כא כא כא האט געשריבן:פון ווי האבן זיי טאקע די ביליאנען?.
רוב מעגא אינטערנעמונגען פון טערקיי און אנדערע לענדער (אחוץ טשיינע) ווערט ׳נישט׳ געפיינענסט דורך רעגירונג געלטער, נאר דורך אן אינוועסטמענט מאדעל גערופן PPP, פאבליק-פרייוועט פארטנערשיפ.
אין קורצן:
די געווענליכע וועג וויאזוי רעגירונגען פלעגן אויפבויען פראיעקטן, פון העלטקעיר, עדיוקעישן, ביז אינפאסטרוקטור אאוו, איז געווען דורך פשוט הייערן א קאמפעני צו טון די ארבעט און באצאלן פול פרייז אויפן פלאץ, און ווען די ארבעט איז פארטיג געווארן איז די קאנטראקטער זיך געגאנגען ווייטער און די רעגירונג איז געבליבן מיטן פארטיגן פראדוקט.
די היינטיגע ppp מאדעל ארבעט אז די רעגירונג נעמט פריוואטע אינוועסטארס וואס טוען פולי פינאנצירן די גאנצע אינטערנעמונג אן דעם וואס די רעגירונג זאל דארפן אריינלייגן א צענט, און די חשבון פון די אינוועסטירער איז אז ווען די פראדורט וועט זיין פארטיג וועלן זיי צוריקמאכן זייער געלט מיט רווחים, צבש א ראוד דורך טאלל, א עירפארט דורך די איינקונפט אאוו, און דאס ווערט אפגעמאכט פון פאראויס פאר וויפיל יאר די פראדוקט וועט בלייבן ביי די אינוועסטאר צו איינמאנען די רווחים, געווענליך מער פון 20 יאר.
און צוגאב צו דעם ווערט צוגעלייגט צום קאנטרעקט אז דורכאויס די צייט וועט די פריוואטע קאמפעני ווייטער מעינטעינען און אויפהאלטן די פראיעקט אונטער די איבערזיכט פון די רעגירונג, און אויב וועלן זיי אנהאלטן א צופרידנשטעלנדן מצב וועלן זיי באקומען פעימענטס פון די רעגירונג לויט ווי פון פאראויס באשטימט.
די סיסטעם האט אסאך מעלות, צבש אז סיי די אויפבויען און סיי די מעינטעינענס ווערט געטריבן דורך פריוואטע אינטערעסע וואס מאכט אלעס מער עפישענט און עפעקטיוו, אבער פון די אנדערע זייט ווערט אלעס דיזיינט אין א וועג צו מאכן געלט פארן יחיד, כאטש וואס עס ווערט אויך אריינגעלייגט שטייערצאלער געלטער.
(א גוטע משל איז די היטראו לופטפעלד אין לאנדאן וועלכע איז א פריוואטע אייגנטום, (נישט ppp נאר ממש פריוואט) עס הייסט אז עס איז געראנט גאר גוט און עפעקטיוו און איז טאקע פון די איינצעלנע גרויסע עירפארטס מיט א נעט פראפיט, אבער פון די אנדערע זייט טוט עס אפערעיטן אין א וועג צו מאכן וואס מער געלט א שטייגער ווי די ענדלאזע שטרעקעס וואס מען דארף דורכשפאנען צווישן די דוטי-פרי ביזן אנקומען צום געיט...)
די מאדעל איז אבער זייער ניצבאר פאר לענדער וואס פארמאגן נישט אליין די פאנדס צו פינאנצירן די ריזיגע פראיעקטן וואס פעלט דארט אויס, א שטייגער ווי אינדיע׳ס אנדערהאלבן טריליאן דאלער טראנספארטאציע טראנספארמירונג, און די זעלבע איז מיט טערקיי, אסטראליע, ניידזשיריע, אאאוו.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!