נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:די סופרים קאורט גייט מארגען אויסהערן א פירסט אמענדמענט קלאגע פון א פוטבאל קאויטש וואס האט געדאווענט ביי די פיעלד, קעגן די ברעמערטאן סקול דיסטריקט אין וואשינגטאן, וואס איז געווארן אפגעזאגט פון זיין דזשאב דערוועגן, און ווי ער טענה'ט האבן זיי פארלעצט זיין פרידאם אוו רעלידזשען רעכטן.
די סקול דיסטריקט האט געטענה'ט אז ער פאר זיך מעג דאווענען, אבער ער מעג נישט מאכן די סטודענטן דאווענען, און ער איז געזען געווארן דאווענען מיט די סטודענטן, און דערמיט פארלעצט די סטודענטען'ס פרידאם אוו רעלידזשען. דער קאויטש טענה'ט אבער אז ער האט זיי נישט געהייסן מיט דאווענען, נאר זיי האבן פון זיך אליינ'ס מיט געדאווענט.
די ניינטע קרייז געריכט האט געגעבן גערעכט פאר די סקול דיסטריקט. און דער אדוואקאט פאר'ן קאויטש טענה'ט אז לויט דעם אורטייל, אויב וועט א טיטשער מאכן א ברכה אויף די עסן ביי לאנטש, און די סטודענטן קענען זען, וועט דאס שוין זיין גענוג סיבה אים אפצוזאגן.
אום 2019 האט די סופרים קאורט זיך געהאט אנטזאגט פון אויסהערן דעם קלאגע, אבער יעצט וועט עס יא ווערן אויסגעהערט.

הכל הבל האט געשריבן:

מיר ווילן הערן מער

גא"מ
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ריכטער ארטור ענגאראן אורטיילט אין שטיצע פון ניו יארק אטוירני דזשענעראל דזשעימס און שרייבט אז טראמפ האט פארפעהלט זיך צוצושטעלן צו א סובפינע און זאל באשטראפט ווערן מיט 10 טויזנט דאלער פער טאג אזוי לאנג ווי ער פייפט זיך אויס אויפן באפעל
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

אויב איך קען גוט טראמפ גייט ער פאר די פי-אר יעצט מאכן ריזיגע קאמפיינס צו ספאנסערן די 10K פער טאג
ס'וועט זיין א שטארקע באוסט פאר זיין קאמפיין

אחוץ אויב ס'קען קומען נאך אנדערע קאנסקווענצען מצד דזשעימס
חינוך האט געזיגט!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

Rak Tov האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:די סופרים קאורט גייט מארגען אויסהערן א פירסט אמענדמענט קלאגע פון א פוטבאל קאויטש וואס האט געדאווענט ביי די פיעלד, קעגן די ברעמערטאן סקול דיסטריקט אין וואשינגטאן, וואס איז געווארן אפגעזאגט פון זיין דזשאב דערוועגן, און ווי ער טענה'ט האבן זיי פארלעצט זיין פרידאם אוו רעלידזשען רעכטן.
די סקול דיסטריקט האט געטענה'ט אז ער פאר זיך מעג דאווענען, אבער ער מעג נישט מאכן די סטודענטן דאווענען, און ער איז געזען געווארן דאווענען מיט די סטודענטן, און דערמיט פארלעצט די סטודענטען'ס פרידאם אוו רעלידזשען. דער קאויטש טענה'ט אבער אז ער האט זיי נישט געהייסן מיט דאווענען, נאר זיי האבן פון זיך אליינ'ס מיט געדאווענט.
די ניינטע קרייז געריכט האט געגעבן גערעכט פאר די סקול דיסטריקט. און דער אדוואקאט פאר'ן קאויטש טענה'ט אז לויט דעם אורטייל, אויב וועט א טיטשער מאכן א ברכה אויף די עסן ביי לאנטש, און די סטודענטן קענען זען, וועט דאס שוין זיין גענוג סיבה אים אפצוזאגן.
אום 2019 האט די סופרים קאורט זיך געהאט אנטזאגט פון אויסהערן דעם קלאגע, אבער יעצט וועט עס יא ווערן אויסגעהערט.

הכל הבל האט געשריבן:

מיר ווילן הערן מער

גא"מ


אקעי, נעתר לבקשה


פאול קלעמענט האט רעפרעזענטירט קאוטש יוסף קענעדי און גע'טענה'ט אז די שולע דיסטריקט האט אים אויפגעזאגט צוליב וואס די רעיגורנגטאר נישט אינדארסירן רעליגיע אבער ער ווייזט אן אז ווען אינדיווידועלן פראקטיצירן פאר זיך רעליגיעזע פירונג אויף רעגירונג שטחים ווערט עס נישט פאררעכנט ווי אן אינדאריסורנג מטעם די רעגירונג פאר די באטרעפנדע רעליגיע

טאמאס האט געשיינט סימפאטיש זאגנדיג אז סופרים קאורט פרעצעדענט פארבאט טאקע רעגירונג שטיצע פאר רעליגיע אלץ טייל פון אפיציעלע רעגירונג פונקציעס אבער די קורצע געבעט פון קענעדי "צווישן" איין שפיל אין די צווייטע איז בלויז געווען בין גברא לגברא און נישט טייל פון זיין אפיציעלע ארבעט און די שולע האט ניטאמאל געוואוסט דערפון ביז א קאוטש פון א צווייטע שולע האט אים פאר'מסר'ט און ערשט דאן האט זיי זיך גענומען איבער אים
קלעמענט האט רעאגירט זאגנדיג: דאס איז מוזיק צו מיינע אויערן (קענטיג פון די וואס הערן ביז ר"ח)

סאטאמאיאר האט באהאגלט קלעמענט מיט א רייע היכי תימצי ביישפילן אים דרוקנדיג קלארצושטעלן די דינע ליניע וועלכע טיילט אפ צווישן רעגירונג רעדע און פריוואטע געשפרעכן און קלעמענט האט געזאגט אז א קורצע געבעט פון א לערער איידער מען הויבט אן די לעקציע וואלט געווען אויסגעהאלטן אבער ליינען פון רעליגיעזע ביכער עטליכע מינוט איידער די פויזע גלאק וואלט געווען פראבלעמאטיש

סאטאמאיאר האט דאן אנגעוויזן אז א לערערין קען ווערן אויפגעזאגט פארן טעקסטן איר מאן אינמיטן א לעקציע אין קלאס און ארויסגעברענגט אז קענעדי האט מערערע מאהל געזאגט אז זיינע געבעטן האבן זיך אריינגעצויגן אין די אנהויב פון פרישע פארמעסטן

ראבערטס האט דאן איבערגעהאקט און געפרעגט פון קלעמענט ווי אזוי די דין וואלט געווען ווען א קאוטש פירט דורך זיין געבעט מיט ווייניגער איינגעהאלטנקייט וכל עצמותיו תאמרנה און געגעבן א ביישפיל פון עימיצער וועלכע שרייט גאר הויך מיט ביידע הענט אויסגעשטרעקט אויף ארויף

קלעמענט האט זיך ארויסגעדרייט פון ענטפערן דירעקט זאגנדיג אז יעדע שולע דיסטריקט קען באשלעיסן פאר זיך וואס עס זאלן זיין די פליכטן פון זייערע איינגעשטעלטע אבער אין די איצטיגע קעיס איז קלאר אז קאוטשעס האבן געמעגט טוהן זייערע פריוואטע זאכן אין די 15 ביז 20 פרייע סעקונדן בין הפרקים

קעיגען האט געזאגט אז די קאנצעטראציע איבער די פראגע אויב דאס הייסט רעגירונג ארבעט פארקירעוועט פון די עכטע אישו וועלכע די געריכט דארף האלטן פאר די אויגן און דאס איז אויב די סטודענטן זענען געווארן באאיינפלוסט פון קענעדי'ס איינפיר און געפשורט דרוק נאכצופאלגן די ביישפיל אפילו ווען זיי האבן נישט עכט געהאלטן דערביי

קלעמענט האט עס אפגעוואפרן זאגנדיג אז די נידריגע געריכטן זענען שוין געקומען צום אויספיר אז די הויפט אורזאך פארן אויפזאגן קענעדי איז נישט געוען צוליב די השפעה אוןיף די סטודענטן נאר ליבערשט צוליב זארג אז עס קען ווערן אויסגעטייטשט וויאן אינדאריסורנג פון זיי איבער רעליגיע

קעיגען האט אבער זיך געהאלטן צו אירס און געפרעגט פון קלעמענט וואס וואלט געווען ווען א שולע זאל ווען יא זאגן אז זייער זארג שטאמט פון סטודענטן וועלכע קענען שפורן דרוק צו בעהטן צוזאמען מיטן קאוטש ווייל אזייער שפילן צייט קען זיין אנגעוואנדן אין זייער 'קאאפעראציע מיטן קאוטש

קלעמענט האט אנערקענט אז דאס וואלט געווען א לעגיטימע זארג אויב עס וואלט געווען אן אפיציעלע רעדע פון געבעהט נאך א שפיל אבער נישט ווען די רעדע איז פון גאר קורצע געבעהטן בין הפרקים

קעיגען האט פארגעזעצט מיט איר ביישפיל און געפרעגט אויב א קאוטש וועלכע ועורט פארבעטן אויפצוהערן דאס מקדים זיין זיין אפיציעלע נאך שפיל רעדע מיט א געבעט און קלוגט עס איבער מיטן אפשטופן אביסל די צייט ווען די רעדע הויבט זיך אן און אין יענע קורצע צייט זאגט ער זיין געבעהט

קלעמענט האט אנערקענט אז אויך דאס קען מעגליך זיין באזארגענד אבער נישט ווען עס איז אין די קורצע צייט צווישן צוויי שפילן און ער איז אינמיטן פעלד ווען פילע פון די שפילער זענען נאך צושפרייט ווייט אוועק

ריטשארד קאטסקי האט ארגומענטירט פאר די שולע און געזאגט פאר די ריכטער אז די פראבלעם איז נישט אזוי ווייט קענעדי'ס שטילע געהבעטן נאר דאס אז ער איז געשטאנען גאנץ נאנט צו די סטודענטן וועלכע האבן עס געקענט הערן און ער האט עס געטוהן גלויבנדיג אז אזלעכע געבעטן וועט העלפן די סטודענטן ווערן בעסערע מענטשן לייגנדיג דרוק אויף די שפילער זיך צו באטייליגן אין די געבעטן און שפאנדיג א צוטיילונג צווישן די שטאב אין סטודענטן און א קריגערישע אטמאספערע

אליטא האט הויך געקווענקלט אויב אט די אלע פאקטן זענען רעלעוואנט צו א לעגאלע געריכט אנאליז אין די קעיס אנערקענענדיג אז די קעיס איז א קאמפליצירטע אבער קלארגעשטעלט אז לויט אים קומט די פראגע אראפ צו א ארבעטער דיסקרימינאציע קעיס וואס אין אזעלכע פעלער קוקן געריכטן איבער די אורזאך וואס האט גפעירט די שולע צו נעמען די שריט און דאסמאל זאגן זיי אז עס איז צוליב דאס נישט וועלן אינדארסירן רעליגיע

קאטסקי האט פרובירו צו דערמאנען אז די באווייזן צייגן אז די שולע האט אים סוספענדירט אויך צוליב אנדערע אישוס צום ביישפיל צוליב די זיכערהייט פון סטודענטן און אז מיטהאלטער קענען שטורמען די פעלד

אליטא האט עס נישט לייכט אפגעקויפט פרעגנדיג צו ווען א שולע דיסטרירט זאגט אויף עימיצן צוליב אן אומאויסגעהאלטענע אורזאך, קענען זיי געוואונען אין געריכט מיגו וואס זיי וואלטן ווען געקענט אנלייגן די סוספענדירונג אויסרייד אויף עפעס אנדערש וואס וואלט יא געווען אויסגעהאלטן

קעווענאו איז אויך געווען סקעפטיש זאנגדיג אז די אנגעגעבענע אורזאך פארן אויפזאגן קענעדי איז געווען דאס נישט וועלן אינדארסירן רעליגיע

אויך גארסוטש האט געפרעגט וואס די געריכט זאל טוהן אויב זיי האלטן אז די שולע האט געזאלט אנגעבן די אנדערע אורזאכן אויב דאס איז פארוואס זיי האבן ווירקליך אויפגעזאגט קענעדי

קאטסקי האט אויף דעם געענטפערט אז אין אזא פאל זאלן זיי עס צוריקשיקן צו די מידריגע געריכט און זיי געבן א שאנס צו באטראכטן אויב יענע אורזאכן זענען אויסגעהאלטן

קלעמענט האט אבער געבעטן די ריכטער עס נישט צוריקצושיקן צו די ניינטע קרייז געריכט זאגנדיג אז עס איז נישטא גארנישט וואס פאלראנגט עס צו טוהן און אויסער דעם ווארט שוין קענעדי פאר 6 יאר צוריקצובאקומען זיין פאסטן און עס איז צייט צו פאסן א באשלוס
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

הכל הבל האט געשריבן:אקעי, נעתר לבקשה

טענקס!!

הכל הבל האט געשריבן:קלעמענט האט רעאגירט זאגנדיג: דאס איז מוזיק צו מיינע אויערן (קענטיג פון די וואס הערן ביז ר"ח)

:lol: :lol: :lol:

הכל הבל האט געשריבן:אליטא האט עס נישט לייכט אפגעקויפט פרעגנדיג צו ווען א שולע דיסטרירט זאגט אויף עימיצן צוליב אן אומאויסגעהאלטענע אורזאך, קענען זיי געוואונען אין געריכט מיגו וואס זיי וואלטן ווען געקענט אנלייגן די סוספענדירונג אויסרייד אויף עפעס אנדערש וואס וואלט יא געווען אויסגעהאלטן

:lol: :lol: :lol: :lol: ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

טענקס אגעין

גראדע די גאנצע מעשה דא הערציך באזארגנד צו מיר.....

כאמוירא אז ס'ווייל איך הער דאך נישט קיין מוזיק....
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אזוי רייך און קלאר אראפגעלייגט ווי נאר הבל קען.

ישר כח!
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די סופרים קאורט האט נעכטן אויסגעהערט איינס פון די סאמע נאכגעפאלגטסטע קעיסעס אינעם איצטיגן טערמין איבער די באשלוס פון די ביידען אדמיניסטראציע אפצושאפן די "פארבלייב אין מעקסיקא" פאליסי איינגעשטעלט דורך די טראמפ אדמיניסטראציע

די ניידריגע געריכט האט פארארדנט אז די אדמיניסטראציע זאל צוריקשטעלן די פאליסי אין פלאץ, און פארלאנגען פון פלטים וועלכע ערשיינען צום גרעניץ מיט אפליקאציעס פאר אזיל רעכט צו פארבלייבן אין מעקסיקא אין לויף פון די פארהער אין אימיגראציע געריכטן וועלכע באטראכטן זייערע אפליקאציעס

די ריכטער האבן אויסגעקוקט צו זיין היבש צוריסן מיט זיך אליין איבער די קעיס\, און פון איין זייט אויסגעדרוקט סקעפטיציזם איבער די געדאנק אז קאנגרעס האט געמיינט צו ערלויבן ריזיגע ציפערן פון פלטים זוכער זיך צו מאכן באקוועם אין לאנד אונטער די שוץ פון "זוכן אזיל רעכט"
אבער פון די צווייטע זייט האבן עטליכע ריכטע, אריינגערעכנט פון די קאנסערוואטיווע בלאק געצימבלט די רעכט פון מיזורי און טעקסאס צו אינטערווענירן און נוצן די געריכטן זיכער צו מאכן אז די פעדעראלע רעגירונג צו אינפארסירן די פראגראם נאכדערצו ווען עס צו טוהן פארלאנגט זיך די קאאפעראציע פון די מעקסיקאנע רעגירונג

סאליסיטאר דזשענעראל עליזאבעט פרילאגער האט רעפרעזענטירט די רעגירונג און געזאגט פארן געריכט אז היימלאנד זיכערהייט סעקרעטאר מעיארקעס האט אפגעשפאן די פראגראם נאכן קומען צום אנערקענונג אז אירע בענעפיטן זענען שוואכער פון די דאמעסטישע, היומענאטערישע און אויסערן פאליסי קאסטן און האט צוליב דעם אויסגענוצט זיין מאכט צו פאסן א פאליסי באשלוס וואס ער האט געהאלטן פאר ריכטיג

אין קאנטראסט האט טעקסאס סאליסיטאר דזשענעראל דזשאס סטאון אנגעוויזן אז די פעדעראלע אימיגראציע געזעץ שטעלט פאר 3 אפציעס ווי אזוי צו באהאנדלען אנקומענדע פלטים
1) צו באשליסן אויף א קעיס ביי קעיס באזיס וועם אריינצולאזן אויף צייטווייליג "ווען עס קומט אויס צו סערווירן אן ערנסטע פובליק בענעפיט" 2) צוריקשיקן יעדן קיין מעקסיקא 3) זיי האלטן פארשלאסן אין אימיגראציע פארהאלטונגס צענטערן אין די צייט וואס זייער קעיס ווערט אויסגעהערט

סטאון האט אויסגעפירט אז די אדמיניסטראציע מוז אויסוועהלן איינע פון די דריי ואם שלש אלה לא יעשה טוען זיי איינפאך פארלעצן די פעדעראלע געזעץ

טאמאס איז געגאנגען פתיחה פרעגנדיג פון פרילאגער וואס זי זאגט צו די טענה פון די סטעיטס אז ווען קאנגרעס שרייבט איבער די דריטע אפציע שרייבן זיי אז גייענדיג מיט יענע אויסוואל "זאל" די דעפארטמענט פארהאלטן די אימיגראנטן וואס דאס איז א קלארע לעגיסלאטיווע באפעל און באדייט אז קאנגרעס ערלויבט נישט די דעפארטמענט צו פאסן אייגענע פאליסי באשלוסן וועלכע גייען אין קעגנזאץ מיט זייערע אפציעס

אויך אליטא האט אנגעוויזן אז אין א צווייטע אימיגראציע קעיס איז עס געווען די רעגירונג וועלכע האט געמאכט די ארגומענט אז די פראזע "זאל" ווערן פארהאלטן באדייט אז עס איז די פליכט פון די רעגירונג עס צו אינפארסירן

פרילאגער האט אפגעווארפן די באהויפטונג צו ערשט פון פראקטישן זין, זאגנדיג אז די רעגירונג פארמאגט נישט די קאפיציטעט צו קענען פארהאלטן אזויפיל טויזנטער פלטים און פון א לעגאלן שטאנדפונקט אנגעוויזן אז די ספעציפישע פראוויזיע וועלכע באפאסט זיך מיט דאס צוריקשיקן אימגראנטן קיין קאנאדא אדער מעקסיקא שטייט אז די דעפארטמענט "קען" צוריקשיקן די פלטים וואס צייגט אז די געזעץ האט ווייט נישט געמיינט צו שאפן די מאנדאט וועלכע טעקסאס און מיזורי פרובירן אריינצולערנען

קעווענאו האט דאן רעאגירט אויף איר ערשטע ארגומענט אז די רעגירונג האט נישט מעגליכקייט צו פארהאלטן אזויפיל פלטים און געפרעגט פון פרילאגער: בלויז דאס נישט קענען פארהאלטן אלע אזיל רעכט זוכער איז גענוג צו גיבן א רעכט פאר די דעפארטמענט צו טוהן מה שלבם חפץ און שאפן אייגענע אפציעס?
האט קאנגרעס טאקע געוואלט אז אין אזא פאל זאל מען ליבערשט עפענען די טויערן און ערלויבן אן ענדלאזע שטראם פון פלטים אן ווערן לעגאל אקצעפטירט?

ראבערטס האט געזאגט אז ער איז גראדע סימפאטיש צו די טענה פון די אדמיניסטראציע אז זיי האבן איינפאך נישט די מעגליכקייטן צו פארהאלטן אזויפיל מענטשן אבער די פראגע וועלכע הויערט איז וואס דארפן מיר טוהן דאס צו אדרעסירן? עס פארבלייבט אונזער דזשאב אלץ א געריכט קלארצושטעלן וואס די געזעץ איז
עטליכע מינוט דערויף איז ראבערטס געווען נאך שארפער זאגנדיג פאר פרילאגער: אויב "ביזטו" אין א סיטואציע אין וועלכע "דו" ביזט שטעקן ווייל "דו" האסט נישט די מעגליכקייט זיך צוצושטעלן צום געזעץ און האנדלען מיטן פראבלעם, ווי אזוי פונקטליך ווערט דאס "אונזער" פראבלעם?!
(אין אנדערע ווערטער פרעגט ער איר פארוואס די יורידישע צווייג דארף קערן די שמוץ פון די עקזעקוטיווע פליגל)

קומענדיג אונטער אטאקע איבער איר ערשטע פארטיידיגונג פונקט (פון די פראקטישע שוועריגקייטן אויסצופירן די געזעץ) האט זי באשלאסן אריבערצוטאנצן צו די צווייטע אויבנדערמאנטע טענה אז די רעגירונג האט רעכט אויך פון א לעגאלן פערספעקטיוו און פארלאנגט פון די געריכט זיך צו קאנצעטרירן אויף די שפראך אין די פראוויזיע פונעם געזעץ וואו עס שטייט אז די דעפארמענט "מעג" צוריקשיקן די פלטים

דאן איז געקומען די רייע אויף סטאון וועלכע איז אויך נישט געווארן אפגעשוינט פון א רייע בייסיגע פראגן און טאקע דורך טייל פון די ריכטער וועלכע האבן אנגעגריפן פרילאגער

טאמאס האט ציטירט א באהויפטונג פון די שריפטליכע ארגעמנט געמאכט דורך די אדמיניסטראציע וועלכע ברענגט ארויס אז קיינע פון די פריערדיגע אדמיניסטראציעס האבן זיך נישט עכט געהאלטן צו אינפארסירן די רויע געזעץ לויט די אויסטייטש פון די סטעיטס אז מען "מוז" אויסוועהלן איינע פון די דריי אפציעס
טאמאס האט געפרעגט פון סטאון אויב ער איז איינשטימיג מיט די באהויפטונג און ווען יענער האט עס באשטעטיגט האט טאמאס אויסגעפירט: עס קלונגט מאדנע פאר קאנגרעס צו לאזן אין פלאץ א געזעץ וועלכע שטעלט זיך ארויס אלץ אוממעגליך נאכצוקומען (ואלא מאי אז די געזעץ אפטייטש איז נישט אז מען "מוז" אויסוועהלן איינע פון די דריי)

אויך סאטאמאיאר איז אריינגעשפרונגען כטאמאס ועוד לקרא און צוברייטערט די ארגומענט זאגנדיג אז ווען קאנגרעס איז באוואוסטזיניג צו וואס עס פאסירט און רעאגירט אדער האלט זיך צוריק פון רעאגירן זאגט עס זייער אסאך איבער זייער ציהל און צום ביישפיל אין אונזער פאל שטייט אין די געזעץ (נישט אין די פראוויזיע) אז די דעפארטמענט "זאל" צוריקשיקן די פלטים און שוין איבער א יאר צענדליג וואס קיין איינציגע אדמיניסטראציע פרובירט נישט צו פארהאלטן יעדע איינציגע אימיגראנט און קאנגרעס שווייגט וואס ווייזט אז קאנגרעס האט אדער ניטאמאל צוגעשטעלט די ריסוירסעס צו קענען אינפארסירן אזא מעגליכקייט אדער ניטאמאל געמיינט עס צו מאנדאטירן

דאן האט זיך קעווענאו גענומען צו וואס ער באצייכנט אלץ די הארץ פון די דאזיגע קעיס און דאס איז די שפראך אין די פראוויזיע וועלכע שרייבט אז די דעפארטמענט "מעג" באשליסן אריינצולאזן פלטים אויף א קעיס ביי קעיס באזיס (אפציע 1) "ווען עס קומט אויס צו סערווירן אן ערנסטע פובליק בענעפיט"
קעווענאו האט אויסגעשמועסט אז די דעפארטמענט האט שוין א לאנגע צייט צוריק באשלאסן אז דאס אריינלאזן אימיגראנטן וועלכע שטעלן נישט פאר קיין ערנסטע געפאר איז א שטארקע בענעפיט זינט עס באפרייט די פאלץ עללעכע וועלכע ערשיינען מיט קרימינאלע רעקארדס
קעווענאו האט דעריבער אויסגעפירט פרעגנדיג פארוואס די רעגירונג קען זיך נישט פארטיידיגן און אנווייזן אז זיי קלויבן אויס די ערשטע אפציע און זיך איבערדעקן מיט די פובליק בענעפיט דעקע

אויך בערעט איז ארויפגעטאנצן אויפן זעלבן וואגן פרעגנדיג פון סטאון: אויב איז די ביידען אדמיניסטראציע גערעכט מיטן עס דערקלערן אלץ פובליק בענעפיט אונטער די לומדות אז זי דארף נויטיגג די פלאץ פאר מער געפארפולע אימיגראנטן, פארלירסטו דיין קעיס, ריכטיג?

די היציגע מונדליכע ארגומענט האט אבער אויך געדעקט מער פונדאמענטאלע פראגן און עטליכע ריכטער האבן געוואלט אויסקלארן א ברייטערע בילד איבער די ראלע פונעם געריכט אריינצורעדן אין טעמעס אנטבאלאנגט די באציאונגען פון די פעדעראלע רעגירונג און אנדערע לענדער און פאליסי באשלוסן פון די עקזעקוטיווע פליגל

ראבערטס האט געבעטן פון סטאון צו רעאגירן צו די ארגומענט פון פרילאגער אז דאס לאזן די פראגראם אין אפעקט וועט רעזולטאטירן אין צוריקשיקן א באגרענציטע אצהל אימיגראנטן קיין מעקסיקא און פארלאנגען פון די רעגירונג צו קאארדאנירן מיט די מעקסיקאנע רעגירונג
ראבערטס: וועלכע גוטס וועט ארויסקומען פון א פארלאנג אז די רעגירונג זאל מוזן לאזן די פראגראם אין פלאץ?
סטאון האט קאלטבלוטיג צוריקגעענטפערט: אז עס וועט פארקומען ווייניגער פארלעצונגען פון די פעדעראלע אימיגראציע געזעץ
ראבערטס האט צוריקגעשאסן: איך מיין אז עס אביסל צופיל פאר טעקסאס זיך אריינצומישן און איינטיילן פאר סעקרעטאר אז ער קען נישט אפשאפן די פראגראם צוליב וואס עס צו לאזן אין פלאץ וועט לייכט פארמינערן דיינע פארלעצונגען פונעם געזעץ

סטאון האט פרובירט אפצומאלן די באקלאגעניש פון די סטעיט אלץ רוטין און געווענליך ווען די פעדעראלע רעגירונג האלט זיך נישט צום געזעץ אבער קעיגען האט עס אפגעשלאגן זאגנדיג אז עס קוקט ווייט נישט אויס ווי א געווענליכע ערשיינונג צו קומען און איינטיילן די עקזעקוטיווע צווייג ווי אזוי צו אימפלעמענטירן איר אויסערן און אימיגראציע פאליסי צוגאנג
זי האט אויסגעפירט אז מיט זיין פארלאנג לייגט זיי אריין די באשלוסן וועלכע די סעקרעטאר איז באאויפטראגט צו פאסן אין די הענט פון מעקסיקא זינט די רעגירונג קען זיך בלויז האלטן צו די געזעץ לויט זיין אפטייטש אזוי לאנג ווי מעקסיקא איז איינשטימיג

ווען פרילאגער האט צוריקגענומען דאס ברעטל האט זי זיך שטארק צוגעכאפט צו אט דעם פונקט און געהאמערט דערמיט זאגנדיג אז אן אורטייל אין שטיצע פון די סטעיט באדייט אז מען בונדט די הענט פון די רעגירונג צו זיין אנגעוויזן אויף מעקסיקא'ס קאאפעראציע און די אנגעוויזנקייט צו אפערירן אזא פראגראם וועט גיבן פאר די מעקסיקאנער אן אויבערהאנט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

Rak Tov האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p-
אזוי רייך און קלאר אראפגעלייגט ווי נאר הבל קען.

ישר כח!

א דאנק פאר די פידבעק!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:אקעי, נעתר לבקשה

טענקס!!

הכל הבל האט געשריבן:קלעמענט האט רעאגירט זאגנדיג: דאס איז מוזיק צו מיינע אויערן (קענטיג פון די וואס הערן ביז ר"ח)

:lol: :lol: :lol:

הכל הבל האט געשריבן:אליטא האט עס נישט לייכט אפגעקויפט פרעגנדיג צו ווען א שולע דיסטרירט זאגט אויף עימיצן צוליב אן אומאויסגעהאלטענע אורזאך, קענען זיי געוואונען אין געריכט מיגו וואס זיי וואלטן ווען געקענט אנלייגן די סוספענדירונג אויסרייד אויף עפעס אנדערש וואס וואלט יא געווען אויסגעהאלטן

:lol: :lol: :lol: :lol: ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

טענקס אגעין

גראדע די גאנצע מעשה דא הערציך באזארגנד צו מיר.....

כאמוירא אז ס'ווייל איך הער דאך נישט קיין מוזיק....

:grin:

יישר!
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6610
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

שכח @הבל

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

enjoy האט געשריבן:שכח @הבל

יישר!
די פידבעק מוטיגט אנצוגיין!
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6610
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

הכל הבל האט געשריבן:
enjoy האט געשריבן:שכח @הבל

יישר!
די פידבעק מוטיגט אנצוגיין!

וועט מען טרייען צו געבן מער... :wink:

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6480
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

enjoy האט געשריבן:שכח @הבל


--------
ריכטער ברייער האט היינט אויסגעהערט די לעצטע קעיס איידער ער רעטייערט פון די געריכט סיסטעם.
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

קעיגען ווערט היינט 62
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:דאנערשטאג מטות מסעי


דזשעין קאמינגס איז א פרוי וועלכע איז פון געבורט אויס טויב און לעגאל בלינד ל"ע און האט באזוכט א לאקאלע פיזישע טעראפי ריהעב צענטער וועלכע געניסט פון פאנדינג פון די רעגירונג פאר רוקן ווייטאג באהאנדלונג

די פאציענט האט פארלאנגט אן איבערזעצער וועלכע קען די שפראך וועלכע זי רעדט איר צו העלפן קאמיוניקירן מיט די טעראפיסט אבער די שטאב האט אפגעווארפן די פארלאנג און אנגעבאטן אז קאמיוניקאציע זאל פארקומען דורך געשריבענע נאטיצן און ליינען ליפן און אנדערע קערפער באוועגונגען אדער אז זי זאל זעלבסט ברענגן איר אייגענע איבערזעצער

זי האט זיך געוואנדן צו א צווייטע צענטער וואו זי איז נישט געווען צופרידן און צוריקגעקומען צום ערשטן און באנייעט אירע פארלאנגען אבער געווארן נאכאנאנד אפגעזאגט

פרוי קאמינגס האט אריינגעטראגן אן אנקלאגע אקעגן די צענטער מיט די טענה אז זיי האבן פארלעצט סעקשאנס פון די דיסעביליטיס אקט מיטן דיסקרימינירן אקעגן דיסעיבלד מענטשן אבער די דיסטריקט געריכט און שפעטער די פיפטע סירקוט האט ארויסגעווארפן די קעיס שרייבנדיג אז די געזעצן אונטער וועלכע זי קלאגט איז אויסגעשטעלט ווי א רעגירונגס קאנטראקט אין קאנגרעס האט באשטעטיגט ספענדינג צו ארויסהעלפן אזעלכע צענטערן אויב טוען זיי זיך פרייוויליג אראפבונדן צו די מאסנאמען און רעגולאציעס פון די פעדעראלע רעגירונג ווי צום ביישפיל די פארבאט אויף דיסעיביליטי דיסקרימינאציע

די קלאגע פון די פרוי איז געווען אז די באהאנדלונג פון די צענטער האט איר געשאפן עמאציאנאלע שוועריגקייטן און לויט די פיפטע סירקוט איז עמאציאנאלע שוועריגקייטן אין אלגעמיין נישט עפעס וואס ליגט אינערהאלב געווענליכע פארלאנגען פאר ראציאנאלע קאמפענצאסיע שאדנס נאר לויפט סינאנים מיט איבערגעטריבענע שטראפן און ווען די צענטער האט איינגעשטימט זיך צוצושטעלן צו רעגירונג פארלאנגען צו דעקן דיסעיביליטי דיסקרימינאציע פארלעצונגען האט עס נישט אריינגענומען קלאגעס פון עמאציאנאלע שוועריגקייטן

זיי האבן אנגעוויזן אז א פריערדיגע סופרים קאורט אורטייל האט געשריבן אז צו קענען באשולדיג פירמעס וועלכע געניסן פון פעדעראלע פאנדינג און ברעכן זייער קאנטראקט מוז מען איבערצייגן אז די פירמעס זענען געווען "אויף נאטיץ" וואס באדייט אז זיי האבן ערווארטעט און פארשטאנען אז אזעלכע שאדנס איז עפעס וואס די קאנטראקט ערווארט זיי צו קאמפענצאסירן און די קרייז געריכט פירט אויס אז עמאציאנאלע שטראפן קומט עס נישט נאך

די אורטייל פון די פיפטע קרייז געריכט גייט נאז צו נאז מיט אן אורטייל פון די עלפטע סירקוט צוריק אין 2007 למספרם וועלכע איז געקומען צום אויספיר אז וויבאלד עס איז נארמאל און ערווארטעט די מעגליכקייט אז ווען מען דיסקרימינירט אזעלכע מענטשן זאל עס פירן צו עמאציאנאלע שוועריגקייטן איז דעריבער דארפן רעגירונג פינאנצירטע צענטערן וועלכע האבן זיך פארפליכטעט צו די רעגולאציעס יא פארשטיין אז זיי וועלן מוזן גיבן אנטשעדיגונג פאר סיי וועלכע שאדן כולל אין דעם עמאציאנאלע און זייער איינגיין אויפן קאנטראקט באדייט אז זיי האבן זיך עס אונטערגענומען

די פיפטע סירקוט האט אבער אפגעווארפן די באהויפטונג אלץ נישט גענוג זיי מחייב צו זיין צוליב וואס לויט די פרעצעדענט איז נישט גענוג אז עס איז נארמאל צו ערווארטן אזעלכע קאנסקווענצן נאר עס פארלאנגט זיך אז אז די פירמעס זענען געווען "אויף נאטיץ" וואס באדייט אז זיי האבן ערווארטעט און פארשטאנען אז אזעלכע שאדנס איז עפעס וואס די קאנטראקט ערווארט זיי צו קאמפענצאסירן

וויבאלד די צוויי געריכטן זענען אין קאנפליקט האט די סופרים קאורט באוויליגט אויסצוהערן די קעיס און וועט עס באהאנדלען אינעם קומענדיגן געריכט סעסיע



די געריכט האט נארוואס געאורטיילט 3-6 אז די פיפטע סירקוט האט רעכט און אז קאמינגס קען נישט קלאגן די צענטער

די מאיאריטעט אורטייל איז געשירבן געווארן דורך הויפט ריכטער ראבערטס און דערין אנגעשלאסן טאמאס, אליטא, גארסוטש, קעווענאו און בערעט
די מינאריטעט אורטייל איז געשריבן געווארן דורך ריכטער ברייער און דערין אנגעשלאסן קעיגען און סאטאמאיאר
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך מאי 04, 2022 1:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6610
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

הכל הבל האט געשריבן:קעיגען ווערט היינט 62

מזל טוב!...

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6480
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

יוסטיץ דעפארטמענט קלאגט פון פריש געוועזענע טראמפ קאמפיין מענעזשער פאול מענעפארט אויף שטייער פארלעצונגען און פארלאנגט ארום דריי מיליאן דאלער אין געלט שטראפן.

די קלאגע באציט זיך צו זיינע טעקס ריטורן'ס פון די יארן 2005 ביז 2014.
אטעטשמענטס
Annotation 2022-04-29 045025.png
Annotation 2022-04-29 045025.png (150.38 KiB) געזען 1782 מאל
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1553
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

@הכל, מאסיווע ארבעט געמאכט
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1623
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

אה''ו האט געשריבן:@הבל, מאסיווע ארבעט געמאכט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:די סיטי האל געביידע אין באסטאן אין מאסאטשוסעטס פארמאגט דריי זוילן אינדרויסן פונעם קאמפלעקס אויף וועלכע עס פלאטערן פארשידענע פענער

אויף איינע פון די דריי איז ארויפגעצויגן א פאן פון די סיטי אבער עס ווערט רעגלמעסיג ארומגעטוישט צו גיבן א שאנס פאר אנדערע סימבאלישע פענער צו פלאטערן נאך וואס אזעלכע פארלאנגען גייען אריבער א באשטעטיגונגס פראצעדור

אין די 12 יאר אפשניט ביז 2017 למספרם האט די סיטי געהאט באשטעטיגט 284 פענער אויף די דערמאנטע סלופע אין פארבינדונג מיט עטנישע און קולטוראלע אפצייכענונגען אריינגערעכנט פון אנדערע לענדער און היסטארישע געשעענישן ווי צום ביישפיל איינס צו סאלידארירן מיט א געמיינע מארש

דאן איז אריינגעקומען א ביטע פון א רעליגיעזע גרופע וועלכע האט געזוכט ארויפצוציען א קריסטליכע פאן מיט א שתי וערב אין די צייט וואס זיי האבן דורכגעפירט א פארזאמלונג מיט קורצע רעדעס איבער די באסטאן היסטאריע אבער די סיטי האט אפגעווארפן די פארלאנג

די גרופע האט אריינגעטראגן א קלאגע אין געריכט זאגנדיג צווישן אנדערן אז זייערע רעכטן פאר פרייהייט פון אויסדרוק איז געווארן פארלעצט אבעראן איינשטימיגע דריי ריכטער פאנעל אויפן ערשטן סירקוט קאורט האט גענומען די זייט פון די סיטי שרייבנדיג אז עס איז פאר די רעגירונג צו באשליסן וועלכע סארט מעסעדזשעס זיי ווילן אינדארסירן

די אורטייל איז געשירבן געווארן דורך ריכטערברוס סעליא און געשטיצט געווארן דורך ריכטער קערמיט ליפעז און ריכטערין סאנדרע לינטש ביידע נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן

די גרופע האט אפעלירט זייער קעיס צום סופרים קאורט שרייבנדיג אז די שטאנג אויף וועלכע זיי ווילן ארויפציען זייער קרייץ פאן איז א פובליק אייגנטום און די סיטי דיסקרימינירט אקעגן זיי

די סופרים קאורט האט פארלאפענע דאנערשטאג אקצעפטירט אויסצוהערן די קעיס


סופרים קאורט נארוואס איינשטימיג געאורטיילט אז באסטאן האט פארלעצט די ערשטע אמענדמענט מיטן נישט ערלויבט די קריסטליכע פאן צו פלאטערן

די אורטייל איז געשריבן געווארן דורך ריכטער ברייער
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

זייער אינטערעסאנט, טענקס הכל

די נידריגע געריכט איז געווען איינשטימיג פארקערט...
שפיצער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 13, 2021 4:33 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיצער »

הכל הבל האט געשריבן:סופרים קאורט אקצעפטירט דריי פרישע חוקי רציחה קעיסעס

א דרעפט פון די אורטייל האט "ארויסגעליעקט"
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

שפיצער האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:סופרים קאורט אקצעפטירט דריי פרישע חוקי רציחה קעיסעס

א דרעפט פון די אורטייל האט "ארויסגעליעקט"

די סופרים קארט בילדינג איז געווארן ארומגעצוימט צו באשיצן פון פראטאסטירער נאכן "ליעק"
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3646
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

Wow
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4866
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

דאס איז נייעס, דאס גייט טוישן די סופרים קאורט אויף אייביג.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”