נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ווי שוין באריכטעט האט פרעזידענט ביידען נאמינירט דזשעקסאן אקאוואומי צום זיבעטן סירקוט קאורט און קאטאנדזשי בראון דזשעקסאן צום די סי סירקוט קאורט

אצינד האט זיך געעפנט א פרישע סירקוט בענקל ווען ריכטערין מארשא בערזאן האט געמאלדן אז זי איז גרייט אנצונעמען סיניאריטעט ווי נאר אן ערזאץ ווערט געמאלדן

ריכטערין בערזאן איז געווארן נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן צום ניינטן קרייז געריכט
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

סופרים קאורט ארויסגעווארפן קאליפארניעס וויירוס באגרעניצונגען אויף רעליגיעזע פארזאמלונגען אין פריוואטע הייזער.

אונטער די יעצטיגע פארארדענונגען זענען פארזאמלונגען אין פריוואטע הייזער -פאר סיי וועלכע צוועק- געצוימט צו נישט מער ווי דריי האוזהאולדס (פאמיליעס). היינט האט די העכסטע געריכט געאורטיילט אז די פארארדענונגען טוען פארלעצן די ערשטע אממענדמענט רעכטן פון ארטיגע איינוואוינער צוליב וואס טייל נישט-רעליגיעזע צואמענקונפטן -א שטייגער ווי געשעפטן א.ד.ג.- פארמאגן נישט די דריי פאמיליע מאקסימום.

די אורטייל איז געווען 5-4.

די געריכט ווייזט אן אז דאס איז שוין די פיפטע מאל וואס א אורטייל פון די ניינטע קרייז אפעלאט געריכט איבער דעי פראגע ווערט איבערגעדרייט דורכ'ן העכסטן געריכט.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

איידער מיר קענען צוגיין צו די קעיס וועלכע איז איצט אויפן טיש דארפן מיר צו ערשט מעלה גרה זיין א צווייטע קעיס וועלכע מיר האבן באשריבן מיט א יאר צוריק

די מער עלטערע ליינער וועלן פילייכט דענקן די תקופה פון שרעק וואס אמעריקא איז אריבער אין 2002 למספרם אין שאטן פון נאכאנאנדע סנייפער שיסערייען ווען צוויי אנאנימע פראפעסיאנאלע ציהל שיסער פלעגן אן קיין ווארענונג אנהויבן שיסן אויף ווער עס זיי געקומען אונטער די האנט און פלינק אנטרינען פון די סצענע

עווענטועל, נאכן אפקאסטן צעהן קרבנות זענען אויטאריטעטן געקומען אויף די שפורן און אידענטיטעט פון די צוויי און ארעסטירט לי מאלווא און אלען מוכאמעד

מוכאמעד איז געווארן פאראורטיילט צו טויט שטראף און די אורטייל איז געווארן אויסגעפירט אין 2009 למספרם

מיט מאלווא איז אבער געווען די מעשה אנדערש זינט ער איז צו יענע צייט געווען בלויז 17 יאר אלט און לויט די געזעץ האט ער געקענט באקומען א מאקסימום פון לעבנסלענגליכע טורמע און א ריכטער אין ווירדזשיניע האט אים טאקע צוגעטיילט אייביגע טורמע

שימלנדיג אין זיין פינסטערע צעהל אן קיין געהעריגע אויסזיכט אמאל ארויסצוגיין האט מאלווא געמוזט זיין צופרידן ווען א סופרים קאורט אורטייל איז ארויס אין א צוויייטע קעיס אום 2012 למספרם שרייבנדיג אז "מענדעטארי לעבנסלענגליכע טורמע אן פאראל פאר פארברעכנס דורכגעפירט ווען מען איז יונגער פון אכצן יאר פארלעצט די אכטע אמענדמענט וועלכע ערלויבט נישט קיין איבערגעטריבענע שווערע שטראפן"

פריערדיגע פרעצעדענט האט שוין געהאט אוועקגעשטעלט אזא פארבאט אבער נישט אין פאל פון מארד פארברעכנס אבער די פרישע סופרים קאורט אורטייל האט געדעקט אפילו קעיסעס פון מארד און געשריבן אז ריכטער מוזן יא קענען אריינקוקן אין די אומשטענדן פון די פארברעך אין די סטאטוס אין יארגאנג פונעם פארברעכער און זיך רעכענען דערמיט ביים צוטיילן אן אורטייל

די פראבלעם פאר מאלווא איז געווען אז די אורטייל האט נישט אדרעסירט די וועלכע זענען געווארן פאראורטיילט מיט יארן פריער און וואלט בלויז אפעקטירט ווי אזוי ריכטער זאלן אורטייילן אינעם צוקונפט

עס האט געדויערט נאך פיר יאר ווען אין 2016 למספרם האט ענדליך אנגעהויבן אויסקוקן אז מאלווא וועט מעגליך קענען האבן נוצן פון די 2012 למספרם אורטייל

אין 2016 למספרם האט די סופרים קאורט געשריבן אין א באזונדערע קעיס אז זייער פריערדיגע אורטייל פון 2012 למספרם איז געווען א "פארארדענונג מיט סובסטאנץ פון קאנסטיטוציאלע געזעץ"

די טערמין באדייט אז יענע אורטייל איז א פונדאמענטאלע און עלעמענטארע באשיצונג פאר ארעסטאנטן און מוז דעריבער ווערן גענומען אין באטראכט און אפעקטירן אויך ארעסטאנטן וועמענס אורטייל זענען געווארן פארזיגלט בעפאר די 2012 למספרם אורטייל

אויסער דאס איינשטעלן די 2012 למספרם אורטייל צו ווירקן אויך למפרע האט ריכטער קענעדי געשריבן אינעם פרישן אורטייל אז נישט בלויז זאלן ריכטער זיך יא קענען רעכענען מיט די יארגאנג אין וועלכע די פארברעכן איז געווארן דורכגעפירט" אזוי ווי די 2012 למספרם אורטייל האט געלויטעט נאר האט גאר אוועקגעשטעלט גאנץ קלארע אנווייזונגען פאר די ריכטער ווי אזוי אפצושאצן יוגנטליכע פארברעכער ביים באשליסן אויב זיי צו שיקן אין טורמע לעבנסלענגליך

קענעדי שרייבט אז ריכטער זאלן מוזן אפשאצן אויב א פארברעכער איז אזוי מאראליש פארקריפלט אז עס נוצט שוין נישט קיין תשובה און אז יענער גייט שוין מער קיינמאל נישט זיין קיין נארמאלע מענטש און וועט זיך קיינמאל נישט גענוג ערהוילן אין טורמע אז מען זאל אים קענען ארויסלאזן נאך א באשטימטע טורמע טערמין

ווען ריכטער סקאליא האט געשריבן די מינאריטעט אורטייל האט ער אויסער קעמפן אקעגן דאס איינשטעלן די פריערדיגע אורטייל אויף למפרע עקסטער זיך באצויגן אויף די נייע "טעסט" איינגעשטעלט דורך די מאיאריטעט וועלכע ריכטער וועלן מוזן נוצן און געווארנט אז עס וועט זיין זייער שווער פאר ריכטער צו מאכן אזא אפשאצונג אויף א פארברעך וועלכע איז באגאנגען געווארן אין די יונגע יארן און אז די נייע קאטעגאריזאציע וועט באדייטן אז נישט בלויז וואס ריכטער וועלן נישט "מוזן" געבן לעבנסלענגליכע טורמע, נאר זיי וועלן "נישט קענען" געבן לעבנסלענגליכע טערמינען ווייל פארברעכער וועלן אלץ טענה'ן שלא ישובו עוד לכסלה און עס וועט זיין גאר שווער צו איבערצייגן פארקערט

אבער די מאיאריטעט האט דאך זעלבסטפארשטענדליך ס'לעצטע ווארט און באוואפנט מיט די צוויי אורטיילן האבן די מאלווא אדוואקאטן זיך געוואנדן צום דיסטריקט געריכט וועלכע האט געמוזט צונישט מאכן די אלטע אורטייל און סקעדזשועלן א פרישע אורטייל וועלכע זאל זיין אין איינקלאנג מיט די סופרים קאורט פארארדענונג

די רעגירונג האט עס אפעלירט צום פערטן קרייז געריכט אבער דארט האט זיי אויך אפגעווארט א נידערלאגע ווען די סירקוט קאורט האט בלויז געקענט באשטעטיגן די אורטייל פון די נידריגע געריכט

די סופרים קאורט האט אויסגעהערט די קעיס און די מונדליכע ארגומענטן זענען פארגעקומען אום אקטאבער 16 2019 למספרם
די אורטייל וועלכע האט געזאלט נאכפאלגן איז נישט געווען קלאר אין וועלכע ריכטונג עס וועט פאלן און אנאליסטן האבן אנגעצייגט אז ריכטער ראבערטס האט אין די 2012 למספרם קעיס געשטימט צוזאמען מיט די איבריגע דריי קאנסערוואטיוון אקעגן די מאיאריטעט אורטייל דאן געשריבן דורך ריכטערין קעיגען

פון די צווייטע זייט אבער האט ער אין די 2016 למספרם קעיס געטוישט זייטן אין דאן געשטימט מיט די מאיאריטעט מאכנדיג די דעמאלטסדיגע אורטייל א 6-3 און דעריבער איז זיין פאזיציע אויף די פראגע אומקלאר און שווער פאראויסצושאצן

די אנדערע ריכטער אויף וועם מען האט געהאלטן אן ערנסטע אויג באזירט אויף די מונדליכע ארגומענטן איז געווען ריכטער קעווענאו וועלכע האט אויך נישט קלאר אנגעדייטעט ווי אזוי ער פלאנט צו אורטיילן אויף די פראגע אבער זיינע פראגן האבן יא געגעבן דעם שפור איז אז אויב איין קאנסערוואטיוו (אויסער ראבערטס) גייט דעפעקטירן גייט עס זיין ער
עד כאן המעשה

עד כאן? יא, די געשיכטע האט געהאט קיין עפילאג און די געריכט האט קיינמאל נישט געאורטיילט אויף די קעיס און איך בין נישט געווען איבערראשט אז קיינער פון די ליינער האט נישט געפרעגט ביים ענדע פונעם געריכט טערמין אוואו די אורטייל איז ווייל מענטשן האבן וויכטיגערס אויפן קאפ

אבער איצט אז מען רעדט שוין איז גוט צו אפדעיטן אין וועלכע אקעאן די קעיס איז פארשוועמט געווארן און אויך פארציילן אז די צייט פארשווענדעט צו ליינען די קעיס איז נישט גאגאנגען אינגאנצן לריק ווייל עס וועט אייך שטארק פארלייכטערן און פארקורצערן די צייט פון ליינען די היינטיגע קעיס אין עטליכע פאראגראפן אראפציה

די מאלווא קעיס איז געקומען צו א האסטיגע אפשטעל שוין נאך די מונדליכע ארגומענטן נאך וואס ווירדזשיניע האט ארויסגעשלעפט די טורמע קארפעט פון אונטער מאלווא'ס פיס שטימענדיג אויף א געזעץ וועלכע ערלויבט נישט צו האלטן אין טורמע ארעסטאנטן פאר מער ווי 20 יאר אויף פארברעכנס דורכגעפירט אלץ יוגנטליכע און דערמיט פארזיכערט אז מאלווא וועט ביז עטליכע יאר ארום באפרייט ווערן אן דארפן צוקומען צו די גענאדע פונעם סופרים קאורט און צוליב דעם איז די גאנצע קעיס געגאנגען פייפן

אזויפיל האט די קעיס אויפגעטוהן, אוועקצושטעלן די גרונדן פאר פרישע ענליכע קעיסעס וועלכע האבן זיך אינצווישן אנטוויקלט און זינט די סופרים קאורט האט שוין אינוועסטירט צייט און ענערגיע צו באהאנדלען די פראגע ביי די מאלווא קעיס האבן זיי אויסגעקליבן פון פינף קעיסעס איין קעיס אז זיי זאלן קענען דעצידירן די פראגע און נישט בלייבן מיט די צונג אינדרויסן צוליב די נייע ווירדזשיניע געזעץ

די קעיס וועלכע די קאורט האט אויסגעוועלט האנדלט זיך איבער א מאן מיטן נאמען ברעט דזשאונס וועלכע איז געפונען געווארן שולדיג אין אומברענגן זיין זעליגן זיידן

דזשאונס איז אויפגעוואקסן אין א פראבלעמאטישע היים מיטן זיין אוועק פון זיין פאטער אן אלקאהאליקער, זיין שטוף טאטע פלעגט אים סעקירן און זיין מוטער האט געליטן פון מעניאק דעפרעסיע, א בייפאלאר דיסארדער און א שגעון זיך זעלבסט צו שעדיגן , עפעס וואס דער קליינער דזשאונס האט גע'ירש'נט און פלעגט זיך אויך אפט צושניידן

אין 2004 למספרם איז דזשאונס אנטלאפן פון שטוב און זיך קווארטירט ביי זיין זיידע אין הויז וואו דער זיידע האט אים איין טאג דער זיידע געכאפט ביי אן עוולה און אנגעהויבן זיך קריגן מיט אים

דזשאונס האט גע'טענה'ט אז ער האט געהאט א געפעכט מיט זיין זיידן אין ווען זאכן האבן אנגעהויבן ארויסגיין פון קאנטראל איז זיין זיידע געקומען אין זיין ריכטונג אים צו שעדיגן און אלץ זעלבסטפארטיידיגונג האט ער אים געשטאכן און ס'זיידע איז אומגעקומען פון די וואונדן

א דזשורי האט אבער נישט אקצעפטירט זיין ווערסיע פון די געשיכטע און אים געפונען שולדיג און דער ריכטער האט אים פאראורטיילט צו לעבנסלענגליכע טורמע

נאך די 2012 למספרם סופרים קאורט אורטייל האט זיך דזשאונס צוגעכאפט דערצו ווי צו א געבראטנס און פארלאנגט א נייע פראצעס מיט די טענה אז דער ריכטער האט אים געגעבן א לעבנסלענגליכע אורטייל באזירט אויף די דעמאלטסדיגע מיסיסיפי געזעץ וועלכע האט פאראנגט מענדעטארי לעבנסלענגליכע טורמע און לויט די סופרים קאורט אורטייל איז יענע געזעץ מער נישט קאנסטיטוציאנאל

דער נייע ריכטער האט שוין יא אין באטראכט גענומען די יארגאנג ווען די פארברעך איז געווארן אויסגעפירט (17) אבער טראץ די עדות פון די טורמע אויפזעעהר אז ער האט זיך גוט אויפגעפירט אין טורמע און זיך דוכגעקומען מיט יעדן פארט באשלאסן אז ער דארף אויסדינען די איבריגע טייל פון זיין לעבן אין טורמע

די אורטייל איז געקומען אין 2015 למספרם און דער ריכטער האט נישט באטראכט די טענה אז דזשאונס איז שוין אויסגעמענטשלט נאר ליבערשט זיך קאנצעטרירט אויף די הארבע זינד פון מארד און אירע ארומיגע אספעקטן ווי דאס אז דזשאונס האט פרובירט צו פארדעקן זיין אקט מיטן באהאלטן די טויטע קערפער און אוועקוואשן די בלוט

2016 למספרם איז אבער אנגעקומען און מיט איר די פרישע סופרים קאורט אורטייל וועלכע שטעלט אוועק די "קענעדי טעסט" און דאס פון וואס סקאליא האט זיך געפארכטן האט טאקע פאסירט און דזשאונס האט אריינגעגעבן א פרישע פארלאנג אז באזירט אויף די נייע אורטייל זאל ער באקומען א פרישע פראצעס און דער ריכטער זאל מוזן אפשאצן זיינע פופצן יאר אין טורמע און זעהן צו ער איז טאקע נישט געווארן קיין ארנטליכע מאן זינט מען האט קיינמאל נישט אין באטראכט גענומען אזא טעסט ביים פריערדיגן פראצעס

די קאמף צווישן מיסיסיפי אין דזשאונס האט דאן געמאכט איר וועג צום סופרים קאורט וועלכע האט עס אקצעפטירט און געסקעדזשועלט מונדליכע ארגומענטן אויף די וואל טאג נאוועמבער 3 למספרם

נישט צופיל מענטשן האבן צוגעלייגט קאפ יענע פארנומענע וואל טאג אבער די ריכטער זענען אנגעגאנגען מיט זייער טעגליכע פליכטן אין אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן

דוד שפירא האט אויפגעטרעטן אלץ אדוואקאט פון דזשאונס און אפעלירט צו די ריכטער אז מען זאל די קעיס צוריקשיקן צו די סטעיט געריכט וואו מען זאל באטראכטן אויב דזשאונס קען שוין טאקע מער קיינמאל נישט לעבן פרידליך און ציוויל

ריכטער ראבערטס האט געצימבלט שפירא איבער ווי אזוי מען קען דערגיין אזא זאך פרעגנדיג: וואס פונקטליך זוכסטו זאל קלאר ווערן?"

שפירא האט רואיג געענטפערט אז זיין קליענט זוכט נישט עפעס אוממעגליך נאר איינפאך אן אויפריכטיגע פראצעס וואו מען שאצט אפ זיינע מעגליכקייטן צו פונקציאנירן אלץ ארנטליכע בירגער

ווי עס שיינט איז ראבערטס פראבלעם געווען אז מעגליך האט דער ריכטער גאר יא אין באטראכט גענומען די צושטאנד פון דזשאונס און מיט דעם אלעם אים פאראורטיילט אזוי הארב און טאקע ווייל ער האט אים געשאצט אלץ אומסטאביל

ראבערטס האט געקוועטשט וואס פונקטליך מוז א ריכטער טוהן צו איבערצייגן אז ער האט יא אפגעשאצט דעם באשולדיגטן'ס מצב

ראבערטס האט געזאגט פאר שפירא אז ביים פראצעס האט דער אדוואקאט יא אדרעסירט די פראגע אויב דזשאונס קען נאך זיך נאך אמאל אויפפירן ארנטליך און אויך דער ריכטער האט ציטירט פון 2016 למספרם אורטייל בעפאר ער האט אויסגעפירט מיט זיין אורטייל

ראבערטס האט אויסגעפירט זאגנדיג: איז די פראבלעם אז דער ריכטער האט נישט ציטירט גענוג שטיקלעך פון די סופרים קאורט אורטייל?

איך ווייס פשוט נישט אויב דאס וואס ער (דער ריכטער) האט געזאגט איז נישט גענוג (צו באשטעטיגן אז ער האט גענומען אין חשבון דזשאונס מצב)

סאטאמאיאר האט אויך איבערגעפרעגט די פראגע פון ראבערטס ביים פארהערן שפירא זאגנדיג אז דער ריכטער האט קלאר דערמאנט די 2016 למספרם אורטייל בעפאר זיין אויספיר אלזא פארוואס איז די בלויזע פאקט נישט די אנהויב און ענדע פון דעם קעיס?

קעווענאו איז געגאנגען מיט די זעלבע ליניע שטופנדיג שפירא אין א ווינקל צו אנערקענען אז ריכטער מוזן נישט שרייבן פארמאלע געפינסן צו איבערצייגן אז אנגעקלאגטע קענען מער קיינמאל נישט זיין געהעריג נאר עס איז גענוג צו באטראכטן אט די פאקט

שפירא האט אבער פארפירט אז דער ריכטער האט טאקע אין באטראכט גענומען די פאקט אז דזשאונס איז געווען יונג אבער נישט געמאכט א שאצונג אויב ער קען שוין מער נישט ווערן וואויל

גארסוטש האט אויסגעזעהן גאנץ סקעפטיש איבער די טייל אין די 2016 למספרם געזעץ וועלכע זאגט אז מען דארף מאכן די אויפפירונג טעסט און זיך געוואונדערט אויב אויך די טייל גייט אויף צוריק צו קעיסעס פון יארן פריער

בערעט האט נישט געפרעגט פראגן וועלכע טוען אנדייטן איין וועג אדער די אנדערע וואו זי שטייט אויף די קעיס
אזוי גוט
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 12:47 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי גוט »

וואשינגטאן – נאענט צו צוויי-דריטל פון אלע ערוואקסענע אין אמעריקע זאגן אז זיי האלטן אז מען זאל טוישן די סופּרים קאורט פארשריפטן אז ריכטער זאלן נאר קענען דינען פאר עטליכע יאר און נאכדעם מוזן רעטייערן. די רויטערס אנקעטע צייגט אז בלויז 22 פּראצענט ערוואקסענע שטיצן דאס נעמען ריכטער צום סופּרים קאורט פאר לעבנסלענגליכע דינסט ווי ביז היינט. די אנקעטע קומט אין א צייט וואס א ספּעציעלע ביידען קאמיסיע פארשט פארשידענע רעפארמען אויפ'ן סופּרים קאורט.

YID
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

רב @הבל, ווען איר זאלט שרייבן פון טוט-פיקס וועט עס אויכעט ווערן אינטרעסאנט און געשמאק, זאגט מיר נאר, אין וועלכע שולע האט איר שטודירט דשורנאליזם?

אנבעליוועבל!
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9183
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

הערליך שיין הכל!

איז ערווארטעט אז היינט וועט ארויסקומען די פסק?
האב שכל און גיב א שמייכעל!
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

אין נאמען פון מיין ניק טוה איך באעהרן דעם וועטראן יורידישע זשורנאליסט הכל הבל מיט די זעלטענע "קנא רעפארטאזש אנערקענוג" פאר זיין אויסנאמליכע מייסטער ווערק וואס ער דעליווערט פאר יורידישע ליבהאבער און פארשער

-------

קאמענטאר אויף די מאלווא קעיס

אויב די א יונגטליכער פון 17 יאר איז בארעכטיגט פאר א גרינגערע אורטייל ווייל ער ווערט נישט פאררעכענט אלץ באזעסן, צערינט די ליבעראלע מאוומענט צו ארויפריקן די וואוטינג עיזש צו 16
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מטעמים האט געשריבן:הערליך שיין הכל!

איז ערווארטעט אז היינט וועט ארויסקומען די פסק?

יישר כח פאר דיר און אלע אנדערע!
היינט קומען נישט ארויס קיין אורטיילן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:איידער מיר קענען צוגיין צו די קעיס וועלכע איז איצט אויפן טיש דארפן מיר צו ערשט מעלה גרה זיין א צווייטע קעיס וועלכע מיר האבן באשריבן מיט א יאר צוריק

די מער עלטערע ליינער וועלן פילייכט דענקן די תקופה פון שרעק וואס אמעריקא איז אריבער אין 2002 למספרם אין שאטן פון נאכאנאנדע סנייפער שיסערייען ווען צוויי אנאנימע פראפעסיאנאלע ציהל שיסער פלעגן אן קיין ווארענונג אנהויבן שיסן אויף ווער עס זיי געקומען אונטער די האנט און פלינק אנטרינען פון די סצענע

עווענטועל, נאכן אפקאסטן צעהן קרבנות זענען אויטאריטעטן געקומען אויף די שפורן און אידענטיטעט פון די צוויי און ארעסטירט לי מאלווא און אלען מוכאמעד

מוכאמעד איז געווארן פאראורטיילט צו טויט שטראף און די אורטייל איז געווארן אויסגעפירט אין 2009 למספרם

מיט מאלווא איז אבער געווען די מעשה אנדערש זינט ער איז צו יענע צייט געווען בלויז 17 יאר אלט און לויט די געזעץ האט ער געקענט באקומען א מאקסימום פון לעבנסלענגליכע טורמע און א ריכטער אין ווירדזשיניע האט אים טאקע צוגעטיילט אייביגע טורמע

שימלנדיג אין זיין פינסטערע צעהל אן קיין געהעריגע אויסזיכט אמאל ארויסצוגיין האט מאלווא געמוזט זיין צופרידן ווען א סופרים קאורט אורטייל איז ארויס אין א צוויייטע קעיס אום 2012 למספרם שרייבנדיג אז "מענדעטארי לעבנסלענגליכע טורמע אן פאראל פאר פארברעכנס דורכגעפירט ווען מען איז יונגער פון אכצן יאר פארלעצט די אכטע אמענדמענט וועלכע ערלויבט נישט קיין איבערגעטריבענע שווערע שטראפן"

פריערדיגע פרעצעדענט האט שוין געהאט אוועקגעשטעלט אזא פארבאט אבער נישט אין פאל פון מארד פארברעכנס אבער די פרישע סופרים קאורט אורטייל האט געדעקט אפילו קעיסעס פון מארד און געשריבן אז ריכטער מוזן יא קענען אריינקוקן אין די אומשטענדן פון די פארברעך אין די סטאטוס אין יארגאנג פונעם פארברעכער און זיך רעכענען דערמיט ביים צוטיילן אן אורטייל

די פראבלעם פאר מאלווא איז געווען אז די אורטייל האט נישט אדרעסירט די וועלכע זענען געווארן פאראורטיילט מיט יארן פריער און וואלט בלויז אפעקטירט ווי אזוי ריכטער זאלן אורטייילן אינעם צוקונפט

עס האט געדויערט נאך פיר יאר ווען אין 2016 למספרם האט ענדליך אנגעהויבן אויסקוקן אז מאלווא וועט מעגליך קענען האבן נוצן פון די 2012 למספרם אורטייל

אין 2016 למספרם האט די סופרים קאורט געשריבן אין א באזונדערע קעיס אז זייער פריערדיגע אורטייל פון 2012 למספרם איז געווען א "פארארדענונג מיט סובסטאנץ פון קאנסטיטוציאלע געזעץ"

די טערמין באדייט אז יענע אורטייל איז א פונדאמענטאלע און עלעמענטארע באשיצונג פאר ארעסטאנטן און מוז דעריבער ווערן גענומען אין באטראכט און אפעקטירן אויך ארעסטאנטן וועמענס אורטייל זענען געווארן פארזיגלט בעפאר די 2012 למספרם אורטייל

אויסער דאס איינשטעלן די 2012 למספרם אורטייל צו ווירקן אויך למפרע האט ריכטער קענעדי געשריבן אינעם פרישן אורטייל אז נישט בלויז זאלן ריכטער זיך יא קענען רעכענען מיט די יארגאנג אין וועלכע די פארברעכן איז געווארן דורכגעפירט" אזוי ווי די 2012 למספרם אורטייל האט געלויטעט נאר האט גאר אוועקגעשטעלט גאנץ קלארע אנווייזונגען פאר די ריכטער ווי אזוי אפצושאצן יוגנטליכע פארברעכער ביים באשליסן אויב זיי צו שיקן אין טורמע לעבנסלענגליך

קענעדי שרייבט אז ריכטער זאלן מוזן אפשאצן אויב א פארברעכער איז אזוי מאראליש פארקריפלט אז עס נוצט שוין נישט קיין תשובה און אז יענער גייט שוין מער קיינמאל נישט זיין קיין נארמאלע מענטש און וועט זיך קיינמאל נישט גענוג ערהוילן אין טורמע אז מען זאל אים קענען ארויסלאזן נאך א באשטימטע טורמע טערמין

ווען ריכטער סקאליא האט געשריבן די מינאריטעט אורטייל האט ער אויסער קעמפן אקעגן דאס איינשטעלן די פריערדיגע אורטייל אויף למפרע עקסטער זיך באצויגן אויף די נייע "טעסט" איינגעשטעלט דורך די מאיאריטעט וועלכע ריכטער וועלן מוזן נוצן און געווארנט אז עס וועט זיין זייער שווער פאר ריכטער צו מאכן אזא אפשאצונג אויף א פארברעך וועלכע איז באגאנגען געווארן אין די יונגע יארן און אז די נייע קאטעגאריזאציע וועט באדייטן אז נישט בלויז וואס ריכטער וועלן נישט "מוזן" געבן לעבנסלענגליכע טורמע, נאר זיי וועלן "נישט קענען" געבן לעבנסלענגליכע טערמינען ווייל פארברעכער וועלן אלץ טענה'ן שלא ישובו עוד לכסלה און עס וועט זיין גאר שווער צו איבערצייגן פארקערט

אבער די מאיאריטעט האט דאך זעלבסטפארשטענדליך ס'לעצטע ווארט און באוואפנט מיט די צוויי אורטיילן האבן די מאלווא אדוואקאטן זיך געוואנדן צום דיסטריקט געריכט וועלכע האט געמוזט צונישט מאכן די אלטע אורטייל און סקעדזשועלן א פרישע אורטייל וועלכע זאל זיין אין איינקלאנג מיט די סופרים קאורט פארארדענונג

די רעגירונג האט עס אפעלירט צום פערטן קרייז געריכט אבער דארט האט זיי אויך אפגעווארט א נידערלאגע ווען די סירקוט קאורט האט בלויז געקענט באשטעטיגן די אורטייל פון די נידריגע געריכט

די סופרים קאורט האט אויסגעהערט די קעיס און די מונדליכע ארגומענטן זענען פארגעקומען אום אקטאבער 16 2019 למספרם
די אורטייל וועלכע האט געזאלט נאכפאלגן איז נישט געווען קלאר אין וועלכע ריכטונג עס וועט פאלן און אנאליסטן האבן אנגעצייגט אז ריכטער ראבערטס האט אין די 2012 למספרם קעיס געשטימט צוזאמען מיט די איבריגע דריי קאנסערוואטיוון אקעגן די מאיאריטעט אורטייל דאן געשריבן דורך ריכטערין קעיגען

פון די צווייטע זייט אבער האט ער אין די 2016 למספרם קעיס געטוישט זייטן אין דאן געשטימט מיט די מאיאריטעט מאכנדיג די דעמאלטסדיגע אורטייל א 6-3 און דעריבער איז זיין פאזיציע אויף די פראגע אומקלאר און שווער פאראויסצושאצן

די אנדערע ריכטער אויף וועם מען האט געהאלטן אן ערנסטע אויג באזירט אויף די מונדליכע ארגומענטן איז געווען ריכטער קעווענאו וועלכע האט אויך נישט קלאר אנגעדייטעט ווי אזוי ער פלאנט צו אורטיילן אויף די פראגע אבער זיינע פראגן האבן יא געגעבן דעם שפור איז אז אויב איין קאנסערוואטיוו (אויסער ראבערטס) גייט דעפעקטירן גייט עס זיין ער
עד כאן המעשה

עד כאן? יא, די געשיכטע האט געהאט קיין עפילאג און די געריכט האט קיינמאל נישט געאורטיילט אויף די קעיס און איך בין נישט געווען איבערראשט אז קיינער פון די ליינער האט נישט געפרעגט ביים ענדע פונעם געריכט טערמין אוואו די אורטייל איז ווייל מענטשן האבן וויכטיגערס אויפן קאפ

אבער איצט אז מען רעדט שוין איז גוט צו אפדעיטן אין וועלכע אקעאן די קעיס איז פארשוועמט געווארן און אויך פארציילן אז די צייט פארשווענדעט צו ליינען די קעיס איז נישט גאגאנגען אינגאנצן לריק ווייל עס וועט אייך שטארק פארלייכטערן און פארקורצערן די צייט פון ליינען די היינטיגע קעיס אין עטליכע פאראגראפן אראפציה

די מאלווא קעיס איז געקומען צו א האסטיגע אפשטעל שוין נאך די מונדליכע ארגומענטן נאך וואס ווירדזשיניע האט ארויסגעשלעפט די טורמע קארפעט פון אונטער מאלווא'ס פיס שטימענדיג אויף א געזעץ וועלכע ערלויבט נישט צו האלטן אין טורמע ארעסטאנטן פאר מער ווי 20 יאר אויף פארברעכנס דורכגעפירט אלץ יוגנטליכע און דערמיט פארזיכערט אז מאלווא וועט ביז עטליכע יאר ארום באפרייט ווערן אן דארפן צוקומען צו די גענאדע פונעם סופרים קאורט און צוליב דעם איז די גאנצע קעיס געגאנגען פייפן

אזויפיל האט די קעיס אויפגעטוהן, אוועקצושטעלן די גרונדן פאר פרישע ענליכע קעיסעס וועלכע האבן זיך אינצווישן אנטוויקלט און זינט די סופרים קאורט האט שוין אינוועסטירט צייט און ענערגיע צו באהאנדלען די פראגע ביי די מאלווא קעיס האבן זיי אויסגעקליבן פון פינף קעיסעס איין קעיס אז זיי זאלן קענען דעצידירן די פראגע און נישט בלייבן מיט די צונג אינדרויסן צוליב די נייע ווירדזשיניע געזעץ

די קעיס וועלכע די קאורט האט אויסגעוועלט האנדלט זיך איבער א מאן מיטן נאמען ברעט דזשאונס וועלכע איז געפונען געווארן שולדיג אין אומברענגן זיין זעליגן זיידן

דזשאונס איז אויפגעוואקסן אין א פראבלעמאטישע היים מיטן זיין אוועק פון זיין פאטער אן אלקאהאליקער, זיין שטוף טאטע פלעגט אים סעקירן און זיין מוטער האט געליטן פון מעניאק דעפרעסיע, א בייפאלאר דיסארדער און א שגעון זיך זעלבסט צו שעדיגן , עפעס וואס דער קליינער דזשאונס האט גע'ירש'נט און פלעגט זיך אויך אפט צושניידן

אין 2004 למספרם איז דזשאונס אנטלאפן פון שטוב און זיך קווארטירט ביי זיין זיידע אין הויז וואו דער זיידע האט אים איין טאג דער זיידע געכאפט ביי אן עוולה און אנגעהויבן זיך קריגן מיט אים

דזשאונס האט גע'טענה'ט אז ער האט געהאט א געפעכט מיט זיין זיידן אין ווען זאכן האבן אנגעהויבן ארויסגיין פון קאנטראל איז זיין זיידע געקומען אין זיין ריכטונג אים צו שעדיגן און אלץ זעלבסטפארטיידיגונג האט ער אים געשטאכן און ס'זיידע איז אומגעקומען פון די וואונדן

א דזשורי האט אבער נישט אקצעפטירט זיין ווערסיע פון די געשיכטע און אים געפונען שולדיג און דער ריכטער האט אים פאראורטיילט צו לעבנסלענגליכע טורמע

נאך די 2012 למספרם סופרים קאורט אורטייל האט זיך דזשאונס צוגעכאפט דערצו ווי צו א געבראטנס און פארלאנגט א נייע פראצעס מיט די טענה אז דער ריכטער האט אים געגעבן א לעבנסלענגליכע אורטייל באזירט אויף די דעמאלטסדיגע מיסיסיפי געזעץ וועלכע האט פאראנגט מענדעטארי לעבנסלענגליכע טורמע און לויט די סופרים קאורט אורטייל איז יענע געזעץ מער נישט קאנסטיטוציאנאל

דער נייע ריכטער האט שוין יא אין באטראכט גענומען די יארגאנג ווען די פארברעך איז געווארן אויסגעפירט (17) אבער טראץ די עדות פון די טורמע אויפזעעהר אז ער האט זיך גוט אויפגעפירט אין טורמע און זיך דוכגעקומען מיט יעדן פארט באשלאסן אז ער דארף אויסדינען די איבריגע טייל פון זיין לעבן אין טורמע

די אורטייל איז געקומען אין 2015 למספרם און דער ריכטער האט נישט באטראכט די טענה אז דזשאונס איז שוין אויסגעמענטשלט נאר ליבערשט זיך קאנצעטרירט אויף די הארבע זינד פון מארד און אירע ארומיגע אספעקטן ווי דאס אז דזשאונס האט פרובירט צו פארדעקן זיין אקט מיטן באהאלטן די טויטע קערפער און אוועקוואשן די בלוט

2016 למספרם איז אבער אנגעקומען און מיט איר די פרישע סופרים קאורט אורטייל וועלכע שטעלט אוועק די "קענעדי טעסט" און דאס פון וואס סקאליא האט זיך געפארכטן האט טאקע פאסירט און דזשאונס האט אריינגעגעבן א פרישע פארלאנג אז באזירט אויף די נייע אורטייל זאל ער באקומען א פרישע פראצעס און דער ריכטער זאל מוזן אפשאצן זיינע פופצן יאר אין טורמע און זעהן צו ער איז טאקע נישט געווארן קיין ארנטליכע מאן זינט מען האט קיינמאל נישט אין באטראכט גענומען אזא טעסט ביים פריערדיגן פראצעס

די קאמף צווישן מיסיסיפי אין דזשאונס האט דאן געמאכט איר וועג צום סופרים קאורט וועלכע האט עס אקצעפטירט און געסקעדזשועלט מונדליכע ארגומענטן אויף די וואל טאג נאוועמבער 3 למספרם

נישט צופיל מענטשן האבן צוגעלייגט קאפ יענע פארנומענע וואל טאג אבער די ריכטער זענען אנגעגאנגען מיט זייער טעגליכע פליכטן אין אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן

דוד שפירא האט אויפגעטרעטן אלץ אדוואקאט פון דזשאונס און אפעלירט צו די ריכטער אז מען זאל די קעיס צוריקשיקן צו די סטעיט געריכט וואו מען זאל באטראכטן אויב דזשאונס קען שוין טאקע מער קיינמאל נישט לעבן פרידליך און ציוויל

ריכטער ראבערטס האט געצימבלט שפירא איבער ווי אזוי מען קען דערגיין אזא זאך פרעגנדיג: וואס פונקטליך זוכסטו זאל קלאר ווערן?"

שפירא האט רואיג געענטפערט אז זיין קליענט זוכט נישט עפעס אוממעגליך נאר איינפאך אן אויפריכטיגע פראצעס וואו מען שאצט אפ זיינע מעגליכקייטן צו פונקציאנירן אלץ ארנטליכע בירגער

ווי עס שיינט איז ראבערטס פראבלעם געווען אז מעגליך האט דער ריכטער גאר יא אין באטראכט גענומען די צושטאנד פון דזשאונס און מיט דעם אלעם אים פאראורטיילט אזוי הארב און טאקע ווייל ער האט אים געשאצט אלץ אומסטאביל

ראבערטס האט געקוועטשט וואס פונקטליך מוז א ריכטער טוהן צו איבערצייגן אז ער האט יא אפגעשאצט דעם באשולדיגטן'ס מצב

ראבערטס האט געזאגט פאר שפירא אז ביים פראצעס האט דער אדוואקאט יא אדרעסירט די פראגע אויב דזשאונס קען נאך זיך נאך אמאל אויפפירן ארנטליך און אויך דער ריכטער האט ציטירט פון 2016 למספרם אורטייל בעפאר ער האט אויסגעפירט מיט זיין אורטייל

ראבערטס האט אויסגעפירט זאגנדיג: איז די פראבלעם אז דער ריכטער האט נישט ציטירט גענוג שטיקלעך פון די סופרים קאורט אורטייל?

איך ווייס פשוט נישט אויב דאס וואס ער (דער ריכטער) האט געזאגט איז נישט גענוג (צו באשטעטיגן אז ער האט גענומען אין חשבון דזשאונס מצב)

סאטאמאיאר האט אויך איבערגעפרעגט די פראגע פון ראבערטס ביים פארהערן שפירא זאגנדיג אז דער ריכטער האט קלאר דערמאנט די 2016 למספרם אורטייל בעפאר זיין אויספיר אלזא פארוואס איז די בלויזע פאקט נישט די אנהויב און ענדע פון דעם קעיס?

קעווענאו איז געגאנגען מיט די זעלבע ליניע שטופנדיג שפירא אין א ווינקל צו אנערקענען אז ריכטער מוזן נישט שרייבן פארמאלע געפינסן צו איבערצייגן אז אנגעקלאגטע קענען מער קיינמאל נישט זיין געהעריג נאר עס איז גענוג צו באטראכטן אט די פאקט

שפירא האט אבער פארפירט אז דער ריכטער האט טאקע אין באטראכט גענומען די פאקט אז דזשאונס איז געווען יונג אבער נישט געמאכט א שאצונג אויב ער קען שוין מער נישט ווערן וואויל

גארסוטש האט אויסגעזעהן גאנץ סקעפטיש איבער די טייל אין די 2016 למספרם געזעץ וועלכע זאגט אז מען דארף מאכן די אויפפירונג טעסט און זיך געוואונדערט אויב אויך די טייל גייט אויף צוריק צו קעיסעס פון יארן פריער

בערעט האט נישט געפרעגט פראגן וועלכע טוען אנדייטן איין וועג אדער די אנדערע וואו זי שטייט אויף די קעיס

סופרים קאורט נארוואס געאורטיילט אקעגן דזשאונס שרייבנדיג אז דער ריכטער מוז נישט שרייבן באזונדערע געפונסן צו באשטעטיגן אז מען וועט מער קיינמאל נישט קענען זאגן אויפן אנגעקלאגטן שלא ישוב עוד לכסלה

קעווענאו האט געשריבן די מאיאריטעט אורטייל פאר די איבריגע קאנסערוואטיוון און סאטאמיאר די מינאריטעט אורטייל פאר קעיגען און ברייער
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

העכסטע געריכט געמאלדן אז זיי וועלן אננעמען א "סעקאנד אמענדעמענט" קעיס - דאס וועט זיין ס'ערשטע מאל אין העכער צען יאר וואס די געריכט הערט אויס א היי-פראפייל צווייטע אמענדמענט קעיס, און די ערשטע זינט די געריכט באשטייט פון 6-3 (אדער ווי מאנכע באצייכענען עס 5-4).

די קעיס באציעט זיך צו א ניו יארק סטעיט געזעץ וואס פארלאנגט פון וואפן אייגענטומער וואס ווילן זיך דרייען מיט באהאלטענע געווער -קאנסיעל"ד קער"י- אין פובליק פלעצער זאלן ארויסנעמען א ספעציעלע פערמיט דערפאר.

צוויי ניו יארק'ע איינוואוינער וואס זענען נישט געווארן ערלויבט צו באקומען אזא ספעציעלע פערמיט, זינט זיי האבן נישט אויפגעוויזן א "דרינגענדע געברויך" דערפאר -אינאיינעם מיט די לאקאלע פליגל פון די ען.אר.עי.- באשולדיגן אז דאס נישט ערלויבן געזעץ-היטענדע בירגער זיך צו דרייען מיט וואפן, טוט פארלעצן זייער קאנסטיטוציאנאלע רעכטן.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ריכטערין קעיגען ווערט היינט 61 יאר אלט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג בהר בחוקותי

*

די פוירסט סטעפ אקט איז א גאר באקאנטע ביל פאר מיינסטנס ליינער דא טראץ איר פארהעלטנמעסיג יונגע עלטער און איז באקאנט אלץ די אומפארטייאישע קרימינאל יוסטיץ רעפארם ביל אונטערגעשריבן דורך פרעזידענט טראמפ

היינט דינסטאג וועט די סופרים קאורט אריינקוקן אין א פראוויזיע פון די ביל וועלכע קען אפעקטירן טויזנטער ארעסטאנטן וועלכע זיצן פאר דראג פארברעכנס

זייענדיג אין זיינע פריע צוואנציגער איז טאראריק טערי ארעסטירט געווארן צוריק אין 2008 למספרם פאר האבן אין באזיץ ווינציגער פון 4 גראם קאקעין וועלכע ער האט געפלאנט צו פארקויפן

וויפיל איז פיר גראם?
אה, דאס קומט אויס בערך די וואג פאר 4 פאפיר קליפס

צוליב זיין פארברעכן רעקארד אין די פארגאנגנהייט האט אים דער ריכטער פארשיקט אין טורמע אויף א טערמין פון צוועלף ביז פופצן יאר און ער איז געסקעדזשועלט ארויסצוקומען קומענדיגן סעפטעמבער למספרם

די אורטייל איז געקומען אין רעזולטאט פון גיידליינס אין די 1986 למספרם אנטי דראג געזעץ וועלכע שרייבט צו אייניגע אורטיילן פאר באזיצער פון אזא קליינע קוואנטום צו עימיצער וועלכע באזיצט 100 גראם פון די ווארע

יענע גיידליינס האבן געשטעלט די מינימום יארן וואס א ריכטער דארף צוטיילן פאר אזא איינעם ווי טערי צו פינף


אין 2010 למספרם האט קאנגרעס באשטעטיגט די יושר'דיגע פאראורטיילונג אקט וועלכע האט אדרעסירט די לאנגע סענטענסינג גיידליינס וועלכע די געזעץ האט פארלאנגט פאר דראג פארברעכנס

די געזעץ ביז דאן האט איינגעטיילט די קוואנטומען וועלכע די באשולדיגטע האב געהאט אין באזיץ אין דריי שטאפלען
A פאר אזעלכע מיט 50 גראם ביז 100 מיט גאר הויכע שטראפן
B פאר אזעלכע מיט 5 גראם ביז 50 גראם מיט מעסיגערע שטראפן
C פאר אזעלכע מיט העכער 0 ביז 5 גראם מיט שוואכערע (לויט די אמאליגע באגריפן)

טערי צום ביישפיל, וועלכע מען האט געפאקט מיט 4 גראם איז געפאלן אונטער קאטעגאריע C

די יושר'דיגע פאראורטיילונג אקט האט מאדיפיצירט אלע קאטעגאריעס און געטוישט קאטעגאריע
A פאר אזעלכע מיט 50 ביז 280 גראם און העכער מיט גאר הויכע שטראפן
B פאר אזעלכע מיט 28 גראם ביז 50 גראם מיט מעסיגערע שטראפן
C... אפפס, דא איז די פאנטשער, קאטעגאריע C האט מען איינפאך נישט געטוישט

לאמיר זעהן צו די קענסט צוטרעפן פארוואס, איך וועל דיר גיבן צוויי מינוט...

אקעי האסט עס נישט אדער נישט צוגעטראפן אבער די אורזאך איז צוליב דעם וואס איינמאלעס איז קלאר אז פון 50 און העכער איז מען אין A און פון 28 און העכער איז מען אין B קומט דאך אויטאמאטיש אויס אז פון 28 און אראפ איז מען אין C

למעשה קומט אויס אז אלע דריי קאטעגאריעס זענען אין טעכנישן זין געווארן מאדיפיצירט צו אקאמאדירן א גרעסערע מאהל מענטשן אבער אנדערש ווי A און B וואו קאנגרעס האט באמת געטוישט די שפראך און קלארגעשטעלט צום ביישפיל אז A הויבט זיך אן ביי 50 און B ביי 28 איז די טויש אין קאטעגאריע C נישט געווארן דורכגעפירט דורך א פאקטישע טיש אין שפראך נאר קאנגרעס האט עס געלאזט פארשטאנען ווערן פון דעם וואס מען האט געטוישט B אז עס הויבט זיך ערשט אן ביי 28 אויטאמאטיש פאלן אלע פון 5 ביז 28 גראם אריין אין C צוזאמען מיט די פון 0 ביז 5 גראם


למאי נפקא מינה?


די טעקסט פונעם געזעץ איז טאקע נישט געווען קיין פראבלעם ביז 2018 למספרם אבער דאן האט זיך עס ארויסגעשיילט אלץ ערנסטע אישו פאר טערי און נאך טויזנטער אין זיין מצב ווען קאנגרעס האט באשטעטיגט די פוירסט סטעפ אקט וועלכע האט געשריבן אז אלע אנגעקלאגטע פון בעפאר די 2010 למספרם אקט זאלן קענען געניסן אויף למפרע און אצינד פארלאנגען א פרישע סענטענסינג באזירט אויף די נייע גיידליינס

די געזעץ האט אבער געשריבן אז דאס איז גילטיג פאר אלע סארט פארברעכן וועלכע די 2010 למספרם געזעץ האט געדעקט און מאדיפיצירט און אין דעם איז געווען אריינגערעכנט דראג פארברעכן אין קאטעגאריע A און B אבער דייקא די וועלכע זענען געכאפט געווארן מיט קלענערע קוואנטומען ווי 5 גראם האבן זיך געטראפן שטעקן אין אן אומקלארקייט צו זיי קענען אויך געניסן דערפון

נאך וואס די פוירסט סטעפ אקט איז אריבער האט טערי זיך איינגעגעבן פאר א פרישע סענטענס אבער פארלוירן די קעיס צו ערשט אינעם דיסטריקט געריכט און שפעטער אין די עלפטע סירקוט וועלכע האט געשריבן אז צוליב וואס טעכניש האט די 2010 למספרם נישט געטוישט גארנישט פון אזעלכע וועלכע וואס באזיצן אונטער 5 גראם ווייל ווי געשריבן האט מען נישט בפועל מאדיפיצירט קאטעגאריע C נאר א פרישע קלאס מענטשן זענען אויטאמאטיש אהין אריינגעפאלן איז עס נישט געדעקט אונטער די 2018 למספרם וועלכע דעקט בלויז פארברעכנס וואס די ערשטע געזעץ האט "געטוישט"

טערי האט גע'טענה'ט אז וויבאלד די גאנצע קלאסיפיקאציע פון קאטעגאריע C איז געווארן אויסגעברייטערט באדייט עס אז אלעס אונטער C איז געווארן איבערגעארבעט און געדעקט אונטער די 2010 למספרם געזעץ און אז די ציהל פון יענע געזעץ איז קלאר געווען איבערצוארבעטן אלע דראג פארברעכן שטאפלען

אפילו טעכניש איז די גיידליינס פון אונטע גראם נישט רעדוצירט געווארן האט אויך פאר זיי אויסגעמאכט דאס אז א גרעסערע קלאס פון דראג פארברעכן קומט זיך אנשליסן אין זייער קאטעגאריע ווייל אפילו אינערהאלב איטליכע קאטעגאריע באזונדער קענען ריכטער נעמען אין באטראכט אויב די אנגעקלאגטע זיצן אונטן פון די קאטעגאריע אדער זענען אויפן אויבנאן

צום ביישפיל אויב ביזטו געפאקט געווארן מיט 4 גראם ביזטו געווען פון די הארבסטע אונטער קאטעגאריע C בי 2010 למספרם אבער איינמאל די געזעץ איז אריין אין קראפט איז 4 גראם געווען א שוואכע פארברעכן אינערהאלב קאטעגאריע C וועלכע גייט שוין היינט אזוי הויך ווי 28 גראם
די אלע טענות האט נישט באוואויגן די ריכטער אויפן עלפטן סירקוט וועלכע האט געשריבן אז זיי גייען מיט די רעגירונג שטעלונג

די עלפטע סירקוט איז נישט געווען די איינציגסטע צו באהאנדלען אזא קעיס און די דריטע, זעקסטע, און צעהנטע קרייז גערכיטן האבן אלע ארויסגעגעבן ענליכע אורטיילן

פון די אנדערע זייט האבן די ערשטע, פערטע און זיבעטע סירקוטס אויך אנגענומען קעיסעס מיט די זעלבע פראגע און יא געגעבן רעכט פאר די באשולדיגטע צו קריגן נייע סענטענסינג פארהערן

באוואפנט מיט א ברייט צושפאלטענע סירקוט פליגל האט טערי אפעלירט די קעיס צום סופרים קאורט און דעפיוטי אטוירני דזשענעראל דזשעפרי וואל האט אין פארלאפענע דעצעמבער למספרם געשריבן צום געריכט אז זיי זאלן נישט אקצעפטירן די קעיס אבער די ריכטער האבן באשלאסן אנדערש און געמאלדן אז זיי נעמען עס אן

אום מערץ 12 למספרם האט די געריכט באשטימט אז זיי וועלן אויסהערן מונדליכע ארגומענטן אום אפריל 20 למספרם אבער אין די זעלבע צייט האבן קרימינאלע יוסטיץ רעפארם אקטיוויסטן וועלכע ווייסן וויפיל ארעסטאנטן קענען ווערן אפעקטירט פון די אויסגאנג אין אזא קעיס לאביאירט די ביידען יוסטיץ דעפארטמענט צו טוישן זייטן אין די קעיס

די לאביאינג קאמפיין האט נישט באוויזן אזוי שנעל צו רירן די באאמטע און ערשט מערץ 15 וועלכע איז געווען די דעדליין ווען די רעגירונג האט געמוזט פיילן איר רעאקציע האט זי ענדליך געמאלדן אז די נייע אדמינסטראציע האט איבערגעקוקט די קעיס און זיי שטימען איין מיט די טערי פאזיציע און רעקאמענדירט פארן געריכט צו שטעלן א דרויסנדיגע פראקוראר וועלכע זאל איבערנעמען און ארגומענטירן די פאזיציע געהאלטן דורך די טראמפ יוסטיץ דעפארטמענט און אורטייל פון די עלפטע סירקוט

אונטער געווענליכע אומשטענדן וואלט אזא טויש גענומען צייט צו טרעפן א פאסיגע קאנדידאט און פאר יענעם צו דורכטוהן די קעיס געהעריג און די געריכט וואלט רעסקעדזשועלט די מונדליכע ארגומענטן אויף קומענדיגע אקטאבר למספרם ביי די נייע געריכט סעסיע

דא איז אבער אריינגעקומען די פאקט אז די אלץ איז בלויז צוליב די שלאבערישע לעצט מינוטיגע טויש מצד די רעגירונג און נאכמער וואלט עס געשטעלט אונטער פראגע צייכן די גאנצע קעיס זינט טערי איז געסקעדזשועלט סייווי באפרייט צו ווערן קומענדיגן סעפטעמבער למספרם און די קעיס קען נאך צוליב דעם ווערן מוט טראץ וואס טויזנטער ארעסטאנטן טיילן מיט די זעלבע פראגע און זייער טערמין איז נאכנישט געענדיגט

צוליב דעם האט די געריכט גענומען שנעלע שריט און ריכטערין בערעט האט געשטעלט עדעם מארטארא וועלכע איז א געוועזענע קלוירק פון ריכטער טאמאס צו פארטרעטן די עלפטע סירקוט און באשטימט מונדליכע ארגומענטן אויף מארגן דינסטאג מאי 4 למספרם

צו באשטימען ארגומענטן אויף מאי למספרם איז גאר א זעלטענע ערשיינונג זינט די ריכטער ווערן מער פארנומען צו שרייבן אורטיילן אויף א גרעסערע צאהל קעיסעס גרייכדיג יוני למספרם וועלכע ענדיגט די איצטיגע געריכט סעסיע אבער ווי געזאגט האט די געריכט איינגעזעהן גענוג א שטארקע נויט דערין

פיר סענאטארן וועלכע האבן געשריבן די דרעפט פון די 2018 למספרם געזעץ און פארזעהן צו טוישן די שפראך אין קאטעגאריע 3 האבן געשריבן צום געריכט אין שטיצע פון טערי אנצייגנדיג אז די פוירסט סטעפ אקט דרייט נישט צוריק די סענטענסינג פון פארברעכנס "אמענדירט" דורך 2010 למספרם געזעץ נאר פאר פארברעכנס "מאדיפיצירט" דורך דעם
זיי טיילן אפ די אפטייטש פון די צוויי אז אמענדירט וואלט באדייט דירעקט טוישן די שפראך אבער מאדיפיצירט איז א שוואכערע מדריגה און נעמט אריין אפילו א פאראגראף וועלכע ווערט נישט געטוישט מיט טינט אבער ווערט קלאר אפעקטירט דורך א בושטעבליכע טויש אין די אנדערע צוויי קאטגאריעס

סענאטארן גרעסלי, דורבין, לי און בוקער האבן געשריבן אקעגן די שטעלונג פון די עלפטע סירקוט און ווי געזאגט וועט די געריכט היינט אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן

ריכטער ברייער קוקט אויס גרייט צו אורטיילן לטובת די רעגירונג
גארסוטש שטעלט קיינע פראגן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די היינטיגע קעיס איז געווען די סאמע לעצטע וועלכע די סופרים קאורט האט אויסגעהערט פארן איצטיגן טערמין

פון איצט און ווייטער קומען בלויז ארדערס (צו אקצעפטירן נייע קעיסעס פארן קומענדיגן טערמין) און אורטיילן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:מיטוואך בהר בחוקותי

*
א סטודענט אין א פובליק הויך שולע אין פענסילוועניע איז געווען גאר אנטוישט נאכן ווערן איינגעמאלדן אז זי וועט נישט זיין האבן אקטיווע ראלע אין א גרופע וועלכע איז טייל פון א ספארט אקטיוויטעט טראץ וואס זי איז ארגינעל געווען אויף יענע גרופע

אויסצוגעבן איר אויפברויז האט זי גענומען א בילד פון זיך אין די צייט וואס זי איז נישט געווען אין שולע און ארויפגעשטעלט אויף סאציאלע מידיא באגלייט מיט גאר געמיינע אויסדרוקן אויף די חשבון פון די שפיל און פון די שולע

בעפאר די אינהאלט איז געווארן פארמעקט איז א סקרין שאט דערפון געווארן אראפגענומען און אנגעקומען צו די אויגן פון דער שפיל אנפירער וועלכע האט איר באשטראפט מיטן אראפרוקן פאר יאר צייט פון די גרופע

די סטודענט האט גענומען די קעיס אין געריכט זיך באקלאגנדיג אז מען האט פארלעצט אירע ערשטע אמענדמענט רעכטן פון פרייהייט פון אויסדרוק און די קעיס איז עווענטועל אנגעקומען אין סופרים קאורט

א 1969 למספרם אורטייל ערלויבט שוין פאר פובליק שולע באאמטע צו רעגולירן אויסדרוקן וועלכע קענען ערנסט שטערן די שולע אקטיוויטעט אבער די היינטיגע פראגע איז אויב יענע אורטייל דעקט אויך קאמענטארן געמאכט אין די צייט וואס מען געפונט זיך נישט אין שולע

ליסא בלאט האט רעפרעזענטירט די סקול סיסטעם און ארויסגעברענגט אז אין די היינטיגע אינטערנעט עפאכע איז צייט און געאגראפיע (וואו די קאמענטארן ווערן געזאגט) באדייטלאז ווייל לופטערן וואולגארישע אויסדרוקן אויף סאציאלע מידיא אין די שטונדן נאך שולע קען פונקט אזוי שווער ווירקן אויף די סטודענטן ווי בזמן הלימוד

ריכטער אליטא האט א באזארגטער געבעטן בלאט קלארצושטעלן וואס עס גייט אלץ אריין אין כלל פון אויסדרוקן וועלכע זענען דירעקטירט אין ריכטונג פון די שולע
בלאט האט אנערקענט אז פאליטישע און רעליגיעזע באמערקונגען איז נישט קיין פראבלעם אבער אליטא האט גע'טענה'ט אז די די פארבאט אויף ווערטער וועלכע שטערט די שולע איז צו א ברייטע און קען אויסגענוצט ווערן דורך די שולע אריינצוטייטשן וואס זיי געפעלט און אויב וויל מען אויסברייטערן די פרעצעדענט פארבאט צו זיין פעליג אפילו אינדרויסן פון שולע מוז מען שמעלער מאכן די פארבאט און בעסער ספעציפירן וואס עס נעמט אלץ אריין

ריכטער ראבערטס האט געפרעגט פון מאלקאלם סטוארט וועלכע איז די געהילף סאליסיטאר דזשענעראל און פארטראטן די פעדעראלע רעגירונג אין שטיצע פון די סקול דיסטריקט אויב יעדע סאציאלע מידיא מעסעדזש וואס יוגנטליכע שיקן פאר זייערע פריינט ווערט באצייכנט אלץ דירעקטיקט צו די שולע זינט אין מייסטנס פעלער זענען פריינט די זעלבע ווי סטודענטן פון די זעלבע שולע און לויט דעם איז יעדע מעסעדזש פאר אזלעכע פריינט א מעסעדזש צו די {סטודענטן פון די} שולע

אבער אויך דעיוויד קאול פון די ACLU וועלכע האט רעפרעזענטירט די סטודענט איז אויסגעשטאנען שווערע פראגן פון די ריכטער וועלכע האבן אים געזאגט אז טראץ זייערע זארגן מיט די ברייטע בלענקעט פארבאט וועלכע שולעס נוצן קען עס פראקטיש זיין שווער פאר די געריכט אנצוצייכענען קלארע ליניעס צווישן אויסדרוקן געמאכט אין שולע אדער אינדרויסן פון שולע

קאול האט געמאכט זיין ארגומענט אז שולעס קענען נישט קאנטראלירן וואס סטודענטן זאגן/שרייבן אינדרויסן פון שולע אבער ראבערטס און טאמאס האבן ביידע געדרוקט אויב דאס איז ממש אן קיין גרעניץ

טאמאס האט געוואלט פארשטיין ווי אזוי א סטודענט קען שרייבן אן אימעיל -וועלכע וואלט געווען א פראבלעם צו שרייבן אינערהאלב די שולע קאמפלעקס- אין לויף פון א וויקענד און עס ווערט ערשט געליינט א מאנטאג דערויף אין שולע דורך די סטודענטן
איז די סטודענט באפרייט פון סיי וועלכע דיסציפלין בלויז וויבאלד ער האט איבערגעקלוגט די סיסטעם און זיך געהיטן עס צו שרייבן אין א באשוצטע זאנע?!

קעיגען האט זיך אויך געוואנדערט פארוואס א שולע זאל נישט קענען רעגולירן אויסדרוק אינדרויסן פון שולע אויב זיי שטערן די שולע ארדענונג

ריכטערין קעיגען און סאטאמאיאר האבן ביידע ארויסגעברענגט אז אויב שולעס זענען געבונדן פון קענען דיסציפלינירן סטודענטן וועלכע צושרייבן זיך אמאל קען עס שווער ווירקן אויף זייער קאמף אקעגן סייבער בוליאינג און ענליכע פראבלעמען פון סטודענטן וועלכע סעקירן אנדערע סטונדעטן אנליין

קאול האט זיך פארענטפערט אז די שולעס האבן אלטערנאטיוון צו באקעמפן אזעלכע ערשיינונגען און קענען זיך באנוצן מיט אויפפירונג קאודס און גיין אזוי ווייט ווי אריינמישן סטעיט און פעדעראלע אויטאריטעטן אבער קעיגען האט אנגעוויזן אז אין פילע פעלער וועלכע איז פון איין זייט גענוג ערנסט אז עס מוז אדרעסירט ווערן אבער פון די אנדערע זייט נישט אויף א שטאפל אריינצומישן רעגירונג אגענטורן צו אינטערווענירן און באשטראפן יוגנטליכע צולאזטע סטודענטן נאר עס איז מער פאסיג פאר א שולע סיסטעם צו דיסציפלינירן די סטודענטן אויספירנדיג אז מיר גייען נישט לייגן סטודענטן אין טורמע פאר אזעלכע זאכן

ריכטערין בערעט האט ארויסגעברענגט אז אפילו אויב וועט מען איינשליסן נאך שולע שטונדן אינעם שולע פארבאט בלייבט אפן די פראגע וואס אלץ עס גייט אריין אין פארבאט רעכט וואס די שולע האט
בערעט האט אדרעסירט די שטראף צוגעטיילט פארן סטודענט אינעם קעיס און געזאגט פאר בלאט אז גארנישט אין די ערשטע אמענדמענט פארבאט "ווייכע דיסציפלין" און אז אנשטאט ארויסווארפן די סטודענט פון די גרופע וואלט מען איר געקענט שיקן א ווארענונג

ריכטער ברייער האט אנערקענט אז די מעסעדזש פונעם סטודענט איז געווער זייער אומפאסיג אבער געזאגט אז ער איז נישט קלאר אז עס פאלט אונטער די 1969 למספרם פרעצעדענט פון "שטערן די שולע" און אויב באשטראפט מען אויף אזאנס דאן קענען אלע שולעס אין לאנד זיך אפגעבן בלויז מיט אויסטיילן שטראפן נאכאנאנד

סאטאמאיאר האט ארויסגעברענגט אז דער שפיל אנפירער זעלבסט האט פאר עטליכע מינוט געשמועסט מיט סטונדענטן איבער די מעסעדזש און דאס קוקט נישט אויס ווי עפעס וואס שטערט א שולע איבערהויפט אז זי האט עס ארויפגעשטעלט אויף א עפפ וועלכע מען האט געוואוסט פון פאראויס אז ביז שפעטסטנס 24 שטונדן דערויף וועט עס ווערן פארמעקט

אליטא האט קלארגעשטעלט אז אויב די געריכט זוכט צו אדרעסירן די ברייטערע פראגע פון רעכט פון שולעס צו רעגולירן אינדרויסן פון שולע קאמענטארן דאן מוז די געריכט אנצייכענען קלארע פארשריפטן וואס עס נעמט אלץ אריין און פארזיכערן ערשטע אמענדמענט פריייהייט פון אויסדרוק אבער צוגעלייגט אז די געריכט האט די אפציע פון דערווייל איגנארירן יענע פראגע און ליבערשט נאכאמאל באשטעטיגן די 1969 למספרם אורטייל אין באצוג צו די אין שולע אויסדרוק און איבערהיפן די פראגע פון נאך שולע און וויבאלד די קלעגער אין געריכט איז די סטודענט וועלכע וויל דאך וויסן איר גורל קען די געריכט זאגן אז אפגעזעהן די פראגע פון שפראך רעגולאציע אינדרויסן פון שולע איז די איצטיגע אינצידענט סייווי נישט אונטער פראגע צייכן ווייל טראץ וואס יענע אויסדרוק איז קאלירפולע שפראך קומט עס סך הכל אראפ צו גראבע אויסדרוקן פון אומצופרידנהייט מיט די שפיל גרופע און די שולע און מען קען נישט דיסציפלינירן א סטודענט פארן אויסדרוקן אומצופרידנהייט מיט די שולע

ריכטער קעווענאו האט מיטגעטיילט די שטעלונג פון די איבריגע ריכטער ווען עס קומט צו די ספעצעפישע שטראף זאגנדיג אז עס איז געווען אביסל אן איבערגעטריבענע רעאקציע

איבער די ברייטע פראגע פון שולע רעכט צו רעגולירן אינדרויסן פון שולע אויסדרוק איז קעווענאו אויפגעקומען מיט א צוויייטע מעגליכע וועג ארויס פארן געריכט אז געריכט זאל אפווארפן די באהויפטונג פון די דריטע סירקוט (פון וואו די קעיס שטאמט ארויס) וועלכע האט געשירבן אז שולעס קענען נישט איינטיילן פאר סטודענטן וואס צו שרייבן אינדרויסן פון שולע
זאגט קעווענאו אז די געריכט קען שרייבן אז שולעס האבן יא עפעס א ווארט דערין נאר לאזן אפן די פראגע ווי ווייט עס אל גיין און צוריקשיקן די קעיס צום דריטן סירקוט צו באשליסן וואו ווייט זייער אויסער די שולע מאכט גייט (און אזוי קויפט די סופרים קאורט צייט לאזנדיג די סירקוט קאורט זיך צו ערשט באפאסן מיט קלארע ליניעס פאר די שולעס און ערשט שפעטער וועט די סופרים קאורט דארפן גיבן די שטעמפל אדער עס אפווארפן)
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:מיטוואך בהר בחוקותי



*


די ציפער עלעקטראנישע דעווייסעס פון רייזנדע וועלכע די קאסטומס און גרעניץ פאטראל אפיצירן קוקן אדורך שטייגט דראמאטיש פון יאר צו יאר און א גרופע באטראפענע
די גרופע טענה'ט אז אגענטן קוקן אדורך זייערע טעלעפאנען און לעפטאפס אן קיין געהעריג קיין געריכט ווארענט באזירט אויף בארעכטיגטע פארדאכטן און טוען עס אפטמאל קאנפיסקירן פאר לאנגע וואכן און מאנאטן און באשלאסן צו מאכן א לעגאלע ענדע דערצו אין געקלאגט די רעגירונג אין א דיסטריקט געריכט אין מאסאטשוסעטס וועלכע האט באשטעטיגט אז די פראקטיצירונג איז פארבאטן סיידן אין פעלער פון שכל'דיגע פארדאכטן אז עס אנהאלט דיגיטאלע שמוגלערייען
די קעיס איז געווארן אפעלירט צו די ערשטע סירקוט קאורט וואו א דריי ריכטער פאנעל האט צוריקגעדרייט די פארבאט און איצט האט די גרופע אפעלירט די קעיס צום סופרים קאורט און מען ווארט צו זעהן אויב זיי וועלן עס אקצעפטירן
איינע פון די טענות וואס די רעגירונג נוצט צו אנטמוטיגן די געריכט אריינצוקוקן דערין איז אז אין די צייט וואס די פעטיציע איז געווארן געפיילט איז נישט געווען קיין שפאלט צווישן די סירקוט געריכטן אויף די פראגע אבער די קלעגער צייגן אן אז זינט דאן האט שוין מער געריכטן אדרעסירט די פראגע ווען די עלפטע געריכט האט גענומען די זייט פון די רעגירונג און די פערטע און ניינטע געריכטן האבן יא ארויפגעשטעלט באגרעניצונגען (די פערטע קרייז געריכט האט זיך דערווייל צוריקגעהאלטן פון צופיל איינצוימען און אויף דערווייל פארלאנגט כאטש עפעס פארשטענדליכע פארדאכטן) און די גרופע פארפירט עס פערטע אמענדמענט רעכטן זענען פעליג איבעראל און עס קען נישט קיין דיפרענערץ פון רייזנדע אינערהאלב די פערטע דיסטריקט און עלפטע דיסטריקטן

abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

אינטערסאנט אז @הבל מעלדט גארנישט פון די אױסגאנג פון די פעיסבאק אימפארטײאישא געריכט פסק :? (די װעג װאזױ די מידיע לײגט אראפ די נײעס קען מען עכט מײנען אז מ׳רעדט פון א סופרים קאורט פסק)
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:דאנערשטאג בהר בחוקותי







א מעקסיקאנע פליט מיטן נאמען פאלאמאר סאנטיאגא האט באקומען פערמענאנטע רעזידענץ אין אמעריקא צוריק אין 1990 למספרם אבער געפונען געווארן שולדיג אין דרייוון אונטער די איינפלוס

ער איז אפגעזיצן 7 יאר אין טורמע און נאכן ענדיגן זיין טערמין האבן אימיגראציע באאמטע אים דעפארטירט צוריק קיין מעקסיקא
אונטער די אימיגראציע און נאציאנאליטעט אקט איז דאן באטראכט געווארן דרייווןן אונטער די איינפלוס אלץ ווילדע פארברעכן פאר וועלכע מען קען ווערן דעפארטירט

אין 2001 למספרם האט די ניינטע סירקוט קאורט רעקלאסאפיצירט דרייוון אונטער די איינפלוס אלץ עס איז נישט א ווילדע סארט פארברעכן און געשריבן אז די וועג ווי אזוי זיי טייטשן אויס די געזעץ זאל חל זיין אויך אויף למפרע און די אורטייל איז באשטעטיגט געווארן דורך די סופרים קאורט אין 2004 למספרם

אין 2017 למספרם איז סאנטיאגא ווידער נתגלה געווארן אין אמעריקא און דאסמאל איז ער אריינגעקומען נישט אויפן גראדן וועג
סאנטיאגא איז געווארן אנגעקלאגט פארן אריינקומען אומלעגאל אין לאנד נאך א דעפארטאציע און די קעיס איז געווארן באהאנדלט אין די דיסטריקט געריכט וועלכע האט אויף די פארלאנג פון סאנטיאגא דיסמיסד די קעיס צוליב וואס זיין דעפארטאציע איז נישט געווען אויסגעהאלטן

די רעגירונג האט עס אפעלירט צום ניינטן קרייז געריכט וועלכע האט ווידערהאלט די אורטייל פון די אונטערשטע געריכט אן אן מאריך זיין געשריבן אז זיי פארלאזן זיך אויף זייער פריערדיגע פרעצעדענט אז די דעפארטאציע איז נישט געווען אויסגעהאלטן

די רעגירונג האט גענומען זייער קעיס צום סופרים קאורט מיט די ארגומענט אז קאנגרעס האט געשטעלט דריי פארלאנגען פאר אימיגראנטן וועלכע זוכן איבערצודרייען זייערע דעפארטאציע ארדערס
1) איבערצייגן אז מען האט דער אימיגראנט האט שוין פרובירט אויסצונוצן אלע אדמיניסטראטיווע מעגליכקייטן צו טוישן די דעפארטאציע ארדער
2) מען איז געווארן צוריקגעוויזן די מעגליכקייט פאר א יורידישע איבערזיכט
3) די דעפארטאציע ארדער איז געווען פונדאמענטאל אומבארעכטיגט

די ניינטע קרייז געריכט האט גענומען די מהלך אז איינמאל מען ווייסט אז די דעפארטאציע איז נישט געווען אויסגעהאלטן פאלן אויטאמאטיש אוועק פארלאנג 1 און 2 ווייל זינט אין די צייט פון וואס מען האט אים דעפארטירט האט ער דאך נאכנישט געואוסט אז עס גייט שפעטער קומען אן ארדער פון געריכט צו פארבאטן דעפארטאציע באזירט אויף דרייוון אונטער די איינפלוס און אז עס וועט גיין למפרע

אויב וואלט ער שוין דאן געהאט די אינפארמאציע אין זיין באזיץ וואלט ער עס געוויס אויסגענוצט אויפן אדמיניסטראטיוון שטאפל און צו בעהטן פאר א יורידישע איבערזיכט אויף זיין דעפארטאציע ארדער און קאנגרעס האט שוין געשריבן אז מען איז פטור פון פארלאנג 1 אדער 2 אויב איז דער אימיגראנט געווען אומוויסנד אז ער קען זיי אויסנוצן

אין אנדערע ווערטער טענה'ט די ניינטע קרייז געריכט אז זייער 2001 למספרם אורטייל וועלכע די סופרים קאורט האט שפעטער באשטעטיגט באפרייט אויטאמאטיש אימיגראנטן פון נאכקומען פארלאנג 1 און 2 ארויפגעשטעלט דורך קאנגרעס און זיי קענען גראד קומען מיט די טענה פון פארלאנג 3 אז די דעפארטאציע איז נישט געווען אויסגעהאלטן

די רעגירונג פון זייער זייט טענה'ט אז די 2001 למספרם אורטייל איז נישט בכח אוועקצונעמען די פארלאנג פון קאנגרעס אז מען דארף נאכקומען אלע 3 פראצעדורעאלע פארלאנגען איידער ווען מען וויל באקעמפן א קלאגע פון צוריקקומען אומלעגאל נאך דעפארטאציע ווייל ווען קאנגרעס האט געשריבן די דריטע פארלאנג האבן זיי טאקע גערעדט פון אימיגראנטן וועלכע זאלן דארפן איבערצייגן אז זייער דעפארטאציע איז געווען אומאויסגעהאלטן און מיט דעם אלעם האבן זיי אויך געשטעלט די ערשטע צוויי פארלאנגען

איי, ער האט דאך נישט געדארפט וויסן פון פאראויס אז זיין דרייוון איז נישט קיין סיבה אים צו דעפארטירן? טענה'ט די רעגירונג אז ער וואלט אבער געקענט נוצן אנדערע טענות צוליב וואס מען זאל בלאקירן זיין דעפארטאציע און די פאקט אז ער האט נישט אויסגענוצט באדייט אז ער קען נישט נאכקומען פארלאנג 1 און 2

זיי אנערקענען אז גאר ווייניג אימיגראנטן באווייזן ערגעץ אנצוקומען מיטן אויסנוצן אדמיניסטראטיווע און אנדערע שטראזן אבער ברענגן ארויס אז טאקע דאס איז געווען די ציהל פון קאנגרעס שטייף צו אדרעסירו אומלעגאלע אימיגראציע

די ריכטער האבן אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן און געשטעלט הארבע פראגן פון ביידע זייטן און פארשווערט צו אנאליזירן וווי אזוי זיי וועלן אורטיילן איבערהויפט אז ריכטער גארסוטש און קעווענאו האבן נישט געפרעגט קיין שום פראגן פון קיינע פון די זייטן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין 2005 און אין 2007 למספרם האט קאנגרעס אמענדירט די ריינע לופט אקט מיטן פארארדענען די אי פי עי צו פארלאנגען אז געזאלין פארקויפט אין די פאראייניגטע שטאטן מוזן אנטהאלטן א גרעסערע קוואנטום פון רענועבל ברענשטאף מטן ציהל צו רעדוצירן אמעריקא'ס אנגעוויזנקייט אויף אויסלענדיש אימפארטירטע אויל און אראפברענגן גרינהאוז גאז עמישאנס

אנערקענענדיג אז די נייע סטאנדאטן קענען שווער באטרעפן קלענערע רעפיינעריס האט קאנגרעס איינגעשלאסן אן אויסנאם פאר אזעלכע פירמעס וועלכע האבן יערליכע פראדוקציע פון אונטער 75000 פעסלעך

די ארגינעלע עקזעמפשאן איז געלאפן אויף ביז 2012 למספרם אבער דאן קומען צו צוויי אפציעס

איינס איז צו בעהטן פאר א צוויי יעריגע פארלענגערונג פונעם פטור ביי די ענערגיע דעפארטמענט און נאך צוויי יאר קען מען אפליקירן פאר נאך צוויי יאר און אזוי ווייטער

די צווייטע איז צו בעטן פאר א פארלענגערונג ביי די אי פי עי וועלכע זאל איבערקוקן און מאכן א באשלוס אויב די באטרעפנדע פראדוצירער גייט אדורך ספעציעלע עקאנאמישע שוועריגקייטן און די געזעץ שרייבט אז מען קען עס בעטן צו יעדע צייט

די דריי פירמעס אין אונזער קעיס זענען אזעלכע וועלכע ווערן באצייכנט אלץ קלענערע וועלכע זענען בארעכטיגט פארן אויסנאם און איינע פון זיי האבן אין אנהויב באקומען די ארגינעלע פטור אבער נאך 2012 למספרם נישט איינגעגעבן פאר אן עקסטענשאן, א צווייטע האט יא איינגעגעבן אבער געווארן אפגעזאגט דורך די ענערגיע דעפארטמענט, און א דריטע האט קיינמאל נישט פרובירט ביז היינט צו נוצן די אויסנאם

אלע דריי האבן זיך לעצטנס איינגעגעבן פאר א פטור צו די אי פי עי און געבעטן א פטור באזירט אויף ספעציעלע עקאנאמישע שוועריגקייטן און די אגענטור האט זיי אלע נאכגעגעבן צוליב סטרוקטואלע אומשטענדן ביי זייערע רעפיינעריס וועלכע שאפן פינאנציעלע שוועריגקייטן

האסטו מעגליך געקלערט אז אויב די האסט שוין נושא חן געווען ביי די רעגירונג ביוראקראטן קענסטו זיך זעצן אויפן פאטעל?

אויב יא האסטו פארזעהן אז פון ציווילע אינדוסטריאקראטן מיט פינאנציעלע אינטערעסן דארף מען זיך פונקט אזוי אויסהיטן און דאס האט פאסירט אין דעם פאל ווען די רענועבל ברענשטאף אסאסיאציע האט אריינגעטראגן א קלאגע אקעגן די אי פי עי פארן גיבן די פטור פאר די דריי פירמעס

די צענטע קרייז געריכט האט איינגעשטימט אז די אסאסיאציע פארמאגט סטענדינג אין די קעיס זינט זיי ווערן אפעקטירט פון די באשלוס דורך דעם וואס די דריי פירמעס ווען מער נישט מוזן איינקויפן אזויפיל רענועבלס

עווענטועל האט די געריכט נאכגעגעבן צוויי מעריט ארגומענטן פון די אסאסיאציע און דאס איז אז די אגענטור איז בלויז בארעכטיגט ארויסצוגעבן וואס קאנגרעס רופט "עקסטענשאנס" אבער נישט קיין ערשט מאליגע און אפליו נישט קיין באנייטע פטור פאר אזעלכע וועלכע האבן נישט געהאט פאר א שטיק צייט קיין פטור

די צווייטע טענה ואס זיי האבן אנגענומען איז געווען אז די אגענטור קען פארלענגערן א פטור בלויז צוליב ספעציעלע עקאנאמישע שוועריגקייטן וועלכע שטאמען פון זיך צושטעלן די צו רענועבל סטאנדארטן אבער נישט פאר אזלעכע וועלכע פאלגן זיך מיט אומפארבונדעטע סטרוקטורואלע פראבלעמען

מיטן טויש אין אדמיניסטראציע האט די ביידען ווייסע הויז אי פי עי איינגעמאלדן די געריכט אז פון איצט און ווייטער שטיצט זי די אפטייטש פון די צענטע קרייז געריכט

די רעפיינערי'ס טענה'ן אבער אז די רעכט וואס די געזעץ ערלויבט עס צו בעטן "צו יעדע צייט" קומט מפרש זיין אז מען טאקע נישט אפלערנען די ווארט עקסטענשאן גלאט אלץ אן המשכה פארצוזעצן עפעס וואס איז שוין דא בעפאר נאר אפילו פאר אזעלכע וועלכע האבן נישט די פטור ביים בעטן די פארלענגערונג

די געריכט האט אקצעפטירט די קעיס טראץ וואס עס איז דערווייל נישטא קיין סירקוט ספליט דערויף נאך וואס די רעפיינעריס האבן געמאכט זייער קעיס אז פאר די רעפיינערי אונטער די יוריסדיקציע פון די צענטע דיסטריקט קען די געריכט אפטייטש באדייטן אזעכע פינאנציעלע פראבלעמען וועלכע קען זיי ארויספירן אין א קורצע צייט פון ביזנעס
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אימפעט האט געשריבן:
ען-אר-עי גייט באנקראט

די באקאנטע פּרא גאן לאבי, די "נעשאנעל רייפל אסאסיעישאן", וואס שטיצט אונטער די רעכט צו האבן גאנס, האט זיך פרייטאג אנגעגעבן אונטער באנקראט-פּראטעקציע און וועט זוכן ארויסצופירן די ארגאניזאציע קיין טעקסאס פון ניו יארק וואו עס איז דא א לאוסוט קעגן איר וואס זוכט עס ארויסצולייגן פון ביזנעס.

ניו יארק'ס אטוירני דזשענערעל לעטישע דזשעימס האט אריינגעטראגן די קלאגע קעגן די ען-אר-עי נאכדעם ווי מ'האט געפונען אז אירע פירער האבן אראפּגעציפּט ריזיגע געלטער פון דער לאבי ארגאניזאציע פאר שוואוילטאג אויסגאבן ווי פּערזענליכע טריפּס און נאך זאכן.

דעילי איד

ריכטער היינט ארויסגעווארפן די באנקראט פיילינג פון די "נעשאנעל רייפל אסאסיעישאן" (NRA) גרופע, ערלויבענדיג ניו יארק סטעיט אטוירני זשענעראל פאראויס צו גיין מיט איר אויספארשונג אויף די גרופע.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:די פערטע אמענדמענט באגרעניצט פאליציי ארעסטן און באווייז זאמלעריי צו פעלער אין וועלכע זיי האבן ווארשיינליכע פארדאכטן (גערופן פראבעבל קאוס) אז א קרימינאליטעט קומט פאר/איז פארגעקומען

עס זענען דא געוויסע אויסנאמען צו די סטאנדארט ווי צום ביישפיל די סטאפ און פריסק פראגראם און נאך וואס אזלעכע פעלער קומען בלויז נאך א שוואכערע סטאנדארט גערופן פארשטענדליכע פארדאכט אבער אין אלגעמיין איז די ערשטע באצייכענונג דאס וואס פאליציי דארף נאכקומען און אויב זאמלט מען באווייזן נאכן פארלעצן די באגרעניצונג קען מען עס נישט נוצן אין געריכט

אין צוגאב צו די פליכט פון אויטאריטעטן צו פארמיידן און פארשן קרימינאליטעטן איז פארהאן נאך א פליכט וועלכע די געריכט האט באשטעטיגט אז פאליציי זאלן זיך אפגעבן דערמיט און דאס איז זיך אפגעבן מיט די געמיינדע און אירע פראבעלעמען וואס באדייט אז פאליציי וועלן פרובירן צו פארמיידן ווייטאג פון באטרעפן מענטשן טראץ וואס עס מוז נישט קומען פון א קרימינאלן ווינקל

ווען א פאליציי מאן וועט זיך אפגעבן מיט א פארוואונדעטן אדער גייסטיש צורודערטן ביז ערשטע הילף קומט וועט עס נישט בלויז זיין וואלאנטורישע העראאיזם וואס ציווילע בירגער קענען אויך טוהן נאר עס איז אויך טייל פון זיין ארבעט און די זעלבע איז ווען פאליציי וועט ארבעטן צו עלימינירן א געפאר וועלכע לויערט אויפן פובליק טראץ וואס די געפאר קען קומען פון א נאטורליכע ערשיינונג און נישט פון עימיצן מיט קרימינאלע מאטיוון

איין אזא פאל איז געווען ווען אן אויטאמאביל איז געווען פארמישט אין אן עקסידענט און פאליציי האבן געפונען א דרייווער וועלכע איז שוין נישט געווען געהעריג ביי זיך און דער אפיציר האט גיך אנדעקט אז דער דרייווער איז גאר זעלבסט א פאליציי מאן

דער אפיציר האט גערופן פאר הילף אוועקצושלעפן די קאר אבער בעפאר מען האט עס אוועקגעשלעפט האט ער זיך געכאפט אז דער דרייווער מוז דאך האבן אין זיין באזיץ א רעוואלווער אלץ טייל פון זיין פאליציי ארבעט

נאך אן אונטערזוכונג אויף יענעם האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער טראגט עס נישט אויף זיך האט זיך דער אפיציר א לאז געטוהן צום אויטא נישט פארשטייענדיג אז דער אוצר געפונט זיך אינווייניג און נישט געוואלט אז די אויטא וועלכע גייט ווערן אוועקגעפירט צו א פריוואטע גאראדזש זאל ליגן האלטן אין זיך א רעוואלווער נישט וואוסנדיג אין וועמענס האנט עס קען אנקומען

אז מען נישטערט טרעפט מען און זוכנדיג אין די קאר האט ער געפונען באווייזן אז דער פאליציי/דרייווער איז געווען פארמישט אין א מארד מיט א צייט פריער
די געריכט האט געליינט די באווייזן און באטראכט צו מען קען עס נוצן זינט עס איז נישט געווען קייין קרימינאלע פארדאכטן וועלכע האבן ערלויבט דעם אפיציר אונטערצוזוכן די אויטא

די געריכט איז אבער געקומען צום אויספיר אז דער אפיציר האט געטוהן זיין פליכט מיטן באצושן די געמיינדע האבנדיג רעכט צו טראכטן אז א רעוואלווער איז אינווייניג און קען אנקומען צו אומגעוואונטשענע הענט און צוליב דעם קען מען נוצן די באווייזן אנדעקט און עס איז אין איינקלאנג מיט די פערטע אמענדמענט

אין 1973 למספרם האט די אמעריקאנע סופרים קאורט באשטעטיגט די אורטייל און זינט דאן האבן פארשידענע געריכטן באזירט זייערע שטעלונגען באזירט אויף דעם אין פארשינדארטיגע קאנטעקסטן ווי ווען פאליציי גיבן זיך אפ מיט קראנקע מאטאריסטן, זוכן פארלוירענע קינדער, און ווארענען דעם פובליק איבער מעגליכע געפארן און ענליכע פעלער קענען זיי נוצן באווייזן געפונען אונטער אזעלכע אומשטענדן

בלייבט איבער זיך צו וואונדערן פארוואס מען ברענגט אויף א קעיס פון אזויפיל יארן צוריק

די ענטפער איז צוליב א פרישע געשיכטע וועלכע איז זיך לעצטנס פארלאפן ווען די פרוי פון א מאן מיטן נאמען עדווארד קאניגליע
האט אריינגעקלונגען צו די פאליציי ווארענען אז איר מאן איז אין געפאר פון באגיין זעלבסטמארד

פאליציי זענען ערשינען און אריין אין די אפארטמענט און עס אונטערזוכט און געפונען געווער וועלכע זיי האבן אוועקגעפירט פון דארט

די פאליציי האט אנגעגעבן אז זיי האבן געמוזט אבלאווירן די וואוינונג צוליב זארג אז קינגיליע קען זיין געפארפול פאר זיך און פאר אנדערע און זיך פארלאזט אויף די "העלפן די געמיינדע" אויסנאם און איז דעריבער נישט קיין פארלעצונג צו די פערטע אמענדמענט

קאניגליע האט געקלאגט די פאליציי אויפן פארלעצן זיינע פערטע אמענדמענט רעכטן אבער די דיסטריקט געריכט האט אנגענומען די "העלפן די געמיינדע" אין שטיצע פון די פאליציי

קאניגליע האט עס אפעלירט צום ערשטן קרייז געריכט וועלכע האט באשטעטיגט די אורטייל פונעם נידריגן געריכט אבער אנדערע סירקוט קאורטס האבן געשריבן אז די "העלפן די געמיינדע" אויסנאם פרעצעדענט איז באגרעניצט צו בלויז באווייזן געפונען אין אויטאמאבילן אזוי ווי אין די פאל פון די 1973 למספרם סופרים קאורט אורטייל אבער ערלויבט נישט צו אבלאווירן היימען פון מענטשן אן ערנסטע פארדאכטן איבער קרימינאליטעטן

קאניגליע האט אפעלירט זיין קעיס צום סופרים קאורט וועלכע וועט עס אויסהערן אום מערץ 24 למספרם

אן איינשטימיגע געריכט האט געאורטיילט אין שטיצע פון קאניגליע
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

הכל הבל האט געשריבן:דאנערשטאג נשא

אלאבאמא און דזשארדזשיא ריעלטארס בעטן פונעם די סי סירקוט קאורט צוריקצושטעלן די אורטייל פון א דיסטריקט ריכטער וועלכע האט בלאקירט די סי די סי עוויקשאן פארבאט.

ארגינעל האט ריכטער פרידריך געאורטיילט אקעגן די פארבאט, אבער נאך וואס די יוסטיץ דעפארטמענט האט געמאלדן א זוכט צו אינטערווענירן אין שטיצע פון די סי די סי האט דער ריכטער געלייגט א סטעי אויף זיין אורטייל און איצט זוכן ריעל עסטעיט גרופעס אז די קרייז געריכט זאל אראפנעמען די סטעי.

קרייז געריכט היינט אפגעווארפן פארלאנג פון ריעל עסטעיט גרופעס און וועט לאזן די סטעי אין קראפט.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ווי די ליינער האלטן (יא אדער נישט) מיט רוקט מען זיך שוין נענטער צו די ענדע פונעם איצטיגן געריכט טערמין אין אורטיילן לאנדן יעדע שני וחמישי ווי די שטייגער פון אן אנגעשטערענגטע געריכט וועלכע דארף שליסן אירע טויערן און זיצט נאך אנגעלייגט מיט מערערע קעיסעס וועמעמנ'ס אורטייל איז נאכנישט געמאלדן

עס איז צום גלויבן אז די געריכט וועט צולייגן נאך אורטיילן טעג אריינגייענדיג טיפער אינעם למספרם מאנאט און מיר האפן זיי צו מעלדן ווען זיי קומען ארויס

ווי פארשטענדליך באדייט עס אז די זאפאסן פון קעיסעס וועלכע ווערן דא באריכטעט ליידיגן זיך אויס און די געריכט הויבט צוביסלעך אן צו אקצעפטירן פרישע קעיסעס אויפן קומענדיגן זמן
נעכטן מאנטאג האט די געריכט אקצעפטירט אן ערנסטע קעיס און פאלגענד זענען דעטאלן דערפון:

אין 2006 למספרם האט די עף בי איי אין ארענדזש קאונטי קאליפארניע אונטערגענומען אן אנאטי טעראריזם אפעראציע און רעקרוטירט און באצאהלט פאר א לערער ביי אן איבונגען צענטער צו ווערן אן אינפארמאנט

דער יעניגער האט זיך אנגעגעבן אלץ עימיצער וועלכע זוכט זיך אנצושליסן אין די איסלאמישע רעליגיע און אזוי זיך אריינבאקומען אין די אילאמישע מענטער אין אירווין קאליפארניע און געזאמלט אינפארמאציע און אויך געטראגן אן אונטערהער אפאראט

ער האט אויך איינגעפלאנצט מערערע אפאראטן אינעם מאסק און אזוי אויך אין די היימען פון מיטגלידערפונעם צענטער וואו ער האט באזוכט נאכן זיך נענטער באקענען מיט זיי

נאך א יאר האט ער אנגעהויבן לאזן פאלן פארשידענע באמערקונגען איבער מעגליך נעמען ווילדע שריט און די מאסק מיטגלידער האבן עס געמאלדן פאר די פאליציי וועלכע האבן אים פארבאטן פון צוריקגיין אהין און די אגענטור האט דאן אויפגעלעזט די מיסיע

דער בחור איז שפעטער געווארן אנגעקלאגט און געפונען שולדיג אויף אנדערע אומפארבונדעטע קלאגעס און פארשיקט געווארן אין א סטעיט טורמע וואו ער איז עטליכע מאל געשטאכן געוווארן נאכן ווערן באצייכנט דורך די ארעסטאנטן אלץ מסור

ער האט דאן אריינגעטראגן אן אנקלאגע אקעגן די עף בי איי אז זיי האבן פארפעלט צו באשוצן זיין ווואוילזיין נאכן אים אויסנוצן אלץ אינפארמאנט און דורכאויס יענע אנקלאגע האט ער אויפגעדעקט זיין ראלע אלץ אינפארמאנט און פולע דעטאלן ארום דעם די מעמבערס פון די מאסק

אין 2011 למספרם, הערנדיג אזוי קלאר איבער יענעם'ס אקטיוויטעטן זיי נאכצוקוקן האבן דריי מיטגלידער פון די מאסק, יאסיר פאזאדזשא, אלי מאליק און יאסאר אבדעלראהים אריינגעטראגן אן אנקלאגע אקעגן די רעגירונג, אקעגן די אגענטורן און אויך ספעציפיש אקעגן צוויי אגענטן פארמישט אין די אפעראציע

אין זייער אנקלאגע ברענגן זיי ארויס אז זיי זענען געציהלט געווארן אומקאנסטיטוציאנאל בלויז צוליב זייער רעליגיע וועלכע גייט אקעגן א פראוויזיע פון די פייסא אקט און פארלעצט זייערע ערשטע און פערטע און פיפטע אמענדעמענט רעכטן

דאן אטוירני דזשענעראל עריק האלדער האט אפגעשלאגן די קלאגע און פארלאנגט עס ארויסצואווארפן באזירט אויף די סטעיט סיקרעט פריווילעגיע אין די פייסא אקט וועלכע ערלויבט די רעגירונג צוריקצוהאלטן פון ארויסגעבן אינפארמאציע וועלכע קען שטעלן אין געפאר נאציאנאלע זיכערהייט און ערקלערט אז אזא פראצעס וועט פארלאנגען פון די רעגירונג אונטערצושטיצן זייערע מאטיוון פון דאס שפיאנירן אויפן מאסק מיט באווייזן וועלכע קען נישט ווערן אויפגעדעקט צוליב זיכערהייט זארגן

דער בוש נאמינירטער דיסטריקט ריכטער קארמעק קארני האט טאקע ארויסגעווארפן די קלאס עקשאן אנקלאגע איבער פייסא פארלעצונגען אקעגן די אגענטור באזירט אויף א געזעץ וועלכע באשוצט די רעגירונג זעלבסט פון קלאגעס אין געוויסע אומשטענדן סיידן די רעגירונג זעלבסט האט דערקלערט בעפאר אז זי ערלויבט אזעלכע סארט קלאגעס אקעגן איר אבער יא געלאזט פאראויסגיין די פייסא פארבונדעטע פארציע פון די קעיס אקעגן די ספעציפישע אגענטן שרייבנדיג אז זיי געניסן נישט אין אזא פאל פון קוואליפיצירטע באשיצונג (וועלכע פעלט זיך אויס פאר אינדיווידועלע רעגירונג איינגעשטעלטע)

אלע אנדערע נאן פייסא קלאגעס האט דער ריכטער ארויסגעווארפן באזירט אויף די סטעיט סיקרעט פריווילעגיע וועלכע האלדער האט אנגעגעבן

אין פילע פעלער וועט א געריכט אריינקוקן אין די אינהאלט פון מעגליכע באווייזן און איבערגעבן די אינפארמאציע פאר די קלעגער צו קענען בויען זייער קעיס אבער ארויסשניידן סענסיטיווע פאראגראפן וועלכע קענען שעדיגן נאציאנאלע זיכעהייט אבער אין אנדערע פעלער וועט די געריכט אננעמען אז צוצושטעלן די נויטיגע דאקומענטן וועלכע די רעגירונג וועט נוצן זיך צו פארטיידיגן און פארטרויען די קלעגער עס צו קענען אפווארפן קען נישט צושטאנד קומען אן זיי גיבן צוטריט צו האקעלע אינפארמאציע און דעריבער בלייבט נישט איבער קיין אפציע סיידן ארויסווארפן די קעיס וואס האט טאקע פאסירט אין אונזער פאל

אין די פייסא אקט האט די רעגירונג אריינגעשטעלט א פראווויזיע וועלכע גיבט יא פאר ריכטער א צווייטע אפציע פאר אזלעכע פעלער און דאס איז אז דער ריכטער זעלבסט קען אריינקוקן אין די באווייזן פון די רעגירונג אן דעם וואס די קלעגער זאלן זיין אנוועזנד און באשטימען אויב די באוויייזן זענען מאסגעבנד

וויבאלד יענע אפציע ווערט בלויז דערמאנט אין די פייסא אקט וועלכע דעקט עלעקטראנישע שפיאנאזש האט דער ריכטער אנגענומען אז אויף די אנדערע קלאגעס וועלכע זענען נישט פארבונדן צו שפיאנאזש געזאמלט עלעקטראניש קען מען נישט דן זיין שלא בפני הבעל דין און איז דעריבער פארבליבן מיט די איינציגסטע אויסוואל ארויסצואווארפן די קעיס

די קלעגער האבן אפעלירט די קעיס צום ניינטן קרייז געריכט מיט די טענה אז די אפציע פונעם ריכטער דן צו זיין שלא בפני הבעל דין וועלכע די פייסא אקט איז מחדש זאל דעקן אויך די נאן פייסא קלאגעס און דער ריכטער זאל עס נישט מוזן איינפאך ארויסווארפן

א דריי ריכטער פאנעל האט אקצעפטירט און איינגעשטימט מיט די ארגומענט אז טייל פון די נאן פייסא קלאגעס זענען געדעקט מיט די אפציע וואס פייסא שטעלט צו פאר ריכטער איבערצוקוקן די געהיימע באווייזן איידער מען ווארפט ארויס א קעיס און צוריקגעשיקט די קעיס צום דיסטריקט ריכטער און אנטזאגט א פארלאנג אז די פולע באנק זאל עס איבערהערן

איבער די פראגע פון קוואליפיצירטע אימיוניטי אויף די אגענטן האבן איינגעשטימט אז מען קען זיי קלאגן אויף אונטערהערן זייערע געשפרעכן דורך אפאראטן איינגעפלאנצט אין זייערע היימען אין אפיסעס זינט עס איז א פלאץ וואו מענטשן ערווארטן פריוואטקייט און זיי אונטערהערן אןא ווארענט פארלעצט זייער פרייוועסי און אויף דעם איז נישטא קיין קוואליפיצירטע אימיוניטי (אנדערש ווי אויף געשפרעכן רעקארדירט ווען דער אינפארמאנט זעלבסט האט גערעדט מיט זיי און מעגליך אפילו ווען ער האט רעקארדירט זייערע געשפרעכן מיט אנדערע אין די מאסק וואס אויף יענץ איז יא דא קוואליפיצירטע אימיוניטי)

די באשלוס נישט איבערצוהערן די קעיס איז געשריבן געווארן דורך ריכטערין בערזאן און ריכטער ראנאלד גאלד און ריכטער דזשארזש סטי

אלע דריי זענען געווארן נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן דער איינציגסטער ארויסצוקומען עפנטליך פארלאנגען אז מען זאל יא איבערהערן די קעיס איז דער טראמפ נאמינירטער ריכטער באמאטי אבער וויבאלד עס זענען נישט געווען א מאיאריטעט ריכטער אויפן באנק מיטצוגיין דערמיט איז די ארגינעלער אורטייל געבליבן שטיין

די עף בי איי האט אפעלירט די קעיס צום סופרים קאורט שרייבנדיג צווישן אנדערן אז די פייסא אקט וועלכע פארבאט צו שפיאנירן אויף מענטשן צוליב זייער רעליגיע באציהט זיך בלויז אויף א ספעציפישע אינדיווידועל אבער נישט אויף אלגעמיינע שפיאנאזש מעטאדן

נעכטן מאנטאג האט די סופרים קאורט אקצעפטירט די קעיס און זיי וועלן עס אויסהערן אינעם קומענדיגן געריכט טערמין
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

ש’כח @הכל
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:והשיב את הגזילה!

פאלגענד איז א קעיס וועלכע מיר האבן שוין מערערע מאל אראפגעברענגט און צוליב א פרישע אפדעיט ווערט די גאנצע כראנאלאגיע ווידערמאל אהערגעברענגט מיט די נייע אפדעיט ביים ענדע


טייסאן טימבס אן אינדיאנא מאן האט פארלוירן זיין פאטער אין 2012 למספרם אבער גלייכצייטיג געמאכט א ברוך הטוב והמטיב ערהאלטנדיג א סומע קעש פון א לייף אינשורענס פאליסי מיט וועלכע זיין פאטער האט אים אינזין געהאט צו באזארגן
טימבס האט זיך איינגעהאנדלט א לענד ראווער פאר 42 טויזנט דאלער און היידא..ויהי בנסוע

די פראבלעם איז געווען אז טימבס האט געהאט א פארגאנגענהייט פון צוגעבינדנקייט צו דראגס וועלכע האט זיך איצט אלץ רעזולטאט פון זיין פאטערס טויט פריש ערוועקט

טימבס איז פונדאסניי ארויף אויף די סחורה און גלייכצייטיג אויך אנגעהויבן פארקויפן די געווירצן מיטן ציהל צו פינאנצירן מיט די איינקופט די קאסטן פון די ווארע פאר זיין אייגענע געברויך

ביז.. יענעם שווארצן טאג אין נאוועמבער 2013 למספרם ווען ער האט אריינגעביסן אינעם נישט ריכטיגן עפל פארקויפנדיג דראגס אין די ווערט פוןן 225 דאלער פאר אן אונטערגעשטעלטער אגענט וועלכע האט נאכגעפאלגט מיט זיין ארעסט און טימבס האט זיך קורצליך דערויף דערקלערט שולדיג אין געריכט

די אורטייל האט נישט געשפעטיגט צו קומען און טימבס האט באקומען איין יאר הויז ארעסט, 5 יאר פראבעישאן און 1200 דאלער אין פינאנציעלע שטראפן

די אפעטיט פון די סטעיט איז אבער נישט געווארן איינגעשטילט און זיי האבן געלייגט אן אויג אויף זיין לענד ראווער וועלכע איז סיי ווי געשטאנען אומבאנוצט דורכאויס די יאר פון זיין הויז ארעסט

די סטעיט האט קאנפיסקירט דעם אויטא אונטער די געזעץ וועלכע ערלויבט אוועקצונעמען סיי וועלכע חפץ עס איז גענוצט געווארן אינעם פארברעכן און די אויטא איז גענוצט געווארן ארומצופארן פארקויפן די פארבאטענע מאטריאל

ויהי ככלות השנה, טימבס עפנט מיט פרייד די פארדזשאווערטע טויערן פון זיין היים ווען אירע ראסטיגע אנגלען פארציילן הויך פאר אלע שכנים אז זיי זענען שוין נישט גערירט געווארן פון פלאץ פאר א קיילעכיגן יאר

טימבס שטעלט זיינע טריט צו די גאס און אטעמט אריין די פרישע לופט ווען זיינע אויגן פאלן אויף א ליידיגע ספאט צווישן צוויי פארקירטע אויטאס

יא די זעלבע פלאץ ווי ער האט איבערגעלאזט זיין פארמעגן מיט א יאר צוריק אבער והילד איננו, די לענד ראווער איז נישטא
עס האט נישט לאנג גענומען מברר צו זיין מה טיבה און טימבס האט באשלאסן אז איידער ער נעמט אונטער מיטלען להציל עשוק מעושקו דארף ער קודם זיך באזארגן מיט ארבעט זיך צו קענען שפייזן

עס איז נישט געווען גרינג צו געפונען ארבעט זייענדיג מוכתר ביחוס עצמו און ארבעטסגעבער שטייען ווייט פון פארשוינען וועלכע ווערן געטראפן שולדיג

עווענטועל האט ער געטראפן אן אנבאט פון איינעם וועלכער איז איינגעגאנגען אים אויפצונעמען טראץ זיי קרימינאלע רעקארד
איין באדינג איז געשטעלט געווארן, באזירט אויף די סארט ארבעט אין וועלכע יענער האט זיך גענויטיגט האט זיך געפאדערט אן אויטאמאביל.. וכאן הבן שואל ווי באקומט מען צוריק די לענד ראווער?

מען האט אריינגעברענגט אין בילד די אינסטיטוט פאר יוסטיץ וועלכע האט זיך געוואנדן צום געריכט און פרעזענטירט טימבס אין אן אנקלאגע אקעגן די סטעיט מיטן ארגומענט אז פארכאפן די קאר האט פארלעצט די אכטע אמענדמענט וועלכע באשוצט שולדיגע פון איבערגעטריבענע שטראפן

דער ריכטער האט געפונען די ארגומענט פאר ריכטיג נעמענדיג אין באטראכט אז די ווערט פונעם אויטא איז עטליכע מאל מער וויפיל די מאקסימום ערלויבטע געלט שטראף איז ערלויב אין אזא פאל

די סטעיט איז געלאפן צום אפעלאט געריכט אבער באגעגנט א פרישע נידערלאגע ווען די סטעיט אפעלאט געריכט האט באשטעטיגט די אורטייל פונעם נידריגן געריכט

די סטעיט האט דאך די וועלטס געלט און צייט האבן זיי באשלאסן זיך צו ווענדן צום סטעיט סופרים קאורט און דאס מאל האבן זיי באוויזן צו איבערצייגן די געריכט אנצונעמען די סטעיטס שטעלונג און די געריכט האט צוריקגעדרייט די פריערדיגע אורטייל

די ארגומענט פון די סטעיט וועלכע די ריכטער האבן אנגענומען איז געווען אז די אכטע אמענדמענט איז בינדנד אויסשליסליך צו די פעדעראלע יוסטיץ סיטעם אבער טוט אויף קיין פאל נישט אריינרעדן ווי אזוי סטעיט און לאקאלע רעגירונגען זאלן באשטראפן שולדיגע

טימבס האט זיך געוואנדן צום סופרים קאורט וועלכע האט אקצעפטירט די פעטיציע און די פראגע פארן געריכט איז געווען ווי פאלגענד:

די ביל אף רייטס איז געשריבן געווארן פאר די פעדעראלע רעגירונג און נישט פאר סטעיט רעגירונגען אבער נאך די ציווילע קריג האט קאנגרעס מאדיפיצירט די 14'טע אמענדמענט מיט א סעיף וועלכע איז שפעטער געווארן אויסגעטייטשט דורכן סופרים קאורט אז זי פארלאנגט די סטעיטס אדער סיי וועלכע קערפערשאפט צו רעספעקטירן און זיך פירן אין איינקלאנג מיטן צושטעלן די קאנסטיטוציאנאלע רעכטן פאר סיי וועם

אין פאקט אבער האט די געריכט קיינמאל נישט געאורטיילט אויף ספעציפישע טיילן פון די קאנסטיטוציע אויב זי איז מחייב די סטעיטס אויסער אין א פאל מיט די צווייטע אמענדמענט

די חלל אין קלארקייט האט געהאנגן ווי א וואלקן אין די לעגאלע וועלט נישט וויסנדג אויב די אפיציעלע געריכט דאקטרינע טייטשט אפ אלע חלקים אין די קאנסטיטוציע בינדנד פאר סטעיט רעגירונגען

אין 2017 למספרם האט שוין איינער גראדע צוגעשיקט א פעטיציע וועלכע בעהט די געריכט אריינצוקוקן אויב די אכטע אמענדמענט איז מחייב די סטעיטס אבער צוליב טעכנישע פעלערן אין יענעמס קעיס האט עס די געריכט דאן געמוזט צוריקווייזן

אבער ריכטער טאמאס וועלכע האט געשריבן די ארדער נישט צו אקצעפטירן יענע קעיס האט קלאר ארויסגעברענגט אז עס זענען פארהאן ערנסטע גרונדן פארן געריכט עווענטועל אריינצוקוקן און באשליסן אויף די פראגע

עד כאן פון אונזער ערשטע באריכט איבער די קעיס

א שפעטערע באריכט האט געשילדערט ווי אזוי אלע 9 ריכטער האבן איינגעשטימט מיט טימבס און געזאגט אז די פארבאט אויף איבערגעטריבענע שטראפן איז מחייב אויך די סטעיט

נו, פרובירט אייך פארצושטעלן וויפיל מיילעדזש דער טימבס האט שוין אריינגעצויגן מיטן לענדראווער זינט דאן?

ניין, שלעכט צוגעטראפן, די ענטפער איז זילטש! די אויטאריטעטן האבן באשלאסן נישט אומצוקערן דעם אויטא פארן אייגנטומער טראץ די סופרים קאורט אורטייל

אין א פרישע 4-1 אורטייל האט די סטעיט סופרים קאורט אין אינדיאנא געשריבן אז טראץ וואס די סופרים קאורט האט טאקע קלארגעשטעלט אז סטעיט קענען נישט צוטיילן איבערגעטריבענע שטראפן דארף מען אבער נאך פעסטשטעלן אויב די פארכאפונג פונעם לענדראווער הייסט טאקע איבערגעטריבן..

דאס קומט נאך וואס די סטעיט אטוירני דזשענעראל האט געמאכט דעם ארגומענט אז זינט די פארכאפונג פונעם לענדראוווער איז פארגעקומען אין די צייט וואס זי איז גענוצט געווארן דורכצופירן א פארברעך דעריבער זאל די ווערט פון די אויטא נישט זיין קיין פאקטאר ווען מען שאצט אפ די הארבקייט פון די שטראף

די געריכט האט נאכגעגעבן אז א קאונטי ריכטער זאל אריינקוקן אין די פראגע אויב די שטראף איז יא אדער נישט איבערגעטריבן אבער הויפט ריכטערין לארעטא ראש האט אבער יא קלארגעשטעלט אז דער קאונטי ריכטער זאל אין באטראכט נעמען די ארומיגע אומשטענדן ווייל עס איז אבסורד צו זאגן אז מען זאל גארנישט קוקן אויף די עקאנאמישע לאגע פונעם באשטראפטן און אויף די ווערט פון די שטראף

זי האט געשריבן אז צו זאגן אז אוועקנעמען די זעלבע ווערט אייגנטום פון איינער וועלכע פארמאגט גארנישט מער פון דעם איז די זעלבע ווי עס אוועקנעמען פון א ביליאנער איז פיקציע און דער ריכטער זאל עס אפשאצן לויט דעם

טימבס האט געזאגט אז ער וועט ווייטער קעמפן פאר זיינע רעכטן און ארויסגעברענגט אז עס איז מאדנע ווי די סטעיט וויל אים באשטראפן און אים אויסלערנען אוועקצושטיין פון פארברעכן אבער זיי טוען עס דורך רויבן זיין אויטא וועלכע ער דארף האבן זיך צו טרעפן מיטן פאראל אפיציר אדער צו גיין צו דראג ערהוילונג קורסן אדער צו פארן צו די ארבעט און זיך איינגלידערן אין די געזעלשאפט

די אינדיאנא אטוירני דזשענאראל אפיס האט רעאגירט צו די פרישע אורטייל זאגנדיג אז זיי שטודירן עס נאך און באטראכטן זייער קומענדיגע שריט

די איינציגסטע ריכטער זיך אפצוברעכן פון די אורטייל איז געווען ריכטער דזשעפרי סלאוטער און ווערט נאכנישט קיין אנהענגער פון אים ווייל ער האט זיך נישט אפגעבראכן פון די מאיאריטעט צוליב סימפאטיע פאר טימבס נאר פארקערט

ער איז נישט צופרידן אז מען שיקט עס צוריק פאר אן אפשאצונג צו א קאונטי ריכטער
ער האט געוואלט אז די סטעיט סופרים קאורט זאל גראד באהאנדלען די פראגע אויב עס ווערט גערעכנט אלץ אן איבערגעטריבענע שטראף און ער פערזענליך האט געהאלטן אז צוליב וואס מען האט עס פארכאפט זייענדיג פארמישט אין א פארברעך איז עס נישט איבערגעטריבן אמווייניגסטנס אויף ווילאנג די סופרים קאורט שרייבט נישט אז עס הייסט יא איבערגעטריבן

עד כאן פון אונזער לעצטע באריכט און אצינד צון היינטיגן אפדעיט

די קאונטי געריכט האט אין אפריל אקצעפטירט די ארגומענט פון טימבס און געאורטיילט אז די שטראף איז איבערגעטריבן און אז די לענד ראווער געהערט פאר טימבס

האסטו געקלערט אז מיט דעם איז מען פארטיג? א נעכטיגן טאג!
דער אטוירני דזשענעראל האט באשלאסן צו אפעלירן דעם אורטייל צום סופרים קאורט, אבער..

דא קומט די גרויסע אבער

לעצטע וואך דינסטאג ווען מר. טימבס איז אנגעקומען צו זיין היים האט ער געפונען אין זיין דרייוועי פארקירט זיין אויסגעבעטענע לענד ראווער!
די סטעיט האט עס אויף דערווייל אומגעקערט פארן אייגנטומער טראץ וואס זי ארבעט ווייטער צו אפעלירן די אורטייל



*עפילאג*


פארלאפענע דאנערשטאג האט די אינדיאנא סופרים קאורט באשטעטיגט די אורטייל פון די נידריגע געריכט און דערמיט פארזיכערט אז טימבס קען פארבלייבן מיט זיין לענדראווער
די אורטייל איז געשריבן געווארן דורך הויפט ריכטערין לארעטא ראש און געשטיצט געווארן דורך ריכטער דעיוויד און גאף
ריכטער דזשעפרי סלאוטער וועלכע איז ביי די פריערדיגע פאל ווי געשריבן געווען דער איינציגסטער זיך אפצוברעכן און שרייבן אז די העכסטע געריכט זאל זאפארט אויפקומען מיט א מער באגרעניצטע אפטייטש אויף "איבערגעטריבענע שטראף" און אנשטאט עס צוריקשיקן דערנאך צו די נידריגע געריכט זאלן זיי זעלבסט גראד אורטיילן אז די לענדראווער פארכאפונג איז לויט דעם נישט איבערגעטריבן האט דא געשריבן אן אייגענע אורטייל איינשטימענדיג מיט די מאיאריטעט
ער ברענגט ארויס אז טראץ זיין שטעלונג אז די געריכט זאל אדאפטירן די זעלבע אפטייטש ווי דאס וואס די אכטע אמענדמענט טייטשט אפ "איבערגעטריבענע שטראף" און דאס איז אינסטרומענטאליטעט האט די מאיאריטעט אנדערש באשלאסן און געשריבן אז אין צוגאב צו דעם זאל מען אויך קוקן אויף פראפארציאנאליטעט און דעריבער מוז ער זיך רעכענען דערמיט איינמאל די אורטייל איז געווארן די סטעיט געזעץ
אינסטרומענטאליטעט פארלאנגט פון געריכטן אפצושאצן אויב די קאנפיסקירטע אייגנטום איז געווען שטארק פארבונדן צו די דורכגעפירטע פארברעך און אויב זאל מען קוקן בלויז אויף דעם איז קלאר אז טימבס האט זיך באנוצט מיט די אויטא דורכצופירן זיין פארברעך
האט דאך אבער די מאיאריטעט צוגעלייגט די פראפארציאנאליטעט טעסט אז מען מוז אויך קוקן אויב די שטראף איז אין פראפארציע צו די דורכגעפירטע פארברעך און איינמאל מען מוז קוקן דערויף איז ריכטער סלאוטער צוגעקומען צו די זעלבע אויספיר ווי כמעט אלע זיינע קאלעגן אז די קאנפיסקאציע פון די אויטא איז איבערגעטריבן
פאר בלויז כמעט אלע?
ווייל איין אויסנאם איז געווען ווען ריכטער מאסא האט זיך דאסמאל אפגעבראכן פון די מאיאריטעט און געאורטיילט אין די אפאזיציע שרייבנדיג אז כאטש וואס די שטראף איז אביסל שטרענג פראפארציאנאל איז עס פארט נישט "גענוג" שטארק עקסטרעם ארויס פון פארפארציע צו פארבאטן די סטעיט פון אויספירן אזא שטראף[/quote]
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יוסטיץ דעפארטמענט ציהט ארויס אנקלאגע אקעגן דזשאן באלטאן פארן אנגעבליך פארעפנטליכן קלאסיפיצירטע אינפארמאציע אין זיין בוך איבער די טראמפ אדמיניסטראציע
די דעפארטמענט האט אויך אפגעשטעלט א גרענד דזשורי אויספארשונג איבער די אנגעלעגנהייט
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”