2022 למספרם מידטוירם וואלן **בלויז נייעס**
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 14473
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm
Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן
אנקעטע פון Zogby Strategies פון די דעמאקראטישע גאווערנאר פריימערי אין ניו יארק וואס קומט פאר די וואך דינסטאג:
גאווערנאר קעטי האוקעל - 55%
קאנגרעסמאן טאם סוואזי - 22%
פאבליק אדוועקאט דזשעמאנע וויליעמס - 19%
גאווערנאר קעטי האוקעל - 55%
קאנגרעסמאן טאם סוואזי - 22%
פאבליק אדוועקאט דזשעמאנע וויליעמס - 19%
-
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 14473
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm
Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן
אנקעטע פון Zogby Strategies פון די רעפובליקאנער גאווערנאר פריימערי אין ניו יארק וואס קומט פאר די וואך דינסטאג:
קאנגרעסמאן לי זעלדין - 35%
ענדראו דזשוליאני - 28%
ראב אסטרינא - 16%
ביזנעסמאן הענרי ווילסאן - 14%
אומבאשלאסן - 8%
קאנגרעסמאן לי זעלדין - 35%
ענדראו דזשוליאני - 28%
ראב אסטרינא - 16%
ביזנעסמאן הענרי ווילסאן - 14%
אומבאשלאסן - 8%
-
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 14473
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm
Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן
אנקעטע פון Ogden & Fry פון די רעפובליקאנער גאווערנאר פריימערי אין אלינוי וואס קומט פאר די וואך דינסטאג:
טראמפ אינדארסירטע סטעיט סענעטאר דערען בעילי - 38%
ביזנעסמאן דזשעסי סאלאוואן - 17%
אראורע מעיאר ריטשערד אירווין - 13%
גערי ראבין - 9%
אומבאשלאסן - 20%
טראמפ אינדארסירטע סטעיט סענעטאר דערען בעילי - 38%
ביזנעסמאן דזשעסי סאלאוואן - 17%
אראורע מעיאר ריטשערד אירווין - 13%
גערי ראבין - 9%
אומבאשלאסן - 20%
-
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 14473
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm
Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן
CBS News אנקעטע:
די הויפט פריארעטעט פון וויילער ארויסצוקומען שטימען אין נאוועמבער:
אינפלאציע - 82%
עקאנאמיע - 80%
אימיגראציע - 45%
אבארשען - 42%

בשעת וואס זעלדין איז א שטארקע טראמפ שטיצער, פראבירט רודי דזשוליאני צו קאמפיינען פאר זיין זין די מעגא קאנדידאט קעגן די רינא לי זעלדין.
-
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 14473
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm
Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן
געוועזענע ניו יארק סיטי מעיאר רודי דזשוליאני איז געווארן אטאקירט דורך אן ארבעטער אין א שאפּרייט געשעפט אין סטעטן איילענד בשעת ער האט קאמפיינט פאר זיין זוהן ענדראו וואס לויפט אין די רעפובליקאנער גאווערנאר פריימערי אין ניו יארק.
די פאליציי האבן ארעסטירט דעם אטעקירער.
די פאליציי האבן ארעסטירט דעם אטעקירער.
-
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 14473
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm
Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן
רעפובליקאנער סענאט נאמעני אין פענסילוועניע דר' מעמאט אז האט לעצטענס געזאגט אין א אינטערוויו אז ער האט באקומען די אינדארסירונג פון אלע זיינע רעפובליקאנער פריימערי קעגענער.
רעפובליקאנער סענאט קאנדידאט קעטי בארנעט איז ארויסגעקומען זאגן: ניין, איך האב נישט אינדארסירט דר' אז, און ער ווייסט דאס.
זי זאגט אז זי וועט מעגליך אינדארסירן דר' אז נענטער צו די וואלן, אבער דערווייל האט זי נאך אסאך פראבלעמען מיט זיין קאנדידאטור.
בארנעט האט אנגעצויגן 25% אין די רעפובליקאנער סענאט פריימערי אין פענסילוועניע.
רעפובליקאנער סענאט קאנדידאט קעטי בארנעט איז ארויסגעקומען זאגן: ניין, איך האב נישט אינדארסירט דר' אז, און ער ווייסט דאס.
זי זאגט אז זי וועט מעגליך אינדארסירן דר' אז נענטער צו די וואלן, אבער דערווייל האט זי נאך אסאך פראבלעמען מיט זיין קאנדידאטור.
בארנעט האט אנגעצויגן 25% אין די רעפובליקאנער סענאט פריימערי אין פענסילוועניע.
-
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 14473
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm
Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן
מעריסט אנקעטע פון די נאציענאלע דזשענעריק בעלאט:
דעמאקראטן - 48%
רעפובליקאנער - 41%
- - -
ס'איז גאר גוטע נייעס פאר די דעמאקראטן, אבער למעשה איז דאס כמעט די זעלבע זאך ווי זייער פריערדיגע אנקעטע נאך פון א חודש צוריק וואס האט געהאט די דעמאקראטן ביי 47% און רעפובליקאנער ביי 42%.
דארף מען זעהן, אויב איז דאס א נייע טרענד וואס די דעמאקראטן וועלן זעהן נאך די סופרים קאורט אורטייל, אדער איז דאס בלויז מעריסט וואס כאפט אסאך מאל אומריכטיגע טרענדס לטובת דעמאקראטן, ווי למשל נאך ביידען'ס סטעיט אוף די יוניען אדרעס האט זייער אנקעטע געוויזן אז ביידען האט באקומען א מאסיווע באמפ אין זיין צופרידענהייט ראטע, בשעת וואס אנדערע אנקעטעס האבן גארנישט געטוישט.
- - -
מער איבער די פריערדיגע מעריסט אנקעטע

ערשטע אנקעטע פון א סווינג דיסטריקט גענומען נאך די סופרים קאורט אורטייל.
אינערליכע אנקעטע פון די עהאטז קאמפיין גענומען דורך די דעמאקראטישע פאולסטער Global Strategy Group פון די קאנגרעס פארמעסט אין פענסילוועניע'ס 1'טע דיסטריקט, וואס איז א ביידען 4.7%+ סווינג דיסטריקט:
קאנגרעסמאן ברייען פיטזפעטריק (ר) - 45%
עשלי עהאטז (ד) - 38%
אינערליכע אנקעטע פון די עהאטז קאמפיין גענומען דורך די דעמאקראטישע פאולסטער Global Strategy Group פון די קאנגרעס פארמעסט אין פענסילוועניע'ס 1'טע דיסטריקט, וואס איז א ביידען 4.7%+ סווינג דיסטריקט:
קאנגרעסמאן ברייען פיטזפעטריק (ר) - 45%
עשלי עהאטז (ד) - 38%
-
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 14473
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm
Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן
א פרישע אנקעטע פון ראוד איילענד'ס 2'טע דיסטריקט וואס דארף שיקן שטארקע רויטע לעמפלעך צו די דעמאקראטישע הויפטקווארטירן.
פרישע Suffolk University אנקעטע פון די קאנגרעס פארמעסט אין ראוד איילענד'ס 2'טע דיסטריקט וואס איז א ביידען 12.7%+ דיסטריקט:
אלען פאנג (ר) - 45%
ראוד איילענד טרעדזשאר סעט מעגעזיינער (ד) - 39%
אומבאשלאסן - 17%
- - -
די קאנגרעסמאן פונעם דיסטריקט דזשים לענגעווין (ד) לויפט נישט פאר ווידערוויילונג.
די אנקעטע איז גענומען געווארן פאריגע וואך נאך פאר די סופרים קאורט אורטייל.
פרישע Suffolk University אנקעטע פון די קאנגרעס פארמעסט אין ראוד איילענד'ס 2'טע דיסטריקט וואס איז א ביידען 12.7%+ דיסטריקט:
אלען פאנג (ר) - 45%
ראוד איילענד טרעדזשאר סעט מעגעזיינער (ד) - 39%
אומבאשלאסן - 17%
- - -
די קאנגרעסמאן פונעם דיסטריקט דזשים לענגעווין (ד) לויפט נישט פאר ווידערוויילונג.
די אנקעטע איז גענומען געווארן פאריגע וואך נאך פאר די סופרים קאורט אורטייל.
-
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 14473
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm
Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן
Suffolk University אנקעטע פון דעמאקראטישע גאווערנאר פריימערי אין ראוד איילענד:
סעקראטערי אוף סטעיט נעלי גארביע - 24%
גאווערנאר דען מעקי - 20%
געוועזענע סי. ווי. עס. עקזעקיוטיוו העלענע פאלקעס - 16%
געוועזענע סעקראטערי אוף סטעיט מעט בראון - 5%
אומבאשלאסן - 31%
סעקראטערי אוף סטעיט נעלי גארביע - 24%
גאווערנאר דען מעקי - 20%
געוועזענע סי. ווי. עס. עקזעקיוטיוו העלענע פאלקעס - 16%
געוועזענע סעקראטערי אוף סטעיט מעט בראון - 5%
אומבאשלאסן - 31%
-
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 14473
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm
Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן
פרעזידענט ביידען האט אינדארסירט קאנגרעסמאן דעני דעיוויס (ד) פון אלינוי'ס 7'טע דיסטריקט וואס לויפט די וואך דינסטאג אין א שווערע פריימערי פארמעסט קעגן די לינקע ליבעראלע קאנדידאט קינע קאלינס (ד).
Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:ערשטע אנקעטע פון א סווינג דיסטריקט גענומען נאך די סופרים קאורט אורטייל.
אינערליכע אנקעטע פון די עהאטז קאמפיין גענומען דורך די דעמאקראטישע פאולסטער Global Strategy Group פון די קאנגרעס פארמעסט אין פענסילוועניע'ס 1'טע דיסטריקט, וואס איז א ביידען 4.7%+ סווינג דיסטריקט:
קאנגרעסמאן ברייען פיטזפעטריק (ר) - 45%
עשלי עהאטז (ד) - 38%
דער זיץ הייסט סעיף רעפאבליקאנער ביי יעדן איינעם.
די נקודה פון דעם אינטערנעל אנקעטע איז צו ווייזן אז ווען מען מאכט עס פאר א פוש פאול, און מען זאגט פארן עולם אז קעמפ איז קעגן הפלה, פליפט די אנקעטע צו א 10% ליעד פארן דעמאקראט.
שטייצעך אז דערווייל בלייבט עס אין סעיף רעפאבליקאנער.
(איך מיין אז עס איז א טעות דא צו רעפרעזענטירן אלס סווינג דיסטריקט, ווען וואסערמאן מיט די אנדערע רעיטן עס סעיף רעפאבליקאנער, נישט לייקלי, סעיף ממש.)
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום מאנטאג יוני 27, 2022 6:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן
דאנאלד טראמפ האט אינדארסט איינעם אין די נ"י פריימערי?
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:אנקעטע פון Zogby Strategies פון די רעפובליקאנער גאווערנאר פריימערי אין ניו יארק וואס קומט פאר די וואך דינסטאג:
קאנגרעסמאן לי זעלדין - 35%
ענדראו דזשוליאני - 28%
ראב אסטרינא - 16%
ביזנעסמאן הענרי ווילסאן - 14%
אומבאשלאסן - 8%
Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:בשעת וואס זעלדין איז א שטארקע טראמפ שטיצער, פראבירט רודי דזשוליאני צו קאמפיינען פאר זיין זין די מעגא קאנדידאט קעגן די רינא לי זעלדין.
ווי שטעלט זיך זעלדין ארויס ווי א טראמפ שטיצער?
-
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 14473
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm
Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן
פרישע מארנינג קאונסאלט אנקעטע גענומען נאך די סופרים קאורט אורטייל צייגט אז די דעמאקראטישע אינטוסיאסעם איז געווארן אסאך שטערקער אבער נאך אלץ נישט איבערגעשטיגן די רעפובליקאנער ווי מיט עטליכע חדשים צירוק.
צופרידן מיט די אורטייל:
צופרידן - 40%
אומצופרידן - 50%
(דאס איז גראדע א חידוש, ווען אלע אנקעטעס פון די לעצטע פאר חדשים האבן געצייגט אז איבער 60% אמעריקאנער ווילן נישט אז די סופרים קאורט זאל מבטל זיין די חוק.
ס'קוקט אויס ווי נאכן אורטייל זענען די רעפובליקאנער געווארן מער פאראייניגט אז ס'איז יא א גוטע אורטייל.)
צופרידן מיט די אורטייל:
צופרידן - 40%
אומצופרידן - 50%
(דאס איז גראדע א חידוש, ווען אלע אנקעטעס פון די לעצטע פאר חדשים האבן געצייגט אז איבער 60% אמעריקאנער ווילן נישט אז די סופרים קאורט זאל מבטל זיין די חוק.
ס'קוקט אויס ווי נאכן אורטייל זענען די רעפובליקאנער געווארן מער פאראייניגט אז ס'איז יא א גוטע אורטייל.)
-
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 14473
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm
Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן
מארנינג קאונסאלט דזשענעריק בעלאט אנקעטע:
פאר די סופרים קאורט אורטייל:
דעמאקראטן - 42%
רעפובליקאנער - 42%
נאך די סופרים קאורט אורטייל:
דעמאקראטן - 45%
רעפובליקאנער - 42%
- - -
דערווייל האבן שוין צוויי אנקעטעס געוויזן א באמפ פאר די דעמאקראטן, אבער מען קען עס אנרופן א מינעמאלע באמפ.
מעריסט - דעמאקראטן 2+
מארנינג קאונסאלט - דעמאקראטן - 3+
פאר די סופרים קאורט אורטייל:
דעמאקראטן - 42%
רעפובליקאנער - 42%
נאך די סופרים קאורט אורטייל:
דעמאקראטן - 45%
רעפובליקאנער - 42%
- - -
דערווייל האבן שוין צוויי אנקעטעס געוויזן א באמפ פאר די דעמאקראטן, אבער מען קען עס אנרופן א מינעמאלע באמפ.
מעריסט - דעמאקראטן 2+
מארנינג קאונסאלט - דעמאקראטן - 3+
Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן
הולך האט געשריבן:קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:בשעת וואס זעלדין איז א שטארקע טראמפ שטיצער, פראבירט רודי דזשוליאני צו קאמפיינען פאר זיין זין די מעגא קאנדידאט קעגן די רינא לי זעלדין.
ווי שטעלט זיך זעלדין ארויס ווי א טראמפ שטיצער?
אויב דענק איך גוט האט ער געשטימט נישט צו סערטיפייען די 2020 עלעקשאן רעזולטאטן.
באשיינפערליך האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 amאיין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן
בעטינג מארקעט פון עטליכע פריימעריס וואס קומען מאָרגן פאר:
מילער איז די טראמפ אינדארסירטע
בעילי איז די טראמפ אינדארסירטע
טראמפ האט נישט קיינעם אינדארסירט
מילער איז די טראמפ אינדארסירטע
בעילי איז די טראמפ אינדארסירטע
טראמפ האט נישט קיינעם אינדארסירט
MAKE AMERICA ORANGE AGAIN
-
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 14473
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm
Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן
טראפאלגער דזשענעריק בעלאט אנקעטע:
רעפובליקאנער - 49%
דעמאקראטן - 40%
די אנקעטע איז גענומען געווארן פון פאריגע וואך דינסטאג ביז דאנערשטאג.
רעפובליקאנער - 49%
דעמאקראטן - 40%
די אנקעטע איז גענומען געווארן פון פאריגע וואך דינסטאג ביז דאנערשטאג.
-
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 14473
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm
Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן
אנקעטע פון Sachs Media פון די קאנגרעס פארמעסט אין פלארידע'ס 2'טע דיסטריקט, וואס איז א טראמפ 7.4%+ דיסטריקט, און צוויי קאנגרעסלייט פארמעסטן זיך אין נאוועמבער פאר די זיץ:
קאנגרעסמאן ניעל דאן (ר) - 43%
קאנגרעסמאן על לוסאן (ד) - 40%
- - -
פון די פלארידע גאווערנאר פארמעסט:
גאווערנאר ראן דיסענטאס (ר) - 53%
טשארלי קריסט (ד) - 41%
קאנגרעסמאן ניעל דאן (ר) - 43%
קאנגרעסמאן על לוסאן (ד) - 40%
- - -
פון די פלארידע גאווערנאר פארמעסט:
גאווערנאר ראן דיסענטאס (ר) - 53%
טשארלי קריסט (ד) - 41%
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40148
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן
אריזאנא דעמאקראטישע קאנגרעסמאן ראובן גאלעגא זאגט אז באצייכענען רעפובליקאנער אלץ אולטרא מאגא איז נישט א גוטע סטראטעגיע
ער וויל ליבערשט אז מען זאל אנרופן א כאפטע מאדנע פארשוינען ווייל סיי ווער עס איז אזוי אבסעסירט מיט סיי וועלכע פאליטיקאנט (אין דעם פאל טראמפ) איז פון נאטור אויס אינטערסאנט
ער וויל ליבערשט אז מען זאל אנרופן א כאפטע מאדנע פארשוינען ווייל סיי ווער עס איז אזוי אבסעסירט מיט סיי וועלכע פאליטיקאנט (אין דעם פאל טראמפ) איז פון נאטור אויס אינטערסאנט
-
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 14473
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm
Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן
אינערליכע אנקעטע פון די סמיילי קאמפיין גענומען דורך די רעפובליקאנער פאולסטער The Terrence Group פון די וואשינגטאן סענאט פארמעסט:
סענעטאר פעטי מארעי (ד) - 48%
טיפעני סמיילי (ר) - 43%
סענעטאר פעטי מארעי (ד) - 48%
טיפעני סמיילי (ר) - 43%
-
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 14473
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm
Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן
אנקעטע פון Goucher College פון די רעפובליקאנער גאווערנאר פריימערי אין מערילענד:
טראמפ אינדארסירטע סטעיט רעפיזענטעטיוו דאן קאקס - 25%
סטעיט קאמערס סעקראטערי קעלי שולץ - 22%
אומבאשלאסן - 44%
- - -
טראמפ האט אינדארסירט קאקס, בשעת וואס די ארטיגע ארויסגייענדיגע רעפובליקאנער גאווערנאר לערי האוגען האט אינדארסירט שולץ.
קאקס איז מער קאנסערוועטיוו, בשעת וואס שולץ איז מער מאדערעט.
טראמפ אינדארסירטע סטעיט רעפיזענטעטיוו דאן קאקס - 25%
סטעיט קאמערס סעקראטערי קעלי שולץ - 22%
אומבאשלאסן - 44%
- - -
טראמפ האט אינדארסירט קאקס, בשעת וואס די ארטיגע ארויסגייענדיגע רעפובליקאנער גאווערנאר לערי האוגען האט אינדארסירט שולץ.
קאקס איז מער קאנסערוועטיוו, בשעת וואס שולץ איז מער מאדערעט.
-
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 14473
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm
Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן
דעמאקראטישע סענאט נאמעני אין פענסילוועניע לויטענענט גאווערנאר דזשאן פעטערמאן וועט אין די קומענדיגע יולי 21 אפהאלטן א פאנדרעיזער אין פענסילוועניע, זיין ערשטע עפענטליכע קאמפיין אויפטריט זינט ער האט געכאפט א סטראוק.