הכל הבל האט געשריבן:אריזאנא האט דורכגעפירט א רייע וואל געזעצן און צווישן אנדערן פארארדנט וואל באאמטע צו אקצעפטירן אין פערסאן בעלאטס בלויז ווען וויילער ברענגן זיי צו שטים בודקעס אינערהאלב זייער דעזיגנירטע דיסטריקט אין וועלכע זיי וואוינען
א צווייטע באגרעניצונג איז געווען א פארבאט אויף זאמלען מערערע בעלאטס פון וויילער און עס דערנאך איבערלאזן ביי א וואל לאקאל
די געזעץ ערלויבט פאמיליע מיטגלידער אדער פערזענליכע געהילפן פון עלטערע מענטשן צו דינען אלץ שלית איבערצוגעבן בעלאטס אבער ערלויבט נישט פאר אנדערע דריטע פארטייען ווי בעלאט זאמלער צוצושטעלן אזא סערוויס
די סטעיט איז געווארן געקלאגט פארן פארלעצן סעקשאן 2 פון די וואוטינג רייטס אקט וועלכע פארבאט צו דיסקרימינירן אקעגן סיי וועלכע ראסע/מינאריטעט ווען עס קומט צו די רעכט פון שטימען און לויט די קלעגער זענען אפריק'אנע אמעריקאנע מער אויסגעשטעלט זיך צו באנוצן מיט בעלאט זאמלער און צו שטימען אינדרויסן פון זייער דיסטריקט
די דיסטריקט געריכט האט געגעבן רעכט פאר די סטעיט און די קלעגער האבן עס אפעלירט צום ניינטן קרייז געריכט וואו די דריי ריכטער פאנעל האט באשטעטיגט די אורטייל פונעם אונטערשטן געריכט נאכן עס אפעלירן צום פולן באנק האט די סירקוט קאורט ארויסגעווארפן די פריערדיגע אורטייל און געקומען צום אויספיר אז די סטעיט געזעץ איז נישט אויסגעהאלטן
פיר ריכטער אויפן סירקוט קאורט זענען געווען אין די מינאריטעט
די סטעיט האט אפעלירט די קעיס צום סופרים קאורט און די טראמפ אדמינסטראציע האט געהאט געמוטיגט די געריכט צו נעמען די זייט פו די סטעיט
די פראגע פארנט פון די ריכטער איז געווען אויב די בעלאט זאמלער פארבאט איז געווען בלויז א פארטייאישע פארזוך פון די לעגסילאטור טראץ וואס זיי האבן נישט געהאט קיין ערנסטע באווייזן אויף וואל שווינדלערייען דורך אזא מעטאד קען באצייכנט ווערן אלץ דיסקרימינאציע אזוי ווי די ניינטע קרייז געריכט וויל זאגן (אז די ציהל איז געווען דיסקרימינאציע) אדער זאל מען עס באטראכטן ווי בלויז עפעס מיט פארטייאישע אינטערסען אבער נישט מיט קיין דיסקרימינאציע מאטיוון
באזונדער קוקן די ריכטער אריין אין די ברייטערע פראגע אויב סעקשאן 2 פארלאנגט בלויז אז מען זאל צושטעלן די זעלבע וואל סערוויסעס פאר אלע ראסן צוגלייך אדער מיינט עס אז אויב איז דא סיי וועלכע סארט וואל מעטאד וועלכע עס וועט זיך ארויסשטעלן צו ווערן ווייניגער באנוצט דורך א געוויסע מינאריטעט דאן מוז שוין די סטעיט ערלויבן לייכטערע מאסנאמען צו פארזיכערן אז די געזעץ איז אויסגעשטעלט אויף א וועג אז אלע טוען אייניג אנטיילנעמען (ווי צום ביישפיל די שטימען אינעם דיסטריקט געזעץ וועלכע אפריקאנער אמעריקאנע האבן די "מעגליכקייט" צו שטימען אין זייער דיסטריקט אבער אין פאקט שטעלט זיך ארויס אז עס איז זיי שווערע ווי פאר אנדערע צו טוהן)
די סופרים קאורט האט היינט דינסטאג אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן און אין אלגעמיין אויסגעקוקט צו נעמען די זייט פון די סטעיט ווען אלע 6 קאנסערוואטיווע ריכטער האבן אויסגעקוקט צו גיין אין יענעם ריכטונג
אקעי, נעכטן האבן מיר באשריבן די אריזאנא קעיס אויפן שפיץ גאפל נאך א ביטע פון א חשוב'ע ניק אין אישי
צוליב ווייניג צייט איז מען נישט אנגעקומען צו שרייבן דערוועגן אינדערפרי אבער נאך נאך יענע ביטע האט מען אריינגעשטופט א באריכט און טאקע בלויז אנרירנדיג גאר אין קורצן די פראגן אין די קעיס און אויסגעפירט אז ווי עס שיינט וועט די סטעיט אויספירן
אצינד איז צייט מוסיף צו זיין עטליכע קרישקעלעך איבער די קעיס און די ארגומענטן און מער איבער די ברייטערע פראגע און די אפעקט וועלכע די קעיס קען האבן אויף ענליכע קעיסעס וועלכע קענען אויפקומען שפעטער
די קאנסערוואטיווע בלאק האט טאקע אויסגעקוקט פאראייניגט צו גיבן די גרינע ליכט פאר די געזעצן וועלכע אריזאנא האט באשטעטיגט מיט 4 יאר צוריק אבער זיך מער געמוטשעט צו טרעפן די ריכטיגע אפטייטש פון סעקשאן 2 און ריכטער ראבערטס, קעווענאו און בערעט האבן קלאר געזוכט עפעס א מיטל וועג צו ערלויבן ווייטערדיגע לאוסוטס איבער אויפקומנדע געזעצן וועלכע קענען געזעהן ווערן אלץ דיסקרימינירנד
עס האט אויסגעקוקט ווי זיי זענען איינשטימיג אז עקזיסטירנדע געזעצן וועלכע זענען פאר לאנגע יארן געזעהן געווארן אלץ פארשטענדליך און אנגענומען דארף מען לאזן שטיין הויפטזעכטליך אין אזעלכע סטעיטס וועלכע האבן נישט קיין היסטאריע פון זוכן דיסקרימינאציע געטריבענע באגרעניצונגען אבער ווען עס קומט צו נייע געזעצן וועלכע סטעיט לעגיסלאטורן קענען זוכן דורכצופירן דארף מען זיין פארזיכטיג און בלאקירן אזעלכע וואס קענען אפעקטירן מינאריטעטן
ווען עס קומט צו די עקזיסטירנדע אריזאנא געזעץ האט אפילו ריכטערין סאטאמאיאר אנגעדייטעט אז זי איז גאנץ באקוועם מיט די טייל וועלכע פארלאנגט אז מען דארף שטימען אינערהאלב די אייגענע פריסינקט
ווי נעכטן געשריבן האט די טראמפ אדמינסטראציע געשטיצט די אריזאנא קעיס
די יוסטיץ דעפארטמענט איז טאקע נישט געגאנגען אזוי ווייט ווי די אריזאנא רעפובליקאנער אבער מיינסטנס געשטיצט זייער קעיס
די ביידען אדמיניסטראציע האט טאקע ארויסגעצויגן יענע פיילינג אבער דעפיוטי סאליסיטאר דזשענעראל נידלער האט יא קלארגעשטעלט אז די ספעציפישע אריזאנא געזעץ טוט נישט פארלצען די וואוטינג רייטס אקט