נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל, ניו יארק

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

Don't worry
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 6:29 pm

Re: נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Don't worry »

Borrower האט געשריבן:
Don't worry האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
Don't worry האט געשריבן:
WCBS און די טיימס רעקארד האבען געמאלדען היינט אז מהאט געטראפן פאליו אין די הערימען און אין די מידעלטאון סוער סעמפעלס. איך האף אז דאס מיינט נישט קרית יואל. עצה טובה, אלע מיט בעיביס עלטער פון צוויי חדשים זאלן זיי גיין וואקסינירן.
וואס הייסט סוער סעמפלס?
לכאורה טעסטען זיי די סוער, און אז מטרעפט טרעיסעס פון פאליו, איז א סימן אז פאליו דרייט זיך ביים עולם.
yiddish 24 שרייבט וואַסער סעמפּלס. קאן זיין געטריעטע סוער וואסער ? - אבער מאכט נישט קיין סענס די וואסער וואס גייט ארויס פונעם סוער פלענט זאל האבן סיי וועלעכע פריערדיגע שריים
-

ניו יארק סטעיט באאמטע זאגן אז פרישע טעסטס אויף וואסער אין אראנדזש און ראקלענד קאונטיס צייגן פאליא פארשפרייטונג‎‎
ו' דברים פ״ב
ביז יעצט האָבן די באַאַמטע געטעסט נאָר וואַסער סעמפּלס פון די צוויי קאַונטיס אויף איין פּלאַץ, אָבער יעצט זענען צוריקגעקומען טעסטס פון אַנדערע געגנטער אין ביידע קאַונטיס, און עס צייגט אַז די פּאָליאָ וויירוס איז שוין געווען אָנוועזנד דאָרטן אין דזשון און דזשוליי. די העלט דעפּאַרטמענט זאָגט אַז די פרישע טעסט רעזולטאַטן צייגן ווי ווייט די פּאָליאָ וויירוס איז פאַרשפּרייט אין אָראַנדזש און ראַקלענד קאַונטיס, און די וויכטיגקייט אַז די מאַסן וואָס זענען נישט וואקסינירט קעגן פּאָליאָ, זאָלן דאָס ערלעדיגן וואָס שנעלער.
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/67263
Poliovirus found in Orange County wastewater is 'tip of iceberg,' health officials say
Traces in Orange County reservoir suggest the disease has spread beyond Rockland County, where the first human case in years was confirmed

איך האב פארשטאנען אז Wastewater איז סוער. קען זיין איך בין נישט גערעכט
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

Iphone האט געשריבן:

בין איך פריער אריינגעפארן אין קרית יואל זעה איך ווי א באס פול מיט קינדער האט...
פריער מיטגעהאלטן ווי א באס פון מיט קינדער סטאפט נישט ביי א סטאפ סיין, כ'האב עס אויף מיין דעש-קעם אבער דא וועט עס געמעקט ווערן מילא לייג איך עס נישט
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

Re: נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

Rak Tov האט געשריבן:
Iphone האט געשריבן:

בין איך פריער אריינגעפארן אין קרית יואל זעה איך ווי א באס פול מיט קינדער האט...
פריער מיטגעהאלטן ווי א באס פון מיט קינדער סטאפט נישט ביי א סטאפ סיין, כ'האב עס אויף מיין דעש-קעם אבער דא וועט עס געמעקט ווערן מילא לייג איך עס נישט
ביטע, פאר די זיכערהייט פון ק''י איינוואוינער, פויל דיך נישט און געב א קלינג אן די קאמפאני און געב אריין א קאמפלעין.
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8569
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

Re: נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

פארוואס זאלסטו עס לייגן אויף די אינטערנעט? שיק עס אין אימעיל צו זיין מענעזשער, און א וואך שפעטער א פאלאו אפ

האקט
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

דאס איז זיכער אז מער פאליציי וואלט געהאלפן
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
אוועטאר
א. לערנער
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 14, 2015 2:18 am

תגובה דורך א. לערנער »

משמש בקודש האט געשריבן:
ווי פליט מען?
נאכאמאל א ביה"כ פען פייער. ב"ה אפגעראטעוועט מיט די פלינקע רעספאנס פון אונזער שטאט געבענטשטע חברה מצילי אש.

מענטשן דארפן זיך אויסלערנען צו קלינען די פענס, און נישט לאזן ארבעטן פאר צו לאנג אין א צו. שוין די פינפטע בנין אפגעראטעוועט, בלויז אין די לעצטערע חדשים אין קרית יואל. מען דארף זיך מאכן א געוואוינהייט צו קלינען די פען איינמאל אין אפאר חדשים, און היינט צוטאגס קען מען אינסטאלירן א טיימער סוויטש וואס קען נישט ארבעטן מער פון זעכציג מינוט אין א צי.

עס איז ממש סכנת נפשות!!!
אוועטאר
געב_מיר_כח
שר האלף
תגובות: 1051
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 07, 2015 10:11 pm

Re: נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געב_מיר_כח »

כא כא כא האט געשריבן:
Rak Tov האט געשריבן:
Iphone האט געשריבן:

בין איך פריער אריינגעפארן אין קרית יואל זעה איך ווי א באס פול מיט קינדער האט...
פריער מיטגעהאלטן ווי א באס פון מיט קינדער סטאפט נישט ביי א סטאפ סיין, כ'האב עס אויף מיין דעש-קעם אבער דא וועט עס געמעקט ווערן מילא לייג איך עס נישט
ביטע, פאר די זיכערהייט פון ק''י איינוואוינער, פויל דיך נישט און געב א קלינג אן די קאמפאני און געב אריין א קאמפלעין.
דאס איז געווען די ריספאנד פון א דיספעטשער פאר מיין קאמפלעין אויף א אומאחריותדיגע דרייווער

"די ווילסט אים איבערנעמען? איך האב נישט גענוג דרייווערס"
רבש"ע גיב מיר אביסעלע כח (קרעדיט דודי קאליש)
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

א. לערנער האט געשריבן:
משמש בקודש האט געשריבן:
ווי פליט מען?
נאכאמאל א ביה"כ פען פייער. ב"ה אפגעראטעוועט מיט די פלינקע רעספאנס פון אונזער שטאט געבענטשטע חברה מצילי אש.

מענטשן דארפן זיך אויסלערנען צו קלינען די פענס, און נישט לאזן ארבעטן פאר צו לאנג אין א צו. שוין די פינפטע בנין אפגעראטעוועט, בלויז אין די לעצטערע חדשים אין קרית יואל. מען דארף זיך מאכן א געוואוינהייט צו קלינען די פען איינמאל אין אפאר חדשים, און היינט צוטאגס קען מען אינסטאלירן א טיימער סוויטש וואס קען נישט ארבעטן מער פון זעכציג מינוט אין א צי.

עס איז ממש סכנת נפשות!!!
אדער זאל מען אינסטאלירן בעסערע פענס
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
אוועטאר
א. לערנער
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 14, 2015 2:18 am

Re: נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א. לערנער »

אה''ו האט געשריבן:

נישטא קיין פען וואס מ'דארף נישט קלינען. יעדע פען נעמט אריין שטויב און עס קלעבט זיך אן אויף די פען פליגלען, און ווען עס דארף שלעפן שטויב מיט די פליגלען ארבעט ער שווערער, און ווען ער ארבעט שווער פאר א לאנגע צייט ווערט ער איבערגעהיצט און די היץ מאכט די שטויב זאל אנהייבן צו ברענען און דערנאך לויפט עס ווייטער ח"ו. קען זיין עס איז דא שטערקערע מאטארן וואס קען ארבעטן שווער פאר אביסל לענגער אן ווערן איבערגעהיצט, אבער אויף יעדע פען וועט איר טרעפן אין די אינסטרוקציעס אז מען דארף עס כסדר קלינען.
געפרואווטער
שר האלפיים
תגובות: 2410
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 12, 2020 1:11 pm

Re: נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געפרואווטער »

דאכטצוך אז קיינער אדווערטייזט נישט אז ער טוט עס,
איינער דארף אדווערטייזן און אויפמערקזאם מאכן דעם ציבור,
אזוי ווי דרייער ווענט.
כא כא כא האבן די כרעמזליך געלאכט ווען די שיבער האט זיי געדרייט אינעם טאפ צו די אנדערע זייט..

קרעדיט מאניש!
אוועטאר
א. לערנער
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 14, 2015 2:18 am

Re: נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א. לערנער »

עס איז זייער גרינג צו קלינען. איך גלייב אז אלע וואס קלינען דרייערס, קלינען דאס אויך.
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

א. לערנער האט געשריבן:
משמש בקודש האט געשריבן:
ווי פליט מען?
נאכאמאל א ביה"כ פען פייער. ב"ה אפגעראטעוועט מיט די פלינקע רעספאנס פון אונזער שטאט געבענטשטע חברה מצילי אש.

מענטשן דארפן זיך אויסלערנען צו קלינען די פענס, און נישט לאזן ארבעטן פאר צו לאנג אין א צו. שוין די פינפטע בנין אפגעראטעוועט, בלויז אין די לעצטערע חדשים אין קרית יואל. מען דארף זיך מאכן א געוואוינהייט צו קלינען די פען איינמאל אין אפאר חדשים, און היינט צוטאגס קען מען אינסטאלירן א טיימער סוויטש וואס קען נישט ארבעטן מער פון זעכציג מינוט אין א צי.

עס איז ממש סכנת נפשות!!!
כ'מיין אז די נייערע סארטן זענען נישט קיין סכנה. אזוי פארשטיי איך.
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4526
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

פופציגער האט געשריבן:
א. לערנער האט געשריבן:
משמש בקודש האט געשריבן:
ווי פליט מען?
נאכאמאל א ביה"כ פען פייער. ב"ה אפגעראטעוועט מיט די פלינקע רעספאנס פון אונזער שטאט געבענטשטע חברה מצילי אש.

מענטשן דארפן זיך אויסלערנען צו קלינען די פענס, און נישט לאזן ארבעטן פאר צו לאנג אין א צו. שוין די פינפטע בנין אפגעראטעוועט, בלויז אין די לעצטערע חדשים אין קרית יואל. מען דארף זיך מאכן א געוואוינהייט צו קלינען די פען איינמאל אין אפאר חדשים, און היינט צוטאגס קען מען אינסטאלירן א טיימער סוויטש וואס קען נישט ארבעטן מער פון זעכציג מינוט אין א צי.

עס איז ממש סכנת נפשות!!!
כ'מיין אז די נייערע סארטן זענען נישט קיין סכנה. אזוי פארשטיי איך.
שטערקערע מאטאר

מיין שכן זאל זיין געזונט נוצט די ביה"כ פען פאר א שלאף מאשין (יא איך הער עס אראפ )
כאניש וואס צו טוּן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4246
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 12:17 pm

Re: נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טוּן »

אה''ו האט געשריבן:
דאס איז זיכער אז מער פאליציי וואלט געהאלפן
.. צו שווער מאכן דאס לעבן פאר יודישע קינדער.
הנם ימים המבורכים!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!

אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5169
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

רררררר רררררררררררר ררררררררררררררר דא רעדט מען פון די... אזוי ווי נאך די ניין טעג הייבט מען אן צו וואשען....
וואס איז שוין ווייטער?
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4733
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

הארזים האט געשריבן:
רררררר רררררררררררר ררררררררררררררר דא רעדט מען פון די... אזוי ווי נאך די ניין טעג הייבט מען אן צו וואשען....
וואס איז שוין ווייטער?
מיינסט אז ווייל נעכטן האט גערעגנט אפאר מינוט איז שוין דא וואסער?
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7192
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

כאניש וואס צו טוּן האט געשריבן:
אה''ו האט געשריבן:
דאס איז זיכער אז מער פאליציי וואלט געהאלפן
.. צו שווער מאכן דאס לעבן פאר יודישע קינדער.
און אין די זעלבע צייט ראטעווען אידישע לעבנס.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
כאניש וואס צו טוּן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4246
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 12:17 pm

Re: נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טוּן »

רעגענדיג האט געשריבן:

פון בלוט זויגערס קען קיין גוטס נישט ארויס קומען.
הנם ימים המבורכים!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!

אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7192
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

כאניש וואס צו טוּן האט געשריבן:
רעגענדיג האט געשריבן:
כאניש וואס צו טוּן האט געשריבן:
אה''ו האט געשריבן:
דאס איז זיכער אז מער פאליציי וואלט געהאלפן
.. צו שווער מאכן דאס לעבן פאר יודישע קינדער.
און אין די זעלבע צייט ראטעווען אידישע לעבנס.
פון בלוט זויגערס קען קיין גוטס נישט ארויס קומען.
הכר מיך צו, ווען איך זעה איינמאל און נאכאמאל מיט מיינע אייגענע אויגן ווי אידישע לעבנס זענען אין סכנה פשוטו כמשמעו, און אונז האמיר אויף דעם א מאמר חז"ל אלמלא מוראה של מלכות.. (הגם ס'רעדט נישט ממש פון דעם, באט יו גאט די פוינט) און כ'שטיי און ווארט ווען וועט קומען די טאג וואס פאליציי וועט זיך א לאז טון אויף אונזער שטעטל און באשטראפן די פארלעצער אזויווי ס'קומט זיך זיי, דארף איך טראכטן אז נע, ענדערש זאלן זיי נישט קומען ווייל פון בלוט זויגערס קען קיין גוטס נישט ארויסקומען???

האסט געטראכט א מינוט פארן שרייבן די סטעיטמענט וואספארא סכנה'דיגע זאכן ס'פאסירן דא יעדן טאג? און מיטן אויבערשטנ'ס הילף איז פאליציי די איינציגסטע מיטל דאס אפצושטעלן בדרך הטבע.

ווילאנג די פוסגייער קעירן נישט.
ווילאנג קינדער שפילן אויפן ראוד (און מ'לייגט נאך ספיד באמפס).
ווילאנג מ'קראסט אינמיטן די ראוד.
ווילאנג מ'שפאצירט אויפן ראוד לייק נאו טומאראו.
קענסטו קיין טענות נישט האבן!

מאכסט נאר שווערער די קשיא.
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7192
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

כאניש וואס צו טוּן האט געשריבן:
ווילאנג די פוסגייער קעירן נישט.
ווילאנג קינדער שפילן אויפן ראוד (און מ'לייגט נאך ספיד באמפס).
ווילאנג מ'קראסט אינמיטן די ראוד.
ווילאנג מ'שפאצירט אויפן ראוד לייק נאו טומאראו.
קענסטו קיין טענות נישט האבן!
פון טענות וועט מען רעדן מארגן, דא איז א מצב פון סכנת נפשות און מ'דארף טון וואס מ'קען דאס צו ראטעווען, אפגעזען אויב די פיסגייער זענען יא אדער נישט שולדיג.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
כאניש וואס צו טוּן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4246
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 12:17 pm

Re: נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טוּן »

פון טיילן טיקעטס וועט מען אין ערגעץ נישט אנקומען.
צוערשט ברויך מען קעיר נעמען פונעם פראבלעם אז מענטשן שפאצירן אויפן ראוד ווי ביים טאטן אין וויין גארטן.
נאכדעם קעמען זעהן וואס ווייטער.
דאס איז דער עיקר גורם םאר סכנת נפשות אויפן ראוד.
הנם ימים המבורכים!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!

אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4733
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

כאניש וואס צו טוּן האט געשריבן:
פון טיילן טיקעטס וועט מען אין ערגעץ נישט אנקומען.
צוערשט ברויך מען קעיר נעמען פונעם פראבלעם אז מענטשן שפאצירן אויפן ראוד ווי ביים טאטן אין וויין גארטן.
נאכדעם קעמען זעהן וואס ווייטער.
דאס איז דער עיקר גורם םאר סכנת נפשות אויפן ראוד.
אזוי??? איר דרייווט? ווען האט איר דאס לעצטע מאל זיך אפגעשטעלט ביי א קראסוואלק אדורך צו לאזן פיסגייער? אויב לאזט מען נישט קראסן דארט וואו עס קומט, אוודאי גייט מען אויפן ראוד.
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7192
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: נייעס, נאטיצן און אינפארמאציע פון קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

כאניש וואס צו טוּן האט געשריבן:
פון טיילן טיקעטס וועט מען אין ערגעץ נישט אנקומען.
צוערשט ברויך מען קעיר נעמען פונעם פראבלעם אז מענטשן שפאצירן אויפן ראוד ווי ביים טאטן אין וויין גארטן.
נאכדעם קעמען זעהן וואס ווייטער.
דאס איז דער עיקר גורם םאר סכנת נפשות אויפן ראוד.
און ווען מענטשן פליען אריבער רויט לייטס מיט סטאפ סיינס ווי ביים טאטן און וויינגארטן בשעת מענטשן וואקן דארט דורך דאס איז נישט קיין גורם פאר סכנת נפשות???

ס'איז א טו וועי סטריט, די דרייווערס רעכענען זיך נישט מיט די פיסגייער און די פיסגייער רעכענען זיך נישט מיט די דרייווערס, און ס'איז א שאד אריינצוגיין אין וויכוחים ווער ס'שולדיג ווייל נישט דאס איז די פוינט דא, מ'דארף זען צו טון למעשה און ראטעווען די מצב און נישט זיין ביזי ווארפן די שולד אויף דעם און אויף יענעם, מיט דעם מהלך וועט מען אינערגעץ נישט אנקומען.

מ'האקט.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”