א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

א זעלטענע געשמאק און הנאה צו ליינען דא די טעגליכע באריכטן

הבל: יו אר וואן אף עי קיינד!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יישר כח! פידבעק איז אייביג דערפרישענד אבער ווען עס קומט צו א פאכמאן אין שריפט און אין הומאר איז עס עפעס ספעציעל!
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2928
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

ווען איך ליין דא דורך די באריכטן מאכט עס מיר פילן פראוד אז יעדע איינציגע באריכט דא קען איך שוין פון פארדעם פון ליינען איבערן טאג יעדע איינציגע הבל באריכט.

א גרויסן דאנק!
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

בלויז די קעפעל מאכט מיין שפייעכץ רינען, א רעפטעל קאקאש קעיק, המממ.....
אוועטאר
Dim
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dim »

הלשון האט געשריבן:א זעלטענע געשמאק און הנאה צו ליינען דא די טעגליכע באריכטן

הבל: יו אר וואן אף עי קיינד!

RT

א גרויסן דאנק.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

הלשון האט געשריבן:א זעלטענע געשמאק און הנאה צו ליינען דא די טעגליכע באריכטן

הבל: יו אר וואן אף עי קיינד!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
פינחס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 20, 2017 12:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינחס »

הכל הבל האט געשריבן:א יישר כח פארן באדאנקן

בלויז צו וויסן זענט איר איינער וועלכע ליינט טאקע בעיקר ענדערש די לענגערע באריכט איינמאל א טאג?
איך וויל וויסן צו עס איז טאקע ווערט צו צוזאמנעמען די באריכטן אויף אזא פארעם

איך גלייך זייער די אשכול קורץ אין שארף ישר כח
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

פינחס האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:א יישר כח פארן באדאנקן

בלויז צו וויסן זענט איר איינער וועלכע ליינט טאקע בעיקר ענדערש די לענגערע באריכט איינמאל א טאג?
איך וויל וויסן צו עס איז טאקע ווערט צו צוזאמנעמען די באריכטן אויף אזא פארעם

איך גלייך זייער די אשכול קורץ אין שארף ישר כח
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

לויט א באריכט איז די געביין פון מר. קאשאגי אפגעפונען אין גארטן פון סאודישן קאונסילס היים
לויטן באריכט איז זיין קערפער צושניטן און זיין געזיכט צוסמאליעט נישט צום דערקענען

נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער דזשאן באלטאן מעלדט נאך א שמועס מיטן פוטין אז טראמפ און פוטין וועלן זיך טרעפן ביי אן אנדעק צוזאמקום פון די ערשטע וועלט קריג אין פאריז קומענדיג מאנאט

פירמעס זאגן אז זיי זענען גרייט צו רוקן סופליי טשעינס ארויס פון כינע קיין דרום מזרח אזיע, אינדיע, און מעקסיקא

סופרים קאורט בלאקירט פרואוו צו צווינגען האנדלס סעקרעטאר ווילבאר ראס צו ווערן אויסגעפרעגט איבער די צוגעלייגטע צענזוס פראגע איבער סיטיזנשיפ
די אדמיניסטראציע וויל צולייגן א פראגע צום קומענדיגן צענזוס אויספרעג וועלכע וועט פרעגן מענטשן אויב זיי זענען סיטיזאנס
דעמאקראטן האבן אויפגעהויבן א וויי געשריי און געוואלט צווינגן ראס צו ערקלערן זיינע מאטיוון
פילע סטעיט אטוירני דזשענעראלס און שפיץ פון ניו יארק האבן גענומען די לעגאלע שטראז און היינט אוונט פארלוירן די קאמףראס האט געהאט געזאגט אין קאנגרעס אונטער שבועה אז די געדאנק פון צולייגן די סיטיזנשיפ פראגע איז געווארן אויספלאנירט מיט די יוסטיץ דעפארטמענט און נישט מיט די ווייסע הויז
אבער אין דעקומענטן פון די יוסטיץ דעפארטמענט אין געריכט טוען אפווארפן די באהויפטונג פון ראס
רעפובליקאנער קאנגרעסלייט אנערקענען פריוואט אז ראס האט זיי פארפירט אבער זוכן נישט צו שאפן קיין טומל דערוועגן אבער די דעמאקראטישע סטעיט אטוירני דזשענעראלס האבן יא געזוכט צו צווינגען ראס עס צו ערקלערן אבער ווי געזאגט האט די געריכט נעכטן בלאקירט די פרואוו
די בלאקאדא פונעם געריכט איז דערווייל צייטווייליג
ריכטער טאמאס און גארסוטש האבן עס ארגינעל געהאט געוואלט בלאקירן פערמענאנט (ואולי איז דאס די אורזאך צוליב וואס די באשלוס פונעם געריכט האט געדויערט אזוי לאנג צו קומען)

רעטייערטע סופרים קאורט ריכטערין סענדרע דעי אקאנאר דיאגנאזירט מיט אלצהיימערס ל"ע

דזשארדזש סאראס ערהאלטן באמבע אין די פאסט

ראסיסטישע ראבא קאול אקעגן פלארידא דעמאקראטישע גאווערנאר קאנדידאט ענדרו גילאם דורך סופרעמעסיסטישע גרופע באזירט אין איידעהאו

א פרישע אנקעטע גיבט א 4% אויבערהאנט פארן רעפובליקאנער קאנדידאט איבערן אמטירנדער דעמאקראט אינעם סענאט פארמעסט אין אינדיאנא
בראון 47%
דאנעלי 43%

א פרישע אנקעטע גיבט א 3% אויבערהאנט פארן אמטירנדער דעמאקראט אינעם סענאט פארמעסט אין מאנטאנא
טעסטער 46%
ראזנדעיל 43%

א פרישע קוויניפיעק אנקעטע גיבט אן 8% אויבערהאנט פארן דעמאקראט אינעם גאווערנאר פארמעסט אין פלארידא
גילאם 52%
דסענטיס 46%

א פרישע אינעליכע אנקעטע פארן דזשעימס קאמפיין גיבט א 7% אויבערהאנט פארן אמטירנדער דעמאקראט אינעם סענאט פארמעסט אין מישיגען
סטעבענאו 48%
דזשעימס 41%

א פרישע דעמאקראטישע אנקעטע גיבט א 4% אויבערהאנט פארן אמטירנדער רעפובליקאנער אינעם סענאט פארמעסט אין טעקסאס
קרוז 50%
ארורק 46%

א פרישע אפיניאן סעווי אנקעטע שטעלט די גאווערנאר פארמעסט אין דזשארדזשיע גלייך אויף גלייך
קעמפ 48%
עיברעמס 48%

אנקעטע אין מינעסאטע שטעלט פאראויס דעם רעפובליקאנער קאנדידאט דאג ווארלאו איבער קעיט עליסאן אינעם פארמעסט פאר אטוירני דזשענעראל

אין מינעסאטע שטייט שוין ערלי וואוטינג העכער ווי עס איז געשטאנען אין 2016 למספרם אזא צייט

אין יוסטאן טעקסאס האבן שוין געשטימט א רעקארד צאל מענטשן פאר אזא צייט העכער ווי סיי וועלכע עלעקשאן רעקארדירט

אין טעקסאס זענען שוין אריינגעקומען די שטימען פון 30 פון די גרעסטע קאונטיס
נאנט צו א האלב מיליאן האבן נעכטן געשטימט אין פערסאן און צוגאב פון איבער 200,000 בעלאטס שוין צוריקגעשיקט
די סך הכל שטימען: 689,613

אין דזשארדזשיע האבן שוין 520,000 געשטימט פערזענליך אדער דורך די פאסט


אין נעוואדע האלטן די מעיל בעלאטס ביי:
5,555 דעמאקראטן
7,982 רעפובליקאנער
די אין פערסאן וואוטס:
48,971 דעמאקראטן
41,734 רעפובליקאנער

אין פלארידא האלטן די מעיל בעלאטס ביי:
408,657 דעמאקראטן
463,336 רעפובליקאנער
די אין פערסאן וואוטס:
53,099 דעמאקראטן
49,046 רעפובליקאנער

פארלאפענע שבת האט דער רעפובליקאנער סענאט קאנדידאט מאריסי זיך אנגעשטויסן אין זיין אפאנענט סענאטאר מענשין
מאריסי האט אים געזאגט אז מעקאנעל האט אים (מענשין) געטון א גרויסע טובה מיטן באפרייען סענאטארן אויף אורלויב און ער האט מער צייט צו קאמפיינען צוליב דעם

דזשעימס אקיפע איז א קאנסערוואטיווע אקטיוויסט וועלכע טוט אין געהיים נאכפאלגן און רעקארדירן פאליטיקאנטן
ער האט שוין פארעפנטליכט נעגאטיווע ווארע אויף סענאטאר מקעסקיל און סענאט קאנדידאט ברעדעסען און ער רייצט זיך מיט איין איבער הייטקעמפ
ער איז היינט געווען אין די סענאט הארט געביידע ווי מקעסקיל און הייטקעמפ זענען ביידע געווען אנוועזנד
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך אקטאבער 24, 2018 9:32 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
שמחה ונחת
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחה ונחת »

איטס פאר אקלאק ענד הכל הבל איז היער וויט היס ריפארט אף דע דעי!

איך קוק שוין די לעצטע האלבע שעה ווען איז שוין זייגער פיר....!

א הארציגן דאנק פאר די נייעס און ספיציעל פאר די אמעיזינג נייע רוטין - 4:00 ענד די ניוס איז היער! :smile:

יישר כח ;l;p-
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יישר כח און שמחה ונחת דקדושה!
אוועטאר
שמחה ונחת
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחה ונחת »

אמן!!
והמברך יתברך
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אמן ואמן!!!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סאודישע קרוין פרינץ וויצלט זיך איבער קידנעפינג דורכאויס א פאנעל מיט הארירי פון לבנון

א רעפארטער האט געדרוקט טראמפ פאר באווייזן אויף די באשולדיגונג ארויסגערוקט אז מיטל מזרח פארשוינען זענען אנגעשלאסן אינעם קאראוואן
טראמפ: עס זענען נישטא קיין באוווייזן צו גארנישט

אמעריקא האט צוריקגעדרייט די וויזא רעכטן פאר געוויסע סאודיער פארדעכטיגט אלץ פארמישט אינעם קאשאגי מארד נישט צו קענען באזוכן אמעריקא

נאך א לענגערע צערעמאניע אין ווייסן הויז צום אונטערשרייבן די נייע אומפארטייאישע אפיאד געזעץ האט דער פרעזידענט כמעט ארויסשפאצירט פון צימער איין מינוט צו פרי און די ערשטע פרוי האט אים אויפגעמערקט אז ער האט נאכנישט אונטערגעשריבן

ראזנסטיין אינטערוויו ווידער אפגעשטופט נאך וואס גאודי און גודלעט באקלאגן זיך אז זיי וועלן נישט קענען אויסקלארן אלע זייערע פראגן אין די קורצע צייט באשטימט פארן פארהער
זיי זאגן אז ער וועט זיך שטעלן צום פארהער אין אן אנדערע דאטום אין די קומענדיגע וואכן

קאנגרעסמאן עדעם שיף זאגט אז אויב דעמאקראטן נעמען איבער דעם הויז וועט א הויכע פריאריטעט פארן שפיאנאזש קאמיטע זיין זיך צו דערגרינטעווען אויב רוסן האבן געוואלט וואשן געלט דורכן טראמפ ארגאנאזאציע און אויך צו באקומען די טעלעפאנישע רעקארדס פון טראמפ דזשוניאר צו זעהן אויב ער האט דיסקוסירט מיט זיין טאטן די טראמפ טאוער מיטינג

טראמפ אדמיניסטראציע זוכן אונטערצוטרייבן די טרייעל איבער די לעגאליטעט פון די פרישע צוגעלייגטע סטיזאן פראגע אינעם צענזוס בויגן
נאך וואס די העכסטע געריכט האט בלאקירט די פרואוו צו צווינגען ווילבאר ראס צו ערקלערן זיינע מאטיוון דערונטער
דער ריכטער וועט היינט נאכמיטאג אפהאלטן א קאנפרענץ איבערן סטאטוס פונעם טרייעל
היינט האט די יורידישע קאמיטע אפהאלטן פארהערן אויף עטליכע ריכטער נאמינאציעס (טראץ וואס די סענאט איז אפיציעל אויף אורלויב)
די קאמיטע האט באהאנדלעט די נאמינאציע פון צוויי פעדעראלע ריכטער (נישט אויפן סירקוט קאורט) און צוגאב צו צוויי סירקוט ריכטער נאמינאציעס צום 9'טן קרייז געריכט ריכטער ריטשארד בעיט פון אריזאנא און ריכטער עריק מילער פון וואשינגטאן

עקספלאסיוו דעווייסעס אנגעקומען צו די היימען פון די קלינטאנס און אבאמא,קאנגרעספרוי וואסערמאן שולץ, און צו א סי ען ען געביידע אין ניו יארק

א פעדעראלע געריכט אין דזשארדזשיע נעמט די זייט פון די ACLU דערלאנגענדיג א קלאפ פאר די איצטיגע סטעיט וואל געזעץ און א זיג פאר מינאריטעט וויילער
די אורטייל אין קורצן באדייט אז די סטעיט וועט דארפן באטראכטן אלע עבסענטי בעלאטס וועלכע ווערן אריינגעלייגט אין א פענדינג סטאטוס צוליב וואס די אונטערשריפט שטימט נישט אלץ פראוויזיאנאלע בעלאטס און קאנטאקטן די וויילער און זיי פארשלאגן א שאנס צו פאררעכטן די פראבלעם

פרעזידענט טראמפ פארשפרעכט מעטשינג פאנדס פאר 3 מיליאן דאלער גרעס רוטס ביישטייערונגען צו זיין קאמפיין (וועלכע טוט אויך ארויסהעלפן קאנדידאטן אין די מידטוירמס)

היינט אום 7:30 אין אוונט וועט פרעזידענט טראמפ רעדן ביי א ראלי אין וויסקאנסין

נעכטן איז אפגעהאלטן געווארן די דעבאטע אינעם היציגן גאווערנאר פארמעסט אין דזשארדזשיע צווישן קעמפ און עיברעמס
דעבאטע אנגעהויבן רואיג אבער גראד ביים אנהויב געקומען צו א קורצע אפשטעל צוליב וואס א פייער אלארם איז בטעות געווארן אקטיוויזירט
שפעטער זענען די ארגומענטן געווארן שארפער ווען עיברעמס און קעמפ האבן אויסטוישט שארפע אטאקעס
אויך איז נעכטן פארגעקומען די דעבאטע אין ניו יארק צווישן גאווערנאר קאומא און זיין רעפובליקאנער קעגנער
היינט וועט פארקומען די צווייטע און לעצטע דעבאטע אינעם פלארידא גאווערנאר פארמעסט
היינט וועט אויך פארקומען א דעבאטע צווישן קאנגרעספרוי מעקמארס ראדזשערס (פון די רעפובליקאנער פירערשאפט) פון וואשינגטאן 5'טע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט וועלכע האט זיך אומגעראכטן אין א היבש העפטיגע פארמעסט
אויך וועט היינט פארקומען די דעבאטע צווישן ניו דזשערסי סענאטאר מענענדעז און זיין רעפובליקאנער קעגנער יוגען

אין פלארידא געניסט דער דעמאקראטישער גאווערנאר קאנדידאט ענדרו גילאם פון היבש פאפולאריטעט
מיט א צייט צוריק איז געווען באריכטעט אויף אייוועלט איבער א שטיקל סקאנדאל אין וועלכע די עף בי איי קוקט אריין איבער זיינע פינאנציעלע ווירטשאפט אלץ טאלאהאסי מעיאר
היינט האט די נייעס געמאכט איר וועג צו העדלייינס אין צייטונגען איבער די סטעיט
עס איז קלאר נישט עפעס וואס די גילאם קאמפיין זוכט זיך איצט און די פראגע איז ווי שטארק און לאנג די פרעסע וועט עס דעקן

נעכטן איז געווען באריכטעט אויף אייוועלט איבער א קאנסערוואטיווע אקטיוויסט וועלכע רעקארדירט פאליטיקאנטן אין געהיים זיי צו באשמוצן און האט זיך גערייצט איבער א ווידעא וועלכע ער וועט פארעפנטליכן איבער סענאטארשע הייטקעמפ
די ווידעא איז נארוואס ארויס אין וועלכע א שטאב מיטגליד פאר היייטקעמפ זאגט אז הייטקעמפ קאמפיינט אלץ א מעסיגער אבער נאך די וואלן וועט זי זיין סופער ליבעראל

די מישיגען רעפובליקאנער סענאט קאנדידאט דזשעימס האפט צו שטייגן אין די אנקעטעס אין די לעצטערע טעג פונעם קאמפיין אזוי ווי זיין אפאנענט סטעבענאו איז געשטיגן איבער איר אפאנענט עיברעמס אין 2000 למספרם ווען זי האט אים באזיגט
די דזשעימס קאמפיין האט אויפגעטריבן 2 מיליאן דאלער פון צווישן אקטאבער 1-17 למספרם

מישיגען דעמאקראטישע פארטיי לופטערט רעקלאמע אקעגן די רעפובליקאנע קאנדידאט אין די 71'סטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט אין פארבינדונג מיט איר בענקראפסי
פאר עטליכע סעקונדען אין לויף פון די רעקלאמע ווערן פארעפנטליכט די סאושעל סעקיוריטי נומערן פונעם קאנדידאט און איר מאן
די קאנדידאט האט אריינגעגעבן אן אנקלאגע צו די סטעיט פאליציי
א ווארטזאגער פאר די פארטיי זאגט אז עס איז געווען א טעות און אז עס איז שוין געווארן אראפגענומען

אלאבאמא סענאטאר דאג דזשאונס וועט קאמפיינען מיט סענאטאר נעלסאן אין פלארידא

אין וויסקאנסין פארלייגן דעמאקראטן גרויסע כוחות ארויסצוטרייבן אפריקאנער אמעריקאנער צו די שטים בודקעס
אין 2016 למספרם האט קלינטאן באקומען 24 טויזנט ווייניגער ווי אבאמא אין 12 למספרם אין 10 זיפקאודס אין צפון מילוואקי ווי אפריקאנער אמעריקאנער זענען א מאיאריטעט
טראמפ האט געוואונען וויסקאנסין מיט 22,748

א פרישע פלארידא אטלאנטיק יוניווערסיטי אנקעטע גיבט אן 1% אויבערהאנט פארן רעפובליקאנער איבערן אמטירנדער דעמאקראט אינעם סענאט פארמעסט אין פלארידא
סקאט 42%
נעלסאן 41%

א פרישע פלארידא אטלאנטיק יוניווערסיטי אנקעטע גיבט א 4% אויבערהאנט פארן דעמאקראט אינעם גאווערנאר פארמעסט אין פלארידא
גילאם 41%
דסענטיס 37%

פרישע פובליק פאליסי אנקעטע אינעם קענסאס גאווערנאר פארמעסט שטעלט די צוויי הויפט קאנדידאטן גלייך אויך גלייך איןנעם פיר שפיציגן פארמעסט
אין א צוויי שפיציגן פארמעסט איז דער רעפובליקאנער קאבאך אונטערשטעליג מיט 4%

א פרישע אנקעטע גיבט א 4% אויבערהאנט פארן רעפובליקאנער אינעם גאווערנאר פארמעסט אין אלאסקא
דאנלעווי 48%
בעגיש 44%
עס איז די ערשטע אנקעטע נאך וואס דער אמטירנדער דעמאקראט האט זיך ארויסגעצויגן פונעם פארמעסט

פרישע אנקעטע אינעם קאנעטיקוט גאווערנאר פארמעסט שטעלט דעם דעמאקראט פאראויס מיט 4%

א פרישע מאנטאנא סטעיט אנקעטע גיבט א 9% אויבערהאנט פארן אמטירנדער דעמאקראט אינעם סענאט פארמעסט אין מאנטאנא
טעסטער 47%
ראזנדעיל 38%
די אנקעטע איז געווען אינעם פעלד פון אקטאבער 8 -13 למספרם

א פרישע אנקעטע גיבט א 5% אויבערהאנט פארן אמטירנדער דעמאקראט אינעם סענאט פארמעסט אין ניו דזשערסי
מענענדעז 51%
יוגען 46%

א פרישע גרעוויס מארקעטינג אנקעטע גיבט א 4% אויבערהאנט פארן אמטירנדער דעמאקראט אינעם סענאט פארמעסט אין פלארידא
נעלסאן 49%
סקאט 45%

א פרישע גרעוויס מארקעטינג אנקעטע גיבט א 5% אויבערהאנט פארן דעמאקראט אינעם גאווערנאר פארמעסט אין פלארידא
גילאם 51%
דסענטיס 46%

א פרישע רעפובליקאנער אנקעטע גיבט א 7% אויבערהאנט פארן רעפובליקאנער איבערן דעמאקראט אינעם סענאט פארמעסט אין מיזורי
האולי 49%
מקעסקיל 42%

א פרישע רויטערס איפסאס אנקעטע גיבט א 6% אויבערהאנט פארן אמטירנדער רעפובליקאנער אינעם סענאט פארמעסט אין נעוואדע
העלער 47%
ראזען 41%

א פרישע רויטערס איפסאס אנקעטע גיבט א 5% אויבערהאנט פארן אמטירנדער רעפובליקאנער אינעם סענאט פארמעסט אין טעקסאס
קרוז 49%
ארורק 44%
די אנקעטע האט געהאט ארורק פאראויס מיט 2% פאריגע מאנאט

א פרישע רויטערס איפסאס אנקעטע גיבט א 15% אויבערהאנט פארן אמטירנדער דעמאקראט אינעם סענאט פארמעסט אין וויסקאנסין
באלדווין 54%
וואקמיר 39%

א פרישע רויטערס איפסאס אנקעטע גיבט א 3% אויבערהאנט פארן דעמאקראט איבערן אמטירנדער רעפובליקאנער אינעם גאווערנאר פארמעסט אין וויסקאנסין
עווערס 48%
וואלקער 45%

א פרישע סעינט לעא אנקעטע גיבט א 12% אויבערהאנט פארן דעמאקראט אינעם גאווערנאר פארמעסט אין פלארידא
גילאם 49%
דסענטיס 37%

א פרישע רעפובליקאנע אנקעטע גיבט א %16 אויבערהאנט פארן אמטירנדער דעמאקראט אינעם סענאט פארמעסט אין מישיגען
סטעבענאו 53%
דזשעימס 37%
נאכנישט באשלאסן 5%

אן אנקעטע גענומען פאר די נאציאנאלע רעפובליקאנער סענאטאריעל קאמיטע אין שטעלט דעמאקרטישע סענאטאר פון וועסט ווירדזשיניע שמאל אונטערשטעליג מיט 2 פראצענט

איבער 8.5 מיליאן האבן שוין געשטימט נאציאנאל

טעקסאס האט נעכטן דינסטאג געבראכן די מאנטאג רעקארד פאר ערלי וואוטינג וועלכע איז פאר זיך געווען א רעקארד פאר מידטוירמס

אין אריזאנא דערווייל איז טוירנאוט היבש שטארקער ווי אין 2014 למספרם

אין דזשארדזשיע האבן שוין 632,157
געשטימט פערזענליך אדער דורך די פאסט

אין נעוואדע האלטן די מעיל בעלאטס ביי:
7,018 דעמאקראטן
10,147 רעפובליקאנער
די אין פערסאן וואוטס:
66,858 דעמאקראטן
59,947 רעפובליקאנער

אין פלארידא האלטן די מעיל בעלאטס ביי:
462,366 דעמאקראטן
520,683 רעפובליקאנער
די אין פערסאן וואוטס:
108,366 דעמאקראטן
102,899 רעפובליקאנער

די ערשט טערמיניגער לואיזיאנא דעמאקראטישע גאווערנאר דזשאן בעל עדווארדס שיילט זיך לויט מאנכע ארויס אלץ פאטענציאלע פרעזידענטליכע מאטריאל פאר די מעסיגע פליגל פון די דעמאקראטישע פארטיי
מיט א צייט צוריק האט דער רעפובליקאנער סענעטאר קענעדי פון די זעלבע סטעיט געזאגט אז ער טראכט פון לויפן פארן גאווערנאר אמט קעגן עדווארדס
קענעדי האט דאן פארציילט אז ער האט גענומען אן אנקעטע איבער די מעגליכקייט פון אזא פארמעסט אין ער ציהט אן 51% קעגן עדווארדס וועלכע קומט אריין מיט 37%
קענעדי האט דאן צוגעלייגט אז ער גלייכט די סענאט הגם עס ווייזט אויף א כאראקטער פראבלעם עס צו גלייכן, דאך גלייכט ער עס
(קענעדי איז באקאנט מיט זיין אייגנארטיגע רעטאריק סטיל און אינטערסאנטע שפראך)
קענעדי מעלדט איצט אז ער וועט מעלדן אויב ער שפרינגט אריין אינעם גאווערנאר פארמעסט בעפאר דעצעמבער 1 למספרם
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 8:02 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

נאך נישט געליינט אבער א גרויסע שקויעך
איך ליין עס יעדען טאג
4 אקלאק עס יוזשעל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יישר כח פאר די קענדי

עס פארזיסט די גומען
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

דארפסט ווען אנהייבן 4 אקלאק נוז
געב אונז 5 מינוט אונז וועל מיר דיר געבען די וועלט
עפעס אזוי
בד''וו שוין געליינט זייער גוט און זייער שיין
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

הבל הבלים? וואס עפעס, פארקערקט, "הכל הבל" אלעס איז צו פארדאנקען דעם הבל, וואס שרייבט אלע נייעס אזוי קלאר שיין, און בעיקר קורץ און צום זאך
גיי אן ווייטער, אלע האבן הנאה פון דיר
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
kosher phone
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 3:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kosher phone »

שכויעך הבל! ס'געוועהן דעלישע'ס!
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

יישר כח הכל הבל. עס שפארט מיר א געוואלד מיט צייט פון דורכקוקן אלע אשכולות.

עס געפעלט מיר ווי א חלק פון די מקורות פון די נייעס איז:
......ווי עס איז געווארן באריכטעט אויף אייוועלט.... נישט פון טמא'נע גויאישע מקורות ח"ו

קיפ איט קאמינג.
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
כהאב נישט קיין ניק
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כהאב נישט קיין ניק »

פותחים בכבוד אכסניה א גרוסען שכוח הרב הכול אלע דיינע שרייבעריין אין דא אין אלע אנדארע אשכולות....
Question.
how do we know from all the mail in Ballots and the ?early voting if is democrats or Republican
? don't they keep it close till election day
Sorry for my misspellings
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

ס'איז א רעדשיסטערד דעמאקראט וואס האט געוואוט, לאו דוקא געוואוינט פארן דעמאקראטישע קאנדידאט.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

די אשכול איז געוואלדיג!!!
עס האט עטליכע גרויסע מעלות, כל אחד כדאי לעצמו פארדינט זיך א STANDING OVATION

;l;p- א גוטע סך הכל פון די נייעס און קורצן
;l;p- זייער קלאר און געשמאקע שפראך
;l;p- אן קיין היץ אדער דעבאטעס

א דאנק!
זקן מלא רחמים.
כהאב נישט קיין ניק
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כהאב נישט קיין ניק »

יאצמעך האט געשריבן:ס'איז א רעדשיסטערד דעמאקראט וואס האט געוואוט, לאו דוקא געוואוינט פארן דעמאקראטישע קאנדידאט.

ווען איך גיי וואטען פרעגט מען אויב איך בין רעדשיסטער פאר א פארטיי?
אדער איז עס אזוי ווי עקזיט פאאלס
Sorry for my misspellings
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:די אשכול איז געוואלדיג!!!
עס האט עטליכע גרויסע מעלות, כל אחד כדאי לעצמו פארדינט זיך א STANDING OVATION

;l;p- א גוטע סך הכל פון די נייעס און קורצן
;l;p- זייער קלאר און געשמאקע שפראך
;l;p- אן קיין היץ אדער דעבאטעס

א דאנק!

;l;p-
שויתי ה' לנגדי תמיד
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”