נייעס און נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40130
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס אין נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע
ווירדזשיניע סענאט דעמאקראטן האבן באוויזן צו בלאקירן א רעפובליקאנע ביל וועלכע וואלט פארלאנגט פון וויילער צו צייגן זייער אידענטיפיקאציע קארטלעך ביים שטימען
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40130
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס אין נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע
עס איז אן איינגעפירטע טראדיציע יעדע פיר יאר ווען ווירדזשיניע טוישט גאווערנאר אז דער ארויסגייענדער גאווערנאר לאזט איבער שפאסיגע פינגער אפדרוקן און איבערראשנדע וויצלעך פאר זיין נאכפאלגער אלץ טייל פון די אויפנאמע צו זיין נייע פאסטן
וויצן איז א טאלאנט און זעלבסטפאשטענדליך אז עס זענען דא וועלכע טויגן דערצו און עס זענען דא וועלכע זענען ווייניגער געלונגען
אצינד אז ווירדזשיניע האט ערוויילט א נייע רעפובליקאנע גאווערנאר זענען די נייגעריגע געזיצן אויף שפילקעס צו הערן פון די נייע יאנגקין אדמיניסטראציע וועלכע שפיצלעך עס האט זיי אפגעווארט אבער יענע זענען בכלל נישט געאיילט און צעגערן ארום זייענדיג מכסה טפחיים פאר יעדן שטיקל וועלכע זיי זענען האלבוועגס מודה אז עס האט זיי אנטפאנגען
אבער ווי די שטייגער פון אינפארמאציע ארויסצורינען הערט מען אז דאסמאל האט דער פריערדיגער דעמאקראטישע גאווערנאר איינגעפלאנצט מערערע סורפרייזעס אריינגערעכנט אן אנצוג אין א שאפע אינעם גאווערנארס פאלאץ
ער האט אויפגענייעט אן אנצוג נאכגעמאכט גענוי איינס מיט וועלכע יאנגקין פלעגט קאמפיינען נאר אנשטאט פון רויטע פאבריק האט ער עס געמאכט אין בלוי און אנשטאט א באקאנטע יאנגקין סלאגאן ארויפגענייעט האט ער געשטעלט א מעקאליף סלאגאן
א צווייטע איבערראשונג האט אפגעווארט יאנגקין אינעם גאווערנאר'ס אפיס וואו א גרויסע א גרויסע אויסשניט בילד פון פרעזידענט טראמפ פון קארדבאורד האט אפגעווארט דעם גאווערנאר און צוגעשריבן צו דעם" מיר וועלן רעדן אין קורצן איבער 2024 למספרם"
די געדאנק פון אזא אויסשניט איז אבער נישט ארגינעל און מיט יארן צוריק האט עס דאן גאווערנאר און היינט סענאטאר מארק ווארנער געטוהן איבערלאזנדיג אזא אויסשניט פון זיך זעלבסט אינעם פריוואטן שויער פונעם אריינקומענדן גאווערנאר און היינטיגע סענאטאר טים קעין
צוריק צו מעקאליף האט ער אויף איינגעפלאנצט פילע פענער פון א באקאנטע יוניווערסיטעט אין וועלכע יאנגקין פלעגט שפילן בעסקעט באל
מיט אכט יאר צוריק ווע מעקאליף האט געהאט די זעלבע אויפגאבע און דאן געדארפט איבערראשן זיין נאכפאלגער דעמאקראט ראלף נארטהעם האט ער איבערגעלאזט אויפן בעט ספעציעלע קאסטן קישנס מיט די ווערטער "שלאפן וועסטו אין קבר" (אקעי, ער האט געשירבן "מארגן" אבער איך האב עס טראנסעלירט אויף אידיש..) קלארצושטעלן פארן נייעם גאווענאר אז די ארבעט וואס ווארט אים אפ איז ווייט נישט לייכט
אין די פריערדיגע יארן זענען גאווערנארס געווען מער שעפעריש און די סופרייזעס זענען געועון פיל מער דראמאטיש ווען אין 2014 למספרם האט דער רעפובליקאנער גאווערנאר באב מקדאנעלד אנגעשטעלט די אלארם פון זיין וועקער זייגער אויף 4 אזייגער פארטאגס אויפצואוועקן דעם ניי ערווייילטן דעמאקראטישן גאווערנאר טערי מעקאליף און גיבן אנצוהערן אז מען דארף אויפשטיין פריה ווייל עס ווארט אסאך ארבעט
מיט 4 יאר בעפאר האט דער ארויסגייענדער גאווערנאר טים קעין איבערגעלאזט א סעלפאון אינעם עלעוועיטאר שעפט פונעם גאווערנארס פאלאץ און נאכאנאנד אריינגעקלונגען טרייבנדיג די מקדאנעלד געהילפן אין א געיעג נאכן קלונגעדיגן טעלעפאן און עס האט זיי געדויערט עטליכע טעג צו אידענטיפיצירן איר לאקאל
די חשוב'ע ליינער קענען אריינשיקן זייערע אייגענע געניאלע איינפעלער און געדאנקן איבער פאסיגע שפיצלעך וועלכע גאווערנאר יאנגקין זאל צוגרייטן פאר זיין נאכפאלגער און די 10 בליציגסטע רעיונות וועלן בל"נ ווערן צוגעשיקט צו די אדמיניסטראציע

- פאליטישע עקספערט
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17775
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
- פארבינד זיך:
Re: נייעס אין נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע
הכל הבל האט געשריבן:

א דאנק פאר די אינטערעסאנטע אינפארמאציע...
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40130
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס אין נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע
די יוטא סטעיט לעגיסלאטור האט געשטימט צו ענדיגן אלע לאקאלע מאסק מאנדאטן אין סאלט לעיק און אין סאמיט קאונטיס
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40130
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס אין נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע
א פלארידא היסטאריע פראפעסאר איז געווען געסקעדזשועלט צו גיבן א רעדע איבער סיוויל רייטס צו שולע לערער אבער די סקול דיסטריקט האט אפגערופן די אויפטריט זייענדיג באזארגט איבער מעגליכע קריטיקל ראסע טעאריע נאכווייען אין א צייט ווען סטעיט געזעצגעבער ארבעטן עס צו פארבאטן טראץ וואס די איצטיגע רעדע האט נישט געזאלט ערווענען די טעמע
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40130
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס אין נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע
אן אריזאנא סטעיט סענאט קאמיטע האט פאראויסגערוקט 7 בילס צו פארשטארקן עלעקשאן זיכערהייט
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40130
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס אין נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע
לויט די דזשארדזשיא געזעץ קענען נישט מענטשן וועלכע זענען נישט קיין בירגער שטימען
די סטעיט סענאט האט נעכטן געפרואווט צו באשטעטיגן אלץ א קאנסטוטיציאנאלע אמעדנמענט אבער עס איז דוכגעפאלן
די סטעיט סענאט האט נעכטן געפרואווט צו באשטעטיגן אלץ א קאנסטוטיציאנאלע אמעדנמענט אבער עס איז דוכגעפאלן
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40130
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס אין נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע
די אלאסקא סופרים קאורט האט געאורטיילט אין שטיצע פון די רענק טשויס בעלאט סיסטעם
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40130
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס אין נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע
אין ארעגאן האבן שטיצער פון די רענק טשויס בעלאט סיסטעם געפיילט א ביטע צו קענען איינשטעלן אזא סיסטעם
- אלעקסיי דער דריטער
- ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
- תגובות: 6438
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
- לאקאציע: נישט בשכנותנו
Re: נייעס אין נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע
דריי פייערלעשער זענען אומגעקומען ביי א הויז פייער אין באלטימאר, נאך וואס די ברענעדיגע געביידע איז איינגעפאלן ווען זיי האבן זיך געפינען אינעווייניג
א פערטע פייערלעשער איז ארויסגעראטעוועט געווארן פון די געביידע אין דעפונט זיך אין שפיטאל אין א סטאבילע צושטאנד

- אטעטשמענטס
-
- Screenshot 2022-01-25 221532.png (128.27 KiB) געזען 1591 מאל
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40130
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס אין נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע
שאן קעדל, א לאנגיעריגע ניו דזשערסי דעמאקראטישע ראטגעבער און געהילף צו געוועזענע סטעיט סענאטאר רעי לעסינאק דערקלערט זיך שולדיג אין רעקרוטירן צוויי פארשוינען אומצוברענגן א געוועזענע געהילף
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40130
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס אין נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע
דרום דעקאטע גאווערנאר שיינט צו גייןם אין די פיסטריט פון פרעזידענט טראמפ
זי האט אצינד אויפגענומען איר פיפטע שטאב הויפט זינט די איז ארויף אויפן גאווערנאר שטוהל אין 2019 למספרם
זי האט אצינד אויפגענומען איר פיפטע שטאב הויפט זינט די איז ארויף אויפן גאווערנאר שטוהל אין 2019 למספרם
- פאליטישע עקספערט
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17775
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
- פארבינד זיך:
Re: נייעס אין נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע
הכל הבל האט געשריבן:דרום דעקאטע גאווערנאר שיינט צו גייןם אין די פיסטריט פון פרעזידענט טראמפ
זי האט אצינד אויפגענומען איר פיפטע שטאב הויפט זינט די איז ארויף אויפן גאווערנאר שטוהל אין 2019 למספרם
א דעמאקראט אדער רעפובליקאנער?
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40130
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס אין נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:הכל הבל האט געשריבן:דרום דעקאטע גאווערנאר שיינט צו גיין אין די פיסטריט פון פרעזידענט טראמפ
זי האט אצינד אויפגענומען איר פיפטע שטאב הויפט זינט די איז ארויף אויפן גאווערנאר שטוהל אין 2019 למספרם
א דעמאקראט אדער רעפובליקאנער?
ר
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40130
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס אין נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע
צפון דעקאטע אטוירני דזשענענראל וועין סטענעדזשעם פלוצלינג געשטארבן אין עלטער פון 68 יאר
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40130
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס אין נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע
וויסקאנסין גאווערנאר טאני עווערס (ד) וויל נוצן די סטעיט בודזשע סורפלוס צו שיקן א 150 דאלער טשעק פאר יעדע איינוואוינער
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40130
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס אין נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע
באלטימאר סיטי'ס הויפט פראקורארין מערילין מאסבי אנגעקלאגט מיטן מאכן א פאלשע סטעיטמענט אויף א לאון אפליקאציע
- אלעקסיי דער דריטער
- ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
- תגובות: 6438
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
- לאקאציע: נישט בשכנותנו
Re: נייעס אין נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע
פעדעראלע ריכטער אין טעקסאס אורטיילט אז די סטעיטס אנטי BDS געזעץ איז אומקאנסטיטוציאנאל
לעצט פארראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום דינסטאג פעברואר 01, 2022 11:02 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40130
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס אין נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע
נעוואדע רעפובליקאנער זוכן אפשטימונגען וועלכע וועט פארלאנגען וויילער אידענטיפיקאציע און צוריקדרייען אלע מעיל אין וואוטינג
- אלעקסיי דער דריטער
- ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
- תגובות: 6438
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
- לאקאציע: נישט בשכנותנו
Re: נייעס אין נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע
וואשינגטאן 'ביורא אוו לייסענסינג' האט געמאלדן איבער אומרעגולערע סייבער אקטיוויטעטן געפונען אינערהאלב איר סיסטעם, וואס קען מעגליך האבן אויפגעדעקט פערזענליכע אינפארמאציע איבער אזויפיל ווי 250,000 פראפעסיאנאלע ארבעטער אין די סטעיט וואס דארפן צוקומען צו א רעגירונגס לייסענס צו קענען פראקטיצירן.
די אגענטור זאגט אז זי ארבעט אינאיינעם מיט די 'וואשינגטאן אפיס אוו סייבערסקיוריטי' ווי אויך די סטעיט אטוירני זשענראל אפיס צו פארשן די אינצידענט.
די אגענטור זאגט אז זי ארבעט אינאיינעם מיט די 'וואשינגטאן אפיס אוו סייבערסקיוריטי' ווי אויך די סטעיט אטוירני זשענראל אפיס צו פארשן די אינצידענט.
Re: נייעס אין נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:פעדעראלע ריכטער אין טעקסאס אורטיילט אז די סטעיטס אנטי BDS געזעץ איז אומקאנסטיטוציאנאל
אינטערעסאנט, די געזעצן גייען שוין אן פאר יארן... לאמיר האפן מען גייט עס עפילן.
- אלעקסיי דער דריטער
- ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
- תגובות: 6438
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
- לאקאציע: נישט בשכנותנו
Re: נייעס אין נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע
Wow a1 האט געשריבן:אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:פעדעראלע ריכטער אין טעקסאס אורטיילט אז די סטעיטס אנטי BDS געזעץ איז אומקאנסטיטוציאנאל
אינטערעסאנט, די געזעצן גייען שוין אן פאר יארן... לאמיר האפן מען גייט עס עפילן.
יע...
די סטעיט האט שוין איין מאל מאדיפיצירט די Anti BDS געזעץ צוליב א פריערדיגע געריכט אורטייל.
די יעתטיגע קעיס איז איבער א פאלעסטינע-אפשטאמיגע קאנטראקטאר וואס איז נישט גרייט נאכצוקומען די Anti BDS פארלאנגען פון די סטעיט ביים באמייען זיין קאנטראקט מיט די סטעיט, דעריבער האט ער געקלאגט אין געריכט.
Re: נייעס אין נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:Wow a1 האט געשריבן:אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:פעדעראלע ריכטער אין טעקסאס אורטיילט אז די סטעיטס אנטי BDS געזעץ איז אומקאנסטיטוציאנאל
אינטערעסאנט, די געזעצן גייען שוין אן פאר יארן... לאמיר האפן מען גייט עס עפילן.
יע...
די סטעיט האט שוין איין מאל מאדיפיצירט די Anti BDS געזעץ צוליב א פריערדיגע געריכט אורטייל.
די יעתטיגע קעיס איז איבער א פאלעסטינע-אפשטאמיגע קאנטראקטאר וואס איז נישט גרייט נאכצוקומען די Anti BDS פארלאנגען פון די סטעיט ביים באמייען זיין קאנטראקט מיט די סטעיט, דעריבער האט ער געקלאגט אין געריכט.
זעה איך יעצט אז עס איז געווארן עפילד אין די פיפטע סערקיד קארט, סא עס איז נישט ערווארטעט אז עס זאל אנהאלטן צו לאנג די אורטייל.....
- פאליטישע עקספערט
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17775
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
- פארבינד זיך:
Re: נייעס אין נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע
די אנטי בדס געזעצן זענען זייער שווער צו פארשטיין וויאזוי זיי זאלן זיין אויסגעהאלטן געזעצליך, סטעמירגעהערטאזאנס, וואס איז מיט פרייהייט פון אויסדרוק?
Re: נייעס אין נאטיצן פון סטעיט רעגירונגען איבער אמעריקע
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:די אנטי בדס געזעצן זענען זייער שווער צו פארשטיין וויאזוי זיי זאלן זיין אויסגעהאלטן געזעצליך, סטעמירגעהערטאזאנס, וואס איז מיט פרייהייט פון אויסדרוק?
ווייל ווען איינער איז נאר אויפגעברויזט אז אידן טוען עוולות איז דאס אנטיסעמיטיש, און פרייהייט פון אויסדרוק איז אויסדריקליך נישט אז מען מעג שרייען פייער אין א געשטופטע זאל.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם