אנגעצויגענקייט צווישן אמעריקע און איראן
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
דער ״ניו יארק טיימס״ האט נעכטן אויפגעדעקט אז די טראמפ אדמיניסטראציע האט אויסגעברייטערט א פראגראם וועלכע האט זיך אנגעהויבן אונטער די בוש אדמיניסטראציע, נעמליך צו אונטערשטעלן שפיצלעך און מאסיווע סייבער אטאקעס צו סאבאטאזשירן דעם איראנער מיסיל פראגראמען.
דאס ווערט געטון דורך אריינרוקן פעלערהאפטיגע באשטאנדטיילן צו די פירמעס וועלכע פארקויפן געצייג צום איראנער מיליטער, און דורך פארדרייען די קאמפיוטערס אין די איינריכטונגען, און אומברענגען וויסנשאפטלער און באאמטע וועלכע זענען קריטיש וויכטיג פאר די פראדוקציע.
דער איראנער סאטעליט פראגראם - וועלכע איז פארבינדן צו איר מיסיל פראגראם - האט דעם חודש געהאט צוויי פעלערהאפטיגע פראבעס, און טראץ וואס זי גייט שוין פאר צען יאר איז זי זייער צוריקגעשטאנען, און אין די צייט וואס אינטערנאציאנאל שטייט די צאל פעלערהאפטיגע פראבעס ביי ארום 5% שטייט דאס אין איראן ביי 67% א דאנק די סאבאטאדש באמיאונגען.

עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
פעיק נוז האט געשריבן:דער ״ניו יארק טיימס״ האט נעכטן אויפגעדעקט אז די טראמפ אדמיניסטראציע האט אויסגעברייטערט א פראגראם וועלכע האט זיך אנגעהויבן אונטער די בוש אדמיניסטראציע, נעמליך צו אונטערשטעלן שפיצלעך און מאסיווע סייבער אטאקעס צו סאבאטאזשירן דעם איראנער מיסיל פראגראמען.
דאס ווערט געטון דורך אריינרוקן פעלערהאפטיגע באשטאנדטיילן צו די פירמעס וועלכע פארקויפן געצייג צום איראנער מיליטער, און דורך פארדרייען די קאמפיוטערס אין די איינריכטונגען, און אומברענגען וויסנשאפטלער און באאמטע וועלכע זענען קריטיש וויכטיג פאר די פראדוקציע.
דער איראנער סאטעליט פראגראם - וועלכע איז פארבינדן צו איר מיסיל פראגראם - האט דעם חודש געהאט צוויי פעלערהאפטיגע פראבעס, און טראץ וואס זי גייט שוין פאר צען יאר איז זי זייער צוריקגעשטאנען, און אין די צייט וואס אינטערנאציאנאל שטייט די צאל פעלערהאפטיגע פראבעס ביי ארום 5% שטייט דאס אין איראן ביי 67% א דאנק די סאבאטאדש באמיאונגען.
און ניו יארק טיימס ארבעט פאר איראן צו מאכען זיכער אז מען זאל עס נישט קענען טון
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
אין א דראמאטישע אנטוויקלונג האט דער איראנער פרעזידענט רוהאני געמאלדן אז "איראן ציהט זיך אפיציעל ארויס פונעם 2015 נוקלעארן אפמאך"!
איראן וועט געבן פאר די אינטערנאציאנאלע געמיינדע 60 טאג צו אויפצוקומען מיט א מהלך ארום די אמעריקאנער סאנקציעס - נאך וואס טראמפ האט געמאלדן אז די וועיווער'ס פאר די לענדער וואס זענען איראן'ס הויפט קאסטומער'ס אויף אויל וועלן ווערן געענדיגט - אז נישט וועט זי צוריק אנהייבן בארייכערן אוראניום צו די שטאפלן פון פאר דעם אפמאך, וואס וועט איר ערלויבן צו אנוויקלן נוקלעארע וואפן.
פרעזידענט רוחאני האט אראפגעשפילט דעם באדייט פונעם שריט זאגנדיג אז איראן זוכט נישט קריג, נאר ענדערש א מער הארטע ליניע פון דיפלאמאטיע.
אזוי אויך איז געמאלדן געווארן אז דער איראנער אויסערן מיניסטער געפונט זיך היינט אין מאסקווע, אין א צייכן אז איראן איז קאארדינירט מיט רוסלאנד מיט אירע שריט.
אייראפעאישע לענדער האבן געמאלדן אז זיי וועלן באטראכטן צו צוריקשטעלן די שטייפע סאנקציעס אזוי ווי עס איז געווען בעפאר 2015 און אזוי אויך האט דאס ווייסע הויז געמאלדן אז זיי וועלן אין די קומענדיגע טעג מעלדן א פרישע רונדע פון סאנקציעס קעגן איראן.

לעצט פארראכטן דורך פעיק ניוז אום מיטוואך מאי 08, 2019 11:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
-
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
ימים ידברו צו האט עס געפירט צו א הארטע ליניע פון דיפלאמאטיע, אדער צוגעאיילט א קריג. זיי טראכטען אויף די מאמענט ווי צו ווייזען שטארקייט, אן צו אריין טראכטען ריכטיג אין די קאנסיקווענצען.
יעצט קען שוין אמעריקע אפיצעיל באמבארדירען איראנער און נארט קאריעס נוקליארע און מיסעל פראדוקציע (זיי ארבעטען האנט אין האנט). דער איראנער אויסערן מיניסטער איז געפארען קיין מאסקווע דאס צו פארמיידען.
די פרעזען'ס פון אמעריקע'ס נעווי לעבען איראן און די אנגעצויגענע אטמאספעיר שמעקט פולווער אין דער לופטען. זאל דער באשעפער האלטען דער רעכטע האנט.

עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN האט געשריבן:ימים ידברו צו האט עס געפירט צו א הארטע ליניע פון דיפלאמאטיע, אדער צוגעאיילט א קריג. זיי טראכטען אויף די מאמענט ווי צו ווייזען שטארקייט, אן צו אריין טראכטען ריכטיג אין די קאנסיקווענצען.
יעצט קען שוין אמעריקע אפיצעיל באמבארדירען איראנער און נארט קאריעס נוקליארע און מיסעל פראדוקציע (זיי ארבעטען האנט אין האנט). דער איראנער אויסערן מיניסטער איז געפארען קיין מאסקווע דאס צו פארמיידען.
די פרעזען'ס פון אמעריקע'ס נעווי לעבען איראן און די אנגעצויגענע אטמאספעיר שמעקט פולווער אין דער לופטען. זאל דער באשעפער האלטען דער רעכטע האנט.
גייט גארנישט זיין
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
אין רעאקציע צו אולטימאטום פון 60 טעג וואס איראן האט אוועקגעשטעלט פאר די אייראפעישע פירער, צו טרעפןו א וועג ארום די אמעריקאנער סאנקציעס, נאכדערצו נאך וואס אמעריקע האט געמאלדן אז זיי גייען מאכן די סאנקציעס נאך שווערער, האבן ענגלאנד, דייטשלאנד און פראנקרייך ארויסגעגעבן א סטעטמענט אין וועלכע זיי ווארפן אפ דעם אולטימאטום און ווארענען איראן אז אויב זיי וועלן פארלעצן דעם אפמאך דאן וועט דאס ברענגען שווערע קאנסעקווענצן.
די אויסערן מיניסטארשע פונעם אייראפעאישן פאראיין פרעדריקע מאגהעריני האט עפנטליך אפעלירט צו איראן צו צוריקטרעטן פון דעם סטעיטמענט, און געזאגט אז אייראפע וועט באטראכטן מיטלען צו העלפן איראן איבערקומען אמעריקאנער סאנקציעס אויב זי פארפליכטעט זיך ווידער צום אפמאך.
די אויסערן מיניסטארשע פונעם אייראפעאישן פאראיין פרעדריקע מאגהעריני האט עפנטליך אפעלירט צו איראן צו צוריקטרעטן פון דעם סטעיטמענט, און געזאגט אז אייראפע וועט באטראכטן מיטלען צו העלפן איראן איבערקומען אמעריקאנער סאנקציעס אויב זי פארפליכטעט זיך ווידער צום אפמאך.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
-
- שר חמישים
- תגובות: 73
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 2:30 pm
איינער קען מיר ערקלערן, פארוואס עס האט אויסגעפעהלט די אלע שטיק פון די טראמפ אדמיניסטראציע קעגן איראן. אויב האסטו חשבונת מיט זיי, דאן פיר דורך שטילע מלחמות און געהיימע מיסיעס. אמעריקע פארמאגט פילייכט גענוג וועגן צו שיקן דירעקטע דראונגן צו די איראנער אז זיי זאלן איינזיצן. לדעתי זעט מיר אויס ווי די טראמפ אדמיניסטראציע זוכט דא אויפצופלאקערן א הייסע קריג, פארוואס נישט?! ס'איז ענליך צו די קאנספיראציע טעאריעס אז בוש דער צווייטער האט אינוואדירט איראק, כדי דראסיטיש צו הייבן זיין נידריגע צופרידנהייט ראטע ביים פאלק.
לעצט פארראכטן דורך יענקל אלצווייסער אום דאנערשטאג מאי 09, 2019 4:51 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
איך האלט נישט אז א מלחמה מיט איראן וועט הייבן זיינע נומערן, די אמעריקאנער עולם איז נישט אין די מוהט פון א מלחמה.
איך פערזענליך האלט אויך נישט פון מלחמה, ביי נ"ק איז עס נישט קיין פראבלעם ווייל נ"ק איז גארנישט מען דארף דעסטרויען זייערע וואפן און פארטיג זיי וועלן זיך נישט קענען אויפהייבן דעם קאפ נאכדעם, און די תוצאות וועלן זיין אז עס וועט מוזן געשעהן טוישונגען אין לאנד למוטב.
ווידער ביי איראן איז עס נישט אזוי פשוט, א מלחמה מיט איראן איז זייער קאמפליצירט און זייער דענדזשרעס, עס איז זייער שווער צו זאגן אז אמעריקע קען 'עכט' געווינען א מלחמה, אפשר יא.... הו קנאו'ס...
איך פערזענליך האלט אויך נישט פון מלחמה, ביי נ"ק איז עס נישט קיין פראבלעם ווייל נ"ק איז גארנישט מען דארף דעסטרויען זייערע וואפן און פארטיג זיי וועלן זיך נישט קענען אויפהייבן דעם קאפ נאכדעם, און די תוצאות וועלן זיין אז עס וועט מוזן געשעהן טוישונגען אין לאנד למוטב.
ווידער ביי איראן איז עס נישט אזוי פשוט, א מלחמה מיט איראן איז זייער קאמפליצירט און זייער דענדזשרעס, עס איז זייער שווער צו זאגן אז אמעריקע קען 'עכט' געווינען א מלחמה, אפשר יא.... הו קנאו'ס...
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
-
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
יענקל אלצווייסער האט געשריבן:איינער קען מיר ערקלערן, פארוואס עס האט אויסגעפעהלט די אלע שטיק פון די טראמפ אדמיניסטראציע קעגן איראן. אויב האסטו חשבונת מיט זיי, דאן פיר דורך שטילע מלחמות און געהיימע מיסיעס. אמעריקע פארמאגט פילייכט גענוג וועגן צו שיקן דירעקטע דראונגן צו די איראנער אז זיי זאלן איינזיצן. לדעתי זעט מיר אויס ווי די טראמפ אדמיניסטראציע זוכט דא אויפצופלאקערן א הייסע קריג, פארוואס נישט?! ס'איז ענליך צו די קאנספיראציע טעאריעס אז בוש דער צווייטער האט אינוואדירט איראק, כדי דראסיטיש צו הייבן זיין נידריגע צופרידנהייט ראטע ביים פאלק.
אבאא וואס האט געהאט דיקטאטאריעל פאוערס דא אין אמעריקע האט נישט געקענט מאכען איראן איין זיצען נאר געמוזט שיקען רענסאם ערעפלאנען מיט ביליאנען דאלערען אין קעש צו באפרייען אמעריקאנער סאלדאטען. איראן האט גלייך נאך דעם ווייטער געטשעפעט אמעריקאנער שיפען דארט און לכאורה געווען די וואס האבען סעבוטאדזד די צוויי אמעריקאנער מלחמה שיפען וואס זענען ארויס פון קאמישען.
זעהסטו שוין אז מיט גוטען'ס גייט עס נישט.
עס איז פארקערט; אבאמא'ס שטיק האט נישט גע'ארבעט, און טראמפס דיפלאמאטיע פון האלטען א גרויסען שטעקען (און עס ניצען אויב מען דארף) קען יא.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
-
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
פעיק נוז האט געשריבן:איך האלט נישט אז א מלחמה מיט איראן וועט הייבן זיינע נומערן, די אמעריקאנער עולם איז נישט אין די מוהט פון א מלחמה.
איך פערזענליך האלט אויך נישט פון מלחמה, ביי נ"ק איז עס נישט קיין פראבלעם ווייל נ"ק איז גארנישט מען דארף דעסטרויען זייערע וואפן און פארטיג זיי וועלן זיך נישט קענען אויפהייבן דעם קאפ נאכדעם, און די תוצאות וועלן זיין אז עס וועט מוזן געשעהן טוישונגען אין לאנד למוטב.
ווידער ביי איראן איז עס נישט אזוי פשוט, א מלחמה מיט איראן איז זייער קאמפליצירט און זייער דענדזשרעס, עס איז זייער שווער צו זאגן אז אמעריקע קען 'עכט' געווינען א מלחמה, אפשר יא.... הו קנאו'ס...
עס איז דא צוויי פראנטען אין איראן, איינס איז די מיליטער דארט און די מולעס וואס קאנטראלירען זיי, און די צווייטע איז די אינטערדרוקטע ציווילע באפעלקערונג.
אמעריקע וויל דיפיעטען די מאכט פון די מולעס אבער גלייך צייטיג שטיצען א אויף שטאנד איבער די רעגירונג; אבער עס איז א שטיקעל תרתי דסתרי, ווייל מיט קוועטשען דער רעזיעם טוהט מען גלייכצייטיג אויך קוועטשען דער המון עם וואס ווערען אויף געברויזט אויף אמעריקע "אויך".
נאכדעם איז דא דער אן-נאון פעקטער און דאס איז אז ס'הייסט אז דער כאמעיני איז אויף זיין טויט בעט. יעצט ווי אזוי ס'וועט זיך אויס שפילען זיין לויה און מאכט איבערגאנג ווייסט קיינער נישט; עס קען זיין א שעת הכושר פאר אמעריקאנער אינטערווענשען.
ווער ווייסט; מיר בעטען אז דער באשעפער זאל האלטען דער רעכטע האנט און עס זאל קיין איד נישט שאטען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
אקעי סאו אויב אמעריקע וויל א רעזשים טשעידזש קען עס נישט געשעהן מיט א דירעקטע אריינמישונג נאר אזוי פון אינטערוויילעכטס זעהן אז "עס זאל געשעהן", א מלחמה וועט נישט ארבעטן לדעתי, סיי ווייל א מלחמה איז קאמפליצירט מיט צופיל מאכטן וואס וועלן דארפן זיין אריינגעמישט וואס דאס וועט עס פארהאנקערן, און סיי אזוי ווי דו זאגסט, עס איז נישט דא דארט קיין גואיידא וואס שטייט אויף אמעריקע'ס זייט מצד די בירגער און פארפירט אז מען דארף איינפירן דעמאקראטיע און זיין פריינטליך מיט די איבריגע וועלט. סאו אמעריקע האט א שווערע פעלד אויף וואס צו רייטן.
און לגבי די זאך אז כומעיני איז קראנק, האב איך נישט געוואוסט דערפון, באט אידער-וועי איז די מהלך אין אזא פאל אפצוקויפן די בירגער מיט שיינעם.

לעצט פארראכטן דורך פעיק ניוז אום פרייטאג מאי 10, 2019 1:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
SPUSMN האט געשריבן:יענקל אלצווייסער האט געשריבן:איינער קען מיר ערקלערן, פארוואס עס האט אויסגעפעהלט די אלע שטיק פון די טראמפ אדמיניסטראציע קעגן איראן. אויב האסטו חשבונת מיט זיי, דאן פיר דורך שטילע מלחמות און געהיימע מיסיעס. אמעריקע פארמאגט פילייכט גענוג וועגן צו שיקן דירעקטע דראונגן צו די איראנער אז זיי זאלן איינזיצן. לדעתי זעט מיר אויס ווי די טראמפ אדמיניסטראציע זוכט דא אויפצופלאקערן א הייסע קריג, פארוואס נישט?! ס'איז ענליך צו די קאנספיראציע טעאריעס אז בוש דער צווייטער האט אינוואדירט איראק, כדי דראסיטיש צו הייבן זיין נידריגע צופרידנהייט ראטע ביים פאלק.
אבאא וואס האט געהאט דיקטאטאריעל פאוערס דא אין אמעריקע האט נישט געקענט מאכען איראן איין זיצען נאר געמוזט שיקען רענסאם ערעפלאנען מיט ביליאנען דאלערען אין קעש צו באפרייען אמעריקאנער סאלדאטען. איראן האט גלייך נאך דעם ווייטער געטשעפעט אמעריקאנער שיפען דארט און לכאורה געווען די וואס האבען סעבוטאדזד די צוויי אמעריקאנער מלחמה שיפען וואס זענען ארויס פון קאמישען.
זעהסטו שוין אז מיט גוטען'ס גייט עס נישט.
עס איז פארקערט; אבאמא'ס שטיק האט נישט גע'ארבעט, און טראמפס דיפלאמאטיע פון האלטען א גרויסען שטעקען (און עס ניצען אויב מען דארף) קען יא.
די שאלה איז נאר צו ער גייט טאקע ניצן דעם שטעקן... פון רעדן ביז טוהן איז א ריזיגען חילוק און פון שיקן שיפן ביז טוהן איז אויך א גרויסן חילוק
- Think and Thank
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5672
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm
פעיק נוז האט געשריבן:אין א דראמאטישע אנטוויקלונג האט דער איראנער פרעזידענט רוהאני געמאלדן אז "איראן ציהט זיך אפיציעל ארויס פונעם 2015 נוקלעארן אפמאך"!
איראן וועט געבן פאר די אינטערנאציאנאלע געמיינדע 60 טאג צו אויפצוקומען מיט א מהלך ארום די אמעריקאנער סאנקציעס - נאך וואס טראמפ האט געמאלדן אז די וועיווער'ס פאר די לענדער וואס זענען איראן'ס הויפט קאסטומער'ס אויף אויל וועלן ווערן געענדיגט - אז נישט וועט זי צוריק אנהייבן בארייכערן אוראניום צו די שטאפלן פון פאר דעם אפמאך, וואס וועט איר ערלויבן צו אנוויקלן נוקלעארע וואפן.
דאס איז נישט ריכטיג. איראן האט אפיציעל בארייכערט אוראניום צו 20%, וואס איז היבש ווייט פון די 905 וואס עס פעלט זיך אויס צו בויען א באמבע.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געהאט געזאגט: "וואס איך וואלט געוואלט זעהן מיט איראן, איך וואלט זי געוואלט זעהן מיר קאלן".
אויף דעם ארויף האט היינט א הויכראנגקיגער מיניסטער אינערהאלב די רעוואלוציענערע גארד - געזאגט: "עס וועלן נישט זיין קיין שום פארהאנדלונגען מיט אמעריקע".
אויף דעם ארויף האט היינט א הויכראנגקיגער מיניסטער אינערהאלב די רעוואלוציענערע גארד - געזאגט: "עס וועלן נישט זיין קיין שום פארהאנדלונגען מיט אמעריקע".
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
נעכטן האט מען געהערט אז די אמעריקאנער רעגירונג האט געלייגט א האנט אויף שפיאנאזש אינפארמאציע, אז הויכראנגיקער איראנער רעזשים באאמטע האבן געגעבן באשטעטיגונג פאר פרא-איראן באוואפנטע גרופעס אינעם מיטל מזרח, צו אטאקירן אמעריקאנער טרופן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7240
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
- לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס
ליין איך יעצט די לעצטע בלאט, רעזשים change???
, מ'האט זיך נאכנישט אויסגעלערנט? איראק, ליביע, כמעט סיריע!
איינרעדן די פאלק מיט גוטן?? איר ווייסט וואס איז געשען אין איראק?!
פון דעם האב איך נאך הנאה געהאט פון טראמפ ווי געשריבן, ווייל ער האט געזאגט אז ער האט געשריגן אקעגן איראק מלחמה, און פאקטיש ארויסגענומען די טרופן פון סיריע.
פארוואס קען מען נישט אויסהערן די גרעסטע פראפסערעס אויף די מיטל מיזרח??

אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7240
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
- לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס
זיך אויסצוקלארן, מ'האט דא געשמועסט וועגן רעזשים change אין איראן, וואס האט שוין אזוי סאך מאל געפלאפט מילד גערעדט סיי אין איראק, אין ליביע, און כמעט אין סיריע, מ'דארף וויסן ווי אזוי די מיטל מזרח ארבעט איך קען עס נישט עקספלעינען פונקטליך ווייל איך בין נישט די גרעסטע עקספערט, אבער דאס זאגן די גרעסטע עקספערטס, "די וועג ווי אזוי די אליאנץ האט נאך די ערשטע וועלט מלחמה צוטיילט די מיטל מזרח, מאכט אז די לענדער מוזן האבן דיקטאטורן (טאקע נישט אלע)", און דאס שרייט ראנד פאול, אין איראק האט מען אויך גערעדט שיין צו די בירגער און געווען זיכער זיי גייען אונז אויפנעמען שיין, וואס איז געשען נאכן אראפווארפן די רעזשים? זיי האבן דיך געוויזן די רוקן! איך ווייס אז די איראנע יונגעטליכע פאנגען שוין אן צו מאכן קליינע פראטעסטן, אבער די זעלבע זענען די וואס האבן אראפגעווארפן זייער (כמעט פולע) דעמאקראטיע פערציג יאר צוריק, און מיט טראמפ בין איך געווען גוט אין דעם נושא ווייל ער האט געזאגט ער האט געשריגן אקעגן איראק קריג, און פאקטיש ארויסגענומען טרופן פון סיריע, אבער איך פאנג שוי אן צו טראכטן אז עס האט גארנישט מיט זיין פאליסי נאר ס'וועגן אנדערע ריזענס..... אבער איך האף אז עס האט נישט און גייט נישט באקומען זיין צושטימונג.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
פעיק נוז האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געהאט געזאגט: "וואס איך וואלט געוואלט זעהן מיט איראן, איך וואלט זי געוואלט זעהן מיר קאלן".
אויף דעם ארויף האט היינט א הויכראנגקיגער מיניסטער אינערהאלב די רעוואלוציענערע גארד - געזאגט: "עס וועלן נישט זיין קיין שום פארהאנדלונגען מיט אמעריקע".
דער חכם פון איראן האט אויך צוגעלייגט אז מיט איין מיסיל קען מען אפווישן אמעריקעס נעווי פלאטע
אהבת השם האט געשריבן:פעיק נוז האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געהאט געזאגט: "וואס איך וואלט געוואלט זעהן מיט איראן, איך וואלט זי געוואלט זעהן מיר קאלן".
אויף דעם ארויף האט היינט א הויכראנגקיגער מיניסטער אינערהאלב די רעוואלוציענערע גארד - געזאגט: "עס וועלן נישט זיין קיין שום פארהאנדלונגען מיט אמעריקע".
דער חכם פון איראן האט אויך צוגעלייגט אז מיט איין מיסיל קען מען אפווישן אמעריקעס נעווי פלאטע
אך און וויי.......
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
וואס טוט זיך האט געשריבן:זיך אויסצוקלארן, מ'האט דא געשמועסט וועגן רעזשים change אין איראן, וואס האט שוין אזוי סאך מאל געפלאפט מילד גערעדט סיי אין איראק, אין ליביע, און כמעט אין סיריע, מ'דארף וויסן ווי אזוי די מיטל מזרח ארבעט איך קען עס נישט עקספלעינען פונקטליך ווייל איך בין נישט די גרעסטע עקספערט, אבער דאס זאגן די גרעסטע עקספערטס, "די וועג ווי אזוי די אליאנץ האט נאך די ערשטע וועלט מלחמה צוטיילט די מיטל מזרח, מאכט אז די לענדער מוזן האבן דיקטאטורן (טאקע נישט אלע)", און דאס שרייט ראנד פאול, אין איראק האט מען אויך גערעדט שיין צו די בירגער און געווען זיכער זיי גייען אונז אויפנעמען שיין, וואס איז געשען נאכן אראפווארפן די רעזשים? זיי האבן דיך געוויזן די רוקן! איך ווייס אז די איראנע יונגעטליכע פאנגען שוין אן צו מאכן קליינע פראטעסטן, אבער די זעלבע זענען די וואס האבן אראפגעווארפן זייער (כמעט פולע) דעמאקראטיע פערציג יאר צוריק, און מיט טראמפ בין איך געווען גוט אין דעם נושא ווייל ער האט געזאגט ער האט געשריגן אקעגן איראק קריג, און פאקטיש ארויסגענומען טרופן פון סיריע, אבער איך פאנג שוי אן צו טראכטן אז עס האט גארנישט מיט זיין פאליסי נאר ס'וועגן אנדערע ריזענס..... אבער איך האף אז עס האט נישט און גייט נישט באקומען זיין צושטימונג.
דאס בין איך דאך מסביר, אז א דירעקטע 'רעזשים טשעינדש' איז נישט גוט, סיי ווייל עס קען זיך ערנסט פארהאנקערן, און סיי ווייל די בירגער גייען עס נישט אויפנעמען גוט, קיינער האט נישט ליב ווען א פרעמדע לאנד קומט זיך אריין און מאכן טשעינדזשעס אין זיין לאנד.
נאר וואס, איך רעד פון אזא איידיע ווי ווענעזועלע אז עס דא דארט א אויפגעבויעטע כח מצד די בירגער אינערהאלב דאס לאנד וואס קעמפט פאר א רעזשים טשעינדש, אין אזא פאל קען אמעריקע אזוי פון די זייט ארויסהעלפן, נישט דורך דירעקטע אריינמישונג, און איך מיין אז טראמפ האלט אויך אזוי. אבער ביי איראן איז די מציאות נישט אזוי, ממילא איז עס א שווערע קעיס פאר אמעריקע, און מען דארף זיין פארזיכטיג וויאזוי צו האנדלען מיט זיי.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
-
- שר חמישים
- תגובות: 73
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 2:30 pm
פעיק נוז האט געשריבן: ווידער ביי איראן איז עס נישט אזוי פשוט, א מלחמה מיט איראן איז זייער קאמפליצירט און זייער דענדזשרעס, עס איז זייער שווער צו זאגן אז אמעריקע קען 'עכט' געווינען א מלחמה, אפשר יא.... הו קנאו'ס...
דאכט זיך אז נאך וואס בוש האט אינוואדירט איראק און אראפגעזעצט סאדאם פון בענקל אינאיינעם מיט זיין ברוטאלע רעזשים, האט די בוש אדמיניסטראציע געשיקט ווינקן צו די איראנער הארט איידער אכמענדענדזשאד איז ערוועלט געווארן, אז איראן שטייט נעקסט אויף די ליסטע. פאקטיש איז דאס נישט געשען, און ס׳וואלט טעכניש נישט געקענט פאסירן אזוי שנעל, ווייל נעמענדיג אין באטראכט די פאקטן וואס האט זיך דאן אפגעשפילט אין איראק קעגן וואס עס טוט זיך אין איראן, איז זייער שוער צו זאגן אז ס׳וואלט גע׳גאנגען אינעם זעלבן ריכטונג. פאקטיש האבן זיך די איראנער אויפגעבויט א שטארקע מיליטער, טראץ וואס איך גלייב נישט אז זיי האבן די מעגליכקייט אראפצושיסן אפאר בי2 סטעלט פליגער, דאך האבן זיי די מעגליכקייט אפצושטויסן א פיינטליכע אטאקע מיט סטיפיקירטע וואפן. א חוץ דערפון איז רוב פון די איראנער באפעלקרונג אין שטיצע פונעם רעזשים וואס מאכן עס נאך שווערער.
טראכט גוט וועט זיין גוט, טראכט גארנישט וועט זיין נאך בעסער!
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7240
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
- לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס
יענקל אלצווייסער האט געשריבן:פעיק נוז האט געשריבן: ווידער ביי איראן איז עס נישט אזוי פשוט, א מלחמה מיט איראן איז זייער קאמפליצירט און זייער דענדזשרעס, עס איז זייער שווער צו זאגן אז אמעריקע קען 'עכט' געווינען א מלחמה, אפשר יא.... הו קנאו'ס...
דאכט זיך אז נאך וואס בוש האט אינוואדירט איראק און אראפגעזעצט סאדאם פון בענקל אינאיינעם מיט זיין ברוטאלע רעזשים, האט די בוש אדמיניסטראציע געשיקט ווינקן צו די איראנער הארט איידער אכמענדענדזשאד איז ערוועלט געווארן, אז איראן שטייט נעקסט אויף די ליסטע. פאקטיש איז דאס נישט געשען, און ס׳וואלט טעכניש נישט געקענט פאסירן אזוי שנעל, ווייל נעמענדיג אין באטראכט די פאקטן וואס האט זיך דאן אפגעשפילט אין איראק קעגן וואס עס טוט זיך אין איראן, איז זייער שוער צו זאגן אז ס׳וואלט גע׳גאנגען אינעם זעלבן ריכטונג. פאקטיש האבן זיך די איראנער אויפגעבויט א שטארקע מיליטער, טראץ וואס איך גלייב נישט אז זיי האבן די מעגליכקייט אראפצושיסן אפאר בי2 סטעלט פליגער, דאך האבן זיי די מעגליכקייט אפצושטויסן א פיינטליכע אטאקע מיט סטיפיקירטע וואפן. א חוץ דערפון איז רוב פון די איראנער באפעלקרונג אין שטיצע פונעם רעזשים וואס מאכן עס נאך שווערער.
איר זאגט זייער גוט, איין פראבלעם נאר
אויב ס'גייט נישט אין די זעלבע ריכטונג פון איראק וואלט גוט געווען, איר רופט איראק מלחמה געגאנגען אין גוטע ריכטונג?