קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:ווען מען פרעגט איינער וואס פארשטייט צו פאליטיק, וואס האבן די דעמאקראטן א בעסערע שאנס צו פליפן אין 22', פלארידע אדער וויסקאנסאן ?
איך מיין אז יעדער וואלט געענטפערט וויסקאנסאן..
למעשה זעהט מען ווי די דעמאקראטן גיסן אריין שווערע מיליאנען אין פלארידע, בשעת וואס וויסקאנסאן קוקט אויס גאנץ שוואך.
עס קען זיין אסאך סיבות.
1) אין פלארידע ווייסט מען שוין קעגן וועם מען לויפט, מארקא רוביא האט שוין געזאגט אז ער גייט לויפן פאר ריעלעקשאן, האבן שוין די דעמאקראטן ווי אריינציווארפן געלט, משא'כ אין וויסקאנסן ווי דזשאנסאן האט נאכנישט געמאלדן צו ער פלאנט צו לויפן, יעצט אריינציוואפן געלט קעגן דזשאנסאן אין א האלבע יאר ארום זיך טרעפן לויפן קעגן א אנדערע קאנדידאט לוינט זיך נישט.
2) וואל דעמינגס פון פלארידע האט אסאך א שטערקערע נאמען רעקיגנישן נאציאנאל ווי בערנס וואס לויפט אין וויסקאנסן.
3) אין פלארידע ווארפן די דעמאקראטן אריין געלט נישט אזוי ווייט ווייל זיי ווילן געווינען די סענאט זיץ, ווי דאס אז זיי פראבירן צו ראטעווען פלארידע, פלארידע איז געווארן די לעצטע פאר יאר טראנספערמירט פון א ערענסטע סווינג סטעיט צו א שלאכט פעלד פאר די דעמאקראטן, די קלעפ וואס זיי האבן געכאפט אין די 2020 עלעקשאן'ס אין פלארידע זענען נישט קיין פשוטע, ממילא פראבירן זיי אריינציווארפן מיליאנען אין א פראוו אביסל צוריקצושלעפן די סטעיט, משא'כ וויסקאנסן וואס האלט נאך אלס אן די סווינג סטאטוס.
4) נאך א סיבה קען זיין פארוואס אין וויסקאנסן זעהט מען נאכנישט די גרויסע נומבערס, איז ווייל די דעמאקראטן ווילן פארמיידן זייער דורכפאל פון 2016, ווי דזשאנסאן איז געווען גאנץ שטיל במשך די גאנצע קאמפיין בשעת וואס די דעמאקראטן האבן אריינגעווארפן מיליאנס אין די פארמעסט, אין נאר די לעצטע פאר וואכן ווען די דעמאקראטן זענען שוין געווען גאנץ אויסגעטריקנט, איז דזשאנסאן אריינגעשפרינגן מיט ריזיגע נאמבערס אין אנגעהויבן קאמפיינען אויף א שטארקייט, אין ער האט טאקע ארויסגעצויגן א שטוינענדע זיג.