נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

אין פוילן האט מען באשטעטיגט צו בויען א גרעניץ וואנט פאר 400 מיליאן דאלער צווישן פוילן אין בעלארוס, אפצוהאלטן די פלייץ פון אימיגראנטן וואס אנטלויפן קיין פוילן.

עס איז נאכנישט קלאר אויב מעקסיקא וועט צאלן דערפאר...
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

ניין פייערלעשער אין בראזיל זענען אומגעקומען ווען די הייל וואו זיי האבן אפגעהאלטן טרענירונגען איז איינגעפאלן

28 פייערלעשער זענען אנוועזענד געוועזן ווען די הייל איז איינגעפאלן, און אויסער די אומגעקומענע זענען דא נאך עטליכע פארוואונדעטע
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

איינער אומגעקומען -און נאך 15 פארוואונדעט- ווען א געז פייפליין האט אויפגעריסן אין פועבלא, מעקסיקא

איידער די פייפליין האט אויפגעריסן איז באריכטעט געווארן איבער מעגליכע געז ארויסרינונג וואס האט געפירט צו די עוואקואציע פון ארום 2,000 מענטשן פון די געגענט

מעקסיקאנע פרעזידענט לאופעז-אבראדאור באשטעטיגט אז ארום 1,400 הילפס לייט געפונען זיך אויפן סצענע
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

כינעזע טעלעקאם ריז 'וואוועי' באריכטעט א 32% טראסק אין סעילס זינט אנהויב יאר אין רעזולטאט פון אמעריקאנע סאנקציעס

דורכאויס די פארלאפענע קווארטל האט די פירמע געהאט א איינקונפט ביי ארום 38% -אדער 21 ביליאן דאללער- נידעריגער ווי די זעלבע ציייט פאריאר
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

די רעגירונג אין עטיאפיע האט דערקלערט א 'סטעיט אוו עמערזשענסי' אינעם לאנד

דאס קומט נאכדעם וואס די אויפשטענדלער קעמפער אין די טיגרעי ראיאן אין צפון פון לאנד האבן געמאלדן אז זיי האבן באוויזן איינצונעמען צוויי גאר סטראטעגישע שטעט אין די דערנעבענדיגע אמהארא ראיאן
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אויך האט די רעגירונג געבעטן אז איינוואוינער אין די הויפטשטאט אדיס אבאבא (Addis Ababa) זאלן לאזן רעגיסטרירן זייערע וואפן ביי די רעגירונגס אוטאריטעטן און זיך גרייטן צו פארטיידיגן די הויפטשטאט
אוועטאר
זעהער
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעהער »

צוויי אויפרייסן האבן פאסירט אין קאבול, אין אן אטאקע צילנדיג די מיליטערישע שפיטאל, ווי כאטש 19 זענען געשטארבן און 50 פארוואונדעט געווארן, ווען דערווייל איז נישט דא קיין אפציעלע נומבער פון די טאליבאנער אויטאריטעטן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
אוועטאר
זעהער
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעהער »

Yahoo פלאנט זיך ארויסצוציען פון כינע, צוליב גאר שטארק פארשווערטע ביזנעס און לעגאלע אטמאספערע אין לאנד.
אוועטאר
זעהער
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעהער »

געביידעס אין מעקסיקא סיטי זענען געווארן באלאכטן אפצייכענען דאס וואקסינירן דעם גאנצן באפעלקערונג וועלכע קענען שוין באקומען דעם וואקסין קעגן קעגן קאראנעוויירוס.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אוקריינא'ס פארטיידיגונגס מיניסטער אנדרי טאראן (Andrii Taran) האט היינט רעזיגנירט פון אמט

דערווייל ווערט נישט אנגעגעבן קיין אפיציעלע אורזאך דערצו

ארטיגע געזעצגעבער פלאנירן אים צו ערזעצן מיט דער אמטירענדע דעפיוטי פרעמיער מיניסטער אלעקסי רעזשניקאוו (Oleksii Reznikov)
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אמווייניגסטענס 16 זענען אומגעקומען אין לעיגאָס (Lagos), נייזשעריע, ווען א געביידע אונטער קאנסטרוקציע איז איינגעפאלן

אויף דערווייל האבן רעטונגס גרופעס שוין ארויסגעשלעפט ניין איבערלעבער פון אונטער די ברוכווארג

די לאקאלע סטעיט רעגירונג האט אין רעאקציע געשטעלט איר הויפט ארכיטעקט אויף אומבאצאלטע אורלויב
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

99 זענען אומגעקומען -און נאך העכער 100 פארוואונדעט- אין פריטאון (Freetown), די הויפטשטאט פון די אפריקאנע לאנד סיערא ליאן

די אינצידענט האט פאסירט ווען א טאנקער טראק, אנגעפילט מיט בענזין, האט אויפגעריסן נאך א צוזאמשטויס מיט אנדערע קארן אויפן גאס

2GUJ53O6CNNJBCH27CU5DSVS5Y.jpg
2GUJ53O6CNNJBCH27CU5DSVS5Y.jpg (125.37 KiB) געזען 1218 מאל
OYKNF7T3KZM7LH5AXBSM2W2GEY.jpg
OYKNF7T3KZM7LH5AXBSM2W2GEY.jpg (462.3 KiB) געזען 1218 מאל
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

די הויז פון דער איראק'ע פרעמיער מיניסטער, מוסטאפא על קהאדימי, איז געקומען אונטער אטאקע דורך א באוואפענטע דראון - זעקס זיכערהייט וועכטער אינדרויסן זענען פארוואונדעט געווארן

זיכערהייט קוועלער זאגן אז די אינצידענט איז ווארשיינליך געווען א דורכגעפאלענע אטענטאט פראוו אויפן פרעמיער מיניסטער, און קומט אין צייט פון אנגייענדע פראטעסטן דורך פארשידענע פראקציעס אין לאנד קעגן די רעזולטאטן פון פארליאמענטפ וואלן אפגעהאלטן פאריגע מאנאט
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

10 זענען אומגעקומען נאך וואס א פייער האט דורכגעריסן די איי.סי.יו. אפטיילונג פון א שפיטאל אין אמעדנאגאר (Ahmednagar), אינדיע
אוועטאר
זעהער
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעהער »

א 27 יעריגער אראבער האט געשטאכן עטליכע מענטשן איבער שבת אויף א באן אין דייטשלאנד, מיט דריי געשעדיגטע צוויי פון זיי ערנסט.

דער פארשוין אבדעל-ראהמען א סירישער איז אריין קיין דייטשלאנד אין יאר 2014 אלס אן אנערקענטער אימיגראנט, ער איז געווארן ארעסטירט.

▫️אידישער ווינקל ▫️
אוועטאר
ארבעטסגעבער
שר האלפיים
תגובות: 2364
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 9:59 am

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארבעטסגעבער »

וואס גייט פאר אין סטעטן איילענד עפעס הער איך משכונות אין א ביהמ״ד??
איינער מיט דיטעילס?
עס איז ענדערש צו שווייגן און אויסזעהן ווי א טיפוש,
ווי צו עפענען דאס מויל און איבערצייגן אז ס׳איז ריכטיג.
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

ארבעטסגעבער האט געשריבן:וואס גייט פאר אין סטעטן איילענד עפעס הער איך משכונות אין א ביהמ״ד??
איינער מיט דיטעילס?

מיסתם מאכט איינער אן אפיעל
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
ארבעטסגעבער
שר האלפיים
תגובות: 2364
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 9:59 am

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארבעטסגעבער »

נארמאליזעם האט געשריבן:
ארבעטסגעבער האט געשריבן:וואס גייט פאר אין סטעטן איילענד עפעס הער איך משכונות אין א ביהמ״ד??
איינער מיט דיטעילס?

מיסתם מאכט איינער אן אפיעל

איינער האט מיר סתם געוואלט דערשרעקן???
ער האט מיר געוויזן פיקטשער ווי סנייפערס זיצן אויף דעכער מיט ביקסן
שוין ווייסעך שויניש!! לאמיר האפן אז ס׳איז שטותים!
עס איז ענדערש צו שווייגן און אויסזעהן ווי א טיפוש,
ווי צו עפענען דאס מויל און איבערצייגן אז ס׳איז ריכטיג.
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

גארנישט געזען אויף די נייעס זייטלעך
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

געוועזענע פרעזידענט פון סאוט אפריקא, פרידריך וויליאם דע קלוירק (Frederik Willem de Klerk), איז געשטארבן אין עלטער פון 85 יאר

דע קלוירק האט סערווירט אלס דער לעצטער פרעזידענט אונטער די אפארטהייד סיסטעם, וואס האט -אין א צייט אפשניט פון צענדליגע יארן- געשטעלט גאר שארפע באגרעניצונגען אויף די נישט ווייסע באפעלקערונג אין לאנד, טוראץ וואס זיי זענען געווען די מערהייט

אין יארע 1990 האט קלוירק באפרייט נעלסאן מאנדעלא -פון די הויפט אנטי אפארטהייד אקטיוויסטן- פון טורמע, שפעטער האט קלוירק געפירט געשפרעכן מיט די פארשידענע פארטיען אין לאנד איבער ענדיגן די טרויעריגע פאליסי וואס דאס האט עווענטועל געפירט צו די 1994 וואלן ווי מאנדעלא איז ערוועלט געווארן אלס ערשטער שווארצע פרעזידענט פונעם לאנד
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

מוהאמעד בין זאיעד (Mohammed bin Zayed al-Nahyan) -דער קרוין פרינץ פון אבו דאבי- וועט אפרייזן קיין טערקיי פאר א אפיציעלע באזוך וואו ער וועט זיך טעפן מיט דער ארטיגע פרעזידענט

דאס קומט נאך יארן וואס די צוויי לענדער אמפערן זיך ארום פאר איינפלוס אין מאכט אין די מיטל-מזרח און צפון אפריקא ראיאן - אריינגערעכענט ליביע, תימן און נאך
אוועטאר
זעהער
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעהער »

סאטעליט בילדער צייגן רוסישע זעלנער נעמען זיך צוזאם ביים אוקראינישער גרעניץ אין זעלבן צייט וואס פרעזידענט ביידען איז ערווארטעט צו רעדן מיט רוסישער פרעזידענט פוטין מארגן.

▫️אידישער ווינקל ▫️
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אינדאניזיע שטעלט ארויס א צונאמי ווארענונג נאך א מאכטפולע 7.5 ערדציטערניש
אטעטשמענטס
Screenshot 2021-12-14 040613.png
Screenshot 2021-12-14 040613.png (29 KiB) געזען 573 מאל
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

נארמאליזעם האט געשריבן:
ארבעטסגעבער האט געשריבן:וואס גייט פאר אין סטעטן איילענד עפעס הער איך משכונות אין א ביהמ״ד??
איינער מיט דיטעילס?

מיסתם מאכט איינער אן אפיעל



:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
טאקע אלט אבער פארט גאר גוט
נעם אין אכט
שר האלפיים
תגובות: 2451
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אין אכט »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:אינדאניזיע שטעלט ארויס א צונאמי ווארענונג נאך א מאכטפולע 7.5 ערדציטערניש

קענסעלד
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”