נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פראנצויזישע פראקורן האבן ארויסגעשטעלט אן אינטערנאציאנאלע ארעסט פארלאנג קעגן Carlos Ghosn, א געוועזענע שעף עקזעקיוטיוו ביי די יאפאנעזע 'ניסאן' קאר פירמע, אויף באשולדיגונגונגען אז ער האט גערויבט צענדליגע מיליאנען דאלער פון די פירמע.

אויך פארלאנגען זיי די ארעסט פון נאך פיר וואס זיי באשולדיגן אז זיי האבן ארויסגעהאלפן גאוסאן אנפירן זיין מאסיווע שווינדל אפעראציע.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

קעניג אבדולאה פון ירדן איז היינט אפגעפארן אויף א אומגעמאלדענע באזוך קיין קאירא, עגיפטן, וואו דער קעניג וועט אפהאלטן געשפרעכן מיט דער עגיפטישע פרעזידענט על-סיסי אינאיינעם מיט קרוין-פרינץ מוחאמעד בין-זאיעד פון די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

זעקס זענען אומגעקומען, און נאך עטליכע פארוואונדעט, ווען א באמבע האט אויפגעריסן אין די סאמאליע הויפטשטאט מאגאדישו.

די על-שאבאב איסלאמישע טעראר גרופע האט גענומען פאראנטווארטליכקייט פאר די אטאקע.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

טערקישע אויסערן מיניסטער מעוולוט קאוואסאגלי (Mevlut Cavusoglu) וועט קומענדיגע מאנאט אפשטאטן א באזוך אין מדנת ישראל.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
א נייער האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:קוקט אויס ווי ערב יום הקדוש אין אנקארא וועלכע בעהט זיך איבער מיט מער און מער לענדער

די טערקן האבן צו ערשט פארלייכטערט די באציאונגען מיט די איזראעליס און ווי פריער באריכטעט ווערן זאכן עטוואס אויסגעגלעט מיט די סאודיער און אצינד הערט מען אז נאך יארן פון ערנסטע שפאנונג מיט די עגיפטער גייען זיי אהינשיקן אן אמבאסאדאר

וואס איז פשט?

די פארזוכן זענען שוין אנגייענד פאר א לעגערע צייט און ערדואן האט עס שוין אפן אנערקענט פארלאפענע למספרם יאר נאר זאכן געדויערן און גייען שטאפלווייז

די עגיפטער האבן ארויסגעווארפן די טערשיע אמבאסאדאר צוין צוריק אין 2013 למספרם און די צויי לענדער זענען געווען אויף די אנדערע זייט פונעם שאך ברעט מערערע מאהל אריינגערעכנט איבער ליביע און די מעדיטרעיניען גאז געפעכט אבער טערקיי האט באשלאסן צו פרובירן ווארימערע באציאונגען

ערדואן איז געווען פון די ערשטע מיטצוגיין מיט די אראבישע פרילינג ווינטן אין קאירא און גערופן פאר מובאראק צו פאקן פעק

די נייע טאן קומט בעיקר פון טערקיי און די רעאקציע פון קאירא (כאטש אין פובליק) איז פיל מער איינגעהאלטן און פריוואט האבן זיי פארלאנגט אז צו קענען האבן נענטערע באציאונגען מוז טערקיי נאכלאזן פון איר אינטערווענץ האבי און ארויסציען אירע קרעפן פון ליביע און אזוי אויך איר פארמישונג איבער די מעדיטערינען וואסער געפעכעט (טערקיי האט זיך דארט גאר אנגעטראגן צו דינען אלץ פארמיטלער)

פארוואס גענוי אנקארא זוכט א טויש איז א געמיש פון עטליכע זאכן אריינגערעכנט אז זיי זענען אונטער אמעריקאנע סאנקציעס צוליב די רוסישע אנטי עירקעפט מיסיל סיסטעם וועלכע זיי האבן אפגעקויפט און מוטשעט זיך באזונדער מיט די באשולדיגוגנ פון וואשינגטאן אז זייער סטעיט באנק האט געהאלפן איראן זיך ארויסדרייען פון אמעריקאנע סאנקציעס און זיך קריגן מיט עגיפטן אויך טוט איז זיי נישט צופיל בייהילפיג
קוקנדיג קיין וואשינגטאן ווערט די ביידען אדמיניסטראציע פאררעכנט ווייניגער פריינטליך צו טערקיי ווי די טראמפ אדמיניסטארציע און אנקארא זעענדיג אז טראמפ קען מעגליך פארלירן האט אסאך צו בענעפיטירן פון זיך כאטש באפריינדן מיט געאגראפיש נענטערע לענדער אינעם מיטל מזרח ראיאן
פון די אנדערע זייט האט די שפאנונג צווישן די סאודיער אליאנץ (וועלכע רעכנט אריין די עמיראטן, עגיפטער און באכרעין) מיט קאטאר וועלכע איז נאנט אליאירט מיט טערקיי היבש נאכגעלאזט
באזונדער האט זיך לעצטנס פארמירט אן אליאנץ צווישן עגיפטן, ציפרוס, גריכלאנד און די איזראעליס איבער א רייע אנגעלעגנהייטן ווי ענערגיע, וואסער גרעניצן און נאך און קענסט נאך צולייגן די טרוימען פון פראנקרייך'ס מאקרון וועלכע זוכט אויסצושטייגן אלץ הויפט שפילער איבער וואס קומט פאר אין לענדער ווי ציפרוס, ליביע און לבנון און האט גענומען א שטייפע שטעלונג אקעגן ערדואן'ס רעגירונג
אין ליביע האט טאקע טערקיי באוויזן אפצושטעלן די פאראויסמארש פון די ליביע גענעראל פון איבערפווארפן די טערקיי געשטיצע טריפאלי רעגירונג וועלכע האט זיך אבער נישט באוויזן צו רוקן נענטער טיפער און נענטער צו די זייט וועלכע גרעניצט זיך מיט עגיפטן האט לעצטנס געעפנט קאמיוניקאציע ליניעס מיט די יוניטי רעגירונג אין טריפאלי גיבנדיג א שאנס פון טערקיי זיך צוצוכאפן די געלעגנהייט און פרובירן אויסצוגלעטן די אנגעצויגנקייט

ערדואן גרייט זיך אפצורייזן די וואך קיין סאודי אראביע
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

געריכט אין רוסלאנד פארארדענט די פארכאפונג פון פארמעגנס אין די ווערד פון 500 מיליאן רוסישע רובל -זיבן מיליאן אמעריקאנע דאלער- פון די ריזן 'גוגל' פירמע.

די פארארדענונג קומט אין רעאקציע צו א לאוסוט אריינגעגעבן דורך א ארטיגע מידיע פירמע נאך וואס גוגל האט בלאקירט זייער יו-טוב אקאונט.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

דריי זענען אומגעקומען ווען א מאן האט געעפענט פייער ביי א שולע אין די צענטראל רוסישע 'אוליאנאווסק' ראיאן. די אומגעקומענע זענען צוויי קינדער און א טיטשער, אויך איז נאך א טיטשער פארוואונדעט געווארן און געווארן אפגעפירט אין שפיטאל.

דער שיסער האט זיך זחבסט אומגעברענגט, און א קרימינאלע אויספארשונג איז אונטערוועגנס איבער די אינצידענט.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פינישע פרעזידענט שאולי ניניסטאו געפונט זיך אין שפיטאל פאר אונטערזוכונגען צוליב וואס ער ליידט שוין א וואך צייט פון קאוויד סימפטאמען.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פראנקרייך'ס העכסטע געריכט האט בלאקירט די רעגירונג פון קענען פארשליסן אן איסלאמישע מעטשעט אין די שטאט פיסעק (Pessac) אויף באשולדיגונגען פון פארשפרייטן ראדיקאלע רעליגיעזע אנשויאונגען. די געריכט זאגט אז פארשליבן די מעטשעט וואלט געווען א 'ערנסטע פארלעצונג פון די רעליגיעזע פרייהייט'.

דאס איז די ערשטע מאל וואס די געריכט בלאקירט אזא פארלאנג פון די ארטיגע רעגירונג.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

נייגעריע'ס סענאט היינט באשטעטיגט א געזעץ צו מאכן אומלעגאל דאס צאלן אויסלייז געלט פאר מענטשן פארכאפער, פאלעצער וועלן אויסשטיין א פופצן יאר טורמע שטראף.

אויך טוט די געזעץ ארויפשטעלן טויט שטראף אויף קידנעפערס אין פאל דער פארכאפטער שטארבט אונטער זייערע הענט.

------------
די געזעץ ווערט יעצט געשיקט צום נידעריגערן געזעץ הויז וואו געזעצגעבער דארפן עס נאך באשטעטיגן.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

דריי פאליציי לייט זענען אומגעקומען אין נייגעריע ווען זייער סטאנציע איז געווארן איבערגעפאלן פארלאפענע ענדע וואך דורך א גרופע באוואפענטע לייט און א היציגע פייער אויסטויש האט אויסגעבראכן.

די ארטיגע אייסיס אפילאירטע טעראר גרופע -די 'איסלאמישע שטאַט מערב אפריקע פראווינץ'- האט גענומען פאראנטווארטליכקייט פאר די אטאקע.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אן אויפרייס האט פאסירט אין א האטעל אין צענטער פון קובא'ס הויפטשטאט האוואנא
אוועטאר
א דאך
שר האלפיים
תגובות: 2498
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 19, 2021 4:44 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א דאך »

הכל הבל האט געשריבן:אן אויפרייס האט פאסירט אין א האטעל אין צענטער פון קובא'ס הויפטשטאט האוואנא


בילד פונעם טראגעדיע
9899.jpeg
9899.jpeg (174.32 KiB) געזען 819 מאל
MAKE AMERICA ORANGE AGAIN
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

נקדימון האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:צפון קארעא: יאפאן באריכטעט אז צפון קארעא האט היינט ארויסגעשאסן א (ווארשיינלעך) באליסטישער מיסיל.

דרום קארעא האט באריכטעט ענליך אז איר שכן צפון האט ארויסגעשאסן א אומאידענטיפיצירטע מיסיל

נעכטן זענען געווען באריכטן איבער א פרישע מיסיל וואס צפון קארעא האט ארויסגעשאסן.

יעצט האט צפון קארעא דאס באשטעטיגט אז זיי האבן נעכטן ארויסגעשאסן א הייפערסאניק מיסיל. דער פירער קים יאנג אן האט פערזענליך באאבאכטעט די ארויסשיס

און ווידעראמאל א מיסיל ארויסגעשאסן

דרום קארעא באריכטעט אז איר שכן האט ארויסגעשאסן צוויי קורץ שטרעקיגע באליסטישע מיסילס

און ווידעראמאל נאך צוויי שטיק. געגלייבט צו זיין קורצ-שטרעקיג באליסטישע מיסילס

~ דרום קארעא מיליטער

און ווידעראמאל נאך א מיסיל ארויסגעשאסן ביי צפון קארעא. געגלייבט צו זיין א באליסטישע מיסיל.

דאס איז די זיבעטע מיסיל בלויז אין די לעצטע שטיק צייט.

דורכאויס די פארלאפענע ענדע וואך זענען פארגעקומען אמווייניגסטענס צוויי מיסיל טעסטס ארויס פון צפון קארעא.

די יו.ען. זיכערהייט קאונסיל וועט מיטוואך אפהאלטן אן עמערזשענסי זיצונג דערוועגן (אמעריקא ערווארטערט צו פארלאנגן פארשטעקערטע סאנקציעס, טשיינע און רוסלאנד וועלן ווארשיינליך וועטאאירן).
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
SPXUP האט געשריבן:אנפלאציע לייגט גרויס דרוק אויף געוויסע לענדער.
סרי לאנקא האט געהאט ראיאטן. ווי אויך פערו. פאקיסטאן איז שטארק באטראפן מיט אינפלאציע וואס מאכט רעגירונגן אומסטאביל

ארטיגע צענטראלע באנק געמאלדן אז זי וועט סוספענדירן די באצאלונגען אויף רעגירונגס אויסלענדישע חובות.

פרעמיער מיניסטער ראזשאפאקסא געמאלדן אז ער רעזיגנירט פון אמט אין ליכט פון די לעצטערע איבערקערנישן איבערן לאנד.

דורכאויס די היינטיגע שטורמישע פראטעסטן איז אמווייניגסטענס איין געזעצגעבער אומגעקומען דורכאויס א צוזאמענשטויס מיט אנטי-רעגירונגס פראטעסטירער.

----------------
א משהו מער - ר' פנחס גלויבער, ד' קדושים תשפ"ב
דאס אינזל סרי לאנקא שטייט אויפן שוועל פון באנקראט, און רופט ארויס זארגן צוליב אסאך ענליכקייטן מיט צענדליגער אנדערע לענדער. -- אויך, די ראלע וואס די אוקראינע-קריזיס שפילט דא, און וויאזוי כינע האט באוויזן דארט אריינצושטעלן א פוס
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פראנצויזישע אפעלאט געריכט באשטעטיגט די שולד אורטייל קעגן דער געוועזענע פרעזידענט Francois Fillon פאר'ן מיסברויכן פובליק געלטער.

די אפעלאט געריכט האט אבער יא נאכגעגעבן צו שניידן איין יאר פון די פינף יעריגער טורמע טערמין צוגעטיילט דורך די אונטערשטע געריכט.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

עלף עגיפטישע זעלנער זענען אומגעקומען -און נאך עטליכע פארוואונדעט- ווען טעראריסטן זענען איבערגעפאלן זייער פאזיציע אינעם קוואנטארא שטעטל אין די סיני האלב-אינזל.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

געוועזענען אוקריינער פרעזידענט לענאיד קראוושוק געשטארבן אין עלטער פון 88 יאר.

קראוושוק איז געשטאנען אין שפיץ פון די אוקריינא קאמוניסטישע פארטיי דורכאויס די לעצטע יארן אונטער די סאוויעטישע פארבאנד, און אין 1991 האט ער -אינאיינעם מיט די רוסישע און בעלארוסישע פרעזידענטן- אונטערגעשריבן די דאקומענטן צו פארמאל אויפלעזן די פארבאנד און דערקלערן אוקריינא זעלבסטשטענדיג.
מיט פרעזידענט ביל קלינטאן
מיט פרעזידענט ביל קלינטאן
NB7EXSTJ7NG6PNYWAJGRLE64SM.jpg (91.32 KiB) געזען 510 מאל


ביים אונטערשרייבן צו אויפלעזן די סאוויעטישע פאריין
ביים אונטערשרייבן צו אויפלעזן די סאוויעטישע פאריין
Eliminating_the_USSR.jpg (129.88 KiB) געזען 510 מאל
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

באריכטן פון צפון קארעא געבן אן אז די רעגירונג האט פארארדענט א פלוצימדי'גע לאקדאון אינעם הויפטשטאט פיאנגיאנג צוליב א 'נאציאנאלע' פראבלעם און די איינוואוינער זענען פארארדענט געווארן צו בלייבן אין די שטובער. אנדערע מקורות זאגן אז מען רעדט גאר פון א לאקדאון אינעם גאנצן לאנד.

#נישטקלארוואסגייטפאר
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

ישראל_הלוי האט געשריבן:באריכטן פון צפון קארעא געבן אן אז די רעגירונג האט פארארדענט א פלוצימדי'גע לאקדאון אינעם הויפטשטאט פיאנגיאנג צוליב א 'נאציאנאלע' פראבלעם און די איינוואוינער זענען פארארדענט געווארן צו בלייבן אין די שטובער. אנדערע מקורות זאגן אז מען רעדט גאר פון א לאקדאון אינעם גאנצן לאנד.

#נישטקלארוואסגייטפאר

כהאף אז סהאט צו טוהן מיט זייערע טעסטס וואס זיי מאכן לעצטענס
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

דאס אישוין אביסל א פריעקישע נייעס, לאמיר האפן אז זיי וועלן בעטן הילף אלטוועלטליך אויב ס’צרות און נישט אנברענגן א פרישן קעראנא אנזעץ.

#ימים_ידברו - #אם_השם_לא_ישמר_עיר
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

יאנאש האט געשריבן:דאס אישוין אביסל א פריעקישע נייעס, לאמיר האפן אז זיי וועלן בעטן הילף אלטוועלטליך אויב ס’צרות און נישט אנברענגן א פרישן קעראנא אנזעץ.

#ימים_ידברו - #אם_השם_לא_ישמר_עיר

יאנאש, אז ביסט שוין דא, מאך אן אשכול איבער דעם.

איך וועל עס שוין אנפולן...
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע: ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

:lol: :lol: פלצתי
יצחק אייזיק האט געשריבן:
יאנאש האט געשריבן:דאס אישוין אביסל א פריעקישע נייעס, לאמיר האפן אז זיי וועלן בעטן הילף אלטוועלטליך אויב ס’צרות און נישט אנברענגן א פרישן קעראנא אנזעץ.

#ימים_ידברו - #אם_השם_לא_ישמר_עיר

יאנאש, אז ביסט שוין דא, מאך אן אשכול איבער דעם.

איך וועל עס שוין אנפולן...
Times New Roman (Headings CS)...
אבימלך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 11:16 pm
אפשר אויב מען וועט זאגען פאר מענטשן אז די מוח איז א עפפ, וועלען זיי אנהייבן עס צו ניצען!!!
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

יאנאש האט געשריבן:דאס אישוין אביסל א פריעקישע נייעס, לאמיר האפן אז זיי וועלן בעטן הילף אלטוועלטליך אויב ס’צרות און נישט אנברענגן א פרישן קעראנא אנזעץ.

#ימים_ידברו - #אם_השם_לא_ישמר_עיר

ס'קען אויך פלעין מיינען אז מ'האט דארט געטראפן די ערשטע קאוויד קעיס...
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
יאנאש האט געשריבן:דאס אישוין אביסל א פריעקישע נייעס, לאמיר האפן אז זיי וועלן בעטן הילף אלטוועלטליך אויב ס’צרות און נישט אנברענגן א פרישן קעראנא אנזעץ.

#ימים_ידברו - #אם_השם_לא_ישמר_עיר

ס'קען אויך פלעין מיינען אז מ'האט דארט געטראפן די ערשטע קאוויד קעיס...

שוין געווען דארט קאוויד
די סאלדאטן זענען געגאנגן מיט מאסקעס פאריאר
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”