אזוי זאג איך האט געשריבן:kyshtiper האט געשריבן:kyshtiper האט געשריבן:עורך ראשי האט געשריבן:פארדינט האט געשריבן:
ווענדט זיך וואו דו וואוינסט
שאפינג סענטער עריע.
ווער מאכט דארט אינטערנעט? און וואס איז זייער נאמבער?
יישר כח
להוי ידוע
הנהלת הווילידזש האט געסיינט קאנטראקט מיט optimum אין זיי גייען אנהייבן אריינקומען קיין קרית יואל
ווי אזוי גייט עס. מען דארף האבן א פערמיט צי קענען צי שטעלן סערוויס? וואס איז פשט?
יא.
איז אזוי.
אין א נייע געגענט כדי צו האבן סערוויס ברויך מען אינוועסטן געלט אין אינפראסטראקטשור.
קרית יואל איז געווען באטראכט אלס א רורעל עריע.
די מעין פראוויידער אין די עריע איז געווען פראנטיער זיי האבן די סטעישאן אויפן 32 נאך פון יארן צוריק. צוליב דעם האבן זיי אריינגעצויגן די סטעישאן אויף פארעסט ראוד ווען מ'האט געבויעט קרית יואל.
צוליב דעם האבן זיי געהאט די עקסלוסיוו רעכטן פון סערווירן די איינוואוינער.
פראנטיער איז נישט געגאנגען ווייטער אינוועסטן אין בעסערע אינטערנעט סערוויס ווען זיי ווייסן אז רוב איינוואוינער גייען דאס נישט בעטן אין צאלן
זאכן האבן זיך געטוישט די לעצטע 10 20 יאר. פראנטיער איז אפאר מאל געווען רעדי צו אינוועסטן געלט אויב וואךט מען עס אויסגעארבעט בעפאר. ווען מהאט געבויעט גרויסע בנינים האט מען זיי נישט געזאגט וואס דאס איז. וד"ל. אין די ס"ה איז אז ווען זיי האבן זיך געכאפט אז די פארלאנג איז גרויס איז שוין געווען צו שפעט.
דאס צוזאמען מיט זייער שלייבערישקייט אין נאך אסאך ענינים בנוסף צו נישט געהעריגע העדקוואטערס אין די ארענזדש קאונטי געגענט האט צוגעפירט אז מ'האט געזיכט נייע אפשענס. די פארלאנג און דיזעסטער איז שוין געווען אזוי גרויס אז מהאט געמיזט עפעס טוען למעשה. דוגמת טרעפיק וואס מ'טוט למעשה ווען די דיזעסטער איז שוין זייער אוט אף קאנטראל.
ביז עס איז צוגעקומען אז די פעפערס שרייבן אז מגייט אריינלאזן אפטימום צו סערווירן אינעווייניג אין די ווילעזדש פאר ווילעזדש איינוואוינערס.
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.