נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

זיי קענען נוצן נעוואדא'ס נייע תירוץ.
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

Mezofzef האט געשריבן:זיי קענען נוצן נעוואדא'ס נייע תירוץ.

ווילאנג סאיז א געזעץ נישט קיין קאנסטיטוציע קענסטו אים פארלאנגען ער זאל אויסשליסן רעליגעזע מוסדות פון אזא פארלאנג אויב בעט ער דיין (קאמיוניטיס) שטימע, דארט וואו מ'בעט דיין וואט און ער מוז זוכן א תירוץ ביזטו גוט.
עניוועי גלייב איך די סופרים קארט עז איז וועט דאס אויך נישט צולאזן, נאר א פראגע פון צייט.
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:צוויי קעיסעס זענען פארבליבן פארן סופרים קאורט צו אורטיילן

איינס איז איבער ענווייראמענטאלע פראגן און די צווייטע אי די פארבלייב אין מעקסיקא טראמפ פאליסי

מארגן וועט זיין די לעצטע טאג פון אורטיילן אין די איצטיגע סעסיע וואס באדייט אורטיילן אויף ביידע פון די קעיסעס

מיט די ענדע פון די סעסיע ענדיגט זיך אויך די יורידישע קאריערע פון ריכטער סטיווען ברייער

פרייטאג וועלן זיך די ריכטער צוזאמקומען נאך איינמאל פריוואט מסדר צו זיין די אפיס איידער מען גייט אויף וואקאציע
דאס מיינט אז זיי וועלן דיסקוסירן די איבערגעבליבענע פענדינג קעיסעס און באשליסן וועלכע יא און וועלכע נישט אנצונעמען פארן קומענדיגן טערמין

דערנאך וועט קומען אן ארדער ליסט פאר פובליק צו הערן די באשלוסן אויף איטליכער קעיס

ברייער באשטעטיגט איצט אז ער ענדיגט מארגן נאכמיטאג גייט זיין רעטייערמענט אריין אין אפעקט
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

'פעדעראלע טרעיד קאמיסיע' (FTC) אריינגעטראגן א לאוסוט קעגן וואלמארט מיט באשולדיגונגען אז די פירמע טוט נישט גענוג צו בלאקירן שווינדלער פון צו נוצן די פירמע'ס געלטער טרענספער סערוויס צו באשווינדלען קאנסומער.
אטעטשמענטס
Screenshot 2022-06-29 184914.jpg
Screenshot 2022-06-29 184914.jpg (168.99 KiB) געזען 1093 מאל
Screenshot 2022-06-29 184850.jpg
Screenshot 2022-06-29 184850.jpg (193.71 KiB) געזען 1093 מאל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:צוויי קעיסעס זענען פארבליבן פארן סופרים קאורט צו אורטיילן

איינס איז איבער ענווייראמענטאלע פראגן און די צווייטע אי די פארבלייב אין מעקסיקא טראמפ פאליסי

מארגן וועט זיין די לעצטע טאג פון אורטיילן אין די איצטיגע סעסיע וואס באדייט אורטיילן אויף ביידע פון די קעיסעס

מיט די ענדע פון די סעסיע ענדיגט זיך אויך די יורידישע קאריערע פון ריכטער סטיווען ברייער

פרייטאג וועלן זיך די ריכטער צוזאמקומען נאך איינמאל פריוואט מסדר צו זיין די אפיס איידער מען גייט אויף וואקאציע
דאס מיינט אז זיי וועלן דיסקוסירן די איבערגעבליבענע פענדינג קעיסעס און באשליסן וועלכע יא און וועלכע נישט אנצונעמען פארן קומענדיגן טערמין

דערנאך וועט קומען אן ארדער ליסט פאר פובליק צו הערן די באשלוסן אויף איטליכער קעיס

ברייער באשטעטיגט איצט אז ער ענדיגט מארגן נאכמיטאג גייט זיין רעטייערמענט אריין אין אפעקט

ריכטערין דזשעקסאן וועט שוין מארגן ווערן איינגעשוואוירן
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום זונטאג יולי 03, 2022 12:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פעדעראלע דיסטריקט ריכטער מארק וואלקער (נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא) אורטיילט אז צוויי פלארידא לערערס מאנגלען סטענדינג צו קענען ברענגן אן אנקלאגע אקעגן די סטעיט'ס נייע אנטי קריטיקל ראסע טעאריע געזעץ און ערציאונג רעגולאציעס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א פאנעל אויף די דריטע קרייז געריכט האט געאורטיילט אז אויב די פארט אויטאריטעט פארלאנגט פון אירע איינגעשטעלטע צו טראגן מאסקעס ביי די ארבעט קענען זיי נישט פארבאטן פאר ארבעטער צו טראגן "אפריקאנע אמעריקאנע לעבנס מאכן אויס" מאסקעס ווייל עס פארלעצט זייערע ערשטע אמענדמענט רעכטן

די איינשטימיגע אורטייל איז געקומען פון ריכטער מייקל פישער (נאמינירט דורך פרעזידענט בוש דער צווייטער) ריכטערין פעטי שווארץ (נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא) און ריכטער דעיוויד פארטער (נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ)
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די סופרים קאורט האט נארוואס געאורטיילט אין די EPA קעיס 3-6

ראבערטס שרייבט פאר די מאיאריטעט און קעיגען פאר די מינאריטעט

די טראמפאדמיניסטראציע האט געהאט צוריקגעדרייט די 2015 למספרם ריינע פאוער פלאן וועלכע האט באשטימט די פארשריפטן פאר סטעיטס צו באגרעניצן קארבאן דיאקסייד עמישאנס פון פאוער פלענטס
די אדמיניסטראציע האט עס ערזעצט מיט די עפארדעבל ריינע ענערגיע פארשריפט וועלכע עלימינירט אדער שיבט אפ די ארגינעלע פארשריפטן

די סי קרייז געריכט האט געאורטיילט אקעגן די טראמפ טויש אבער אצינד האט עס די סופרים קאורט צוריקגעשטעלט

די געריכט איז געקומען צום אויספיר אז קאנגרעס זעלבסט מוז באשטעטיגן אזא ברייטע געזעץ און אן אומערוויילטע אגענטור האט נישט אזויפיל מאכט עס צו טוהן אויף די אייגענע האנט
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

.
לעצט פארראכטן דורך abeg אום דאנערשטאג יוני 30, 2022 10:12 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:די סופרים קאורט האט נעכטן אויסגעהערט איינס פון די סאמע נאכגעפאלגטסטע קעיסעס אינעם איצטיגן טערמין איבער די באשלוס פון די ביידען אדמיניסטראציע אפצושאפן די "פארבלייב אין מעקסיקא" פאליסי איינגעשטעלט דורך די טראמפ אדמיניסטראציע

די נידריגע געריכט האט פארארדנט אז די ביידען אדמיניסטראציע זאל צוריקשטעלן די טראמפ פאליסי אין פלאץ, און פארלאנגען פון פלטים וועלכע ערשיינען צום גרעניץ מיט אפליקאציעס פאר אזיל רעכט צו פארבלייבן אין מעקסיקא אין לויף פון די פארהער אין אימיגראציע געריכטן וועלכע באטראכטן זייערע אפליקאציעס

די ריכטער האבן אויסגעקוקט צו זיין היבש צוריסן מיט זיך אליין איבער די קעיס, און פון איין זייט אויסגעדרוקט סקעפטיציזם איבער די געדאנק אז קאנגרעס האט געמיינט צו ערלויבן ריזיגע ציפערן פון פלטים זוכער זיך צו מאכן באקוועם אין לאנד אונטער די שוץ פון "זוכן אזיל רעכט"

אבער פון די צווייטע זייט האבן עטליכע ריכטער, אריינגערעכנט פון די קאנסערוואטיווע בלאק געצימבלט די רעכט פון מיזורי און טעקסאס צו אינטערווענירן און נוצן די געריכטן זיכער צו מאכן אז די פעדעראלע רעגירונג אינפארסירט די פראגראם נאכדערצו ווען עס צו טוהן פארלאנגט זיך די קאאפעראציע פון די מעקסיקאנע רעגירונג

סאליסיטאר דזשענעראל עליזאבעט פרילאגער האט רעפרעזענטירט די רעגירונג און געזאגט פארן געריכט אז היימלאנד זיכערהייט סעקרעטאר מעיארקעס האט אפגעשאפן די פראגראם נאכן קומען צום אנערקענונג אז אירע בענעפיטן זענען שוואכער פון די דאמעסטישע, היומענאטערישע און אויסערן פאליסי קאסטן און האט צוליב דעם אויסגענוצט זיין מאכט צו פאסן א פאליסי באשלוס וואס ער האט געהאלטן פאר ריכטיג

אין קאנטראסט האט טעקסאס סאליסיטאר דזשענעראל דזשאס סטאון אנגעוויזן אז די פעדעראלע אימיגראציע געזעץ שטעלט פאר 3 אפציעס ווי אזוי צו באהאנדלען אנקומענדע פלטים
1) צו באשליסן אויף א קעיס ביי קעיס באזיס וועם אריינצולאזן אויף צייטווייליג "ווען עס קומט אויס צו סערווירן אן ערנסטע פובליק בענעפיט" 2) צוריקשיקן יעדן קיין מעקסיקא 3) זיי האלטן פארשלאסן אין אימיגראציע פארהאלטונגס צענטערן אין די צייט וואס זייער קעיס ווערט אויסגעהערט

סטאון האט אויסגעפירט אז די אדמיניסטראציע מוז אויסוועהלן איינע פון די דריי ואם שלש אלה לא יעשה טוען זיי איינפאך פארלעצן די פעדעראלע געזעץ

טאמאס איז געגאנגען פתיחה פרעגנדיג פון פרילאגער וואס זי זאגט צו די טענה פון די סטעיטס אז ווען קאנגרעס שרייבט איבער די דריטע אפציע שרייבן זיי אז גייענדיג מיט יענע אויסוואל "זאל" די דעפארטמענט פארהאלטן די אימיגראנטן וואס דאס איז א קלארע לעגיסלאטיווע באפעל און באדייט אז קאנגרעס ערלויבט נישט די דעפארטמענט צו פאסן אייגענע פאליסי באשלוסן וועלכע גייען אין קעגנזאץ מיט זייערע אפציעס

אויך אליטא האט אנגעוויזן אז אין א צווייטע אימיגראציע קעיס איז עס געווען די רעגירונג וועלכע האט געמאכט די ארגומענט אז די פראזע "זאל" ווערן פארהאלטן באדייט אז עס איז די פליכט פון די רעגירונג עס צו אינפארסירן

פרילאגער האט אפגעווארפן די באהויפטונג צו ערשט פון פראקטישן זין, זאגנדיג אז די רעגירונג פארמאגט נישט די קאפיציטעט צו קענען פארהאלטן אזויפיל טויזנטער פלטים און פון א לעגאלן שטאנדפונקט אנגעוויזן אז די ספעציפישע פראוויזיע וועלכע באפאסט זיך מיט דאס צוריקשיקן אימגראנטן קיין קאנאדא אדער מעקסיקא שטייט אז די דעפארטמענט "קען" צוריקשיקן די פלטים וואס צייגט אז די געזעץ האט ווייט נישט געמיינט צו שאפן די מאנדאט וועלכע טעקסאס און מיזורי פרובירן אריינצולערנען

קעווענאו האט דאן רעאגירט אויף איר ערשטע ארגומענט אז די רעגירונג האט נישט מעגליכקייט צו פארהאלטן אזויפיל פלטים און געפרעגט פון פרילאגער: בלויז דאס נישט קענען פארהאלטן אלע אזיל רעכט זוכער איז גענוג צו גיבן א רעכט פאר די דעפארטמענט צו טוהן מה שלבם חפץ און שאפן אייגענע אפציעס?
האט קאנגרעס טאקע געוואלט אז אין אזא פאל זאל מען ליבערשט עפענען די טויערן און ערלויבן אן ענדלאזע שטראם פון פלטים אן ווערן לעגאל אקצעפטירט?

ראבערטס האט געזאגט אז ער איז גראדע סימפאטיש צו די טענה פון די אדמיניסטראציע אז זיי האבן איינפאך נישט די מעגליכקייטן צו פארהאלטן אזויפיל מענטשן אבער די פראגע וועלכע הויערט איז וואס דארפן מיר טוהן דאס צו אדרעסירן? עס פארבלייבט אונזער דזשאב אלץ א געריכט קלארצושטעלן וואס די געזעץ איז
עטליכע מינוט דערויף איז ראבערטס געווען נאך שארפער זאגנדיג פאר פרילאגער: אויב "ביזטו" אין א סיטואציע אין וועלכע "דו" ביזט שטעקן ווייל "דו" האסט נישט די מעגליכקייט זיך צוצושטעלן צום געזעץ און האנדלען מיטן פראבלעם, ווי אזוי פונקטליך ווערט דאס "אונזער" פראבלעם?!
(אין אנדערע ווערטער פרעגט ער איר פארוואס די יורידישע צווייג דארף קערן די שמוץ פון די עקזעקוטיווע פליגל)

קומענדיג אונטער אטאקע איבער איר ערשטע פארטיידיגונג פונקט (פון די פראקטישע שוועריגקייטן אויסצופירן די געזעץ) האט זי באשלאסן אריבערצוטאנצן צו די צווייטע אויבנדערמאנטע טענה אז די רעגירונג האט רעכט אויך פון א לעגאלן פערספעקטיוו און פארלאנגט פון די געריכט זיך צו קאנצעטרירן אויף די שפראך אין די פראוויזיע פונעם געזעץ וואו עס שטייט אז די דעפארמענט "מעג" צוריקשיקן די פלטים

דאן איז געקומען די רייע אויף סטאון וועלכע איז אויך נישט געווארן אפגעשוינט פון א רייע בייסיגע פראגן און טאקע דורך טייל פון די ריכטער וועלכע האבן אנגעגריפן פרילאגער

טאמאס האט ציטירט א באהויפטונג פון די שריפטליכע ארגעמנט געמאכט דורך די אדמיניסטראציע וועלכע ברענגט ארויס אז קיינע פון די פריערדיגע אדמיניסטראציעס האבן זיך נישט עכט געהאלטן צו אינפארסירן די רויע געזעץ לויט די אויסטייטש פון די סטעיטס אז מען "מוז" אויסוועהלן איינע פון די דריי אפציעס
טאמאס האט געפרעגט פון סטאון אויב ער איז איינשטימיג מיט די באהויפטונג און ווען יענער האט עס באשטעטיגט האט טאמאס אויסגעפירט: עס קלונגט מאדנע פאר קאנגרעס צו לאזן אין פלאץ א געזעץ וועלכע שטעלט זיך ארויס אלץ אוממעגליך נאכצוקומען (ואלא מאי אז די געזעץ אפטייטש איז נישט אז מען "מוז" אויסוועהלן איינע פון די דריי)

אויך סאטאמאיאר איז אריינגעשפרונגען כטאמאס ועוד לקרא און צוברייטערט די ארגומענט זאגנדיג אז ווען קאנגרעס איז באוואוסטזיניג צו וואס עס פאסירט און רעאגירט אדער האלט זיך צוריק פון רעאגירן זאגט עס זייער אסאך איבער זייער ציהל און צום ביישפיל אין אונזער פאל שטייט אין די געזעץ (נישט אין די פראוויזיע) אז די דעפארטמענט "זאל" צוריקשיקן די פלטים און שוין איבער א יאר צענדליג וואס קיין איינציגע אדמיניסטראציע פרובירט נישט צו פארהאלטן יעדע איינציגע אימיגראנט און קאנגרעס שווייגט וואס ווייזט אז קאנגרעס האט אדער ניטאמאל צוגעשטעלט די ריסוירסעס צו קענען אינפארסירן אזא מעגליכקייט אדער ניטאמאל געמיינט עס צו מאנדאטירן

דאן האט זיך קעווענאו גענומען צו וואס ער באצייכנט אלץ די הארץ פון די דאזיגע קעיס און דאס איז די שפראך אין די פראוויזיע וועלכע שרייבט אז די דעפארטמענט "מעג" באשליסן אריינצולאזן פלטים אויף א קעיס ביי קעיס באזיס (אפציע 1) "ווען עס קומט אויס צו סערווירן אן ערנסטע פובליק בענעפיט"
קעווענאו האט אויסגעשמועסט אז די דעפארטמענט האט שוין א לאנגע צייט צוריק באשלאסן אז דאס אריינלאזן אימיגראנטן וועלכע שטעלן נישט פאר קיין ערנסטע געפאר איז א שטארקע בענעפיט זינט עס באפרייט די פאלץ עללעכע וועלכע ערשיינען מיט קרימינאלע רעקארדס
קעווענאו האט דעריבער אויסגעפירט פרעגנדיג פארוואס די רעגירונג קען זיך נישט פארטיידיגן און אנווייזן אז זיי קלויבן אויס די ערשטע אפציע און זיך איבערדעקן מיט די פובליק בענעפיט דעקע

אויך בערעט איז ארויפגעטאנצן אויפן זעלבן וואגן פרעגנדיג פון סטאון: אויב איז די ביידען אדמיניסטראציע גערעכט מיטן עס דערקלערן אלץ פובליק בענעפיט אונטער די לומדות אז זי דארף נויטיגג די פלאץ פאר מער געפארפולע אימיגראנטן, פארלירסטו דיין קעיס, ריכטיג?

די היציגע מונדליכע ארגומענט האט אבער אויך געדעקט מער פונדאמענטאלע פראגן און עטליכע ריכטער האבן געוואלט אויסקלארן א ברייטערע בילד איבער די ראלע פונעם געריכט אריינצורעדן אין טעמעס אנטבאלאנגט די באציאונגען פון די פעדעראלע רעגירונג און אנדערע לענדער און פאליסי באשלוסן פון די עקזעקוטיווע פליגל

ראבערטס האט געבעטן פון סטאון צו רעאגירן צו די ארגומענט פון פרילאגער אז דאס לאזן די פראגראם אין אפעקט וועט רעזולטאטירן אין צוריקשיקן א באגרענציטע אצהל אימיגראנטן קיין מעקסיקא און פארלאנגען פון די רעגירונג צו קאארדאנירן מיט די מעקסיקאנע רעגירונג
ראבערטס: וועלכע גוטס וועט ארויסקומען פון א פארלאנג אז די רעגירונג זאל מוזן לאזן די פראגראם אין פלאץ?
סטאון האט קאלטבלוטיג צוריקגעענטפערט: אז עס וועט פארקומען ווייניגער פארלעצונגען פון די פעדעראלע אימיגראציע געזעץ
ראבערטס האט צוריקגעשאסן: איך מיין אז עס אביסל צופיל פאר טעקסאס זיך אריינצומישן און איינטיילן פאר סעקרעטאר אז ער קען נישט אפשאפן די פראגראם צוליב וואס עס צו לאזן אין פלאץ וועט לייכט פארמינערן דיינע פארלעצונגען פונעם געזעץ

סטאון האט פרובירט אפצומאלן די באקלאגעניש פון די סטעיט אלץ רוטין און געווענליך ווען די פעדעראלע רעגירונג האלט זיך נישט צום געזעץ אבער קעיגען האט עס אפגעשלאגן זאגנדיג אז עס קוקט ווייט נישט אויס ווי א געווענליכע ערשיינונג צו קומען און איינטיילן די עקזעקוטיווע צווייג ווי אזוי צו אימפלעמענטירן איר אויסערן און אימיגראציע פאליסי צוגאנג
זי האט אויסגעפירט אז מיט זיין פארלאנג לייגט זיי אריין די באשלוסן וועלכע די סעקרעטאר איז באאויפטראגט צו פאסן אין די הענט פון מעקסיקא זינט די רעגירונג קען זיך בלויז האלטן צו די געזעץ לויט זיין אפטייטש אזוי לאנג ווי מעקסיקא איז איינשטימיג

ווען פרילאגער האט צוריקגענומען דאס ברעטל האט זי זיך שטארק צוגעכאפט צו אט דעם פונקט און געהאמערט דערמיט זאגנדיג אז אן אורטייל אין שטיצע פון די סטעיט באדייט אז מען בונדט די הענט פון די רעגירונג צו זיין אנגעוויזן אויף מעקסיקא'ס קאאפעראציע און די אנגעוויזנקייט צו אפערירן אזא פראגראם וועט גיבן פאר די מעקסיקאנער אן אויבערהאנט

די סופרים קאורט האט נארוואס געאורטיילט אין שטיצע פון די ביידען אדמיניסטראציע 4-5

ריכטער ראבערטס האט געשריבן די מאיאריטעט אורטייל און דערין אנגעשלאסן קעווענאו און די דריי ליבעראלן

ריכטער אליטא האט געשריבן די מינאריטעט אורטייל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מיט דעם איז געקומען צו א שלוס די אורטיילן לאנדונג פון די איצטיגע סופרים קאורט סעסיע
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

טענקס הבל, פון אן אלטע גוטע פריינד.
איך ווייס נישט וואס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מען האט נארוואס אפגעליידיגט די פאליצעס און געמאכט פאלץ פאר נייע ווארע

די פרישע קעיסעס פארן קומענדיגן טערמין הויבן אן אריינצופליסן
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

הבל סופער דזאב!!!
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
הינגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3135
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:46 am
לאקאציע: אויפן טיש

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הינגער »

פוילער האט געשריבן:הבל סופער דזאב!!!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די סופרים קאורט האט אצינד באשלאסן אויסצוהערן אינעם קומענדיגן טערמין א קעיס וועלכע באהאנדלט די פראגע אויב סטעיט לעגיסלאטורן קענען ווערן דיקטירט דורך סטעיט געריכטן אנבאלאנגט פראגן איבער פעדעראלע וואלן ווי צום ביישפיל ווען עס קומט צו איבערשרייבן מאפעס

די צפון קאראליינע סטעיט לעגיסלאטור האט זיך פריער אין יאר געקריגט מיט די סטעיט סופרים קאורט וועלכע האט גע'פסל'ט זייער מאפע און די לעגיסלאטור האט זיך געוואנדן צום סופרים קאורט אין וואשינגטאן צו לעזן די פראגע און געבעטן א זאפארטיגע סטעי פאר ווילאנג די קעיס איז פענדינג

האלטנדיג אזוי נאנט צו די וואלן האט די געריכט נישט געשאנקן קיין סטעי טראץ די ווילן פון טאמאס אליטא און גארסוטש

אצינד האט די סופרים קאורט געמאלדן אז זיי גייען אויסהערן די קעיס אינעם קומענדיגן סעסיע
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די סופרים קאורט האט באשלאסן נישט אויסצוהערן אן אנקלאגע אקעגן ניו יארק'ס וואקסין מאנדאט פאר מעדיצינישע ארבעטער

טאמאס, אליטא און גארסוטש וואלטן עס יא אויסגעהערט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יישר פאר די אלע שיינע פידבעק!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די סופרים קאורט האט באוויליגט אויסצוהערן די קעיס פון דזשאסעף פערקאוקא וועלכע איז געווען א לאנגיעריגע געהילף צו געוועזענע ניו יארק גאווערנאר ענדרו קאומא

א דזשורי האט געפונען פערקאוקא שולדיגט אין אקצעפטירן כאבאר אין אין אויסטויש פון לאביאירן פאר סטעיט הילף אין א רייע פראיעקטן און די צוויי קרייז געריכט האט ווידערהאלט די שולד אורטייל

די סופרים קאורט גייט באהאנדלען די פראגע אויב א פריוואטע בירגער וועלכע האלט נישט קיין עמטליכע רעגירונג פאזיציע קען ווערן געקלאגט פאר אזא זאך
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

הכל הבל, דו מאכסט א סופער דזאב.

viewtopic.php?p=3648526#p3648544 - דאס האסט אליינס אפגעשריבן אדער טראנסאלירט פון ערגעץ?

דאס איז דאך אזוי קלאר און בא'טעמ'ט צו לייענען אז נאר.
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2194
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

הערליך!

הבל איז די איינציגסטע פון סופרים וואס גייט נישט אויף אורלויב.....מיט א פריקייט צום נעקסטן זמן, נאך פאר בין הזמנים.......

פזמון......
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

קאטאנזשי בראון דזשעקסאן איינגעשוואוירן אלץ 104'טע סופרים קאורט ריכטערין
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

הכל הבל האט געשריבן:די סופרים קאורט האט באוויליגט אויסצוהערן די קעיס פון דזשאסעף פערקאוקא וועלכע איז געווען א לאנגיעריגע געהילף צו געוועזענע ניו יארק גאווערנאר ענדרו קאומא

א דזשורי האט געפונען פערקאוקא שולדיגט אין אקצעפטירן כאבאר אין אין אויסטויש פון לאביאירן פאר סטעיט הילף אין א רייע פראיעקטן און די צוויי קרייז געריכט האט ווידערהאלט די שולד אורטייל

די סופרים קאורט גייט באהאנדלען די פראגע אויב א פריוואטע בירגער וועלכע האלט נישט קיין עמטליכע רעגירונג פאזיציע קען ווערן געקלאגט פאר אזא זאך

פארוואס איז אז עס בכלל שוחד?
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

Rak Tov האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:די סופרים קאורט האט באוויליגט אויסצוהערן די קעיס פון דזשאסעף פערקאוקא וועלכע איז געווען א לאנגיעריגע געהילף צו געוועזענע ניו יארק גאווערנאר ענדרו קאומא

א דזשורי האט געפונען פערקאוקא שולדיגט אין אקצעפטירן כאבאר אין אין אויסטויש פון לאביאירן פאר סטעיט הילף אין א רייע פראיעקטן און די צוויי קרייז געריכט האט ווידערהאלט די שולד אורטייל

די סופרים קאורט גייט באהאנדלען די פראגע אויב א פריוואטע בירגער וועלכע האלט נישט קיין עמטליכע רעגירונג פאזיציע קען ווערן געקלאגט פאר אזא זאך

פארוואס איז אז עס בכלל שוחד?

האפנטליך וועט נאכפאלגן אין די נאנטע טעג א לענגערע אנאליז אויף די קעיס בעז"ה
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”