א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א נייער האט געשריבן:פול פלעדזש טענקס.


א דאנק פאר די פידבעק!
אוועטאר
קלמן יאסעלע
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:33 am
לאקאציע: ערגעצוואו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן יאסעלע »

א גרויסן דאנק הער הבל.
כ'וויל קלארשטעלן אז מיר נעמען עס נישט פאר גרענטעד, נאר מיר קומען נישט אלץ אן זיך צו באדאנקן כראוי, ויה"ר שיהא כאילו פורטם.
!Vox Populi, Vox Dei
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

קלמן יאסעלע האט געשריבן:א גרויסן דאנק הער הבל.
כ'וויל קלארשטעלן אז מיר נעמען עס נישט פאר גרענטעד, נאר מיר קומען נישט אלץ אן זיך צו באדאנקן כראוי, ויה"ר שיהא כאילו פורטם.

א דאנק! פידבעק גיבט מוט פארצוזעצן בעז"ה
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

א דאנק הבל
א מרעדט שוין יא פון איבערלאזן ווערטלעך פאר א נייער, דער ביידן האט זיך למעשה ארויסגעדרייט פון ארויסגעבן וואס טראמפ האט אים איבערגעלאזט אויפן צעטל?
j718
שר חמש מאות
תגובות: 888
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך j718 »

thanks havel
איש יהודי בשושן האט געשריבן: מאנטאג מאי 09, 2022 5:36 pm


שרגי געשטעטנער האט געזאגט קוק אריין און מיינע אויגן…
די אויגן האבן שוין נישט געזעהן קיין איין ראיה אסורה פאר איבער פינעף יאר!!



ל"נ שרגא אליהו בן חיים אליעזר דוד
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

j718 האט געשריבן:thanks havel

יישר!
אוועטאר
הודו להשם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4699
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: אפדעיט: נארוואס צוריקגעקומען!
פארבינד זיך:

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודו להשם »

א דאנק אייך, הכל.
איז אישי טאקע אזוי גוט ווי מען מאכט אים?
אוועטאר
מאנסי געבוירענער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 10:12 am
לאקאציע: ספרינג וואלי יצ"ו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסי געבוירענער »

א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס?
געב אכטונג וואס דו טוהסט, ארבעט אביסל מער לאנגסאם!!!
די ארבעט איז נישט פאר מיר, איך בין נישט קיין פעלדמאן!!!!!


מצילי אש ד׳ראקלענד
24hr emergency line
845-426-9111
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

זונטאג תצוה

טערקישע פרעזידענט ערדואן דיאגניזירט מיט די וויירוס.
פארלאפענע וואך האט ער באזוכט אין קיעוו וואו ער האט אפגעהאלטן א זיצונג מיט פרעזידענט זעלענסקי.

* * * *
די EU האט ארויפגעשטעלט פרישע סאנקציעס קעגן רעגירונגס באאמטע פון דיאפריקאנע לענדל 'מאלי'. דאס קומט נאך וואס די ארטיגע מיליטער האט אפגעלייגט געפלאנטע פרעזידענליכע וואלן, וואס האבן געזאלט פארקומען ענדע פון די יעצטיגע מאנאט.
די ארטיגע מיליטער האט פאריאר דורכגעפירט א פוטש קעגן די רעגירונג, און זענען יעצט אין קאנטראל פון לאנד.

* * * *
ווייסע הויז קארעספאנדענטן פאראיין געמאלדן אז פון מארגן, מאנטאג, וועלן ווערן אריינגעלאזט אין די ווייסע הויז פרעסע צימער אויפנעמען די געווענליכע צאל רעפארטער.
דאס קומט נאך וואס אין יאנואר איז די צאל ערלויבטע רעפארטער געווארן געצוימט צו 14 נאך א ויפשטייג פון די אמיקראן וויירוס.

* * * *
אמעריקאנע אמבאסאדאר קיין יאפאן, ראהם עמנועל, האט פרייטאג זיך געטראפן מיט די יאפאנעזע פרעמיער מיניסטער, פומיא קישידא.
צווישן אנדערע האט מען דיסקוסירט פארשידענע ראיאנאלע אנגעלגענהייטן, אריינגערעכענט כינע'ס אגרעסיווע באנמעונג און די צפון-קארעא מיסיל טעסטס.

* * * *
סעקרעטארי אוו סטעיט ענטאני בלינקען איז ערווארטערט צו אפרייזן קיין אוסטראליע, וואו ער וועט אפהאלטן זיצונגען מיט באאמטע פון אסטראליע, יאפאן, און אינדיע.
אויך וועט ער ענדע וואך אפהאלטן א זיצונג -אין האוואי- מיט די אויסערן מיניסטארן פון יאפאן און דרום-קארעא.

* * * *
געזעצגעבער שלאגן פאר צו טוישן די נאמען פון די טאיוואן האנדלס אפיס אין וואשינגטאן, צו בעסער רעפלעקטירן איר אויפגאבע אלס (אומאפיציעלע) דיפלאמאטישע צענטער צווישן די צוויי לענדער.

* * * *
אויך טוט די פארשלאג אויסדרוקן אמעריקאנע שטיצע פאר ליטא, נאך וואס כינע ברויזט אויף ליטא'ס באשלוס צו ערלויבן די ארטיגע טאיוואנעזע אפיס זיך צו אידענטיפיצירן אלס 'טאיוואן' ווי איידער די 'כינעזע טאיפי' ווי טשיינע פארלאנגט.

* * * *
סענאטאר זשאו מענשין (ד) היינט געמאלדן זיין ענטליכע אינדארסירונג פאר אלאסקע סענאטארשע מורקאוסקי (ר) אין איר ווידערערוויילונגס קאמפיין.

* * * *
קענטאקי סענאטאר ראנד פאול (ר) זאגט אז אויב זאלן רעפובליקאנע באווייזן איבערצונעמען קאנטראל פון די סענאט ביי די מידטורם וואלן, וועט ער אויסנוצן זיין מאכט -אלס פארזיצער פון די סענאט געזונטהייט קאמיטע- צו אויספארשן דאקטער ענטאני פאוטשי.

* * * *
גענעראל קען מעקינזי -הויפט גענעראל ביי די אמעריקאנע סענטראל קאמענד- זאגט אז פרישע אינפארמאציע צייגט אז די אוגוסט 26 באמבע אטאקע ביי די קאבול לופטפעלד איז געווען די ארבעט פון א איינצעלנע אטאקירער, אנדערש ווי ביז היינט וואס די אפיציעל ליניע פון די מיליטער איז געווען צו זאגן אז די אטאקע איז געווען א פון-פאראויס פלאנירטע קאארדינירטע אקציע מיט מערערע מיטשפילער.

* * * *
אין אנדערע נייעס, האט גענעראל מעקינזי אפגעשטאט א באזוך אין די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן נאך א סעריע מיסיל אטאקעס דורך די האוטי אויפשטענדלער אין תימן.

* * * *
דעלטא עירליינס שלאגט פאר פאר די אדמיניסטראציע צו שאפן א נאציאנאלע 'נישט פליען' ליסטע, אנגעפירט דורך די פעדעראלע רעגירונג, פאר ווילדע פאסאזשירן וואס פארלעצן די פארשידענע וויירוס רעגלואציעס.
די פירמע ווייזט אן אז זי האט שוין ארויפגעשטעלט באלד 2,000 פאסאזשירן אויף איר אינערליכע נאו פליי ליסטע.

* * * *
סאוטוועס עירליינס געמאלדן אז זי וועט צוריק אנהויבן דאס פארקויפן אלקאהאלישע געטראנקען אויף לענגערע פלי רייזעס, אנגעהוין פון פעברואר 16.
דאס קומט נאך א צייט פון באלד צוויי יאר זינט די עירליין האט אפגעשטעלט דאס פארקויפן געטראנקען אויפן פליגער.

* * * *
געוועזענע וויצע פרעזידענט מייק פענס קריטיקירט דאס וואס פרעזידענט ביידען האט פארשפראכן צו שטעלן א שווארצע פרוי צו ערזעצן ריכטער ברייער אויף די סופרים קאורט.

* * * *
געוועזענע פארטיידיגונגס סעקרעטאר מארק עספער, וועלכע האט סערווירט אונטער פרעזידענט טראמפ, האט צוריקגעצויגן פון א קלאגע אריינגעגעבן פאריאר קעגן די פענטאגאן, נאך וואס די פענטאגאן האט פארשפלעפט די פראצעדור פון רעדאגירן זיינס א בוך.

* * * *
מייקל אווענאטי -וועלכע האט זיך באקאנט געמאכט ביים אנפירן א קלאגע קעגן דער געוועזענע פרעזידענט טראמפ- איז געפונען געווארן שולדיג אין רויבן נאנט צו 300,000 דאלער פון זיינס א געוועזענע קליענט.

* * * *
די ניו יארק פאליציי דעפארטמענט האט פארלאפענע וואך פארמאל אנערקענט די ביישטייערונגען פון אפיציר פראנק סערפיקאו אין זיינע פראוון -צוריק אין יאר 1971- צו אויסראטן קארופציע אינערהאלב די דעפארטמענט.
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

thank you very much

welcome back!
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

עולם האמת האט געשריבן:thank you very much

welcome back!

יישר כח פאר די פידבעק!
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

ש'כח אלעקסיי!
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6602
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

Welcome back אלקסיי ש'כח פארן קאקאש!!

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
j718
שר חמש מאות
תגובות: 888
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך j718 »

thanks
איש יהודי בשושן האט געשריבן: מאנטאג מאי 09, 2022 5:36 pm


שרגי געשטעטנער האט געזאגט קוק אריין און מיינע אויגן…
די אויגן האבן שוין נישט געזעהן קיין איין ראיה אסורה פאר איבער פינעף יאר!!



ל"נ שרגא אליהו בן חיים אליעזר דוד
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

ריזיגן שכח פאר אינזער געטראפענע אינגל אלעקסיי
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

פיינע נייעס אלעקסיי. שיין. רייך. פראפעסיאנאל.

ווי וואנט מאר.
איפה פייביש
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפה פייביש »

שטארק הנאה געהאט! ישר כח
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

דאנקע!

וכדברי נקדימון.
נקדימון האט געשריבן:פיינע נייעס אלעקסיי. שיין. רייך. פראפעסיאנאל.

ווי וואנט מאר.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

מאנטאג תצוה

פרעזידענט ביידען זאגט היינט אז ער וואלט געראטן אמעריקאנע בירגער אין אוקריינא זאלן ווי פריער פארלאזן דאס לאנד אז זיי זאלן נישט פארכאפט ווערן אין פאל פון א רוסישע אינוואזיע.

* * * *
עריק לאנדער -שעף ביי די ווייסע הויז 'אפיס אוו סייענס ענד טעקנאלאזשי פאליסי'- האט געמאלדן זיין רעזיגנאציע נאך וואס א יאנערליכע אויספארשונג האט אויפגעדעקט באווייז אז ער איז זיך ווילד באגאנגען מיט זיינע קאלעגען.

* * * *
פרעזידענט ביידען וועט שטעלן זשאן מעקעין דער פערטער צו סערווירן אויף די 'באורד אוו וויזיטארס' ביי די יו.עס. נעיווי אקאדעמיע.
זשאן מעקעין IV איז א זון פון דער געוועזענע רעפובליקאנע אריזאנע סענאטאר זשאן מעקעין דער דריטער.

* * * *
וויצע פרעזידענט פרוי העריס וועט אנטיילנעמען ביי די 'מינכן זיכערהייט קאנפרענץ' אין צוויי וואכן ארום.

* * * *
סענאטאר מיט ראמני (ר) זאגט אז נאכפאלגענדיג די פארדאמונג פון די נאציאנאלע רעפובליקאנע קאמיטע קעגן קאנגרעסלייט קינזינזשער און טשעיני, האט ער געהאט א שריפטליכע אויסטויש מיט זיין ניס פרוי מעקדעניעל -פארזיצערין פון די נאציאנאלע פארטיי קאמיטע- וואו ער האט קלארגעשטעלט זיין מיינונג איבער די באהאנדלונג.

* * * *
קאנגרעס עטיקס קאמיטע געמאלדן אז זי וועט נישט נעמען סיי וועלכע שריט קעגן קאנגרעסמאן זשאמאל באומאן נאך וואס ער איז פריער אין יאר געווארן ארעסטירט ביי א פראטעסט נעבן די קעפיטאל.
די קאמיטע ערקלערט אז צוליב וואס עס זענען נישט ערווארטערט קיינע ווייטערדיגע לעגאלע שריט אין פארבינדונג מיט די קעיס פעלט נישט אויס צו אונטערנעמען קאנגרעסיאנאלע שריט.

* * * *
קאליפארניע גאווערנאר געווין ניוסאם (ד) געמאלדן אז וואקסינירטע פערזאנען אין די סטעיט וועלן מער נישט דארפן טראגן א מאסקע ביי אינערליכע ערטער, אנגעהויבן פון פעברואר 15.
אומוואקסינירטע וועלן ווייטער דארפן גיין דערמיט.

* * * *
דעלעוועיר גאווערנאר זשאן קארני (ד) געמאלדן אז די מאסק מאנדאט פאר אינערליכע ערטער אין די סטעיט וועט אפלויפן אום פעברואר 11.
די מאסק מאנדאט פאר פריוואטע שולעס אין די סטעיט וועט קומען צו אן ענדע אום מארש 31.

* * * *
געוועזענע ניו יארק גאווערנאר ענדרו קאומו זאגט היינט אין א פרישע אינטערוויו אז ער פילט זיך ריינגעוואשן אין ליכט פון די באשלוס דורך עטליכע לאקאלע דיסטריקט אטוירניס לענגאויס די סטעיט איהם נישט אנצוקלאגן.

* * * *
אנדערע באריכטן גיבן אן אז דער גאווערנאר סטראטעגירט איבער וויאזוי צו ערהוילן זיין פובליק שטאנד, און וויאויז ארויסצוקומען מיט א ערשטע עפענטליכע אויפטריט זינטן אפטרעטן פון אמט.

* * * *
וואשינגטאן 'ביורא אוו לייסענסינג' האט געמאלדן איבער אומרעגולערע סייבער אקטיוויטעטן געפונען אינערהאלב איר סיסטעם, וואס קען מעגליך האבן אויפגעדעקט פערזענליכע אינפארמאציע איבער אזויפיל ווי 250,000 פראפעסיאנאלע ארבעטער אין די סטעיט וואס דארפן צוקומען צו א רעגירונגס לייסענס צו קענען פראקטיצירן.

* * * *
איינער איז אומגעקומען -און א צווייטע פארוואונדעט געווארן- נאך א שיסעריי ביי א סופערמארקעט אין ריטשלאנד, וואשינגטאן.
אוטאריטעטן זוכן נאך דער פארברעכער.

* * * *
קאלעב פראנק איז פון צווישן די וואס ווערן אנגעקלאגט אין פארבינדונג מיט (אנגעבליכע) פלאן צו פארכאפן מישיגען גאווערנאר פרוי וויטמער. היינט האט ער געמאלדן אין פרישע געריכט דאקומענטן אז ער וועט זיך ערקלערן שולדיג אויף 'קאנספירעסי טו קידנעפ' אויף וואס ער וועט אויסשטיין די מעגליכקייט פון ביז לעבענסלענגליכע טורמע.
ער איז דערמיט געווארן די צווייטע פון זעקס אנגעקלאגטע זיך צו דערקלערן שולדיג.

* * * *
צוריק אין נאוועמבער האט עלאן מאסק, דער גרינדער פון טעסלא, ארויסגעשטעלט אן אנקעטע אויף די פראגע צו ער זאל פארקויפן 10% פון זיינע סטאקס אין די פירמע – א אנקעטע וואס האט געפירט דערצו אז די מארקעט פרייז פון די פירמע זאל טראסקענען מיט ארום 15% אין די נאכפאלגענדע טעג.
היינט ווערט אויפגעדעקט אז די SEC האט עטליכע טעג דערויף ארויסגעשיקט א סובפינע פאר טעסלא פארלאנגענדיג אינפארמאציע איבער וויאזוי די אנקעטע איז אין איינקלאנג מיט א אפמאך אויסגעהאמערט מיט עטליכע יאר צוריק.

* * * *
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:ריכטער אין טעקסאס זאגט אז די פעדעראלע רעגירונג איז 60% פאראנטווארטליך פאר א מאסן שיסעריי מיט עטליכע יאר צוריק.

אין 2017 האט דעווין פעטריק קעלי -א געוועזענע עירפארס מיטגליד- אריינגעשטורעמט אין א טעקסאס קירכע, און אויסגעמארדעוועט 26 מענטשן.

דער ריכטער זאגט היינט, אז די רעגירונג איז שולדיג פאר'ן נישט אריינשטעלן דעטאלן פון א ווילדע איבערפאל קלאגע אינערהאלב די דעיטא-באזע וואס ווערט גענוצט צו דורכפירן בעקגראונד טשעקס אויף מענטשן וואס ווילן זיך איינהאנדלען וואפן.

ריכטער אורטיילט היינט אז פעדעראלע רעגירונג מוז צאלן 230 מיליאן דאלער פאר איבערלעבער און פאמיליעס פון די אומגעקומענע ביי די שיסעריי.

* * * *
סופרים קאורט האט געאורטיילט אויף צו לאזן אין קראפט די קאנטראווערסיאלע אלאבאמע קאנגרעסיאנאלע מאפע, אנולירענדיג דערמיט א אורטייל פון די אונטערשטע געריכט.
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

דאנקע פארן קאקאש!
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

Kollel האט געשריבן:דאנקע פארן קאקאש!

דאנקע שעין פאר אייער פידבעק!
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

שכח אלעקסיי!
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

שכח אלעקסיי!!
אוועטאר
א דאך
שר האלפיים
תגובות: 2491
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 19, 2021 4:44 pm

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א דאך »

מעכטיגע ארבעט אלעקסיי......
קיפ איט אפ
MAKE AMERICA ORANGE AGAIN
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6602
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

!Thank you

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”