נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

@הכל. האב איך יעצט געענדיגט ליינען אפאר בלעטער אין מיין פעוואריט אשכול,
איך מוז דיר נאכאמאל זאגן א גרויסן יישר כח פאר’ן מהנה זיין!
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borough Park »

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
א גרופע וויסקאנסין שטייער צאהלער פיילן היינט אן עמורזשענסי ביטע מיטן סופרים קאורט אין וואשינגטאן צו בלאקירן די ביידען סטודענטן חובות פארצייאונג ארדער
די פארלאנג איז אנגעקומען צו ריכטערין בערעט (וויסקאנסין איז אונטער איר יוריסדיקציע) און זי האט איצט אפגעווארפן די ביטע
סופרים קאורט ריכטערין בערעט ווארפט אפ א צווייטע פארזוך צו לייגן א סטעי אויף די ביידען סטודענט חובות פארגעבונג ארדער
סא ווען קומט עס שוין?
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40527
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הקולמוס שלי האט געשריבן:
@הכל. האב איך יעצט געענדיגט ליינען אפאר בלעטער אין מיין פעוואריט אשכול,
איך מוז דיר נאכאמאל זאגן א גרויסן יישר כח פאר’ן מהנה זיין!
יישר! געשמאק צו הערן!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40527
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
אלעקסאנדרו ביטנער איז א רומעניש אפשטאמיגער אמעריקאנע בירגער וועלכע האט עטליכע אקאונטס אין אויסלענדישע בענק און האט פארפעהלט אויסצופילן די דאקומענט וועלכע ווערט פארלאנגט דורך די באנק סיקרעסי אקט וואס דארט דארט טוט מען יערליך באריכטן איבער אויסלענדישע אקאונטס אין וועלכע עס ווערן געהאלטן 10 טויזנט דאלער דורכ'ן יאר

ביטנער האט נישט באריכטעט די אקאונטס פאר א 5 יאר אפשניט און לויט יענע געזעץ איז די מאקיסמום שטראף פארן נישט באריכטן אויסלענדישע אקאונטס 10 טויזנט דאלער פער יאר
נו, זאלן אונזערע אייוועלט מאטעמאטיקער אויסרעכנען וויפיל די מאקסימום טאטאל שטראף באטרעפט

50 טויזנט? די פראבלעם איז אז ער האט באקומען א שטראף פון 2.72 מיליאן דאלער זינט די רעגירונג האט גערעכנט יעדע יאר אלץ א באזונדערע פארלעצונג (ווי די געזעץ לויטעט) אבער זיי האבן גערעכנט א 10 טויזנט דאלער פער יאר שטראף אויף יעדע איינציגע אקאונט באזונדער

ביטנער האט זיך געוואנדן צום פעדעראלן דיסטריקט געריכט וועלכע האט אים געגעבן גערעכט און רעדוצירט די שטראף צו 50 טויזנט דאלער גייענדיג מיט די שטעלונג אז די געזעץ ליגט ארויף א שטראף פון 10 טויזנט דאלער פער יאר מאקסימום אפגעזעהן אויב עס האנדלט זיך פון איין אקאונט אדער עטליכע אקאונטס

די רעגירונג האט אפעלירט די אורטייל צום פיפטן קרייז געריכט וועלכע האט געאורטיילט אין זייער שטיצע און צוריקגעשטעלט די 2.72 מיליאן דאלער שטראף שרייבנדיג אז יעדע אקאונט וועלכע ווערט נישט באריכטעט איז א באזונדערע פארלעצונג פאר זיך

ביטנער האט אפעלירט די קעיס צום סופרים קאורט וועלכע האט אקצעפטירט אויסצוהערן די קעיס

ביידע זייטן מאכן זייערע ארגומענטן און כאפן זיך ארויף אויף ווערטער פון די געזעץ וועלכע קוקט אויס צו גין מיט זייער אפטייטש

ביטנער קאנצעטרירט זיך אויף די ווערטער אינעם געזעץ וועלכע פארלאנגען צו האלטן רעקארדס פון אויסלענדישע אקואנטנס און פיילן "באריכטן"
וואס לויט אים איז דאס אן אנדייטונג אז קאנגרעס האט זיך באצויגן צו אזעלכע פיילינגס אלץ איין גרויס פיילינג פון אלע אקאונטס און פארפעהלן עס צו פיילן איז איין גרויס פארלעצונג און די שטראף איז 10 טויזנט דאלער פער יאר

די רעגירונג וויל ענדערש אז מען זאל קוקן אויפן טיייל וועלכע דעטאלירט די שטראף פאר פארלעצער וועלכע שליסט איין א פראוויזיע וועלכע רעכנט אויס געוויסע אויסנאמען ווען פארלעצער זאלן נישט ווערן באשטראפט

איינע פון די אויסנאמען זענען פעלער אין וועלכע האט א צופרידנשטעלנדע ערקלערונג פארן עס נישט באריכטן און איינע פון די באדינגונגען פאר אזא אויסנאם רעכנט אריין דאס באטראכטן די באלאנס פון די "אקאונט" (בלשום יחיד) וועלכע איז נישט געווארן באריכטעט
שפעטער אין יענע פראוויזיע שטייט אז דא גיבן די מאקסימום שטראף זאל זיין געבונדן צו די מאקסימום באלאנס אין די צייט פונעם פארלעצונג
לויט די רעגירונג איז דאס א באווייז אז קאנגרעס האט געזוכט ארויפצושטעלן אזא שטראף און באטראכט יעדע אקאונט וואס ווערט נישט באריכטעט ווי א פארלעצונג פאר זיך
דניאל געיסער האט רעפרעזענטירט ביטנער און עס איז גאנץ שנעל קלאר געווארן אז ריכטערין קעיגען און אפילו אזא ריכטערין ווי סאטאמאיאר זענען געווען היבש אומצופרידן פון זיינע פארלאנגען אונטערשטרייכנדיג די בארג ארויף שפאציר וואס ער וועט דארפן דורמאכן צו האבן א שאנס פאר סוקסעס

ריכטערין קעיגען איז געווען אומצופרידן מיט די קלעגער ארגומענט זינט עס וועט פארלאנגן די רעגירונג ארויפצושטעלן אן אייניגע שטראף אויף עימיצער וועלכע האט נישט איינגעמאלדן אן איינצלנע אקאונט פון קארגע 10 טויזנט דאלער און אזא איינער ווי ביטנער וועלכע איז א רייכע מאן מיט פארצווייגטע געשעפטן וועלכע האט פארפעהלט צו באריכטן מערערע אקאונטס טראץ וואס ער האט אויסבאנאלטן אסאך מער אינפארמאציע ווי די וועלכע האלטן דארט בלויז עטליכע טויזנט דאלער

באזונדער האט זי קלארגעשטעלט אז וויבאלד קאנגרעס האט ביי די שפעטערע פראוויזיע גענוצט די ווארט אקאונטס אנשטאט פיילינג איז עס גאנץ קלאר אז זיי האבן זיך מיט די שטראף באצויגן צו א פארלעצונג פאר אן איינצלנע אומבאריכטעטע אקאונט און דעריבער ווערט יעדע פרישע אקאונט
פאררעכנט אלץ א באזונדערע פארלעצונג

אויב איז נאך געווען סיי וועלכע צווייפל וואו קעיגען שטייט אויף די פראגע האט זי ווידערמאהל געהאמערט ביים ענדע פון די סעסיע מיט איר ערשטע באהויפטונג זאגנדיג אז עס איז פארהאן אן עכטע דיפרענעץ צווישן א פערזאן וועלכע איז נישט איבריג רייך און האט נישט געוואוסט איבער די פארלאנג צו באריכטן אן אויסלענדישע טשעקינג אקאונט און עימיצער וועלכע דרייט מיט טראנזאקציעס פון מיליאנען דאלארן און טוט נאכאנאנד עפענען און אפשפארן אקאונטס מעגליך אין א פארזוך צו פארזוך זיך ארויסצודרייען פון שטייערן אדער צו פינאנצירן טעראר וואס דאן איז העכסט ערווארטעט פאר די אגענטורן צו קומען אויף יענעם'ס שפורן און ארויפשטעלן ערנסטע שטראפן וועלכע איז זייער קלאר בארעכטיגט לויט די שפראך אין די געזעץ

ריכטערין סאטאמאיאר האט אויך געמאכט ענליכע באמערקונגען זאגנדיג פאר גיעסער אז איר פראבלעם איז אז די גאנצע סטרוקטור פונעם געזעץ שיינט צו פארפליכטן פאר אקאונט אייגנטומער צו באריכטן פאר די רעגירונג סיי וועלכע אויסלענדישע באנקינג פארבינדונגען און דאס איז אלעס וואס די ווארט "באריכטן" באדייט אפגעזעהן אויב דו טוסט עס אויף אן איינלצנע דאקומענט אדער אויף 10 וואס איז אומרעלעוואנט צו איר

מעטיו גוארנערי האט געמאכט די קעיס פאר די רעגירונג און אויך ער איז אויסגעשטאנען שווערע פראגן פון טייל ריכטער ווען פאר ריכטער אליטא האט אים געצימבלט איבער די פראוויזיע וועלכע ערלויבט נישט די רעגירונג צו שטראפן מענטשן וועלכע קענען אנגעבן א צופרידנשטעלנדע ערקלערונג פאר נישט באריכטן אקאונטס

גוארנערי האט קלארגעשטעלט אז אן אויסרייד אז מען האט נישט געוואוסט אז עס עקזיסטירט אזא געזעץ ווערט נישט פאררעכנט אלץ צופרידנשטעלנדע ערקלערונג אבער אליטא איז עס נישט געפאלן

ווען גוארנערי האט זיך נישט געוואלט רוקן פון פאזיציע איבער די פראגע האט ריכטער קעווענאו זיך צוגעשטעלט צו אליטא און ציטירט פון די געריכט דאקומענטן אז א באדייטנדע צאהל פון אקאונט אייגנטומער ווייסן נישט אז לויט די געזעץ דארפן זיי עס באריכטן

קעווענאו האט אים דערמאנט אז אין די ארגינעלע דאוקמענטן האט ער זיך פארטיידיגט זאגנדיג אז די "צופרידנשטעלנדע ערקלערונג" אויסנאם דארף קענען געפנען א וועג צו באשוצן עימיצער וועלכע איז געווען עכט אומשולדיג און פרובירט צו לערנען איבער וואס די געזעץ פארלאנגט און טראץ דעם אלעם האט ער אמת'דיג נישט געוואוסט פון די געזעץ דארף עס זיין א שטארקע קעיס נאכצוקומען די צופרידשטעלנדע ערקלערונג אויסנאם

אבער גוארנערי האט זיך געהאלטן ביי דאס זייניגע אז די ווערטער אין די געזעץ זענען וואס זיי זענען און שטעלט אהער א בלויז א גאר באגרעניצטע אויסנאם פאר ריכטיג צופרידנשטעלנדע ערקלערונגען

אויב מאכט זיך א קעיס אין וועלכע א ליבעראלע ריכטער ווען נעמען די זייט פון די רעגירונג און א קאנסערוואטיוו וועט זיך שטעלן אויף די אנדערע זייט וועלן אין מערסטנס פעלער די צוויי דעפעקטירער זיין קעיגען איון גארסוטש

אויך אין די איצטיגע קעיס איז גארסוטש געווען היבש אומצופרין מיט די ברייטע רעכט וועלכע די רעגירונג האט זיך רעזערווירט ארויפצושטעלן שווערע שטראפן אויף א גרעסערע צאהל פון מינדערוויכטיגע פארלעצונגען און זיך געשטעלט אויף די טייל פון די פראוויזיע וועלכע ערלויבט פאר אזעלכע וועלכע פארמאגן מער פון 25 באנק אקאונטס צו מאכן א טשעק אויף א אזא אפציע און דערמיט קענען זיי איבערהיפן די פארלאנג צו דעטאלירן די באנק אינפארמאציע פון אלע אקאונטס

גארסוטש האט ארויסגעברענגט אז אויב גייט מען מיט די רעגירונג שטעלונג אז יעדע אקאונט קען זיין א באזונדערע פארלעצונג מיט א באזונדערע 10 טויזנט דאלער שטראף וועט אויסקומען אז מענטשן מיט ווייניגער אקאונטס (אונטער 25 אקאוטנס) ווערן אויסגעשטעלט צו גרעסערע שטראפן ווי מענטשן מיט מער אקאונטס (פון 25 און העכער) ווייל אויב האסטו צום ביישפיל בלויז 20 אקאונטס מוזטו אויספילן אלע אקאונט דעטאלן און אויב דו מאכסט א גרייז צום ביישפיל ביים אויספולן אדרעסן פון 12 פון די בענק קענסטו אויסשטיין א שטראף פון 120 טויזנט דאלער
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40527
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סאן דיעגא פארמאגט מערערע פארקינג סלאטס וועלכע געהער צו און ווערט קאנטראלירט דורך די סיטי און זיי ערלויבן פאר מאטאריסטן צו פארקירן דארט אבער בלויז פאר א באשטימטע צייט אפשניט

איינע פון די מעטאדן וועלכע די סיטי נוצט שוין פאר לאנגע יארן איז צו אנצייכענען איין ראד פון אלע פארקירטע אויטאמאבילן אויף זייער טעריטאריע מיט ספעציעלע קרייד

ווען דער אפיציר קערט זיך צוריק נאך וואס די צייט באשטימטע צייט גייט אריבער וועט ער איבערקוקן אלע אויטאמאבילן און אויב וועט ער געפונען א קאר וועלכע האט נאך די קרייד צייכן איז עס א צייכן אז זי זיצט שוין דארט לענגער ווי ערלויבט און ער וועט אויסשרייבן א טיקעט פארן אייגנטומער

טראץ וואס די קרייד צייכן איז עפעס וואס איז נישט פערמענאנט און ווערט לייכט פארמעקט נאך עטליכע מינוט וואס די קאר הויבט אן פארן האבן 2 מאטאריסטן וועלכע האבן דורך דעם באקומען פארקינג טיקעטס אריינגעטראגן אן אנקלאגע אין געריכט אז דאס אנצייכענען זייערע קארס ערלויבט די פאליציי צו האלטן אן אויג דערויף (און זעהן ווילאנג זיי זענען פארקירט) און דאס איז א פארלעצונג פון די פערטע אמענדמענט וועלכע ערליובט נישט די רעיגרונג צו שפיאנירן אויף אמעריקאנע בירגער אן א געריכט ווארענט

פעדעראלע דיסטריקט ריכטער ענטאני באטאגליא (נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא) האט געאורטיילט אין שטיצע פון די סיטי און די קלעגער האבן עס אפעלירט צום ניינטן קרייז געריכט וועלכע האט אצינד באשטעטיגט מיט 1-2 די אורטייל פונעם אונטערשטן געריכט צוליב וואס די איינפיר קומט נאך די אויסנאם וועלכע ערלויבט די רעגירונג צו האלטן אן אויג אויף אויטאמאבילן ווען עס דינט די אינטערעסן פון די טראפיק און ביזנעס אקטיוויטעט אין די געגנט אויב די אינפארמאציע ווערט נישט געזאמלט פאר אלגעמיינע קרימינאליטעטן קאנטראל צוועקן און די פארלעצונג פון פרייהייט פון די באטרעפנדע איז בלויז מינימאל די מאיאריטעט איז באשטאנען פון ריכטער דניאל ברעס (נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ) און דיסטריקט ריכטער ראבערט לאסניק (נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן און באשטימט דורכ'ן קרייז געריכט זיך אנצושליסן צום פאנעל אויף די קעיס)

ריכטער פעטריק באמאטי (נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ) האט געשריבן די מינאריטעט אורטייל און ארויסגעברענגט אז ער פארשטייט אז פאר די רעגירונג וואלט געווען פיל לייכטער צו קענען לויז ווערן פון די פערטע אמענדמענט אבער ווילאנג די אמענדמענט איז אין פלאץ איז די אויפגאבע פונעם געריכט צו פארזיכערן אז פערזענליכע פרייהייט ווערט נישט פארלעצט טראץ וואס ער אנערקענט אז די קרייד צייכענונג איז נישט א גאר ערנסטע פארלעצונג איז עס אבער פארט א פארלעצונג באשוצט אונטער די אמענדמענט
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5629
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

קרייד ???????????

רעדט צו מיר זיסקייט, באהאלט נישט.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40527
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פראקטיש האט געשריבן:
קרייד ???????????

רעדט צו מיר זיסקייט, באהאלט נישט.
טשאלק בשפת העמים
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5629
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

הכל הבל האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
קרייד ???????????

רעדט צו מיר זיסקייט, באהאלט נישט.
טשאלק בשפת העמים
טאטע זיסער, איך דארף דעס הערן פון די גאס? ווי בין איך געווען ווען מ'האט דאס אויסגעשמועסט?

שוין איך שלינג און גיי ווייטער, מ'נעמט דאס אן באהבה.

שכח פארן פאוסט זעלבסט און פאר'ן מיך לערנען ריין אידיש.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40527
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין 1981 למספרם האט א פראמינענטע פאטאגראפירקע מיטן נאמען לין גאלדשמידט פילמירט א סעריע פון בילדער פון א גרויסע מוזיקאנט פון יענע צייט

מיט 3 יאר דערויף האט א באקאנטע מאגאזין אפגעקויפט די לייסענס צו פובליצירן איינע פון די שווארץ און ווייסע בילדער

זיי האבן דאן אויפגענומען אן ארטיסט מיטן נאמען ענדי ווארהאל איבערצוארבעטן די בילד און עס פארבן קאלירט וועלנדיג פרעזענטירן יענעם זינגער און גאלדשמיט איז געווארן צוגעטיילט קרעדיט פארן האבן טייל אין די אילוסטראציע זייענדיג די וועלכע האט פאקטיש געכאפט דאס בילד

זיצנדיג אויף יענעם בילד האט ווארהאל אין לויף פון זיינע יארן געמאכט אזויפיל ווי 16 סארט פארשידנארטיגע סעמפלס פון יענע בילד, אלע מיט אנדערע שטריכן און פארבן און די מאלערייען זענען פארבליבן אין זיין פריוואטע באזיץ און נאך זיין טויט איז עס אריבער צו זיין ווארהאל פאנדעישאן וועלכע האט זיי פרעזערווירט און פון צייט צו צייט פארגעשטעלט ביי מאלעריי מוזעאם פארשטעלונגען

אין 2016 למספרם ווען יענע זינגער איז געשטארבן האט די אויבנדערמאנטע מאגאזין געווידמעט זייער מאנאטליכע אויפלאגע אין זיין אנדענק און געשטעלט איינע פון די 16 איבערגעארבעטע בילדער פון די ווארהאל פאנדעישאן אויפן דעקל נאכן באקומען פאר די פרייז פון ארום 10 טויזנט דאלער פאר א לייסענס פון די פאנדעישאן עס צו מעגן פובליצירן

ביי יענע בילד האט די אויסגאבע בלויז קרעדיטירט די ווארהאל פאנדעישאן אבער נישט ערווענט גאלדשמידט וועלכע איז זעענדיג די דעקל געכאפט געווארן אין איבערראשונג נישט וואוסנדיג ביז דאן אז עס עקזיסטירן נאך בילדער אילוסטראציעס באזירט אויף די בילדער וועלכע זי האט גענומען און זי האט באלד אינפארמירט די רעדאקציע און זיך באקלאגט אז זי גלויבט אז דערמיט זענען פארלעצט געווארן אירע קאפירייטס

די פאנדעישאן האט איר געפעדערט און זיך געוואנדן צום פעדעראלן דיסטריקט געריכט אוו א ריכטער האט אין 2019 למספרם בלאקירט גאלדשמידט פון קענען ברענגן קאפירייט קלאגעס

די "ערלויבטע באנוץ" דאקטרינע איז א געזעץ וועלכע מאכט אויסנאמען אויף קאפירייט געזעצן צו צו באלאנסירן די קעגנזייטיגע רעכטן פון רעכטן פון אינציאטארן פון איין זייט און פון פובליק אינטערעסע -וועלכע זוכן צו האבן ברייטערע צוטריט צו פראדוקטן און סערוויסעס ווי צום ביישפיל מידיא באריכטן און נאך- אויף די צווייטע זייט

עס ערלויבט צו נוצן יענעם'ס מאטריאל און אינאוואציע אן ערלויבעניש אין א רייע אומשטענדן אריינגערעכנט פאר נייעס באריכטן, ערציאונג, ריסוירטש און נאך

ווי פארשטענדליך איז אזא דאקטרינע קאמפליצירט און אין יעדע פאל וועט די געריכט דורכפירן א טעסט אויף די פאלגענדע 4 פאקטארן צו באשטימען אויב עס איז געדעקט אונטער די דאקטרינע:

1) איז די צוועק און כאראקטער פון די באנוץ פאר קאמערציאלע צוועקן אדער פאר נאן פראפיט וואוילטעטיגע מאטיוון צו בארייכערן די אינפארמאציע און געדאנקן פון מענטשן
2) באטראכטן די נאטור פון די קאפירטע ווערק
3) אפשאצן די קוואנטום און גרויס פון די ווערק
4) מעסטן די אפעקט פון די באנוץ אקעגן די ווערד פון די ארבעט וואס ווערט קאפירט

די פראגע אין אונזער קעיס איז אויב די נייע 2016 למספרם פארעפטליכטע איבערגעארבעטע בילד איז גענוג שטארק געטוישט פון די ארגינעלע בילד און שטעלט פאר א גענצליך נייע באדייט און מעסעדזש פאר די ליינער און ווי די פאנדעישאן זאגט אז די קאלירטע בילד טוט טראנספארמירן די ארגינעל שווארץ און ווייסע בילד אין וועלכע דער זינגער וועלכע האט געגעבן די איינדרוק ווי אן אומבאהאלפענע פארלוירענע מאן צו א מאכטפולע און שטארקע פיגור

די פאנדעישאן טענה'ט אז די גאנצע ציהל פון די קאפירייט געזעצן איז צו מוטיגן אינאוואציע אז מענטשן וועלן זיין גרייט צו אינוועסטירן אין נייע געדאנקן וואוסנדיג אז זיי וועלן זיין באשוצט פון ווערן קאפירט דורך אנדערע

זיי ווייזן אן אז אין די איצטיגע קעיס האט דער ארטיסט איבערגעמאכט די בילד צו א נייע משמעות און צוליב דעם איז עס נישט אין פארלעצונג פון די קאפירייט געזעץ נאר פונקט קאפויער, עס סערווירט די אינטערעסע וואס די געזעץ האט געוואלט באשוצן , נעמליך, צושטעלן פארן פובליק נייע סארט ווערק (די נייע בילד ווערסיע) אין אונזער פאל

פעדעראלע דיסטריקט ריכטער דזשאן קאולטל (נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן) האט געאורטיילט אין שטיצע פון ווארהאל אבער גאלדשמידט האט עס אפעלירט צום צווייטן סירקוט קאורט וועלכע האט איבערגעדרייט די אורטייל און ערלויבט פאר גאלדשמידט פאראויסצוגיין מיט איר קאפירייט קעיס

אין זייער אורטייל שרייבט ריכטער לינטש אז ווען מען באטראכט די הארטע דעטאלן פונעם בילד איז קלאר אז ווארהאל האט גענוצט א בילד פון גאלדשמידט און דאס איז די וויכטיגסטע טייל פון די בילד און די ארטיסטישע טוישונגען זענען מינדערוויכטיג פון א פיזישן זין

איבער דאס וואס די דיסטריקט געריכט האט געשריבן אז ארטיסטישע מאדיפיקאציעס שטעלן פאר דעם זינגער אין א גאר נייע ליכט און אז די מעסעדזש און באדייט זענען גענוג פריש עס צו פארוואנדלען אין א גענצליך נייע פראדוקט שרייבט די קרייז געריכט אז ריכטער זענען נישט קיין ארטיסטישע עקספערטן און ווייט נישט געאייגנט צו פאסן אזעלכע דעליקאטע באשלוסן און באשליסן לויט ווי אזוי זיי שפורן איבער מעסעדזשעס און כאראקטער וועלכע בילדער טראגן מיט זיך פון אן עמאציאנאלן זין

באזונדער שרייבט לינטש אז אפילו ווען די ריכטער זאל ווען פארשטיין צו די אויסדרוק און באדייט פון בילדער איז זיין מיינונג נישט באזירט אויף טרוקענע פאקטן נאר א סוביעקטיווע געפיל וואס מוז נישט זיין געבונדן צום מציאות נאר יעדער קען שפורן זייער אייגענע וועג איבער דעם

ווארהאל האט קריטיקירט די באשלוס און פארפירט אז די סירקוט קאורט איז היפאקריטיש פארן באשולדיגן די דיסטריקט געריכט פארן אריינרעדן אין אזעלכע קאמפליצירטע ארטיסטישע פראגן אין די צייט ואוס די קרייז געריכט איז גארנישט אנדערש ווען זיי האבן באשלאסן אז די בילד שטעלט נישט פאר קיין ערנסטע טויש פון די ארגינעלע בילד

ווארהאל האט אנגעוויזן אז פרעצעדענט פון די ניינטע קרייז געריכט גייט אין קעגנזאץ צו די צווייטע סירקוט אורטייל און שפיגלט אפ די צוגאנג פונעם דיסטריקט געריכט און אפעלירט די באשלוס צום סופרים קאורט וועלכע איז איינגעגאנגען אויסצוהערן די קעיס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40527
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פעדעראלע ריכטער דזשעימס באוסבערג (נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא) ווארפט ארויס א לאוסוט אריינגעטראגן דורך אלעקסאנדער ווינדמאן אקעגן טראמפ און דזשוליאני שרייבנדיג אז באוואשאן עימיצן פאליטיש איז נישט אויטאמאטיש עפעס וואס איז לעגאל פראבלעמאטיש
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40527
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

רעפובליקאנער האבן איבערגענומען א מאיאריטעט אויף די סופרים קאורט הייזער אין צפון קאראליינע און אין אהייא
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40527
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ריכטערין סאטאמאיאר האט אפגעווארפן א ביטע פון רעליגיעזע ארבעטער פאר ניו אירק סיטי וועלכע זוכן זיך צו באפרייען פון די וואקסין מאנדאט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40527
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
די פולע די סי סירקוט האט געאורטיילט אקעגן אויסהערן די פארלאנג פון טראמפ צו בלאקירן קאנגרעס פון קענען זעהן זיינע שטייער רעקארדס
טראמפ איז ערווארטעט עס צו אפעלירן צום סופרים קאורט
טראמפ פיילט פאר עמורזשענסי פעטיציע צום סופרים קאורט
ביידען אדמיניסטראציע מוטיגט געריכט נישט צו גיבן קיין סטעי
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40527
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א ריכטער אין פלארידא פארארדנט פאר טראמפ אדוואקאטן אלינא האנא און פיטער טיקטין (געלערנט מיט טראמפ אין איין קלאס אין שולע) און זייערע געהילפן צו באצאהלן 50 טויזנט דאלער אין שטראפן אין לעגאלע אויסגאבן פאר עימיצן וועלכע טראמפ האט איינגעשלאסן אין זיין אומסוקסעספולע לאוסוט אקעגן הילערי קלינטאן
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6610
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

שכח הבל פאר דיינע באריכטן!

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40527
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די ביידען סטודענט חובות פארגעבונג ארדער שטייט אויס מערערע לאוסוטס וועלכע זוכן עס צו בלאקירן און דערווייל האט די אכטע קרייז קריכט עס בלאקריט אויף צייטווייליג נעכטן האט פעדעראלע דיסטריקט ריכטער מארק פיטמאן (נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ) געאורטיילט אקעגן די ארדער

די ביידען אדמיניסטראציע אפעלירט די קעיס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40527
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א פרוי אין רומעניע האט זיך איינגעגעבן צו קענען לערנען אין א שולע וועלכע טרענירט צוקונפטיגע מיליטערלייט און געזוכט צו קענען ווערן א מיליטערישע דאקטאר

צו קענען ווערן אנגענומען דארף מען צו ערשט אדורכגיין א מעדיצינשע אפשאצונג איבער די פעעיגקייטן צו קענען אפערירן אויפן פראנט אריינגערעכנט דאס קענען שלעפן מיליטערישע געצייג אין די וואג פון כאטש 125 פונט

די אפליקאציע פון די פרוי איז געווארן אפגעווארפן צוליב וואס איר הייך איז ביי 5.9 פיס און די וואג איז ביי 97 וואס וועט לויט די שולע נישט זיין גענוג

די פרוי האט אריינגעטראגן א לאוסוט אין אייראפע'ס העכסטע געריכט פאר מענטשן רעכט וועלכע האט אצינד געאורטיילט אז די שריט איז געווען דיסקרימינאציע און טראץ וואס זי וועט אצינד קענען פרובירן זיך אריינצובאקומען דארפן זיי איר באצאהלן 7500 יורא פאר אנטשעדיגונג און די צייט וואס זי האט פארלוירן
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15474
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

סתם א גוטער קעיס אדער האט מיטן אמעריקאנער געריכט סיסטעם?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40527
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יאנאש האט געשריבן:
סתם א גוטער קעיס אדער האט מיטן אמעריקאנער געריכט סיסטעם?
אמאהל אמאהל אימגרירן אריין דרויסנדיגע קעיסעס אין די אשכול
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15474
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

אינעם גאלדשמידט/ווארהאל קעיס, איז ווארהאל אפרעד זייער שטארק. וואס איז דיין זיך מישן איבער מישן...

האקט, שאאאאר. עניטיים, נאר געוואלט זיכער שטעלן.

טענקס לאודס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40527
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יאנאש האט געשריבן:
אינעם גאלדשמידט/ווארהאל קעיס, איז ווארהאל אפרעד זייער שטארק. וואס איז דיין זיך מישן איבער מישן...

האקט, שאאאאר. עניטיים, נאר געוואלט זיכער שטעלן.

טענקס לאודס
הו הא!

געשמאק צו זעהן אז די לענגערע לאנגווייליגע קעיסעס ווערן ווירקליך דורכגעליינט!

יישר!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40527
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין סינסינעטי אהייא פירט די בירגער באקלאגעניש אויטאריטעט דורך אינטערוויוס אויסצופארשן פאליציי אפיצירן אין פעלער ווען עס קומען אריין באקלאגענישן פון איבערגעטריבענע מאכט באנוץ

די טראנסקריפטן פון די אינטערוויוס ווערן געמאכט פובליק אויב עס איז דא א פארלאנג און אפיצירן זענען בארעכטיגט צו פארשרייבן נאטיצן אין די צייט וואס זיי ווערן פארהערט צו פארזיכערן אז די טראנסקריפטן זענען אקוראט און ווערן נישט געטשעפעט אבער די סיטי האט א שטרענגע פארבאט וועלכע ערלויבט נישט די אפיצירן עס צו רעקארדירן אויף סיי וועלכע אפאראט

עטליכע אפיצירן האבן זיך באקלאגט אז די טראנסקריפטן פון זייערע פארהערן זענען געווארן טיילווייז ארומגעטוישט און וויכטיגע אינפארמאציע זענען געווארן ארויסגעשניטן און זיך געוואנדן צום פעדעראלן געריכט מיט די טענה אז די ערשטע אמענדמענט שענקט זיי די רעכט צו קענען רעקארדירן זייערע פארהערן אבער דיסטריקט ריכטער מייקל בערעט (נאמינירט דורך פרעזידענט בוש דער צווייטער) האט אוריסגעווארפן די קלאגע צוליב וואס די סיטי איז אינצווישן איינגעגאנגען אז כאטש די אפיצירן וועלן ווייטער נישט קענען רעקארדירן די אינטערוויוס וועט עס די בירגער באקלאגעניש אויטאריטעט וועלכע פירט דורך די פארהערן, דארפן רעקארדירן אלע אינטערוויוס

די אפיצירן האבן אפעלירט די קעיס צום זעקסטן קרייז געריכט וועלכע האט אצינד ארויסגעווארפן די אנקלאגע און געשריבן אז פרייהייט פון אויסדרוק מוז נישט ארייננעמען די רעכט צו רעקארדירן פארהערן און אז נישט די פאליציי אדער די אויטאריטעט אפערירן אלץ פרעסע לייט וועלכע דארפן האבן די רעכט צו רעקארדירן און אז עס איז נישט באקאנט פון סיי וועלכע אמעריקאנע געזעץ וועלכע גיבט די רעכט פאר מענטשן אונטער רעגירונג אויספארשונג צו קענען רעקארדירן די אויספארשונגען וועלכע זיי גייען אריבער

זיי שרייבן אז דזשורי קערפערשאפטן אדער עף בי איי אויספארשער וועלן קיינמאל נישט צושטעלן קיין רעקאדירונגען פאר אויסגעפארשטע אינמיטן אן אויספארשונג און אז מאכן אן אויסנאם אין די דאזיגע קעיס קען שעדיגן די מעגליכקייטן פון די אויטאריטעט דורכצופירן געהעריג זייער ארבעט

איינע פון די ארגומענטן דורך די אפיצירן איז געווען אז היים אייגנטומער וועלכע ווערן איבערגעפאלן דורך פאליציי מיט א סוירטש ווארענט און ווערן אויסגעפערעגט האבן די לעגאלע רעכט צו רעקארדירן די פארהערן

די אפעלאט געריכט האט אבער אפגעווארפן די צושטעל שרייבנדיג אז היים איינגטומער האבן די רעכט צו זיין אין זייערע הייזער וואס און די צייט וואס פרעמדע קענען נישט דארט זיין און מען קען נישט ציען קיין שטריכן פון רעכטן וואס מענטשן מעגן טוהן אונטער די אייגענע דאך און פארלאנגען די זעלבע רעכטן זייענדיג אונטער די רעגירונג'ס דאך

זיי שרייבן אז די פאקט אז געווענליך וועט די אויטאריטעט סייווי פארעפנטליכן די פארהערן מיינט נישט אז ביז זיי גיבן עס ארויס איז נישטא קיין לעגיטימע אינטערעסע פאר די אויספארשונג עס צו האלטן פארזיגלט און אלץדי זארג אז זיי שפילן זיך ארום מיט די טראנסקריפטן זענען דא אין פלאץ די מעכאניזם פון אפיצירן וואס פארצייכענען זיך נאטיצן אין די צייט פון די פארהער

די פאנעל איז באשטאנען פון ריכטער דזשעפרי שטן (נאמינירט דורך פרעזידענט בוש דער צווייטער) ריכטערין בערניס דאנאלד (נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא) און ריכטער עריק מורפי (נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ)
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5629
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

הכל הבל האט געשריבן:
יאנאש האט געשריבן:
סתם א גוטער קעיס אדער האט מיטן אמעריקאנער געריכט סיסטעם?
אמאהל אמאהל אימגרירן אריין דרויסנדיגע קעיסעס אין די אשכול
אזוי לאנג ווי דיסנענטיס ווערט נישט גובערנאטאר פון דעם אשכול, קענסטו אימיגרירן אויסלענדישע געריכט קעיסעס.
נודניק
שר האלף
תגובות: 1421
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודניק »

הכל הבל האט געשריבן:
א פרוי אין רומעניע האט זיך איינגעגעבן צו קענען לערנען אין א שולע וועלכע טרענירט צוקונפטיגע מיליטערלייט און געזוכט צו קענען ווערן א מיליטערישע דאקטאר

צו קענען ווערן אנגענומען דארף מען צו ערשט אדורכגיין א מעדיצינשע אפשאצונג איבער די פעעיגקייטן צו קענען אפערירן אויפן פראנט אריינגערעכנט דאס קענען שלעפן מיליטערישע געצייג אין די וואג פון כאטש 125 פונט

די אפליקאציע פון די פרוי איז געווארן אפגעווארפן צוליב וואס איר הייך איז ביי 5.9 פיס און די וואג איז ביי 97 וואס וועט לויט די שולע נישט זיין גענוג

די פרוי האט אריינגעטראגן א לאוסוט אין אייראפע'ס העכסטע געריכט פאר מענטשן רעכט וועלכע האט אצינד געאורטיילט אז די שריט איז געווען דיסקרימינאציע און טראץ וואס זי וועט אצינד קענען פרובירן זיך אריינצובאקומען דארפן זיי איר באצאהלן 7500 יורא פאר אנטשעדיגונג און די צייט וואס זי האט פארלוירן

איך כאפ נישט, וואס איז דיסקרימינאציע?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40527
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
א דריי ריכטער פאנעל האבן איצט בלאקירט אויף דערווייל די סובפינע פון די סעלעקט קאמיטע אויף די טעלעפאן רעקארדס פון די אריזאנא רעפובליקאנע סטעיט פארטיי פארזיצערין קעלי ווארד צו גיבן צייט אריינצוקוקן אין איר אנקלאגע

די פאנעל איז באשטאנען פון ריכטער סילווערמאן (נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן)
ריכטער איקאטע (נאמינירט דורך פרעזידענט בוש)
און ריכטער מילער (נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ)
אצינד האט די פאנעל געשטימט 1-2 אז ווארד מוז זיך צושטעלן צום סובפנע
ווארד אפעלירט די אורטייל צום סופרים קאורט
ריכטערין קעיגען בלאקירט אויף דערווייל דאס אינפארסירן די סבפינע ביז די געריכט קען הערן פון די סעלעקט קאמיטע וועלכע דארף רעאגירן שפעטסטנס ביז מארגן פריייטאג
קאמיטע רעאגירט און פארלאנגט אז מען זאל נישט אקצעפטירן איר אפעלאט פארזוך שרייבנדיג אז ווארד האט ארויסגעהאלפן א פוטש פארזוך
סופרים קאורט האט נארוואס אפגעווארפן ווארד'ס ביטע
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”