נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
די ערשט טערמיניגער ליוזיאנא דעמאקראטישע גאווערנארדזשאן בעל עדווארדס שיילט זיך לויט מאנכע ארויס אלץ פאטענציאלע פרעזידענטליכע מאטריאל פאר די מעסיגע פליגל פון די דעמאקראטישע פארטיי
איצט זאגט דער רעפובליקאנער סענעטאר קענעדי פון די זעלבע סטעיט אז ער טראכט פון לויפן פארן גאווערנאר אמט קעגן עדווארדס
קענעדי פארציילט אז לעצטע חודש האט ער גענומען אן אנקעטע איבער די מעגליכקייט פון אזא פארמעסט אין ער ציהט אן 51% קעגן עדווארדס וועלכע קומט אריין מיט 37%
קענעדי לייגט צו אז ער גלייכט די סענאט הגם עס ווייזט אויף א כאראקטער פראבלעם עס צו גלייכן, דאך גלייכט ער עס
(קענעדי איז באקאנט מיט זיין אייגנארטיגע רעטאריק סטיל און אינטערסאנטע שפראך)
איצט זאגט דער רעפובליקאנער סענעטאר קענעדי פון די זעלבע סטעיט אז ער טראכט פון לויפן פארן גאווערנאר אמט קעגן עדווארדס
קענעדי פארציילט אז לעצטע חודש האט ער גענומען אן אנקעטע איבער די מעגליכקייט פון אזא פארמעסט אין ער ציהט אן 51% קעגן עדווארדס וועלכע קומט אריין מיט 37%
קענעדי לייגט צו אז ער גלייכט די סענאט הגם עס ווייזט אויף א כאראקטער פראבלעם עס צו גלייכן, דאך גלייכט ער עס
(קענעדי איז באקאנט מיט זיין אייגנארטיגע רעטאריק סטיל און אינטערסאנטע שפראך)
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
א ביל איז אדורך אין די קאליפארניע געזעצהייזער וועלכע פארבאט די פארקויף פון ביליגע קורץ טערמיניגע העלט קעיר פלענער וועלכע טראמפ האט איינגעפירט
אבאמאקעיר האט ערלויבט פלענער פאר בלויז א 3 מאנאטן אבער טראמפ האט עס פארלענגערט צו קענען אנגיין א פולע יאר און דאן באנייט ווערן צוויי מאל צו א טאטאל פון 3 יאר און קאליפארניע דעמאקראטן זוכן עס צו בעגרעניצן אין זייער סטעיט
די ביל געפונט זיך אצינד אויפן טישל פון גאווערנאר דזשערי בראון פאר אן אינטערשריפט
אבאמאקעיר האט ערלויבט פלענער פאר בלויז א 3 מאנאטן אבער טראמפ האט עס פארלענגערט צו קענען אנגיין א פולע יאר און דאן באנייט ווערן צוויי מאל צו א טאטאל פון 3 יאר און קאליפארניע דעמאקראטן זוכן עס צו בעגרעניצן אין זייער סטעיט
די ביל געפונט זיך אצינד אויפן טישל פון גאווערנאר דזשערי בראון פאר אן אינטערשריפט
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
די סטעיט ארקענסאו האט איינגעשטעלט ארבעט פארלאנגען פאר מעדיקעיד געניסער אין איינקלאנג מיט די טראמפ אדמיניסטראציע פאליסי וועלכע האט געגעבן די גרינע ליכט פאר אזאלכע טוישן און אין ליניע פון נאך עטליכע סטעיטס וועלכע האלטן אינמיטן איינשטעלן /אינפארסירן אזעלכע רעפארמען
ארקענסאו איז אבער די סאמע ערשטע סטעיט איבערן לאנד וועלכע האט אין פאקט שוין גענומען שריט צו אינפארסירן די נייע טויש און אראפגעווארפן 3400 מעדיקעיד געניסער פונעם פראגראם פארן נישט נאכקומען די נייע ארבעט פארלאנגען
אן אנקלאגע איז געוארן אריינגעטראגן אין געריכט מיט די ארגומענט אז עס פארלעצט די פארשריפטן פון מעדיקעיד וועלכע דארף דעקן די ארימע שיכט פון די באפעלקערונג אבער דערווייל זענען די איבער 3000 מענטשן אראפ פונעם פראגראם
מיר האבן א צייט צוריק באריכטעט איבער אן ענליכע לעגאלע געראנגעל אין קענטאקי און די ארקענסאו קעיס וועט גיין צום זעלבן פעדעראלן ריכטער וועלכע האט געהאט איבערזיכט אויף די קענטאקי קעיס און דעריבער איז ערווארטעט אז ער וועט אורטיילן אין שטיצע פון די אנקלעגער

- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5430
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm
געזען באשריבן אז עס זענען שוין געווען רעגולאציעס איבער ארבעטן פאר דעם, מען האט געדארפט א וועיווער צו ווייטער האבן מעדיקעיד. דא דארף מען אדורכגיין ביאוקראטישע פראצעדורן מיט רעפארטן יעדע וואך אויב עס זענען שוין גענוג שעות, און אין געגנטער וואו א דריטל האבן נישט אינטערנעט און נאר מינוט פלענער אויף די סעל, פלאס נישט געהעריג ערקלערן די רעקוויירמענטס, פאלן מענטשן אראפ און ווייסן נישט וואס צו טון. ב''ה מיר וואוינען אין ניו יארק, ווען נישט וואלט געווען א קריזיס ביי פיל, פיל משפחות אין אונזערע היימישע שטעט.
שויתי ה' לנגדי תמיד
- Think and Thank
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5686
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm
הכל הבל האט געשריבן:א ביל איז אדורך אין די קאליפארניע געזעצהייזער וועלכע פארבאט די פארקויף פון ביליגע קורץ טערמיניגע העלט קעיר פלענער וועלכע טראמפ האט איינגעפירט
אבאמאקעיר האט ערלויבט פלענער פאר בלויז א 3 מאנאטן אבער טראמפ האט עס פארלענגערט צו קענען אנגיין א פולע יאר און דאן באנייט ווערן צוויי מאל צו א טאטאל פון 3 יאר און קאליפארניע דעמאקראטן זוכן עס צו בעגרעניצן אין זייער סטעיט
די ביל געפונט זיך אצינד אויפן טישל פון גאווערנאר דזשערי בראון פאר אן אינטערשריפט
וואס איז די פראבלעם מיט די פלענער (אויסער אז טראמפ האט ערלויבט זיי צו פארקויפט)?
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
- Think and Thank
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5686
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm
לא הבנתי. אבאמאקעיר דארף העלפן די אינשורענס קאמפאניס פארקויפט טייערערע פלענס? כאגעמיינט עס דארף גאר העלפן די פאבליק קויפן פאר ביליג!
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
ריכטיג אבער נישט צו ביליג
יעדער איז איינשטימיג אז אלע זאלן זיין געדעקט און פאר ביליג אבער די אינשורענס פירמעס קענען אדער ווילן נישט איינגיין דערויף
אבאמאקעיר האט צווישן אנדערן געזוכט אז פירמעס זאלן מוזן דעקן געוויסע סערוויסעס אבער באלאנסירט די פרישע פינאנציעלע לאסט מיט ארייניאגן א גרעסערע קליענט געמיינדע אין די מארקעט און גאר שטארק איינצוימען ביליגע פלענער וועלכע קונדן זוכן אבער פירמעס פארדינען מער דורך די טייערערע פלענער
אויב מער מענטשן לויפן צו די ביליגע פלענער ווערט עס שווערער פאר די פירמעס נאכצוקומען געוויסע סערוויסעס ווי דעקן פרי עקזיסטינג אומשטענדן און נאך
יעדער איז איינשטימיג אז אלע זאלן זיין געדעקט און פאר ביליג אבער די אינשורענס פירמעס קענען אדער ווילן נישט איינגיין דערויף
אבאמאקעיר האט צווישן אנדערן געזוכט אז פירמעס זאלן מוזן דעקן געוויסע סערוויסעס אבער באלאנסירט די פרישע פינאנציעלע לאסט מיט ארייניאגן א גרעסערע קליענט געמיינדע אין די מארקעט און גאר שטארק איינצוימען ביליגע פלענער וועלכע קונדן זוכן אבער פירמעס פארדינען מער דורך די טייערערע פלענער
אויב מער מענטשן לויפן צו די ביליגע פלענער ווערט עס שווערער פאר די פירמעס נאכצוקומען געוויסע סערוויסעס ווי דעקן פרי עקזיסטינג אומשטענדן און נאך
- Think and Thank
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5686
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm
די אלע טעכנישע דעטאלן קעניך גוט. איך פוינט נאר ארויס די פאקט אז שוין נאכדעם וואס די פארפוילטע אבאמאקעיר האט ארויפגעטריבן די קאסטן מיט צענדליגער פראצענט און געשניטן די מעגליכקייטן אזש די דעמאקראטן זענען שוין מודה אז מען דארף עס פארריכטן, האבן די זעלבע דעמאקראטן די העזה צו שטערן מענטשן וואס ווילן זיך ראטעווען פון באנקראט דורך קויפן א פלען וואס לוינט זיי בעסער אנשטאט צאלן פאר זאכן וואס זיי דארפן נישט.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
- א נייער
- שר האלפיים
- תגובות: 2074
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
- לאקאציע: ניי מאשין
הכל הבל האט געשריבן:ניו דזשערסי געזעצגעבער עפענען אויספארשונג אקעגן א געוועזענע געהילף צו גאווערנאר פיל מורפי
קוים געווארן גאווערנער, און אזוי שנעל?
לעצט פארראכטן דורך א נייער אום דינסטאג אקטאבער 16, 2018 5:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איך ווייס נישט וואס
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
ארויסגייענדער מישיגען גאווערנאר ריק סניידער וועטאירט א ביל וועלכע וואלט באפרייט געוויסע עיר קרעפט טיילן פון שטייער
סניידער צייגט אן אז די ביל וואלט אפגעקאסט 4 מיליאן דאלער א יאר און וואלט באדייט א טויש אינעם ריכטונג פון פינאנציעלע פאראנטווארטליכקייט די סטעיט האט אדאפטירט אונטער זיין זייגער
גלייכצייטיג האט סניידער אונטערגעשריבן א ביל וועלכע פארבאט די פארקויף פון אלקאהאלישע געטראנקן וועלכע אנהאלטן אין זיך מאריוואנא
סניידער צייגט אן אז די ביל וואלט אפגעקאסט 4 מיליאן דאלער א יאר און וואלט באדייט א טויש אינעם ריכטונג פון פינאנציעלע פאראנטווארטליכקייט די סטעיט האט אדאפטירט אונטער זיין זייגער
גלייכצייטיג האט סניידער אונטערגעשריבן א ביל וועלכע פארבאט די פארקויף פון אלקאהאלישע געטראנקן וועלכע אנהאלטן אין זיך מאריוואנא
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
הכל הבל האט געשריבן:די ערשט טערמיניגער ליוזיאנא דעמאקראטישע גאווערנארדזשאן בעל עדווארדס שיילט זיך לויט מאנכע ארויס אלץ פאטענציאלע פרעזידענטליכע מאטריאל פאר די מעסיגע פליגל פון די דעמאקראטישע פארטיי
איצט זאגט דער רעפובליקאנער סענעטאר קענעדי פון די זעלבע סטעיט אז ער טראכט פון לויפן פארן גאווערנאר אמט קעגן עדווארדס
קענעדי פארציילט אז לעצטע חודש האט ער גענומען אן אנקעטע איבער די מעגליכקייט פון אזא פארמעסט אין ער ציהט אן 51% קעגן עדווארדס וועלכע קומט אריין מיט 37%
קענעדי לייגט צו אז ער גלייכט די סענאט הגם עס ווייזט אויף א כאראקטער פראבלעם עס צו גלייכן, דאך גלייכט ער עס
(קענעדי איז באקאנט מיט זיין אייגנארטיגע רעטאריק סטיל און אינטערסאנטע שפראך)
קענעדי מעלדט איצט אז ער ווועט מעלדן אויב ער שפרינגט אריין אינעם גאווערנאר פארמעסט בעפאר דעצעמבער 1 למספרם
(פארצייכנט אייער קאלענדאר..)
הכל הבל האט געשריבן:פלארידא גאווערנאר ריק סקאט געבעטן די פלארידא סופרים קאורט נאכאמאל אריינצוקוקן אין זיין רעכט אנצוהויבן די פראצעדור פון נאמינירן סופרים קאורט ריכטער (נאך וואס די געריכט האט אים פארבאטן מיט עטליכע וואכן צוריק פון עס טוהן)
פארוואס האט מען אים פארבאטן?
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
- סאדאם חוסעין
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
אין סאן פראנציסקא קאליפארניע האבן די אינסטאנצן אויסגעגעבן ארום 300 טויזנט דאלער צו רעגיסטרירן נאן סיטיזאנס צו קענען שטימען אין לאקאלע וואלן ווי סקול באורד עלעקשאנס און נאך
די רעזולטאטן זענען געווען 49 רעגיסטרירטע!
די אורזאך איז איינפאך זינט איינמאל א מענטש רעגיסטרירט זיך ווערט די אינפארמאציע אויטאמאטיש די אייגנטום פון די פעדעראלע רעגירונג וועלכע קען צו יעדע צייט סובפינען די אינפארמאציע און עס דערנאך נוצן צו ארעסטירן די וועלכע האבן אימגרירט אומלעגאל

ווי קען איך ליינען א (אידישע) באשרייבונג פון די גאנצע סיסטעם פון די united states,ווי אזוי די אלעס ארבעט,
די לאקאלע government, די פעדעראל government,וואסערע מאכט האט איינער איבערן צווייטן,
וויאזוי פרעזידענטליכע וואלן ארבעט,
בקיצור א גאנצע היקף.
איך וועל זייער דאנבאר זיין!!!

יוד געוואלט טאנצן פון בריק.....
ברסלבר קומט צי אים געשיקט...
אל תתיאש גיט ער א שריי
זאגט די יוד. דאס שוין אויך נישט? 1...2...3