א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2074
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

הבל, א מאסיווען שכוח.
;l;p- עקסטער פארן געריכט סעסיע.
איך ווייס נישט וואס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40521
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מיטוואך וארא




רעפובליקאנע קאנגרעס פירער זענען פארמישט אין אויפקומען מיט א פאליסי פלאטפארמע און קאמפיין אויסקוק פאר די בעפארשייענדע מידטוירם עלעקשאנס
צוריק אין יוני למספרם האט קאנגרעס מינאריטעט פירער קעווין מעקארטי עטאבלירט 7 באזונדערע טעסק פארסעס וועלכע זאלן קאנפערירן מיט מעמבערס און זאמעלן געדאנקן און שטעלונגען וועלכע געניסן פון ברייטע פארטיי שטיצע און די פארטיי וועט עס פארשטעלן ביי זייער קומענדיגע פארזאמלונג און מוטיגן זייערע קאנדידאטן צו נוצן די פונקטן ביים קאמפיינען מיט די האפענונג עס צו פארוואנדלען אין זייער לעגסילאטיווע אגענדע אין 2023 למספרם
די זיבן טעמעס וועלכע די פראיעקט זוכט צו אדרעסירן זענען

א טעסק פאורס איבער שרומפן די מאכט פון טעכנאלאגיע ריזן וועט ווערן געפירט דורך קעטי מקמאריס ראדזשערס וואשינגטאן
א טעסק פאורס איבער פארשטארקן אמעריקא'ס פארטיידיגונג איבערהויפט אין באצוג צו כינע דורך מייקל מעקאל פון טעקסאס
א טעסק פאורס איבער אמעריקא'ס זיכערהייט אריינגערעכנט דאס ווערן שטייפער איבער אימיגראציע דורך דזשאן קאטקא פון ניו יארק
א טעסק פאורס איבער דזשאבס און עקאנאמיע דורך פעטריק מעקהענרי פון צפון קאראליינע
א טעסק פאורס איבער צוקונפט פון אינדיווידועלע פרייהייט אין אמעריקא דורך דזשים דזשארדען פון אהייא
א טעסק פאורס איבער ענערגיע און קלימאט גערעט גרעיווס גרעיס דורך פון ליוזיאנא
א טעסק פאורס איבער העלט קעיר דורך דעווין נונעס און ברעט גאטרי פון קענטאקי

איטליכע קאמיטע איז צוזאמגעשטעלט פון א 20 מעמבער קאקוס אבער ווי מען הערט האלטן נאך מייסטנס פון זיי היבש אונטערשטעליג און אין די פריע שטאפלען און אסאך ארבעט וועט נאך דארפן אריינגיין איידער פאראייניגטע באשלוסן קען ווערן פרעזענטירט



*



נאך אן אויספארשונג דורך דזשארדזשיא סעקרעטערי אוו סטעיט ראפנסבערגער שטעלט זיך ארויס אז בלויז 4 טויטע האבן געשטימט אין די פארלאפענע פרעזידענט וואלן


*



געוועזענע קלינטאן טרעזשורי סעקרעטאר און אבאמא'ס העכסטע עקאנאמישע ראטגעבער לערי סאמערס רייסט ארונטער די ביידען אדמיניסטראציע פארן אונטערנעמען א רייע אויספארשונגען איבער אנטי קאנקורענץ פראקטיצירונגען אינערהאלב עטליכע מאכטפולע אינדוסטריעס אריינגערעכנט די פלייש מארקעט אלץ טייל פון זייער קאמפיין אראפצוברענגן אינפלאציע
סאמערס שרייבט אז עקאנאמיסטן קענען מחולק זיין איינע מיטן צווייטן איבער געוויסע עקאנאמישע סטראטעגיע ווען מען דעבאטירט צייטווייליגע אינפלאציע אבער נוצן אנטי טראסט טאקטיקן צו אדרעסירן אינפלאציע איז נישט איינע פון זיי און יעדע ערנסטע עקאנאמיסט פארשטייט אז אזא פלאן איז זינלאז און וועט בלויז פארערגערן די צושטאנד
די קריטיק קומט נאך וואס די אדמיניסטראציע האט געמאלדן די איבערזיכט אין די פלייש, אויל און ריטעיל אינדוסטריעס צוליב וואס זיי גלויבן אז א מאנגל פון קאנקורענץ איז פאראנטווארטליך פאר העכערע פרייזן
סאמערס ווארפט עס אבער אפ זאגנדיג אז דער פרעזידענט גייט מיט דעם אקעגן סייענס און אז די לעיבאר מאנגל איז די הויפט קוואל צו פארדאנקן די שטייגנדע אינפלאציע ציפערן
אנשטאט זיך נעמען צו די ביינער פון קאנסומער אינדוסטריעס וועלכע וועט בלויז פארשווערן די יאך אויף זיי און אויפברעכן זייערע מאנאפאלן וועט רעזולטאטירן אין נאך א קלענערע סופליי און נאכמער ארויפטרייבן קאנסומער פרייזן און מען זאל זיך קאנצעטרירן אויף רעדוצירן טאריפס און ערלויבן מער אימפארטן פון ביליגערע פראדוקטן



*



אין 2008 למספרם האבן קאליפארניע וויילער געשטימט צו פארבאטן די סטעיט צו אנעקענען א געמיינע לענסשטייגער אלץ נארמאל אבער בעלאט איז געווארן שפעטער גע'פסל'ט אין געריכט און עווענטועל אין סופרים קאורט

א קאמף גייט שוין אן פאר לאנגע יארן ווען שטיצער פון די געמיינע געזעצן פרובירן אפצוהאלטן די ווידעא פון די פראצעס איבער דעם אין די ניינטע קרייז געריכט צו ווערן פארעפנטליכט אבער א צייט צוריק האט א פאנעל געאורטיילט מיט 1-2 אז עס קען גיין פובליק

די קלעגער האבן עס אפעלירט צום פולן באנק אבער אצינד האט די סירקוט געמאלדן אז עס גייט נישט ווערן איבערגעהערט
די באשלוס באדייט אז די סעסיע גייט גיין פובליק סיידן די קלעגער באשליסן עס צו נעמען צום העכסטן געריכט


*



מיט יארן צוריק האט א פראמינענטע אדוואקאט וועלכע האט רעפרעזענטירט צום טויט פאראורטיילטע געשריבן אן ארטיקל אונטערן קעפל: טויט שטראף נישט פארן באגיין די ערגסטע פארברעכן נאר פארן זיין די ערגסטע אדוואקאט

יענעם באהויפטונג איז געווען אז צומאל ווערן אנגעקלאגטע פאראורטיילט צום טויט אומ'יושר'דיג בלויז צוליב זייערע אדוואקאטן וועלכע זענען אפטמאל געשטעלט דורכ'ן געריכט און פארמאגן נישט גענוג פאנדינג, זענען נישט גענוג באהאוונט, און מיט דעם ווערט פארנאכלעסיגט זייער הויפט פליכט צוצושטעלן די סאמע בעסטע פארטיידיגונג וואס נאר מעגליך פאר זייערע קליענטן

אט די פראבלעם איז אצינד געווארן אדרעסירט אין סופרים קאורט וועלכע האט אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן אין א קעיס צוזאמגעשמאלצן פון צוויי באזונדערע פאראורטיילטע

דעוויד מארטינעז ראמירעז און בערי לי דזשאונס זענען ביידע פאראורטיילט געווארן צום טויט דורך אריזאנא און רעפרעזענטירט געווארן דורכאויס זייער פראצעס דורך סטעיט צוגעשטעלטע אדוואקאטן וועלכע האבן געהאט גאר ווינציג אויב עפעס ערפארונג מיט טויט שטראף פראצעסן,און האבן פארפעלט דורכצופירן די נויטיגע אויספארשונגען און לויט ווי זיי טענה'ן וואלט א גרונטליכע אויספארשונג מצד די אדוואקאטן אפגעשוינט דוד פון טויט שטראף און גאר געפירט צו בערל'ס ריינוואשונג

די יארן לאנגע געריכט פרעצעדענט לערנט אפ די זעקסטע אמענדמענט אלץ אזאנס וועלכע גאראנטירט די רעכט פאר אפעקטיווע לעגאלע הילף פאר אנגעקלאגטע אין לויף פון זייער פראצעס און די נאכפאלגענדע אפעלאט פארזוכן אבער די געריכט האט קיינמאל נישט אנערקענט אזא רעכט פאר די לעגאלע פארזוכן נאכן געפונען און באשטעטיגט ווערן אלץ שולדיג

יענע שטאפל ווערט אויסגענוצט דורך אזעלכע וועלכע זענען געפונען געווארן שולדיג צו פרובירן צו ברענגן פרישע אנדעקטע באווייזן וועלכע טוען ווארפן א פרישע ליכט אויף די קעיס און קענען באיינפלוסן ריכטער אז דער באשולדיגטער ווערט געהאלטן אונטער גראטעס אומבארעכטיגט
טייל סטעיטס, אריזאנא אריינגערעכנט פארלאנגען פון אנגעקלגטע צו ווארטן ביז יענע שטאפל (דאס מיינט ביז נאך די פראצעס און אלע דירעקטע אפעלאטן) צו קומען מיט טענות און באווייזן אז דער אדוואקאט האט נישט געמאכט די ריכטיגע ארבעט

די אורזאך איז צוליב דעם וואס אפטמאל פארלאנגט זיך פון אנגעקלאגטע צו ברענגן באווייזן דערצו וועלכע זענען נישט געווען טייל פון די באווייזן פארגעשטעלט דורכאויס די פראצעס און צוליב דעם הייסט עס פרישע טענות וואס מען קען נישט אריינמישן אינמיטן די ארגינעלע פראצעס

די סטעיטס ערקלערן די פאליסי זאגנדיג אז עס איז שווער צו איבערצייגן אז דיין אדוואקאט האט געמאכט א שוואכע אויספארשונג און אז א בעסערע אויספארשונג וואלט געפירט צו אן אנדערע אויסגאנג איידער דו קענסט זעהן די אויסגאנג פון די פראצעס

די פראבלעם וועלכע שאפט זיך פון די פאליסי איז אז איינמאל מען קומט אן צו די נאך פראצעס שטאפל איז דער באשולדיגטער מער נישט געדעקט מיט די רעכט פאר א רעגירונג געדעקטע אדוואקאט בכלל שוין אפגערעדט פון עימיצער וועלכע איז מער אפעקטיוו ווי די ערשטע

די פראבלעם ווערט נאר ערגער מיט א באזונדערע דאקטרינע וועלכע שרייבט אז אויב אן אנגעקלאגטער פארפעלט צו מאכן א געוויסע ארגומענט אין סטעיט געריכט פארלירט ער די רעכט צו קענען שפעטער קלאגן אין פעדעראלע געריכט און נוצן די טענה וועלכע ער האט נישט גענוצט אין סטעיט קאורט און עס ווערט גערופן די "פראצעדורעאלע אנזעץ" וואס הייסט אז דער אדוואקאט איז זיך זעלבסט שולדיג פארן אנזעצן די געלעגנהייט צו מאכן אזא קעיס אין סטעיט געריכט

דאס באדייט אז אפילו אויב דו באקומסט שוין יא א "נאך פראצעס" אדוואקאט וועלכע פרובירט צו גריבלען פאר פרישע באווייזן אין די קעיס, אויב אבער ער איז אויך גענוג אומאפעקטיוו צו טענה'ן אין סטעיט געריכט אז די ערשטע אדוואקאט (די "פראצעס אדוואקאט") האט געטוהן א שלאבערישע ארבעט האט ער דערמיט באגראבן די מעגליכקייט פון זיין קליענט צו קענען שפעטער פארלאנגען אז א פעדעראלע געריכט זאל איבערקוקן די קעיס צוליב די שוואכע ארבעט פון זיין אדוואקאט

די פראגע איז שוין באמת אנגעקומען אין סופרים קאורט צוריק אין 2012 למספרם אבער די געריכט האט דאן באזייטיגט די פראגע אויב באשולדיגטע זענען בארעכטיגט צו "נאך פראצעס" אדוואקאטן און זיך בלויז קאנצעטרירט אויף די צווייטע פראגע אין א פאל וואס למעשה באקומט דער באשולדיגטער א "נאך פראצעס אדוואקאט" און יענער פארלעצט צו מאכן די קעיס אז דער ערשטע אדוואקאט האט געטוהן אן אומבאלומפערטע ארבעט

די סופרים קאורט האט דאן געשריבן 2-7 אז אין אזא פאל איז נישט גילטיג די "פראצעדורעאלע אנזעץ" דאקטרינע און דער באשולדיגטער קען זיך יא ווענדן צום פעדעראלן געריכט פאר "און אויפברענגן באקלאגענישן" (געדענקט די אויסדרוק אין געזנן פיסלעך ווייל עס וועט באלד זיין רעלעוואנט) איבער די ארבעט פון זיין פראצעס אדוואקאט

די מאיאריטעט אורטייל איז דאן געשריבן געווארן דורך ריכטער קענעדי און דערין אנגעשלאסן ריכטער ראבערטס, אליטא, גינזבורג, סאטאמאיאר און קעיגען

ריכטער סקאליא האט געשריבן די אפאזיציע אורטייל און דערין האט זיך אנגעשלאסן ריכטער טאמאס

יענע אורטייל האט זיך בלויז באצויגן צו די אלגעמיינע אזויגערופענע "פראצעדורעאלע אנזעץ דאקטרינע" אבער נישט אדרעסירט א מעגליכע סתירה וואס די אורטייל קען זיין צו א פראוויזיע אין די אנטי טעראריזם און אפעקטיווע טויט שטראף אקט (איר אקראנים איז AEDPA און מיר וועלן זיך ווייטער באציען צו די געזעץ מיט אט דעם נאמען) וועלכע קאנגרעס האט באשטעטיגט צוריק אין 1996 למספרם וועלכע האט ארויפגעשטעלט נייע פראצעדורעאלע באגרעניצונגען אויף צום טויט פאראורטיילטע צו קענען פארלאנגען "אז די פעדעראלע געריכט זאל איבערקוקן באוווייזן" אויף סטעיט שולד אורטיילן און איינע פון זיי איז טאקע אט אזא ביישפיל פון פעלער אין וועלכע די אדוואקאט האט נישט אויפגעברענגט די ספעציפישע באווייזן אין סטעיט געריכט

אט די פראגע איבער די מעגליכע קאנפליקט צווישן די סופרים קאורט אורטייל פון 2012 למספרם און די AEDPA געזעץ (ווייל די סופרים קאורט האט זיך נישט באצויגן צו יענע געזעץ און נישט געזאגט אז זי פסל'ן יענע פראוויזיע) איז די הויפט פראגע אין אונזער קעיס

אויבנאויף איז עס ממש א סתירה און עס איז טאקע אזוי אין פראקטישן זין אבער טעכניש איז עס נישט נישט א קלארע סתירה "אויף די ביכער" צוליב וואס די סופרים קאורט אורטייל גיבט די רעכט "צו ברענגן באקלאגענישן" איבער אדוואקאט שלאבערישקייט בעת וואס AEDPA פארבאט בלויז צו "ברענגן באווייזן" אין געריכט "צו איבערצייגן אט די באקלאגעניש" אז די ארבעט איז טאקע געווען אומאפעקטיוו

וועט איר זיך וואונדערן וואס איז די אויפטוה אז מען קען ברענגן אן אנקלאגע אבער נישט קיין באווייזן עס צו אונטערשטיצן? עס איז א גוטע פראגע און טאקע צוליב דעם ווערט די אורטייל און די געזעץ טאקע געזעהן אלץ דע פאקטא סתירה אבער מען האט פארט געמוזט אנצייכענען אז טעכניש אויף די ביכער מוז עס נישט זיין א נאז צו נאז קראך צווישן די צוויי

אצינד צו די געשיכטעס פון דוד און בערל וועלכע האט געפירט צו זייערע טויט אורטיילן וועלכע ווערן אצינד איבערגעקוקט דורכ'ן סופרים קאורט
בערל איז געווארן באשולדיגט אז אין טאג וועלכע די פיר יעריגע טאכטער פון זיין פריינדין איז געווען ביי אים (צוגעטיילט לויט די קאסטאדי געזעצן) האט ער איר שווער אטאקירט און איין טאג שפעטער איז דאס קינד אומגעקומען פון די וואונדן

די פראקוראר האט איבערצייגט די ווערסיע דורך קלינישע באווייזן האבן פעסטגעשטעלט אז די וואונדן זענען פון איין טאג בעפאר איר טויט ווען זי איז געווען אונטער בערל'ס אויפזיכט

בערל איז געווארן פאראורטיילט צום טויט און א סטעיט אפעלאט געריכט האט באשטעטיגט די אורטייל און געגעבן פאר בערל א נאך פראצעס אדוואקאט וועלכע זאל איבערקוקן צו עס זענען נישט אויפגעשווימען סיי וועלכע פרישע באווייזן אבער יענער האט נישט פרובירט צו זאגן אז דער ערשטער אדוואקאט האט נישט דורכגעפירט זיינע פליכטן געהעריג

דאן האט זיך בערל געוואנדן צום פעדעראלן דיסטריקט געריכט מיט די טענה אז סיי זיין פראצעס אדוואקאט און סיי זיין נאך פראצעס אדוואקאט האבן געמאכט אן אומאפעקטיווע ארבעט און פארפעלט צו אריינקוקן אין פרישע קלינישע באווייזן וועלכע וואלטן געהאט די מעגליכקייט צו אונטערמינעווען די הנחה פון די סטעיט איבער די צייט ווען דאס מיידל איז ווירקלך געווארן פארוואונדעט און דאס וואלט אויפגעברענגט ערנסטע צווייפלען צו בערל איז בכלל שולדיג

די דיסטריקט געריכט האט באשטעטיגט די רעכט פון בערל פאר פעדעראלע איבערזיכט טראץ די "פראצעדורעאלע אנזעץ" דאקטרינע און זיך פארלאזט אויף די 2012 למספרם סופרים קאורט אורטייל וועלכע שרייבט אז אין אזא פאל איז נישט גילטיג די "פראצעדורעאלע אנזעץ" דאקטרינע

די סטעיט האט עס אפעלירט צום ניינטן קרייז געריכט אין א פאנעל פון דריי ריכטער האט ווידערהאלט די אורטייל פונעם אונטערשטן געריכט

מיט דוד איז שוין די מעשה גאר אנדערש נאך וואס עס איז קלאר אז ער האט ערמארדעט א פריינדין און איר 15 יעריגע טאכטער ווען אויטאריטעט האבן אים געפונען אין זיין היים מיט די צוויי ערמארדעטע קערפער פארשמירט מיט בלוט

דוד האט אבער באקומען צוגעטיילט אן אדוואקאט וועלכע האט אנערקענט אז זי האט נישט די מידעסטע ערפארונג מיט טויט שטראף פראצעסן און זי האט ניטאמאל מיטגעהאלטן אזאנס בעפאר און אויך געזאגט אז זי איז נישט עכט גענוג צוגעגרייט צו רעפרעזענטירן א פארשוין אזוי גייסטיג אומסטאביל ווי דוד

טראץ וואס ביין סענטענסינג האט א פסיכאלאג יא אפגעשאצט דוד צו זיין אין א פארהעלטנמעסיג גייסטיג סטאבילע צושטאנד האט די אדוואקאט נישט פרובירט צו צווייפלען דערין דורכאויס די "נאך פראצעס" פראצעדור

א זעלבסטשטענדיגע פסיכאלאג האט אבער שפעטער דוכגעפירט אן אויספארשונג און באשטימט אז דוד איז פאקטיש יא גייסטיש אומסטאביל און האט אין די פארגאנגנהייט געליטן פון פייניגונג אריינגערעכנט דאס ווערן אויסגעהונגערט אלץ קינד און די פסיכאלאג וועלכע האט ארגינעל אפגעשאצט דוד אלץ סטאביל האט אויך אנערקענט אז אין ליכט פון די נייע באווייזן און אינפארמאציע וואלט זיין שאצונג געווען גאר אנדערש

די דיסטריקט געריכט האט אבער געשריבן אז די פרישע אינפארמאציע וואלט נישט געווען גענוג צו טוישן די טויט אורטייל און עס געלאזט אין פלאץ אבער אן איינשטימיגע פאנעל אויף די ניינטע קרייז געריכט האט יא אקצעפטירט די טענה און צוריקגעשיקט די קעיס צום דיסטריקט געריכט און זיי פארארדנט אריינצוקוקן גרונטליך אין די נייע באווייזן

אריזאנא האט פארלאנגט פון די פולע ניינטע סירקוט באנק איבערצוקוקן ביידע פאנע אורטיילן אבער די געריכט האט עס אפגעווארפן אין ביידע פעלער טראץ וואס אכט פון די ריכטער וואלטן עס יא אקצעפטירט

די טענה פון אריזאנא איז אז טראץ וואס געריכטן קענען טאקע מאכן צופיצן דאקטרינעס וועלכע געריכטן האבן אדאפטירט (א שטייגער ווי די פראצעדורעאלע אנזעץ) און באשטימען אז זי גילטן נישט אין געוויסע פעלער (ווי צום ביישפיל ווען די קלעים פארפלעט צו מאכן איז אז דער אדוואקאט האט נישט געטוהן זייין ארבעט געהעריג) קען אבער די געריכט נישט מאכן אזעלכע אויסנאמען צו אפיציעלע געזעצן באשטעטיגט דורך קאנגרעס (א שטייגער ווי די AEDPA)

געריכטן קענען פסל'ן קאנגרעס באשטעטיגטע געזעצן בלויז אויב זיי זענען נישט אויסגעהאלטן לויט די קאנסטיטוציע אבער נישט גלאט באשליסן צו מאדיפיצירן און שניידן טיילן פון די געזעצן וועלכע זיי גלייכן נישט און לויט דעם קען נישט די 202 סןפרים קאורט אורטייל אפעקטירן די קאנגרעס באשטעטיגטע AEDPA

דוד און בערל טענה'ן אבער אז די סופרים קאורט אורטייל "שטימט, יא און גייט יא אין איינקלאנג מיט די שפראך וועלכע קאנגרעס האט גענוצט אין AEDPA און אז די געריכט אורטייל דארף גארנישט טשעפען מיט יענע געזעץ נאר "קומט זיך פיין אדורך" דערמיט

די שפראך אין סעקשאן 2254 פון AEDPA באציהט זיך צו א באשולדיגטער וועלכע "האט פארפעלט צו אויפצוברענגן די באזיס צו זיין באקלאגעניש"
און אנדערש ווי אריזאנא וועלכע זוכט אפצולערנען די ווערטער אזוי טרוקן ווי נאר מעגליך (אז עס מאכט נישט אויס די סיבה פארן עס נישט אויפברענגן) טעה'ן די צוויי אז "פארפעלט אויפצוברענגן" באדייט אז עס איז די אייגענע שולד און פארנאכלעסיגונג פון באשולדיגטן פארן עס נישט אויפברענגן אין סטעיט געריכט אבער אין פאל וואס עס איז די שולד פון א פוילע אדער אומבאלומפערטע רעגירונג אדוואקאט איז אט די פראוויזיע נישט גילטיג

באריכט איבער די סופרים קאורט סעסיע וועט בעז"ה נאכפאלגן אין די קומענדיגע באריכט
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

אפגעלעקט!

א ריזן דאנק.
אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע: אויף די וועגן און שטעגן

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקיל בעל עגלה »

עירוב תבשילין האט געשריבן:אפגעלעקט!

א ריזן דאנק.

;l;p-
פאר א געשמאקע וואקאציע אין אריזאנע
רופט שוין ● 520-251-4459 ●
ספעציעלע וויקענד פרייז פאר אייוועלט באנוצער, פאר בלויז $1000
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40521
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א דאנק אייך!
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17814
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

טענקיו הבל! ס'ממש דעלישעס
אוועטאר
בית שמאי
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:42 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בית שמאי »

ש'כח @הכל הבל איך ליין דיינע באריכטן מיט דורשט, הצלחה אויף ווייטער!
"אייוועלט איז זייער א פיינע פלעטפאורם, ס'איז אויסגעהאלטן, ס'איז כשר." (וועלוועל פעלדמאן)
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5912
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

פיינע סחורה! א דאנק אייך!
כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אויפן ערד אינטערן הימל

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

ארחיקה נדד האט געשריבן:פיינע סחורה! א דאנק אייך!

ווי אזוי קען מען דיר צוריק ארויס שלעפן צו אונז דא?

מזעט דיך נישט קיינמאל
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6610
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

שכח הבל פאר די הייסע קאקאש א יעדן טאג סאיז א מחי'

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31252
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

ש'כח הבל!
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

הערליך! ש'כח הבל!

נישט געוואוסט אז ווערן אויסגעהונגערט אלץ קינד איז א גוטער תירוץ צו אלעם און אלעס..
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17814
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

Kollel האט געשריבן:הערליך! ש'כח הבל!

נישט געוואוסט אז ווערן אויסגעהונגערט אלץ קינד איז א גוטער תירוץ צו אלעם און אלעס..

נישט ממש א תירוץ, נאר מ'ווערט אפגעשיקט אין שיגעים הויז שטאץ טורמע
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
Kollel האט געשריבן:הערליך! ש'כח הבל!

נישט געוואוסט אז ווערן אויסגעהונגערט אלץ קינד איז א גוטער תירוץ צו אלעם און אלעס..

נישט ממש א תירוץ, נאר מ'ווערט אפגעשיקט אין שיגעים הויז שטאץ טורמע

האלטסט נמשל אז שיגי האט געהונגערט אלץ קינד...?

לאמיר נישט היידזשעקן הבל'ס אשכול..אבער דאך..
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17814
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

Kollel האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
Kollel האט געשריבן:הערליך! ש'כח הבל!

נישט געוואוסט אז ווערן אויסגעהונגערט אלץ קינד איז א גוטער תירוץ צו אלעם און אלעס..

נישט ממש א תירוץ, נאר מ'ווערט אפגעשיקט אין שיגעים הויז שטאץ טורמע

האלטסט נמשל אז שיגי האט געהונגערט אלץ קינד...?

לאמיר נישט היידזשעקן הבל'ס אשכול..אבער דאך..

נעע, פארוואס זאל דער קינד הונגערן? הבל שטעלטאך צי קאקאש
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21067
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

Kollel האט געשריבן:האלטסט נמשל אז שיגי האט געהונגערט אלץ קינד...?

לאמיר נישט היידזשעקן הבל'ס אשכול..אבער דאך..

ניין ברוך השם אפשר מיינע ארומיגע


שכח הבל כבין א דעילי ליינער פון דיינע מעכטיגע גוטע קאקאש (האסט עס געמאכט פון די שטורעם מעל?)
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40521
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

נארמאליזעם האט געשריבן:
Kollel האט געשריבן:האלטסט נמשל אז שיגי האט געהונגערט אלץ קינד...?

לאמיר נישט היידזשעקן הבל'ס אשכול..אבער דאך..

ניין ברוך השם אפשר מיינע ארומיגע


שכח הבל כבין א דעילי ליינער פון דיינע מעכטיגע גוטע קאקאש (האסט עס געמאכט פון די שטורעם מעל?)

א דאנק! היינט וועט נישט זיין א באריכט ואתכם הסליחה

האפנטליך צוריק קומענדיגע וואך בעז"ה
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17814
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

טענקס פאר אלעס וואס און ווען דו שטעלסט יא צי הבל
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

יאפ ס'איז שוין 2022 און די מידטוירמס גייען שוין אריין אין שוואנג ווי די סדר אין אמעריקע איז יעדע צווייטע יאר יו'ט און דאס יאר זעהט אויס צו זיין א רעפאבליקאנער יו'ט, מיט גאר שטארקע שאנסן פאר די רעפאבליקאנער איבערצונעמען די נידריגערע פליגל פון קאנגרעס, און היפש שטארקע שאנסן איבערצונעמען די העכערע פליגל דהיינו דעם סענאט, אזוי ווי נישט יעדער האט מיטגעהאלטן אלע נייעס ביז יעצט אבער יעצט אריינגייענדיג אין עלעקשאן יאר ווילן זיי וויסן בערך ווי ס'האלט וועל מיר מאכן א גאר קורצע סך הכל.

קאנגרעס באשטייט פון 435 מיטגלידער וואס אלע פון די דארפן לויפן פאר ריעלעקשאן יעדע צווייטע יאר, די דעמאקראטן האבן יעצט א גאר שמאלע מערהייט פון 222 זיצן קעגן די רעפאבליקאנער 213 זיצן וואס טייטשט אז אויב די רעפאבליקאנער געווינען 5 זיצן און פארלירן גארנישט ווערן זיי די מערהייט פארטי.

יעצט צוריקקוקענדיג היסטאריע האט די פרעזידענטס פארטי כמעט אלס פארלוירן זיצן אין די צווייטע יאר פון דעם פרעזידענט, די רעפאבליקאנער אין 2018 האבן פארלוירן 40 זיצן געבנדיג פאר די דעמאקראטן די מאיארעטעט האבענדיג 235 זיצן, אין 2010 די צווייטע יאר פון אבאמא האבן די דעמאקראטן פארלוירן א באמבאסטישע 63 זיצן געבנדיג פאר די רעפאבליקאנער די מאיארעטעט האבענדיג 242 זיצן, און 2002 איז געווען א אויסנאם ווען די רעפאבליקאנער האבן צובאקומען 8 זיצן זייענדיג א יאר נאך די 9/11 און די איראקער מלחמה איז דאן געווען שטארק פאפולער ארויפברענגענדיג די מאיארעטעט פון די רעפאבליקאנער צו 229, אין 1994 האבן די דעמאקראטן פארלוירן 54 זיצן געבנדיג פאר די רעפאבליקאנער די מאיארעטעט האבענדיג 230 זיצן.

נאכן ארויסהאבן די נאמבערס קומען מיר צוריק צו די 2022 מידטערמס, געוויסע גלייכן צו שפעקעלירן אז די רעפאבליקאנער גייען געווינען 40-60 זיצן אזוי ווי אין 2010 אדער אזוי ווי די דעמאקראטן אין 2018, וואס דאס איז א זאך וואס גייט בדרך הטבע נישט פאסירן, עס איז נישט די נאמבער פון זיצן וואס מאכט אויס נאר אלע פאקטארן ארום און ארום.

ערשטנס, די רעפאבליקאנער גייען אריין מיט היפש א גרויסע צאל זיצן פאר א מינארעטי פארטי ממילא האבן זיי נישט אזויפיל פלאץ אויפצופיקן פרישע זיצן, די רעפאבליקאנער אנצוקומען צו די זעלבע שטארקע מאיארעטעט וואס זיי האבן באקומען נאך די 2010 מידטערמס דהיינו 242 זיצן אין קאנגרעס דארפן זיי געווינען 30 זיצן בשעת וואס אין 2010 האבן זיי עס באקומען נאכן געווינען 60 זיצן וויבאלד דעמאלטס זענען זיי אריין צו די עלעקשאנס מיט אסאך קלענערע צאל זיצן ווי מיט דאס וואס זיי גייען יעצט אריין, אריבער צו די 2018 מידטערמס וואס האט געהייסן א גאר שטארקע נאכט פאר דעמאקראטן האבן די דעמאקראטן געענדיגט מיט 235 זיצן אין קאנגרעס, אנצוקומען צו די נאמבער דארפן די רעפאבליקאנער געווינען 23 זיצן בשעת וואס פאר די דעמאקראטן האט אויסגעפעלט 40 זיצן.

צווייטענס, רידיסטריקטינג ווי שוין ארויסגעברענגט אפאר מאל גייען יעצט די סטעיטס דורך א רידיסטריקטינג פראסעס און וועלכע מען שנייד איבער אלע דיסטריקטס אינעם לאנד, איינע פון די זאכן וואס די וואס שניידן די דיסטריקטס מאכן זיכער איז אז די זיצן פון זייער פארטי זאלן ווערן מער פארזיכערטע זיצן, דהיינו למשל ניו יארק וואס די דעמאקראטן זיצן ביים שיסל מאכן זיי זיכער אז א זיץ וואס א דעמאקראט האט געווינען אין 2020 מיט %5 זאל ווערן אביסל געריקט אריינצונעמען מער דעמאקראטן אין דעם דיסטריקט אז די נעקסטע מאל זאל די דעמאקראט געווינען מיט %15 און אזוי אויך פארקערט ביי די שטאטן וואס די רעפאבליקאנער קאנטראלירן, לויט ווי דוד וואסערמאן שאצט גייען די דיסטריקטס וואס זענען געווען אזוי געריפענע סווינג דיסטריקטן אין 2020 ווערן געשניטן מיט א ריזיגע פראצענט, לויט אים אויב זאלן די רעפאבליקאנער געווינען אלע קאנגרעס זיצן פון דיסטריקטס וואס איז געגאנגן ביז %10 פאר ביידען וואלט דאס געמיינט אז די רעפאבליקאנער געווינען א נעט פון בערך 30 זיצן, וואס דאס איז אויך זייער א איבערגעטריבענע זאך צו זאגן אז עס גייט פאסירן.

נעמענדיג אין באטראכט די צוויי פאקטארן קומט אויס אז אפילו א 30 זיצן פארדינסט איז זייער ווייט פון מציאות פאר די רעפאבליקאנער און אויב דאס וועט יא פאסירן וועט עס זיין א ערנסטע ערד ציטערניש, איך פערזענליך וואלט געשאצט אז אויב גייט עס זיין א גאר גוטע יאר פאר די רעפאבליקאנער גייען זיי ענדיגן מיט א פארדינסט פון בערך 15 זיצן, מער פון דעם וואלט געהייסן א באמבאסטישע גוטע יאר פאר זיי, און אונטער 10 זיצן וואלט איך אנגעקוקט ווי א שטיקל דורכפאל.

דאס איז אלעס איבער קאנגרעס, סענאט וועט מען שוין ברויכן לאזן פאר א צווייטע געלעגנהייט.
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6610
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

ש'כח זעקל

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6480
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

טענקיו ר' זעקל פארן צושטעלן די היינטיגע קאקאש...!
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6610
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

הבל מעג אויך נאך צושטעלן א קאקאש היינט

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31252
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

ש'כח זעקל! א גוטער אריינפיר צום קאמפיין יאר.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

באמת א ישר כח פאר ענק אלע.
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21067
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

זעקל שכח פארן עפענען א בעקעריי
דיינע קאקאש קומען אויס גאר גוט
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”