אנגעצויגענקייט צווישן אמעריקע און איראן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

לויט אומבאשטעטיגטע באריכטן, האט דאס איראנער מיליטער דורכגעפירט א טעסט אויף א באליסטישן מיסיל, וואס איז די סאמע ערשטע אזא טעסט פון יאר 18'. דער טעסט קומט אלס רעזולטאט פון טראמפ'ס ארויסציען זיך פונעם נוקלעארן דיעל, און דאס וואס די סאנקציעס זענען אפאר טעג צוריק אריין אין קראפט. דער טעסט אויף דעם "פאטעח 110" מיסיל איז דורכגעפירט געווארן אין די הארמוז וואסער-וועג נעבן איראן, אלס טייל פון איבונגען וואס איראן פירט דורך, מיט א סטראשע צו קענען אפשפארן דעם וואסער-וועג פאר אינטערנאציאנאלע אויל שיפן.
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

איראן האט געמאלדן, אז זיי גייען ארויסשטעלן א נייע סארט מיליטערישע פליגער, ביי א צערעמאניע ווען איראן צייכנט אפ איר מיליטערישע אינדוסטריע טאג. דער פליגער וועט דורכפירן א פלי מיסיע און אינטערעסאנטע מאנעוורעס העכער דער הויפטשטאט טעהראן. אויסער דעם האט איראן געלאזט הערן אז זי האט באוויזן אויסצושטאפירן איינס פון אירע דעסטרויער שיפן, מיט לאקאל-פראדוצירטע ״שיף צו לופט״ מיסילס. איראן זאגט אז דאס צייגט, אז זי קען אליינס לאקאל פראדוצירן פארגעשריטענע מיסילס, און אז די אמעריקאנער סאנקציעס וועט זיי גארנישט שעדיגן, ווייל זיי זענען נישט אנגעוויזן אויף אנדערע לענדער.
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

דער איראנער רעזשים האט די וואך זיך געגרויסט מיט א נייעם מיליטערישן דזשעט, ארויסשטעלנדיג דעם נייעם דזשעט פאר'ן פובליק, אריינגערעכנט דאס וואס פרעזידענט כאסאן רוכאני האט זיך צערעמאניעל אריינגעזעצט דערין. אבער נעכטן האט מען געהערט פון אמעריקאנער מיליטערישע עקספערטן, אז דאס וואס איראן גרויסט זיך, כאילו מ'רעדט פון א נייעם פליגער וואס זי האט אליינס פראדוצירט, איז נישט ריכטיג, נאר עס איז ווירקליך אן אמעריקאנער פליגער! די עקספערטן געבן צו פארשטיין אז אין די פריע 970'ער יארן, ווען אמעריקע איז נאך געווען אין גוטן מיט איראן, האט איראן אפגעקויפט אסאך פון די "עף.5.עף" אמעריקאנער מיליטערישע דזשעטס – און דער יעצטיגער "נייער" פליגער איז איין אזא איבערגעמאכטע.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אין א פרואוו צו הייבן דעם געפאלענעם מאראל אין איראן האט דער רעזשים געמאלדן אז עס איז זיי געלונגען צו ערצייגן איר אייגן געמאכטע קאמפס פליגער, גענצליך פון איראנער פראדוקציע, א גאר שטארקע מיליטערישע דערגרייכונג. די אפיציעלע פרעסע האט ארויסגעשטעלט בילדער וואו דער פרעזידענט רוכאני טוט פערזענליך אונטערזוכן די שפאגל נייע זשעטס וועלכע ווערן גערופן ״קאוסער״ און באטייליגט זיך אין א טעסט רייזע מיט הויכראנגיקע מיליטערישע באאמטע.

אבער אמעריקאנער מיליטערישע עקספערטן וואס האבן געכאפט א נענטערע בליק זאגן אז דאס איז א קלאסישער איראנער פראפאגאנדע ליגנט, און די זשעטס זענען אייגענטליך בלויז איבערגעמאכטע אמעריקאנער F-5 קאמפס פליגער וואס איראן האט געקויפט פון אמעריקע אין די זעכציגער יארן, און זיי זענען איבערגעמאכט געווארן צו אויסקוקן ווי פריש פראדוצירט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

איראן'ס פארלאמענט האט נעכטן ארויסגעווארפן דעם עקאנאמישן מיניסטער, דערלאנגענדיג א פרישן קלאפ פאר פרעזידענט רוכאני.

דער איראנער פרעזידענט האט זיך אריגינעל ארומגענומען מיט מעסיגע באאמטע און געשטעלט א קאבינעט פון אזעלכע וואס האבן פארשפראכן אויסצוראטן קארופציע און אויפצולעבן די עקאנאמיע, אבער זינט אמעריקע האט זיך ארויסגעצויגן פונעם נוקלעארן דיעל, און דער עקאנאמישער צושטאנד איז געווארן ערגער, האבן די עקסטרעמיסטן אינערהאלב דער איראנער רעגירונג אנגעהויבן נעמען שריט אפצושוואכן רוכאני, אריינגערעכנט דורכ'ן אויסליידיגן זיין קאבינעט.

דאס ארויסווארפן דעם עקאנאמיע מיניסטער מאסוד קארבאזיאן קומט א מאנאט נאכדעם וואס דער פארלאמענט האט ארויסגעווארפן דעם לעיבאר מיניסטער.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפציק »

איז דען דער פרעזידענט רוכאני אויף צרות? די אייאטאלעס זענען אויף צרות, דער פרעזידענט גייט עניוועי גיין ווי אחמעדינזשאט איז געגאנגען, וואס פאר א אינטערסן האבן די עקסטרעמיסטן צו שטערן דעם פרעזידענט?

זיי ווילן פשוט אנלייגן די צרות אויף אים? נו ער וועט גיין, און וואס וועט זיין נאכדעם, זיי ווייסן באמת וואס די פראבלעם איז, דאס פאלק דארט איז אויך נישט אינגאנצן משוגע, לויט די נייעס קוועלער? סא וואס איז פשט?
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

לייפציק האט געשריבן:איז דען דער פרעזידענט רוכאני אויף צרות? די אייאטאלעס זענען אויף צרות, דער פרעזידענט גייט עניוועי גיין ווי אחמעדינזשאט איז געגאנגען, וואס פאר א אינטערסן האבן די עקסטרעמיסטן צו שטערן דעם פרעזידענט?

זיי ווילן פשוט אנלייגן די צרות אויף אים? נו ער וועט גיין, און וואס וועט זיין נאכדעם, זיי ווייסן באמת וואס די פראבלעם איז, דאס פאלק דארט איז אויך נישט אינגאנצן משוגע, לויט די נייעס קוועלער? סא וואס איז פשט?

זיי גייען מיטן מהלך אז חיי שעה איז אויך געלעבט
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

לייפציק האט געשריבן:איז דען דער פרעזידענט רוכאני אויף צרות? די אייאטאלעס זענען אויף צרות, דער פרעזידענט גייט עניוועי גיין ווי אחמעדינזשאט איז געגאנגען, וואס פאר א אינטערסן האבן די עקסטרעמיסטן צו שטערן דעם פרעזידענט?

זיי ווילן פשוט אנלייגן די צרות אויף אים? נו ער וועט גיין, און וואס וועט זיין נאכדעם, זיי ווייסן באמת וואס די פראבלעם איז, דאס פאלק דארט איז אויך נישט אינגאנצן משוגע, לויט די נייעס קוועלער? סא וואס איז פשט?

חיי שעהאיז אויך געלעבט..

---
האקט
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

איראן האט געשאפן אינטערנאציאנאלע אנגעצויגנקייט מיט איר מעלדונג אז זי איז גענצליך אין קאנטראל פונעם הארמאז קאנאל, א ים-שטראז אינעם פערסישן גאלף דורך וועלכע עס ווערן טראנספארירט איבער א דריטל פון אלע אויל איבער די וועלט, הויפטזעכליך פון די אראבישע לענדער.

איראן האט שוין עטליכע מאל געמאלדן אז אויב וועט אמעריקע פארקריפלן איר אויל עקספארט וועלן זיי בלאקירן דעם הארמאז קאנאל צו פארזיכערן אז קיינער פון די אראבישע לענדער קענען אויך נישט עקספארטירן, א זאך וואס קען שאפן א ערנסטע ענערגיע קריזיס, און עווענטועל ברענגען צו מיליטערישע קאנפראנטאציע.

אצינד האט דער איראנער מיליטער געמאלדן אז זיי האבן גענצליך קאנטראל איבער׳ן הארמאז קאנאל, און אז זייערע שיפן האבן גענומען סטראטעגישע פאזיציעס אינעם ים צו ״פארזיכערן די פרייע האנדלן אינעם קאנאל״ צולייגנדיג אז איראן איז גענוג שטארק צו באוואכן דעם קאנאל און ״עס פעלט נישט אויס קיין דרויסנדיגע וואך״

איראן טוט באטראכטן דעם קאנאל אלס איר טעראטאריאלע וואסערן, אבער איבער די וועלט איז עס אנערקענט אלס אינטערנאציאנאלע וואסערן, און אמעריקאנער שיפן שווימען דארט פרייערהייט, די אנוועזנהייט פון איראנער מיליטער אינעם קאנאל קען פירן צו קאנפראנטאציעס וואס קענען אויפפלאקערן דעם ראיאן.
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

דער איראנער רעזשים איז געגאנגען צו דעם העכסטן געריכט פון די יונייטעד נעישאנס, אין א פארזוך צו צווינגען אמעריקע אראפצונעמען עקאנאמישע סאנקציעס קעגן איר. איראן האט שוין אין יולי אריינגעגעבן אירע טענות צום "אינטערנאציאנאלן יוסטיץ געריכט", זאגנדיג אז די סאנקציעס וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט ארויפגעשטעלט אויף איר פארלאפענעם מאי 8, טוט פארלעצן א פאראייניגטן אפמאך וואס אמעריקע און איראן האבן געשלאסן אין יאר 955', פארשפרעכנדיג עקאנאמישע און דיפלאמאטישע פריינטשאפט צווישן די צוויי לענדער. נעכטן איז פארגעקומען דער ערשטער הירינג פונעם פראצעס, און איראן האט געזאגט, אז ווילאנג דאס געריכט וועט אויסהערן אלע טענות פון ביידע זייטן, זאל דאס געריכט כאטש צייטווייליג בלאקירן אלע אמעריקאנער סאנקציעס – אבער דערווייל האט דאס געריכט נישט געאורטיילט אויף דעם פארלאנג.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

ווער זענען די דזאדזעס? און האבען זיי עהני פאוער?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

SPUSMN האט געשריבן:ווער זענען די דזאדזעס? און האבען זיי עהני פאוער?


כגלייב אז אויב איראן וועט פארלירן ביי די געריכט, גלייב איך אז זיי וועלן גיין ביזן פויבסט קלאגן טראמפ.
הקשר
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 9:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקשר »

טעהראן - ווי א דינער אין מיטן העלן טאג איז געקומען די מעלדונג פון דעם איראנ'ער אויסערן מיניסטער מוחאמעד זאריף אז "איראן ארבעט מיט פאנדעישאנ'ס פון לינק געשטימטער אידישער ביליאנער דזשארדזש סארוס". סארוס איז א לינקער וועלכער שטיצט יעדע סארט לינקע ארגעניזאציע ווי אימער. לויט געוויסע נייעס קוועלער קען דאס שטיצן איראנער ארגעניזאציע'ס, צוברענגען צו אמעריקא'נער סאנקציעס אויף זיין ביזנעס.
אטעטשמענטס
1AC131ED-7FD1-40EC-ABA3-083B93B6754D.png
1AC131ED-7FD1-40EC-ABA3-083B93B6754D.png (460.92 KiB) געזען 4633 מאל
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

טאמער איז דאס אמת קען יעצט טראמפ זיך נוקם זיין אין אמעריקא'ס שונא נאמבער 1!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
הקשר
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 9:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקשר »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:טאמער איז דאס אמת קען יעצט טראמפ זיך נוקם זיין אין אמעריקא'ס שונא נאמבער 1!

איך האב נאר געמיינט ער איז אונגארן׳ס שונא נומבער 1
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ, וועט אנפירן א ספעציעלע זיצונג אינעם יו-ען סעקיוריטי קאונסיל, צו דיסקוסירן די אישו פון איראן, בשעת ער וועט זיך טרעפן מיט פירער פון איבער דער וועלט אין ניו יארק, ביים יערליכע יו-ען גענעראל פארזאמלונג. די ספעציעלע זיצונג גייט פארקומען אום סעפטעמבער 26, און דיפלאמאטן זאגן אז טעכניש קען איראן אריינגעבן א פארלאנג, אז זיי ווילן שיקן א רעפרעזענטאט אויפצוטרעטן ביי דער זיצונג.

די טראמפ אדמיניסטראציע זאגט, אז מען דערווארט אז טראמפ וועט לייגן דרוק אויף די וועלט'ס לענדער, זיי זאלן נישט צולאזן איראן אנצוגיין מיט זייערע מיליטערישע אקטיוויטעטן אין תימן און אין סיריע.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אמעריקע'ס נייער ראטגעבער איבער איראן, זאגט אז ער זוכט צו שליסן א געהעריגע אפיציעלע "טריעטי" אפמאך מיט איראן, און נישט סתם אן אפמאך וואס אבאמא האט געשלאסן.

די דעקלעראציע פון ברייען הוק, א הויכראנגיקער דיפלאמאט אינעם סטעיט דעפארטמענט, זאגט אז ער וויל אז די טריעטי אפמאך זאל ארייננעמען איראן'ס נוקלעארע אקטיוויטעטן, אבער אויך איראן'ס באליסטישע מיסילס און אנדערע איראנער אקטיוויטעטן, אבער דערווייל זעט נישט אויס אז איראן איז גרייט פאר געשפרעכן מיט אמעריקע, און אויב וועט דאס פארבלייבן אזוי, וועט די אדמיניסטראציע ארויפשטעלן פרישע סאנקציעס אויף איראן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דער איראנער אויסערן מיניסטער מוכאמאד זאריף האט באלדיג קאטעגאריש אפגעווארפן דעם אנבאט זאגנדיג אז איראן באטראכט דעם נוקלעארן אפמאך פון די אבאמא אדמינסטראציע אלס פולשטענדיג בינדנד און האלט אמעריקע פאראנטווארטליך פאר׳ן ברעכן איר ווארט און איראן וועט מער נישט פארהאנדלן מיט אמעריקע אויף אן אנדערן אפמאך.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2928
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

איראן האט היינט געהאט א דיפלאמאטישע געווינס קעגן אמעריקע ווען די יו ען העכסטע געריכט האט געאורטיילט אז אמעריקע טאר נישט בלאקירן יומעניטערישע אימפארטן קיין איראן.
עס איז אבער נישטא קיין שום וועג וויאזוי זיי זאלן דאס אינפארסירן.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

ווען אין די יו ען העכסטע געריכט וואלטען געזעצען אנשטענדיגע אומפארטייאישע דזאדזעס וואלט עס געווען א געווינס. אבער דערווייל איז עס גאר געווען נאך א פארלוסט פאר די וועלט אז דער קארט קימערט זיך נישט מיט יושר און יומעניטעריוניזם נאר שטיצט טעראר.

אמעריקע האט געטשעלענדזד דער אורטייל, אז עס איז נישט אויס געהאלטען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

אמעריקע נעמט קאונטער מעשורס צו די נייעסטע איראנער טאקטיקען פון ניצען די איין זייטיגע יוינייטעד נעישען'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

UN Court Orders US to Lift Some Iran Sanctions

By The Associated Press
Oct. 3, 2018

THE HAGUE, Netherlands — The United Nations' highest court on Wednesday ordered the United States to lift sanctions on Iran that affect imports of humanitarian goods and products and services linked to civil aviation safety.

The ruling by the International Court of Justice is legally binding, but the Trump administration said the U.S. was terminating a decades-old treaty that Iran used as the basis for its case.

U.S. Secretary of State Mike Pompeo said withdrawing from the 1955 Treaty of Amity was long overdue and followed Iran "groundlessly" bringing the complaint to the U.N. court.

Pompeo said the administration would proceed with sanctions enforcement with existing exceptions for humanitarian and flight safety transactions.

"The United States has been actively engaged on these issues without regard to any proceeding before the ICJ," he said.

Meanwhile, U.S. national security adviser John Bolton said the administration also was pulling out of an amendment to the Vienna Convention on Diplomatic Relations that Iran or others, notably the Palestinians, could use to sue the U.S. at The Hague-based tribunal.

President Donald Trump moved to restore tough U.S. sanctions against Iran in May after withdrawing from Tehran's nuclear accord with world powers. Iran challenged the sanctions in a case filed in July at the International Court of Justice.

In a preliminary ruling, the court said that Washington must "remove, by means of its choosing, any impediments arising from" the re-imposition of sanctions to the export to Iran of medicine and medical devices, food and agricultural commodities and spare parts and equipment necessary to ensure the safety of civil aviation.

By limiting the order to sanctions covering humanitarian goods and the civil aviation industry, the ruling did not go as far as Iran had requested.
The U.S. ambassador to the Netherlands, Peter Hoekstra, pointed that out in a tweet.

"This is a meritless case over which the court has no jurisdiction," the ambassador tweeted. "Even so, it is worth noting that the Court declined today to grant the sweeping measures requested by Iran. Instead, the Court issued a narrow decision on a very limited range of sectors."

While imposing the so-called provisional measures, the court's president, Abdulqawi Ahmed Yusuf, stressed that the case will continue and the United States could still challenge the court's jurisdiction.

Iranian Foreign Minister Mohammad Javad Zarif praised the court ruling on Twitter, calling it "another failure for sanctions-addicted" U.S. and a "victory for rule of law." He added that it is imperative for the international community "to collectively counter malign US unilateralism."

Iranian state television trumpeted the court's decision in a scrolling graphic at the bottom of TV screens: "The victory of Tehran over Washington by the Hague Court."

No date has been set for further hearings in the case.

At hearings in August, Tehran sought the suspension of sanctions while the case challenging their legality is being heard — a process that can take years. U.S. lawyers responded that the sanctions are a legal and justified national security measure that cannot be challenged by Tehran at the world court.

In its decision, the court said that the U.S. sanctions "have the potential to endanger civil aviation safety" in Iran and that sanctions limiting sales of goods required for humanitarian needs such as food, medicines and medical devices "may have a serious detrimental impact on the health and lives of individuals on the territory of Iran."

The court said that the Trump administration must "ensure that licenses and necessary authorizations are granted" and payments not restricted if they are linked to the humanitarian and aviation goods.

The court also told both the United States and Iran to "refrain from any action which might aggravate or extend the dispute."

U.S. lawyers had told the court that the administration would "use its best endeavors" to look at concerns about humanitarian and aviation related issues caused by the sanctions.

But in its written ruling the court said that the American assurances "are not adequate to address fully the humanitarian and safety concerns" raised by Iran.

Iran alleges that the sanctions breach the 1955 Treaty of Amity, which regulates and promotes economic and consular ties between the two countries.

The treaty was signed when the U.S. and Iran were still allies following the 1953 revolution — fomented by Britain and the U.S. — that ultimately cemented the rule of Shah Mohammad Reza Pahlavi.

Diplomatic relations were severed following the 1979 Islamic Revolution in Iran and takeover of the U.S. Embassy and ensuing hostage crisis. However, the treaty had remained in force.

Associated Press writer Amir Vahdat in Tehran, Iran, and AP Diplomatic Writer Matthew Lee in Washington, contributed to this report.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

די טראמפ אדמיניסטראציע האט נעכטן זיך ארויסגעצויגן פון צוויי אינטערנאציאנאלע דיעלס, נאכדעם וואס איראן און די פאלעסטינער האבן אריינגעגעבן אנקלאגעס קעגן די פאראייניגטע שטאטן אינעם אינטערנאציאנאלן יוסטיץ געריכט, איבער פארשידענע פאליסיס וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט אריינגעשטעלט אין קראפט.

דאס ארויסציען זיך פון די פארשידענע גלאבאלע אפמאכן פאר קאאפעראציע, איז געקומען אין רעאקציע צו דעם וואס דער אינטערנאציאנאלער יוסטיץ געריכט האט געאורטיילט מיטוואך אינדערפרי קעגן אמעריקע, געבנדיג גערעכט פאר איראן'ס א טענה, אז אמעריקע מוז זיכער מאכן אז די סאנקציעס וואס ווערן אצינד צוריקגעשטעלט אין קראפט, מאכן נישט ערגער דעם הומאניטארישן צושטאנד אין איראן.

טראמפ'ס נאציאנאלער זיכערהייט ראטגעבער, דזשאן באלטאן, האט געמאלדן דעם באשלוס איבער זיך ארויסציען, אנצייגנדיג אויך אויף דעם וואס די פאלעסטינער האבן גענוצט דעם אינטערנאציאנאלן געריכט סיסטעם צו קלאגן אמעריקע איבער'ן אריבערפירן די אמבאסאדע פון תל אביב קיין ירושלים.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

טראמפ האט שוין קלאר געשטעלט ביי זיין רעדע אין די יו ען אז אמעריקע אנערקענט מער נישט די אינטערנאצינאלע געריכט צוליב זייער בייעס און צוגעלייגט אז קיין שום גלאבאלע פאוער קען איינטיילן פאר די אמעריקאנע רעגירונג ווי אזוי זיי זאלן זיך פירן... נאך א גוטע שריט פאר וואס עס קומט אים קרעדיט, מדינת ישראל און אמעריקע זענען אויסגעשטאנען געניג פון זיי.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פאמפעיא האט נעכטן קאטעגאריש געזאגט, אז אמעריקע וועט נישט ביישטייערן קיין פעני פאר ווידעראויפבוי פון סיריע, אזוי לאנג ווי איראן איז אנוועזנד.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

א פרישע אויפדעקונג צייגט, אז רוסלאנד האט זיך אונטערגענומען צו העלפן איראן אויסצומיידן די פרישע אמעריקאנער סאנקציעס קעגן זיי.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”