א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

א דאנק רבי זעקל. נהניתי מאוד
האב שכל און גיב א שמייכעל!
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2649
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

יישר כח ר' זעקל פארן באסטן מיין באלאן באצייטענס!
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

@ר' זעקל, וואו איז די קאקאש?
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21108
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:@ר' זעקל, וואו איז די קאקאש?

קודם עפען צוריק אויף פאלעקס'ס נייעס הויפטקווארטיר
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4866
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

שכח זעקל פאר די טעימה קלה לכבוד'ן עלעקשאן יאר.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דינסטאג בשלח






פעדעראלע רעזערוו וויצע פארזיצער ריטשארד קלארידא וועמענס טערמין ענדיגט זיך יונואר 31 למספרם וועט רעזיגנירן די וואך פרייטאג אין ליכט פון צווייפלהטאפטיגע סטאק האנדלונגען ביים אנהויב פון די ווירוס אויסברוך


*

מישעל אבאמא שליסט אן איר פאנדעישאן אין א ברייטערע פראיעקט אונטערגענומען צו רעגיסטרירן א פרישע מיליאן וויילער בעפאר די מיוטוירם וואלן


*

ווערנדיג געפרעגט איבער די שארפע טראמפ ארויסטריט אקעגן סענאטאר ראונדס רעאגירט סענאטאר טון אין קורצן: וועלקאם צו די קלאב


*

פרעזידענט ביידען און וויצע פרעזידענט העריס וועלן היינט באזוכן דזשאדזשיא און דער פרעזידענט וועט גיבן א רעדע אין אטלאנטא פאראויסצושטופן די דעמאקראטישע וואל רעפארם און מעגליכע פיליבאסטער רול טויש פארזוך
סענאטאר ווארנאק און עטליכע קאנגרעס מיטגלידער וועלן באגלייטן דעם פרעזידענט און סענאטארן קלאובאשאר, מערקלי און פאדילא וועלן מיטפליען מיט העריס


*

עס איז ערווארטעט אז שומער וועט מעלדן די רול טויש וועלכע די פארטיי וועט זוכן דורכצופירן און אז די היסטארישע אפשטימונג וועט פארקומען אום מארטין לוטער קינג טאג


*


איבער א מעגליכע פיליבאסטער רול טויש זאגט אריזאנא דעמאקראטישע סענאטאר קעלי אז ער וועט ערשט אריינקוקן דערין ווען אן ערנסטע פאקטישע פלאן וועט ווערן אויפגעברענגט און עס אפשאצן באזירט אויף וואס עס איז אין די בעסטע אינטערעסן פון לאנד


*

אויך סענאטאר קונס זאגט אז ער טראכט נאך ערנסט ווי אזוי צו שטימען אויף א מעגליכע רול טויש


*

סענאטאר טעסטער זאגט אז ער שטיצט א טויש צו פארלאנגען אז די פארטיי וועלכע זוכט א פיליבאסטער זאל מוזן האבן א סענאטאר וועלכע רעדט די גאנצע צייט אויפן סענאט פלאר אבער גייט נישט צודרייט צו מאכן שארפערע טוישונגען
ער זאגט אז די אומפארטייאישע פארזוך צו מאדיפיצירן די עלעקטארעל קאלעדזש באשטעטיגונג איז וויכטיג אבער נישט קיין ערזאץ פאר ברייטע וואל רעפארם (אפשפיגלענדיג די שטעלונג פון ביידען און שומער)


*

דזשאו מענשין האט גערעדט נאך קלארער איבער א מעגליכע רול טויש זאגנדיג אז דערוויילהאט אים קיינער געוויזן א ביל וועלכע ער זאל קענען שטיצן אויף פארטייאישע ליניעס
ער לייגט צו אז מעגליך איז דא א פארשלאג וואס באהאלט עפעס אויס אבער דערווייל האט ער נישט געזען אזאנס


*

נאכן זיצן מיט מעסיגע דעמאקראטן און מיט די ביידען אדמיניסטראציע זאגט סענאטאר מורפי אז ער האט באקומען דעם איינדרוק אז מאמענטום וואקסט צו שטימען אקעגן די די קרוז נארד סטריעם 2 סאנקציע ביל
ער זאגט אויך אז אויב זאל קרוז אויספירן וועט עס בלויז מוטיגן דעם סענאטאר נאכאמאל צו נוצן אזעלכע שטיק און פאראוזאכן נאמינאציע משכונות פארכאפונגען צו באקומען דאס זייניגע
דערווייל ארבעט סענאטאר מענענדעז אויף אן אלטערנאטיווע ביל איבער וועלכע דעמאקראטן זאלן זיך קענען פאראייניגן און די סטעיט דעפארטמענט לאביאירט העפטיג ביי דעמאקראטישע סענאטארן צו שטימען ניין אויף די קרוז ביל
דערווייל הערט מען פון דעמאקראט קארטעז מעסטא פון נעוואדע וועלכע לויפט פאר ווידערערוויילונג אין נעוואדע איז זי איז א יא אויפן קרוז ביל


*

הויז דעמאקראטן האבן אפגעשטופט זייער יערליכע ווינטער צוזאמקום פון פעברואר צו מערץ למספרם צוליב די ווירוס


*

רעפובליקאנע פירער באטראכטן א פלאן צו פארבאטן געזעצגעבער פון באזיצן און האנדלען מיט סטאקס אויב זאלן זיי קומען צו די מאכט אין נאוועמבער למספרם


*

לערי עלדער וועלכע האט זיך אומסוקסעספול פארמאסטן אקעגן קאליפארניע גאווערנאר געווין ניוסאם אין א ריקאל קאמפיין וועט נישט לויפן אקעגן ניוסאם וועלכע שטייט פאר ווידערערוויילונג
פולקנאר וועלכע האט זיך דאן אויך פארמאסטן צו קענען לויפן אקעגן ניוסאם קוקט אריין אין א מעגליכע פארמעסט און עד קאקס שליסט עס אויך נישט אויס


*

אין וויסקאנסין האט גאווערנאר טאני עווערס (ד) דערווייל אויפגעטריבן 10.5 מיליאן דאלער וועלכעאיז דאפלט פון וויפיל זיין פארגייער סקאט וואלקער (ר) האט געהאט אויפגעטריבן אין די איצטיגע פאזע פונעם קאמפיין


*


סענאטארשע קארטעז מעסטא (ד נעוואדע) האט אויפגעטריבן 3.3 מיליאן דאלער אינעם פאראלאפענעם למספרם קווארטאל און זיצט מיט 10.5 מיליאן דאלער אין די באנק


*

מערילענד גאווערנאר לערי האוגען פאלט נישט צו די דרוק פון מעקאנעל וועלכע זוכט אים צו רעקרוטירן צו לויפן צום סענאט
אצינד האט מעקאנעל אנגאזירט זיין פרוי צו פרובירן פון ווייבער שוהל
פרוי מעקאנעל האט געארבעט אויף פרוי האוגען דורכאויס א פריוואטע מיטאג אינעם גאווערנארס היים אז זי זאל איבעררעדן איר מאן צו לויפן


*


אין צפון קאראליינע'ס קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט קומט פאר א פריימערי פארמעסט מיט די רעטייערמענט פון דעיוויד פרייס (ד)
קלעי עיקין האט אצינד געמאלדן אז ער שפרונגט אריין אין די אנגעלייגטע פארמעסט אין די נייע 9'טע דיסטריקט
עיקין איז א מתועב און איז שוין געלאפן צוריק אין 2014 למספרם אין א רויטערע דיסטריקט אין געוואונען די פריימערי אבער פארלוירן אין די אלגעמיינע וואלן צום אמטירנדער רעפובליקאנער
דזשעימי העריסאן וועלכע איז די פארזיצער פון די דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמיטע האט ארויסגעשטעלט א מעסעדזש אויסצולויפן די אנאנסירונג פון עיקין אבער נאך קריטיק קלארגעשטעלט אז עס האט נישט געמיינט צו נעמען א שטעלונג אדער מאכן סיי וועלכע אינדארסירונג אינעם פארמעסט


*


קאליפארניע גאווערנאר געווין ניוסאם האט ארויסגעשטעלט זיין יערליכע בודזשעט פארשלאג וועלכע רופט צווישן אנדערן צוצושטעלן העלט קעיר דעקונג פאר אומלעגאלע אימיגראנטן


*

היינט קומט פאר די ספעשל עלעקשאן אנצופילן די זיץ וועלכע איז ליידיג געווארן מיט די טויט פון פלארידא קאנגרעספרוי עלסי העסטינגס
די פארמעסט איז ניאמאל ערנסט קאנקורירנד זייענדיג א שטארק בלויע דיסטריקט און ארום דריי פערטלי פון די פריע שטימען זענען געקומען פון דעמאקראטן


*


פארלאפענע פרילינג האט די רעפובליקאנע קאנטראלירטע לעגיסלאטור אין פלארידא באשטעטיגט א וואל רעפארם ביל וועלכע טוט לויט זיי פארשטארקן וואל זיכערהייט און גאווערנאר ראן דסאנטיס האט עס אונטערגעשריבן

קורצליך דערויף איז די ביל געקומען אונטער א באראזש פון לעגאלע אטאקעס פון מערערע ריכטונגען און וואו מען שטייט אצינד האט פעדעראלע דיסטריקט ריכטער מארק וואלקער (נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא) צוזאמגעשמאלצן פיר באזונדערע אנקלאגעס אין איין גרויסע קעיס און באשטימט א דאטום אויף יונואר 31 למספרם אויסצוהערן די ארגומענטן פון ביידע זייטן

די קלעגער באקלאגן זיך אז די געזעץ באגרעניצט דאס שטימען דורך די פאסט און טוט שווער ווירקן אויף מינאריטעטן און עלטערע אפצוגעבן זייער שטימע און איז לויט זיי אומקאנסטיטוציאנאל און דער ריכטער האט נישט אנגענומען די פארלאנג פון די סטעיט ארויסצואווארפן די קעיס שרייבנדיג אז די קלעגער האבן איבערצייגט אז די געזעץ שאפט אמווייניגטנס עפעס שוועריקייטן פאר מענשטן צו שטימען אז עס פארדינט צו ווערן געהעריג אויסגעהערט

דער ריכטער האט באפרייט עטליכע רעגירונג באאמטע פון פיגורירן אלץ אנגעקלאגטע און געלאזט סעקרעטערי אוו סטעיט לאורעל לי, אטוירני דזשענעראל עשלי מודי, און א רייע עלעקשאן סופערווייזארס אלץ די אנגעקלאגטע

אונטער די געזעץ מוזן וואוט ביי מעיל בעלאט דראפ אף שאכטלען אלעמאל זיין אונטער די אויפזיכט פון עלעקשאן שטאב און די שאכטלען קענען בלויז זיין צוגעשטעלט ורכאויס ערלי וואוטינג שטונדן און ביי ערלי וואוטינג לאקאלן און סופערווייזארס וועלכע פארלעצן די געזעץ קענען אויסשטיין א שטראף פון 25 טויזנט דאלער

לויט די קלעגער וועט עס שאפן פראבלעמען פאר מענשטן וועלכע ארבעטן איבערן טאג און פאר דיסעבלד וויילער וועלכע וועלן נישט קענען איבערלאזן זייער בעלאט אין א שאכטל אינדרויסן אויב די סופערווייזאר וועלן בלויז זיצן אינווייניג און דארטן האבן די דראפ אף שאכטלען

זיי באקלאגן זיך אויך איבער א רייע דיסקלעמיערס וועלכע דריטע פארטיי וויילער רעגיסטראציע גרופעס (עסקנים) וועלן מוזן ארויסשרייבן ווען זיי נעמען צוזאם וויילער רעגיסטראציע אונטערשפריטן פון מענטשן

די פארלאנג איז צו מעלדן אז די גרופע טוט זיך נישט פארפליכטן אז זיי וועלן באווייזן איבערצוגעבן די רעגיסטראציע בויגן אין צייט פאר די עלעקשאן סופערווייזאר און מעגליך פארשפעטיגן (לויט די געזעץ מוזן זיי עס איבערגעבן פאר די סופערוייזאר אין דיזעלבע קאונטי וואו דער אונטערגעשריבענער וואוינט ביז 14 טאג נאך וואס יענער שרייבט אונטער די בויגן) און קלארשטעלן אז אויב יענער וויל זיין פארזיכערט אז ער ווערט רעגיסטרירט קען ער אראפגיין פערזענליך, אריינשיקן דורך די פאסט אדער זיך רעגיסטרירן אנליין

לויט די קלעגער טוען אזעלכע דיסקלעימערס אריינשניידן אין די צוטרוי פון מענטשן אויסצופולן די רבויגנס ביי די עסקנים דרייווס און עווענטועל קענען זיי זיך טרעפן אומרעגיסטרירט

די קלעגער טענה'ן אויך אז די געזעץ פארבאט צוצושטעלן עסן אדער טרונקען אינערהאלב 150 פיס פון די זאנע וואו מען שטימט און לויט זיי גייט עס איבריג ווייט און איבערגעטריבן פארלעצנדיג ערשטע אמענדמענט רעכטן

נעכטן מאנטאג האט דער ריכטער נאכגעגעבן א פארלאנג אפצוהאלטן די סעסיע ווירטואל טראץ וואס ער גלייכט נישט די געדאנק פארשטייט ער אז עס איז די בעסטע אפציע צו פארזיכערן אז די קעיס ווערט נישט פארשלעפט צוליב ווירוס אנטוויקלונגען
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג יאנואר 11, 2022 12:38 pm, פארראכטן געווארן 5 מאל.
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2074
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

א הערצליכן דאנק.
איך ווייס נישט וואס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א נייער האט געשריבן:א הערצליכן דאנק.

יישר!
קאטשעלאבע
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 27, 2021 6:19 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשעלאבע »

יישר כח זייער אינטערעסאנט
''מיינע קאטשעלאבע'ס וואלטן מיט די הויזן אריינגעלאפן אינעם ים סוף!'' (הרה''ק מבעלזא זי''ע)
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

Thanks הכל
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6480
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

דינסטאג יתרו

וויצע פרעזידענט פרוי העריס וועט שפעטער אין מאנאט אפרייזן קיין האנדוראס פאר די איינשווערונג פון די ארטיגע פרעזידענט.

* * * *
ווייסע הויז מאכט אוועק באריכטן איבער א פרישע געצוימטע בבב פארשלאג וואס וועט אדרעסירן קלימאטן טויש.

* * * *
געוועזענע עקטינג פארטיידיגונגס סעקרעטאר קריס מילער פאריגע וואך ערשינען פארנט פון די קאנגרעס סעלעקט קאמיטע וואס פארשט די יאנואר אומרוען.

* * * *
ראוד איילענד דעמאקראט זשים לענגעווין געמאלדן אז ער וועט נישט לויפן פאר ווידערערוויילונג.

* * * *
קאליפארניע דעמאקראט זשערי מעקנערעני אויך געמאלדן אז ער וועט רעטייערן ביי די ענדע פון די יעצטיגע קאנגרעס.
זשאש הארדער -וואס פארטרעט די (יעצטיגע) דערנעבענדיגע 10'טע דיסטריקט- געמאלדן אז ער וועט לויפן אין די ניי איבערגעמאכטע דיסטריקט צו ערזעצן מעקנערני.

* * * *
רעפובליקאנע קאנגרעס מיטגלידער ענדרו קלייד און פרוי גרין -ביידע פון זשארזשיע- האבן אינאיינעם שוין אויפגעטריבן העכער 150,000 דאלער אין שטראפן פארן פארלעצן די קאנגרעסיאנאלע מאסקע מאנדאט.

* * * *
געוועזענע אטוירני זשענעראל וויליאם באר ערווארטערט ארויסצוקומען מיט א פרישע ביכל אום מארש 8.
צווישן אנדערע, פארציילט ער איבער זיינע צוויי טערמינען אלס אטוירני זשענעראל, צום ערשט אונטער דער ערשטע פרעזידענט בוש און שפעטער אונטער פרעזידענט טראמפ.

* * * *
ניו יארק סטעיט גאווערנאר פרוי האוקעל אויפגעטריבן 21.6 מיליאן דאלער זינט אינמיטן אוגוסט ווען זי האט אנאנסירט איר ווידערערוויילונגס קאמפיין.

* * * *
א פרישע אנקעטע צייגט אז 67% אמעריקאנע וויילער שטיצן די געדאנק פון א פולקאמע פארבאט אויף געזעצגעבער זאלן נישט טארן טרעידן אויף די סטאק מארקעט.

* * * *
קאליפארניע באאמטע האבן איינגעפרוירן העכער 340,000 דיסעביליטי אינשורענס קלעימס, נאך וואס די באאמטע פארדעכטיגן אז די קלעימס זענען פארבינדן מיט גערויבטע אינפארמאציע.

* * * *
לעצטערע פעדעראלע דאקומענטן צייגן וואלמארט קוקט אריין אין די געדאנק פון אויפקומען מיט איר אייגענע קריפטאו וואלוטע און NFT'ס.

* * * *
א קאוויד פאציענט פון מינעסאוטע איז געווארן אפגעפירט, מיט א פליגער, צו א טעקסאס שפיטאל, נאך וואס א ריכטער האט פארארדענט די שפיטאל אין מינעסאוטע זאל איהם נישט אראפנעמען פון די ליף סופארט מאשינען.

* * * *
די פאמיליע פון איינע פון די אומגעקומענע ביי די עמעזאן וועירהאוז אין אילינאי, דורכאויס די טארנעידאו, האט אריינגעגעבן א געריכטליכע קלאגע קעגן די פירמע.
די פאמיליע באשולדיגט עמעזאן אין פארנאכלעסיגן די זיכערהייט פון זייערע ארבעטער, און שטעלן פארדינסטן פריער ווי זיכערהייט, און פארלאנגט פארגיטיגונגס געלטער פון 200,000 דאלער.

* * * *
פעדעראלע ריכטער פארארדענט מארטין שקרעלי זאל צאלן כמעט 65 מיליאן דאלער אין שטראפן, ווי אויך איז ער פארבאטן געווארן, לעבענסלענגליך, פון ארבעטן מיט/אין די פארמאסיוטיקעל אינדוסטרי.
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6610
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

Thank you

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
א דאך
שר האלפיים
תגובות: 2583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 19, 2021 4:44 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א דאך »

enjoy האט געשריבן:Thank you
MAKE AMERICA ORANGE AGAIN
אוועטאר
קאנגרעסמאן
שר האלף
תגובות: 1337
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 5:33 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנגרעסמאן »

א דאך האט געשריבן:
enjoy האט געשריבן:Thank you
ניקי העילי, די פארטיי וואס וועט די ערשטע פטור ווערן פון זייער 80 יעריגע זיידע וועט זיין די פארטיי וואס וועט געווינען!
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

א דאנק אלעקסיי, דריי פאר די לעצטע שיינט צו זיין א געריכט אויף וואס איך וואלט געוואלט הערן מער
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6480
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:דריי פאר די לעצטע שיינט צו זיין א געריכט אויף וואס איך וואלט געוואלט הערן מער

נאדיר דעם געריכט ארדער
אטעטשמענטס
Screenshot 2022-01-19 040438.png
Screenshot 2022-01-19 040438.png (285.15 KiB) געזען 889 מאל
Screenshot 2022-01-19 040408.png
Screenshot 2022-01-19 040408.png (152.3 KiB) געזען 889 מאל
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

א דאנק אלעקסיי

זע איך אז ס'איז דערווייל נאר געווען א טעמפארערי ריסטרעינינג ארדער

וואלט געווען אינטערעסאנט אלע דעטאלן פונעם קעיס...

אפשר העמיר עס לאזן פאר הבל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מיטוואך יתרו








פרעזידענט ביידען איז היינט ערווארטעט אפצוהאלטן א פרעסע קאנפרענץ אפצוצייכענען א פולע ערשטע יאר און אפיס און עס ווערט באצייכנט ווי א פרואוו צו ריסעטן זיין אגענדע און אנזען ביים פאלק און ווענדפונקט אין זייין פרעזידענטשאפט ארייגייענדיג צו די מידטוירמס

*****

ווייסע הויז שטאב הויפט ראן קלעין זאגט אז טראץ וואס פראגרעס איז געמאכט געווארן איבער די ווירוס און עקאנאמיע זענען נאך וויילער נישט גרייט צו גיבן גוטע צייכנס פאר די אדמיניסטראציע אבער פרעזידענט ביידען איז געלאפן פאר א פיר יעריגע טערמין און נישט פאר אן איין יעריגע

*****

לויט באריכטן איז פרעזידענט ביידען שוין גרייט אז מען זאל פאלמעסן די בודזשעלוציע און ארויסשניידן די ארגאנען וועלכע האבן בעסערע שאנסן איבערצולעבן א סענאט אפשטימונג

*****
א פרישע מארנינג קאנסאולט אנקעטע שטעלט פרעזידענט ביידען'ס צופרידנהייט ראטע ביי 40% און 68% גלויבן אז דאס לאנד פארט אינעם נישט גוטן ריכטונג

*****

די ווייסע הויז האט געמאלדן א דרייצנטע רונדע פון יורידישע נאמינאציעס אנגעהויבן מיט די אפריקאנע אמעריקאנע אריאנע פריעמאן צום דריטן סירקוט קאורט און נאכגעפאלגט מיט אכט דיסטריקט ריכטער נאמינאציעס אריינגערעכנט די ערשטע בענגלאדעשי אמעריקאנע און ערשטע מוסולמענישע פרוי צו סערווירן אויפן פעדעראלן געריכט באנק

*****

די סענאט וועט היינט אום 6:30 נאכמיטאג שטימען אפצושטעלן דעבאטע אויף די וואל רעפארם ביל און ערווארטעט צו ווערן בלאקירט דורך א רעפובליקאנע פיליבאסטער נאכגעפאלגט מיט א דעבאטע איבער באגרעניצן די פיליבאסטער צו א רעדנדע פיליבאסטער און דאן בלאקירט דורך אלע רעפובליקאנער אין צוגאב פון דעמאקראטן סינאמענשין

גייענדיג צום דרוק:
דעמאקראט מארק קעלי וועלכע קומט פון די זעלבע סטעיט פון סינעמא און לויפט אויך פאר ווידערערוויילונג האט נארוואס געזאגט אז ער וועט שטימען אין שטיצע פון די רול טויש און וואלט געשטימט צו עלימינירן די פיליבאסטער סיי איבער וואל רעפארם און אזוי אויך איבער קאמפיין פינאנץ רעפארם

*****


הויז פרידאם קאקוס פארזיצער סקאט פערי זאגט איצט אז מעקארטי האט געבעטן אז מען זאל אפלייגן אן אפשטימונג ארויסצושטויסן ליז טשעיני פון די קאנפרענץ צו קענען האלטן אין די אויפמערקזאמקייט דאס אפצייכענען א יאר פון די ביידען פרעזידענטשאפט

*****

ווערנדיג געפרעגט אויב ער וואלט געשטיצט א פריימערי קעגנער צו סענאטארן סינאמענשין זאגט שומער אז ער זוכט נישט אריינצוגיין אין פאליטיק


******
סענאטאר סענדערס זאגט אז ער פערזענליך איז אפן און גרייט צו שטיצן פריימערי קאנדידאטן אקעגן סענאטארן סינאמענשין

*****

הכל הבל האט געשריבן:באקאנטע לינקע גרופע וועלכע שטיצט פרויען קאנדידאטן פאר אפיס שרייבט אין א סטעיטמענט אז אויב סינעמא גייט אפאזירן די רול טויש גייען זי איר נישט אינדארסירן

סינעמא רעאגירט מיטן אנווייזן אז דעמאקראטן האבן אין די פארגאנגנהייט פיין נהנה געווען פונעם פיליבאסטער ווען עס איז געקומען צו בלאקירן אנטי רציחה געזעצן און קענען זיין קריטיש אנגעוויזן דערויף אינעם צוקונפט

*****

סענאטאר טים קעין (ד ווירדזשיניע) לויבט אויס די דעמאקראטישע ביל איינצופירן א רעדנדע פיליבאסטער זאגנדיג אז עס וועט איינטוישן די געהיימע פיליבאסטער אין א פובליק און אפענע פיליבאסטער

*****

סענאטאר ראמני (ר יוטא) רייסט ארונטער די רעדנדע פיליבאסטער זאגנדיג אז דאס איצטיגע רעדן דערפון איז זיכער עפעס וואס מען קען ארויסשניידן ווייל עס איז א שאד די צייט און עס וואטל באזייטיגט די לעצטע געצייג צו די דיספאזיציע פון די מינאריטעט און טעכניש פולשטענדיג עלימינירט די פיליבאסטער

*****

קאנגרעסמאן גרעג מורפי פון צפון קאראליינע וועט באקומען די זיץ וועלכע געוועזענע קאנגרעסמאן דעווין נונעז (ר)פלעגט האלטן אויף די וועיס און מיענס קאמיטע

*****
פלארידא רוקט זיך פאראויס צו באשטעטיגן א ביל געשטיצט דורך גאווערנאר דסאנטיס וועלכע וועט פארבאטן פובליק שולעס און פריוואטע ביזנעסער צו מאכן אומבאקוועם פאר ווייסע מענטשן ביים לערנען מיט סטודענטן אדער טרענירן ארבעטער איבער ראסע דיסקרימניאציע אין די פארגאנגנהייט ווען די ביל צו פארבאטן קריטיקל ראסע לעקציעס האט זיך אצינד פאראויסגערוקט אין א וויכטיגע סטעיט סענאט קאמיטע

*****

רעדנדיג פון געזעצן וועלכע ווערן אצינד באהאנדלט אין פלארידא ציילט זיך אויך א פיל ער ערנסטע בילס וועלכע ווערט באהאנדלט אין א פלארידא סטעיט הויז קאמיטע וועלכע וועט דעזיגנירן א געוויסע סארט יאגדעס קוכן אלץ די אפיציעלע סטעיט נאכשפייז

*****

מארק מעדאוס איז געפרעגט געווארן איבער די שטרייט צווישן טראמפ דסאנטיס שטרייט און זאגט אז דסאנטיס טוט א געוואלדיגע ארבעט אין פלארידא אבער איז גענוג קלוג צו פארשטיין אז טראמפ איז דע פאקטא פארטיי פירער און עס וועט אזוי פארבלייבן

*****

פילאדעלפיע מעיאר דזשים קעני אינדארסירט דעמאקראטישע פענסילוועניע סענאט קאנדידאט קאנאר לעמב וועלכע האט לעצטע וואך אויך ערהאלטן די אינדארסירונג פון פילאדעלפיע יוניאן

*****

ווירדזשיניע סענאט דעמאקראטן האבן באוויזן צו בלאקירן א רעפובליקאנע ביל וועלכע וואלט פארלאנגט פון וויילער צו צייגן זייער אידענטיפיקאציע קארטלעך ביים שטימען

*****

טעקסאס קאנגרעסמאן דען קרענשאו (ר) פארמעסט זיך אין א פריימערי אקעגן דזשאמעסאן עליס

דורכאויס א פראגע און אוונט סעסיע ביי א טי פארטיי פארזאמלונג אין מאנטאמרי קאונטי מאנטאג איז קרענשאו געווארן געצימבלט דורך אן אכצן יעריגע האט ציטירט קאמענטארן וועלכע דער קאנגרעסמאן האט געלאזט פאלן אויף א געוויסע פאדקעסט אין האט לויט יענע געשטעלט אונטער א פראגע צייכן ווי פארגלייבט קרענשאו איז אינעם יאשקע

אויפן פאדקעסט האט קרענשאו גראדע ארויסגעהויבן זייער פארשמייליגטע אבער דאס קינד האט עס פארשטאנען אין א וועג אז יאשקע איז אן אייגענע ממציא פון א זעלבסט געשאפענע גלויבן און נישט געשיקט פון עפעס העכערס ווי עס לויטעט זייער נארישע גלויבן

קרענשאו האט זיך געטראפן אויף די דעפענסיווע און איר אנגעשריגן אז זי זאל נישט צווייפלען אין זיין גלויבן אבער די פארזאמלטע האבן פארשריגן דעם קאנגרעסמאן פארן רעדן אזוי וואלגאר צו א יונגע פרוי אבער דער קאנגרעסמאן האט זיך פארטיידיגט זאגנדיג אז מען קען אים שטעלן אלע סארט פראגן אבער נישט צווייפלען אין זיין גלויבן

דאס מיידל האט זיך אבער נישט געלאזט און צוריקגעענטפערט אז אויב זיינע אייגענע קאמענטארן זענען וואס ברענגן אויף די צווייפלען האט זי אלע רעכטן עס אויפצוברענגן
א רעקארדירונג פונעם אויסטויש איז בליץ שנעל פארשפרייט געווארן און נעכטן דינסטאג האבן עס שוין נאנט צו א מיליאן מענטשן געזעהן

אצינד איז געווארן באקאנט אז דאס מיידל איז גארנישט געווען אזא אומשולדיגע פרעגער נאר איז א שטיצער פון קרענשאו'ס פריימערי קעגנער עליס און האט אויפגעברענגט פראגן צו די עליס קאמפיין האט איר נישט דירעקט איינגעפלאנצט ביי יענע אוונט מיטן ציהל צו סעקירן קרענשאו

עליס האט ארויסגעלייגט א סטעיטמענט קלארצושטעלן אז טראץ וואס זי איז זיינס א שטיצער איז זי נישט געווארן רעקרוטירט דורך די קאמפיין מיט וועם זי האט נישט סיי וועלכע פארבינדונג

*****

אין טעקסאס לויפט אגריקולטור קאמישאנער סיד מילער (ר) פאר א דריטע טערמין אין פארלאפענע דאנערשטאג איז זיין לאנגיעריגע געהילף טאד סמיט געווארן ארעסטירט אויף קלאגעס פון רויבעריי און אקצעפטירן כאבאר אין אויסטויש פאר געוויסע לייסענס און פערמיטן צו קענען פלאנצן געוויסע געוויקסן
מילער זאגט אז ער גייט איבערקוקן די אנקלאגע אבער איז נאכנישט גרייט צו ווארפן סמיט אונטערן באס און איז נישט איבערראשט איבער די ארעסט שפעקולירנדיג אז עס קען זיין פאליטיש מאטיווירט

*****

דערמאנענדיג סיד מילער ווערט באריכטעט אז ער האט אויפגעטריבן אינעם צווייטן האלב פון 2021 למספרם 123 טויזנט דאלער און אויסגעגעבן 257 טויזנט
ער האט זיך אויסגעבארגט 200 טויזנט פון זיין אייגענע טאג און זיצט איצט מיט 249 טויזנט אין די באנק
זיין פריימערי קעגנער דזשעימס ווייט האט אויפגעטריבן 91 טויזנט , אויסגעגעבן 43 טויזנט און זיצט מיט 104 טויזנט אין די באנק

*****

עס איז אן איינגעפירטע טראדיציע יעדע פיר יאר ווען ווירדזשיניע טוישט גאווערנאר אז דער ארויסגייענדער גאווערנאר לאזט איבער שפאסיגע פינגער אפדרוקן און איבערראשנדע וויצלעך פאר זיין נאכפאלגער אלץ טייל פון די אויפנאמע צו זיין נייע פאסטן

וויצן איז א טאלאנט און זעלבסטפאשטענדליך אז עס זענען דא וועלכע טויגן דערצו און עס זענען דא וועלכע זענען ווייניגער געלונגען

אצינד אז ווירדזשיניע האט ערוויילט א נייע רעפובליקאנע גאווערנאר זענען די נייגעריגע געזיצן אויף שפילקעס צו הערן פון די נייע יאנגקין אדמיניסטראציע וועלכע שפיצלעך עס האט זיי אפגעווארט אבער יענע זענען בכלל נישט געאיילט און צעגערן ארום זייענדיג מכסה טפחיים פאר יעדן שטיקל וועלכע זיי זענען האלבוועגס מודה אז עס האט זיי אנטפאנגען

אבער ווי די שטייגער פון אינפארמאציע ארויסצורינען הערט מען אז דאסמאל האט דער פריערדיגער דעמאקראטישע גאווערנאר איינגעפלאנצט מערערע סורפרייזעס אריינגערעכנט אן אנצוג אין א שאפע אינעם גאווערנארס פאלאץ

ער האט אויפגענייעט אן אנצוג נאכגעמאכט גענוי איינס מיט וועלכע יאנגקין פלעגט קאמפיינען נאר אנשטאט פון רויטע פאבריק האט ער עס געמאכט אין בלוי און אנשטאט א באקאנטע יאנגקין סלאגאן ארויפגענייעט האט ער געשטעלט א מעקאליף סלאגאן

א צווייטע איבערראשונג האט אפגעווארט יאנגקין אינעם גאווערנאר'ס אפיס וואו א גרויסע א גרויסע אויסשניט בילד פון פרעזידענט טראמפ פון קארדבאורד האט אפגעווארט דעם גאווערנאר און צוגעשריבן צו דעם" מיר וועלן רעדן אין קורצן איבער 2024 למספרם"

די געדאנק פון אזא אויסשניט איז אבער נישט ארגינעל און מיט יארן צוריק האט עס דאן גאווערנאר און היינט סענאטאר מארק ווארנער געטוהן איבערלאזנדיג אזא אויסשניט פון זיך זעלבסט אינעם פריוואטן שויער פונעם אריינקומענדן גאווערנאר און היינטיגע סענאטאר טים קעין

צוריק צו נארטהעם האט ער אויף איינגעפלאנצט פילע פענער פון א באקאנטע יוניווערסיטעט אין וועלכע יאנגקין פלעגט שפילן בעסקעט באל

מיט פיר יאר צוריק ווע מעקאליף האט געהאט די זעלבע אויפגאבע און דאן געדארפט איבערראשן זיין נאכפאלגער דעמאקראט ראלף נארטהעם האט ער איבערגעלאזט אויפן בעט ספעציעלע קאסטן קישנס מיט די ווערטער "שלאפן וועסטו אין קבר" (אקעי, ער האט געשריבן "מארגן" אבער איך האב עס טראנסעלירט אויף אידיש..) קלארצושטעלן פארן נייעם גאווענאר אז די ארבעט וואס ווארט אים אפ איז ווייט נישט לייכט

אין די פריערדיגע יארן זענען גאווערנארס געווען מער שעפעריש און די סופרייזעס זענען געועון פיל מער דראמאטיש ווען אין 2014 למספרם האט דער רעפובליקאנער גאווערנאר באב מקדאנעלד אנגעשטעלט די אלארם פון זיין וועקער זייגער אויף 4 אזייגער פארטאגס אויפצואוועקן דעם ניי ערווייילטן דעמאקראטישן גאווערנאר טערי מעקאליף און גיבן אנצוהערן אז מען דארף אויפשטיין פריה ווייל עס ווארט אסאך ארבעט

מיט 4 יאר בעפאר האט דער ארויסגייענדער גאווערנאר טים קעין איבערגעלאזט א סעלפאון אינעם עלעוועיטאר שעפט פונעם גאווערנארס פאלאץ און נאכאנאנד אריינגעקלונגען טרייבנדיג די מקדאנעלד געהילפן אין א געיעג נאכן קלונגעדיגן טעלעפאן און עס האט זיי געדויערט עטליכע טעג צו אידענטיפיצירן איר לאקאל

די חשוב'ע ליינער קענען אריינשיקן זייערע אייגענע געניאלע איינפעלער און געדאנקן איבער פאסיגע שפיצלעך וועלכע גאווערנאר יאנגקין זאל צוגרייטן פאר זיין נאכפאלגער און די 10 בליציגסטע רעיונות וועלן בל"נ ווערן צוגעשיקט צו די אדמיניסטראציע

*****

די נאציאנאלע ארכיוון פלאנען צו שיקן היינט אום 6 אוונט עטליכע דאקומענטן פארבונדן צו טראמפ צו די סעלעקט קאמיטע סיידן די סופרים קאורט בלאקירט עס


****

ראדני יאנג איז אויפגעוואקסן אין ניו דזשערסי און געווארן באצייכנט לויט זיינע שולעס אלץ גייסטיג צורודערט א טערמין וואס וואלט היינטיגע צייט געווארן אויסגעדרוקט אלץ אינטעלעקטואל דיסעיבלד

אין 2012 למספרם איז יאנג געווארן געווארן אנגעקלאגט אין דזשארדזשיא מיטן אומברענגן א פריינדין מיט וועם ער האט זיך צוקריגט

א 2002 למספרם סופרים קאורט אורטייל האט געשריבן אז די אכטע אמענדמענט פארבאט דאס הינריכטן אינטעלעקטואל דיסעיבלד פארברעכער אבער די געזעץ אין דזשארדזשיא פארלאנגט פון אזעלכע אנגעקלאגטע צו איבערצוגיין אז זיי ציילן זיך טאקע אין אט די קאטעגאריע אן די מינדעסטע צווייפל

די סטאנדארד פון באווייזן אן די מידענסטע צווייפל איז עפעס וואס פראקורארן דארפן טוהן אין אלגעמיינע קרימינאלע קעיעס און טראץ די ריזיקע אז געוויסע פארברעכער קענען גיין פריי צוליב די שווערע אויפגאבע פון שאפן אזעלכע באווייזן פארלאנגט עס די סיסטעם צו פארמיידן אומשולדיגע פון ווערן פארשיקט אין טורמע

אין די פאל פון דזשארדזשיא ווערט אבער אט די פארלאנג גענוצט אויף א פארקערטע צוועק און דאס באדייט אז אויב א באשולדיגטער קען נישט אזוי קליפ און קלאר איבערצייגן ווי גייסטיש אומסטאביל ער איז קען ער נישט אויסמיידן טויט שטראף

לערערס פון יאנג האבן אויפגעטראטן און עדות געזאגט אז דער בחור קומט נאך די סטאנדארט פון אינטעלעקטואל דיסעיבלד באשטימט דורכ'ן סופרים קאורט אבער די דזשורי האט געפונען אז ער האט עס נישט איבערצייגט אן קיין צווייפל און דעריבער איז ער געווארן פאראורטיילט צום טויט

די 2002 למספרם אורטייל האט ארגינעל געלאזט פאר סטעיטס צו באשליסן ווען א צושטאנד קען ווערן באצייכנט אלץ אינטעלעקטואל דיסעיבלד אבער צוויי שפעטערע אורטיילן האבן מער ספעציפירט די באדינגונגען און ווי ריכטער קענעדי האט געשריבן קומט עס צו פארזיכערן אז צורודערטע ווערן נישט אומגעברענגט און אז ערלויבן צו לאזן אזא ריזיקע פון אנגיין איז אומאקצעפטירבאר

מיינסטנס סטעיט פארלאנגען נישט פון אנגעקלאגטע צו איבערצייגן זייערע גייסטיגע באגרעניצונגען אן קיין צווייפל נאר באגנוגן זיך מיט א סטאנדארד אונטער וועלכע די באווייזן צייגן מער ווי נישט אז יענע איז נישט סטאביל

אנצוווייזן איבער די שארפע דיפערענץ פון די צוויי סארט סטאנדארדן איז גענוג די ציפערן וועלכע צייגן אז אין אנדערע סטעיט ווערן ארום א דריטל פון די אלע צום טויט פאראורטיילטע וועלכע טענה'ן אז זיי זענען נישט סטאביל אפגעשוינט פון הינריכטונג ווידעראום אין דזשארדזשיא האט זיך נאך קיינער נישט באוויזן ארויסצודדרייען פון טויט שטראף מיט אזא טענה

קינג האט געקלאגט אין סטעיט סופרים קאורט מיט די טענה אז כאטש וואס די סופרים קאורט האט טאקע נישט געשריבן דערווייל אז א אן קיין צווייפל סטאנדארד איז צי הויך האבן זיי יא ערקלערט זייערע 2014 און 2017 למספרם אורטיילן אלץ עפעס וואס זוכט צו פארמיידן דאס אומאקצעפטירבארע ריזיקע פון צודרייטע צו ווערן הינגעריכטעט

יאנג טענה'ט אז די דזשאדזשיא געזעץ גייט אין קעגנזאץ צו די גייסט פון יענע סופרים קאורט אורטייל ווייל עס לאזט איבער א ריזיקע פון אומסטאבילע צו ווערן געטויטעט בלויז צוליב די אוממעגליכקייט פון אהערשטעלן אזעלכע קראנטע באווייזן

די סטעיט סופרים קאורט האט אבער געאורטיילט אז די געזעץ איז יא אויסגעהאלטן און געגעבן די גרינע ליכט פאר די הינריכטונג פאראויסצוגיין

די מאיאריטעט האט ערקלערט אז געריכטן איבערן לאנד זענען נישט געבונדן צו אורטיילן אין איינקלאנג מיט "ערקלערונגען" געמאכט דורכ'ן סופרים קאורט (א שטייגער ווי די ערלקערונג פון זייער 2014 למספרם אורטייל) נאר דארפן זיך בלויז רעכענען מיט די "פארארדענונגען" וועלכע די געריכט פארלאנגט

אויב די געריכט פארבאט צו שלאגן מענטשן ווייל עס קען יענעם וויי טוהן מיינט עס נישט אז שטויסן יענעם איז שוין אויטאמאטיש פארבאטן זינט עס פירט צו די זעלבע פראבלעם אזוי לאנג ווי די געריכט וועט עס נישט זאגן קלאר אדער כאטש זאגן אז אלעס וואס טוט יענעם וויי איז פארבאטן

יאנג האט זיך געוואנדן צום סופרים קאורט ארין וואשינגטאן און אצינד ווארט מען צו הערן אויב די געריכט וועט עס אקצעפט אקצעפטירן און אויב יא איז שווער פאראויסצוזאגן וועלכע וועג זיי וועלן נעמען

ריכטער קעווענאו וועלכע קען מעגליך זיין א שליסל שטימע אויף אזא סארט פראגע האט צוריק אין 2013 למספרם געשירבן אז ריכטער דארפן נאכפאלגן נישט בלויז די ווערטער נאר אויך די מוזיק פון סופרים קאורט פרעצעדענטן וואס באדייט אז מען דארף דורש זיין טעמא דפסק און זיך רעכענען מיט די לאגיק און ערקלערונג אונטער זייערע אורטיילן
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך יאנואר 19, 2022 10:49 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

WOW WOW WOW דאס איז שוין א סורפרייז שוין לאנג נישט געווען אזא זאפטיגע קאקאש, ס'רינט טשאקלעד פון אלע זייטן.

א ריזיגן דאנק מר. הבל

הכל הבל האט געשריבן:
צוריק צו מעקאליף האט ער אויף איינגעפלאנצט פילע פענער פון א באקאנטע יוניווערסיטעט אין וועלכע יאנגקין פלעגט שפילן בעסקעט באל


דאס זעהט אויס צו זיין א טעות יאנגקין נעמט נישט איבער מעקאליף נאר נארטעם.

הכל הבל האט געשריבן:מיט אכט יאר צוריק ווע מעקאליף האט געהאט די זעלבע אויפגאבע און דאן געדארפט איבערראשן זיין נאכפאלגער דעמאקראט ראלף נארטהעם האט ער איבערגעלאזט אויפן בעט ספעציעלע קאסטן קישנס מיט די ווערטער "שלאפן וועסטו אין קבר" (אקעי, ער האט געשירבן "מארגן" אבער איך האב עס טראנסעלירט אויף אידיש..) קלארצושטעלן פארן נייעם גאווענאר אז די ארבעט וואס ווארט אים אפ איז ווייט נישט לייכט

פיר יאר צוריק.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

און א ספעציעלע געדאנק פאר די געשמאקע באריכט איבער די אומגעלונגענע דעמאקראטישער בדחן.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ר' זעקל האט געשריבן:WOW WOW WOW דאס איז שוין א סורפרייז שוין לאנג נישט געווען אזא זאפטיגע קאקאש, ס'רינט טשאקלעד פון אלע זייטן.

א ריזיגן דאנק מר. הבל

הכל הבל האט געשריבן:
צוריק צו מעקאליף האט ער אויף איינגעפלאנצט פילע פענער פון א באקאנטע יוניווערסיטעט אין וועלכע יאנגקין פלעגט שפילן בעסקעט באל


דאס זעהט אויס צו זיין א טעות יאנגקין נעמט נישט איבער מעקאליף נאר נארטעם.

הכל הבל האט געשריבן:מיט אכט יאר צוריק ווע מעקאליף האט געהאט די זעלבע אויפגאבע און דאן געדארפט איבערראשן זיין נאכפאלגער דעמאקראט ראלף נארטהעם האט ער איבערגעלאזט אויפן בעט ספעציעלע קאסטן קישנס מיט די ווערטער "שלאפן וועסטו אין קבר" (אקעי, ער האט געשירבן "מארגן" אבער איך האב עס טראנסעלירט אויף אידיש..) קלארצושטעלן פארן נייעם גאווענאר אז די ארבעט וואס ווארט אים אפ איז ווייט נישט לייכט

פיר יאר צוריק.

א הארציגן דאנק!
שוין פארראכטן
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

און עקסטער פאר די גוט אראפגעלייגטע באריכט פון די האלב בלינדער קאנגרעסמאן.

איך ווייס נישט וואס נאך זיך צו באדאנקן אויף ס'איז עפעס אויסערגעווענליך די היינטיגע באריכט.
אוועטאר
קאנגרעסמאן
שר האלף
תגובות: 1337
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 5:33 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנגרעסמאן »

טענקיו הכל הבל..
ניקי העילי, די פארטיי וואס וועט די ערשטע פטור ווערן פון זייער 80 יעריגע זיידע וועט זיין די פארטיי וואס וועט געווינען!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

קאנגרעסמאן האט געשריבן:טענקיו הכל הבל..

יו וועלקאם!
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2074
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

פול פלעדזש טענקס.
איך ווייס נישט וואס
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”