נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

myrtle האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:ביי ביי העליקאפטער

?

גארנישט ספעציעל

די געריכט האט נארוואס פארעפנטליכט זייער לעצטע אורטייל פארן היינטיגן טאג אבער נישט אדרעסירט די רציחה קעיס

די העליקאפטער וועלכע האט געהויערט ביז איצט צוליב די מעגליכקייט אז זיי וועלן עס היינט אדרעסירן פארלאזט די סצענע און איך האב בלויז געוואונטשן א גוטן טאג פארן פילאט
אוועטאר
myrtle
שר חמש מאות
תגובות: 506
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 25, 2019 4:42 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך myrtle »

:lol:
הכל הבל האט געשריבן:
myrtle האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:ביי ביי העליקאפטער

?

גארנישט ספעציעל

די געריכט האט נארוואס פארעפנטליכט זייער לעצטע אורטייל פארן היינטיגן טאג אבער נישט אדרעסירט די רציחה קעיס

די העליקאפטער וועלכע האט געהויערט ביז איצט צוליב די מעגליכקייט אז זיי וועלן עס היינט אדרעסירן פארלאזט די סצענע און איך האב בלויז געוואונטשן א גוטן טאג פארן פילאט
צו בארשט דארף מען נישט שטיין אין די ליין
קרעדיט ...
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2074
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

הכל הבל האט געשריבן:
myrtle האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:ביי ביי העליקאפטער

?

גארנישט ספעציעל

די געריכט האט נארוואס פארעפנטליכט זייער לעצטע אורטייל פארן היינטיגן טאג אבער נישט אדרעסירט די רציחה קעיס

די העליקאפטער וועלכע האט געהויערט ביז איצט צוליב די מעגליכקייט אז זיי וועלן עס היינט אדרעסירן פארלאזט די סצענע און איך האב בלויז געוואונטשן א גוטן טאג פארן פילאט

שוין לאנג נישט ג'שכחט...
איך ווייס נישט וואס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א נייער האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
myrtle האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:ביי ביי העליקאפטער

?

גארנישט ספעציעל

די געריכט האט נארוואס פארעפנטליכט זייער לעצטע אורטייל פארן היינטיגן טאג אבער נישט אדרעסירט די רציחה קעיס

די העליקאפטער וועלכע האט געהויערט ביז איצט צוליב די מעגליכקייט אז זיי וועלן עס היינט אדרעסירן פארלאזט די סצענע און איך האב בלויז געוואונטשן א גוטן טאג פארן פילאט

שוין לאנג נישט ג'שכחט...

יישר!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דאפנע מור איז א געוועזענע קלוירק אין א לאקאלע געריכטהויז אין ספרינגפיעלד מאסאטשוסעטס און פאליציי האבן געלייגט אן אויג אויף אקטיוויטעטן אריין און ארויס פון זיין הויז וועלכע האט אריינגערעכנט זיין טאכטער און איידעם וועלכע האבן דארט אפט באזוכט

די פאליציי האט עווענטועל ארעסטירט עטליכע פאמיליע מיטגלידער און זיי אנגעקלאגט אין האנדלען מיט אומלעגאלע געווירצן וועלכע זיי האבן אפגעשיקט קיין ווערמאנט און דארט באקומען אין אויסטויש קעש און געווער

א גרויסע טייל פון די באווייזן אין די קעיס איז געקומען פון א ווידעא קאמערא אפאראט וועלכע די פאליציי האט איינגעפלאנצט אויף אן עלעקטעריציטעט שטאנג אינדרויסן פון מור'ס היים און אזוי האבן זיי באוויזן צו רעקארדירן אלץ וואס האט זיך אפגעשפילט ארום

די פאמיליע האט גע'טענה'ט אז די באווייזן וועלכע קומען פון די ווידעא קען נישט גענוצט ווערן אין די פראצעס זינט עס איז אין פארלעצונג צו זיינע פרייהייט רעכטן ווייל די פאליציי האט נישט געהאט קיין געריכט ווארענט אים צו רעקארדירן

א פעדעראלע דיסטריקט ריכטער האט אין 2019 למספרם געגעבן רעכט פאר מור אבער די פאליציי האט עס אפעלירט צום ערשטן קרייז געריכט

אום 2020 למספרם האט א דריי ריכטער פאנעל געאורטיילט אז די באווייזן זענען יא געווארן געזאמלט לעגאל און די פאליציי דארף נישט באקומען קיין ווארענט אזוי לאנג ווי זיי שפיאנירן נישט אינווייניג אין יענעם'ס היים

די פאמיליע האט אפעלירט די קעיס צום פולן באנק וועלכע האט איינגעשטימט אריינצוקוקן אין די קעיס אויפן פארלאנג פון ריכטער באראן וועלכע איז לעצטנס געווארן די הויפט ריכטער אויפן באנק

די אישו וועלכע די געריכט האט געדארפט אדרעסירן איז געווען אינטערסאנט און קאמפליצירט זינט די דאזיגע באנק האט צוריק אין 2009 למספרם באשטעטיגט די לעגאליטעט פון אזעלכע רעקארדירונגען

די ארגומענט פון די מור פאמיליע איז געווען אז אין 2018 למספרם האט די סופרים קאורט אין וואשינגטאן געאורטיילט אז צו שפיאנירן אויף מענטשן דורך נאכגיין זייער סעלפאון לאקאציע טרעקינג איז אין פארלעצונג פון זייערע פערטע אמענדמענט רעכטן

עס האט געדויערט אן העכסט אומגעווענליך לאנגע 14 מאנאטן פון די מונדליכע ארגומענטן ביז די 6 ריכטער האבן אצינד ארויסגעגעבן זייער אורטייל וועלכע האט זיך געשפאלטן אויף די פונדאמענטאלע פראגע אבער יא געענדיגט אין א דורכפאל פאר די מור פאמיליע

אויף די אישו זעלבסט האבן ריכטערין סענדרא לינטש (נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן), דזשעפרי האוערד (נאמינירט דורך פרעזידענט בוש דער צווייטער), און ריכטער גוסטאווא געלפי (נאמינירט דורך פרעזידענט ביידען) געשריבן אז זיי קענען נישט פארשטיין פארוואס די פאליציי זאל ברויכן א ווארענט צו רעקארדירן זאכן וואס יעדע פארבייגייער קען מיטהאלטן מיט די אייגענע אויגן אינדרויסן פון עימיצן'ס הויז

זיי ברענגן ארויס אז מענטשן ווערן אפט פילמירט אין פובליק מיט אדער אן זייער צושטימונג און אזעלכע ווידעאס ווערט דערנאך ארויפגעשטעלט אנליין און געזעהן טויזנטער מאהל

זיי ווייזן אויך אן אויף די שטייגנדע פארלאנג פאר אפיצירן צו טראגן קערפער קאמעראס וואס טוט אויטאמאטיש רעקארדירן ארומיגע

פון די אנדערע זייט האבן ריכטער דעייויד באראן, וויליאן קאיאטא און ראדזשערי טאמפסאן (אלע דריי נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא) אז מען קען נישט פארגלייכן אן איינמאליגע רעקארדירונג פון א ציווילע פארבייגייער און נאכאנאנדע שפיאנאזש דורך רעגירונג אינסטאנצן

זיי שרייבן אז מען האט נאך דערווייל נישט אידענטיפיצירט דעם "אומשולדיגן ציווילע אבזערווירערוועלכע קען זאמעלן און באאבאכטן אלעס און אלצדינג עס שפילט זיך אפ ארום עימיצן'ס היים פאר אן אפשניט פון אכט מאנאטן און פרעזערווירן די אינפארמאציע סארטירט מינוט ביי מינוט

טראץ זייער שטעלונגען אויף די אישו זעלבסט אין צוקונפטיגע קעיסעס האבן אבער די דריי ריכטער איינגעשטימט אז אין די פאל פון מור קען מען נישט באשולדיגן די פאליציי פארן זיך פירן אין איינקלאנג מיט די פרעצעדענט פון די קרייז געריכט פון 2009 למספרם זינט זייער רעקארדירונג איז געלאפן נאך איידער די 2018 למספרם סופרים קאורט אורטייל

וואס עס מיינט פאר צוקונפטיגע קעיסעס איז אומקלאר זינט די קרייז געריכט האט זיך נישט באוויזן צו פאראייניגן אויף די פראגע און די זיבעטע קרייז געריכט האט יא געאורטיילט אז אזעלכע סארט רעקארדירונגען זענען אויסגעהאלטן און נישט אין קאנפליקט מיט די סופרים קאורט סעלפאון טרעקינג פארבאט און די קאלאראדא סופרים קאורט האט געאורטיילט אז עס איז נישט אויסגעהאלטן

דאס עפנט די מעגליכקייט אז די סופרים קאורט אין וואשינגטאן וועט זוכן צו אדרעסירן די פראגע פריער אדער שפעטער
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6610
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

הכל הבל האט געשריבן:
myrtle האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:ביי ביי העליקאפטער

?

גארנישט ספעציעל

די געריכט האט נארוואס פארעפנטליכט זייער לעצטע אורטייל פארן היינטיגן טאג אבער נישט אדרעסירט די רציחה קעיס

די העליקאפטער וועלכע האט געהויערט ביז איצט צוליב די מעגליכקייט אז זיי וועלן עס היינט אדרעסירן פארלאזט די סצענע און איך האב בלויז געוואונטשן א גוטן טאג פארן פילאט

:lol: :lol:

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8520
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

@הכל הבל, א גרויסע שכח פאר דיינע באריכטן, ס'ליגט אסאך ארבעט דערין זע איך, איי ריעלי עפרישיעט איט!
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5637
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

הכל הבל האט געשריבן:
myrtle האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:ביי ביי העליקאפטער

?

גארנישט ספעציעל

די געריכט האט נארוואס פארעפנטליכט זייער לעצטע אורטייל פארן היינטיגן טאג אבער נישט אדרעסירט די רציחה קעיס

די העליקאפטער וועלכע האט געהויערט ביז איצט צוליב די מעגליכקייט אז זיי וועלן עס היינט אדרעסירן פארלאזט די סצענע און איך האב בלויז געוואונטשן א גוטן טאג פארן פילאט

יוי ביזטו א לץ, מיך באמת געחידושט וואס דו ווילסט מיט דעם העליקדאפטער... :lol:

און אין איינוועגס א גרויסע דאנק פאר דיינע כסדר'דיגע באריכטן דא, איך ענדשזוי עס שטארק.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

צוויי מישיגען איינוואוינער זענען געווען פארוויקלט אין צוויי באזונדערע לאקאלע געריכט קעיסעס והצד השוה שבהן איז אז זיי האבן פארלוירן און פרובירט צו אפעלירן די קעיס

די צוויי האבן אבער געהאלטן אז די טראנסקריפטן פונעם אונטערשטן געריכט צוגעשיקט צו די אפעלט דיוויזיע איבערצוקוקן די קעיס האט אנטהאלטן גרייזן וועלכע קענען האבן אן אימפאקט אין אפעלאט געריכט און פארלאנגט אז אלץ טייל פון זייער ערשטע אמענדמענט רעכט צו באקומען צוטריט צו אינפארמאציע איבער א קעיס אין וועלכע מען איז פארמישט איז איינגעשלאסן רעקארדירונגען פון די געריכט פראצעדורן (זיי האבן עס געוואלט נוצן צו פעסטשטעלן אויב די טראנסקריפטס שטימען מיט די אודיא) אבער די באטרעפנדע געריכטן האבן זיך אנטזאגט עס ארויסצוגעבן

זיי האבן גענומען זייער קעיס אין פעדעראלן געריכט און דיסטריקט ריכטער פאול מעלאני (נאמינירט דורך פרעזידענט בוש דער צווייטער) האט געאורטיילט אז די ערשטע אמענדמענט רעכט פון צוטריט צו דאקומענטן שליסט נישט איין אידיא רעקארדירונגען פון געריכט

ריכטער מעלאני שרייבט אז אפילו אויב א ספעציפישע געריכט באצייכנט אודיא רעקארדירונגען אלץ געריכט רעקארדס ווערט עס אבער נישט אזוי קלאסיפיצירט לויט די ערשטע אמענדמענט און באזונדער שטרייכט ער אונטער אז די געריכט טוט נישט פארהוילן קיין אינפארמאציע פון די צוויי צוליב וואס אלעס וואס ווערט געהערט אויף די אודיא איז געווען צוגעגנגליך פאר די צוויי און זייערע אדוואקאטן צו הערן דורכאויס די פראצעס און זיי וואלטן זיך געקענט ערלויבן צו האבן אנוועזנד אן אייגענע טראנסקריפט שרייבער

די צוויי האבן אפעלירט די קעיס צום זעקסטן קרייז געריכט וואו א 3 ריכטער פאנעל האט אויסגעהערט די קלאגע און דער אדוואקאט פאר די קלעגער האט אנגעוויזן אז מישיגען באצייכנט אזעלכע רעקארדירונגען אלץ געריכט רעקארדס און די אדוואקאט פאר די צוויי אנגעקלאגטע געריכט אדמיניסטראטארס וועלכע האבן זיך אנטזאגט עס ארויסצוגעבן האט געזאגט אז זיינע קליענטן זענען נישט די בעלי דין זינט זיי פירן בלויז אויס ארדערס פאר די געריכט און אינפארסירן ארדערס אונטערגעשריבן דורך ריכטער

ריכטערין קערען מור (נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן) האט הויך שפעקולירט אז אלע זענען איינשטימיג אז די צוויי אדמיניסטראטארס זענען זיכער נישט ווען מען קען באשולדיגן און די סעסיע איז דאן אריבער צו די אדוואקאט וועלכע האט רעפרעזענטירט די סטעיט געריכט
אדמיניסטראטאר טאם באיד און יענער האט זיך באצויגן צו די פראגע זעלבסט און גע'טענה'ט אז די אודיא רעקארדירונגען ווערן נישט פאררעכנט אלץ געריכט רעקארדס צו וועלכע די מידיא און פארמישטע אין די קעיס מוזן באקומען צוטריט

ער האט ערקלערט אז די אודיא רעקארדירונג איז בלויז א געצייג פאר די געריכט טראנסקריפט שרייבער אז זיי זאלן האבן פון וואס נאכצושרייבן און זיכער מאכן אז זיי האבן אלעס אויפגעכאפט ריכטיג אבער די פאקטישע טראנקריפט איז די ענדגילטיגע געריכט דאקומעט אבעת וואס די רעקארדירונג איז ווי א דרעפט וועלכע העלפט פראדוצירן די איינציגסטע געריכט דאקומענט צו וועלכע מען דארף געבן צוטריט און דאס איז די געשריבענע טראנסקריפט

נאכן מאכן זיין קעיס אויף די הויפט פראגע האט ער צוגעלייגט אז אפגעזעהן וואס די קאורט באשליסט דערויף איז זיין קליענט אויך נישט די נידון אין די קעיס זינט ער איז נישט דער וועלכע פאסט די געריכט באשלוסן וואס יא אדער נישט ארויסצוגעבן

זעענדיג אז רעכל ווארפט די טאבע אויף מעכל און מעכל שיסט ווייטער האבן ריכטער דאני באגס (נאמינירט דורך פרעזידענט רעיגען) און ריכטער ריטשארד גריפין (נאמינירט דורך פרעזידענט בוש דער צווייטער) ביידע זיך געוואונדערט ווער עס איז יא פאראנטווארטליך פאר געריכט פאליסי און וועם מען קען אנקלאגן אין אזא פאל

אנשטאט צו ענטפערן וועם יא האט די אדוואקאט בלויז ווידערהאלט אז איר קליענט איז זיכער נישט פאראנטווארטליך זאגנדיג אז אויב געריכט פארשריפטן ערלויבן לאקאלע געריכטן אויסצואוועלן צווישן אזעלכע אפציעס איז עס זיכער נישט די סטעיט געריכט אדמיניסטראטאר אויף וועם מען קען האבן טענות
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5637
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

און?

דאס איז העכסט אינטערעסאנט און טיילווייז טשיקאווע.

וויאזוי גייט עס טאקע? קען מען אנקלאגן דאס געריכט אין געריכט? ציוויל אדער קרימינאל? ממש גארנישט קיין אקאונטיביליטי?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פראקטיש האט געשריבן:און?

דאס איז העכסט אינטערעסאנט און טיילווייז טשיקאווע.

וויאזוי גייט עס טאקע? קען מען אנקלאגן דאס געריכט אין געריכט? ציוויל אדער קרימינאל? ממש גארנישט קיין אקאונטיביליטי?

און אצינד ווארט מען אז די ריכטער זאלן אורטיילן און מען ווייסט נישט ווי לאנג עס גייט געדויערן

עס איז נישט קרימינאל נאר ליבערשט א פארלאנג זיי צו צוואונגען עס ארויסצוגעבן
How Is Your Day
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 2:22 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך How Is Your Day »

שקויעך @הבל מיר האבן גרויס הנאה
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5637
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

הכל הבל האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:און?

דאס איז העכסט אינטערעסאנט און טיילווייז טשיקאווע.

וויאזוי גייט עס טאקע? קען מען אנקלאגן דאס געריכט אין געריכט? ציוויל אדער קרימינאל? ממש גארנישט קיין אקאונטיביליטי?

און אצינד ווארט מען אז די ריכטער זאלן אורטיילן און מען ווייסט נישט ווי לאנג עס גייט געדויערן

עס איז נישט קרימינאל נאר ליבערשט א פארלאנג זיי צו צוואונגען עס ארויסצוגעבן

איך פרעג צו מ'קען בכלל קרימינאל קלאגן דאס געריכט אין געריכט?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

עלטערן וועלכע שיקן זייערע קינדער צו א פובליק טשארטער שולע אין צפון קאראליינע האבן געקלאגט אין געריכט אקעגן א פארלאנג פון די שולע אז מיידלעך זאלן מוזן טראגן שעסלעך

אצינד האט א פאנעל אויפן פערטן קרייז געריכט געאורטיילט אין שטיצע פון א דיסטריקט געריכט אורטייל אין שטיצע פון די עלטערן

די פאנעל איז באשטאנען פון

ריכטער ווילקינסאן (נאמינירט דורך פרעזידענט רעיגען)
ריכטער נימעיער (נאמינירט דורך פרעזידענט בוש דער ערשטער)
ריכטער אגי (נאמינירט דורך פרעזידענט בוש דער צווייטער)
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4645
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

הכל הבל האט געשריבן:עלטערן וועלכע שיקן זייערע קינדער צו א פובליק טשארטער שולע אין צפון קאראליינע האבן געקלאגט אין געריכט אקעגן א פארלאנג פון די שולע אז מיידלעך זאלן מוזן טראגן שעסלעך

אצינד האט א פאנעל אויפן פערטן קרייז געריכט געאורטיילט אין שטיצע פון א דיסטריקט געריכט אורטייל אין שטיצע פון די עלטערן

די פאנעל איז באשטאנען פון

ריכטער ווילקינסאן (נאמינירט דורך פרעזידענט רעיגען)
ריכטער נימעיער (נאמינירט דורך פרעזידענט בוש דער ערשטער)
ריכטער אגי (נאמינירט דורך פרעזידענט בוש דער צווייטער)

פשי הא - נאך דא שטאטן מיט צניעות ווירדן.

יישר כח פאר די כסדרדיגע רעפארטאזשן. זייער לעיזבאר.
שמחת התורה
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 13, 2021 2:15 pm
לאקאציע: אין ביהמ"ד

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת התורה »

.
לעצט פארראכטן דורך שמחת התורה אום מיטוואך יוני 15, 2022 2:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אין שמחה כשמחת התורה! טעמו וראו כי טוב.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6480
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

'דריטע קרייז אפעלאט געריכט' אורטיילט אז רעגירונגס איינגעשטעלטע קענען נישט קלאגן איבער פארלוסטן געליטן דורכאויס פון די 2018 רעגירונג שאטדאון.
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

Borrower האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:עלטערן וועלכע שיקן זייערע קינדער צו א פובליק טשארטער שולע אין צפון קאראליינע האבן געקלאגט אין געריכט אקעגן א פארלאנג פון די שולע אז מיידלעך זאלן מוזן טראגן שעסלעך

אצינד האט א פאנעל אויפן פערטן קרייז געריכט געאורטיילט אין שטיצע פון א דיסטריקט געריכט אורטייל אין שטיצע פון די עלטערן

די פאנעל איז באשטאנען פון

ריכטער ווילקינסאן (נאמינירט דורך פרעזידענט רעיגען)
ריכטער נימעיער (נאמינירט דורך פרעזידענט בוש דער ערשטער)
ריכטער אגי (נאמינירט דורך פרעזידענט בוש דער צווייטער)

פשי הא - נאך דא שטאטן מיט צניעות ווירדן.

יישר כח פאר די כסדרדיגע רעפארטאזשן. זייער לעיזבאר.

האט מען דאך אבער גע׳פסק׳נט לטובת די עלטערן. זעהט אויס אז סך הכול האט עפעס א סקול באורד צניעות ווירדן.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין מאי 2014 למספרם איז א מאן פון קענאשע וויסקאנסין געווארן ארעסטירט צוליב זיין דרייוון אונטער די איינפלוס פון אלקאהאל

מען האט אונטערזוכט זיין בלוט און פעסטגעשטעלט אז די שטאפלען זענען העכער ווי די געזעץ ערלויבט און דאס איז שוין געווען זיין פערטע אזא פארלעצונג

די חידוש פון די פאל איבער א געווענליכע ארעסט פון דעם סארט איז אז דער מאטאריסט מר. גרין איז אין יענע צייט געווען אין זיין פריוואטע דרייוועי און די פאלציי איז בלויז געווארן אלארמירט צו די סצענע נאך א רוף פון א שכן וועלכע האט זיך באקלאגט אז גרין זיצט ביים רעדל אין די געגנט מיט פארגלייזטע אויגן און אומקלארע אויסשפראך מיט א שמעק פון אלקאהאל

גרין האט זיך ארגינעל אנטזאגט פון לאזן אונטערזוכן אבער נאך וואס דער אפיציר האט פארלאנגט א ווארענט האט עס א ריכטער באשטעטיגט און אין שפיטאל האט מען געפונען ביי אים אלקאהאל אינהאלט פון 0.214 וועלכע איז היבש העכער די ערלויבטע שטאפלען איבערהויפט פאר יענעם דרייווער וועלכע איז מער באגרעניצט צוליב זיינע פריערדיגע פארלעצונגען

גרין האט אבער גע'טענה'ט אז מען קען נישט נוצן די טעסט רעזולטאטן אין געריכט צוליב וואס די ווארענט איז געווארן באשטעטיגט אומלעגאל צוליב וואס עס איז נישט געווען קיין ווארשיינליכע באווייזן אז ער איז באגאנגען סיי וועלכע פארברעך צוליב וואס ער האט זיך דאן געפונען אין זיין פריוואטע דרייוועי וואו עס איז נישטא קיין פארבאט צו זיצן ביים רעדל אונטער די איינפלוס לויט די סטעיט געזעץ

דער ריכטער וועלכע האט ארגינעל באשטעטיגט די ווארענט האט אנערקענט אז ער האט מעגליך געגרייזט מיטן באשטעטיגן די ווארענט מיט דעם וואס ער האט נישט פארלאנגט מער דאטא פונעם אפיציר אפליקאנט אים אויסצופרעגן איבער די לאקאציע פונעם מאטאריסט און זיין אויטאמאביל אבער געאורטיילט אז לויטן געזעץ קען מען נוצן די רעזולטאטן פונעם טעסט אפילו אויב מען טרעפט א אויסרייד פארוואס מען זאל ווען נישט האבן באשטעטיגט די ווארענט אינעם ערשטן פלאץ ואת הנעשה אין להשיב

זעלבסטפארשטענדליך אז איינמאל דער ריכטער האט געגעבן די גרינע ליכט צו נוצן די באווייזן האט די דזשורי געפונען גרין שולדיג

גרין האט אפעלירט די קעיס צום אפעלאט געריכט און שפעטער צום סטעיט סופרים קאורט וועלכע זענען אלע געקומען צום אויספיר אז די באווייזן האבן געמעגט גענוצט ווערן

6 ריכטער אויפן באנק האבן איינגעשטימט אז וויבאלד דער אפיציר האט געשירבן אינעם אפידעיוויד אז גרין האט געפירט זיין אויטא "ביי" זיין דרייוועי האט עס רואיג געקענט ווערן אויסגעטייטשט אז ער האט זיך געפונען ארום זיין דרייוועי וואס נעמט אריין פארנט פון די דרייוועי און אויף א פובליק טראטואר

זיי שטרייכן אונטער אז די אפליציי איז ערשינען נאך ט טעלעפאן רוף פון אן איינוואוינער וועלכע האט אים געזעהן ארומפירן זיין אויטא וואס איז ווייטערדיגע באווייז אז דער אפיציר האט זיך באצויגן צו די דרייוועי און ארום און פארדע נישט געשירבן אז ער איז געווען "אין" זיין דרייוועי און דער ריכטער האט נישט געמוזט בעהטן מער דעטאלן

ריכטערין ברעדלי שרייבט אין די מינאריטעט אז גרין'ס קאנסטיטוציאנאלע רעכטן זענען געווארן פארלעצט ווייל די פאליציי האט אים פאקטיש געפונען אין די דרייוועי און די ווארענט וואלט נישט געזאלט באשטעטיגט ווערן און דעריבער טאר מען נישט נוצן די באווייזן אין געריכט
אוועטאר
סעלצער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 18, 2015 1:28 am
לאקאציע: דא, זייער באקוועם

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעלצער »

ש’כח הבל פאר די כסדר’דיגע קלארע באריכטן, ס’זייער אינטערסאנט און א גוטע צייט פארטרייבער/פארבענגער
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א דאנק פאר די כסדר'דיגע פידבעק פאר מערערע ליינער

ווי איר זעהט פרובירט מען לעצטנס צו אפדעיטן דא מער ווי אין די לעצטע צייט און די גרוסן שטופט פארצוזעצן בעז"ה
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

נאדיר א שטופ...

כ'באלעקמיר!
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

הכל הבל האט געשריבן:א דאנק פאר די כסדר'דיגע פידבעק פאר מערערע ליינער

ווי איר זעהט פרובירט מען לעצטנס צו אפדעיטן דא מער ווי אין די לעצטע צייט און די גרוסן שטופט פארצוזעצן בעז"ה

ייש"כ פאר אלעס, איבערהויפט פארן זיך אנשטרענגן צו אפדעיטן אפטער.
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2612
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

הכל הבל האט געשריבן:עלטערן וועלכע שיקן זייערע קינדער צו א פובליק טשארטער שולע אין צפון קאראליינע האבן געקלאגט אין געריכט אקעגן א פארלאנג פון די שולע אז מיידלעך זאלן מוזן טראגן שעסלעך

מה הפריש שעסלעך ?
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

גדל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:עלטערן וועלכע שיקן זייערע קינדער צו א פובליק טשארטער שולע אין צפון קאראליינע האבן געקלאגט אין געריכט אקעגן א פארלאנג פון די שולע אז מיידלעך זאלן מוזן טראגן שעסלעך

מה הפריש שעסלעך ?

SKIRT בלשון ענגליש
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”