חינוך געראנגל: נייעס און אפדעיטס איבער די נ.י. סטעיט עדיוקעישאן געזעצן בנוגע חינוך ילדי ישראל
אחראי: יאנאש
- milech fried
- שר האלף
- תגובות: 1110
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 14, 2016 9:59 am
- לאקאציע: checkmate in 1
- פארבינד זיך:
אז יאפעד קומט מיט א לאו סאוט קעגן דעם געזעץ בין איך ציפרידן אז דער געזעץ איז א גוטער געזעץ ודי למכין
וויאזוי צו שפילן שאך
שלעכטע נייעס פאר ביידן! סאיז דערנאך מיט טראמפ... צייט פאר א קריסטי אדמיניסטראציע!

-
- שר מאה
- תגובות: 223
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 08, 2018 4:00 pm
- לאקאציע: ביים בלעק בארד
milech fried האט געשריבן:אז יאפעד קומט מיט א לאו סאוט קעגן דעם געזעץ בין איך ציפרידן אז דער געזעץ איז א גוטער געזעץ ודי למכין
איך האב דורך געליינט די געזעץ וואס איז ארויסגעקימען דעמאלטס און אויב מען אינפארסט אלעס וואס סשטייט דארט זעמיר אונז העווי אויף צרות, אבער פון די אנדערע זייט האט עס געלייגט יאפעד אויף לאקדאון, ווייל נאך דעם געזעץ ווערט ציפאלן א גרויס חלק פון זיינע חלומות, במילא וועגן דעם לייגט ער איין וועלטן קעגן דעם געזעץ.
- צו געזונט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7077
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
- לאקאציע: חשש גילוי
ליידער אויך פערהאן מענטשן "אין די סיסטעם" וואס שטעלן זיך צו. געווען א היימישער אינגערמאן, פון גאר א חשוב'ע פאמיליע, וואס האט זיך אויסגעגרעפעצט צו די מידיא איבער זיין בילדונג און וואס זיינע קינדער ליידן נעבעך אין די היימישע ישיבות צוליב נישט האבען גענוג סעקולארע בילדונג. מען האט אים דאן פערווערט פון קומען אין א געוויסע היימישע שול, און ער האט זיי אויך אנגעקלאגט
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.

- תגובות: 1375
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm
צו געזונט האט געשריבן:ליידער אויך פערהאן מענטשן "אין די סיסטעם" וואס שטעלן זיך צו. געווען א היימישער אינגערמאן, פון גאר א חשוב'ע פאמיליע, וואס האט זיך אויסגעגרעפעצט צו די מידיא איבער זיין בילדונג און וואס זיינע קינדער ליידן נעבעך אין די היימישע ישיבות צוליב נישט האבען גענוג סעקולארע בילדונג. מען האט אים דאן פערווערט פון קומען אין א געוויסע היימישע שול, און ער האט זיי אויך אנגעקלאגט
אויך מיר א היימישער אינגערמאן, חוץ זיין צורה האט ער גארנישט מיט אידישקייט, א פשוטע כופר בעיקר
- אורח הכבוד
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4446
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
- לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)
טעגליכער דער איד
דעבלאזיא פארטיידיגט ערליכע מוסדות
ניו יארק סיטי — מעיאר ביל דעבלאזיא האט נעכטן ארויסגעגעבן א שטארקע פארטיידיגונג אויף ערליכע מוסדות התורה און ישיבות אין ניו יארק סיטי, און ספעציפיש פארטיידיגט זיין אדמיניסטראציע'ס צוגאנג און פאליסיס צו דעם. דעבלאזיא'ס פרישע קאמענטארן איז געקומען אלס רעאקציע צו די נייעס וואס מ'האט געהערט, אז ליידער האבן די גרופע פורקי עול, וועלכע קעמפן קעגן דעם ערליכן חינוך אין ניו יארק, אריינגעגעבן א געריכטליכע אנקלאגע קעגן גאווערנאר קאומאו און אנדערע סטעיט באאמטע, פאר'ן באשטעטיגן א געזעץ פארלאפענעם ליל א' דפסח וועלכע האט באשיצט ערליכע מוסדות. די "פערלס" ארגאניזאציע וועלכע קעמפט פאר'ן ערליכן חינוך אין ניו יארק, האט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט צו פארדאמען די אנקלאגע, זאגנדיג אז עס "רעסייקלט אלטע טענות וועלכע זענען שוין פעסטגעשטעלט געווארן אלס ליגנט".

שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!
רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז

- maybeeynot
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5474
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
- לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז
- טשאדעלע באדעלע
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9090
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
- לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.
ברעיקינג נוז: חסדי ה׳:
די נייע גיידליינס אוועקגעשטעלט דורך די עדזשעקעישן קאמישענער איז דערטראנקן געווארן אין ים סוף, אלעס בלייבט ב״ה ביים אלטן! ״אין דירעקטע ריזאלטאט״.. פון די שארפע מלחמה דורכן יהדות חרדית למען חינוך הטהור.
א גוט שבת!

- אטעטשמענטס
-
- B542146E-44A7-4AA9-82FE-96AF8C5C2A1A.jpeg (288.25 KiB) געזען 2682 מאל
רשעות קאלטע סעלצער
- טשאדעלע באדעלע
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9090
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
- לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.
בילדער האט געשריבן:איינער האט א לינק צו די דאקומענט?
- אטעטשמענטס
-
- 220p12d1.pdf
- (147.84 KiB) געווארן דאונלאודעד 109 מאל
רשעות קאלטע סעלצער
- פאראינטערסירט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4332
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am
בילדער האט געשריבן:איינער האט א לינק צו די דאקומענט?
http://www.regents.nysed.gov/meetings/2 ... -education
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
לויט ווי עס שיינט מיר, וועט די בארד אוו רידזענטס זיך זעצן אום פעברואר 10 צו דן זיין אויף דעם נושא, און צוליב דעם אומגעווענדליכע סכום פון בריוון, ווערן זיי רעקמענדירט צו ווייטער הערן פונעם ציבור וואס קענען באטראפן ווערן פונעם גזירה.
לכאורה איז דאס נאכנישט אינגאנצן אראפ פון טיש, און מען דארף נאך מתפלל זיין. אבער בעזהש״י קוק אויס אז סגייט אויף א גוטן ריכטונג.

- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 353
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:17 pm
- אורח הכבוד
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4446
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
- לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)
פאזיטיווע אנטוויקלונג אין קאמף פאר חינוך
ניו יארק – א שטארק פאזיטיווע אנטוויקלונג איז אנטשטאנען אינעם קאמף פאר'ן ערליכן חינוך אין ניו יארק, ווען עס איז פובליצירט געווארן א בריוו פון צוויי וואכן צוריק, אין וועלכע עס ווערט רעקאמענדירט דורך א באאמטן פון די ניו יארק סטעיט עדזשוקעישאן דעפארטמענט, אז דער "באורד אוו רידזשענטס" זאל שטימען דערווייל נאכנישט צו באשטעטיגן די אנטי-חינוך גיידליינס פאר מוסדות התורה. די רעקאמענדאציע איז געמאכט געווארן אין בעפארברייטונג צום באורד זיצונג מארגן מאנטאג וואו די גיידליינס וועלן דיסקוסירט ווערן, און עס ווערט רעקאמענדירט אז אנשטאט צו באשטעטיגן שוין יעצט די גיידליינס, זאל מען ארויסגיין און הערן פון די מוסדות התורה און די עלטערן פון די צענדליגער טויזנטער קינדער. א באזונדערע פונקט וואס שיינט ארויס פונעם בריוו איז דער שטארקער כח הרבים, ווען דער באאמטער שרייבט אז ער מאכט זיין רעקאמענדאציע צוליב די פרעצעדענטלאזע צאל פון בריוון, וואס ווי באקאנט האבן זיי - א דאנק די בארימטע פערל'ס ארגאניזאציע - באקומען צוגעשיקט 140,000 בריוון פון היימישן ציבור אויסצודרוקן קעגנערשאפט צו די גיידליינס. עסקנים זאגן אבער אז ס'איז ווייט פון דער ענדע און מ'דארף נאך אסאך תפילות אז די גזירה זאל גענצליך בטל ווערן.
טעגליכער דער איד א' יתרו י"ד שבט תש"פ - DER YID DAILY 2/9/2020
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!
רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!
רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4318
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm
דער נייעס איז זייער שטארק!
עס דארף ארויסגעברענגט ווערן אז דער נייעס ווייזט ווי שטארק דער כוח פון די פעטיציעס איז געווען, און אז די רבנים און עסקנים וועלכע האבן פון די ערשטע מינוט געשריגן אז דאס איז דער שטרעקסטר כוח, האבן געוויסט וואס זיי רעדן.
און עס איז א שטארקע חיזוק פאר די גרופע יחידים וועלכע האבן אנגעפירט די מאסיווע פעטיציע דרייווס איבער די לענג און די ברייט פון נוי יארק, און באוויזן צו שאפן דער אומגלויבליכער סכום פון 140,000 בריוון.

איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".
וואס מיינט היימיש? היימיש!
וואס מיינט היימיש? היימיש!
- אורח הכבוד
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4446
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
- לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)
פון דא
ווי דער עולם זעהט און הערט איז ב"ה געקומען די פרייליכע נייעס ערב שבת נישט לאנג בעפאר די זמן, אז די באאמטע וועלן זיך זעצן פריש איבערקוקן די גאנצע פלאן איבער די רעגולאציעס אויף פריוואטע שולעס וואס נעמט אויך אריין אידישע ישיבות און חדרים.
ווי פאסיג און געשמאק איז צו באקומען אזא גוטע בשורה, טאקע אין די וואך וואס די תורה דערציילט אונז פון די גרויסע ישועה וואס אונזער אור עלטערן האבן געהאט ווען מען איז ארויס פון מצרים. וויאזוי דער גרויסער באשעפער האט אלס געטאן פאר אידן ניסים און חסדים בטבע און שלא בדרך הטבע.
בעפאר מען ברענגט ארויס די גוטע טייל פון די נייעס – און עס איז ב"ה זייער גוטע נייעס - דארף מען אבער דערמאנען דער "אבער", אז דאס מיינט נישט אז אצינד איז אלעס פארטיג. מען דארף ווייטער מתפלל זיין און האפן צום אויבערשטן אויפ'ן בעסטן, און לאמיר טאקע פארשטיין וואס דא האט פאסירט, און וואס דאס מיינט אויפ'ן צוקונפט, און פארוואס מען דארף ווייטער אסאך תפילה.
לאמיר אביסל איבערגיין.
מען רעדט דא פון די רעגולאציע פון ניו יארק וואס פארלאנגט אז די פריוואטע שולעס דארפן זיין "סובסטענטשעלי עקוויוועלענט" צו – להבדיל – די פובליק שולעס.
דאס מיינט, אז די געזעץ פארלאנגט – דאס איז שוין פון לאנג – אז אזוי ווי עלטערן זענען מחויב צו שיקן די קינדער אין א שולע צו באקומען א חינוך אין סעקולערע ענינים אז זיי זאלן זיין "גרייט" צו קענען לעבן אויף די וועלט, און נישט אלע עלטערן ווילן שיקן אין די פובליק שולעס, נאר ענדערש אין א פריוואטע שולע פאר סיי וועלכע סיבה, דארף אבער די פריוואטע שולע וואו מען וויל שיקן, זיין אזא סארט שולע וואס שטעלט צו "מער ווייניגער" דאס וואס די פובליק שולעס שטעלן צו.
און דאס איז פארשטענדליך פון זייער קוק ווינקל. זיי האבן א געוויסע מהלך וויאזוי זיי האלטן אז א קינד דארף ווערן ערצויגן, און אן דעם קען מען נישט זיין "א מענטש צווישן מענטשן" און וואס זיי האלטן איז ריכטיג ווערט צוגעשטעלט אין די פובליק שולעס, און אויב ווילסטו דארט נישט שיקן איז עס דיין רעכט, אבער דאס מיינט נישט אז דו דארפסט נישט צושטעלן דאס וואס אונז האלטן איז "ריכטיגע חינוך".
דאס צושטעלן די "ריכטיגע חינוך" איז א געזעץ, און אויב שטעלט מען דאס נישט צו איז דאס זייער ווייט פון א שפיל. אזעלכע עלטערן ווערן פאררעכנט אלס "פארנאכלעסיגט" – טשיילד אביוז – און דאס קומט מיט ביטערע קאנסעקווענצן ח"ו. נישט אלס אויפ'ן ארט, אבער דאס איז א קרימינאלע אקט. דאס האט אסאך קאנסעקווענצן ווען עס קומט א ביישפיל צו רעגירונגס בענעפיטן, סאציאלע הילפס פראגראמען וכדו'.
אויך שטעלט עס אריין די מענטש אין זיינע קינדער אין א מצב אז ער ווערט פאררעכנט אלס איינער וואס איז א "טשיילד אביוזער". דאס קען זייער אסאך ערטער אויסקלאפן.
א ביישפיל אויב חלילה א קינד דארף אנקומען אין שפיטאל פאר סיי וועלכע סיבה, אפילו א קלייניגקייט – מען זאל נישט הערן – ווי א צובראכענע האנט, א ברי, סיי וועלכע פרעסידזשער חלילה וכדו', און אין די פייל פון די עלטערן – וואס ווערט אויטאמאטיש באטראכט ווען א קינד קומט אין שפיטאל - איז אריינגעשריבן אז די עלטערן זענען "טשיילד אביוזערס".
אדער ח"ו אין פאל פון א גט מען זאל נישט וויסן וכדו' ווען די רעגירונג קען אריינקוקן וואס טוט זיך מיט די קינדער.
אויב חלילה מען ווערט פארפלאנטערט מיט'ן געזעץ אין סיי וועלכע זאך אפילו פאר א קלייניגקייט, און די רעגירונג הייבט אן אריינצוקוקן "אין אלעם" – אזוי ווי עס איז די שטייגער אין אזא פאל -.
און אזוי זענען דא נאך אסאך ביישפילן.
אלענפאלס, דארף מען שיקן אין אזא שולע וואס איז ווי געזאגט "מער ווייניגער" אזוי ווי אין די פובליק שולן.
די גרויסע פראגע איז נאר, וואס הייסט "מער ווייניגער"? וויאזוי מעסט מען דאס? איז דאס בכמות אדער באיכות אדער ביידע? אזוי אויך, "מער ווייניגער" מיינט דאך אז עס מוז נישט זיין "ממש אייניג", איז מיט וויפיל אנדערש מעג עס זיין? וואס הייסט שוין "נישט אייניג"? אא"וו אלע די סארט פראגעס.
די פארגעשלאגענע רעגולאציעס – וואס מען האט אצינד באשלאסן איבערצומאכן ב"ה – זענען סך הכל געווען רעגולאציעס "פארשטיין צו געבן" און "צו ענטפערן" די דערמאנטע פראגעס.
עס האט ארויסגעשריבן פונקטליך וואס מיינט "מער ווייניגער", וואס דארף מען אלס צושטעלן, אז מען זאל זיין פאררעכנט ווי א שולע וואס איז "סובסטענטשעלי עקוויוועלענט" צו – להבדיל – די פובליק שולעס.
אלזא, דאס איז בעצם באזונדער פון די קלאגע וואס די מוסרים האבן אריינגעגעבן קעגן די ישיבות.
עס איז אמת אז די נייע רעגולאציעס איז ארויסגעשטעלט געווארן א דאנק די מסירות, זיי האבן אויפגערייצט די רעגירונג אז זיי זאלן קומען און "ענטפערן" אויף די אלע פראגעס. אבער בעצם די "פארלאנג פאר סובסטענטשעלי עקוויוועלענט" איז עפעס פון פריער, און דאס איז ווייטער אין קראפט.
אצינד, סיי צו די נייע רעגולאציעס וואלטן חלילה אריין אין קראפט, אדער ווערן איבערגעמאכט, מיינט נישט אז די רעגירונג האט זיך אצינד אפגעלאזט פון די ישיבות, און "אלעס איז צוריק צום אלטן", ווייל די פארלאנג פאר "סובסטענטשעלי עקוויוועלענט" צו – להבדיל – די פובליק שולעס איז ווייטער דא, און ליידער האבן די מוסרים דאס "ארויפגעברענגט" און געזען דערצו אז די רעגירונג זאל מוזן דאס "פארשטיין געבן".
אלזא וואס איז אויב אזוי די שמחה?
איז די ענטפער אז די שמחה איז זייער גרויס ב"ה. ווייל די רעגולאציעס וואס זיי האבן געהאט אנגעטראגן, ארויסגעשטעלט, זענען געווען אזעלכע רעגולאציעס וואס די ישיבות האבן בשום אופן נישט געקענט – געוואלט, געמעגט – אננעמען. וואס די רעגירונג האט געוואלט פארלאנגען איז געווען גאר ווייט פון וואס די ישיבות וואלטן געקענט איינגיין.
און דאס מיינט אז אויב חלילה די רעגולאציעס וואלטן אריין אין קראפט, וואלט געווען א ביטערע גזירה געגן די גאנצע ערליכן חינוך אין ניו יארק. נישט נאר א "פאטענציעלע גזירה" – אזוי ווי עס איז געווען די גאנצע צייט ביז יעצט - נאר א אקטיווע גזירה ח"ו. עפעס וואס מען וואלט ווארשיינליך געברויכט גיין אין געריכט אריין זיך שלאגן.
באזונדער וואס איינמאל א גזירה איז אין קראפט איז שוין פיל שווערער צוריקצודרייען, טוישן א פאקט איז טויזענט מאל שווערער ווי צוריקהאלטן אז די פאקט זאל נישט פאסירן. באזונדער וואס איינמאל א גזירה איז אין קראפט חלילה, טוישט זיך די הלכה וויאזוי מען דארף צוגיין דערצו, וויאזוי און וואס מען קען פארהאנדלען אא"וו, דעריבער איידער מען האט א גזירה איז אלס פיל גרינגער פון אלע זייטן. גרינגער בגשמיות, גרינגער ברוחניות, גרינגער אין פראקטיק און גרינגער להלכה.
דאס איז פונקט נומער איינס. די שאנס אז די שענדליכע רעגולאציעס זאלן אריינגיין אין קראפט – דאס הייסט אז עס זאל ווערן א גזירה - איז געווען הויעך און א שרעקעדיגע מעגליכקייט, און אצינד אז עס איז אפגעשטופט איז די שמחה גרויס.
אבער ווי געזאגט, דאס מיינט נישט אז די עצם פראבלעם איז אוועקגעגאנגען, ווייל די מסירות זענען ווייטער דא, די פארלאנג פון "סובסטענטשעלי עקוויוועלענטסי" איז ווייטער דא, נאר אצינד איז דא א געלעגנהייט, אז ווען די רעגירונג וועט ארויסגעבן די פרישע רעגולאציעס אין די צוקונפט – אויב זיי וועלן ארויסגעבן - וועט עס האפנטליך מיט'ן אויבערשטנס הילף זיין סענסיטיוו צו די פארלאנגען און געברויכן פון די ישיבות.
און דאס איז פארשטייט זיך זייער זייער און קריטיש וויכטיג.
ווייל די ישיבות זאגן אז דאס וואס זיי געבן חינוך פאר די קינדער איז גוט. אויסער דעם, די פאקט איז אז אין די פובליק שולעס אין ניו יארק איז די מצב החינוך זייער נישט פויגלדיג, און אפגעזען "וויאזוי" אונז זענען מחנך אונזערע קינדער בכמות און באיכות אויסגעהאלטן ע"פ תורה והמסורה, איז די פאקט אז אונזערע קינדער קומען ארויס פון דעם סיסטעם רעלאטיוו גוט, און טרעפן גוטע פרנסות וכדו'. זיכער רעלאטיוו צו די דורכשניטליכע קינד וואס קומט ארויס פן די פובליק שולע סיסטעם אין ניו יארק.
דאס מיינט אז אפילו מען זאל פארלאנגען אז די ישיבות דארפן זיין "סובסטענטשעלי עקוויוועלענט" צו – להבדיל – די פובליק שולעס, איז איבריג און נאריש צו מאכן נייע רעגולאציעס און פארלאנגען זאכן וואס אפילו די פובליק שולעס קומען פאקטיש נישט נאך למעשה. עפעס וואס די פארגעשלאגענע רעגולאציעס האבן געטאן.
און בעיקר, אז אויב האלטן זיי אז די ישיבת דארפן זיך עפעס פארבעסערן, קענען זיי דאס אויסשמועסן מיט די ישיבות אויף א נארמאלע אופן, מען דארף נישט מאכן קיין נייע רעגולאציעס מיט פרישע "גייד-ליינס", מען דארף נישט מאכן קיין גזירות און מלחמות און פארלאנגען זאכן וואס די ישיבות ווילן נישט און קענען סיי ווי נישט נאכגעבן.
מען קען זיך אראפזעצן, און די ישיבות קענען ווייזן פארוואס זיי האלטן אז די חינוך וואס זיי געבן איז גוט און גענוג, אן דעם וואס די רעגירונג מישט זיך אריין. און אויב רעדט מען פון זאכן וואס זענען אין איינקלאנג מיט דאס וואס די ישיבות קענען טאן, זאכן וואס זענען אויסגעהאלטן ע"פ תורה והמסורה, זענען די ישיבות אלס גרייט אויף דעם סיי ווי. פונקט ווי די ישיבות געבן שוין איצט אויך א סעקולערע חינוך וואס זיי האלטן איז אויסגעהאלטן. א סיסטעם וואס אונזערע פריערדיגע גדולים וצדיקים האבן אראפגעשטעלט.
--
דא דארף ארויסגעברענגט ווערן נאך א פאקט איבער די גרויסע שמחה.
די רעגולאציעס זענען געשריבן געווען דורך די אלטע קאמישאנער. זי איז ב"ה שוין נישט אין דינסט. עס איז געווען זייער שווער מיט איר צו רעדן, אז זי זאל פארשטיין וואס די ישיבות ווילן און וויאזוי איר "קאפ אין וואנט" צוגאנג צו די זאך וועט סיי ווי נישט מצליח זיין, אז אין די ענדע וועט עס אנקומען אין געריכט און פארטיג. אז אונז גייען נישט נאכגעבן עפעס וואס אונז מעגן נישט.
זי האט אפילו פרובירט איינצושטעלן די רעגולאציעס אליינס אויף ד אייגענע האנט, אן נאכקומען די פארלאנגען וואס די געזעץ פארלאנגט ווען מען וויל מאכן די סארט רעגולאציעס. און אויף דעם איז מען שוין געגאנגען אין געריכט און ב"ה געווינען. דאס הייסט אז די געריכט האט געזאגט אז מען דארף נאכקומען די פארשריפטן פון מאכן אזעלכע רעגולאציעס, און דאס נעמט אריין טאקע א צייט אפשניט ווען די באטראפענע קענען אריינשיקן "קאמענטארן" איבער די נייע רעגולאציעס אא"וו.
דאס נעמט אויך אריין אז די גאנצע באורד דארף שטימען אויף די נייע רעגולאציעס און די קאמישאנער אליינס קען דאס נישט אליינס אריינשטעלן. און דאס האט געגעבן די געלעגנהייט פאר די עסקנים צו זיצן מיט די מיטגלידער פון די באורד - וויפיל עס איז געווען מעגליך - און זיי פארשטיין געבן דאס ענין. פארשטיין געבן "אונזער זייט פון די מעשה", וויאזוי אונז זעהן אונזער חינוך סיסטעם. וויאזוי אונז פארשטייען אז אונזער חינוך איז גענוג און גוט, און וויאזוי אונז וועלן סיי ווי קיינמאל נישט נאכגעבן די פארלאנגען אין די פארגעשלאגענע רעגולאציעס, און דעריבער אויב "מיינען זיי ערנסט" די חינוך פון די קינדער, זאלן זיי נישט אריינלייגן די פארגעשלאגענע רעגולאציעס אין קראפט.
דעריבער איז בכלל אז אונז האבן געהאט די מעגליכקייט אז מען זאל קענען שיקן די פעטיציעס די קאמענטס, אז מען זאל קענען זיצן מיט די באורד מיטגלידער אראפלייגן אונזערע פאקטן, איז אויך שוין געווען בחסדי השם נאכן גיין איינמאל אין געריכט.
און אצינד זעהט מען טאקע ווי וויכטיג עס איז געווען דאס גיין אין געריכט דעמאלט, צו פועל'ן אז מען זאל קענען האבן א געלעגנהייט פאר קאמענטס און די אלע מיטינגען. און מען זעהט אז די שווערע געלטער וואס מען האט אויסגעגעבן דעמאלט פארן געריכט, און די שווערע געלטער צו ערמעגליכן דאס זיצן מיט די מיטגלידער אז זיי זאלן אונז טאקע אויסהערן און ווילן פארשטיין, וואס נעמט אריין גאר אסאך השתדלות פון דרויסנדיגע לאבי פירמעס.
יעצט זעהט מען ווי וויכטיג עס זענען געווען די קאמענטארן, און ווי וויכטיג עס איז געווען זיי זאלן אונז אויסהערן און פארשטיין. און חסדי השם אז די אלע זאכן האבן גע'פועל'ט אז זיי האבן איינגעזען און פארשטאנען אז ווייטער גיין מיט די פארגעשלאגענע רעגולאציעס איז נישט קיין מהלך.
דאס איז איינס.
אבער עס איז נאך טיפער די חסד השם.
אמת אז מען איז געזעצן מיט זיי, אמת אז מען האט געשיקט די אלע קאמענטארן, אבער דאס האט נישט געמיינט אז זיי "מוזן" זיך רעכענען מיט אונז בכלל.
זיי וואלטן געקענט ווייטער גיין זייער וועג און אריינשטעלן די רעגולאציעס. גארנישט האט זיי נישט פאקטיש אפגעהאלטן פון דעם.
אבער אפילו לאמיר זאגן אז זיי האבן נישט געוואלט גיין אזוי טיף און שטרענג. למעשה איז געקומען אזויפיל קאמענטארן, און למעשה איז מען געזעצן מיט א שיינע טייל פון די באורד און זיי האבן זייער גוט פארשטאנען אונזערע טענות.
אבער דאס מיינט נישט אז זיי וואלטן געמוזט נעמען די שריט וואס זיי האבן למעשה גענומען וואס איז ב"ה א גרויסע טובה.
פון איין זייט זענען זיי נישט קיין ערוועלטע מענטשן. דאס מיינט אז אלגעמיינע "דרוק" וואס מען מאכט אויף רעגירונגס באאמטע האט דא נישט געהאט קיין פלאץ און קיין ווערט. זיי האבן נישט מורא פון קיין וואלן – זיי ווערן געשטעלט אן קיין וואלן – זיי האבן נישט מורא פון קיין פראטעסטן וכדו', און דארפן זיך אין פאקט גארנישט רעכענען מיט די פארלאנגען פון די באטראפענע אויב ווילן זיי דוקא נישט. יא, אפיציעל דארפן זיי "אויסהערן" וואס מען זאגט, אבער קענען זייער רואיג זאגן "אונז האבן געהערט און אונז מאכן די באשלוס וואס אונז מאכן טראץ דעם", און עס וואלט נישט געווען גארנישט צו טאן קעגן זיי אויסער זיך שלאגן אין געריכט וואו מען דארף באזונדערע חסד השם אז מען זאל געווינען אפילו טיילווייז.
אבער פון די צווייטע זייט, טאקע ווייל זיי זענען נישט קיינע פאליטיקאנטן זענען זיי אין א געוויסע זין "נארמאלע לויטע".... אין א געוויסע זין איינער וואס שטעלט זיך ארויס אין א "פארמעסט" צו לויפן פאר א פאליטישע פאזיציע איז א געוויסע סארט עלעמענט. אזא איינער דארף זיין גרייט אויסשטיין אטאקעס פון די קעגנער, דארף קענען אראפשלינגען א פארלוסט, דארף זיין איינער וואס איז גרייט צו זיין אין די אויגן און אין די מויל פון מיליאנען מענטשן – ווען מען רעדט פון א שטאט ווי ניו יארק – אא"וו.
די פון די באורד, ווייל זיי זענען דוקא נישט ערוועלט, און ווערן אויפגענומען איינפאך פאר זייער עקספערטיז אין די ענינים, זענען זיי צומאל מער צוגעלאזענע מענטשן, מענטשן מיט פארשטאנד מענטשן וואס מען קען רופן "מער ערנסטע מענטשן". כאטש עס איז פונקט אזוי דא דארטן פארקערט גאר הארטע צווישן זיי וואס וואלטן אין וואלן טאקע נישט געקענט געווינען ווייל זיי זענען הארטע און שווערע לייט. אבער כאטש טייל פון זיי זענען פארשטענדליכע מענטשן, אפשר "שטרענג" און "גראדע" סארט מענטשן ,אבער וואס זענען גרייט צו הערן א ארגומענט, מענטשן וואס מיינען רעלאטיוו ערנסט זייער ארבעט אא"וו.
דאס מיינט אבער אויך אז זיי זענען פיל סענסיטיווער ווי פאליטיקאנטן, זיי זענען נישט צוגעוואוינט צו דרוק. גיין קעגן זיי "שטרענג", נישט נאר וואס עס העלפט נישט – ווי פריער ארויסגעברענגט ווייל זיי זענען "קיינעם גארנישט שולדיג" – עס קען נאך מער שאדן מאכן, ווייל זיי זענען נישט קיינע פאליטיקאנטן וואס זענען צוגעוואוינט צו "כאפן" און קענען צומאל באשליסן נקמה צו נעמען פאר די סארט זאכן.
אלזא, עס איז זייער זייער האקל ווען מען האנדלט מיט זיי. מען דארף צוגיין זייער באלאנסירט און סענסיטיוו. נישט זיי אויפצורעגן, אבער אין די זעלבע צייט "אויסנוצן" זייערע נארמאלקייטן אויף צו קענען עפעס פועלן.
דעריבער אפילו לאמיר זאגן אז פון די אלע קאמענטארן און מיטינגען וואלט מען געהאט אויפגעטאן אזויפיל אז זיי וואלטן פארשטאנען אז די רעגולאציעס - אזוי ווי עס איז געווען פארגעשלאגן - איז נישט קיין מהלך. אבער דאן וואלטן זיי געהאט די אפציע און פולע מעגליכקייט, צו סך הכל טוישן געוויסע קלייניגקייטן, און אזוי באשטעטיגן די רעגולאציעס.
דאן וואלט מעגליך די פראבלעם געווען פון איין זייט קלענער, ווייל זיי וואלטן ווארשיינליך ארויסגענומען געוויסע זאכן וואס שטערט פאר די ישיבות, אבער וואלט געקענט זיין פון די אנדערע זייט ערגער. זיי וואלטן דארטן געקענט לאזן אנדערע זאכן וואס שטערט, און וואלטן נאך געווען "גוטע" פארן עפעס נאכגעבן.
אצינד איז דאס פונקט נומער צוויי פון די חסד השם.
זיי האבן באשלאסן אינגאנצן ארויסווארפן די יעצטיגע פארשלאג, און זיך זעצן מיט די ישיבות הערן וואס אונז פארלאנגען, און ערשט נאכדעם, לויט די פארלאנגען באשליסן וואס זיי וועלן טאן.
דאס מיינט אז אנשטאט וואס עס איז דא א געבויטע געביידע פון 50 שטאק, און אונז שרייען געוואלד די געביידע טויג נישט פאר אונז, זאלן קומען די באאמטע און זאגן "גוט איך וועל אראפנעמען עטליכע שטאק", אנשטאט דעם האט די באורד געזאגט "לאמיר אינגאנצן צואווארפן די געביידע, און לאמיר זעהן צו מיר דארפן בויען א געביידע בכלל, און אפילו אויב יא, לאמיר בויען די געביידע אינאיינעם צו מאכן זיכער אז עס שטערט קיינעם נישט".
נאכאמאל, דאס מיינט נישט אז זיי וועלן נישט בויען אצינד קיין געביידע בכלל – דאס הייסט נישט מאכן אינגאנצן קיין רעגולאציעס - די דרוק אויף זיי פון די אלע מסירות איז זייער שטארק. און עס מיינט אויך נישט אז אויב זיי וועלן יא בויען די נייע געביידע - מאכן נייע רעגולאציעס - וועט עס נישט ענטהאלטן גארנישט וואס קען שטערן די ישיבות ח"ו, אבער די מעגליכקייט איז דא אז זיי וועלן אפלאזן די זאך אינגאנצן, און אפילו נישט, אז זיי וועלן נישט אריינשטעלן עפעס וואס זאל אונז שטערן.
אין קורצן, די "געווינס" איז א טאפלטע, אז זיי האבן נישט באשטעטיגט די יעצטיגע פארשלאג, און אז זיי האבן אבער אין די זעלבע צייט אויך נישט סך הכל געמאכט געוויסע טוישונגען און אזוי באשטעטיגט, נאר זיי האבן באשלאסן אנצוהייבן פון אנהייב און זיך רעכענען מיט די באטראפענע אויפ'ן גאנצן וועג.
--
אויף צו ענדיגן די ארטיקל, נאך איין נקודה.
פון די הצלחה ב"ה בחסד השם, דארף מען ארויסנעמען אז ווען די עסקנים בעטן דעם ציבור הילף זאל מען ווייטער שטיין צו די האנט גערן און בשמחה. די אלע פעולת ווי די קאמענטארן און די לאביאינג, די לויערס און געריכט קלאגעס, די אלע זאכן קאסטן שווערע הונדערטער טויזנטער דאלארן, און דאס גייט שוין אן עטליכע יאר, וואס דאס מיינט אז מען רעדט פון מיליאנען וואס די זאכן האבן שוין אפגעקאסט און קאסטן ווייטער אפ.
אבער ספעציפיש טאקע די קאמענטארן. דאס איז עפעס וואס האט נישט געקאסט פארן ציבור קיין געלט, נאר אביסל צייט. פארן די עסקנים האט עס יא געקאסט שווערע געלטער. דאס אויפשטעלן די סיסטעם, אויסארבעטן וואס און וויאזוי מען גייט צו דערצו אא"וו. אבער פארן ציבור איז דאס געווען נאר א "צייט" זאך, אויסער די געלטער וואס די ציבור האט צוגעשטעלט.
און מען זעהט ווי די קאמענטארן האט אזויפיל אויפגעטאן אויסער די אלע אנדערע פעולות. וויאזוי דאס איז וואס זיי שרייבן אין די דאקומענטן. און באמת עס איז פארשטענדליך פארוואס זיי שרייבן דאס, און דאס גיט טאקע צו פארשטיין פארוואס דאס איז געווען אזוי וויכטיג.
די פאקט איז געווען אז די מוסרים רעדן אלס אז זיי זאגן "בשם דעם גאנצן ציבור". דאס אליינס איז א גרויסע חוצפה און רשעות זינט די פאקט איז אז 99.999 פראצענט – און ווארשיינליך מער פון דעם - פון ציבור וויל נישט אז זיי זאלן רעדן אין זייער נאמען. איז עס דעריבער א חוצפה און א אוממענטשליכקייט פון זיי דאס צו טאן, עפעס וואס איז כלומר'שט וואס די אזויגערופענע "בעסערע לויטע" זענען שטארק דערקעגן.
אבער זייער היפאקריטישקייט אין די זייט געלייגט.
דאס אז די רעגירונג הערט פון זיי אז "זיי רעדן בשם דעם ציבור" מאכט דאך אז אפילו די רעגירונג זאל זיך רעכענען מיט'ן ציבור און נישט ווילן גיין אין א קריג מיט'ן ציבור – צו ערוועלטע וואס פארכטן זיך פארן בענקל, אדער די נישט ערוועלטע וואס ווילן אבער זיין "מענטשליך" – אבער אז "דאס וויל דער ציבור" דארפן זיי דאך דאס נאכקומען.
אבער אז 140,000 מענטשן קומען ארויס און זאגן "ניין"! זיי פארטרעטן אונז נישט! אונז זענען צופרידן פון דעם חינוך! אונז ווילן נישט אז די רעגירונג זאל אריינקומען אדער אפילו נאר אריינרעדן אין אונזער חינוך, איז דאס אוועקגעקלאפט זייער גאנצע טענה!
אצינד אז די רעגירונג וויל זיך רעכענען מיט'ן ציבור ווייסן זיי וואס די ציבור וויל – בעסער געזאגט וואס דער ציבור וויל נישט - און אז די מוסרים ווילן לייגן דרוק, האט די רעגירונג די ריכטיגע כלים זיך קעגנצושטעלן, ווייל "אזויפיל מענטשן ווילן דאס נישט, און מיר דארפן זיך רעכענען מיט זיי".
אלזא, ווי געזאגט. מען דארף שטיין צו די האנט פון די עסקנים, ארויסהעלפן בגוף ובממון. כאטש נישט אלס פארשטייט מען פונקטליך וואס זיי ווילן, וואס זי טיען וויאזוי די געוויסע זאך וועט ארויסהעלפן, און ווי געזאגט אסאך מאל קען מען נישט פארציילן וואס מען טוט אלס ווי פארשטענדליך.
און די עיקר, לויבן דעם אויבערשטן פאר זיינע חסדים, ווייטער מתפלל זיין אויפ'ן צוקונפט און געדענקען אז אפילו עס איז "היינטיגע צייטן" און עס איז אזוי שווער עפעס צו פועלן וואס האט צוטאן מיט ערליכקייט, מיט מאראל, מיט אידישקייט איבערהויפט אין אזא ליבעראלע שטאט ווי ניו יארק, דאך, אז מען מיינט אמת'דיג העלפט דער אויבערשטער, און אז מען האט סיעתא דשמיא קומט מען אן, און מען וועט אי"ה ווייטער אנקומען, אז ותטה לב המלכות עלינו לטובה ותגזור עלינו גזירות טובות ביז מען וועט בקרות זוכה זיין צו די גרויסע און ענדגילטיגע גאולה בביאת משיח בן דוד, אמן.

- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4136
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
- אורח הכבוד
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4446
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
- לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)
הרה''ח ר' משה דוד מיט א אינטערוויא אויף מערכת סאטמאר איבער די אנטוויקלונג
(מען הערט ווי ער האלט אינמיטן פארן ערגעץ פאר עניני הכלל)
718-831-7000 113