א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

ייש"כ פאר די אלע וואס לאזן איבער זייער פידבעק!
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30712
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

פענקס!
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:ייש"כ פאר די אלע וואס לאזן איבער זייער פידבעק!

יאפ, קיפ איט אפ!
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

יישר כח.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

זונטאג ראה

פרעזידענט ביידען איז פרייטאג ארויסגעקומען מיט א רוף צו סטעיט און לאקאלע רעגירונגען צו נוצן געלטער פון די 'אמעריקאנע רעטונגס פלאן' צו 'אפהאלטן יעדע עוויקשאן נאר מעגליך'.
דאס קומט נאכדעם וואס קאנגרעס האט פארפעלט צו אדורכפירן א פרישע עוויקשאן פארבאט אויפן פעדעראלע שטאפל.

* * * *
אדמיניסטראציע האט פרייטאג געמאלדן פרישע סאנקציעס אויף קובאנע באאמטע פארמישט אין אונטערדריקן די ארטיגע פראטעסטן.
דאסמאל זענען די סאנקציעס געצילט קעגן די 'נאציאנאלע רעוואלוציאנארע פאליציי' און איר הויפט אפיציר אסקאר קאלעיזשאס און זיין דעפיוטי.

* * * *
סטעיט דעפארטמענט האט געמאלדן איר באשטעטיגונג פאר א 3.4 ביליאן דאללער העליקאפטער פארקויף פאר מדנ"י.

* * * *
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:פארטיידיגונג סעקרעטאר לויד אוסטין היינט אנגעקומען צו די פיליפינען פאר געשפרעכן מיט ארטיגע באאמטע.

פיליפינע פרעזידענט רעדריגאו דוטארטעי האט באשטעטיגט אז זיין לאנד וועט בלייבן אנגעשלאסן אין די 'וויזיטינג פארסעס עגרימענט' וואס ערלויבט אמעריקאנע מיליטערלייט זיך צו אויפהאלטן אין די פיליפינען.
דוטארטעי האט פריער געהאט געזאגט אז ער וויל אנולירן די אפמאך נאך וואס אמעריקא האט נישט געוואלט אריינלאזן א ארטיגע געזעצגעבער, אבער ער האט געהאלטן אין איין אפשטיפן די דאטום דערויף - די יעצטיגע מעלדונג איז געקומען דורכאויס א באזוך פון פארטיידיגונג סעקרעטאר לאיד אוסטין אין זיין לאנד.

* * * *
סעקרעטארי אוו סטעיט ענטאני בלינקען היינט שארף פארדאמט די אטאקע פאריגע וואך אויף א שיף וואס געהערט פאר א מדנ"י ביזנעסמאן, אן אטאקע וואס האט געקאסט די לעבן פון צוויי מאטראזן.
'באזירט אויף די אינפארמאציע וואס מיר פארמאגן, טוען מיר גלויבן אז איראן האט דורכגעפירט די אטאקע' - נאכפאלגענדיג ענליכע באשולדיגונגען פון מדנ"י און גרויס בריטאנע.

* * * *
דעמאקראטישע קאנגרעספרוי אקאסיאו-קארטעז זאגט היינט אז אין פאל די אומפארטייאישע אינפראסטרוקשור ביל קומט נישט אינאיינעם מיט א גרעסערע רעקאנסיליאציע בוזשעט רעזאלוציע, פארמאגט די פראגראעסיווע קאוקוס די נויטיגע שטימען צו אפהאלטן די אומפארטייאישע ביל פון צו קענען ווערן באשטעטיגט אין די האוז.

* * * *
די יוסטיץ דעפארטמענט האט פרייטאג געמאלדן אז די מאסיווע סאולערווינד העקעריי -וואס האט פאריאר אפעקטירט מערערע אפטיילונגען פון די רעגירונג- האט באטראפן די דעפארטמענט אויף א פיל גרעסערע פארנעם ווי ביז היינט באריכטעט.
ווי די דעפארטמענט זאגט, זענען אימעיל אקאונטס פון דעפארטמענט איינגעשטעלטע אין 15 סטעיטס באטראפן געווארן. אין ניו יארק סטעיט האבן די העקערס געהאט צוטריט צו העכער א-כ-צ-י-ג פערצענט פון אלע אימעיל אקאונטס גענוצט דורך דעפארטמענט איינגעשטעלטע.

* * * *
דעמאקראטישע סענאטאר זשאו מענשין זאגט היינט אז ער קען נישט פארזעהן אז ער זאל שטיצן דאס עלימינירן די פיליבאסטער בלויז צו באשטעטיגן א וואל רעכט געזעץ.
ווי ער ערקלערט, געדענקט ער נאך גוט ווען די סענאט האט אין 2013 באשטעטיגט א 'ספעציעלע אויסנאם' פאר פרעזידענט קאבינעט און ריכטער נאמינאציעס זאלן נישט קענען בלאקירט ווערן דורך די פיליבאסטער, און שפעטער איז די 'ספעציעלע אויסנאם' געווארן אויסגעברייטערט אויך צו סופרים קאורט ריכטער.

* * * *
די ערשטע גרופע אפגאנע פליטים זענען פרייטאג אנגעקומען קיין אמעריקאף און זענען אפגעפירט געווארן צו די 'פארט לי' מיליטערישע באזע אין ווירזשיניע, וואו זיי וועלן זיך אויפהאלטן ביזן ענדיגן די וויזא באשטעטיגונג פראצעדור.

* * * *
די פעדעראלע עוויקשאן פארבאט איז טאקע אפגעלאפן פארלאפענע ענדע וואך, אבער א לאקאלע ריכטער אין דעקאלב קאונטי, זשארזשיע, האט איינגעשטעלט א 60 טאג עוויקשאן פארבאט אויף לאקאלע לענדלארדס.
ווי דער ריכטער ערקלערט, איז די עמערזשענסי פארבאט געקומען צוליב וואס די קאונטיס רענט הילף פראגראם איז פריער אין יאר געקומען אונטער א סייבער אטאקע וואס האט צייטווייליג געשטערט דאס פארטיילן רענטאל הילף.

* * * *
טעקסאס גאווערנאר גרעג עבאט האט פאריגע וואך אונטערגעשריבן אן עקזעקיוטיוו ארדער וואס פארבאט סיי ווער אין די סטעיט -סיידן לאו ענפארסמענט באאמטע- פון צו קענען ארומפירן אומלעגאלע אימיגראנטן אינערהאלב די סטעיט גרעניצן - די ארדער איז אנגעבליך געצילט צו באקעמפן די פארשפרייטונג פונעם וויירוס אין די סטעיט.
פרייטאג האט די פעדעראלע רעגירונג אריינגעגעבן א געריכטליכע קלאגע דערקעגן, מיט די ארגיומענט אז די ארדער פארלעצט די 'סופרעמעסי קלאוז' אין די קאנסטיטוציע, און טוט שטערן די אפעראציעס פון די פעדעראלע רעגירונג.

* * * *
נוי יארק סטעיט גאווערנאר קאומו האט פרייטאג אונטערגעשריבן א געזעץ וואס דעזיגנירט 'בעיסבאל' אלס די אפיציעלע ספארט פון די סטעיט.

* * * *
די אילינאי 'פראפערטי טעקס אפיעל באורד' האט פאריגע מאנאט איינשטימיג געשטימט צו באשטעטיגן א 1.03 מיליאן דאללער טעקס ריפאנד פאר דער געוועזענע פרעזידענט טראמפ, נאכ'ן אורטיילן אז די 'קוק קאונטי באורד אוו רעוויו' האט אין די פארגגאנגענהייט איבערגעשאצט די ווערד פון די 'טראמפ אינטערנעשאנעל האטעל ענד טאוער'.
אין רעאקציע האט די קוק קאונטי אטוירני אריינגעגעבן א קלאגע אין די ארטיגע געריכט אין א פארזוך צו בלאקירן די ריפאנד, זאגענדיג אז דאס וואלט באדייט אוועקנעמען געלטער וואס זענען שוין באשטימט געווארן פאר די לאקאלע פובליק סקול סיסטעם און אנדערע רעגירונגס אגענטורן.

* * * *
פלארידא גאווערנאר ראן דעסאנטיס האט פארשפראכן צו אונטערשרייבן אן עקזעקיוטיוו ארדער וואס וועט 'באשיצן די רעכטן פון עלטערן', און זיי ערלויבן צו באשליסן אויף די אייגענע האנט אויב זייערע קינדער זאלן טראגן מאסקעס אין שולע.

* * * *
פלארידא האט היינט באריכטעט 10,200 קאראנע פאציענטן אין שפיטאל, ברעכענדיג א רעקארד געשאפן עטוואס מער ווי א יאר צוריק.

* * * *
אמווייניגסטענס 223 שפיטאל איינגעשטעלטע ביי צוויי סאן פראנסיסקאו שפיטעלער זענען געווארן אנגעשטעקט מיט די קאוויד וויירוס - ארום 80 פערצענט זענען שוין געווען פולקאם וואקסינירט.
בלויז צוויי האבן געדארפט אנקומען צו שפיטאל באהאנדלונגען, און די גרעסערע מערהייט האבן געליטן בלויז לייכטע ביז מילדערע סימפטאמען.

* * * *
צען זענען נעכטן אפגעפירט געווארן אין שפיטאל נאכ'ן באטראפן ווערן פון א שיסעריי אין די בראנקס.
די אינצידענט איז פארגעקומען נעכטן אווענט ארום 10.30 - ווי די פאליציי גלויבט יעצט איזס די רעדע פון א רוטינע גענג פייער אויסטויש, פון וואס אומשולדיגע זייטיגע צושויער זענען אויך געטראפן געווארן.

* * * *
אמווייניגסטענס פיר זענען אומגעקומען - און נאך 41 פארוואונדעט געווארן- פון שיסערייען אין שיקאגאו דורכאויס די פארלאפענע וויקענד.
פארט איז דאס א פארבעסערונג פון א וואך פריער, ווען 11 זענען אומגעקומען און 62 פארוואונדעט.

* * * *
'עמעזאן' האט געמאלדן אז זי איז באשטראפט געווארן -דורך אייראפע'אישע רעגולעיטאר'ס- צו דארפן צאלן ארום 880 מיליאן דאללער אין שטראף געלטער, פאר'ן אנגעבליך פארלעצן פרייוועסי געזעצן.

* * * *
געוועזענע קאלאראדאו גאווערנאר ריטשארד לעם איז געשטארבן פארלאפענע דאנערשטאג אין עלטער פון 85 יאר.
לעם האט סערווירט אלס דעמאקראטישע גאווערנאר אין די סטעיט אין די יארן 1975 ביז 1987, א רעקארד אין די סטעיט היסטאריע אין יענע צייט.
אוועטאר
די הארץ רייסט
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 21, 2021 3:49 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די הארץ רייסט »

פיינע נייעס
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

א ריזיגע שכח הרב אלעקסיי
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

אלעקסיי איך ליין מיט דורשט יעדע תגובה מיט די אויסערגעווענדליכע קלארע רעפארטאזשן
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30712
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

פיינע פרישע נייעס. א דאנק אלעקסיי!
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

ייש"כ פאר די אלע וואס לאזן איבער זייער פידבעק!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

מאנטאג ראה

פרעזידענט ביידען קלערט פון מעגליך אפרייזן ענדע וואך קיין ווייאמינג צו די באגרעבעניש צערמאניע פון דער פארשטארבענע געוועזענע סענאטאר מייק ענזי.

* * * *
דער פרעזידענט האט היינט גערעדט מיט דער קאנאדישע פרעמיער מיניסטער זשוסטין טרודאו, ווי זיי האבן דיסקוסירט דאס וואס טשיינע האלט אונטער ארעסט צוויי קאנאדישע בירגער.

* * * *
אויך האט דער פרעזידענט זיך באדאנקט פאר טרודאו פאר די פלייש וואס טרודאו האט איהם געשיקט.

* * * *
די ווייסע הויז גרייט זיך אויף א מאסיווע קאמפיין קומענדיגע מאנאט צו פראמאוטען דעם פרעזידענט'ס ביז יעצטיגע אקאמפלישמענט'ס און זיין ווייטער'דיגע אינפראסטרוקשור אגענדא אין די צייט וואס קאנגרעס וועט זיין אויף זומער אורלויב.
עס וועט ארייננעמען 14 קאבינעט סעקרעטארן וואס וועלן ארומרייזן איבער די לענג און ברייט פון לאנד צו ארויסהייבן פאר אמעריקאנע די בענעפיטן דערפון.

* * * *
סטעיט דעפארטמענט האט געמאלדן אן אויסברייטערונג איבער אפגאנע וואס וועלן זיין בארעכטיגט פאר פליטים סטאטוס צו קענען עמיגרירן קיין אמעריקא.
די פרישע קאטעגאריע, באצייכענט אלס 'פריאריטעט 2', וועט ארייננעמען אזעלכע וואס האבן ארויסגעהאלפן אומדירעקט די אמעריקאנע רעגירונג, ווי אויך די וואס האבן געהאלפן אמעריקאנע נייעס אגענטורן און אנדערע נאן-גאווערנמענטאל ארגעניזאציעס.

* * * *
די 'סענאט באוואפענטע קרעפטן קאמיטע' וועט מארגן אפהאלטן א פארהער איבער די נאמינאציע פון גענעראל ריטשארדסאן צו ווערן באשטעטיגט אלס קאמאנדיר פון אמעריקאנע 'דרום קאמענד' קרעפטן.

* * * *
סענאטאר לינדזי גרעהעם האט היינט געמאלדן אז ער איז אינפעקטירט מיט די קאוויד וויירוס.
ווי ער פארציילט קומט דאס טראצדעם וואס ער איז שוין פולקאם וואקסינירט, אבער אין די זעלבער צייט זאגט אז ווען נישט ער איז וואקסינירט וואלט זיין צושטאנד געווען פיל ערגער.

* * * *
הכל הבל האט געשריבן:יוסטיץ דעפארטמענט וועט אריינטראגן אנקלאגע אין געריכט אקעגן די נייע דזשארדזשיא וואל רעפארם געעץ

57 קאנגרעס רעפובליקאנע האבן אריינגעגעבן א 'פריינט פון געריכט' בריוו אין וועלכע זיי בעטן פון די ריכטער ער זאל ארויסווארפן די קלאגע.

* * * *
א פרישע אנקעטע צייגט אז 58% וויילער האלטן אז די קאנגרעסיאנאלע יאנואר 6 קאמיטע איז בייעסד, אין די צייט וואס 42% האלטן אז די קאמיטע איז יא יושר'דיג אוועקגעשטעלט.

* * * *
אדוואקאטן פאר דער געוועזענע פרעזידענט טראמפ האבן איינגעמאלדן פאר א פעדעראלע ריכטער אז זיי וועלן באקעמפן א באשלוס פון די טרעזשורי דעפארטמענט צו איבערגעבן טראמפ'ס שטייער דאקומענטן פאר קאנגרעס דעמאקראטן.

* * * *
ניו יארק סטעיט גאווערנאר קאומו איז פאריגע מאנאט אויסגעשטאנען א לענגערע פארהער דורך אויספארשער אויפגענומען דורך די סטעיט אטוירני זשענעראל.
עס ווערט יעצט באריכטעט אז די פארהער האט זיך געצויגן פאר עלף שטונדן.


* * * *
די 'ניו יארק סטעיט יונייטעד טיטשערס' יוניאן, וואס פארטרעט 600,000 ארבעטער אין ניו יארק סטעיט, האט געמאלדן זייער קעגנערשאפט צו די גאווערנאר'ס פלאן פון א וואקסין מאנדאט פאר סטעיט איינגעשטעלטע.
די יוניאן שטעלט קלאר זייער שטיצע אז איינגעשטעלטע זאלן האבן צוטריט צו קענען באקומען די וואקסין, אבער נישט דאס ארויפשטעלן א מאנדאט.

* * * *
געוועזענע אילינאי גאווערנאר ראד בלאגאיעוויטש געמאלדן אז ער וועט אריינגעבן א געריכטליכע קלאגע קעגן די סטעיט פאר'ן איהם פארבאטן צו לויפן פאר א פאליטישע אמט.

* * * *
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:קוועלער גיבן אן אז דער געוועזענע פרעזידענט באראק אבאמא, וועלכע וועט פייערן זיין 60'טע געבורטסטאג קומענדיגע וואך, פלאנירט דאס צו פייערן אויף א גראנדיעזע שטייגער ביי זיין היים אין די 'מארטא'ס ווייניארד' אינזל.
אבאמא וועט פייערן זיין געבורטסטאג אום אוגוסט 4.

ווייסע הויז באאמטע האבן היינט באשטעטיגט אז דער פרעזידענט וועט נישט אנטייל נעמען ביי די פייערונגען.

* * * *
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:"נעשאנעל לעיבאר רילעישאנס באורד" זאגט אז באווייזן אריינגעגעבן דורך א יוניאן אין אלאבאמע -אין פארבינדונג מיט א אפשטימונג אפגעהאלטן אין א לאקאלע עמעזאן וועירהאוז- קענען מעגליך זיין גענוג איבערצייגענד אויף צו איבערדרייען די רעזולטאטן פון די וואלן.
די אגענטור וועט אפהאלטן א פארהער דערוועגן אום מאי 7.

אפיצירן אויפן קעיס האבן היינט רעקאמענדירט אז די וואוט זאל ווערן איבערגעמאכט - די ענדגילטיגע באשלוס ליגט אין הענט פון די 'נעשאנעל לעיבאר רילעישאנס באורד' ראיאנאלע דירעקטאר, וואס וועלן אין מיינסטענס פעלער אננעמען די רעקאמענדאציע פונעם אפיציר וואס האט אויסגעהערט די פולע קעיס.
א ווארטזאגער פאר עמעזאן שטעלט קלאר אז די פירמע וועט אפעלירן אזא באשלוס.

* * * *
'פלארידא עי. ענד עם. יוניווערסיטי' האט אויסגעגעבן ארום 16 מיליאן דאללער צו אפצאלן סטודענטן חובות.
די געלטער דערפאר איז געקומען פון די 'קעירס עקט', אונטערגעשריבן פאריאר דורך דער געוועזענע פרעזידענט טראמפ.

* * * *
די רעכט-גענויגטע 'וואשינגטאן עקזאמינער' מידיע אגענטור האט איינגעשטעלט א 'וואקסין אדער מאסק און טעסט' מאנדאט פאר איינגעשטעלטע אין די פירמע.

* * * *
א פרישע שטודיע צייגט אז גרויסע סאציאלע מידיע פלאטפארמעס האבן פארפעלט צו בלאקירן 84% פון אנטי-סעמיטישע פאוסטס וואס זענען געווארן באריכטעט דורך די אפיציעלע באריכטן אפציע.
די שטודיע צייגט אז 'טוויטער' און 'פעיסבוק' זענען געווען די שוואכסטע אין די געביט.

* * * *
פעדעראלע 'זיבעטע קרייז געריכט' האט געאורטיילט אין שטיצע פון די 'אינדיאנע יוניווערסיטי' וואס פארלאנגט אז סטודענטן זאל זיין וואקסינירט קעגן די וויירוס, אדער אין פאל א סטודענט קען/וויל נישט זאל ער טראגן א מאסקע. (אלע דריי ריכטער זענען געשטעלט געווארן דורך א רעפובליקאנע פרעזידענט)
אדוואקאטן פאר די קלעגער זאגן אז זיי וועלן אפעלירן צום העכסטן געריכט.
לעצט פארראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום דינסטאג אוגוסט 03, 2021 12:18 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
57 קאנגרעס רעפובליקאנע האבן אריינגעגעבן א 'פריינט פון געריכט' בריוו אין וועלכע זיי בעטן פון די ריכטער ער זאל ארויסווארפן די קלאגע.

וועלכע קלאגע?
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

Mezofzef האט געשריבן:וועלכע קלאגע?

פאראכטן.

ייש"כ פארן אויפמערקן דערוועגן.
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

טענקס אלעקסיי!!

אונז באלעקן זיך!
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

מיטוואך ראה

פרעזידענט ביידען האט אנגערופן פרוי בראון, די געווינער אין די נעכטיגע דעמאקראטישע פריימערי אין אהייאו'ס 11'טע דיסטריקט.
בראון האט באזיגט איר קעגנער פרוי טורנער וועלכע איז געשטיצט געווארן דורך די ארכי לינקע באוועגונג איבער'ן לאנד.

* * * *
די אדמיניסטראציע האט אנגעהויבן ארבעטן אויף א פלאן וואס וועט פארלאנגען, ווען די אמעריקאנע גרענצן וועלן זיך עפענען פאר אויסלענדישע, אז אלע אינטערנאציאנאלע רייזענדע צו זיין וואקסינירט קעגן די וויירוס.
אויף דערווייל בלייבן די אמעריקאנע גרעניצן ווייטער פארשלאסן פאר מיינסטענס אייראפע'אישע, כינעזע און איראנע בירגער.

* * * *
אדמיניסטראציע היינט געמאלדן די באשטעטיגונג פון א וואפן פארקויף קיין טייוואן, די ערשטע אונטער די יעצטיגע אדמיניסטראציע.
די רעדער איז איבער א פארקויף געשאצט צו זיין אין די ווערד פון 750 מיליאן דאללער.

* * * *
סענאט היימלאנד זיכערהייט קאמיטע האט היינט געשטימט פארויסצוגיין מיט די נאמינאציע פון עד גאנזאלעס צו סערווירן אלס דירעקטאר פון די 'אימיגראציע און קאסטומס אינפארסירונג' אגענטור (ICE).
די אפשטימונג איז אריבער אויף פארטייאישע ליניעס 6-7.

* * * *
סענאט דעמאקראטן זענען ערווארטערט צו פארשלאגן א ביל וואס וועט ארויפשטעלן א שטייער אויף פירמעס וואס זענען פאראנווארטליך פאר אמווייניגסטענס .05% פון די וועלט'ס פאלושען דורכאויס די יארן פון 2000 ביז 2019.

* * * *
קאנגרעספרוי טשעיני זאגט אז איר פאטער, ער געוועזענע רעפובליקאנע וויצע פרעזידענט, איז גאר שטארק אנטוישט איבער די ריכטונג פון די פארטיי און די לאנד אין אלגעמיין.

* * * *
א פארפאלק פון ווירזשיניע זענען מאנטאג ארעסטירט געווארן נעבן די קעפיטא קאמפלעקס נאך וואס א אנוועזענדע אפיציר האט באמערקט א אנגעלאדענטע רעוואלווער אין יענעם'ס באזיץ.
דערווייל איז נישטא קיינע אנדייטונגען ער זאל האבן געהאט עפעס בייזוויליגע מאטיוון.

* * * *
די 'וויסקאנסין עלעקטארעל קאמישען' האט אין די לעצטערע וואכן אנולירט די וויילער רעגיסטראציע פון העכער 205,000 איינוואוינער אין די סטעיט.
דאס אנולירן וויילער רעגיסטראציע אין די סטעיט פאסירט יעדע צוויי יאר, ווען וויילער וואס האבן נישט געשטימט אין די פארלאפענע פיר יאר ווערן געפרעגט צו זיי ווילן נאך בלייבן רעגיסטרירט, און אויב די סטעיט באאמטע באקומען נישט קיין ענטפער ווערט די רעגיסטראציע אנולירט.

* * * *
אין די צייט וואס סטעיט'ס איבער'ן לאנד גרייטן זיך פאר די רידיסטריקטינג פראצעדור, וואס קומט פאר יעדע צען יאר, צייגט א פרישע אנקעטע אז א ריזן מערהייט אמעריקאנע, אזויפיל ווי מער פון 85% וויילער איבערן לאנד, זענען קעגן דאס נוצן די רידיסטריקטינג פראצעדור אויף א וועג וואס בענעפעטירט שטארק איין פארטיי איבער די אנדערע (בעסער באקאנט אלס זשערימענדערינ"ג).
די אנקעטע איז ארויסגעגעבן געווארן דורך די 'רעפרעזענטיר אונז' גרופע.

* * * *
פענטאגאן זיכערהייט אפיציר זשארזש גאנזאלעס איז נעכטן אומגעקומען נאכ'ן ווערן געשטאכן מיט א מעסער הארט נעבן די פענטאגאן הויפטקווארטיר.
דער אטאקירער איז אידענטיפיצירט געווארן אלס דער 27 יעריגער אסטין וויליאם לאנז פון זשארזשיע, ער איז לעצטענס געווארן אנגעקלאגט פארן איבערפאלן אן ארטיגע פאליציאנט.

* * * *
פרישע קוויניפעק אנקעטע פארציילט אז 60% אויסגעפרעגטע האלטן עס וואלט געווען א נישט גוטע זאל פאר אמעריקא אויב זאל טראמפ לויפן אין 2024.
32% אויסגעפרעגטע זאגן עס וואלט גאר יא געווען א געוואונטשעננע זאך.

* * * *
באסטאן מעיאר פרוי זשעיני זאגט אז פארלאנגען פון מענטשן צו צייגן באווייזן אז זיי זענען וואקסינירט איז פונקט ווי דאס וואס מ'האט אמאל פארלאנגט פון טונקל-הויטיגע צו צייגן באווייזן אז זיי זענען נישט קיין קנעכט, אדער ווי דאס וואס מאנכע האבן פארלאנגט פון פרעזידענט אבאמא ער זאל צייגן זיין געבורט שיין.

* * * *
'ראבינהוד', וואס איז פאריגע וואך ארויפן מארקעט ביי 38 דאללער א שעיר, האט היינט געמוזט אפשטעלן דאס טרעידן זייערע שעירס נאך וואס די פרייז האט היינט געגרייכט אזוי הויעך ווי 85 דאללער.

* * * *
פעיסבוק האט סוספענדירט די אקאונטס פון צוויי 'ניו יארק ייוניווערסיטי' פארשער וואס האבן קריטיקירט די פירמע איבער די וועג וויאזוי די פלאטפארמע ווייזט געצילטע פאליטישע עדס פאר אירע באנוצער.

* * * *
עי.די.פי. שאצט פאר אז די פריוואטע סעקטאר עקאנאמיע האט צוגעזעהן פרישע 330,000 זשאבס פארלאפענע מאנאט, היבש שוואכער ווי ערווארטערט.
ווי פארשטענדליך, דארף מען ווארטן ביז די רעגירונג געט ארויס זייערע ציפערן.

* * * *
אדוואקאטן פאר דער געוועזענע פרעזידענט טראמפ האבן היינט געבעטן פון א ריכטער ער זאל בלאקירן די טרעזשורי דעפארטמענט פון איבערגעבן טראמפ'ס שטייער בויגענס פאר א קאנגרעסיאנאלע קאמיטע.
זיי באשולדיגן אז די פארלאנג פון די קאמיטע איז געצילט בלויז אויף צו פארעפענטליכן פריוואטע אינפארמאציע, און טוט פארלעצן דעם פרעזידענט'ס לעגאלע און קאנסטיטוציאנאלע רעכטן.
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

יישר כח!
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30712
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

א דאנק אלעקסיי!
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

שכח אלעקסיי גאר קלאר און שיין געשריבן
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

דאנקע שעהן
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

נארוואס דורך געליינט די לעצטע צוויי בלעטער (כבין ביזי, כאדאך א נייע דשאב...)

א הימל שרייענדע דאנק כבוד הרב אלעקסיי!!!
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

זונטאג שופטים

מעקסיקאנע פרעזידענט לאופעז-אבראדאור וועט מארגן אפהאלטן א טעלעפאנישע געשפרעך מיט וויצע פרעזידענט פרוי העריס.
מאנכע פארטייטשן די וועטער פון לאופעז-אבראדאור אז ער ער גרייט זיך צו באקומען פרישע וואקסין דאזעס פון אמעריקא.

* * * *
ווייסע הויז מעדיצינישע ראטגעבער דאקטער ענטאני פאוטשי זאגט אז ווארשיינליך וועלן מענטשן דארפן נעמען א דריטע א.ג. בוסטער שאט צו פארשטערקערן די באשיצונג קעגן די וויירוס.

* * * *
פעדעראלע ארבעטער וואס זאגן ליגענט איבער זייער וואקסינאציע סטאטוס שטייען אויס די מעגליכקייט פון ווערן אפגעזאגט פון אמט, אדער גאר ווערן אנגעקלאגט.

* * * *
קאנגרעספרוי אקאזיאו-קארטעז זאגט אז זי שליסט נישט אויס די מעגליכקייט פון לויפן אין א פריימערי קעגן סענאטאר שומער.
זי זאגט אז אירע פאליטישע באשלוסן ווענדן זיך אין די באדערפענישן פון די געמיינדע וואס זי פאטרעט.

* * * *
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:מיטוואך ראה
פעיסבוק האט סוספענדירט די אקאונטס פון צוויי ען.וויי.יו. פארשער וואס האבן קריטיקירט די פירמע איבער די וועג וויאזוי די פלאטפארמע ווייזט געצילטע פאליטישע עדס פאר אירע באנוצער.

'פעדעראלע טרעיד קאמיסיע' האט אראפגעריסן פעיסבוק פאר'ן געבן א פאלשע ערקלערונג איבער דעם וואס די פלאטפארמע האט סוספענדירט די צוויי פארשער.

* * * *
די 'קאליפארניע רעפובליקאנע פארטיי' האט נעכטן געשטימט צו נישט אינדארסירן א ספעציפישע קאנדידאט אין די ארטיגע גאווערנאר ריקאל פארמעסט קומענדיגע מאנאט.
ארום 90% פון די דעלעגאטן ביי די נעכטיגע ווירטואלע פארטיי צוזאמקום האבן געשטימט צו נישט אינדארסירן סיי וועמען, צוליב זארגן אז אינדארסירן א ספעציפישע קאנדידאט קען אנברענגן אז טייל וויילער זאלן בלייבן אינדערהיים.

* * * *
עמעזאן וועט פארלאנגען פון אלע ארבעטער ביי אירע וועירהאוזעס זאלן טראגן א מאסקע, אפגעזעהן אויב צו מ'איז וואקסינירט.

* * * *
א ריכטער אין אוקלעהאומע האט פארארדענט די סטעיט זאל ווידעראמאל זיך אנשליסן אין די פעדעראלע פארברייטערטע ארסעטסלאזע בענעפיטן.

* * * *
די אייגענטומער פון א טעקסי פירמע אין מיזורי, 'יו טראנספארטעישאן', האט געמאלדן אז זיין פירמע וועט נישט אננעמען פאסאזשירן וואס טראגן מאסקעס אין די טעקסי.
'מיר וועלן נישט ערלויבן סיי וועלכע סארט מאסקע אין אונזערע קאר. אויך זענען מיר זייער קעגן די וואקסינען, און מיר ווילן נישט האבן אין אונזערע קארן מענטשן וואס האבן דאס גענומען' זאגט דער אייגענטומער טשארלי בורלינגטאן.

* * * *
צוויי סיעטעל פאליציי אפיצירן וואס זענען אריין אין די קעפיטאל געביידע אום יאנואר 6, זענען געווארן ארויסגעווארפן פון אמט.

* * * *
אוקלעהאומע אטוירני זשענעראל זשאן אוקאנאר בעט פון די סופרים קאורט זיי זאלן צוריקדרייען א היסטארישע אורטייל ארויסגעגעבן פאריאר אין באצוג צו די אינידא'נע שטחים אין די סטעיט.
ווי אוקאנאר ערקלערט, האט די באשלוס געברענגט א פלייץ פון פארלאנגען דורך ארעסטאנטן אז מ'זאל איבערקוקן זייער קעיס.

* * * *
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:מאנטאג ראה
פעדעראלע 'זיבעטע קרייז געריכט' האט געאורטיילט אין שטיצע פון די 'אינדיאנע יוניווערסיטי' וואס פארלאנגט אז סטודענטן זאל זיין וואקסינירט קעגן די וויירוס, אדער אין פאל א סטודענט קען/וויל נישט זאל ער טראגן א מאסקע. (אלע דריי ריכטער זענען געשטעלט געווארן דורך א רעפובליקאנע פרעזידענט)
אדוואקאטן פאר די קלעגער זאגן אז זיי וועלן אפעלירן צום העכסטן געריכט.

די גרופע האט אריינגעגעבן א פארלאנג ביי די סופרים קאורט צו קענען אפעלירן די אורטייל.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

ישר כח @אלעקסיי פאר די געשמאקע און קלארע באריכט.
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

ר' זעקל האט געשריבן:ישר כח @אלעקסיי פאר די געשמאקע און קלארע באריכט.
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

שכח קוטשער אלעקסיי
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30712
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

א דאנק ווידער הער אלעקסיי!
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”