נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
א דאך
שר האלפיים
תגובות: 2583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 19, 2021 4:44 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א דאך »

Wow a1 האט געשריבן:מוירדיג הכל!!

גא"מ
MAKE AMERICA ORANGE AGAIN
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4128
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

סאטאמאיאר האט ציזאמגערעדט אזאנע נארישקייטן...

עס קוק אויס ווי זי נעמט אירע נייעס פון MSNBC ....
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

Wow a1 האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:סאטאמאיאר: איבער 100 טויזנט קינדער אין ערנסטע צושטאנד, פילע אויף ווענטעלעיטארס

וואס איז נישט נאנט צום זיין אמת.

סי די סי דירעקטארין וואלענסקי היינט געפרעגט איבער די 100 ציפער

ברעט בעיער פון פאקס האט געפרעגט אויב די ריכטיגע ציפער פון קינדער האספאטאליזאציעס איז ארום 3500 אויף וועלכע וואלעסקי האט געענטפערט יא און דאן אנגעהויבן רעדן איבער אומוואקסינירטע קינדער

בעיער האט איר איבערגעהאקט זאגנדיג אז ער פארשטייט וואס זי וויל זאגן אבער ער וויל זיין קלאר אז די ציפער איז ארום 3500 און נישט 100 טויזנט

וואלענסקי האט עס באשטעטיגט אבער נישט געוואוסט וויפיל פון זיי זענען אויף ווענטעלעיטארס

בעיער איר געפרעגט אויב זי שפורט אז עס איז איר פאראנטווארטליכקייט אויסצובעסערן ריכטערין סאטאמאיאר

זי האט נישט געענטפערט דירעקט נאר געזאגט אז איר ארבעט איז צוצושטעלן רעקאמענדאציעס און גיידענס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

נו ווען גייט אן אורטייל לאנדן?

בעסער געפרעגט ווען מוז עס?

מארגן גייט אריין אין קראפט די רעגולאציע אבער נאר די טייל וועלכע פארלאנגט פון אומוואקסינירטע צו קומען פארמאסקירט אבער נישט די רעגלמעסיגע טעסט טייל און אויך נישט די שטראף
יענץ גייט ערשט אריין אין קראפט פעברואר למספרם
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:גארסוטש האט געוואלט פארשטיין פארוואס מען האט נישט מאנדאטירט וואקסינען ביי אנדערע ווירוסן ווי די פלו און ווען דער סאליסיטאר דזשענעראל האט אנגעוויזן אז די איצטיגע ווירוס איז אסאך מער טויטליך האט גארסוטש געפרעגט פארוואס מען האט נישט מאנדטירט פאליא וואקסינען

אין די צייט וואס די רעכטע שפעטן אפ פון סאטאמאיאר וועלכע האט זיך געאייסערט אז עס זענען דא 100 טויזנט ווירוס קראנקע קינדער אין די שפיטעלער שיסן די לינקע צוריק מיט שפאס פון גארסוטש וועלכע האט געזאגט אז הונדערטער טויזנטער שטארבן יערליך פון די פלו

האט גארסוטש טאקע אזוי געזאגט?

גארסוטש זאגט איך גלויב "הונדערטער" "טויזנטער"
די לינקע האבן עס געהערט ווי האנדרעד אוו טאוסענדס בעת די רעכטע הערן עס ווי האנדרעדס, (זיך כאפנדיג אז עס איז מער זאגט ער אז עס איז גאר אין די) טאוסענדס

איר קענט באשליסן ווער עס איז גערעכט

הכל הבל האט געשריבן:

סופרים קאורט אמענדירט די אפיציעלע געריכט טראנסקריפט
ארגינעל איז געשטאנען האנדרעדס אוו טאוסענדס און דאס האט געברענגט די לינקע אפצושפעטן פון גארסוטש
אצינד האט מען עס פארראכטן צו האנדרעדס, טאוסענדס נאך וואס דאס איז וואס מען הערט דעם ריכטער זאגן אויפן רעקארדירונג
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15481
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

נעבעך די מידיע...

טו די פוינט; הכל הבל, איך לעז מיט אויסטערלישע אינטערעסע ממש יעדע פון דיינע דעטאלירטע געריכט געריכטן (לשון נופל) וועלכע דו ריכסט אונז אן, צום באלעקן.

דאס מאל איז נאך אן אויסנאם צוליב וואס דער קעיס בארירט דעם ביזנעס וואו איך זיץ איבערן טאג, און די דעטאלן מאכן מיך אויסקוקן גוט ביי די זיצונגן....

יישר כח מעימקא דלבא, כ’גלויב אז די ארבעט איז נישט לייכט סאו ווילעך זאגן א גראבע יישר כח איין מאל און נאך א מאל.

יישר כח
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יאנאש האט געשריבן:נעבעך די מידיע...

יישר!!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

קומט איצט די נייעס אז דאנערשטאג גייט די געריכט ארויסגעבן כאטש איין אורטייל

גייט עס זיין די וואקסין מאנדאט קעיס?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פארלאפענע פרילינג האט די רעפובליקאנע קאנטראלירטע לעגיסלאטור באשטעטיגט א וואל רעפארם ביל וועלכע טוט לויט זיי פארשטארקן וואל זיכערהייט און גאווערנאר ראן דסאנטיס האט עס אונטערגעשריבן

קורצליך דערויף איז די ביל געקומען אונטער א באראזש פון לעגאלע אטאקעס פון מערערע ריכטונגען און וואו מען שטייט אצינד האט פעדעראלע דיסטריקט ריכטער מארק וואלקער (נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא) צוזאמגעשמאלצן פיר באזונדערע אנקלאגעס אין איין גרויסע קעיס און באשטימט א דאטום אויף יונואר 31 למספרם אויסצוהערן די ארגומענטן פון ביידע זייטן

די קלעגער באקלאגן זיך אז די געזעץ באגרעניצט דאס שטימען דורך די פאסט און טוט שווער ווירקן אויף מינאריטעטן און עלטערע אפצוגעבן זייער שטימע און איז לויט זיי אומקאנסטיטוציאנאל און דער ריכטער האט נישט אנגענומען די פארלאנג פון די סטעיט ארויסצואווארפן די קעיס שרייבנדיג אז די קלעגער האבן איבערצייגט אז די געזעץ שאפט אמווייניגטנס עפעס שוועריקייטן פאר מענשטן צו שטימען אז עס פארדינט צו ווערן געהעריג אויסגעהערט

דער ריכטער האט באפרייט עטליכע רעגירונג באאמטע פון פיגורירן אלץ אנגעקלאגטע און געלאזט סעקרעטערי אוו סטעיט לאורעל לי, אטוירני דזשענעראל עשלי מודי, און א רייע עלעקשאן סופערווייזארס אלץ די אנגעקלאגטע

אונטער די געזעץ מוזן וואוט ביי מעיל בעלאט דראפ אף שאכטלען אלעמאל זיין אונטער די אויפזיכט פון עלעקשאן שטאב און די שאכטלען קענען בלויז זיין צוגעשטעלט ורכאויס ערלי וואוטינג שטונדן און ביי ערלי וואוטינג לאקאלן און סופערווייזארס וועלכע פארלעצן די געזעץ קענען אויסשטיין א שטראף פון 25 טויזנט דאלער

לויט די קלעגער וועט עס שאפן פראבלעמען פאר מענשטן וועלכע ארבעטן איבערן טאג און פאר דיסעבלד וויילער וועלכע וועלן נישט קענען איבערלאזן זייער בעלאט אין א שאכטל אינדרויסן אויב די סופערווייזאר וועלן בלויז זיצן אינווייניג און דארטן האבן די דראפ אף שאכטלען

זיי באקלאגן זיך אויך איבער א רייע דיסקלעמיערס וועלכע דריטע פארטיי וויילער רעגיסטראציע גרופעס (עסקנים) וועלן מוזן ארויסשרייבן ווען זיי נעמען צוזאם וויילער רעגיסטראציע אונטערשפריטן פון מענטשן

די פארלאנג איז צו מעלדן אז די גרופע טוט זיך נישט פארפליכטן אז זיי וועלן באווייזן איבערצוגעבן די רעגיסטראציע בויגן אין צייט פאר די עלעקשאן סופערווייזאר און מעגליך פארשפעטיגן (לויט די געזעץ מוזן זיי עס איבערגעבן פאר די סופערוייזאר אין דיזעלבע קאונטי וואו דער אונטערגעשריבענער וואוינט ביז 14 טאג נאך וואס יענער שרייבט אונטער די בויגן) און קלארשטעלן אז אויב יענער וויל זיין פארזיכערט אז ער ווערט רעגיסטרירט קען ער אראפגיין פערזענליך, אריינשיקן דורך די פאסט אדער זיך רעגיסטרירן אנליין

לויט די קלעגער טוען אזעלכע דיסקלעימערס אריינשניידן אין די צוטרוי פון מענטשן אויסצופולן די רבויגנס ביי די עסקנים דרייווס און עווענטועל קענען זיי זיך טרעפן אומרעגיסטרירט

די קלעגער טענה'ן אויך אז די געזעץ פארבאט צוצושטעלן עסן אדער טרונקען אינערהאלב 150 פיס פון די זאנע וואו מען שטימט און לויט זיי גייט עס איבריג ווייט און איבערגעטריבן פארלעצנדיג ערשטע אמענדמענט רעכטן

נעכטן מאנטאג האט דער ריכטער נאכגעגעבן א פארלאנג אפצוהאלטן די סעסיע ווירטואל טראץ וואס ער גלייכט נישט די געדאנק פארשטייט ער אז עס איז די בעסטע אפציע צו פארזיכערן אז די קעיס ווערט נישט פארשלעפט צוליב ווירוס אנטוויקלונגען
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סאטאמיאר האלט אן איר איינפיר דערווייל נישט צו ערשיינען פערזענליך נאר האלט מיט פארהערן ווירטואל

היינט אינדעפרי איז געקומען די נייעס אז ברייער פאלגט נאך איר ביישפיל אבער איצט ווערט קלאר אז עס איז געקומען צוליב א שנעלע טעסט וועלכע האט פאלש געוויזן פאזיטיוו אבער זינט דאן איז קלאר געווארן אז דער ריכטער איז נישט אנגעשטעקט מיטן ווירוס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג שמות
ספעשל קאונסעל דזשאן דורהעם האט אויפגעברענגט אין געריכט א פאטענציאלע קאנפליקט אוו אינטערעס וועלכע דער אדוואקאטן פירמע וועלכע רעפרעזענטירט די הויפט קוואל צו די קריסטאפער סטיעל דאסיער קען מעגליך האבן צוליב וואס איינע פון זייערע אדוואקאטן האבן געארבעט פאר די קלינטאן קאמפיין

די רעדע איז איבער דעם רוסיש אפשטאמיגער איגאר דאנשענקא וועם דורהעם האט אנגעקלאגט מיטן ליגן זאגן פאר די עף בי איי און האט זיך דערקלערט אומשולדיג

דאנשענקא האט רעקרוטירט דניאל אנאראטא און סטוארט סיערס פון די פירמע סקערטלער& אנאראטא אים צו רעפרעזענטירן אין געריכט

די זארג אצינד אויפגעברענגט דורך דורהעם איז אז א דריטע אדוואקאט, ראבערט טראוט וועלכע ארבעט פאר די זעלבע געזעץ פירמע איז געווען פארבונדן מיט די קלינטאן קאמפיין און האט זיי רעפרעזענטירט און אז די אינטערעסען פון די קלינטאן קאמפיין און פון דאנשענקא קענען זיין קעגנזייטיג צוליב וואס ביידע פון זיי וועלן מעגליך זוכן צו ווארפן די שולד אויפן צווייטן פארן פיטערן די אומבאשטעטיגטע באריכטן צו די עף בי איי

טראוט זעלבסט איז נישט פארמישט אין די דאנשענקא קעיס אבער דורהעם האט פארט געברענגט צום אויפמערקזאמקייט פון די געריכט אז עס קען זיין א מעגליכע פראבלעם

ער אנערקענט אז דער ריכטער איז באפולמעכטיגט צו גיבן די גרינע ליכט פאר די פירמע ווייטער צו זיצן אויפן קעיס אבער ער וויל כאטש אז די געריכט זאל עס אדרעסירן און באשליסן די פראגע

ריכטער שיבט אפ אנהויב פון דאנשענקא פראצעס אויף ביז אקטאבער 11 למספרם צוליב וואס מען דארף מער צייט מסדר צו זיין קלאסיפיצירטע רעקארדס
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:טענקס הבל!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:קומט איצט די נייעס אז דאנערשטאג גייט די געריכט ארויסגעבן כאטש איין אורטייל

גייט עס זיין די וואקסין מאנדאט קעיס?

די מאנדאט אורטייל קומט נישט היינט
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4128
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:קומט איצט די נייעס אז דאנערשטאג גייט די געריכט ארויסגעבן כאטש איין אורטייל

גייט עס זיין די וואקסין מאנדאט קעיס?

די מאנדאט אורטייל קומט נישט היינט

וואס יא ווייסט מען?

--

איינער שרייבט אז די מאנדאט איז אויף די עמערזשענסי דאקיט, און א אורטייל קען קומען איעדע מניט...
לעצט פארראכטן דורך Wow a1 אום דאנערשטאג יאנואר 13, 2022 10:26 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

Wow a1 האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:קומט איצט די נייעס אז דאנערשטאג גייט די געריכט ארויסגעבן כאטש איין אורטייל

גייט עס זיין די וואקסין מאנדאט קעיס?

די מאנדאט אורטייל קומט נישט היינט

וואס יא ווייסט מען?

איר מיינט צו פרעגן ווען עס גייט יא קומען? מען ווייסט נישט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סופרים קאורט בלאקירט 3-6 וואקסין מאנדאט אבער ערלויבט העלט קעיר מאנדאט פאראויסצוגיין
די העלט קעיר מאנדאט גרינע ליכט איז 4-5 ווען טאמאס, אליטא, גארסוטש און בערעט זענען אין די מינאריטעט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:קומט איצט די נייעס אז דאנערשטאג גייט די געריכט ארויסגעבן כאטש איין אורטייל

גייט עס זיין די וואקסין מאנדאט קעיס?

די מאנדאט אורטייל קומט נישט היינט

שטעלט זיך ארויס אז זיי האבן עס באשלאסן נישט ארויסצולייגן אלץ אן אורטייל נאר אלץ אן ארדער און דעריבער ווען מען האט נישט געהערט אינדערפרי איבער דעם ביי די אורטיילן האט מען געקלערט אז עס איז דערנאך פארן טאג
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15481
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

הכל הבל האט געשריבן:סופרים קאורט בלאקירט 3-6 וואקסין מאנדאט אבער ערלויבט העלט קעיר מאנדאט פאראויסצוגיין
די העלט קעיר מאנדאט גרינע ליכט איז 4-5 ווען טאמאס, אליטא, גארסוטש און בערעט זענען אין די מינאריטעט

וואו איז ברעד קאווענאו ווען מען ברויך אים :evil:

שכוח הבל

ביידיוועי גוגל ווייסט נאכנישט דערפון
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יאנאש האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:סופרים קאורט בלאקירט 3-6 וואקסין מאנדאט אבער ערלויבט העלט קעיר מאנדאט פאראויסצוגיין
די העלט קעיר מאנדאט גרינע ליכט איז 4-5 ווען טאמאס, אליטא, גארסוטש און בערעט זענען אין די מינאריטעט

וואו איז ברעד קאווענאו ווען מען ברויך אים :evil:

שכוח הבל

געווארנט אינעם אנאליז אויפן מונדליכע סעסיע אז קעווענאו גייט אין יענע ריכטונג
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3646
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

יאנאש האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:סופרים קאורט בלאקירט 3-6 וואקסין מאנדאט אבער ערלויבט העלט קעיר מאנדאט פאראויסצוגיין
די העלט קעיר מאנדאט גרינע ליכט איז 4-5 ווען טאמאס, אליטא, גארסוטש און בערעט זענען אין די מינאריטעט

וואו איז ברעד קאווענאו ווען מען ברויך אים :evil:

שכוח הבל

כפוי טובה וואס ער איז…..
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

פוילער האט געשריבן:
יאנאש האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:סופרים קאורט בלאקירט 3-6 וואקסין מאנדאט אבער ערלויבט העלט קעיר מאנדאט פאראויסצוגיין
די העלט קעיר מאנדאט גרינע ליכט איז 4-5 ווען טאמאס, אליטא, גארסוטש און בערעט זענען אין די מינאריטעט

וואו איז ברעד קאווענאו ווען מען ברויך אים :evil:

שכוח הבל

כפוי טובה וואס ער איז…..

טאקע א כפוי טובה

ווי וואגט ער זיך צו אורטיילן לויט וויאזוי ער זעט די געזעת ווי איידער לויט פאליטישע מיינונגען??
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3646
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
פוילער האט געשריבן:
יאנאש האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:סופרים קאורט בלאקירט 3-6 וואקסין מאנדאט אבער ערלויבט העלט קעיר מאנדאט פאראויסצוגיין
די העלט קעיר מאנדאט גרינע ליכט איז 4-5 ווען טאמאס, אליטא, גארסוטש און בערעט זענען אין די מינאריטעט

וואו איז ברעד קאווענאו ווען מען ברויך אים :evil:

שכוח הבל

כפוי טובה וואס ער איז…..

טאקע א כפוי טובה

ווי וואגט ער זיך צו אורטיילן לויט וויאזוי ער זעט די געזעת ווי איידער לויט פאליטישע מיינונגען??

אה סא ביסט מודה אז ער איז ביי פארטיזען?

נאוטעד.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”