נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

פיין פיין א דאנק אייך!

ווען איז ערווארטעט א אורטייל?
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ארחיקה נדד האט געשריבן:
פיין פיין א דאנק אייך!

ווען איז ערווארטעט א אורטייל?
נישטא קיין דאטום אבער געווענליך קומען גרויסע אורטיילן ערגעץ אין יוני למספרם
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
ארחיקה נדד האט געשריבן:
פיין פיין א דאנק אייך!

ווען איז ערווארטעט א אורטייל?
נישטא קיין דאטום אבער געווענליך קומען גרויסע אורטיילן ערגעץ אין יוני למספרם
האפנטליך וועט מען באווייזן צו ברענגן א שטיקל באריכט איבער די פערקאוקא פראצעס פריער..
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

געגאנגען
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
ארחיקה נדד האט געשריבן:
פיין פיין א דאנק אייך!

ווען איז ערווארטעט א אורטייל?
נישטא קיין דאטום אבער געווענליך קומען גרויסע אורטיילן ערגעץ אין יוני למספרם
האפנטליך וועט מען באווייזן צו ברענגן א שטיקל באריכט איבער די פערקאוקא פראצעס פריער..
הכל הבל האט געשריבן:
ווי באריכטעט אינדערפרי האט די סופרים קאורט באוויליגט אויסצוהערן 2 קעיסעס וועלכע שטאמען ביידע ארויס פון א ברייטפארצווייגטע אנקלאגע דורך פעדעראלע פראקורארן אין ניו יארק מיט יארן צוריק אבער די די צוויי זענען באזונדערע קעיסעס מיט אנדערע ארגומענטן

פאלגענד איז א באריכט איבער ביידע פון זיי און ביים אויספיר וועט קלאר ווערן די גענויע פראגע וואס שטייט פארנט פון די געריכט וועלכע וועט אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן אינעם קומענדיגן טערמין

די קעיס גייט צוריק צו א סטעיט פראיעקט געמאלדן אין ניו יארק אין 2011 למספרם ווען דאן גאווערנאר ענדרו קאומא האט אנאנסירט א פראיעקט צו אינוועסטירן א ביליאן דאלער פאר אינפראסטרוקטור אין באפעלאו און איר ארום געצינלט צו שאפן דזשאבס און הייבן די לאקאלע ניו יארק סטעיט עקאנאמיע

די פלאן איז געווארן באצייכנט אלץ די "באפעלאו ביליאן פראיעקט" און האט פון די ערשטע מינוט נאטורליך געצויגן אינטערעסע ביי גרויסע פירמעס צו קענען בענעפיטירן דערפון


-פרשת פערקאוקא-

דזשאסעף פערקאוקא האט אין 2012 למספרם געארבעט אלץ הויכראנקיגע געהילף פאר גאווערנאר קאומא און האט זיך פארבינדן מיטן לאביאיסט טאד האיע און די צוויי האבן אויסגעארבעט א פלאן אונטער וועלכע פרוי פערקאוקא וועט באקומען א פאסטן ביי האיע'ס א קליענט פיטער קעלי פון CPV און זי וועט פאר עטליכע שטונדן ארבעט א וואך באקומען 7500 דאלער פער מאנאט און אין אויסטויש וועט פערקאוקא נוצן זיין איינפלוס צו פארזיכערן אז CPV באקומט א קאנאטראקט צוצושטעלן פאוער פאר די סטעיט רעגירונג אויפן חשבון פון איינס פון זיינע קאנקורענטן וועלכע האט געהאט ביז דאן די קאנטראקט און אין צוגאב וועט ער העלפן אז זיי זאלן באקומען א קאנטראקט אויפצובויען א נייע פאוער פלענט אין ניו דזשערסי

אין 2014 למספרם האט פערקאוקא פארלאזט קאומא'ס רעגירונג אפיס און אריבער ארבעטן פאר זיין ווידערערוויילונג קאמפיין און דאן האט ער אויסגעהאמערט אן אפמאך מיטן אויבנדערמאנטן סטיווען אעילא פון COR פון וועם ער האט באקומען 55 טויזנט דאלער אין אויסטויש פון איבערצייגן א סטעיט אגענטור נישט צו צוואונגען די פירמע איינצוגיין אויף א קאסטבארע לעיבאר אפמאך

פערקאוקא האט איבערצייגט די פירער פון א סטעיט אגענטור צו ערלויבן די פראיעקט פאראויסצוגיין אן פארלאנגען אן אפמאך מיט לאקאלע יוניאנס

אין סעפטעמבער 2017 למספרם האט א גרענד דזשורי געפונען קאלאיעראס, אעילא, גערארדי, און סימינעלי שולדיג מיט 1 קאונט פון ווייער שווינדל

באזונדער זענען פערקאוקא און קעלי געפונען געווארן שולדיג אויף ביידע סקאנדאלן און אויף א רייע קאונטס דורך א באזונדערע דזשורי




-משפט פערקאוקא-

פערקאוקא איז געווארן אנגעקלאגט פארן נעמען כאבאר אין אויסטויש פארן פארזיכערן קאנטראקטן און אנדערע טובות פאר CPV און שפעטער פאר COR וואס דאס הייסט אז ער האט פארלעצט די צוטרוי וואס די פובליק האט מיטן נעמען בענעפיטן אין אויסטויש פון פארזיכערן געוויסע שריט מצד די רעגירונג

זיינע ארגומענטן פארנט פון די צוויי סירקוט זענען געווען

1) דער פראצעס ריכטער האט געזאגט פאר די דזשורי אז "אפילו אויב" דער אנגעקלאגטער האט נישט פארשפראכן פאר די קאנטראקטער ספעציפישע זאכן וואס ער גייט זיי ערלעדיגן נאר בלויז פארזיכערט אז ער גייט ארבעטן פאר זייער בענעפיט איז עס גענוג אים צו געפונען שולדיג

דער ריכטער האט עס געטוהן אין ליכט פון פריערדיגע פרעצעדענט פון די צווייטע סירקוט וועלכע האט אזוי געשריבן

די פערקאוקא פראצעס איז אבער פארגעקומען נאך וואס די סופרים קאורט האט שוין געהאט געאורטיילט אז מען קען נישט קלאגן פאר אזא סארט קוויד פרא קווא כאבאר אויסטויש נאר אויב דער באשולדיגטער האט פארשפראכן דורכצופירן "א געוויסע אקט" וואס מען קלאר קלאר ממחיש זיין, א שטייגער ווי עפעס וואס רעגירונג באאמטע וואלטן געקענט פארשטעלן אלץ זייער אגענדע און עפעס וואס מען גייט ערלעדיגן און וואס זיי ווילן דורכפירן אבער בלויז פארוואלקענטע פארשפרעכונגען אז מען וועט "ארבעטן פאר יענעם'ס בענעפיט" איז נישט אין כלל

טענה'ט פערקאוקא אז צוליב וואס די דזשורי איז געווארן אינסטרוקטירט נישט אין איינקלאנג מיט די סופרים קאורט אורטייל איז די פראצעס נישט אויסגעהאלטן

די צווייטע סירקוט האט עס אבער אפגעווארפן שרייבנדיג אז עס איז ריכטיג אז דער ריכטער האט נישט געגעבן די ריכטיגע אינסטרוקציע אין ליכט פון די סופרים קאורט אורטייל אבער זיי שטרייכן אונטער אז די אינסטרוקציע גרייז האט נישט געברענגט קיין ערנסטע שאדנס צו פערקאוקא ווייל אפילו מיט די ריכטיגע אינסטרוקציעס וואלטן דזשורארס געקומען צום זעלבן אויספיר זינט פערקאוקא האט געגעבן קלארע פארזיכערונגען פון ספעציפישע פראיעקטן וועלכע ער וועט ברענגן צום טיש

2) די צווייטע און פיל מער פונדאמענטאלע ארגומענט פון פערקאוקא איז געווען אז דער ריכטער האט פארארדנט די דזשורי אז זיי קענען באזירן זייער באשלוס אויך אויף די שריט פון פערקאוקא אין די COR שווינדל טראץ וואס עס האט פאסירט שוין נאך וואס ער האט פארלאזט זיין רעגירונג אפיס און אריבער ארבעטן פאר קאומא'ס קאמפיין "אזוי לאנג ווי ער האט דאמינירט און קאנטראלירט סיי וועלכע רעגירונג ביזנעס און מענטשן אין די רעגירונג האבן זיך פארלאזט אויף אים צוליב די ספעציעלע פארבינדונג ער האט געהאט מיט די רעגירונג"

געוענליך איז אנגענומען אז ווען עמיצער וועלכע איז איינגעשטעלט אין די רעגירונג נעמט געלט אין אויסטויש פארן פארזיכערן געוויסע רעגירונג שריט הייסט יענער א קרוק אבער אויב איז יענער א פריוואטע בירגער איז יענער וואס מיר רופן א לאביאיסט

וואס בלייבט אומאנטשידן איז ווען עימיצער האט צוליב סיי וועלכע סיבה (אנגעהויבן פון זיין פריערדיגע פאזיציע אין די רעגירונג און ווייטערדיגע אליאנץ מיט מאכטפולע ערוויילטע באאמטע און געענדיגט ביי פאמיליע מיטגלידער פון ערוויילטע באאמטע און אלעס אינצווישן) שטארקע איינפלוס אויף די רעגירונג אבער ער איז פארט א פריוואטע בירגער

די צווייטע סירקוט קאורט האט געשריבן אז אין אט די אינסטרוקציע זעען זיי נישט קיין פראבלעם און עס איז באזירט אויף זייער פריערדיגע פרעצעדענט אז אן אנגעקלאגטער מוז נישט האלטן אן אפיציעלע רעגירונג פאזיציע צו קוואליפיצירן פאר אזא סארט שווינדל

די סירקוט קאורט האט באזירט איר אורטייל אויף די "מעריגאטא" אורטייל דורך די זעלבע באנק מיט ארום 40 יאר צוריק וועלכע האט געשריבן אז אזעלכע וואס האבן דאמינאנץ אויף די רעגירונג קענען ווערן אנגעקלאגט אויף אזעלכע פארברעכנס

די פראבלעם איז אבער אז די "מעריגאטא אורטייל" איז געווארן ארויסגעווארפן דורך די סופרים קאורט צוליב אן אנדערע אישו וועלכע זיי האבן געהאלטן אז יענע ספעציפישע קלאגע אין די מעריגאטא קעיס האט אריינגענומען אנדערע פאקטארן וועלכע קאנגרעס האט נישט איינגעשלאסן אינעם געזעץ אבער די סופרים קאורט האט קיינמאל נישט אדרעסירט אונזער ספעציפישע פראגע אויב צו קענען ווערן באשולדיגט אויף אזעלכע סארט שווינדל פארלאנגט זיך צו באזיצן א פארמאלע רעגירונג פאזיציע

קאנגרעס האט אויך קיינמאל נישט קלארגעשטעלט די פראגע ווען זיי האבן ארגינעל געשריבן די געזעץ איבער אזא פארברעך און שפעטער ווען זיי האבן דורכגעפירט א געזעץ וועלכע זאל איינשליסן דאס וואס די סופרים קאורט האט גע'טענה'ט איז חסר מן הספר וואלטן זיי אויך געקענט קלארשטעלן די פראגע אויב מען קען קלאגן עימיצן מיט מאכט און איינפלוס טראץ וואס ער ארבעט נישט אפיציעל אבער זיי האבן עס נישט געטוהן

אין די איצטיגע קעיס מיט פערקאוקא האט די צווייטע סירקוט באשלאסן אז מיט דעם וואס קאנגרעס האט צוריקגעשטעלט מעריגאטא סארט קעיסעס אלץ פארברעך אויף די ביכער (צו דעקן די לאך וואס די סופרים קאורט האט געפונען אינעם געזעץ) איז עס אינגאנצן צוריק (טראץ וואס נישט קאנגרעס און נישט די סופרים קאורט האבן אדרעסירט די ספעציפשע פראגע פון פריוואטע בירגער מיט איינפלוס אויף די רעגירונג האט זיך די סירקוט אויך פארלאזט אויף א סטעיטמענט וואס דאן סענאטאר דזשאו ביידען האט געמאכט ביים קלארשטעלן די געזעץ וואס פון אים איז משמע אז מען האט יא געמיינט אריינצונעמען אזעלכע סארט בירגער אינעם געזעץ)

אצינד האט האט די סופרים קאורט אקצעפטירט אויסצוהערן די סימעלעני קעיס און דעצידירן "אויב די רעכט צו קאנטראלירן דאקטרינע איז אויסגעהאלטן

די צווייטע קעיס וועלכע זיי האבן אנגענומען איז די פערקאוקא קעיס און זיי וועלן באשליסן "אויב פריוואטע בירגער מיט איינפלוס אויף די רעגירונג קענען ווערן געקלאגט מיט א פעדעראלע קלאגע פון פארלעצן די צוטרוי וואס די פובליק האט אין זיי פארן ערלעדיגן רעגירונג טובות אין אויסטויש פאר געלט"
פערקאוקא'ס אדוואקאט יעקב ראטה האט פארפירט אז די רעגירונג טעאריע וועט קרימינאליזירן פאליטישע לאביאונג

ריכטערין קעיגען האט געזאגט פאר ראטה אדוואקאט: דו קענסט עס דרייען אויף עטליכע ווערסיעס ביז צו א פונקט ווי א פובליק באאמטע וועהלט אויס צו רעזיגנירן פון אפיס יעדע מאהל וואס ער וויל אקעצפטירן כאבאר און לויפט נאכאמאהל פאר אפיס איינמאהל ער האט געענדיגט נעמען כאבאר

עס מוז זיין עפעס אומאויסגעהאלטן מיט אזא פירונג האט קעיגען געזאגט

אבער טראץ די זארג פון די ריכטער אז די פערקאוקא שטעלונג איז צו לייכטזיניג און שליסט איין לעכער וועלכע ערלויבט קארופציע האבן זיי אויסגעדרוקט פיל מער זארג אז די רעגירונג שטעלונג גייט צו ווייט און וועט באדראען לאביאיסטן און אז די טיהר ארויס צו רעטייערן פון רעגירונג פאסטנס צו די די פריוואטע סעקטאר איז איינס וועלכע וועט זייער גרינג פירן צו טורמע צעלן אונטער די רעגירונג טעאריע

געהילף סאליסיטאר דזשענעראל ניקאול ריוועס האט געמאכט די קעיס פאר די רעגירונג און אנגעוויזן אז אפילו נאכן אפיציעל אויפגעבן זיין טיטל האט נאך פערקאוקא אומעמטליך אנגעהאלטן זיין פאזיציע און ווייטער גענוצט זיין אפיס און אפיציעלע טעלעפאן און אין איין פאל זיך גאר באטייליגט ביי א רעגירונג מיטינג

ריוועס האט גע'טענה'ט אז מענטשן קענען זיין גאר אפעקטיוו און שטופן אנדערע צו נעמען שריט טראץ וואס זיי אליין טראגן שוין נישט אן אפיציעלע טיטל און קענען מער נישט טיילן באפעלן אויף די אייגענע האנט

זי האט פארגעלייגט א טעסט וועלכע פון 3 פאקטארן וועלכע קענען באצייכענען עימיצען אלץ איינער וועלכע פונקציאנירט ווי א רעגירונג באאמטע און ווערן אנגעקלאגט מיט כאבאר קלאגעס

1) אויב אנדערע רעגירונג איינגעשטעלטע אנערקענען יענעם אלץ עימיצער וועלכע טוט אפעקטיוו אפערירן אלץ א רעגירונג איינגעשטלעטער
2) אויב דער באטרעפנדער האט די מאכט צו באפעלן אנדערע איינגעשטעלטע צו נעמען געוויסע שריט
3) אויב יענער לאזט שפורן און צייכנס פון א רעגירונג ראלע

די ריכטער זענען אבער געווען כמעט איינשטימיג דערקעגן און ריכטער ראבערטס האט קאמענטירט אז עימיצער קען נאכקומען די טעסט טראץ וואס יענער האט נישט סיי וועלכע אפיציעלע פאראנטווארטליכקייט

ראבערטס זאגט אויך אז אז די רעגירונג שטעלונג קוקט אויס ווי א פארזוך צו צוברעכן די קאנצעפט פון פאליטישע מאכט

ריכטערין קעיגען האט רעאגירט זאגנדיג אז טראץ וואס עימיצער אינווייניג אין די רעגירונג איז באוואוסטזיניג צום פאקט אז א פריוואטע בירגער פונקציאנירט און אפערירט אומעמטליך אלץ א רעגירונג באאמטע וואלט א דדרויסנדיגער -ווי צום ביישפיל, א קליענט וועלכע זוכט לאביאונג סערוויסעס- נישט געהאט סיי וועלכע וועג צו וויסן אז דער באטרעפנדער קען אויפטוהן אזויפיל אינווייניג אין די רעגירונג אלץ זיין אומעמטליכע מאכט

דער דרויסנדיגער ווייסט בלויז אז יענער נוצט זיינע געוועזענע קאנטאקטן פאר רוטינע לאביאונג פראקטיצירונגען וואס איז פולשטענדיג אויסגעהאלטן און איז גענצליך אומוויסנד אז יענער האט אין פאקט גאר אסאך מאכט (מער פון געווענליכע לאביאונג איינפלוס) צוליב סיי וועלכע סיבה

טענה'ט קעיגען אז אויב זאל מען באצייכענען דעם אומעמטליכן מאכטפולן פיגור אלץ א רעגירונג איינגעשטעלטע איז עס עפעס וואס דער קליענט וועלכע נוצט זיין סערוויס ווייסט נישט דערוועגן און וועט אומשולדיג צאהלן געלט פאר יענעם צו נוצן זיינע סערוויסעס איז זיך שפעטער טרעפן פארכאפט אין קלאגעס פאר גיבן כאבאר אין די צייט וואס לויט די פארשטאנד פונעם קליענט האט ער בלויז באצאהלט פאר לעגיטימע לאביאונג סערוויסעס

ריכטער גארסוטש האט געוואלט פארשטיין פון וואנעט ריוועס נעמט איר 3 טיילן טעסט און איר אויפגעמער'ט אז עס געפונט זיך נישט אזא טעסט סיי וואו אין די געזץ ביכער פון פעדעראלע שוחד געזעצן

ווען ריוועס האט רעאגירט זאגנדיג אז די פאקטארן זענען פארקערפערט אין די נאטור פון זיין א פובליק באאמטע איז גארסוטש געבליבן אומצופרידן

ריכטער אליטא האט געפרעגט פון ריוועס צו אדרעסירן א ביישפיל פון עימיצער וואס איז א אויסנאם געלונגענע לאביאיסט און א יוגנט פריינד פון אן ערוויילטע באאמטע וואס גייט שפעטער אריבער ארבעטן פאר זיין פריינד'ס קאמפיין

ריוועס האט אנערקענט אז אזא מענטש וואלט נישט בייגעשטאנען די טעסט ווייל די מינימאלע איינפלוס איז נישט גענוג צו ווערן באשולדיגט אין קארופציע געזעץ פארלעצונגען זינט יענער וואלט נישט פונקציאנירט אלץ א רעגירונג איינגעשטעלטע טראץ די גאר נאנטע פארבינדונג מיטן פאליטיקאנט

אליטא האט ווייטער געהאמערט אז טייל לאביאיסטן האבן גאר גוטע פארבינדונגען וועלכע פארוואנדלען זיי אלץ גאר פעאיגע מענטשן אין זייערע דזשאבס און ער האט זיך געוואונדערט אויב אן אורטייל אין די קעיס קען קרימינאליזירן סופער סופער אפעקטיווע לאביאיסטן

גארסוטש האט זיך אריינגעמישט און אפגעשלאגן איר באהויפטונג זאגנדיג אז וואשינגטאן די סי איז פיל מיט אזעלכע סארט טיפן און אז נאנטע ראטגעבער צום פרעזידענט ווערן אפט גענומען גאר ערנסט צוליב זייער איינפלוס און אז אונטער די רעגירונג טעאריע אינעם קעיס קען מען זיי רואיג באצייכענען אלץ דע פאקטא רעגירונג באאמטע אדער אמווייניגסטנס וואלטן זיי געדארפט אריבערגיין א לאנגע פארצויגענע פראצעס אין וועלכע די געריכט זאל אנאליזירן און באשליסן אויב זיי פאלן אונטער די קאטעגאריע

ריכטערין דזשעקסאן האט געבעטן פון ריוועס צו צו פונאנדערשיידן צווישן פערקאוקא און א געווענליכע לאביאיסט זאגנדיג אז די ריוועס טעסט שיינט אריינצושמירן אזעלכע וועלכע בלייבן אינווייניג אין די רעגירונג טויער פאר אביסל לענער און שפאנען נישט ארויס א מינוט נאכן רעטייערן אער אזעלכע וועלכע בלייבן אין פארבינדונג מיט געוועזענע רעגירונג קאלעגן

ריכטערין קעיגען האט אויך אויסגעקוקט איינשטימיג מיט די טעסט און ביי די מיינונג אז אפילו אויב פערקאוקא איז שולדיג איז אבער די טעסט עפעס וואס גייט צו ווייט אריינצוכאפן אנדערע אין נעץ זאגנדיג פאר ריוועס: די שטארקסטע פונקט אין דיין קעיס איז די פאקט אז פערקאוקא האט געהאלטן בעפאר א רעגירונג פאזיציע און גענומען שריט זייענדיג אין די פראצעדור פון פירן קאומא'ס קאמפיין

זאגט קעיגען אז די רעיגורנג טעסט פארלאנגט ניטאמאהל אז מען זאל דארפן האבן אזא אזא מאכטפולע בעקגראונד נאר אפעקטירט אויך אזעלכע מיט פיל ווייניגער איינפלוס

זי האט געשטעלט א ביישפיל פראגע צו ריוועס פון עימיצער וועלכע איז נישט געווען איינגעשטעלט אין די רעגירונג און איז נישט ערווארטעט צו באקומען א רעגירונג פאסטן אינעם צוקונפט אבער טוט פארט נאכקומען די רעגירונג טעסט פאקטארן אויספירנדיג אז אין פאקט זעהט זי נישט אזא היכי תימצי פאסירן אין פראקטיק סיידן יענער איז א גאר געשליפענע און אפעקטיווע לאביאיסט

ריכטערין סאטאמאיאר האט געוואלט פארשטיין פארוואס ריוועס דארף צוקומען צו באצייכענען יענעם אלץ "פונקציאנירנדע" (דע פאקטא אנשטאט אן אפיציעלע טיטל) רעגירונג באאמטע און באגנוגט זיך נישט מיטן באשולדיגו אז דער פריוואטע בירגער "פירט זיך אויף" ווי א רעגירונג אגענט וואס איז לייכטער מתקבל על הלב

ריכטער טאמאס איז געקומען פון גאר א צווייטע ווינקל און געטאדלט ריוועס פארוואס עס האט אויסגעפעהלט אזא ברייטע פעדעראלע אנקלאגע אין די צייט ווען עס וואלט ווען געקענט פונקט אזוי זיין ניו יארק סטעיט וועלכע זאל ברענגן סטעיט קלאגעס

טאמאס האט אויסגעפירט אז עס קוקט אים אויס אז די פעדעראלע רעגירונג האט זיך בלויז צוגעכאפט אויסצונוצן א פעדעראלע געזעץ אין א פארזוך איינצושטעלן עטישע סטאנדארטן אין סטעיט אקטיוויטעטן
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

געגאנגען? געגאנגען וואו??
גיב מיר א בענקל ווייל מיין קאפ ראולט!!

אנבעליוועבל!
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

וואאאאףףףף!!
מאסיוו איז א אנדערסטעיטמענט!
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א דאנק פאר די פידבעק!
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

ארחיקה נדד האט געשריבן:
געגאנגען? געגאנגען וואו??
גיב מיר א בענקל ווייל מיין קאפ ראולט!!

אנבעליוועבל!
פערצופאל דעס מאל האב איך עס פיין פארשטאנען טראץ וואס איך קען עס נישט איבערזאגן. (פעלט הסברה פעלט אין הבנה, פלעגט די פארהערער זאגן).

למעשה, וואלט איך געוואלט זעהן הבל'ן פארלערנען א שיעור אין בבא קמא אדער א מקצוע אין חושן משפט, ווער איז אין?

אה! העט מען זיך קאכן צו מ'קען יא עפלייען די 'מיגו' אדער נישט.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סופרים קאורט איינגעגאנגען אויסצוהערן אן אפעלאט אויף די בלאקאדא צו די ביידען ארדער צו פארבעבן סטודענט חובות

לאזט בלאקאדא אין פלאץ אויף דערווייל
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ב"ה אנגעקומען צו וואו מ'האלט יעצט...

דא עטליכע היבש קאמפליקעיטעד קעיסעס, כ'אמעך געפיהלט ווי איך לערן אין א "ארטסקראלל" גמרא... דער ברענגט צאם געזעצן, קעיסעס, פרעצעדענטן, אזוי שמיר נישט דיר, אלעס אויף איין פלאץ אזוי מסודר!!

הכל, יו ראק! מעען!!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

וואף! מיט אזא קלארקייט, געוואלטיג
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

געשמאק און קריסטאל קלאר.

ספעציעל וויכטיג איז דער פערקאקאו קעיס, זינט עס איז אן היימישער...
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א דאנק אלע פאר די גוטהארציגע פידבעק!
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

יאנאש האט געשריבן:
געשמאק און קריסטאל קלאר.

ספעציעל וויכטיג איז דער פערקאקאו קעיס, זינט עס איז אן היימישער...
און פאר נאך א סיבה.

קאמוא האט אויך דער יוסטיץ סיסטעם אין דער ערד געלייגט, מ'האט געמיינט ווער ווייסט וואס און צום סוף גארנישט.

אויב פעקאוקו ענדיגן קלין איז א באווייז אז דיפארקריפלטע יוסטיץ סיסטעם איז נישט בלויז אקעגן רעפובליקאנער נאר סיי ווער ס'פאלט אונטער זייערע גרויזאמע נעגל פאר די מינדסטע חשד פארלירט אפאר יאר פון זיין לעבן פון ווטס מ'קען זיך כמעט נישט ריקאווערען.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
פראקורארן באשולדיגן אז מייקל אוואנאטי פארלעצט זיין באפרייאונג באדינגונגען מיטן זיך באנוצן מיט א קאמפיוטער אין די היים אין וועלכע ער האלט זיך אויף
אוואנאטי ווערט היינט געסענטענסד אין די קעיס געברענגט אקעגן אים דורך זיינס א געוועזענע קליענט (וועם ער האט פרעזענטירט ווען זי האט געהאט ארויפגעברענגט פערזענליכע באשולדיגונגען אקעגן טראמפ)
4 יאר
איצט צובאקומען נאך 14 יאר פעדעראלע טורמע

לויטן רעכענונג וועט ער נישט קענען ארויסגיין פון טורמע בעפאר 2038 למספרם אפילו נאכן אריינרעכענען פולע קרעדיט פון גוטע אויפפירונג
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פעדעראלע ריכטער ווארפט ארויס מיינסטנס קרימינאלע קלאגעס וועלכע פראקורארן האבן געברענגט אקעגן די געוועזענע ניו יארק ליוטענאנט גאווערנאר ברייען בענדזשאמין זאגנדיג אז די רעגירונג האט פארפעהלט פארצושטעלן קלארע באווייזן פאר א קוויד פרא קווא שוחד סקאנדאל
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

פראקטיש האט געשריבן:

אויב פעקאוקו ענדיגן קלין איז א באווייז אז דיפארקריפלטע יוסטיץ סיסטעם איז נישט בלויז אקעגן רעפובליקאנער נאר סיי ווער ס'פאלט אונטער זייערע גרויזאמע נעגל פאר די מינדסטע חשד פארלירט אפאר יאר פון זיין לעבן פון ווטס מ'קען זיך כמעט נישט ריקאווערען.
גארנישט געווען, פשוט אז פריט בארארא ימ"ש האט אין דער ערד געלייגט נאך א מענטש'ס לעבן פארן עבירה פון פארמאגן מאכט

די צווייט בעסטע זאך פונעם געוועזענעם פרעזידענט איז דאס ווארפן דעם בארארא
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
די סופרים קאורט איז איינגעגאנגען אויסצוהערן אינעם קומענדיגן טערמין א קלאגע דורך א קאלאראדא וועב דעזיינער וועלכע זוכט צו פארטיידיגן איר רעכט נישט צו סערווירן געמיינע צערעמאניעס
לאריא סמיט איז א וועב דעזיינער פון ליטעלטאן קאלאראדא און זוכט אויסצוברייטערן אירע סערוויסעס אויך צו דעקן זייטלעך וועלכע סערווירן סערוויסעס אין פארבינדונג צו הייראט צערעמאניעס און ארויפצושטעלן א קלארע מעסעדזש אז זי סערווירט בלויז מאראלישע צערעמאניעס

דערווייל האט נאך סמיט נישט געלאזט אין גאנג די סערוויס צוליב איר זארג אז די סטעיט וועט איר באשטראפן אין פאל וואס זי זאגט ארדערס פון קונדן פאר אוממאראלישע צוועקן

צוריק אין 2016 למספרם האט סמיט פארלוירן אינעם 10'טן קרייז פעדעראלן קרייז געריכט ווען זי האט געזוכט צו בלאקירן די סטעיט אנטי דיסקרימינאציע געזעץ וועלכע פארבאט אזא סארט מעסעדזש

די ארגומענט פון סמיט איז געווען אז אזא פארבאט פארלעצט איר ערשטע אמענדמענט פרייהייט פון אויסדרוק און פרייע פראקטיצירונג פון רעליגיע אבער ווען זי האט אפעלירט די אורטייל צום סופרים קאורט זענען די ריכטער איינגעגאנגען אויסצוהערן בלויז די טענה פון פרייהייט פון אויסדרוק און נישט די רעליגיעזע באקלאגעניש

סמיט שרייבט אין איר קעיס אז ווען זי באשליסט אויב צו אקצעפטירן ארבעט פאר קונדן איז עס באזירט איבער די סארט מעסעדזש וואס אזא דזשאב טוט אויסדרוקן און האט נישט מיטן קאנסומער וועם זי וועט גערן סערווירן פאר אלע סארט צוועקן סיידן זיי זענען נישט אין איינקלאנג מיט איר רעליגיע און זי וועט גערן אהערשטעלן אירע ווערק פאר אומממאראלישע מענטשן וועלכע פירן אן צום ביישפיל מיט א באשעפענישן שעלטער

סמיט ציטירט אין אירע ארגומענטן א סופרים קאורט אורטייל פון 1995 למספרם אין וועלכע די געריכט ערלויבט נישט מאסאטשוסעטס צו צוואונגען די ארגאנאזירער פון א פריוואט געפירטע פאראדע צו ערלויבן אן אוממאראלישע גרופע צו מארשירן אינעם מארש

די סופרים קאורט איז דאן געקומען צום אויספיר אז די ארגאנאזירער האן די רעכט צו באשטימען וועלכע סארט מעסעדזש די מארש זאל טראגן און אין דעם איז אריינגערעכנט צו באשליסן וועלכע סארט מעסעדזשעס זאלן נישט ווערן פארגעשטעלט

סמיט ווייזט אן אז אונטער יענע פרעצעדענט דארפן געריכטן אין אזעלכע קעיסעס באהאנדלען אויב די סערוויס אונטער פראגע איז "אן אויפפירונג" אדער "אן אויסדרוק" און אויב די אויסדרוק פון דער וועכלע שטעלט עס צו ווערט אפעקירט אויב פארלאנגט מען פון יענעם צו אקאמאדירן אזעלכע סארט מעסעדזשעס

זי פירט אויס אז אין איר פאל איז קלאר אז זי קומט נאך ביידע זאכן זינט איר סערוויס איז ריינע אויסדרוק און עס ווערט פארלעצט מיט דעם וואס זי ווערט געצוואונגען זיך אויסצודרוקן אין א וועג וואס גייט אקעגן איר ווילן

קאלאראדא האט געמאכט זייער ארגומענט שרייבנדיג אז די סטעיט געזעץ רעגולירט בלויז סעילס און נישט קיין פראדוקטן אדער סערוויסעס וועלכע ווערן פארקויפט און צוליב דעם טוען זיי נישט באגרעניצן פרייהייט פון אויסדרוק

זיי שטעלן קלאר אז זיי פארלאנגען נישט פון סמיט פארצושלאגן ספעציפישע סארט דעזיין ארבעט און פארבאטן איר נישט זיך צו באנוצן מיט רעליגיעזע ציטאטן אויף אירע זייטלעך וועלכע זאלן רעפלעקטירן איר גלויבן און די איינציגסטע וואס זיי ווילן איז בלויז אז סיי וועלכע פראדוקט/סערוויס זי פארקויפט זאל זיין צוגענגליך פאר אלעמען צו קויפן

זיי ערקלערן אז די געזעץ וואלט נישט פארבאטן פאר פארלאנגט פון א מעלער פון די הינדו רעליגיע אהערצושטעלן צעטלעך מיט א קריסטליכע מעסעדזש אבער אויב וועט ער פארקויפן אזא פראדוקט וועט ער עס מוזן פארקויפן פאר יעדן אן קיין אויסנאם

די סטעיט ציטירט א סופרים קאורט אורטייל פון 2006 למספרם וועלכע שרייבט אז א פעדעראלע געזעץ וועלכע האלט צוריק געוויסע פאנדינג פאר געזעץ קאלעדזשעס און יוניווערסיטעטן וועלכע באגרעניצן צוטריט פון מיליטערישע רעקרוטירער צו קענען מאכן קאנטאקט מיט זייערע סטודענטן (אין א פארזוך זיי צו באאיינפלוסן איבערצולאזן די קאלעדזש און זיי איינשפאנען צום דינסט) טוט נישט פארלעצן די ערשטע אמענדמענט

די אורזאך פארוואס די שולעס האבן נישט געוואלט צולאזן די מיליטערישע רעקרוטירער איז געווען צוליב וואס אין יענע צייט האט די מיליטער נישט אקצעפטירט געמיינע מענטשן צו דינען אין מיליטער

אין יענע אורטייל האט די געריכט ערקלערט אז די געזעץ אפעקטירט אויפפירונג און נישט אויסדרוק ווייל עס ערלויבט בלויז צו רעגולירן וואס די שולעס "טוען" (דאס יא אדער נישט אריינלאזן די רעקרוטירער) און נישט וואס זיי קענען יא אדער נישט "זאגן"

זיי פירן אויס אז די סמיט קעיס איז נישט גלייך צו די קעיס פון די מאסאטשוסעטס מארש צוליב וואס אין יענע קיעס האט זיך עס נישט געהאנדלט פון סיי וועלכע סעיל און האט בלויז אדרעסירט אויב ארגאנאזירער קענען באשליסן ווער עס קען זיך באטייליגן און צוואונגען צו ערלויבן יענע גרופע צו מארשירן וואלט אפעקטירט די מעסעדזש פונעם פאראדע

טראץ וואס די געריכט האט נישט אנגענוצען צו באהאנדלען דירעקט די פראגע פון רעליגיעזע פרייהייט האבן ביידע זייטן גענוצט די רעליגיע קארטל ארויסצוברענגן אז די אורטייל אינעם קעיס וועט קלאר אימפאקטירן אויף רעליגיעזע רעכטן

סמיט ווארנט אז אויב לאזט מען די סירקוט קאורט אורטייל אין פלאץ וועלכע מעלער אין שטיצע פון רציחה דארפן אהערשטעלן אנטי רציחה מעסעדזשעס אויב ווערט עס פארלאנגט פון קונדן, און אטעאיסטישע מוזיקאנטן וועלן מוזן אקצעפטירן צו באשיינען רעליגיעזע צערעמאניעס

סמיט ברענגט אויך ארויס אז די סטעיט וואלט געקענט לאזן די געזעץ אין פלאץ און מאכן אן אויסנאם פאר הייראט סערוויסעס ווי מיסיסיפי האט ווירקליך געטוהן

זיי וואלטן אויך געקענט באגרעניצן די געזעץ צו בלויז קריטישע סערוויסעס א שטייגער ווי פארקויפער פון עסן און האטעלן און אזעלכע וועלכע שטעלן צו צימערן ווי זיך אויפצוהאלטן אבער אויסשליסן אנדערע ווייניגער וויכטיגע סערוויסעס

א גרופע וועלכע האט געשריבן א פריינד צום גריכט בריוו שלאגט פאר אן ענליכע וועג ארויס זאגנדיג אז מען זאל באשוצן וועב דעזיינערס, פאטאגאפירער, זינגען און קאלעכן סערוויסעס אבער יא לאזן די סטעיט געזעץ אויף לימוזין שאפער, בעקער און קעיטערער

קאלאראדא שלאגט אפ די צוגאנג זאגנדיג אז דאס וועט עפענען א לאך צו שניידן אנטי דיסקרימנאציע געזעץן אין אלגעמיין און שאפן אומזיכערקייט ווען עס קומט צו באשוצן דיסקרימינירטע און אז ביזנעסער וועלן זיך באנוצן מיט יעדע סארט אויסרייד צו דיסקרימינירן אקעגן אנדערע פאר ראסיסטישע אדער אנטי רעליגיעזע גלויבונגען אונטער שלייער אז די מעסעדזש גייט אקעגן זייערע ווירדן

האפנטליך וועט מען שפעטער זיין צוריק מיט א באריכט איבער די מונדליכע ארגומענטן

די באריכט וועט ווארשיינליך זיין צו די לענגערע זייט
זייט ווען?
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 12, 2022 7:38 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייט ווען? »

א גרויסן דאנק! א מחיה צו ליינען!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די ארגומענטן האבן זיך געצויגן פאר צוויי מיט א האלב שטונדן

קריסטען וואגאנער האט רעפרעזענטירט סמיט און ארויסגעברענגט אז איר קליענט זוכט צו באזירן איר באשלוס אויב צו סערווירן איבער די מעסעדזש פונעם ארדער און נישט באזירט אויף ווער עס פארלאנגט די סערוויס

וואגאנער האט געזאגט אז אונטער די סטעיט'ס טעאריע וועט א דעמאקראטישע פובליצירער מוזן שרייבן א רעפובליקאנע פרעסע רעליעס אויב עס ווערט פארלאנגט

זי זאגט אויך אז א זינגער וועט קענען ווערן געצוואונגען פערזענליך צו ערשיינען און זינגען לעבעדיג ביי אן איינשווערונג פון א דעמאקראטישע פרעזידענט די זעלבע ליד וועלכע יענער האט געזינגען ביי די איינשווערונג פון א רעפובליקאנע פרעזידענט

קאלאראדא סאליסיטאר דזשענעראל עריק אלסען האט געמאכט די קעיס פאר די סטעיט און אונטערגעשטראכן אז די געזעץ ציהלט בלויז דיסקרימינירנדע סעילס און נישט די אויסדרוק פון מענטשן

ער האט געזאגט אז א געשעפט איז בארעכטיגט צו פארקויפן בלויז אידישע ארטיקלען אבער קען נישט באשליסן צו פארקויפן בלויז פאר אידן און נישט פאר להבדיל קריסטן און מסולמענער

ריכטער טאמאס האט געוואלט פארשטיין אויב די קעיס איז אפילו רייף צו ווערן באהאנדלט זינט סמיט האט נאך אפילו נישט אנגעהויבן מיט אזא סערוויס און האט נאך נישט געהאט די געלעגנהייט אפצוזאגן קיינעם

וואגאנער האט געענטפערט אז די קעיס איז שוין איצט פאסיג צו ווערן באהאנדלט אבער ריכטערין קעיגען האט אויך אפגעשפיגלט די סקעפטיציזם פון טאמאס זאגנדיג אז מען דארף צו ערשט זעהן וואס גענוי די סטעיט וועט צוואונגען סמיט צו טוהן און ערשט דאן באהאנדלען די קעיס באזירט אויף די ספעציפישע אומשטענדן

ריכטערין סאטאמאיאר האט ארויסגעברענגט אז אן אורטייל אין שטיצע פון סמיט וועט זיין די ערשטע מאהל וואס די געריכט באשטימט אז קאמערציאלע ביזנעסער קענען זיך אנטזאגן צו סערווירן קונדן באזירט אויף ראסע, רעליגיע אדער אוממאראאלישע אויפפירונג

ריכטער ראבערטס האט עס אפגעשלאגן ארויסברענגענדיג די צווייטע זייט פונעם מטבע זאגנדיג אז די געריכט האט נאך קיינמאהל נישט באשטעטיגט פארזוכן צו צוואונגען מענטשן זיך אויסצודרוקן אקעגן זייער גלויבן

די ליבעראלע ריכטער האט געצווייפלט אין די ארגומענט אז אהערשטעלן זייטלעך פאר אוממאראלישע צוועקן ווערט פאררעכנט ווי אן אויסדרוק פונעם דעזיינער

ריכטערין קעיגען האט אנגעוויזן אז צוויי פון אירע קלוירקס גרייטן זיך צו הייראטן און אז ביידע זייטלעך וועלכע אנטהאלטן אינפארמאציע איבער די צערעמאניעס זענען גאר ענליך און באשטייען פון טעכנישע און טרוקענע דעטאלן און אינפארמאציע פון די נעמען פונעם פארפאלק, די דאטומען און פלענער ארום די צערעמאניע און נישט עפעס וואס דארף ווערן פארשטאנען אלץ באשטעטיגונג פונעם דעזיינער פאר סיי וועלכע סארט לעבנסשטייגער און די קעגנערשאפט פון סמיט קוקט נישט אויס צו זיין איבער די אינהאלט פון די זייטל נאר איבער איר קעגנערשאפט אז אוממאראלישע מענטשן זאלן קענען נוצן איר ווערק פאר זייערע געברויכן

וואגאנער האט עס אפגעווארפן זאגנדיג אז סמיט האט נישט קיין פראבלעם מיט דעם וואס אזעלכע מענטשן נוצן איר ארבעט נאר זי איז אקעגן דאס אהערשטעלן אזא ארבעט ווייל עס גייט אקעגן איר גלויבן וועלכע לויטעט אז אזלעכע צערעמאניעס האבן נישט קיין האפט

ווען וואגאנער האט אנגעוויזן אז אזא זייט דינט אלץ איינלאדענונג צו אזא צערעמאניע וועלכע איז אן אומריכטיגע זאך לויט די גלויבן פון סמיט האט ריכטערין סאטאמאיאר עס אפגעשלאגן זאגנדיג אז די ארבעט פון סמיט איז אהערצושטעלן די זייטל אבער זי איז נישט די וועלכע שיקט די לאדענונג נאר די פארפאלק שיקט עס ארויס

דאן האט סאטאמאיאר אדרעסירט א צווייטע זארג וואס די ליבעראלע בלאק האט היבש באהאנדלט דורכאויס די סעסיע און דאס איז די פראגע אויב אן אורטייל אין שטיצע פון סמיט וועט עפענען די וועג פאר מער דיסקרימינאציע אין אנדערע פאר אנדערע סארט הייראטן

סאטאמאיאר האט געפרעגט פון וואגאנער אויב סמיט וואלט געקענט אפזאגן צו דעזיינען א זייטל פאר א הייראט צערעמאניע צווישן צוויי מענטשן פון אנדערע ראסן אדער מענטשן מיט דיסעביליטיס אויב עס גייט אקעגן אירע ווירדן

ריכטערין בערעט איז געווען פיל מער סימפאטיש צו סמיט און פארגעשטעלט צוויי ביישפילן פון דעזיינען זייטלעך וועלכע קעען גיין אקעגן די ווירדן פונעם דעזיינער

איינס פון א זייטל וועלכע די קאנסומער פארלאנגט אז עס זאל אנטהאלטן א סטעיטמענט אז די פארפאלק איז אין שטיצע פון א יעדן סארט לעבנסשטייגער

די צווייטע ביישפיל איז געווען איבער א מאראלישע צערמאניע אבער אין וועלכע די פארפאלק פארלאנגט אז מען זאל באשרייבן זייער היסטאריע וועלכע נעמט אריין געוויסע דעטאלן וועלכע זענען נישט אויסגעהאלטן לויט די גלויבן פונעם דעזיינער

בערעט האט ארויסגעברענגט אז סמיט וואלט געקענט אפזאגן ביידע פון די ארדערס טראץ וואס בלויז איינע פון זיי איז פאר אן אוממאראלישע צערעמאניע און דאס איז א באווייז אז איר קעגנערשאפט איז נישט באזירט אויפן קאנסומער נאר אויפן מעסעדזש און אויסדרוק

אליטא האט געפרעגט פון אלסען וואס ער וועט זאגן צו א דעזיינער וועלכע וויל נישט סערווירן א קאסטומער וועלכע האט ר"ל געהייראט א נישט אידישע

אלסען האט געזאגט יענער וועט מוזן סערווירן די קאסטומער אבער וועט וווייטער קענען לופטערן א מעסעדזש אויף זיין ארבעטס זייטל אז ער איז אקעגן געמישטע הייראטן

אליטא האט דערנאך געהאט אן ענליכע ביישפיל צו בערעט'ס וועלכע האט געצויגן געלעכטער אין זאל ווען ער האט אויפגעברענגט די ביישפיל פון א אידישע בחור וועלכע פארלאנגט פון א פאטאגראפירער צו נעמען א בילד פון אים עס צו קענען ארויפשטעלן אויף א שדכנים פלאטפארמע

ווען אליטא האט דערמאנט די אידישע פלאטפארמע ביים נאמען האט ריכטערין קעיגען אים אריינגעשריגן "עס איז" ווי צו זאגן אז זי איז באקאנט דערמיט (זי איז א איד)

ווען די געלעכטער האט זיך עטוואס איינגעשטילט האט אליטא פארגעזעצט און שפעקולירט אז קעיגען וועט אויך זיין באקאנט מיטן צווייטן ביישפיל וואס ער גייט איצט פארשטעלן און ווייטער געשפינט זיין ביישפיל פרעגנדיג פון אלסען וואס וועט זיין אויב צום זעלבן פאטאגראפירער וועט זיך ווענדן א צווייטע איד מיט א פארלאנג פאר א בילד צו קענען ארויפשטעלן אויף א געוויסע באקאנטע זייטל וואס לויט די אידישע גלויבן איז עס נישט אויסגעהאלטן (זיין ציהל איז געווען אויפצואווייזן אז דער פאטאגראפירער וועט נישט דוקא אפזאגן עימיצן באזירט אויף ווער יענער איז נאר איבער די פארלאנג וואס יענער בעהט און די מעסעדזש וואס וועט ארויסקומען פון די ארבעט)

אליטא האט רעאגירט צו די אומהיימליכע געלעכטער און שנעל קלארגעשטעלט אז ער האט נישט געמיינט צו באשמוצן קעיגען און זאגן אז זיי איז ספעציעל באקאנט מיט יענע זייטל אומאויסגעהאלטענע זייטל נאר ער קען איר אלץ איינע וואס ווייסט איבער אסאך זאכן

אליטא האט אויסגעפירט זיין פראגע צו אלסען און געוואלט הערן אויב דער פאטאגראפירער דארף נאכגעבן די צווייטע פארלאנג

אלסען האט רעאגירט זאגנדיג אז עס ווענדט זיך איבער וועלכע סארט סערוויסעס דער פאטאגראפירער טוט אפיציעל מעלדן אז ער אקצעפטירט

ריכטערין דזשעקסאן האט געהאט בעפאר געפרעגט פון וואגאנער און אויפגעברענגט א ביישפיל פון א שאפינג צענטער וועלכע ברענגט אריין א פאטאגראפירער וועלכע ערלויבט קינדער זיך צו פאטאגראפירן מיט א געוויסע אויסגעשניצטע פיגור וועלכע האט באפוילן אז מען זאל קענען נוצן זיין פסל בלויז אים צו פאטאגראפירן אינאיינעם מיט ווייסע קינדער און וואגאנער האט רעאגירט זאגנדיג אז די געריכט האט שוין מערערע מאהל באשוצט קריגערישע און שאנדפולע סארט אויסדרוק און אזא ביישפיל רירט איז גאנץ ענליך צו ביישפילן וואס די סופרים קאורט האט אין די פארגאנגנהייט ערלויבט אבער אויף למעשה האלט זי אז עס וואלט געווען פראבלעמאטיש און נישט באשוצט

אצינד ווען עס איז געווען אליטא'ס שאנס איז ער צוריקגעקומען צו יענע ביישפיל און הויך פאנטאזירט די פארזעצונג צום ביישפיל פרעגנדיג פון אלסען וואס וועט זיין אויב ביים אנדערן עק פונעם שאפינג צענטער וועט זיין אזא פאטאגראפיר סערוויס זיך צו בילדערן איינאיינעם מיט אן אויסשניצונג פון אן אפריקאנע אמעריקאנע פיגור וועלכע האט נישט געוואלט אז מען זאל פארטאגראפירן זיין בילד אינאיינעם מיט קינדער וואס זענען געקליידעט אין די קו קלוקס קלען טראגע

אליטא האט געוואלט הערן פון אלסען אויב מען קען צוואונגען און פארלאנגען אז קינדער מיט אזעלכע קליידונג זאלן אויך זיין בארעכטיגט צו א אזא בילד

אלסען האט געזאגט אז נישט צוליב וואס די געזעץ וועלכע איז געשטעלט צו באשוצן אקעגן דיסקרימינאציע אדרעסירט ראסע און אנדערע סארט דיסקרימינאציע אבער נישט דאס טראגן קו קלוקס קלען קליידונג

ריכטערין קעיגען האט צוגעלייגט אז די ענטפער אויף די פראגע וואלט ווארשיינליך געווען די זעלבע אפעזעהן אויב די קינד וואס טראגט די טראגע איז ווייס אדער אן אפריקאנע אמעריקאנע (ווי צו זאגן אז דאס נישט וועלן נעמען א בילד מיט יענעם איז נישט איבער יענעם'ס ראסע נאר אויסשליסליך איבער יענעם'ס טראגע)

ריכטער אליטא האט איר אבער איבערגעהאקט און סארקאסטיש געזאגט: יא, מען זעהט טאקע גאר אסאך אפריקאנע אמעריקאנע קינדער וועלכע טראגן קו קלוקס קלען קליידער אלעמאהל (ווי צו זאגן אז אין פאקט איז דאס אפזאגן א בילד טראגנדיג אזעלכע קליידער עפעס וואס וועט בעיקר באטרעפן בלויז ווייסע קינדער)

אליטא האט אויך אפגעשלאגן די ליבעראלע זארגן אז אן אורטייל אין שטיצע פון סמיט וועט עפענען די וועג פאר אנדערע סארט דיסקרימינאציע זאגנדיג אז אין די 2015 למספרם אורטייל וועלכע האט אנערקענט א געמיינע סארט לעבנסשטייגער האט ריכטער קענעדי אנערקענט אז קעגנער פון אזא לעבנסשטייגער קענען ווייטער זיין דערקעגן און אויסנוצן זייערע ערשטע באשיצונג עס צו טוהן

אליטא האט ארויסגעברענגט אז אזא אנערקענונג טיילט אפ קעגנערשאפט צו אן אוממאראלישע לעבנסשטייגער און דאס צוזאמלעבן פון מענטשן פון אנדערע ראסן

ברייען פלעכטער איז די געהילף סאליסיטאר דזשענעראל פאר די ביידען אדמיניסטארציע און האט אויפגעטראטן אין שטיצע פון קאלאראדא און געזאגט אז אין 1976 למספרם האט די סופרים קאורט געאורטיילט אז שולעס טארן נישט דיסקרינימירן באזירט אויף ראסע אבער אויב סמיט זיגט וועלן פריוואטע שולעס קענען אפזאגן טייל קינדער מיט א טענה אז די מעסעדזש וואס זי לערנט מיט די קינדער וועט זיין אנדערש ווען מען לערנסט עס מיט קינדער וועלכע קומען פון א צווייטע ראסע

ריכטער ראבערטס האט אוועקגעמאכט די צושטעל וואס די סטעיט האט געמאכט פון די סמיט קעיס צו די 2006 למספרם אורטייל אין די קעיס פון מיליטערישע רעקרוטירער אין געזעץ שולעס

ראבערטס האט געזאגט אז אין יענע אורטייל האט די רעגירונג בלויז געציהלט שולעס פארן נישט צושטעלן ליידיגע צימערן (צו קענען שמועסן מיט די סטודענטן)

ריכטערין קעיגען וועלכע איז אין יענע צייט געווען די פירער פון די הארווארד געזעץ שולע וועלכע איז אינסטרומענטאהל אין די קאמף אקעגן די רעגירונג האט אויסגעקוקט אומצופרידן מיט די באהויפטונג פון ראבערטס אבער האט געלאזט פאר פלעכטער צו מאכן די קאנטער ארגומענט

פלעכטער האט טאקע שארף צוריקגעענטפערט און געזאגט פאר ראבערטס "דאס איז נישט ריכטיג" (אדוואקאטן רעדן געווענליך נישט אזוי צו ריכטער) ווייל די פארלאנג צו די שולעס איז אויך געווען אז זיי זאלן גיבן פאר די רעקרוטירער צוטירט צו אימעילס, נייעס מעלדונגען און און אנדערע נאטיצן -וואס אלע פון זיי זענען אויסדרוק- צו קענען פארשפרייטן זייער מעסעדזש פאר סטודענטן זיך איינצורקן אין מיליטער

ערשט דאן האט זיך קעיגען אנגעשלאסן אינעם ארגומענט און געזאגט אז פארלאנגען פון שולעס אז עס זאל דארט ווערן געמאלדן די גענויע לאקאלן אינערהאלב די שולע וואו מען וועט זיך קענען טרעפן מיט די רעקרוטירער איז גאר ענליך צו א זייטל וועלכע מעלדט וואו א צערעמאניע וועט פארקומען און אויב אין 2006 למספרם האט די געריכט געאורטיילט אז די רעגירונג קען אפהאלטן געלט פון שולעס וועלכע שטעלן זיך דערקעגן איז עס פרעצעדענט פאר די איצטיגע קעיס

פלעכטער האט זיך אויך צוריקגעקערט צו די פראגע באהאנדלט אנהויב פונעם סעסיע און געמוטיגט די ריכטער צו דערקלערן די קעיס אלץ אומרייף און בלויז ערלויבן סמיט צוריקצוקומען ערשט נאך וואס ער ווערט געציהלט דורך סטעיט אינפארסירונג שריט

קעיגען האט געוואלט וויסן אויב אין פאל סמיט זיגט וועט עס באדייטן אז א ביזנעס וועלכע פארדינגט בענקלעך וועט קענען אפזאגן צו סערווירן אן אומממאראלישע צערעמאניע

ריכטער קעווענאו האט גראדע מיטגעטיילט קעיגען'ס זארגן און געוואלט פארשטיין ווען אויב אזלעכע סאר קעיסעס גייען נאכאנאנד גרייכן די געריכט וועלכע גייט דארפן ענטפערן אויף יעדע סארט פאל וואס עס איז יא און וואס עס איז נישט באשוצט

קעוווענאו האט געפרעגט פון וואגאנער אויב אינעם קומענדיגן געריכט סעסיע גייט מען האבן א קעיס פון א קעיטערער וועלכע וויל נישט סערווירן ביי אזעלכע צערעמאניעס

קעווענאו האט אבער שפעטער ציטירט די פריינד פון געריכט פארשלאג צו פונאנדערשיידן צווישן אזעלכע וואס שטעלן צו א "מעסעדזש און אויסדרוק" (און לויט זיי פאלן זייטלעך דעזיינער אונטער אזא קאטעגאריע) און אזעלכע וואס שטעלן צו א טרוקענע סערוויס (לויט זיי וואלט די קעיטערער אריינגעפאלן אונטער די צוויי קאטעגאריע) וואס זענען נישט באשוצט אונטער די ערשטע אמענדמענט ווייל עס איז נישט פארבונדן צו אויסדרוק

וואגאנער האט אנערקענט אז עס זענען אייביג געווען קאמפליצירטע פעלער און פראגן ווען די געריכט האט באהאנדלט פרייהייט פון אויסדרוק אבער איינגעגאנגען אז קעיטערן איז נישט אן אויסדרוק און איז זיכער נישט די זעלבע פון דעזיינען א וועבזייטל וועלכע איז אן ארטיסטישע פאך און מעסעדזש און איז גאר אנדערש

דזשעקסאן האט אבער גע'טענה'ט אז די ריכטיגע פראגע דארף זיין אויב די סערוויס ווערט אויסגעטייטשט ווי אן אינדארסירונג פון דער וואס שטעלט עס צו און ווי זי זאגט ווערט די ארבעט פון סמיט אינגאנצן נישט געזעהן ווי אזא אינדארסירונג
אוועטאר
הודו להשם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4699
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: אפדעיט: נארוואס צוריקגעקומען!
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודו להשם »

הכל הבל האט געשריבן:
יישר כח!
איז אישי טאקע אזוי גוט ווי מען מאכט אים?
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

הודו להשם האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
יישר כח!
ga"m
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יישר פאר ביידע פון ענק!
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

Wow thanks!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”