נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

קעווענאו איז די שטארקסטע נייעס

ער האט יא געזוכט צו פארשטיין ווי אזוי יענע פרעצעדענט ליגט אין די קאנסטיטוציע
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

ר' זעקל האט געשריבן:אויף די מינוט וואלט איך געשאצט א 5-4 יא איבערצודרייען די געזעץ.

איך בין נאכנישט איבערצײגט אז גארסיטש איז א יא אױף צי איבעדרײען ראו (כ׳װײס נישט צי מ׳קען זאָגן אז ראו איז א געזעץ ס׳איז א קאורט׳ס פסק)
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

גארנישט פון די ארגומענטן מוז מיינען עפעס פאר די אורטייל אבער די ארגומענט איז פארט די איינציגסטע וואס לאזט זיך דערווייל באהאנדלען
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

abeg האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:אויף די מינוט וואלט איך געשאצט א 5-4 יא איבערצודרייען די געזעץ.

איך בין נאכנישט איבערצײגט אז גארסיטש איז א יא אױף צי איבעדרײען ראו (כ׳װײס נישט צי מ׳קען זאָגן אז ראו איז א געזעץ ס׳איז א קאורט׳ס פסק)

גארנישט איז זיכער עס איז נאר וויאזוי מען שמעקט פון די ארגיומענטס ווי הבל האקט.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אלע זעקס קאנסערוואטיוון האבן אויסגעדרוקט אמוויינגסטנס אפנקייט צו באשטעטיגן די מיסיסיפי געזעץ

די מער האקעלע פראגע איז געווען וויפיל פון זיי זענען גרייט צו שלאגן כפרות מיט די גאנצע 1973 למספרם פרעצעדענט

קעווענאו און בערעט האבן אויסגעדרוקט מער חשק ווי ראבערטס עס צו טוהן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הונדערטער פראטעסטירן אינדרויסן און פרובירן זיך איבערצושרייען איינע דעם צווייטן

די אנטי רציחה באטייליגונג קוקט אויס איבערצושטייגן די פרא רציחה מאסע פאר וויפיל עס מאכט נישט אדער נישט אויס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

גוט צו נעמען אין באטראכט אז די געריכט מוז ניטאמאל באשליסן דאסמאל איין וועג אדער די אנדערע צו די 1973 למספרם פרעצעדענט איז אויסגעהאלטן

"אויב" זיי נעמען די ריכטונג אז די מיסיסיפי געזעץ איז אויסגעהאלטן אפילו אונטער יענע פרעצעדענט קענען זיי איינפאך זאגן אז צוליב דעם איז נישט וויכטיג פאר זיי צו באשליסן יענע פראגע און קענען עס לאזן פאר שפעטער אויב און ווען א סטעיט פארבאט רציחה צו יעדע צייט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

עס איז באקאנט די שפריכווארט "גיב אבאכט וואס דו וואונטשט זיך"

אלע שפעקולירן ווי אזוי די געריכט וועט אורטיילן אין די רציחה קעיס און סאציאלע קאנסערוואטיוון וואלטן געוואלט אז די נעכטיגע קעווענאו ארגומענט זאל זיגן איבער די מער געמאסטענע ראבערטס מהלך
זיי דארפן אבער קוקן אויך אויפן ברייטערן בילד און פארשטיין אז אויב די קעועונאו ארגומענט קען זיך ארויסשטעלן אלץ חומרא דאתי לידי קולא ווייל זיין טענה איז געווען אז די קאנסטיטוציע דעקקט בכלל נישט די פראגע איין וועג אדער די אנדערע און דעריבער האט נישט די געריכט קיין יוריסדיקציע איבער דעם און עס בלייבט אין די הענט פון אמעריקאנער וועלכע ערוועלן זייערע סטעיט רעפרעזאנטיוון וועלכע שרייבן די געזעצן

אזא אורטייל מיינט אז געוויסע סטעיט וועלן טאקע קענען פארבאן רציחה פון די ערשטע מינוט אבער פון די אנדערע זייט וועט עס אראפווארפן די 1973 למספרם אורטייל וועלכע ערלויבט רציחה בלויז ביז א געוויסע פונקט און מיט יענע צוימען אראפגעריסן וועלכע בלויע סטעיטס קענען באשטעטיגן געזעצן צו ערלויבן רציחה אויף פיל לענגער ווי ביז היינט

אויב אבער וועט ראבערטס צוזאמשטעלן א מאיאריטעט וועלכע זאל נישט אדרעסירן די 1973 למספרם אורטייל נאר בלויז שרייבן אז די פונקט ביי וועלכע מיסיסיפי וויל פארבאטן רציחה איז אויסגעהאלטן אפילו לויט די 1973 לצספרם פרעצעדענט, דאן וועלן רויטע סטעיטס קענען קאפירן דעם ביישפיל און מקדים זיין די רציחה פארבאט אבער עס וועט נאכנישט גיבן די גרינע ליכט פאר די בלויע סטעיטס עס צו מאחר זיין
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3101
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

עס איז פשוט אז אויב דער געריכט וועט עס אפווארפן, וועט עס פריער צו שפעטער ווערן דורכגעפירט אין די פעדעראלע לעגיסלאטור.
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2928
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

אויף וואספארא באזיס האט די ראו אורטייל פארבאטן שפעטע רציחה?

איך מיין צו פרעגן, פארוואס אויב מען ווארפט אפ די ראו אורטייל אז רציחה איז א רעכט, פאלט אטאמאטיש אוועק די לימיטעישאנס וואס זיי האבן אראפגעשטעלט??
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:מארגן דינסטאג וועט א פאנעל אויפן די סי סירקוט אויסהערן די קעיס פון טראמפ אקעגן די יונואר 6 למספרם קאמיטע וועלכע וויל לייגן א האנט אויף קאמיוניקאציע צווישן דעם געוועזענעם פרעזידענט און זיינע געהילפן אין די טעג ארום די קעפיטאל איבערפאל

די דריי ריכטער פאנעל האט נעכטן אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן אין לויף פון צוויי פעטע שטונדן און די ריכטער האט נישט אויסגעקוקט סימפאטיש צו די שטעלונג פון די טראמפ אדוואקאט

די קעיס איז געווארן אויסגעהערט דורך ריכטערין מילעט נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא און ריכטערין קאטאנזשי בראון דזשעקסאן נאמינירט דורך פרעזידענט ביידען און ריכטער ראבערט ווילקינס נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא

דזשעקסאן וועלכע ווערט באטראכט ווי די פראנט ראנער פאר א סופרים קאורט זיץ אויב זאל עס ליידיג ווערן האט קלארגעשטעלט אז די פראגע קומט אראפ איבער ווער עס באשליסט ווען אן אמטירנדע פרעזידענט באשליסט אראפצונעמען די עקזעקוטיווע פריווילעגיע שלאס אין די צייט ווען א געוועזענע פרעזידענט וויל דוקא יא פארזיגלען די דאקומענטן יד מי על העליונה

דזשעקסאן האט אבער אנגעדייטעט אז זי לערנט נישט אפ די 1977 למספרם סופרים קאורט אורטייל אין די ניקסאן קעיס אקעגן די דזשענעראל סערוויסעס אדמיניסטראציע אלץ טיהר וועלכע גיבט רעכט פאר טראמפ צו קלעימען עקזעקוטיווע פריווילעגיע

דער אדוואקאט האט קלארגעשטעלט אז ער האט נישט קין פראבלעם אז קאנגרעס באקומט צוטריט צו מיינסטנס דאקומענטן אבער פארלאנגט יא אז זיין קליענט צו קענען בלאקירן און פארזיגלען א האנדפול פון דאוקמענטן

מילעט האט געזאגט אז אפילו א געריכט זאל זוכן איבערצוגיין טראמפ'ס קלעים אויף א דאקומענט ביי דאקומענט באזיס און באשליסן אז זיי געניסן טאקע אין פרינציפ פון עקזעקוטיווע פריווילעגיע איז עס נאכנישט גענוג צו האלטן די דאקומענטן פארזיגלט ווייל די אלגעמיינע אנערקענונג אז א דאקומענט געניסט פון די פריווילעגיע נעמט נאכנישט אריין די געוויכט און ווארט וועלכע די איצטיגע אקופאנט אין ווייסן הויז האט אויפן פראצעדור
און אויב איז זיין ווארט שטארקער איז עס פונקט אזוי ווי א דאקומענט וועלכע געניסט פון די פריווילעגיע אבער קלעימט נישט די רעכט דערפאר

די ריכטער האבן אויסגעפרעגט דעם אדוואקאט אויב די געריכט האט בכלל יוריסדיקציע אריינצורעדן אין אזא שטרייט און יענער האט ארגומענטירט אז אלע דריי צווייגן פון די רעגירונג האבן שוין אנערקענט אין די פארגאנגנהייט אז געוועזענע פרעזידענטן קענען מאכן עקזעקוטיווע פריווילעגיע קלעימס און פרובירן צו בלאקירן די דעזיגנאציע וועלכע באפרייט ווייסע הויז רעקארדס פאר קאנגרעסיאנאלע איבערזיכט

די דריי נעכטן פאנעל איז געווארן באשטימט דורך א גורל און ווערט געזעהן ווי א גורל וועלכע איז שלעכט געגאנגען פאר טראמפ אבער אפגעזעהן וועלכע וועג די פאנעל וועט אורטיילן איז ערווארטעט אז פון דארט גייט עס גראד צום סופרים קאורט

אן איינשטימיגע פאנעל האט געאורטיילט אקעגן פרעזידענט טראמפ
מילעט האט געשריבן די אורטייל

די אורטייל איז ערווארטעט צו ווערן אפעלירט צום סופרים קאורט

די פאנעל פרירט איין זייער אורטייל נישט צו זיין פעליג בעפאר צוויי וואכן ארום צו גיבן צייט פאר די סופרים קאורט צו באשליסן אויב זיי אקצעפטירן אן אפעלאט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די סופרים קאורט האט נארוואס געמאלדן אז זיי מיט 1-8 אז טעקסאס רציחה סערווירער קענען קלאגן געוויסע סטעיט באאמטע אין פעדעראלע געריכט אבער מיט 4-5 אז זיי קענען נישט קלאגן סטעיט געריכט קלוירקס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:די סופרים קאורט האט נארוואס געמאלדן אז זיי מיט 1-8 אז טעקסאס רציחה סערווירער קענען קלאגן געוויסע סטעיט באאמטע אין פעדעראלע געריכט אבער מיט 4-5 אז זיי קענען נישט קלאגן סטעיט געריכט קלוירקס

די אורטייל איז בלויז געווען אויב און וועם די רציחה סערווירער קענען קלאגן איבער די געזעץ אבער נישט איבער די געזעץ גופא וועלכע בלייבט דערווייל אין קראפט און א לעגאלע געראנגל וועט איצט פארזעצן אין די אונטערשטע געריכטן
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

הכל הבל האט געשריבן:[spoil]אין צוגרייטונג צום מארגנדיגע אורטייל איבער די טראמפ פינאנציעלע רעקארדס ברענגן מיר נאכאמאל אראפ אונזער באריכט פון די מונדליכע ארגומענטן אין די קעיסעס, אזוי אז איר קענט איבערליינען די פארהער און זיך באקענען מיט די ארגומענטן בעפאר די אורטייל קומט אראפ

די סופרים קאורט האט אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס ארום פארעפנטליכן פינאנציעלע דאקומענטן אין פארבינדונג פון פרעזידענט טראמפ

די ארגומענטן זענען געווען צוטיילט אין צוויי קעיסעס ווען אין אנהויב האט מען באהאנדלט די סובפינע אין וועלכע דריי קאנגרעס קאמיטעען האבן אין אפריל 2019 למספרם פארלאנגט פינאנציעלע רעקארדס פונעם פרעזידענט

די קאנגרעס איבערזיכט און רעפארם קאמיטע האט געבעטן די דאקומענטן פון מעזערס וועלכע איז דעם פרעזידענטס לאנגיעריגע אקאונטענט פירמע אנגעבליך אלץ טייל פון א קאנגרעס אויספארשונג אין די רעגירונג עטיקס געזעצן

די קאנגרעס פינאנציעלע סערוויסעס קאמיטע און די שפיאנאזש קאמיטע האבן פארלאנגט דאקומענטן פון דויטשע באנק און קעפיטאל וואן וועלכע זענען געווען פון די גרעסטע פארלייער פארן פרעזידענט און די פארלאנג איז אנגעבליך געווען אלץ טייל פון אן אויספארשונג אין מעגליכע אויסלענדישע איינפלוס אין די אמעריקאנע וואלן

די סעסיע האט זיך געעפנט מיט די רעדע פון פעטריק סטראוברידזש וועלכע ארויסגעברענגט אז קיין געריכט האט נאכנישט ערלויבט די קאנגרעס באנוץ פון סובפינע מאכט איבער פערזענליכע דאקומענטן פון אן אמטירנדע פרעזידענט
און אז די קאמיטעען האבן ניטאמאל פרובירט צו צייגן סיי וועלכע קריטישע לעגיסלאטיווע געברויך פאר די דאקומענטן זיי זוכן צו סובפינען

ראבערטס איז געגאנגען ערשט מיט זיין פראגע פרעגנדיג אויב לויט סטראוברידזש קען קאנגרעס אויף קיין פאל נישט סובפינען א פרעזידענט'ס פערזענליכע רעקארדס אדער איז ער איינשטימיג אז אין געוויסע פעלער איז עס יא בארעכטיגט

סטראוברידזש האט איינגעשטימט אז טעארעטיש איז דא אזא מעגליכקייט אבער עס מוז נאכקומען א הויכע סטאנדארט

ראבערטס האט דאן אויסגעפירט אז אויב אזוי קומט די קעיס אראפ צו די פליכט פון די געריכט צו באלאנסירן די קאנקורירנדע אינטערסען אויף ביידע זייטן און דאן זענען די ריכטער אריין אין א פראגע אין דעבאטע צירקל מיט סטראוברידזש פאר די איבריגע טייל די ארגומענט איבער ווי אזוי צו שאפן דעם ריכטיגן באלאנס און וואס די באגרעניצונגען זענען אויף קאנגרעס צו קענען סובפינען

ווען טאמאס האט געבעטן אויסצוקלארן די פראגע האט סטראוברידזש ווידערהאלט אז די רעכט פאר קאנגרעס איז זייער באגרעניצט און אז די אינפארמאציע וועלכע זיי זוכן דארף זיין פאראויס קוקנד און זאמלונג פון פרישע אינפארמאציע ווי איידער צוריק צוזאמשטעלן פארלאפענע היסטאריע

ברייער (וועלכע האט סערווירט אלץ ספעציעלע פראקוראר ביי די וואטערגעיט אויספארשונג) האט געפרעגט אז לויט די סטראוברידזש באגרעניצונג וואלטן געריכטן נישט געמעגט ערלויבן פאר אויספארשער ביי די וואטערגעיט סקאנדאל צו באקומען די "פרעזידענטליכע" רעקארדס און הגם דאסמאל האנדלט מען פון "פערזענליכע" רעקארדס (נאך פון בעפאר טראמפ איז אריינגעקומען אין אפיס) פארוואס זאל די סטאנדארט זיין אנדערש ביי פרעזידענטליכע רעקארדס ווי ביי פערזענליכע רעקארדס?

סטראוברידזש האט דאן זיך באקלאגט אז ערלויבן די סובפינעס אריינצוגיין אין אפעקט וועט איז געציהלט צו פארפאלגען דעם פרעזידענט און וועט שטערן דעם פרעזידענט'ס מעגליכקייטן צו פירן די רעגירונג 24 שטונדן אין טאג

אבער סאטאמאיאר האט עס אפגעווארפן זאגנדיג אז די געריכטן האבן שוין מערערע מאל באשטעטיגט אז אזוי לאנג ווי קאנגרעס בעהט עס פאר איבערצייגנדע לעגיסלאטיווע געברויך און עס איז רעלעוואנט צו זייער אויספארשונג איז עס אויסגעהאלטן און לויט איר איז עס נישט יושר'דיג צו שטעלן מער פארלאנגען אויפן קאנגרעס ווען זיי שטייען נאך אין אנהויב פון זייער אויספארשונג

קעיגען האט אויך איבערגעזאגט די זעלבע און צוגעלייגט אז עס איז נישט די ערשטע שטרייט צווישן די צוויי רעגירונג פליגלען און אין די פארגאנגענהייט פלעגט עס ווערן אויסגעהאמערט צווישן ביידע זייטן אבער דאסמאל האט טראמפ ארויפגעשטעלט באשטאנדטיילן אין די וואג פון צעהן טאן אויף די וואג וועלכע טיילט אפ די צוויי זייטן וועלכע מאכט עס אוממעגליך פאר קאנגרעס אויסצופירן אירע פליכטן

גארסוטש האט פרובירט פארצושלאגן אז די געריכט זאל זיך אפשאקלען פון די גאנצע קעיס אבער נאכדעם בעסער ערקלערט זיין פראגע אלץ מער א פראקטישע אז פארוואס זאל מען נישט ווארפן די יאך אויף קאנגרעס געהעריג צו ערקלערן זייער לעגיסלאטיווע מאטיוון אין די געזוך פאר די דאקומענטן

דאן האט דער יוסטיץ דעפארטמענט דעפיוטי סאליסיטאר דזשענעראל וועלכע האט געהאט אריינגעשיקט א פריינט פון געריכט בריוו אין שטיצע פונעם פרעזידענט גענומען דאס ווארט

דזשעפרי וואל האט ארויסגעברענגט אז די סובפינעס זענען איינפאך געשיקט צו סעקירן און אונטערמינעווען דעם פרעזידענט און אז די ציהל איז צו פארשן און נישט עס צו נוצן דורכצופירן געזעצן און אז עס נישט צופיל צו בעהטן פון קאנגרעס צו ערקלערן וועלכע געזעץ זי באטראכט דורכצופירן און ווי אזוי פונקטליך די אינפארמאציע פונעם פרעזידענט קען זיי בייהילפיג זיין

ראבערטס האט אים דאן געפרעגט אז אויב אזוי איז עס די פליכט פון די געריכט צו באשליסן וואס די ריכטיגע ציהל פון קאנגרעס איז און ווי אזוי גענוי זאל די געריכט זיך דערגרונטעווען דערצו? זאל די ריכטער פארשן וואס עס ליגט אין די געדאנקען פון קאנגרעסלייט? אדער גאר אראפרופן קאנגרעס מיטגלידער זיי צו פארשן איבער זייער ריכטיגע ציהל?

גינזבורג האט אוועקגעמאכט די פארלאנג פאר קאנגרעסלייט צו האבן א קלארע לעגיסלאטיווע פלאן אין אנהויב פון זייער אויספארונג ביים שיקן סובפינעס זאגנדיג אז צו ערשט דארף קאנגרעס קענען געהעריג פארשן און צו דעם באדארפן זיי די אינפארמאציע און ווען זיי וועלן האבן א קלארע בילד ווען זיי קענען אויפקומען מיט די ריכטיגע לעגיסלאציע און טראץ וואס די פארלאנג פאר דאקומענטן מוזן האבן א לעגיסלאטיווע ציהל וועט די דאקומענטן עווענטועל העלפן מיט די לעגיסלאציע
אויב א פאליציי אפיציר שטעלט אפ א מאטאריסט און ערקלערט שפעטער אין געריכט אז ער האט עס געטוהן צוליב וואס יענער האט זיך נישט אפגעשטעלט ביי א סטאפ סיין קען נישט דער דרייווער זאגן פארן געריכט אז ביים אפשטעלן האט דער אפיציר עס נישט געטוהן צוליב די סטאפ סיין נאר פאר שוואוילטאג

וואל האט איינגעשטימט אז קאנגרעס וואלט געקענט צו ערשט בעהטן דאקומענטן פון אמעריקאנע בירגער אויב זייער עווענטועל ציהל איז אז נאכן פארשן זאל מען קענען דורכפירן לעגיסלאציע אבער ביים פרעזידענט צוז יא זיין א העכערע סטאנדארט ווי דעם צוליב די געפאר פון שטערן און אונטערמינעווען דעם פרעזידענט און זיינע פליכטן

דער אדוואקאט פאר די קאמיטעען איז געווען דאגלעס לעטער און געזאגט אז קאנגרעס האט ארויסגעשטעלט ספעציפישע בילס וועלכע דעמאנסטרירט קלאר די לעגליסלאטיווע ציהלן פון קאנגרעס אין די אויספארשונגען און האט פרובירט צו בארואיגן די ריכטער אז קאנגרעס אנערקענט אז עס זענען יא דא באגרעניצונגען ווען קאנגרעס קען סובפינען

די פראגע וואס גענוי די באגרעניצונגען זענען האט פארנומען א גרויס טייל פון לעטער'ס צייט ווען ראבערטס האט אים גלייך געבעטן אויפצוקומען מיט א ביישפיל ווען קאנגרעס וואלט נישט געווען ערלויבט צו סובפינען, דהיינו א פאל ווען עס איז נישט מעגליך אז קאנגרעס זאל קענען זאגן אז זייער ציהל איז לעגיסלאציע (ווייל אויב איז נישטא אזא זאך באדייט עס אז קאנגרעס איז נישט עכט באגרעניצט ווייל זיי קענען אלעמאל שרייען אז עס האט א לעגיסלאטיווע ציהל)

לעטער האט רעאגירט זאגנדיג אז די לעגיסאלאטיווע מאכט פון קאנגרעס איז זייער ברייט

ראבערטס האט איז געווארן אנטוישט פונעם ענטפער זאגנדיג אז דאס איז נישט א באגרעניצונג און זיין ענטפער קוקט בכלל נישט אויס צו האבן גענומען אין באטראכט אז דא רעדט מען פון א סובפינע אין וועלכע דער פרעזידענט איז פארמישט

דאן האט גינזבורג געבעטן פון לעטער צו ערקלערן וואס פונקטליך פארזיכערט דעם פרעזידענט פון סובפינעס וועלכע זענען געציהלט איינפאך צו טשעפען מיטן פרעזידענט און לעטער האט רעאגירט אז קאנגרעס קען נאר סובפינען מיט לעגיסלאטיווע מאטיוון

אויף דעם האט אליטא זיך געוואונדערט: איז טאקע בלויז די פאקט אז א סובפינע קען קוואליפיצירן (אויך) פאר לעגיסלאטיווע ציהל א פארזיכערונג אז עס איז נישט עכט געציהלט צו אונטערמינעווען דעם פרעזידענט?! דאס איז קיין פארזיכערונג, איז עס?!

דאן האט אליטא ווייטער געפרעגט אויב עס וואלט געווען ערלויבט צו פאר קאנגרעס צו סובפינען די פינאנצעלע רעקארדס פון אן אמטירנדע פרעזידענט און זיין פאמיליע אלץ טייל פון א שטודיע אויף א מעגליכע מיטל קלאס שטייער רעפארם

לעטער האט רעאגירט אז עס וואלט פילייכט געקענט זיין אויסגעהאלטן און זיין ענטפער האט געוויס נישט איבריג באצויבערט אליטא

אויך גארסוטש האט געשטופט לעטער אהערצושטעלן א קלארע באגרעניצונג טעסט און אוועקגעמאכט די געדאנק אז וויבאלד א סובפינע דארף זיין פאר לעגיסלאטיווע ציהלן און קאנגרעס האט גאר ברייטע לעגיסלאטיווע מאכט קען זייער סובפינע רעכט מעגליך זיין גרעניצלאז

גארסוטש האט געזאגט אז טייל פון די אנדערע מעגליכע באגרעניצונגען לעטער האט ערווענט איז נישט גענוג צו באשוצן דעם פרעזידענט'ס פריוואטע רעקארדס איז אויב אזוי וואס גענוי באשוצט יא דעם פרעזידענט?

קעווענאו אלץ דער מערסט דזשוניאר ריכטער איז געגאנגען צו לעצט און זיינע פראגן זענען אין טייל געווען א סך הכל פון די פראגן פון די ריכטער בעפאר אים
קעווענאו האט ארויסגעברענגט אז פון איין זייט טענה'ט דער פרעזידענט אז בארעכטיגן די סובפינעס וועט זיין א געפאר פאר אלע פרעזידענטן אינעם צוקונפט אבער קאנגרעס שרייט אז אזוילאנג ווי עס האט א לעגיסלאטיווע ציהל איז עס אויסגעהאלטן
אבער פארט איז דא א פראבלעם אז כמעט יעדע זאך קען ווערן כאראקטעריזירט אלץ מעגליך בענעפיטירנד פאר צוקונפטיגע לעגיסלאציע
איז אויב אזוי ווי אזוי פארזיכערן מיר אז קאנגרעס באקומט וואס זי איז בארעכטיגט אבער דער פרעזידענט בלייבט באשוצט? פארוואס זאלן מיר נישט פארלאנגען פון קאנגרעס צו צייגן אינפארמאציע וועלכע דעמאנסטרירט קלאר אז די אינפארמאציע וועלכע זיי זוכן איז קריטיש וויכטיג פאר זייערע לעגיסלאטיווע פלענער און מעגליך דורכדעם עטוואס באלאנסירן די קאנקורירנדע אינטערעסן אז עס איז בלויז ערלויבט אין אזא פאל[/spoil]

די.סי. באזירטע פעדעראלע אפעלאט געריכט היינט אויסגעהערט ארגומענטן אין די לאנג פארצויגענע געראנגעל צווישן די קאנגרעס אווערסייט קאמיטע און דער געוועזענע פרעזידענט טראמפ, איבער צוטריט צו טראמפ'ס פערזענליכע פינאנציעלע רעקארד'ס.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ריכטער וועלכע דיסמיסד טראמפ אפעלאט נישט צו דארפן איבערגעבן זיינע שטייער רעקארדס צו די קאנגרעס וועינס און מעינס קאמיטע איז טרעוויס מקפעדען נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:די סופרים קאורט האט נארוואס געמאלדן אז זיי מיט 1-8 אז טעקסאס רציחה סערווירער קענען קלאגן געוויסע סטעיט באאמטע אין פעדעראלע געריכט אבער מיט 4-5 אז זיי קענען נישט קלאגן סטעיט געריכט קלוירקס

די אורטייל איז בלויז געווען אויב און וועם די רציחה סערווירער קענען קלאגן איבער די געזעץ אבער נישט איבער די געזעץ גופא וועלכע בלייבט דערווייל אין קראפט און א לעגאלע געראנגל וועט איצט פארזעצן אין די אונטערשטע געריכטן

פאר א א צוטיילטע סופרים קאורט האט היינט ריכטער גארסוטש פארמאל צוריקגעשיקט די קעיס ערלויבנדיג די רציחה סערווירער (קליניקס) צו קלאגן די געזעץ אבער נאכגעבנדיג די פארלאנג פון די סטעיט עס צו שיקן דירעקט צו די פיפטע סירקוט ווי איידער צו די דיסטריקט געריכט (ווי די קליניקס האבן געוואלט זינט אין יענע געריכט האט די ארגינעלע קלאגע גענאסן פון מער סימפאטיע)
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א דריי ריכטער פאנעל אויפן זעקסטן סירקוט האט געאורטיילט אז די ביידען אדמיניסטראציע קען פאראויסגיין מיט זייער וואקסין מאנדאט אויף גרויסע ביזנעסער

די אורטייל איז געווען 1-2 און געשריבן דורך ריכטערין דזשוליא גיבאנס נאמינירט דורך פרעזידענט בוש דער צווייטער און אנגעשלאסן דערין ריכטערין דזשעין סטרענטש (נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא)
די אפאזיצע שטעלונג איז געקומען פון ריכטערין דזשאון לארסען (נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ)
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סופרים קאורט ריכטער ניעל גארסוטש ווארפט אפ אפעלאט פארזוך אקעגן די ניו מעקסיקא וואקסין מאנדאט פאר העלט קעיר ארבעטער
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
Gevald Geshrigen האט געשריבן:הבל
א לאנגס איבער Carson v. Makin וואס גייט האבן א ריזן עפעקט אויף מוסדות החינוך אויב עס גייט אדורך?

הכל הבל האט געשריבן:מיטוואך מטות מסעי

אינעם פארלאפענעם סופרים קאורט טערמין האט מיר אויספירליך באהאנדלט א קעיס אין וועלכע די געריכט האט מיט 4-5 געאורטיילט אז טראץ וואס סטעיט רעגירונגען מוזן נישט סובסודיזירן פריוואטע שולעס קענען זיי אבער נישט אויסשליסן רעליגיעזע שולעס אויב זיי ערלויבן נאן רעליגיעזע שולעס צו געניסן פון אזא פראגראם

איין פראגע וועלכע די ריכטער האבן נישט באהאנדלט ביי די מאנטאנא קעיס איז געווען אויב די זעלבע איז גילטיג ביי פראגראמען אונטער וועלכע די סטעיט גיבט נישט די סוסודיעס דירעקט פאר די שולעס נאר אפערירט פראגראמען וועלכע גיבט גרענטס פאר סטודענטן זיי ארויסצוהעלפן פינאנצירן זייערע פריוואטע רעליגיעזע שולע קאסטן

אין מעין טוען איבער האלב פון די פובליק שולע דיסטריקטן נישט זעלבסט אפערירן קיין אייגענע הויך שולעס נאר אנשטאט טוען זיי דעקן די קאסטן פון סטודענטן צו קענען גיין צו אנדערע פובליק אדער פריוואטע שולעס סיי אינערהאלב אדער אפילו אינדרויסן פון די סטעיט אזוי לאנג ווי די שולעס זענען נישט אנגעשלאסן אין "א סעקטע"

דעיוויד קארסאן און אנגעלא נעלסאן האבן אריינגעטראגן א קלאגע אקעגן די פראגראם זאגנדיג אז זיי ווילן געניסן פון די פאנדינג צו קענען שיקן זייערע קינדער צו א פריוואטע קריסטליכע שולע אבער די סטעיט האט עס באצייכנט אלץ סעקטעריען און אלץ אומקוואליפיצירט

די עלטערן האבן זיך געוואנדן צום פעדעראלן געריכט און די ערשטע סירקוט קאורט האט עווענטועל געאורטיילט אז די פראגראם איז קאנסטיטוטיציאנאל צוליב וואס עס ערלויבט שולעס מיט א רעליגיעזע סטאטוס צו קוואליפיצירן און שליסט בלויז אויס אזלעכע שולעס וועלכע פרעדיגן די רעליגיע ווייל די סטעיט טענה'ט אז זי קען געזעצליך נישט פינאנצירן דאס פארשפרייטן רעליגיע

די עלטערן האבן עס אפלעירט צום סופרים קאורט און צווישן אנדערן דערמאנט א שולע אין ניו העמפשיר וועלכע איז בלויז רעגיסטרירט אלץ רעליגיעז און דארט לערנט א זוהן פון הויפט סופרים קאורט ריכטער דזשאן ראבערטס און יענע שולע קוואליפיצירט יא אונטער די פראגראם

די סופרים קאורט איז אצינד איינגעגאנגען אויסצוהערן די קעיס אין זייער קומענדיגע סעסיע

פארלאפענע מיטוואך ויגש האט די סופרים קאורט אויסגעהערט מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס און נאך א סעסיע פון צוויי מיט א האלב שטונדן האט אויסגעקוקט אז די קאנסערוואטיווע בלאק איז גענויגט אנצונעמען די טענות פון די עלטערן

די אדוואקאט פאר די עלטערן איז געווען מייקל בינדעס וועלכע האט זיך אויסגעקריגט מיט די סטעיט'ס הויפט דעפיוטי אטוירני דזשענעראל קריסטאפער טאוב

טאוב האט ארויסגעברענגט אז די פראגאם איז נישט קיין דיסקרימינאציע און די סובסודיעס זוכט בלויז צו ערזעצן די ערציאונג וועלכע די סטודענטן וואלטן באקומען ווען זיי זאלן וועען יא קענען גיין אין לאקאלע פובליק שולעס וואס דארטן וואלטן זיי באקומען א נאן רעליגיעזע ערציאונג און פאר אזא סארט ערציאונג זענען די סובסודיעס דעזיגנירט

ווען סאטאמאיאר האט אויסגעפרעגט בינדעס האט זי שטארק ארויסגעברענגט אט די טענה זאגנדיג אז עלטערן וועלכע וואוינען אין דיסטריקטס מיט לאקאלע פובליק הויך שולעס האבן ניש די אפציע צו קענען שיקן אין שולעס ווי מען לערנט רעליגיע אויף די רעגירונגס קאסטן נאר האבן א צוויי אפציע אויסוואל פון שיקן אין אזא סארט שולע און עס דעקן פון די אייגענע טאש אדער שיקן אין פובליק שולע אומזיסט
אויב אזוי פארוואס זאלן עלטערן וועלכע וואוינען אין דיסטריקטס וואו עס איז נישטא קיין לאקאלע שולע האבן מער אפציעס און יא קענען שיקן זייערע קינדער לערנען רעליגיע אויף די סטעיט'ס קאסטן

אויך קעיגען האט ארויסגעברענגט ענליכע פונקטן און גע'טענה'ט אז די ספעציפישע פראגראם פון מעין איז זייער אייגנארטיג און מיוחדת במינה און געציהלט צו אדרעסירן א קליינע צאהל סטודענטן און דעריבער זאל די געריכט נישט קוקן דערויף ווי א פראגראם וועלכע דיסקרימינירט צוליב וואס די פראגראם מוז זיין אוועקגעשטעלט אויף אזא וועג צו אדרעסירן אזא אומטרעפליכע ערשיינונג ווי דיסטריקטן מיט אזא מאנגל אין קינדער אז זיי האבן ניטאמאל קיין אייגענע לאקאלע הויך שולע

טאמאס האט אבער אוועקגעמאכט די באהויפטונג וועלכע טאוב האט אוועקגעשטעלט אז די פראגראם זוכט צו גיבן א "רויע ערזאץ" פאר די סארט ערציאונג וועלכע א לאקאלע פובליק שולע וואלט געגעבן און דאס באדייט אז מען לערנט נישט די קינדער רעליגיעזע לערנונגען פון איין ספעציפישע רעליגיע איבער די אנדערע

טאמאס טענה'ט אבער אז די פונדאמענט פון א פובליק שולע איז נישט דאס נאר איז קאנצעטרירט אויף די אקדעמישע אינהאלט וואס מען לערנט דארט (און טראץ וואס אין פובליק שולע לערנט מען נישט א ספעציפישע רעליגיע איז נישט דאס די הויפט ערציאונג קוואליטעט פון די לימודים נאר די פאקטישע אקאדעמישע לימודים זענען בעיקר אויף וואס מען קוקט און דאס איז אויף וואס אן ערזאץ פראגראם דארף קוקן ווען זיי זוכן צוצושטעלן דאס וואס די פובליק שולע וואלט צוגעשטעלט)

אליטא האט אטאקירט טאוב פון א צווייטע ריכטונג דערמאנענדיג אז עלטערן אין די באטרעפנדע דיסטריקטן וועלכע געניסן פון די סובסודיע פראגראם קענען עס נוצן צושיקן זייערע קינדער אין אזעלכע א רייע עליטע שולעס וועלכע ער האט דערמנאט ביים נאמען
האט אליטא אויסגעפירט מיט וואונדער: זענען די סארט עליטע (נישט פארמישן אליטא מיט עליטע..) שולעס די רויע ערזאץ פון א פובליק שולע ערציאונג (לערנט מען טאקע דארט אלעס אויפן זעלבן שטאפל ?!)

ריכטערין בערעט האט אנגעוויזן פאר טאוב אז צו זאגן אז די פראגראם איז געווידמעט צו גיבן די "רויע ערזאץ" באדייט אז עס דארף זיין גענוי די זעלבע סארט ערציאונג און אטמאספערע וואו אין פובליק שולע און האט הויך געפרעגט: זענען דען נישט פולע פריוואטע שולעס (וועלכע די פראגראם דעקט יא) נישט בלויז אינגל אדער מיידל שולעס אין די צייט וואס מיינסטנס פובליק שולעס זענען פאר ביידע ?

אבער אויסער דאס אוועקמאכן די באהויפטונג פון טאוב אז די פראגראם איז א "רויע ערזאץ" צו א פובליק שולע ערציאונג זענען די קאנסערוואטיוון אויפן באנק געגאנגען ווייטער און גאנץ קלאר אנגעדייטעט אז זיי זעען די פראגראם אלץ דיסקרימינירנד און אומקאנסטיטוציאנאל

ראבערטס האט געשטעלט פאר טאוב א היכי תימצי פון צוויי שולעס ווען די ערשטע איז אונטער א רעליגיע וועלכע פארלאנגט אז ביים לענען מיט די קינדער מוז מען פרעדיגן די רעליגיע און די צווייטע איז אונטערא רעליגיע וועלכע פארלאנגט עס נישט

טאוב האט קלארגעשטעלט אז בלויז די שולע פון די צווייטע סארט רעליגיע וואלט קוואליפיצירט צו געניסן פון די פראגראם

ראבערטס האט אנגעוויזן אז לויט דעם קומט אויס אז צו געניסן פון די פראגראם ווענדט זיך אין וועלכע רעליגיע דו ביזט אנגעשלאסן און עס באדייט אז די רעגירונג מישט זיך יא אין רעליגיע מאכנדיג א דיפערענץ צווישן צוויי סארט רעליגיעס און אז די סופרים קאורט האט שוין געאורטיילט אז אזא זאך פארלעצט די קאנסטיטוציע

אליאט האט געשטעלט א ביישפיל פון א ספעציפישע שולע אונטער די השפעה פון א געוויסע קירכע וועלכע לערנט מיט די קינדער אז פון א רעליגיעזן שטאנדפונקט דארף מען גלויבן אז אלע סארט מענשטן זענען באשאפן געווארן אייניג און געניסן פון די זעלבע עלעמענטארע רעכטן

טאוב האט איינגעשטימט אז אזא סארט שולע וואלט יא קוואליפיצירט אונטער די סטעיט סובסודיע פראגראם

אליטא האט אבער א גערעגטער געזאגט אז סיידן דו קענסט קלארשטעלן אז דו גייסט באהאנדלען יענע ספעציפישע שולע די זעלבע וועג ווי א קאטוילישע אדער להבדיל ארטאדאקסיש אידישע שולע מיין איך אז דו הסט אן ערנסטע פראבלעם

גארסטוש האט געשטערט די פארשלאג פון טאוב אז עלטערן וועלכע ווילן געניסן פון די פראגראם אבער פארט ערציען זייערע קינדער אלץ רעליגיעז קענען שיקן זייערע קינדער נאך די שולע שטונדן אדער אום זונטאג צו עפטער סקול רעליגיעזע פראגראמען

גארסוטש האט גע'טענה'ט אז נישט אלע רעליגיעס וואלטן געווען באפרידיגט מיט אזא אפציע און טייל פארלאנגען יא אז די קינדער זאלן יא ועורן ערצויגן דורכאויס די מערהייט שולע שטונדן אונטער רעליגיעזע לערעס און אז די סטעיט'ס פארשלאג טוט לויט דעם פונאנדערשיידן צווישן די פארשידענע סארט רעליגיעס

די פעדעראלע רעגירונג האט אויך אינטערווענירט אין די קעיס אלץ פריינד פון געריכט צו שטיצן די סטעיט און אראפגעשיקט דעפיוטי סאליסיטאר דזשענעראל מאלקאלם סטוארט און קעווענאו האט אים גלאט געזאגט אז די פאקט די סטעיט פראגראם איז דיסקרימינאציע

די קאנסערוואטיוון האט באזונדער אויסגעדרקוט זארג איבער די פאקט אז די סטעיט איז דער וועלכע באשליסט אויב די לימודים פון א שולע זאלן ווערן באצייכנט אלץ רעליגיעז און דאס קען פירן צו אומקאנסטיטוציאנאלע אינטערווענץ פון סטעיט באאמטע אין שולע קאריקולום און טראץ וואס טאוב האט פרובירט צו פארזיכערן די ריכטער אז אזעלכע באשלוסן איז זייער לייכט צו פאסן זינט די רעליגיעזע שולעס זוכן בכלל נישט צו באהאלטן אין קונצלען איבער דיסארט לימודים וואס זיי לערנען און מען דארף זיך נישט ארפאלאזן צו דקות'דיגע פראגן צו קענען באצייכענען א שולע אויב צו פרעדיגן רעליגיע האבן א אבער די ריכטער נישט אויסגעקוקט צופרידן פון זיין פארזיכערונג

די דריי ליבעראלן אויפן באנק האבן בעיקר פרובירט צו שטופן צוויי ארגומענטן און קיינע פון זיי האט אבער נישט געצויגן צופיל אינטערעסע אין לויף פון די סעסיע
איינס איז געווען איבער די סטענדיג פון די עלטערן צו קענען ברענגן אן אנקלאגע און ריכטערין קעיגען האט דערמאנט בינדערס אז קיינע פון די רעלגיעזע שולעס האט זיך סייווי נאכנישט פארפליכטעט צו אקצפעטירן פובליק סטעיט פאנדינג און ארייננעמען סטודענטן אונטער די סטעיט סובסודיע פראגאם

קעיגן האט געפרעגט בינדעס וואס וואלט געווען ווען אלע פון די שולעס וועלכע קומען נאך די רעליגיעזע סטאנדארטן פון די עלטערן וואלטן קלארגעשטעלט אז זיי ווילן נישט אקצעפטירן די סטעיט פאנדינג צו די עלטערן וואלטן דאן געקענט ברענגן קלאגעס

בינדעס האט אבער געענטפערט אז זיי וואלטן געקענט צוליב וואס די רעכט פאר דיסקרימינאציע באטראפענע שטאמט פון דאס ווערן צוריקגעוויזן פון די מעגליכקייט פון קענען אפילו גיין זוכן אזא סארט שולע און מען דארף נישט קענען איבערצייגן אז מען האט שוין געזוכט און געפונען אזא שולע וועלכע איז גרייט צו נעמען די סובסודיעס נאר די סטעיט וויל עס נישט קוואליפיצירן

די צווייטע ארגומענט איז אויך געקומען פון קעיגען אבער איז אויך געווארן געהערט פון ברייער

קעיגען האט אנגעוויזן אז די סארט שולעס וואו די עלטערן זוכן צו שיקן זייערע קינדער נעמען אויף בלויז קריסטליכע לערער און נישט קיין מתועבים לערער אדער סטודענטן

זי האט ארויסגעברענגט אז טראץ וואס טייל שולעס גלייכן צו דעקן אלע סארט פריוואטע שולעס האלטן אנדערע סטעיטס אז אז אזאנס וואלט געווען זייער צוטיילנד און די געריכט האט צוליב דעם שוין דיסקוסירט די געדאנק און געאורטיילט בעבר צו גיבן סטעיטס און לאקאלע מוניציפאליטעטן "געוויסע" פלעקסיביליטי און רעכט אויסצושליסן רעליגיעזע שולעס פון גרענטס אפילו אין פאל וואס עס איז נישט פארבאטן מטעם די קאנסטיטוציאנאלע פארבאט פון רעגירונג פינאנצירן רעליגיע (די סופרים קאורט טוט אין די לעצטע יארן מער און מער באגרעניצן אט די פלעקסיבליטי פרעצעדענט גערופן "פלעי אין די דזשוינטס") און נישט פארלאנגען אז אלע סטעיטס זאלן מוזן נאכקומען איין סארט מאדעל

קעווענאו האט עס אבער אוועקגעמאכט זאגנדיג אז דאס אויסשליסן קינדער צוליב זייער רעליגיע פירט פונקט אזוי צו צוטיילונג
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סופרים קאורט וועט אויסהערן אפעלאטן אויף די העלט קעיר און גרויסע ביזנעס וואקסין מאנדאטן אום יונואר 7 למספרם און אורטיילן קורציך דערויף די ריכטער האבן אנטזאגט א פארלאנג פאר א זאפארטיגע אורטייל אדער סטעי אויף די מאנדאטן

די העלט קעיר מאנדאט איז אצינד איינגעפרוירן אין ארום האלב פונעם לאנד צוליב א סטעי פון נידריגע געריכט אבער די ביזנעס מאנדאט וועט לויט אן ארדער פון א סירקוט קאורט אריינגיין אין אפעקט אינעם טאג וועלכע די אדמיניסטראציע האט געסקעדזשועלט
סארקאסטיש
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 9:29 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאסטיש »

ווען עפענען זיך די עוויקשין אין פארקלאזשער קאורטס אין נ. י.?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מייק פענס און זיין פאליטישע קאמיטע שרייבט פריינד פון געריכט בריוו צום סופרים קאורט אין אפאזיציע צו די וואקסין מאנדאט אויף גרעסערע ביזנעסער
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פעדעראלע דיסטריקט ריכטער ריעד א'קאנאר פון טעקסאס בלאקירט די נעיווי פון נעמען שריט אקעגן נעיווי סיעלס און אנדערע וועלכע האבן גיבן אן רעליגיעזע סיבות נישט צו דארפן נעמען די ווירוס וואקסין

דער ריכטער נאמינירט דורך פרעזידענט בוש דער צווייטער זעהט פאר שטארקע שאנסן פאר די סיעלס צו געוואונען די קעיס באזירט אויף די מעריטס
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”