פעדעראלע ריכטער אין ניו יארק בלאקירט אויף צייטווייליג די סטעיט פון אינפארסירן איר וואקסין מאנדאט פאר העלטקעיר ארבעטער.
די צייטווייליגע בלאקאדע קומט נאך וואס א גרופע העלטקעיר איינגעשטעלטע אין אפסטעיט ניו יארק האבן אריינגעגעבן א קלאגע אין געריכט אז די מאנדאט זיך צו וואקסינירן טוט פארלעצן זייערע קאנסטיטוציאנאלע רעכטן, זינט די מאנדאט געט נישט קיין אויסנאם פאר אזעלכע וואס ווילן זיך נישט וואקסינירן צוליב זייערע רעליגיעזע איבערצייגונגען. ריכטער דעיוויד הורד, האט געגעבן צייט פאר די סטעיט ביז סעפטעמבער 22 צו אפענטפערן די טענות פון די קלעגער.
א ווארטזאגער פאר גאווערנאר האוקעל זאגט אז מען קוקט אריין אין אלע לעגאלע אפציעס וויאזוי ווייטער צו גיין.
ריכטערין רעא האט געשריבן איר אורטייל פאר אן איינשטימיגן פאנעל אז די פארבאט איז אומקאנסטיטוציאנאל צוליב וואס פרייהייט פון אויסדרוק פארלאנגט צו ספענדן געלט און באגרעניצן די מעגליכקייט אויסצובארגן און צוריק איינקאסירן די געלט אן וואס עס זאל דינען אן ערנסטע רעגיורנגס אינטערעסע איז נישט אויסגעהאלטן
די ביידען אדמיניסטראציע האט אפעלירט די אורטייל צום סופרים קאורט און געשריבן די פארבאט איז יא אויסגעהאלטן און שטעלט בלויז ארויף א גאר מינימאלע באגרעניצונג אויף די ערשטע אמענדמענט רעכט און אז עס איז געציהלט צו באקעמפן קארופציע צוליב וואס די נאטור פון ביישטייערונגען וואס קומען אריין נאך די וואלן קענען פיל לייכטער בענעפיטירן זיגרייכע קאנדידאטן און ווערן געמאכט מיט די ערווארטונג פאר טובות אין אויסטויש
באזונדער אדרעסירן זיי די שטיק פון די קרוזקאמפיין ספעציפיש שרייבנדיג אז די קאמפיין איז געזיצן אויף מער פון 2 מיליאן דאלער נאך די וואלן און וואלט לייכט געקענט מאכן די צאהלונג פון די ביישטייערונגען ערהאלטן בעפאר די וואלן אזוי לאנג ווי זי טוט עס אין די ערשטע 20 טאג און אז די שאדנס פון 10 טויזנט דאלער איז עפעס וואס ער האט זיך זעלבסט פאראורזאכט
די קאמפיין האט רעאגירט זאגנדיג אז זיי האבן אינעם ווא טאג געהאט מער חובות וויפיל געלט זיי האבן געהאט אין די באנק און זיי האן בעפארצוגט צו דעקן הלוואות פון אנדערע מענטשן בעפאר זיי באצאהלן די הלוואה פונעם קאנדידאט זעלבסט
פארלאפענע דאנערשטאג האט די סופרים קאורט געמאלדן אז זיי וועלן אויסהערן די קעיס און די פראגע אויב זיי פארמאגן יוריסדיקציע איבער דעם וועלן זיי אויך באהאנדלען אין די זעלבע צייט וואס זיי וועלן באהאנדלען די מעריטס
הר גריזים האט געשריבן:WASHINGTON: Supreme Court Justice Brett Kavanaugh, who's been fully vaccinated since January, has tested positive for COVID, but has no symptoms.
געריכט ווארטזאגער באשטעטיגט אז קעווענאו וועט אנטייל נעמען אין די געריכטליכע סעסיעס פונדערהיים.
די סיטי האל געביידע אין באסטאן אין מאסאטשוסעטס פארמאגט דריי זוילן אינדרויסן פונעם קאמפלעקס אויף וועלכע עס פלאטערן פארשידענע פענער
אויף איינע פון די דריי איז ארויפגעצויגן א פאן פון די סיטי אבער עס ווערט רעגלמעסיג ארומגעטוישט צו גיבן א שאנס פאר אנדערע סימבאלישע פענער צו פלאטערן נאך וואס אזעלכע פארלאנגען גייען אריבער א באשטעטיגונגס פראצעדור
אין די 12 יאר אפשניט ביז 2017 למספרם האט די סיטי געהאט באשטעטיגט 284 פענער אויף די דערמאנטע סלופע אין פארבינדונג מיט עטנישע און קולטוראלע אפצייכענונגען אריינגערעכנט פון אנדערע לענדער און היסטארישע געשעענישן ווי צום ביישפיל איינס צו סאלידארירן מיט א געמיינע מארש
דאן איז אריינגעקומען א ביטע פון א רעליגיעזע גרופע וועלכע האט געזוכט ארויפצוציען א קריסטליכע פאן מיט א שתי וערב אין די צייט וואס זיי האבן דורכגעפירט א פארזאמלונג מיט קורצע רעדעס איבער די באסטאן היסטאריע אבער די סיטי האט אפגעווארפן די פארלאנג
די גרופע האט אריינגעטראגן א קלאגע אין געריכט זאגנדיג צווישן אנדערן אז זייערע רעכטן פאר פרייהייט פון אויסדרוק איז געווארן פארלעצט אבעראן איינשטימיגע דריי ריכטער פאנעל אויפן ערשטן סירקוט קאורט האט גענומען די זייט פון די סיטי שרייבנדיג אז עס איז פאר די רעגירונג צו באשליסן וועלכע סארט מעסעדזשעס זיי ווילן אינדארסירן
אין 1986 למספרם האט קאנגרעס באשטעטיגט א געזעץ וועלכע העכערט די שטראף פארן באזיצן קרעק קאקעין אז יעדע גראם קאקעין וואס מען באזיצט ווערט פאררעכנט ווי 100 גראם פאודער קאקעין ווען עס קומט צו די גרויס פונעם שטראף
אין 2010 למספרם האט קאנגרעס שטארק רעדוצירט די רעכענונג אין די היסטארישע פעיר סענטענסינג אקט אבער בלויז פאר צוקונפטיגע פארלעצער לאזנדיג טויזנטער פאראורטיילטע שימעלן איו טורמע אונטער צוגעטיילטע לאנגע שטראפן לויט די אמליגע סטאנדארטן
אלץ טייל פון די פוירסט סטעפ אקט אין 2018 למספרם האט קאנגרעס אדרעסירט די אישו מיטן שרייב אז די נייע 2010 למספרם געזעץ זאל אפעקטירן אויך די וועלכע זענען געווארן פאראורטיילט בעפאר יענע געזעץ
עדי יוסטאן איז געווען איינע די באטראפענע ווען ער איז אין 2008 למספרם געווארן פאראוטיילט פארן באזיצן מיטן פלאן צו פארקויפן קרעק קאקעין און נאך די באשטעטיגונג פונעם פוירסט סטעפ אקט האט ער זיך צוגעכאפט דערצו און פארלאנגט אז מען זאל איבערמאכן זיין סענטענס לויט באזירט אויף די פעיר סענטענסינג אקט סטאנדארד
אין זיי מאושען האט ער ציטירט די באקאנטע געזעץ וועלכע פארלאנגט פון ריכטער צו נעמען אין באטראכט א רייע פאקטארן בעפאר זיי פאראורטיילן עימיצן אריינגערעכנט די נאטור פון און אומשטענדן ארום די פארברעך, דעם אנגעקלאגטן'ס היסטאריע און כאראקטער, די סענטענסינג גיידליינס, און געברויך צו פארמיידן אומוויכטיגע עקסטרעמע סענטענס
די געזעץ איז די באקאנטע געזעץ באקאנט אלץ 3553 וועלכע פארלאנגט פון ריכטער צו באטראכטן די אויבנדערמאנטע פאקטארן ווען זיי פאראורטיילן אנגעקלאגטע "אונטער סיי וועלכע געזעץ"
ווען יוסטאן האט אריינגעגעבן זיין רעסענטענסינג פארלאנג און געבעטן די געריכט צו באטראכטן אט די פאקטארן האבן זיי אפגעווארפן זיין פארלאנג און ווען ער האט עס אפעלירט צום ניינטן קרייז געריכט האבן זיי געגעבן רעכט פארן דיסטריקט געריכט אז די פארלאנגען אין געזעץ 3553 זכענען נישט גילטיג ביי רעסענטענסינג אפליקאציעס זינט קאנגרעס האט נישט ארויסגעשריבן בפירוש אין די פוירסט סטעפ אקט אז מען דארף באטראכטן די 3553 פקטארן אויך ביים איבערמאכן אן אורטייל
יוסטאן האט אפעלירט די קעיס צום סופרים קאורט שרייבנדיג אז די פוירסט סטעפ אקט פארלאנגט פון ריכטער צו באטראכטן צו צו רעדוצירן אורטיילן און עס אנקוקן "אזוי ווי די פעיר סענטענסינג אקט סטאנדארטן זאלן ווען האבן געווען אין אפעקט אין די צייט פון די פארברעך"
לויט יוסטאן צייגן אט די ווערטער אז קאנגרעס האט געמיינט צו זאגן אז צוליב די נייע סטאנדארד דארף מען צוריקגיין למפרע און פונדאסניי פאראורטיילן די באשולדיגטע ווי עס וואלט געווען זייער ערשטע סענטענסינג (דהיינו, מיטן מוזן באטראכטן די פאקטארן אויסגערעכנט אין 3553) אבער מיט די נייע סטאנדארד
די סופרים קאורט האט פארלאפענע דאנערשטאג אקצעפטירט אויסצוהערן די קעיס
די קלעגער לייגן אויך א דגוש אז די פוירסט סטעפ אקט נוצט די ווארט "ארויפשטעלן אן אורטייל" וואס ווייזט אז קאנגרעס באטראכט די רעסענטענסינג ווי א פרישע סענטענסינג וואס באדייט אז אלעס וואס ריכטער דארפן באטראכטן ביים ארגינעלן אורטייל איז חל אויך ביים איבערגעמאכטן אורטייל
די קלעגער ברענגן ארויס אז די שפראך אין די פוירסט סטעפ אקט איז נישט געציהלט אוועקצושטעלן ווי אזוי ריכטער דארפן זיך אומגיין ביים ווידעראורטיילן מיטן אויסנאם פונעם פארלאנג זיך צו רעכענען די פעיר סענטענסינג סטאנדארד
אבער איבער די אלגעמיינע פארשריפטן ווי וועלכע פאקטארן יא אדער נישט צו באטראכטן איז בכלל נישט עפעס וואס זיי האבן געזוכט דירעקט צו אדרעסירן זיך פארלאזנדיג אויף די ארגינעלע סענטענסינג גיידליינס (וועלכע פארלאנגט צו קוקן אויף די 3553 פאקטארן)
פארלאפענע דאנערשטאג האט די סופרים קאורט באוויליגט אויסצוהערן די קעיס צוריק ארויף
לויט דזשאן האט ער געהאלטן די שאכטל אין האנט און נישט באמערקט די פאר שיך און זיך איינגעהאנקערט דערין און פארלוירן זיין באלאנס פירנדיג צו דעם אז די טרעפ פארנט פון אים איז פארוואנדלט געווארן צו אן עסקעלעיטאר אים אראפשליידערנדיג ביז אונטן גאר שנעל
דזשאן איז ווייטער געגאנגען מיטן שידוך און שפעטער געהייראט די אייגנטומער פון די שיך אבער ער האט צו ערשט געמוזט אריבערגיין 3 אפעראציעס און מאנאטן פון פיזישע טעראפי
אין 2019 למספרם האט דזשאן געפיילט אן אנקלאגע אקעגן זיין פרוי מיט די באשולדיגונג אז איר אהינשטעלן די פאר שיך איז געווען א פארנאכלעסיגונג און געשטעלט זיין וואוילזיין אין געפאר ווען ער איז געלאדנט געווארן אהין אלץ גאסט און פארלאנגט אנטשעדיגונג פון 80 טויזנט דאלער מעדיצינישע בילס אין צוגאב פון 18 טויזנט דאלער אין פארלוירענע געהאלט דורכאויס די מאנאטן פון זיין ערהוילונג
זעלבסטפארשטענדליך אז דזשאן'ס אנקלאגע איז בעיקר געווען מיטן רעכענונג אז די אינשורענס פירמע וועלכע האט געדעקט איר הויז זאל באצאהלן די שאדנס און פרוי וואלווארט איז גערופן געווארן אויפצוטרעטן אין געריכט צו פארציילן איר זייט פון די געשיכטע
די פרוי האט געזאגט פארן געריכט אז זי פלעגט רעגלמעסיג אהינשטעלן אירע שיך און עס איז איר נישט בייגעפאלן צו ווארענען איר גאסט צו זיין פארזיכטיג אבער קען נישט זאגן ווי אזוי איר מאן איז אומגעפאלן זינט זי איז נישט געווען אנוועזנד אין יענע צייט אויפן פלאץ
ווערנדיג געפרעגט אויב זי האלט אז וואס עס האט פאסירט עס איר שולד האט זי ווי אן אשת חיל געזאגט אז זי האלט אזוי
די אדוואקאטן פאר די אינשורענס פירמע האבן נישט באשולדיגט די פארפאלק און וועבן א קנוניא צווישן זיך אויפן חשבון פון די פירמע אבער האבן יא קלארגעשטעלט אז מענטשן וועלכע שענקן געווענליכע אויפמערקזאמקייט ווען זיי גייען וועלן באמערקן ווען א פאר שיך ליגט אפן אויף דער ערד פארנט פון זיי און דעריבער וואלט דזשאן געברויכט זיין מער פארזיכטיג און עס איז נישט די פאראנטווארטליכקייט פון זיין פרוי און דעריבער דארפן זיי נישט דעקן די שאדנס