תכלית - וואס גייט זיין מיט א לבנה?!

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ר' משה
שר האלף
תגובות: 1132
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 10:38 pm

Re: תכלית - וואס גייט זיין מיט א לבנה?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' משה »

און משנה ברורה שטייט אז אפילו ווען עס איז איין'ס פאר די לעצטע נאכט מעג מען אויך מאכן שבת
ביטע גאר נישט נעמען פערזענליך און גארנישט נעמען עהערענסט

אויב יעצט זעט נישט אויס גוט זייט וויסן אז עס גייט נאך קומען אמאל גוטע צייטן
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9579
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: תכלית - וואס גייט זיין מיט א לבנה?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

יין רב האט געשריבן:
ס’איז א מחלוקה מחבר מיטן רמ”א ביז ווען מ’קען לויטן רמ”א קען מען נאר ביז י”ד ימים י”ח שעות וכ”ב דקות נאכן מולד, די מחבר האלט מ’קען ביז ליל ט”ו בחודש
לכאורה איז ענדערש צו מאכן שבת און יוצא זיין לויטן רמ”א ווי צו מאכן מוצאי
הדיין בסקווירא פסק ענדערש אויף מוצש"ק
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
י גרין
שר האלף
תגובות: 1173
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2020 3:39 am

Re: תכלית - וואס גייט זיין מיט א לבנה?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך י גרין »

נאר אויף שימחות האט געשריבן:
.
Zip Code?
ר' משה
שר האלף
תגובות: 1132
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 10:38 pm

Re: תכלית - וואס גייט זיין מיט א לבנה?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' משה »

dovidal האט געשריבן:
יין רב האט געשריבן:
ס’איז א מחלוקה מחבר מיטן רמ”א ביז ווען מ’קען לויטן רמ”א קען מען נאר ביז י”ד ימים י”ח שעות וכ”ב דקות נאכן מולד, די מחבר האלט מ’קען ביז ליל ט”ו בחודש
לכאורה איז ענדערש צו מאכן שבת און יוצא זיין לויטן רמ”א ווי צו מאכן מוצאי
הדיין בסקווירא פסק ענדערש אויף מוצש"ק
לכאורה מיטן צירוף אל'ס קפידה פון ניטל
ביטע גאר נישט נעמען פערזענליך און גארנישט נעמען עהערענסט

אויב יעצט זעט נישט אויס גוט זייט וויסן אז עס גייט נאך קומען אמאל גוטע צייטן
אוועטאר
ארבעטסגעבער
שר האלפיים
תגובות: 2365
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 9:59 am

Re: תכלית - וואס גייט זיין מיט א לבנה?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארבעטסגעבער »

יעצט דא א הערליכע לבנה אין מאנסי
עס איז ענדערש צו שווייגן און אויסזעהן ווי א טיפוש,
ווי צו עפענען דאס מויל און איבערצייגן אז ס׳איז ריכטיג.
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: תכלית - וואס גייט זיין מיט א לבנה?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

ארבעטסגעבער האט געשריבן:
יעצט דא א הערליכע לבנה אין מאנסי
יאפ! הודו לה'
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7624
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: תכלית - וואס גייט זיין מיט א לבנה?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

#לבנהגעיט
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
פארצייטיש
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

Re: תכלית - וואס גייט זיין מיט א לבנה?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטיש »

ר' משה האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:
יין רב האט געשריבן:
ס’איז א מחלוקה מחבר מיטן רמ”א ביז ווען מ’קען לויטן רמ”א קען מען נאר ביז י”ד ימים י”ח שעות וכ”ב דקות נאכן מולד, די מחבר האלט מ’קען ביז ליל ט”ו בחודש
לכאורה איז ענדערש צו מאכן שבת און יוצא זיין לויטן רמ”א ווי צו מאכן מוצאי
הדיין בסקווירא פסק ענדערש אויף מוצש"ק
לכאורה מיטן צירוף אל'ס קפידה פון ניטל
געווען אזא מעשה ביים סקווירא רבי ז"ל - דאכציך בשנת תשכ"א - געווען אזא מציאות ווי יעצט, און פרייטאג צונאכטס האט דער רב הגה"צ ר' משה ניישלאס זצ"ל געבעטן דעם רבי ז"ל אז ער זאל ארויסקומען מאכן קידוש לבנה (כ'מיין אז ס'איז געווען אינמיטן קבלת שבת), און דער רבי ז"ל איז טאקע ארויסגעגאנגען אויפן גאס, אבער מ'האט געזעהן אז ער וויל נישט מאכן קידוש לבנה שבת, ער האט געקוקט אפאר מינוט און דערנאך צוריק אריין אין ביהמ"ד.

מוצש"ק האט ער געמאכט קידוש לבנה.
אוועטאר
נאר אויף שימחות
שר ששת אלפים
תגובות: 6723
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:45 pm

Re: תכלית - וואס גייט זיין מיט א לבנה?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר אויף שימחות »

בית הוראה קרית יואל
אטעטשמענטס
IMG-20230106-WA0125.jpg
IMG-20230106-WA0125.jpg (74.77 KiB) געזען 1635 מאל
אוועטאר
טעמטי
פורים רב תשפ"ג
תגובות: 4069
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 12:29 am
לאקאציע: עראונד די אנדערע קארנער
פארבינד זיך:

Re: תכלית - וואס גייט זיין מיט א לבנה?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמטי »

פסק הלכה בנוגע קידוש לבנה דורך בית הוראה ד'סאטמאר מאנסי (מהרי''י)
Binder1.pdf_Page_3.jpg
Binder1.pdf_Page_3.jpg (81.51 KiB) געזען 1514 מאל
א מענטש טראכט, און טעמטי שרייבט.

אני מתנחל, כן

טעמו וראו, כי...
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: תכלית - וואס גייט זיין מיט א לבנה?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

נעכטן בערך 9 ביינאכט געווען הערליכע לבנה ביי פארט דזשערוויס, אויפ'ן 84 וועסט ביי עקזיט 1, הויכע שפיץ בארג.
אין עוד מלבדו
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: תכלית - וואס גייט זיין מיט א לבנה?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

לכאורה צ"ע די סוף זמן וואס ק"י בית הוראה שרייבט. יענע צייט איז אין א"י און דאהי איז עס 7 שעה פריער (מיט נאך 21 מינוט).
אוועטאר
נאכמיטאג
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2021 2:32 pm

Re: תכלית - וואס גייט זיין מיט א לבנה?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאכמיטאג »

להודות האט געשריבן:
לכאורה צ"ע די סוף זמן וואס ק"י בית הוראה שרייבט. יענע צייט איז אין א"י און דאהי איז עס 7 שעה פריער (מיט נאך 21 מינוט).
די סןף זמן פון בית הוראה סאטמאר מאנסי איז נאך שפעטער
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

Re: תכלית - וואס גייט זיין מיט א לבנה?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

די מולד געשעהט אויף איין פלאץ אין די וועלט יעדע חודש ערגעץ אנדערש אבער מען רעכנט לויט ווי בית דין פלעגט מקדש זיין וואס איז אין ארץ ישראל
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: תכלית - וואס גייט זיין מיט א לבנה?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

א פיפטער האט געשריבן:
די הייליגע זיידע'ס האט געשריבן:
נו איז וואס טוט מען למעשה.
האט איינער א מעשה רב פון מקדש זיין שבת?
שבת ווייס איך נישט, אבער יו"ט איז דאך דאך ידוע אז רביה"ק מסאטמאר איז ארויס אינמיטן מעריב די ערשטע נאכט סוכות מאכן קידוש לבנה.
ליתר דיוק, נישט ממש אינמיטן מעריב, נאר מען האט זיך צוגעיאגט ביי מעריב צו קענען גיין מקדש זיין.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9579
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: תכלית - וואס גייט זיין מיט א לבנה?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

ווען איז ניטל אין סאטמאר
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
טראוועי
שר האלף
תגובות: 1093
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 1:52 pm

Re: תכלית - וואס גייט זיין מיט א לבנה?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראוועי »

dovidal האט געשריבן:
ווען איז ניטל אין סאטמאר
יאנעווער די 6סטער. היינט נאכט.
'טרא' די אמת, 'וועי'- וועט ממילא ארויף פארן (ארויפשווימען).
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: תכלית - וואס גייט זיין מיט א לבנה?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

פארצייטיש האט געשריבן:
ר' משה האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:
יין רב האט געשריבן:
ס’איז א מחלוקה מחבר מיטן רמ”א ביז ווען מ’קען לויטן רמ”א קען מען נאר ביז י”ד ימים י”ח שעות וכ”ב דקות נאכן מולד, די מחבר האלט מ’קען ביז ליל ט”ו בחודש
לכאורה איז ענדערש צו מאכן שבת און יוצא זיין לויטן רמ”א ווי צו מאכן מוצאי
הדיין בסקווירא פסק ענדערש אויף מוצש"ק
לכאורה מיטן צירוף אל'ס קפידה פון ניטל
געווען אזא מעשה ביים סקווירא רבי ז"ל - דאכציך בשנת תשכ"א - געווען אזא מציאות ווי יעצט, און פרייטאג צונאכטס האט דער רב הגה"צ ר' משה ניישלאס זצ"ל געבעטן דעם רבי ז"ל אז ער זאל ארויסקומען מאכן קידוש לבנה (כ'מיין אז ס'איז געווען אינמיטן קבלת שבת), און דער רבי ז"ל איז טאקע ארויסגעגאנגען אויפן גאס, אבער מ'האט געזעהן אז ער וויל נישט מאכן קידוש לבנה שבת, ער האט געקוקט אפאר מינוט און דערנאך צוריק אריין אין ביהמ"ד.

מוצש"ק האט ער געמאכט קידוש לבנה.
די שטיבלעך וואס האבן געשיקט אנפרעגן דורך די משב״ק, איז אויך געווען די תשובה אז אפי׳ אויב ס׳דא א לבנה שבת, זאל מען מאכן קידוש לבנה מוצאי שבת.
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: תכלית - וואס גייט זיין מיט א לבנה?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

נאכמיטאג האט געשריבן:
די סןף זמן פון בית הוראה סאטמאר מאנסי איז נאך שפעטער
דאס איז שוין לויט אן אנדערע שיטה (וועלכע?) אבער די ק"י זמן דארף זיין לויט'ן רמ"א און אויף דעם איז צ"ע.
סאדאם חוסעין האט געשריבן:
די מולד געשעהט אויף איין פלאץ אין די וועלט יעדע חודש ערגעץ אנדערש אבער מען רעכנט לויט ווי בית דין פלעגט מקדש זיין וואס איז אין ארץ ישראל
איז דאס א קשיא אדער א תירוץ?
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4407
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: תכלית - וואס גייט זיין מיט א לבנה?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

נאר אויף שימחות האט געשריבן:
בית הוראה קרית יואל

אינטערסאנט וואס האלטן די דיינים לגבי מוצאי שבת?
קוקט אויס ווי זיי האלטן אז מזאל נישט, ליגט מיר און קאפ אז ביים ישמח משה איז אמאל געווען אזוי און ער האט יא געמאכט מיט א ברכה געהעריג, זעה איך יעצט מאנסי בית הוראה שרייבט טאקע יא אזוי.

אויב איינער קען אויסקלארן

(מוצאי וועט בפשטות זיכער זיין א לבנה, גייט ווערן שיין קלאר)
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4407
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: תכלית - וואס גייט זיין מיט א לבנה?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

א פיפטער האט געשריבן:
די הייליגע זיידע'ס האט געשריבן:
נו איז וואס טוט מען למעשה.
האט איינער א מעשה רב פון מקדש זיין שבת?
שבת ווייס איך נישט, אבער יו"ט איז דאך דאך ידוע אז רביה"ק מסאטמאר איז ארויס אינמיטן מעריב די ערשטע נאכט סוכות מאכן קידוש לבנה.
ווייל דעמאלטס איז במילא נישט שייך מוצאי יו"ט ווייל דאס איז שוין 2 טעג נאכדעים סטייטש י"ז
שאלה איז נאר צו סאיז נישט בעסער צו ווארטן אויף מוצאי שבת די וואך
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
אוועטאר
איין מינוט!
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 1:08 pm

Re: תכלית - וואס גייט זיין מיט א לבנה?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין מינוט! »

געהערט אמאל א סיבה נישט מקדש זיין די לבנה מוצאי שבת וי"ט (חוץ ע"פ קבלה אין תחומים) אלטס שמה יתקן כלי שיר ווייל די מנהג איז צו טאנצן נאך קידוש לבנה, ווייסט איינער די מקור?
!!!This minute will never come back
...Every minute count's
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: תכלית - וואס גייט זיין מיט א לבנה?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
א פיפטער האט געשריבן:
די הייליגע זיידע'ס האט געשריבן:
נו איז וואס טוט מען למעשה.
האט איינער א מעשה רב פון מקדש זיין שבת?
שבת ווייס איך נישט, אבער יו"ט איז דאך דאך ידוע אז רביה"ק מסאטמאר איז ארויס אינמיטן מעריב די ערשטע נאכט סוכות מאכן קידוש לבנה.
ליתר דיוק, נישט ממש אינמיטן מעריב, נאר מען האט זיך צוגעיאגט ביי מעריב צו קענען גיין מקדש זיין.
תשס"א איז אזוי געווען, די גאנצע בית המדרש איז ארויס אינמיטן קבלת שבת מקדש זיין די לבנה
אוועטאר
פיינעוויין
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2020 3:10 pm

Re: תכלית - וואס גייט זיין מיט א לבנה?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיינעוויין »

עס איז אינטערעסאנט אויף די מאנסי פסק ווייל זיי פאלאזען זיך אויף די ייטב לב וואס איז געבויעט אויף די תשובה אין חת"ס (או"ח קב) וואס דארט איז דא צוויי היתירים אויף צו מאכן קידוש לבנה נאך די זמן (פון האלב פון כ"ט י"ב תשצ"ג), 1 אז ביז 18 שעה דערנאך קען מען נאך, און דאס קומט אויס שב"ק נאכמיטאג 4:34 לאקאלע צייט, 2 אז ביז סוף ט"ז-תחילת י"ז מעג מען נאך, וואס דאס קומט אויס ממש ביים זמן מוצ"ש.
לכאו' די מאנסי פסק איז לויט די ערשטע היתר מיט'ן נישט רעכענען אז זי זמן אין לוח איז לפי אופק א"י, און וועגן דעם האבן זיי גערעכענט בשעה 11, אבער באמת איז דאס שבת נאכמיטא"ג וכנ"ל.
להוי ידוע אז די אלע פלעצער וואס רעדן פון ט"ו און ט"ז י"ז רעדט מען נישט פון "יום לחודש" נאר מען רעדט פון וויפיל טעג עס איז אדורך פון יום המולד ודו"ק.
נאך א נקודה ווער עס וויל מקפיד זיין אופ'ן מולד אמיתי און מאכן קידוש לבנה פאר די ניגוד אמיתי איז די זמן ליל שב"ק 6:09 לאקאלע צייט.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: תכלית - וואס גייט זיין מיט א לבנה?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

פיינעוויין האט געשריבן:
להוי ידוע אז די אלע פלעצער וואס רעדן פון ט"ו און ט"ז י"ז רעדט מען נישט פון "יום לחודש" נאר מען רעדט פון וויפיל טעג עס איז אדורך פון יום המולד ודו"ק.
גראדע דער בני יששכר איז מצדד (מאמרי ר"ח א, יג) אז מ'זאל רעכענן פון ר"ח, אבער ער פירט אויס "אבל מסתפינא לפסוק כן להלכה מה שלא פסקו הראשונים והאחרונים".

(ויש מקומות שהחמירו עפי"ז נישט צו מאכן פאר ז' שלמים פון ר"ח אפילו דער מולד איז געווען פריער).
חוח בין השושנים האט געשריבן:
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”