער....
ניטאמאל דא די אפציע צוצושפארן שנעל די טיר פון איינעווייניג ביי די גרויסע שולן, ווי ראדני וכדומה. מ'דארף א ספעציעלע שליסל דערפאר. אזא 'ך' שטיקל.
ב"ה אין פארשעי האט זיך די טיר שנעל געקענט צומאכן. און דערפאר האט מען עם פון הימל געשיקט פונקט דארט, און ב''ה נאך אסאך פונקטס...! אלעס איז אויסגערעכנט פון אויבן אויפן האר.
מיר דארפן 'דאך' טון השתדלות אויף לעתיד. ואם' ה' ישמור עיר, לשוא עומד שומר.
לעצט פארראכטן דורך שפע רב אום זונטאג דעצעמבער 29, 2019 11:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 930
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am
קעדילעק האט געשריבן:אלע שולעס אין וויליאנסבורג וואס איך קען האבן פארשפארטע טירן, מיט קעמארעס און אינטערקאם, און מ'עפנט נאר ווען מ'ווייסט ווער דאס איז, למשל ביי רוב פלעצער האט אפילו א חסידישער אינגערמאן א שוועריקייט אריינצוקומען, אין בנין ברכה סימא וכדומה זיצן ביי אלע טירן פרויען גארדס, זיי האבן טאקע נישט נישט קיין וואפן, אבער זיי עפענען נאר די טיר ווען זיי האלטן עס איז סעיף.
בינעך געווען אפטראגען מיין יונגעל אין טרופ, די טירן זענען געווען ברייט אפען, סהאט מיר אנגעכאפט א פחד א טאג נאך די שטעכעריי זאל נישט זיין די מינימאלסטע סעקיוריטי ביי לכאורה די גרעסטע ת"ת אין וומסבג.
שמחהלע האט געשריבן:קעדילעק האט געשריבן:אלע שולעס אין וויליאנסבורג וואס איך קען האבן פארשפארטע טירן, מיט קעמארעס און אינטערקאם, און מ'עפנט נאר ווען מ'ווייסט ווער דאס איז, למשל ביי רוב פלעצער האט אפילו א חסידישער אינגערמאן א שוועריקייט אריינצוקומען, אין בנין ברכה סימא וכדומה זיצן ביי אלע טירן פרויען גארדס, זיי האבן טאקע נישט נישט קיין וואפן, אבער זיי עפענען נאר די טיר ווען זיי האלטן עס איז סעיף.
בינעך געווען אפטראגען מיין יונגעל אין טרופ, די טירן זענען געווען ברייט אפען, סהאט מיר אנגעכאפט א פחד א טאג נאך די שטעכעריי זאל נישט זיין די מינימאלסטע סעקיוריטי ביי לכאורה די גרעסטע ת"ת אין וומסבג.
עס איז נישט אפן דורכן טאג, פארשפארט מיט א נומבער שלאס
מסתמא ביזטו געווען בשעת די באסעס קומען און גייען
ועוד, יעדעס אינטש אין דעם בנין איז געקאווערט מיט סעקיוריטי קעמרעס
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אביונה האט געשריבן:שמחהלע האט געשריבן:קעדילעק האט געשריבן:אלע שולעס אין וויליאנסבורג וואס איך קען האבן פארשפארטע טירן, מיט קעמארעס און אינטערקאם, און מ'עפנט נאר ווען מ'ווייסט ווער דאס איז, למשל ביי רוב פלעצער האט אפילו א חסידישער אינגערמאן א שוועריקייט אריינצוקומען, אין בנין ברכה סימא וכדומה זיצן ביי אלע טירן פרויען גארדס, זיי האבן טאקע נישט נישט קיין וואפן, אבער זיי עפענען נאר די טיר ווען זיי האלטן עס איז סעיף.
בינעך געווען אפטראגען מיין יונגעל אין טרופ, די טירן זענען געווען ברייט אפען, סהאט מיר אנגעכאפט א פחד א טאג נאך די שטעכעריי זאל נישט זיין די מינימאלסטע סעקיוריטי ביי לכאורה די גרעסטע ת"ת אין וומסבג.
עס איז נישט אפן דורכן טאג, פארשפארט מיט א נומבער שלאס
מסתמא ביזטו געווען בשעת די באסעס קומען און גייען
ועוד, יעדעס אינטש אין דעם בנין איז געקאווערט מיט סעקיוריטי קעמרעס
די סעקיוריטי קעמרעס האבן בולעטס? וויאזוי העלפט עס אפצושטעלן אן אטאקע? ה"י
דממה דקה האט געשריבן:אביונה האט געשריבן:שמחהלע האט געשריבן:קעדילעק האט געשריבן:אלע שולעס אין וויליאנסבורג וואס איך קען האבן פארשפארטע טירן, מיט קעמארעס און אינטערקאם, און מ'עפנט נאר ווען מ'ווייסט ווער דאס איז, למשל ביי רוב פלעצער האט אפילו א חסידישער אינגערמאן א שוועריקייט אריינצוקומען, אין בנין ברכה סימא וכדומה זיצן ביי אלע טירן פרויען גארדס, זיי האבן טאקע נישט נישט קיין וואפן, אבער זיי עפענען נאר די טיר ווען זיי האלטן עס איז סעיף.
בינעך געווען אפטראגען מיין יונגעל אין טרופ, די טירן זענען געווען ברייט אפען, סהאט מיר אנגעכאפט א פחד א טאג נאך די שטעכעריי זאל נישט זיין די מינימאלסטע סעקיוריטי ביי לכאורה די גרעסטע ת"ת אין וומסבג.
עס איז נישט אפן דורכן טאג, פארשפארט מיט א נומבער שלאס
מסתמא ביזטו געווען בשעת די באסעס קומען און גייען
ועוד, יעדעס אינטש אין דעם בנין איז געקאווערט מיט סעקיוריטי קעמרעס
די סעקיוריטי קעמרעס האבן בולעטס? וויאזוי העלפט עס אפצושטעלן אן אטאקע? ה"י
נישט ממש אפשטעלן אן אטאקע, אבער ס'יז דא אן עין רואה... [אגב, די קעמערעס האט מען געלייגט נאך די פרשה הידועה פאר א פינף זעקס יאר צוריק]
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
- לפנות בוקר
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3198
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
- לאקאציע: ששש..
די גמרא פון עסקי קש ותבן, רעדט זיך ווען מען קומט מלחמה האלטן, אדער באפאלן א יידישער ישוב, וואס לע"ע האלט עס נאך נישט דארט ב"ה..
אנטיסעמיטן זענען אלץ געווען און גיין אלס זיין ביז משיח'ס טאג
אינדערהיים האט מען אויך נישט געלעקט קיין האניג, און אפילו אויך דא אין אמעריקא איז שוין געווען הייסערע צייטן...
אנטיסעמיטן זענען אלץ געווען און גיין אלס זיין ביז משיח'ס טאג
אינדערהיים האט מען אויך נישט געלעקט קיין האניג, און אפילו אויך דא אין אמעריקא איז שוין געווען הייסערע צייטן...
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 490
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 22, 2018 1:02 pm
לפנות בוקר האט געשריבן:איך זע אז די עולם ברעגנט דא ראיות פון יעקב אבינו מיט עשיו וויל איך פשוט אויפמערקזאם מאכן אז יעקב אבינו איז נישט געווען אין גלות בשעת'ן פארהאנדלן מיט עשיו,
אינז אין גלות טאר מיר נישט טון די אלע פעולות פון מלחמה.
מענטשען רעדען דא אגאנצע צייט פון מולחמה און ציונות וויל איך פשוט אויפמערקזאם מאכן אז מען רעדט סך הכל פון ארוס העלפען אונזער לאנד קעגען מענטשען וואס טיען אימרעכט קעגען די אמעריקאנע געזעצען. און נישט פון גיין אין מלחמה מיט אמעריקע
-
- שר מאה
- תגובות: 215
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2015 3:08 pm
א צווייטע באדייטונג פון פני הכלב פלעגט זאָגן דער חפץ חיים ז"ל (בשם הגרי"צ בנו של בעל נפש החיים ז"ל): די נאַטור פון א כלב אז מען וואַרפט אויף אים א שטיין, לויפט ער בייסן דעם שטיין. בשעת עס שטייט אויף א המן אויף די יידן דאַרף מען וויסן, אז דאס איז נאָר א שטעקן מיט וועלכן מען שלאָגט יידן פון הימל.
אוי אשור שבט אפי, אשור איז די רוט פון מיין צאָרן. עס האָט נישט קיין זין, דאס מיר זאָלן האַלטן מלחמה מיט דעם שטעקן, דען אין הימל פעלט נישט קיין שטעקנס. הרבה שלוחים למקום, מען דאַרף אָנווענדן מיטלען דאָס (= אז) מען זאָל פון הימל נישט וואַרפן דעם שטעקן. אָבער אין עיקבתא דמשיחא וועט נישט קיין דעת זיין, וועט מען לויפן בייסן דעם שטעקן ווי דער כלב.
רבי אלחנן וואסערמאן זצוק''ל

זאג נאר, ווער האטעך געשטעלט פאר ווארטזאגער???
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
סאטמארע ווארטזאגער האט געשריבן:א צווייטע באדייטונג פון פני הכלב פלעגט זאָגן דער חפץ חיים ז"ל (בשם הגרי"צ בנו של בעל נפש החיים ז"ל): די נאַטור פון א כלב אז מען וואַרפט אויף אים א שטיין, לויפט ער בייסן דעם שטיין. בשעת עס שטייט אויף א המן אויף די יידן דאַרף מען וויסן, אז דאס איז נאָר א שטעקן מיט וועלכן מען שלאָגט יידן פון הימל.
אוי אשור שבט אפי, אשור איז די רוט פון מיין צאָרן. עס האָט נישט קיין זין, דאס מיר זאָלן האַלטן מלחמה מיט דעם שטעקן, דען אין הימל פעלט נישט קיין שטעקנס. הרבה שלוחים למקום, מען דאַרף אָנווענדן מיטלען דאָס (= אז) מען זאָל פון הימל נישט וואַרפן דעם שטעקן. אָבער אין עיקבתא דמשיחא וועט נישט קיין דעת זיין, וועט מען לויפן בייסן דעם שטעקן ווי דער כלב.
רבי אלחנן וואסערמאן זצוק''ל
אבער בעצם האסטו גארנישט קעגן זיך לערנען סעלף דיפענס אויב מען ווייסט וואס דער עיקר איז, קארעקט?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
- היימישער הייקער
- שר האלף
- תגובות: 1638
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm
איך נעם נישט קיין שטעלע, ווייל עס איז קאמפלעצירט. פון איין זייט איז אביסעל סעלף דעפענס נארמאלע השתדלות, און פון די צווייטע זייט, א מענטש וואס קען די זאכן איז מער עלול אז ער זאל זיך אריינלייגן אין א סכנה.
אבער אזויפיל יא, איך האב א גוטע חבר, וואס אין די יונגערע יארן האט ער אסאך געטוהן דערין, און ער גייט לכאורה מאכן א קלאס פאר די היימישע עולם. עס איז א געמיש פון קרב מגע מיט נאך אסאך פראקטישע פסיכילאגישע ענינים. ער וואוינט אביסעל ארויס פון די פארשעי געגענט, און ער וויל מאכן די קלאסן אין זיין הויז. פאראינטערסירטע קענען מיר אישיי'ן.
אבער אזויפיל יא, איך האב א גוטע חבר, וואס אין די יונגערע יארן האט ער אסאך געטוהן דערין, און ער גייט לכאורה מאכן א קלאס פאר די היימישע עולם. עס איז א געמיש פון קרב מגע מיט נאך אסאך פראקטישע פסיכילאגישע ענינים. ער וואוינט אביסעל ארויס פון די פארשעי געגענט, און ער וויל מאכן די קלאסן אין זיין הויז. פאראינטערסירטע קענען מיר אישיי'ן.
- היימישער הייקער
- שר האלף
- תגובות: 1638
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm
-
- שר מאה
- תגובות: 215
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2015 3:08 pm
פעיק נוז האט געשריבן:סאטמארע ווארטזאגער האט געשריבן:א צווייטע באדייטונג פון פני הכלב פלעגט זאָגן דער חפץ חיים ז"ל (בשם הגרי"צ בנו של בעל נפש החיים ז"ל): די נאַטור פון א כלב אז מען וואַרפט אויף אים א שטיין, לויפט ער בייסן דעם שטיין. בשעת עס שטייט אויף א המן אויף די יידן דאַרף מען וויסן, אז דאס איז נאָר א שטעקן מיט וועלכן מען שלאָגט יידן פון הימל.
אוי אשור שבט אפי, אשור איז די רוט פון מיין צאָרן. עס האָט נישט קיין זין, דאס מיר זאָלן האַלטן מלחמה מיט דעם שטעקן, דען אין הימל פעלט נישט קיין שטעקנס. הרבה שלוחים למקום, מען דאַרף אָנווענדן מיטלען דאָס (= אז) מען זאָל פון הימל נישט וואַרפן דעם שטעקן. אָבער אין עיקבתא דמשיחא וועט נישט קיין דעת זיין, וועט מען לויפן בייסן דעם שטעקן ווי דער כלב.
רבי אלחנן וואסערמאן זצוק''ל
אבער בעצם האסטו גארנישט קעגן זיך לערנען סעלף דיפענס אויב מען ווייסט וואס דער עיקר איז, קארעקט?
צו מ'דארף לערנען סעלף דיפענס ווייס איך נישט, קען זיין אז מ'מוז און קען זיין אז מ'טאר נישט, מ'ברויך פרעגן א גרויסער איד.
אבער וואס דער רבש''ע וויל מ'זאל יעצט זיין פארנומען ווייס איך יא
זאג נאר, ווער האטעך געשטעלט פאר ווארטזאגער???
חובת ההשתדלות במשנתו של הגאון האדיר רבי ישראל יעקב פישר זצ"ל
מתוך ספר תולדותיו "רועה ישראל" חלק א'