די גאולה האט געשריבן:Rak Tov האט געשריבן:lazy האט געשריבן:נאכן דא לייענען, זוך איך א שותף צו עפענען א גראסערי אין די מאונטענס, עס צאלט זיך אויס די בילדינג אין אפאר יאר, מדארף נאר ארבעטן אביסל 2-3 חדשים א יאר, א פיצי אינוועסטמענט מיט גאלד שארער רווחים, אויב בלייבט סחורה פארקויפט מען עס אין א מינוט פאר קאסט פרייז, דאס איננפאקען און עס דעליווערן קאסט א קארגע $200 אינקלודינג די גוים, טראק, געז, וכו׳.
וואס קען זיין בעסער? נישט פשט מען האט נישט קיין זשאב א גאנץ יאר, אדרבא מדארף נישט…
כהאב נאר איין פראבלעם איך ציטער אז נעקסטע יאר גייען זיין נאך הונדערטער גראסעריס אפסטעיט…
אויב איינער קען מיר מסביר זיין וויאזוי האבן זיי געהאלטן אזוי גוט דעים סוד ביז יעצט, און פארוואס האבן נישט די אלע אייוועלט שרייבער געעפנט גראסעריס אפסטעיט ביז יעצט, און בעיקר פארוואס דערציילן זיי דעים סוד פאר יעדן אנשטאט אריינשפרינגען?!?! וואס ענטפער איך מיין אינוועסטער?….
אבער דערווייל בלייבט די פראבלעם פון איבערבלייבן מיט פולע שעלווס פראדוקטן וואס האלטן זיך נישט
ווי געשמועסט איז עס קיין פראבלעם..והא ראיה סאיז דא מסתם 10 גראסעריס אין די זומער וואס טיען שוין דאס פאר 30 יאר און זיי טיען עס נאך אלס ...ווי למשל טיבערגס גראסערי אין סוואן לעיק
אויף טיבערגס זאגט מען זיי לעבן דערפון אויפן יאר.
אבער עס איז קיין פארגלייך, ווייל זיי קומען פון אר״י, ממילא ווען ער טוישט עס אויף שקל, געווינט ער 2-3 מאל, ועוד זיין ליווינג קאסט דארט איז סך ווייניגער פון אונז.
עניוועיס איך זעה דער עולם האט מיך גענומען ערנסט…
איך טשיקען ארויס, ווייל כל זמן איך האב נישט א גראסערי א גאנץ יאר , לוינט זיך בפשטות נישט זיך צו לאקען און נישט קענען נעמען קיין געהעריגע זשאב א גאנץ יאר כדי זוממער זאל מען קענען מאכן מער.
יעדע טעמפארערי זשאב ברענגט פרעצענטואל מער, אז נישט וועט עס קיינער נישט טוען, און אויב איינעם לוינט עס אביסל מער ווייל ער האט עניוועי א גאנץ יאר א גראסערי איז עס זיין ריוח, נישט מיין אדער דיין.
בלייבט נאר איבער צו איבער קלערן צו עס לוינט זיך צו עפענען א גראסערי א גאנץ יאר, כדי ווען איך וועל שוין זיןן זייער גרויס, מיט גוטע מענעזשערס וועט זיך לוינען אריינצוגיין אין די שטילערע זומער חדשים, אין די מולטי מיליאן דאלער ביזנעס בעיסד אויף אייוועלט , וואס הייסט אפסטעיט גראסערי… והעיקר ווען עס וואלט אמת געווען וואלט ווען געווען הונדערטער גראסעריס אפסטעיט.
אזויפיל ווייס איך פון א א קלענערע גראסערי, וואס זיין טאטע האט א גאנץ יאר א גראסערי און האט אים אינטערגעשטיצט פולי, און ער האט געטשארזשט טייער, און ער האט געקענט אנהאלטן זיין געהעריגע זשאב (געהאט גוטע העלפ) פארט האט ער דאס אויפגעגעבן… ווייל…. עס לוינט נישט.