חינוך געראנגל: נייעס און אפדעיטס איבער די נ.י. סטעיט עדיוקעישאן געזעצן בנוגע חינוך ילדי ישראל

אחראי: יאנאש

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

חינוך געראנגל: נייעס און אפדעיטס איבער די נ.י. סטעיט עדיוקעישאן געזעצן בנוגע חינוך ילדי ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ברעכנדע נייעס:

מיט פארווייטאגטע געמיטער נעמען חרדישע אידן פון ניו יארק און אומעטום די נייעס אז די טרויעריג-בארימטע מאסטער גרופע באקאנט אלס 'יאפפעד' האט אריינגעטראגן א פעדעראלע קלאגע אקעגן ניו יארקס מאכטפולער גאווערנאר קאומא און די סטעיט עדיוקעישאן דעפארטמענט איבער די ניי אדאפטירטע געזעץ וואס דער גאווערנאר האט אונטערגעשריבן פארגאנגענעם יו"ט פסח העעל"ט, איבער די סטעיט פארשריפטן פון סעקולארע לימודים אין די חרדישע תלמודי תורה און בתי חינוך.

די היסטאריע פון דעם געזעץ און די הצלה פורתא וואס איז צושטאנד געקומען איז ברייט אויסגעשמועסט געווארן אין דעם אשכול:
viewtopic.php?p=1640494#p1640494

היצט עטליכע חדשים נאכדעם וואס דער געזעץ איז געווארן אונטערגעשריבן דורכן גאווערנאר, נאך א דראמאטישע שאו-דאון מיט סטעיט סענאטער ר' שמחה פעלדער ביי די בוזשעט פארהאנדלונגען און נאך היסטארישע געשפרעכן צווישן דעם גאווערנער און כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א אין סאמע ערב פסח אויפדערנאכט, קומט אריין די ווייטאגליכע נייעס אז דער באקאנטער פאררעטער נפתלי מאסטער אונטער זיין געשאפענעם גרופע 'יאפפעד' פארמעסט זיך אנצוקלאגן דעם גאווערנער זעלבסט און די עדיוקעישאן דעפארטמענט אז דער געזעץ איז נישט קאנסטיטוציאנאל און פארלעצט די פעדעראלע געזעצן.

בייגעלייגט איז די אפיציעלע קאורט דקאומענטן פון די קלאגע, אינטערעסאנט צו באמערקן ווי די אנקלאגע ציטירט פון די ווערטער וואס דער סאטמארער רבי שליט"א האט אויסגעשמועסט מיט ר' יצחק פראנקפורטער אינעם 'עמי מאגאזין', ווי אנצוצייגן אז כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א אלס דער עומד בראש המערכה האט זעלבסט ארויסגעבערענגט די חסדים פון השי"ת אז מ'האט באוויזן עטוואס צו פארלייכטערן דאס וואס די דערמאנטע גרופע האט געוואלט אז די סטעיט זאל אינפארסירן ווען עס קומט צו לימודי חול אין מיט חרדישע קינדער.

ווי עס ווערט פארגעזעהן וועט די סטעיט דארפן זיך פארטיידיגן אין די פעדעראלע געריכט, עס בלייבט איבער צו זעהן צו עס וועט זיך אויספעלן אז דאס יהדות החרדית זעלבסט זאל אויך נעמען אדוואקאטן צו קעמפן אקעגן די פירש'ניקעס און פארטיידיגען דעם חינוך הטהור און עתיד פון די חרדישע אידנטום אין ניו יארק.

השי"ת זאל אוודאי האלטן די רעכטע האנט, און עס זאל מקוים ווערן דער עוצו עצה ותופר דברו דבר ולא יקום, כי עמנו קל.
אטעטשמענטס
YAFFED.pdf
(296.16 KiB) געווארן דאונלאודעד 553 מאל
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

שרעקליכע נייעס.

און די זעלבע צייט קומט עס נאכאמאל מאמת זיין דברי חכז"ל: חכמים הזהרו בדבריכם ... ותגלו למקום מים הרעים וכו'.

עצו עצה ותופר דבר דבר ולא יקום כי עמנו קל!
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
געקומען
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געקומען »

'יו קענד פייט סיטי האל' גייט די לאזונג. אצינד אז יאפפעד גייט קעגן די סטעיט און זאגאר מיט א פערזענליכן קאמף אקעגן גאווערנאר קאומא, איז דאס נישט אזוי אפשרעקנד, און קען אפי' זיין לטובה, נאכדעם וואס די סטעיט האט די בעסטע אדוואקאטן און ענדלאזע געלט רעסורסן צו פייטן א קאמף אויף זיי, און ס'אויך באקאנט אז קאומא האט א קעמפערישן נאטור וואס וואס נעמט גוט נקמה אין זיינע פיינט, מאסטער! געב זיך אכטונג ווייל דיין קאמף מיטן גאווערנאר וועט דיך פירן צו פלעצער ווי דו ווילסט נישט.
כלל ישראל איז מתפלל אז לא ינוח שבט הרשע על גרל הצדיקים.
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

איז מעגליך אז די קאורט זאל בכלל נישט אן נעמען די קעיס אדער סאיז שוין אנגענומען ?
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

געקומען האט געשריבן:'יו קענד פייט סיטי האל' גייט די לאזונג. אצינד אז יאפפעד גייט קעגן די סטעיט און זאגאר מיט א פערזענליכן קאמף אקעגן גאווערנאר קאומא, איז דאס נישט אזוי אפשרעקנד, און קען אפי' זיין לטובה, נאכדעם וואס די סטעיט האט די בעסטע אדוואקאטן און ענדלאזע געלט רעסורסן צו פייטן א קאמף אויף זיי, און ס'אויך באקאנט אז קאומא האט א קעמפערישן נאטור וואס וואס נעמט גוט נקמה אין זיינע פיינט, מאסטער! געב זיך אכטונג ווייל דיין קאמף מיטן גאווערנאר וועט דיך פירן צו פלעצער ווי דו ווילסט נישט.
כלל ישראל איז מתפלל אז לא ינוח שבט הרשע על גרל הצדיקים.

פון די צווייטע זייט, וועט שוין יעדער פרובירן צו זיין אויפן גוטן זייט פון יאפפעד, רח''ל.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
געקומען
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געקומען »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:

אבער ווי וועט ער אנקומען מיט די קלאגע?
די גאווערמענט ערלויבט זיך די טייערסטע אדוואקאטן, וואס וועלן צונישט מאכן די אנקלאגע, בעז''ה.
געקומען
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געקומען »

ס'באקאנט די מעשה אז רביה''ק מסאטמאר זי''ע איז געווען אין פעסט וועגן א געוויסע גזירה, דער רבי האט דארט קאנפערירט מיט די פירער פון די ארטאדאקסישע קאנצעליי וועגן השתדלות אפצושלאגן די גזירה, האבן די פירער פון די קאנצעליי געזאגט פארן רבין אז געוויסע מהלכים אפצושלאגן די גזירה קומען אן שווער, - די קאמף איז געווען דאן מיט די נעאלאגן - האבן די ראשי הקאנצעליי געזאגט פארן רבין אז ''די נעאלאגן האבן שרייבער וואס קענען שרייבן אפי' שבת, און מיר האבן אפי' נישט קיין שרייבער וואס זאלן קענען שרייבן אינדערוואכן'', מיינענדיג צו זאגן אז די נעאלאגן האבן געשולטע פראפעסיאנאלן וואס זאלן פארשרייבן פאר די רעגירונג, און די פרומע אידן קענען דאס נישט.
היינט זעהט מען פארקערט, די היימישע אידן זענען סוקסעספול ביז גאר, מען בויעט ביזנעסער און מ'מאכט געשעפטן מער ווי דעם דורכשטניטליכער גוי, בעת וואס די וואס האבן סר געווען מן הדרך, זענען צו גארנישט אויסגעוואקסן, און זענען בלויז פארנומען מיט זייער זעלבטס האס צו קריטיקירן און נעגאטיוויטירן.
א ביישפיל זעהט מען אין דעם טוויט וואס די 'יאפפעד' שעדליכע ארגאניזאציע האט ארויסגעשיקט, טאקע צו מעלדן זייער לאו-סוט אקעגן די גאווערמענט, וואס מזעהט זייער פשוטן טעות אין די ענגלישע שפראך, בעת וואס פרומע, היימישע חסידישע אידן זענען מצליח למעלה מן המשוער אין ביזנעס, מיט א פראפעסיאנאליזם.
אט איז דער טוויט.
YAFFED (@yaffedorg) · Twitter
https://twitter.com/yaffedorg
We’re live from the law offices of Quinn Emanuel where we’re announcing our lawsuit again Governor Cuomo and NYS Education officials.
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

פון א לעגאלע שטאנדפונקט, ווער איז יאפפעד צו קלאגן קאומאו? זיי האבן נישט קיין קינדער אין אונזערע מוסדות, און זיי זענען נישט אפעקטעד געווארן פונעם עדיוקעישאן געזעץ. כאילו דער ראש ישיבה אין פילאדעלפיע זאל קלאגן דעם פענסילוועניע גאווערנאר איבער די סטעיט'ס רעגולאציעס לגבי די עימיש חברה.
געקומען
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געקומען »

מונאוויטש האט געשריבן:פון א לעגאלע שטאנדפונקט, ווער איז יאפפעד צו קלאגן קאומאו? זיי האבן נישט קיין קינדער אין אונזערע מוסדות, און זיי זענען נישט אפעקטעד געווארן פונעם עדיוקעישאן געזעץ. כאילו דער ראש ישיבה אין פילאדעלפיע זאל קלאגן דעם פענסילוועניע גאווערנאר איבער די סטעיט'ס רעגולאציעס לגבי די עימיש חברה.

מאסטער טענה'ט אז ער איז דיסקרימינירט געווארן דורכן נישט באקומען קיין געהעריגן עדיוקעישן אין די ת''ת אין ברוקלין ווי ער האט געלערנט, און ממילא פאר דעם האט ער היינט אלע זיינע צרות, וכו'
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

עצה טובה קמ"ל, נישט רעדן ברבים קיין ווארט.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

געקומען האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:פון א לעגאלע שטאנדפונקט, ווער איז יאפפעד צו קלאגן קאומאו? זיי האבן נישט קיין קינדער אין אונזערע מוסדות, און זיי זענען נישט אפעקטעד געווארן פונעם עדיוקעישאן געזעץ. כאילו דער ראש ישיבה אין פילאדעלפיע זאל קלאגן דעם פענסילוועניע גאווערנאר איבער די סטעיט'ס רעגולאציעס לגבי די עימיש חברה.

מאסטער טענה'ט אז ער איז דיסקרימינירט געווארן דורכן נישט באקומען קיין געהעריגן עדיוקעישן אין די ת''ת אין ברוקלין ווי ער האט געלערנט, און ממילא פאר דעם האט ער היינט אלע זיינע צרות, וכו'

זאל ער אליין קלאגן--נישט נאר די סטעיט, נאר אויך זיין ישיבה, זיינע עלטערן, און זיין דזשעניטאר. אבער וואו קומט "יאפפעד" אינעם בילד?
געקומען
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געקומען »

מונאוויטש האט געשריבן:

ר' בנציון ווידער האט דאך שוין געזאגט ביי זיין אויפריט אין ראקלענד לעגיסלאטור, ''א איין מאן ארגאניזאציע, גערופן יאפפעד''...
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1414
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

49. Upon information and belief, the Hasidic population in New York City is expected to continue to grow rapidly, with especially high growth among children and young people, so that by 2030 up to one-eighth of the city’s schoolchildren, and up to one-third of Brooklyn’s, may be Hasidic.

יא יא, אתם אומרים פן ירבה, ורוה"ק אומרת כן ירבה וכן יפרוץ.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

טייערע ברודער. קלערט איבער און טראכט אריין פאר איר שרייבט דא. דער מאסטער און זיין קליקע קאנען ליינען אידיש (אפשר איז דאס זיין קלאגע, אז דאס האט מען אים יא געלערנט...) און אבאכט געבן נישט צו נוצען פראזען וואס דעם טויגניכטס קאן נוצען אנטקעגן דאס ניו יארקער אידנטוהם
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4428
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

[quote="בבל"]עס כאפט א פחד אז אין אלע פלעצער אין די וועלט פארלייגט מען זיך אויף חינוך ענגלאנד /מאטריאל /ארץ ישראל /נוי יארק/quote]
טאקע א פחד!
האדמו''ר מסאטמאר שליט''א (מהר''יי) האט ארויסגעברענגט און לאנדאן ביים יאצ''ט סעודה פון זקינו הקדוש בעל ישמח משה זיעועכי''א נאכזענדיג דאכטציך פון הייליגען קדושת יו''ט זצוק''ל אז אויף א מצוה ווי מיר זענען בשלימות קענען די רשעים נישט האבען קיין שליטה, אז זיי האבען א שליטה איז א סימן אז מיר ברויכען זיך פאררעכטען און דעים ענין (כמדומה רעדט ער בשעתו ווען מ'האט זיך פארלייגט אויף מצות מילה כהילכתו)

אדמו''ר שליט''א האט שוין אפאר מאל ארויסגעברענגט די ענין בשם זקינו אז יעדע גזירה על הדת -חוץ וואס מ'דארף עס אפשלאגען מיט אלע מיטלען און חלילה נישט מאכען פשרות אויפען אויבערשטען'ס חשבון - דארף מען אבער פאר זיך מפשפש זיין ווי מ'האט אפשר אביסעל נאכגעלאזט וואס דאס געט די פתח פתוח פארען ס''ם וכת דילייה צו קענען שולט זיין היל''ת.

לאמיר אלע טאקע זעהן מער נזהר זיין בחינוך הבנים והבנות
ובזכות זה זאל די אייבישטע האלטען די רעכטע האנט אויף כלל ישראל אז די רשעים מבית ומבחוץ זאלען נישט קענען האבען די מינדערסטע השפעה אויף די חינך פון אונזער טייערסטע,
ולא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי.
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
געקומען
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געקומען »

צו געזונט האט געשריבן:טייערע ברודער. קלערט איבער און טראכט אריין פאר איר שרייבט דא. דער מאסטער און זיין קליקע קאנען ליינען אידיש (אפשר איז דאס זיין קלאגע, אז דאס האט מען אים יא געלערנט...) און אבאכט געבן נישט צו נוצען פראזען וואס דעם טויגניכטס קאן נוצען אנטקעגן דאס ניו יארקער אידנטוהם

אני הקטן גלויב נישט אז עס זאל קענען גענוצט ווערן עפעס וואס ווערט דא געשריבן, אויב איינער האט א הכחשה, פון זאכן וואס האבן שוין פאסירט, ביטע ברענגען.
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

פארביטערטע אינגען.....
איך וואלט נישט אוועק געגעבן מיין חינוך פאר קיין געלט נישט, די איידלקייט פון אידן איז העכער אלעם, און דאס ברענגט זיי ארויף אויף די העכסטע ראנגען אין ביזנעס.
איך בין צופרידן מיט מיין חינוך, און אלעס, און ב"ה איך בין מסודר מיט א פרנסה
#מאסטער_רעד_נישט_אין_מיין_נאמען!
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

געקומען האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:טייערע ברודער. קלערט איבער און טראכט אריין פאר איר שרייבט דא. דער מאסטער און זיין קליקע קאנען ליינען אידיש (אפשר איז דאס זיין קלאגע, אז דאס האט מען אים יא געלערנט...) און אבאכט געבן נישט צו נוצען פראזען וואס דעם טויגניכטס קאן נוצען אנטקעגן דאס ניו יארקער אידנטוהם

אני הקטן גלויב נישט אז עס זאל קענען גענוצט ווערן עפעס וואס ווערט דא געשריבן, אויב איינער האט א הכחשה, פון זאכן וואס האבן שוין פאסירט, ביטע ברענגען.

עיין ב׳מאמענט על פרשת לעבאוויטש מקרית יואל.
לעצט פארראכטן דורך שמואל אלצווייסער אום מאנטאג יולי 23, 2018 8:57 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
געקומען האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:טייערע ברודער. קלערט איבער און טראכט אריין פאר איר שרייבט דא. דער מאסטער און זיין קליקע קאנען ליינען אידיש (אפשר איז דאס זיין קלאגע, אז דאס האט מען אים יא געלערנט...) און אבאכט געבן נישט צו נוצען פראזען וואס דעם טויגניכטס קאן נוצען אנטקעגן דאס ניו יארקער אידנטוהם

אני הקטן גלויב נישט אז עס זאל קענען גענוצט ווערן עפעס וואס ווערט דא געשריבן, אויב איינער האט א הכחשה, פון זאכן וואס האבן שוין פאסירט, ביטע ברענגען.

עיין ב׳מאמענט על פרשת גאלדמאן מקרית יואל.

וועלכע גאלדמאן, מיינסט אפשר לעבאוויטש וואס איז לעצטנס געווען אויפן מאמענט קאווער?
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
בשעה שיש
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשעה שיש »

מיטן אויבערשטענס הילף וועט גארנישט פאסירן,איך גלייב אז גאווענער קאומא האט עס אויס געארבעט לויטן געזעץ
און מברויך אייביג שטיין על המשמר
דער באשעפער זאל אייביג האלטן זיין רעכטע האנט
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!
אוועטאר
בשעה שיש
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשעה שיש »

עכט היימיש האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
געקומען האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:טייערע ברודער. קלערט איבער און טראכט אריין פאר איר שרייבט דא. דער מאסטער און זיין קליקע קאנען ליינען אידיש (אפשר איז דאס זיין קלאגע, אז דאס האט מען אים יא געלערנט...) און אבאכט געבן נישט צו נוצען פראזען וואס דעם טויגניכטס קאן נוצען אנטקעגן דאס ניו יארקער אידנטוהם

אני הקטן גלויב נישט אז עס זאל קענען גענוצט ווערן עפעס וואס ווערט דא געשריבן, אויב איינער האט א הכחשה, פון זאכן וואס האבן שוין פאסירט, ביטע ברענגען.

עיין ב׳מאמענט על פרשת גאלדמאן מקרית יואל.

וועלכע גאלדמאן, מיינסט אפשר לעבאוויטש וואס איז לעצטנס געווען אויפן מאמענט קאווער?

וואס איך ווייס נישט פון וועלעכע מעשה די רעדסט אבער פארוואס האלטסטו האבן זיי עפעס
גענומען פון דא האסט עפעס קלארע באווייזן
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!
Spokesman
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 08, 2018 4:00 pm
לאקאציע: ביים בלעק בארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Spokesman »

עכט היימיש האט געשריבן:פארביטערטע אינגען.....
איך וואלט נישט אוועק געגעבן מיין חינוך פאר קיין געלט נישט, די איידלקייט פון אידן איז העכער אלעם, און דאס ברענגט זיי ארויף אויף די העכסטע ראנגען אין ביזנעס.
איך בין צופרידן מיט מיין חינוך, און אלעס, און ב"ה איך בין מסודר מיט א פרנסה
#מאסטער_רעד_נישט_אין_מיין_נאמען!

אין ראקלענד קאונטי לעגיסלאטאר האט זיך אויפגעשטעלט א בראווען אינגערמאן, און געזאגט מיט גאטץ אט די פוינט, און נאך שטערקער. איך האב דעם קל'פ נאר סהאט נשים די ערשטע 2 סעקונדעס, ווער סאיז עס גרייט צי שניידען זאל מיר שיקן אין אישי, איך וועל אים עס שיק, סאיז כדי ארויפצילייגן, ממנו ילמדו וכן יעשו, דער עולם המצליחים היימישע סוקסעספולע ביזנעסלייט גראדואירט סטרעיט פונעם דיקן בבא בתרא גמרא, און אריינגעטאנצען אין ביזנעס מיט די גמרא קאפ און מצליח געווען, זאלן אלע ארויפקימען און שרייען וואס יענער אינגערמאן האט געשריגן.
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

די אנקלאגע (זייט 30) ציטירט פון ר' יונה כהן שמועס מיט ר' חיים דוד צוויבל אויף "קול מבשר" (קרעדיט צום מראה מקום: ר' יונה כהן היינט אויף קול מבשר מיט הרב דרעזנער)
אינעם הגה ווערט ערקלערט פאר'ן געריכט דעם באדייט פון "קול מבשר"
אזנים לכותל
אטעטשמענטס
9.png
9.png (87.75 KiB) געזען 7878 מאל
10.png
10.png (15.07 KiB) געזען 7878 מאל
לעצט פארראכטן דורך לא לנו אום מאנטאג יולי 23, 2018 11:09 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ווער שטיצט מאסטער? פון וואו האט ער געלט אנצוגיין מיט זיינע מסירות? אדוואקאטן וועלן אים יעצט אפקאסטן שווערע געלטער. כ'האף זיינע קאסעס וועלן אויסגעטרוקנט ווערן אינצווישן.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
Spokesman
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 08, 2018 4:00 pm
לאקאציע: ביים בלעק בארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Spokesman »

;l;p-
אסדר לסעודתא האט געשריבן:ווער שטיצט מאסטער? פון וואו האט ער געלט אנצוגיין מיט זיינע מסירות? אדוואקאטן וועלן אים יעצט אפקאסטן שווערע געלטער. כ'האף זיינע קאסעס וועלן אויסגעטרוקנט ווערן אינצווישן.

דעיס איז זיין פרנסה, ער שנארט פאר דעים פון אלע שנה ופירשניקעס, און וועגן דעים גייט ער פאר פייער צי דעליווערן עפעס פאר זיינע שטיצער.
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”