נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4527
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
Borrower האט געשריבן:
כוויל נישא פארדרייען דעם הערליכן אשכול - אבער דאך.
כמיין אז ישיבה יוניווערסיטי פארדינט א האנט (קלאטשעריי) פאר זייער קלארע פרא תורה שטעלונג (אין די קעיס)

יישר כח הבל
ריכטערין סאטאמאיאר שטעלט ארויף אדמיניסטראטיווע סטעי אויף דערווייל
סופרים קאורט באשליסט מיט 4-5 נישט צו בלאקירן די אורטייל פונעם אונטערשטן געריכט
זיי שרייבן אז אויב די סטעיט געריכט וועלן נישט ארויפשטעלן כאטש א סטעי אדער אונטעראיילן די קעיס קענען זיך די קלעגער צוריקקערן צום סופרים קאורט פרובירן נאכאמאל
די ריכטער אין די מאיאריטעט זענען געווען ריכטער ראבערטס, סאטאמאיאר, קעיגען, קעווענאו און דזשעקסאן
ריכטער אליטא האט געשריבן פאר די מינאריטעט אז די מאיאריטעט ערלויבט פאר ניו יארק איבערצודרייען די אפטייטש וואס א ישיבה לערנט אפ אין די תורה
מיינט אז עס קען נאך אנקומען אין הויעכן געריכט אין די ציקונפט ?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יא
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

Borrower האט געשריבן:
מיינט אז עס קען נאך אנקומען אין הויעכן געריכט אין די ציקונפט ?
יא
הכל הבל האט געשריבן:
די געריכט שרייבט אז די קלעגער דארפן צו ערשט אויסנוצן יעדע לעגאלע שטראז אין סטעיט געריכט איידער זיי קענען זיך ווענדן צום פעדעראלן געריכט
אפס, האקט
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פעדעראלע הויפט דיסטריקט ריכטערין אויפן די סי געריכט בעריל האועל (נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא) בלאקירט א פארזוך צו פובליצירן די פולע סענאט קאמיטע באריכט איבער די סי איי עי פייניגונג מעטאדן גענוצט אויף טעראר פארדעכטיגטע
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א פארפאלק מיט זייער 7 יעריג קינד זענען דורכגעפארן א דרייוו טרו לאקאל פון א פראמינענטע רעסטוראנט נעץ און באשטעלט א מאלצייט אבער ווען זיי האבן עס באקומען האבן זיי גלייך באמערקט אז די געפרעגלטע קארטאפל רונדן פעהלן

זיי האבן אויפגעמערקט פארן קעלנערין אלאניא פאנטאזיע פארד דערוועגן אבער יענע האט נישט געוואלט ארויסגעבן א פרישע און ווען זיי האבן פארלאנגט צו רעדן צו א מענעדזשער איז זי געווארן אנגעצויגן

פארד האט אנגעבליך אנגעהויבן שרייען אז זיי זאלן פארלאזן די פלאץ און ווען זיי האבן אנגעהויבן טענה'ן מיט איר האט זי אריינגעשפריצט קעטשאפ (א געהעריגע טראמפיסט), אייז און נאך מעדנים אין די קאר

ביי איין פונקט האט פארד ארויסגעצויגן א ביקס און דער דערשראקענער קונד האט שנעל געדרוקט אויפן גאז און ווען פארד האט געצויגן די צינגל איז די קויל אריינגעפלויגן אין די אונטערשטע זיץ וואו דאס קינד איז געזיצן אבער עס האט איר אויסגעמיטן און די אינצידענט האט איר טראומאטיזרט און זי האט געדארפט גיין פאר טעראפי סעסיעס

פארד איז געווארן ארעסטירט און פארברענגט 6 טעג אין טורמע אבער דאן אויסגעהאמערט אן אפמאך מיט פראקורארן אונטער וועלכע זי וועט זיך דערקלערן שולדיג אויף א מיסדימינאר טויטליכע אויפפירונג

די אורטייל אויף די קאונט איז געווען א יאר פראבעישאן און אויב מען האלט זיך צו די טערמינען ווערט די שולד אורטייל אראפגענומען פונעם רעקארד

אצינד האט די פארפאלק אריינגעטראגן אן אנקלאגע אקעגן פארד און די רעסטוראנט אייגנטומער וועלכע האט לויט זיי פארנאכלעסיגט דורכצופירן די נויטיגע איבערזיכט איידער זיי האבן אויפגענומען פארד צו ארבעטן פאר זיי

זיי ווייזן אן אז נאך אן איינפאכע סוירטש וואלטן זיי לייכט אנדעקט אז פארד איז שוין אין 2012 למספרם געפונען געווארן שולדיג אויף א מיסידימינאר פארן מאכן טעראריסטישע סטראשונקעס און געווארן פאראורטיילט צו 30 טאג טורמע

די פארפאלק פארלאנגט צווישן 250 טויזנט און א מיליאן דאלער אין אנטשעדיגונג

קאנסילמאן האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
א פירמע אין לעקסינגטאן קענטאקי וועלכע פרינט אויפשריפטן און סימבאלן אויף העמדלעך און ענליכס האט אנטזאגט אן אנבאט פון די לעקסינגטאן געמיינע לעבנסשטייגער ארגאנאזאציע צו פרינטן ספעציעלע קאסטום העמדלעך פאר די שטאטישע געמיינע לעבנסשטייגער צערעמאניע, דער אייגנטומער האט ערקלערט אז ער קען נישט אננעמען אזא ארבעט צוליב זיין קריסטליכע גלויבן, די ארטיגע רעגירונג מענטשן רעכט קאמיסיע איז געלאפן אין געריכט אנקלאגנדיג די פירמע מיט דיסקרימינאציע
איז דאס נישט די זעלבע סארט קעיס אזוי ווי די
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
די קעיס פון א בעקער אין ארעגאן וועלכע האט זיך אנטזאגט צו סערווירן א געמיינע לעבנסשטייגער צערעמאניע הענגט ווייטער אין געריכט און די געריכט האט נעכטן נישט געמאלדן קיין אפדעיט אויף די קעיס
סופרים קאורט באפעלט פאר די ארעגאן סופרים קאורט נאכאמאל איבערצוקוקן זייער אורטייל אקעגן א בעקער וועלכע האט אנטזאגט צו סערווירן א געמיינע לעבנסשטייגער צערעמאניע
נאכנישטא קיין פסק אין די בעקער קעיס?
יענע קעיס איז איינס וועלכע די ריכטער קענען זיך נישט אזוי גרינג ארויסדרייען ווייל דארט איז די פראגע אויב אינדיווידועלן זענען געווארן דיסקרימינירט ווידעראום אין קענטאקי האט די געריכט ארויסגעווארפן די קעיס צוליב וואס די קלעגער האבן נישט די רעכט צו קלאגן זייענדיג אן ארגאנאזאציע
נאך וואס די ארעגאן געריכט האט ווידעראמאל געאורטיילט אקעגן די בעקער האט יענע ווידעאמאל זיך געואונדן צום סופרים קאורט אז זיי זאלן אויסהערן די קעיס

די ערשטע קאנפרעץ צווישן די ריכטער וועט זיין אום סעפטעמבער 28 למספרם און אויב וועלן זיי שוין דאן באשליסן איב זיי נעמען עס אויף וועט מען מעגליך הערן דערוועגן און אקטאבער 3 למספרם

אויב זאל די געריכט אקצעפטירן די קעיס וועט עס זיין די צוייטע אזא סארט קעיס פארן קומענדיגן טערמין נאך וואס זיי זענען שוין איינגעגאנגען אויסצוהערן די קעיס פון וועב דעזיינער לאריע סמיט ווי שוין באריכטעט וועלכע אנטזאגט זיך אהערצושטעלן זייטלעך מיט מעסעדזשעס וועלכע גייען אקעגן אירע רעליגיעזע ווירדן
הכל הבל האט געשריבן:
די סופרים קאורט איז איינגעגאנגען אויסצוהערן אינעם קומענדיגן טערמין א קלאגע דורך א קאלאראדא וועב דעזיינער וועלכע זוכט צו פארטיידיגן זיין רעכט נישט צו סערווירן געמיינע צערעמאניעס
אוועטאר
הינגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3136
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:46 am
לאקאציע: אויפן טיש

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הינגער »

הכל הבל האט געשריבן:
א פארפאלק מיט זייער 7 יעריג קינד זענען דורכגעפארן א דרייוו טרו לאקאל פון א פראמינענטע רעסטוראנט נעץ און באשטעלט א מאלצייט אבער ווען זיי האבן עס באקומען האבן זיי גלייך באמערקט אז די געפרעגלטע קארטאפל רונדן פעהלן

זיי האבן אויפגעמערקט פארן קעלנערין אלאניא פאנטאזיע פארד דערוועגן אבער יענע האט נישט געוואלט ארויסגעבן א פרישע און ווען זיי האבן פארלאנגט צו רעדן צו א מענעדזשער איז זי געווארן אנגעצויגן

פארד האט אנגעבליך אנגעהויבן שרייען אז זיי זאלן פארלאזן די פלאץ און ווען זיי האבן אנגעהויבן טענה'ן מיט איר האט זי אריינגעשפריצט קעטשאפ (א געהעריגע טראמפיסט), אייז און נאך מעדנים אין די קאר

ביי איין פונקט האט פארד ארויסגעצויגן א ביקס און דער דערשראקענער קונד האט שנעל געדרוקט אויפן גאז און ווען פארד האט געצויגן די צינגל איז די קויל אריינגעפלויגן אין די אונטערשטע זיץ וואו דאס קינד איז געזיצן אבער עס האט איר אויסגעמיטן און די אינצידענט האט איר טראומאטיזרט און זי האט געדארפט גיין פאר טעראפי סעסיעס

פארד איז געווארן ארעסטירט און פארברענגט 6 טעג אין טורמע אבער דאן אויסגעהאמערט אן אפמאך מיט פראקורארן אונטער וועלכע זי וועט זיך דערקלערן שולדיג אויף א מיסדימינאר טויטליכע אויפפירונג

די אורטייל אויף די קאונט איז געווען א יאר פראבעישאן און אויב מען האלט זיך צו די טערמינען ווערט די שולד אורטייל אראפגענומען פונעם רעקארד

אצינד האט די פארפאלק אריינגעטראגן אן אנקלאגע אקעגן פארד און די רעסטוראנט אייגנטומער וועלכע האט לויט זיי פארנאכלעסיגט דורכצופירן די נויטיגע איבערזיכט איידער זיי האבן אויפגענומען פארד צו ארבעטן פאר זיי

זיי ווייזן אן אז נאך אן איינפאכע סוירטש וואלטן זיי לייכט אנדעקט אז פארד איז שוין אין 2012 למספרם געפונען געווארן שולדיג אויף א מיסידימינאר פארן מאכן טעראריסטישע סטראשונקעס און געווארן פאראורטיילט צו 30 טאג טורמע

די פארפאלק פארלאנגט צווישן 250 טויזנט און א מיליאן דאלער אין אנטשעדיגונג
:lol: :lol:
שכח הבל
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

פון א לעגאלע שטאנדפונקט, דארף די סופרים קאורט ווערן אויסגעלויבט כל זמן זיי מישן זיך ווי ווייניגער אריין אין לאזן די סטעיטס פאסן זייערע באשלוסן. אויב זיי האבן פארלאנגט פון י"י אויסצונוצן קודם יעדע שטראז אינעם סטעיטס געריכט סיסטעם איז דאס באגריסענסווערד טראץ וואס ס'איז אין די פאל נישט פונטקליך וויאזוי איך און דו ווילן.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הינגער האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
א פארפאלק מיט זייער 7 יעריג קינד זענען דורכגעפארן א דרייוו טרו לאקאל פון א פראמינענטע רעסטוראנט נעץ און באשטעלט א מאלצייט אבער ווען זיי האבן עס באקומען האבן זיי גלייך באמערקט אז די געפרעגלטע קארטאפל רונדן פעהלן

זיי האבן אויפגעמערקט פארן קעלנערין אלאניא פאנטאזיע פארד דערוועגן אבער יענע האט נישט געוואלט ארויסגעבן א פרישע און ווען זיי האבן פארלאנגט צו רעדן צו א מענעדזשער איז זי געווארן אנגעצויגן

פארד האט אנגעבליך אנגעהויבן שרייען אז זיי זאלן פארלאזן די פלאץ און ווען זיי האבן אנגעהויבן טענה'ן מיט איר האט זי אריינגעשפריצט קעטשאפ (א געהעריגע טראמפיסט), אייז און נאך מעדנים אין די קאר

ביי איין פונקט האט פארד ארויסגעצויגן א ביקס און דער דערשראקענער קונד האט שנעל געדרוקט אויפן גאז און ווען פארד האט געצויגן די צינגל איז די קויל אריינגעפלויגן אין די אונטערשטע זיץ וואו דאס קינד איז געזיצן אבער עס האט איר אויסגעמיטן און די אינצידענט האט איר טראומאטיזרט און זי האט געדארפט גיין פאר טעראפי סעסיעס

פארד איז געווארן ארעסטירט און פארברענגט 6 טעג אין טורמע אבער דאן אויסגעהאמערט אן אפמאך מיט פראקורארן אונטער וועלכע זי וועט זיך דערקלערן שולדיג אויף א מיסדימינאר טויטליכע אויפפירונג

די אורטייל אויף די קאונט איז געווען א יאר פראבעישאן און אויב מען האלט זיך צו די טערמינען ווערט די שולד אורטייל אראפגענומען פונעם רעקארד

אצינד האט די פארפאלק אריינגעטראגן אן אנקלאגע אקעגן פארד און די רעסטוראנט אייגנטומער וועלכע האט לויט זיי פארנאכלעסיגט דורכצופירן די נויטיגע איבערזיכט איידער זיי האבן אויפגענומען פארד צו ארבעטן פאר זיי

זיי ווייזן אן אז נאך אן איינפאכע סוירטש וואלטן זיי לייכט אנדעקט אז פארד איז שוין אין 2012 למספרם געפונען געווארן שולדיג אויף א מיסידימינאר פארן מאכן טעראריסטישע סטראשונקעס און געווארן פאראורטיילט צו 30 טאג טורמע

די פארפאלק פארלאנגט צווישן 250 טויזנט און א מיליאן דאלער אין אנטשעדיגונג
:lol: :lol:
שכח הבל
יישר!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
אקלאהאומא ווערט ערשטע סטעיט צו פארבאטן ארויסצוגעבן געבורט שיין סערטיפיקאטן וועלכע אידענטפיצירט נישט די גענדער פון די ניי געבוירענע
ריכטער ווארפט ארויס א לעצטיגע מאנטאנא סטעיט פארבאט צו טוישן די געבורט שיין אין אזעלכע פעלער
תירוצים
שר חמש מאות
תגובות: 902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 25, 2022 2:04 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תירוצים »

א קאורט אין דעלעווער האט געאורטיילט אז מעיל אין בעלאטס פארלעצט די סטעיטס קאנסטעטוציע.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ישיבה יוניווערסיטי האט פרייטאג נאכמיטאג אוריסגעשיקט אן אימעיל צו מעלדן די סוספענדירונג פון אלע סארטן קלאבס אינערהאלב די ישיבה נעץ

זיי האבן נישט אנגעגעבן אויב עס איז צייטווייליג אדער פערמענאנט אבער געשריבן אז זיי טוען עס אין איינקלאנג מיט זייער פלאן נאכצופאלגן די לעגאלע שטראז וועלכע די סופרים קאורט האט אנגעצייכנט

אן אדוואקאט פאר די סטודענטן קלעגער האט אראפגעריסן די באשלוס אלץ ענליך צו די דיסקרימינאציע טאקטיקן גענוצט אין די פארגאנגנהייט אונטערצודרוקן די שטימע פון מינאריטעטן און דערמאנט פון א פאל מיט 50 יאר צוריק ווען די סיטי פון דזשעקסאן אין מיסיסיפי האט באשלאסן אפצושליסן אלע פובליק שווים באסיינען און ווי איידער זיך צוצושטעלן צו א געריכט אורטייל
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4527
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

הכל הבל האט געשריבן:
ישיבה יוניווערסיטי האט פרייטאג נאכמיטאג אוריסגעשיקט אן אימעיל צו מעלדן די סוספענדירונג פון אלע סארטן קלאבס אינערהאלב די ישיבה נעץ

זיי האבן נישט אנגעגעבן אויב עס איז צייטווייליג אדער פערמענאנט אבער געשריבן אז זיי טוען עס אין איינקלאנג מיט זייער פלאן נאכצופאלגן די לעגאלע שטראז וועלכע די סופרים קאורט האט אנגעצייכנט

אן אדוואקאט פאר די סטודענטן קלעגער האט אראפגעריסן די באשלוס אלץ ענליך צו די דיסקרימינאציע טאקטיקן גענוצט אין די פארגאנגנהייט אונטערצודרוקן די שטימע פון מינאריטעטן און דערמאנט פון א פאל מיט 50 יאר צוריק ווען די סיטי פון דזשעקסאן אין מיסיסיפי האט באשלאסן אפצושליסן אלע פובליק שווים באסיינען און ווי איידער זיך צוצושטעלן צו א געריכט אורטייל
וואונדערלעך.
האט ישיבה יוניווערסיטי פרומע באורד מעמבערס?
געט זיי א האנט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

צוריק אין 2016 למספרם האט ראפאס וועסט, א מוסולמענישע ארעסטאנט וועלכע שמאכטעט אין א סטעיט טורמע אין וויסקאנסין געמוזט אריבערגיין א פולשטענדיגע קערפערליכע רוטינע אונטערזוכונג נאך א באזוך דורך א פריינד

וועסט איז איינגעגאנגען דערויף אבער ער האט זיך קעגנגעשטעלט אקעגן די אויסוואל פון ווער עס זאל עס דורכפירן

די אונטערזוכונג ווערט דורכגעפירט דורך איין אפיציר און אין די אנוועזנהייט פון 2 אנדערע אפיצירן וועלן מאכן זיכער אז אלעס ווערט דורכגעפירט אויסגעהאלטן

איינע פון די צוויי מפקחים איז געווען א ברי' משונה מיטן (היינטיגן נאמען) אייזיק באהלע און וועסט האט פארפירט אז אז עס איז אים א שאנדע צו ווערן אונטערזוכט פארנט פון באהלע און דאס גייט אקעגן זיינע רעליגיעזע ווירדן אבער די טורמע אינסטאנצן האט זיך נישט גערעכנט מיט זיינע געבעטן

נאך יענע אינצידענט האט וועסט אריינגעגעבן א פארלאנג אז אין די צוקונפט זאל ער מער נישט דארפן אויסשטיין אונטערזוכונגען וואו עס נעמען אנטייל אזעלכע בריות משונות אבער דער ווארדען סקאט עקשטיין האט אפגעווארפן די פארלאנג

וועסט האט אריינגעטראגן אן אנקלאגע אקעגן עקשטיין און אנדערע טורמע באאמטע אין פעדעראלן געריכט אבער דיסטריקט ריכטערין פאמעלא פעפער (נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא) האט ארויסגעווארפן זיין קעיס שרייבנדיג אז די רעליגיעזע איבערצייגונג פון וועסט איז נישט גענוג שטארק איבערצואוועגן די רעכט פון באהלע צו ווערן פאררעכנט אלץ א ברי' חדשה

וועסט האט אפעלירט איר באשלוס צום זיבעטן קרייז געריכט און די סטעיט האט צווישן זייערע ארגומענטן ארויסבאקומען אן הודאה פון וועסט אז לויט זיין איסלאמישע גלויבן איז דאס שטיין אנטבלויזט פארנט פון סיי וועם א זינד אויך וועלכע די שטראף איז גיהנם

די סטעיט האט מיט דעם פרובירט ארויסצוברענגן אז וויבאלד וועסט קען סייווי ווערן געצוואונגען דורכצוגיין אן אונטערזוכונג וואס גייט אקעגן זיינע ווירדן איז שוין נישט רעלעוואנט ווער עס פירט עס דורך

די דריי ריכטער פאנעל האבן דורכאויס די מונדליכע ארגומענטן נישט אויסגעקוקט אנציקט פון די ארגומענטן און האבן אצינד אראפגעשטימט איר אורטייל און געגעבן רעכט פאר וועסט

די פאנעל איז באשטאנען פון הויפט ריכטערין דיאנא סייקעס (נאמינירט דורל פרעזידענט בוש דער צווייטער) ריכטער יואל פלאם (נאמינירט דורך פרעזידענט רעיגען) און ריכטער מייקל ברענען (נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ)
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ענדען סייעד איז אין 2000 למספרם פאראורטיילט געווארן צו לעבנסלענגליכע טורמע נאכן געפונען ווערן שולדיג אין אן ערשטע גראד מארד

נאך פרישע באווייזן וועלכע האבן געברענגט אויפמערקזאמקייט צו די קעיס האט ער מיט באקומען א פרישע פראצעס און א ריכטער האט איצט ארויסגעווארפן זיין שולד אורטייל און פארארדנט אים צו באפרייען
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

הכל הבל האט געשריבן:
ענדען סייעד איז אין 2000 למספרם פאראורטיילט געווארן צו לעבנסלענגליכע טורמע נאכן געפונען ווערן שולדיג אין אן ערשטע גראד מארד

נאך פרישע באווייזן וועלכע האבן געברענגט אויפמערקזאמקייט צו די קעיס האט ער מיט באקומען א פרישע פראצעס און א ריכטער האט איצט ארויסגעווארפן זיין שולד אורטייל און פארארדנט אים צו באפרייען
א פחד פון א מעשה. נישט נאר האט די ריכטער עס ארויסגעווארפן נאר ס'איז גאר די פראקוראר וועלכע האט דאס פארלאנגט, זיי האבן געבעטן די ריכטער צו אנולירן די שולד אורטייל און אים פריילאזן באלד אנע שום תנאים וואט-סאו-עווער.

נישטא קיין אמת'ע משפט אויף דעם עולם השקר, ער איז זיך 20 יאר אפגעזיצן פאר גארנישט.
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

פראקטיש האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
ענדען סייעד איז אין 2000 למספרם פאראורטיילט געווארן צו לעבנסלענגליכע טורמע נאכן געפונען ווערן שולדיג אין אן ערשטע גראד מארד

נאך פרישע באווייזן וועלכע האבן געברענגט אויפמערקזאמקייט צו די קעיס האט ער מיט באקומען א פרישע פראצעס און א ריכטער האט איצט ארויסגעווארפן זיין שולד אורטייל און פארארדנט אים צו באפרייען
א פחד פון א מעשה. נישט נאר האט די ריכטער עס ארויסגעווארפן נאר ס'איז גאר די פראקוראר וועלכע האט דאס פארלאנגט, זיי האבן געבעטן די ריכטער צו אנולירן די שולד אורטייל און אים פריילאזן באלד אנע שום תנאים וואט-סאו-עווער.

נישטא קיין אמת'ע משפט אויף דעם עולם השקר, ער איז זיך 20 יאר אפגעזיצן פאר גארנישט.
נאופס, ער איז צוואונציג יאר געזיצן צו פארדינען שווערע מיליאנען אין אנטשולדיגונגס געלטער
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2644
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

אה''ו האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
ענדען סייעד איז אין 2000 למספרם פאראורטיילט געווארן צו לעבנסלענגליכע טורמע נאכן געפונען ווערן שולדיג אין אן ערשטע גראד מארד

נאך פרישע באווייזן וועלכע האבן געברענגט אויפמערקזאמקייט צו די קעיס האט ער מיט באקומען א פרישע פראצעס און א ריכטער האט איצט ארויסגעווארפן זיין שולד אורטייל און פארארדנט אים צו באפרייען
א פחד פון א מעשה. נישט נאר האט די ריכטער עס ארויסגעווארפן נאר ס'איז גאר די פראקוראר וועלכע האט דאס פארלאנגט, זיי האבן געבעטן די ריכטער צו אנולירן די שולד אורטייל און אים פריילאזן באלד אנע שום תנאים וואט-סאו-עווער.

נישטא קיין אמת'ע משפט אויף דעם עולם השקר, ער איז זיך 20 יאר אפגעזיצן פאר גארנישט.
נאופס, ער איז צוואונציג יאר געזיצן צו פארדינען שווערע מיליאנען אין אנטשולדיגונגס געלטער
וואס באקומט ער?

די קאורטס באפאסן זיך מיט אזעכע מאדנע קעיסעס.… קאמיש ביז גאר.
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4527
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

הכל הבל האט געשריבן:
ענדען סייעד איז אין 2000 למספרם פאראורטיילט געווארן צו לעבנסלענגליכע טורמע נאכן געפונען ווערן שולדיג אין אן ערשטע גראד מארד

נאך פרישע באווייזן וועלכע האבן געברענגט אויפמערקזאמקייט צו די קעיס האט ער מיט באקומען א פרישע פראצעס און א ריכטער האט איצט ארויסגעווארפן זיין שולד אורטייל און פארארדנט אים צו באפרייען
רח"ל
וואלט געווען אינטרעסאנט א קורצע כראנאלאגיע וואס / וויאזוי איז געווען די קעיס געבויעט ?

למאי נפקא מינה ? ווען די געריכט באשילדיגט א יוד "פאר זיי וואס" זאלן מיר נישט טאנצן דריי מאל קדוש אין אנעמען די געריכט דזשאדזשמענט. יו נעווער Kנאו וואס 20 יאר שפעטער וועט ארויף קומען (כרעד צו מיר אליין)
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דעטרויט טראגט אריין אנקלאגע אקעגן די פעדעראלע רעגירונג פארן אנגעבליך פארפעהלן צו ציילן מער פון 20 טויזנט בירגער, מיינסטנס אפריקאנע אמעריקאנע און היספאנישע און אז די צענזוס ביורא האט אפגעווארפן פארלאנגען צו פאררעכטן די גרייז
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די אריזאנא סטעיט סופרים קאורט גיבט די גרינע ליכט פאר אן אינציאטיוו וועלכע וועט פארלאנגען צו קלארער באריכטן ווער עס פינאנצירט פאליטישע קאמפיינס ארויפצוגיין אויפן בעלאט אין נאוועמבער למספרם
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דער מאן וועלכע האט געגעבן א קלאפ פאר רודי דזשוליאני אין רוקן גייט קענען לויז ווערן פון די קלאגעס אויב ער וועט זיך אויפפירן גוט אין די קומענדיגע 6 מאנאטן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א דזשורי האט געפונען די קאנסערוואטיווע פראדזשעקט ווערייטעס גרופע שולדיג אין פארלעצן געזעצן ביים רעקארדירן דעמאקראטישע פאליטישע ראטגעבער

עס איז געוועןא ציווילע און נישט קרימינאלע אנקלאגע און די גרופע וועט דארפן באצאהלן 120 טויזנט דאלער
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”