נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין 2004 למספרם האבן מייקל און שאנטעל סאקעט האבן אפגעקויפט א ליידיגע שטח ביי א טייך נעבן די אמעריקאנע גרעניץ מיט קאנאדא

נאכן ערהאלטן די נוטיגע פערמיטן צו בויען דארט זייער היים האבן די סאקעט פארפאלק אנגעהויבן צוגרייטן די באדן פון די אומגעפער צוויי דריטל אקער לאנד און אויפגעגראבן דארט שטיינער און זאמד

קורצליך דערויף האבן זיי ערהאלטן א בוי אפשטעל ארדער פון די ענווייראמענטאלע באשיצונג אגענטור וועלכע האט ערקלערט אז די פלאץ זיצט אויף נאסע ערד און איז באשוצט אונטער די ריינע וואסער אקט געזעץ וועלכע פארבאט דאס גראבן דארט צוליב די שעדליכע פאלושן

די אגענטור האט זיי באפוילן צוריקצושטעלן די שטח צו איר ארגינעלע אויסקוק און ארויפגעשטעלט א שטראף פון 40 טויזנט דאלער פאר יעדע טאג וואס די ארדער ווערט איגנארירט

אין 2008 למספרם האט די סאקעט פארפאלק אריינגעטראגן אן אנקלאגע אין פעדעראלן געריכט וואו די צוויי זייטן האבן זיך צו ערשט אויסגעקעמפט אויב די סאקעט'ס קענען בכלל נעמען די קעיס גראד צום פעדעראלן געריכט אדער דארף צו ערשט דורכגיין אנדערע פראצעדורן

די פראגע האט געלאנדעט אין סופרים קאורט וועלכע האט אין 2012 למספרם איינשטימיג געשריבן אז זיי קענען זאפארט מאכן זייער קעיס אין פעדעראלן געריכט

זיך טרעפנדיג צוריק אין פעדעראלן דיסטריקט געריכט האט ריכטער עדווארד לאדזשע (נאמינירט דורך פרעזידענט בוש דער ערשטער) אויסגעהערט די קעיס און געאורטיילט אין שטיצע פון די EPA שרייבנדיג אז די נאסע ערד פון זייער באדן אווערט פאררעכנט אלץ פארבונדן צום טייך וועלכע לויפט ביים גרעניץ און ווערט פאררעכנט אלץ אמעריקאנע וואסערן (וואער וואס באלאנגט צו די רעגירונג און קאנגרעס קען עס רעגולירן)

די פארפאלק האט אפעלירט די אורטייל צום ניינטן קרייז געריכט וועלכע האט באשטעטיגט די אורטייל פונעם אונטערשטן געריכט און די סאקעט'ס האבן זיך ווידער געוואנדן צום העכסטן געריכט

די פארפאלק האט געבעהטן פונעם געריכט ווידער אריינצוקוקן אין א פריערדיגע סופרים קאורט אורטייל פון 2006 למספרם ווען א מאיאריטעט אויפן געריכט האט איינגעשטימט אז "די ריינע וואסער אקט טוט נישט רעגולירן יעדע סארט נאסע באדן" אבער יענע אורטייל האט נישט באוויזן צוזאמצושטעלן א מאיאריטעט וועלכע זאל אוועקשטעלן וואס עס זענען יא די קלארע סטאנדארטן אויף ווען יא און ווען נישט און דערמיט האבן זיי אפן געלאזט פאר די נידריגע געריכטן אליינס צו באשטימען די ריכטיגע צוגאנג דערצו

אין אונזער קעיס האט טאקע די ניינטע קרייז געריכט באשטימט די סטאנדארד לויט זייער געשמאק און אצינד איז די געריכט איינגעגאנגען איבערצוקוקן אויב זיי זענען צופרידן מיט די ניינטע קרייז געריכט אפטייטש

די סאקעט'ס שרייבן אז די געריכט דארף אדרעסירן צוויי צוויי הויפט פראגן וועלכע וועט דעצידירן די קעיס:

1) אויב די נאסע באדן אין זייער קעיס קען אפילו הייסן פארבונדן מיט די טייך אין די צייט וואס אין פאקט טוט זייער שטח נישט אנרירן די טייך נאר עס לויפט אריבער א שטיינערנע שטראז און א רייע הייזער וועלכע קוקן צום טייך און איז צווישן די סאקעט באדן אין די טייך און אפילו אויב עס פליסט וואסער פון אונטער די ערד איז עס פון די טייך צו זייער באדן און נישט די אנדערע וועג וואס דאס מיינט אז זייער באדן ווערט צומאל אויב מעגליך באשווענקט דורך די טייך אבער איז נישט טייל פון איר

די טענה לויטעט אז קאנגרעס האט ניטאמאהל אינזין געהאט אזא סארט נאסע ערד וואס איז נישט פאקטיש פארבונדן מיט די טייך אדער אקעאן

די אגענטור ווארפט אפ די באהויפטונגען זאגנדיג אז אפילו אויב עס איז נישטא א פיזישע מערקבארע פארבינדונג צווישן די נאסע באדן אין די טייך איז די צוועק פון די געזעץ צו באשוצן די וואסער און אויב טוט די בוי ארבעט שעדיגן די טייך דערנעבן איז דאס זעלבסט גענוג פארבינדונג אריינצושלעפן די באדן אונטער די רעגולאציע

זיי ווייזן אן אז אז זיין מיינונג אין די 2006 למספרם אורטייל האט ריכטער קענעדי געשריבן אז לויט אים טוט די געזעץ רעגולירן נאסע ערד אויב זי האט א ערנסטע פארבינדונג מיט די וואסער וועלכע ווערט געדעקט אונטער די געזעץ און אויב עס האט אן ערנסטע אפעקט אויף די קוואליטעט פונעם וואסער

2) אפילו אויב קאנגרעס האט עס יא אינזין געהאט איז די פראגע אויב קאנגרעס איז באפולמעכטיגט צו רעגולירן נאסע פריוואטע ערד בלויז ווייל זי איז פארבונדן מיט אזא שוואכע שייכות צו אמעריקאנע רעגירונג וואסערן

אין די מינוטן טוען די סופרים קאורט ריכטער אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פאלגענד איז די צווייטע קעיס וועלכע געריכט הערט היינט אויס:



פראפערטי וועמען'ס אייגנטומער שטארבט אן איבערלאזן יורשים גיט אריבער צו די סטעיט וואו זיי זענען לאקירט

אין די מיטעלע 1900 יארן למספרם האט אנגעהויבן ארויפקומען מער און מער אויפן אויבערפלאך די פראגע ווען עס קומט צו נכסים ווי אומאיינקאסירטע טשעקס אדער חובות וואס מען איז יענעם שולדיג ווי רענט און דאס גלייכן וועלכע איז נישט קיין פיזישע קרקע און די סטעיט

אין פילע פעלער פאסירט אז די לעצטע אדרעס פון דער וועלכע יאגט נישט אן אויסצולייזן די טשעק ביים לעבן איז לאקירט אין איין סטעיט אבער די טשעק איז געווארן ארויסגעגעבן פון אן אינסטיטוציע אין א צווייטע סטעיט

אין 1965 למספרם האט די סופרים קאורט געאורטיילט אין שטיצע פון ניו דזשערסי אקעגן טעקסאס און געשריבן אז די סטעיט וואו יענער האט געוואוינט אין די לעצטע צייט פון זיין לעבן איז די סטעיט וועלכע קען פארכאפן די אייגנטום

אין 1972 למספרם האט די סופרים קאורט ווידער באהאנדלט ענליכע פראגן ווען עס קומט צו וועסטערן יוניאן מאני ארדערס וועלכע זענען געווארן געקויפט אבער קיינער האט זיי נישט אויסגעלייזט זינט אין געוויסע סטעיט'ס ווייסט וועסטערן יוניאן (וועלכע פארקויפט די מאני ארדערס) ווער עס קויפט זיי און אין אנדערע נישט

די אורטייל איז געווען אז אין סטעיט'ס ווי ניו יארק וואו וועסטערן יוניאן ווייסט ווער דער קויפער איז געווען באלאנגט די געלט פאר די סטעיט'ס וואו יענער האט געוואוינט און אויב מען האט עס געקויפט אין א סטעיט וועלכע פארצייכנט נישט ווער די קויפער איז דאן גייט די געלט פאר סטעיט וואו וועסטערן יוניאן האט זיך געגרינדעט

נאכפאלגנדיג יענע אורטייל האט קאנגרעס אדרעסירט די פראגע און אין 1974 למספרם האבן זיי באשטעטיגט א געזעץ וועלכע שליסט אויס מאני ארדערס און ענליכע סארט טראוולערס טשעקס און "אנדערע ענליכע געשריבענע אינסטרומענטן" (נישט אריינגערעכנט דריטע פארטיי באנק טשעקס) אז זיי זאלן געהערן צו די סטעיט'ס וואו זיי זענען געווארן געקויפט און נישט צו די סטעיט וואו די לעצטע אדרעס פונעם קויפער איז געווען
אין די לעצטע עטליכע יאר האט זיך אנטוויקלט א פרישע סטעיט שטירייט צווישן דעלעוועיר וועלכע קעמפט אקעגן 20 אנדערע סטעיט אנבאלאנגט מאניגרעם טשעקס

לויט די מולטי סטעיט פאלן מאניגרעם טשעקס אונטער די זעלבע 1974 למספרם קאנגרעס געזעץ (אונטער די אקראנים FDA) און פונקט ווי ביי געווענליכע מאני ארדערס דארף עס גיין פאר די סטעיט וואו עס איז געקויפט געווארן

זיי ווייזן אן אז מאניגרעם טשעקס רעכנט אויך אן אפצאהל פונעם קויפער, עס ווערט פון פאראויס געדרוקט ווי נאר דעקט קויפער דעקט און באצאהלט די סומע, און די מאניגרעם פירמע איז פאראנטווארטליך צו דעקן די סומע פונעם טשעק

די סטעיט'ס טענה'ן אז דעלעוועיר האט אומריכטיג פארכאפט אומאיינקאסירטע 150 מיליאן דאלער וואס וואלט לויט זייער ארגומענט געדארפט גיין צו זיי און לויט ווי דעלעוועיר שאצט איז דאס אין צוגאב פון באזונדערע 135 מיליאן דאלער וועלכע וואלט באזירט אויף די דאזיגע ארגומענט געברויכט גיין צו א רייע אנדערע סטעיט'ס וועלכע האבן זיך נישט אנגעשלאסן אין די קעיס

אין 2015-2016 למספרם האבן די סטעיט'ס זיך געוואנדן צו דעלעוועיר מיט זייער פארלאנג אבער דעלעוועיר האט געצעגערט מיטן ערקלערן אפיציעל זייער שטעלונג אבער שפעטער האבן זיי איינפאך אפגעווארפן זיך צו טרעפן מיט פארשטייער פון די קאנטער סטעיט'ס

מאניגרעם זעלבסט האט זיך אנגעהויבן זארגן אז זיי זאלן זיך נישט טרעפן צווישן האמער און נאגל און נאך מוזן צוריקקערן דאס געלט פאר ביידע זייטן באזונדער און געוואלט אז די צוויי זייטן זאלן זיך פארשטענדיגן איבער די פראגע און פארלאנגט פון דעלעוויער צו הערן זייער שטעלונג

דעלעוועיר האט נישט דירעקט רעאגירט אויפן פארלאנג נאר אנשטאט געמאלדן אז זיי פלאנען דורכפירן אן אודיט אויף מאניגרעם אפצושאצן זייער פראקטיצירונג און פראצעדור און צו קענען פעסטשטעלן אונטער וועלכע קאטגאריע זי פאלט

אין 2016 למספרם האבן עטליכע פון די סטעיט'ס אנגעהויבן ברענגן קלאגעס אין פעדעראלן געריכט אקעגן דעלעוועיר און מאניגרעם און די סופרים קאורט האט שנעל איבערגענומען די קעיס שרייבנדיג אז צוליב וואס עס איז א סטעיט אקעגן סטעיט געפעכט איז ד העכסטע געריכט די מיט ארגינעלע יוריסדיקציע אונטער די קאנסטיטוציע

אין 2017 למספרם האט די סופרים קאורט געשטעלט ספעציעלע מייסטער פיערע לעוואל צו אנאליזירן די פראגע און צוריקקומען מיט רעקאמענדאציעס וועלכע די געריכט וועט דאן קענען איבערקוקן און עס באשטעטיגן אדער אפווארפן

אין מאי 2021 למספרם האט לעוואל ארויסגעגעבן די רעקאמענדאציע שרייבנדיג אז נאכן איבערקוקן און שטודירן די FDA געזעץ טוט עס דעקן אויך מאניגרעם טשעקס

דעלעוועיר האט אבער געפיילט א מאשוען צום סופרים קאורט זיך אקעגנצושטעלן די ספעשל מייסטער געפינסן און טענה'ט אז מאניגרעם טשעקס זענען נישט געדעקט אונטער די FDA זינט אין פאקט ווערן זיי נישט גערופן מאני ארדערס און טראץ וואס די געזעץ דערמאנט "אנדערע ענליכע געשריבענע אינסטרומענטן" זאל יענע פראזע ווערן שטארק באגרעניצט צו בלויז גאר ענליכע אינסטרומענטן צו מאני ארדערס און נישט איינשליסן מאניגרעם טשעקס וועלכע איז א ספעציפישע קאמערציאלע פראדוקט דעזיגנירט פאר ספעציפישע געברויכן און זיי זאלן ליבערשט פאררעכנט ווערן ווי דריטע פארטיי באנק טשעקס וועלכע די געזעץ שליסט קלאר אויס

ווי אנגעהויבן, טוען די ריכטער היינט אויסהערן די מונדליכע ארגומענוטן אין די קעיס
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5912
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

און דאס איז נאך בקיצור...

א הערצליכע דאנק אייך!
כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ארחיקה נדד האט געשריבן:
און דאס איז נאך בקיצור...

א הערצליכע דאנק אייך!
יישר!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פענסילוועניע'ס הויפט סופרים קאורט ריכטער געשטארבן עטליכע מאנאטן בעפאר ער האט האט געזאלט רעטייערן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ריכטערין בראון זייער אקטיוו ביים שטעלן פראגן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

נאך די 2020 למספרם צענזוס וועלכע האט באריכטעט אז ארום 27% פון די אלאבאמא באפעלקערונג זענען אפריקאנע אמעריקאנע האט די סטעיט אויסגעשניטן זייערע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט מאפע מיט בלויז איין דיסטריקט מיט אן אפריקאנע אמעריקאנע מאיאריטעט

א גרופע וויילער האט ארינגעטראגן אן אנקלאגע אקעגן די סטעיט פארן אויסשניידן אן אפריקאנע אמעריקאנע רצועה וועלכע לויפט אריבער רורעל געגנטער און אהין אריינגעשטופט אזויפיל אפריקאנע אמעריקאנע אז זיי באטרעפן 60% פון די דיסטריקט און די צייט וואס זייער פרעזענטאציע אין אנדערע דיסטריקטן לענגאויס די סטעיט פארבלייבט ווינציגער ווי 31%

פארלאפענע יונואר למספרם האט א דריי ריכטער פאנעל (וועלכע האט איינגעלשאסן 2 טראמפ נאמינירטע ריכטער) געגעבן רעכט פאר די קלעגער וועלכע פארלאנגען אז כאטש צוויי דיסטריקטן זאלן האבן אפריקאנע אמעריקאנע מאיאריטעטן שרייבנדיג אז דאס שאפן בלויז איין אפריקאנע אמעריקאנע דיסטריקט פארלעצט סעקשאן 2 פון די וואוטינג רייטס אקט וועלכע פארבאט וואל פראקטיצירונג וועלכע ווארפט אפ אדער באגרעניצט די רעכט צו שטימען באזירט אויף ראסע

די סטעיט האט דאן געפיילט אן עמורזשענסי אפעלאט אין סופרים קאורט פאר א סטעי וועלכע די געריכט האט נאכגעגעבן מיט 3-6 וואס דאס האט געמיינט אז אויף איצטיגן וואל סעזאן איז די רעפובליקאנע מאפע געבליבן אין פלאץ און די ריכטער האבן באשטימט אויסצוהערן די ארגומענטן צו קענען באשליסן אויב די מאפע קען אויך פארבלייבן פאר די קומענדיגע יארן

די ארגומענט פון די סטעיט איז אז סעקשאן 2 פארבאט צו באגרעניצן די רעכט פון שטימען באזירט אויף ראסע אבער דערמאנט נישט קיין ווארט אז סטעיט'ס דארפן נעמען אין רעכענונג דעמאגראפישע קאלקולאציעס איבער מאיאריטעטן און מינאריטעטן ווען עס קומט צו שניידן דיסטריקטן און זיי ווייזן אן אז אויב זאל די סירקוט קאורט פאנעל זיין גערעכט באדייט עס גאר אז די סטעיט וועט דארפן פארלעצן די 14 און 15'טע אמענדמענט מיט נוצן א ראסע באזירטע צוגאנג ביים סארטירן וויילער באזירט אויף ראסע

זיי טענה'ן אז די סטעיט פארלעצט נישט סעקשאן 2 אזוילאנג ווי זיי האלטן זיך ראסע נייטראל ביים שרייבן מאפעס און די פאליטישע פראצעדור איז אפן פאר אלע צוגלייך און זייער איצטיגע מאפע האט געזוכט הויפטזעכטליך זיך צו האלטן וואס מער צו די מאפע פון די פריערדיגע יאר צענדליג

מארגן דינסטאג וועט די סופרים קאורט אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

הכל הבל האט געשריבן:
שטייענדיג בין כסא לעשור ווען אידישע קינדער זענען פארנומען מיט מצוות ומעשים טובים זיך גרייטנדיג צו ווערן נידון לגמר חתימה טובה איז להבדיל אלף אלפי הבדלות די סעזאן פון בין קעיסע"ס לעשור ווען אינעם 10'טן למספרם מאנאט טוען די שופטים אויפן אמעריקאנעם סופרים קאורט אנהויבן אויסהערן לעגאלע ארגומענטן אין א רייע קעיסעס
הכל!!

און א ריזן דאנק פארן ברענגען דא די אינטרעסאנטע קעיסעס, א פלעדשור צו ליינען
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
זייט ווען?
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 12, 2022 7:38 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייט ווען? »

הכל הבל האט געשריבן:
להבדיל אלף אלפי הבדלות די סעזאן פון בין קעיסע"ס לעשור ווען אינעם 10'טן למספרם מאנאט טוען די שופטים אויפן אמעריקאנעם סופרים קאורט אנהויבן אויסהערן לעגאלע ארגומענטן אין א רייע קעיסעס
:lol:
א ריזיגע שקויעך פאר אלע דיינע נייעסן!
אוועטאר
אלטרא
שר האלפיים
תגובות: 2675
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 23, 2022 8:36 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטרא »

הכל הבל האט געשריבן:
ארחיקה נדד האט געשריבן:
און דאס איז נאך בקיצור...

א הערצליכע דאנק אייך!
יישר!
דער סערווירט גאנצע סעודות אויפן שפיץ גאפל. העכסט אינטערעסאנט שכח.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
אין 2004 למספרם האבן מייקל און שאנטעל סאקעט האבן אפגעקויפט א ליידיגע שטח ביי א טייך נעבן די אמעריקאנע גרעניץ מיט קאנאדא

נאכן ערהאלטן די נוטיגע פערמיטן צו בויען דארט זייער היים האבן די סאקעט פארפאלק אנגעהויבן צוגרייטן די באדן פון די אומגעפער צוויי דריטל אקער לאנד און אויפגעגראבן דארט שטיינער און זאמד

קורצליך דערויף האבן זיי ערהאלטן א בוי אפשטעל ארדער פון די ענווייראמענטאלע באשיצונג אגענטור וועלכע האט ערקלערט אז די פלאץ זיצט אויף נאסע ערד און איז באשוצט אונטער די ריינע וואסער אקט געזעץ וועלכע פארבאט דאס גראבן דארט צוליב די שעדליכע פאלושן

די אגענטור האט זיי באפוילן צוריקצושטעלן די שטח צו איר ארגינעלע אויסקוק און ארויפגעשטעלט א שטראף פון 40 טויזנט דאלער פאר יעדע טאג וואס די ארדער ווערט איגנארירט

אין 2008 למספרם האט די סאקעט פארפאלק אריינגעטראגן אן אנקלאגע אין פעדעראלן געריכט וואו די צוויי זייטן האבן זיך צו ערשט אויסגעקעמפט אויב די סאקעט'ס קענען בכלל נעמען די קעיס גראד צום פעדעראלן געריכט אדער דארף צו ערשט דורכגיין אנדערע פראצעדורן

די פראגע האט געלאנדעט אין סופרים קאורט וועלכע האט אין 2012 למספרם איינשטימיג געשריבן אז זיי קענען זאפארט מאכן זייער קעיס אין פעדעראלן געריכט

זיך טרעפנדיג צוריק אין פעדעראלן דיסטריקט געריכט האט ריכטער עדווארד לאדזשע (נאמינירט דורך פרעזידענט בוש דער ערשטער) אויסגעהערט די קעיס און געאורטיילט אין שטיצע פון די EPA שרייבנדיג אז די נאסע ערד פון זייער באדן אווערט פאררעכנט אלץ פארבונדן צום טייך וועלכע לויפט ביים גרעניץ און ווערט פאררעכנט אלץ אמעריקאנע וואסערן (וואער וואס באלאנגט צו די רעגירונג און קאנגרעס קען עס רעגולירן)

די פארפאלק האט אפעלירט די אורטייל צום ניינטן קרייז געריכט וועלכע האט באשטעטיגט די אורטייל פונעם אונטערשטן געריכט און די סאקעט'ס האבן זיך ווידער געוואנדן צום העכסטן געריכט

די פארפאלק האט געבעהטן פונעם געריכט ווידער אריינצוקוקן אין א פריערדיגע סופרים קאורט אורטייל פון 2006 למספרם ווען א מאיאריטעט אויפן געריכט האט איינגעשטימט אז "די ריינע וואסער אקט טוט נישט רעגולירן יעדע סארט נאסע באדן" אבער יענע אורטייל האט נישט באוויזן צוזאמצושטעלן א מאיאריטעט וועלכע זאל אוועקשטעלן וואס עס זענען יא די קלארע סטאנדארטן אויף ווען יא און ווען נישט און דערמיט האבן זיי אפן געלאזט פאר די נידריגע געריכטן אליינס צו באשטימען די ריכטיגע צוגאנג דערצו

אין אונזער קעיס האט טאקע די ניינטע קרייז געריכט באשטימט די סטאנדארד לויט זייער געשמאק און אצינד איז די געריכט איינגעגאנגען איבערצוקוקן אויב זיי זענען צופרידן מיט די ניינטע קרייז געריכט אפטייטש

די סאקעט'ס שרייבן אז די געריכט דארף אדרעסירן צוויי צוויי הויפט פראגן וועלכע וועט דעצידירן די קעיס:

1) אויב די נאסע באדן אין זייער קעיס קען אפילו הייסן פארבונדן מיט די טייך אין די צייט וואס אין פאקט טוט זייער שטח נישט אנרירן די טייך נאר עס לויפט אריבער א שטיינערנע שטראז און א רייע הייזער וועלכע קוקן צום טייך און איז צווישן די סאקעט באדן אין די טייך און אפילו אויב עס פליסט וואסער פון אונטער די ערד איז עס פון די טייך צו זייער באדן און נישט די אנדערע וועג וואס דאס מיינט אז זייער באדן ווערט צומאל אויב מעגליך באשווענקט דורך די טייך אבער איז נישט טייל פון איר

די טענה לויטעט אז קאנגרעס האט ניטאמאהל אינזין געהאט אזא סארט נאסע ערד וואס איז נישט פאקטיש פארבונדן מיט די טייך אדער אקעאן

די אגענטור ווארפט אפ די באהויפטונגען זאגנדיג אז אפילו אויב עס איז נישטא א פיזישע מערקבארע פארבינדונג צווישן די נאסע באדן אין די טייך איז די צוועק פון די געזעץ צו באשוצן די וואסער און אויב טוט די בוי ארבעט שעדיגן די טייך דערנעבן איז דאס זעלבסט גענוג פארבינדונג אריינצושלעפן די באדן אונטער די רעגולאציע

זיי ווייזן אן אז אז זיין מיינונג אין די 2006 למספרם אורטייל האט ריכטער קענעדי געשריבן אז לויט אים טוט די געזעץ רעגולירן נאסע ערד אויב זי האט א ערנסטע פארבינדונג מיט די וואסער וועלכע ווערט געדעקט אונטער די געזעץ און אויב עס האט אן ערנסטע אפעקט אויף די קוואליטעט פונעם וואסער

2) אפילו אויב קאנגרעס האט עס יא אינזין געהאט איז די פראגע אויב קאנגרעס איז באפולמעכטיגט צו רעגולירן נאסע פריוואטע ערד בלויז ווייל זי איז פארבונדן מיט אזא שוואכע שייכות צו אמעריקאנע רעגירונג וואסערן

אין די מינוטן טוען די סופרים קאורט ריכטער אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס
אקעי, עטליכע נאטיצן ארויס פון געריכט

דאמיען שיף האט געמאכט די קעיס פאר די סאקעט פארפאלק און געמוטיגט די ריכטער צו באשטימען א סטאנדארד פאר ווען נאסע ערד קען ווערן אפעקטירט פון די ריינע וואסער אקט צו בלויז פעלער ווען די באדן מישט זיך צוזאם מיט א אדער פליסט די וואסער פון די באדן פליסט אריין אין א טייך אדער אקעאן וועלכע באלאנגט פאר די רעגירונג וועלכע איז א קאנאל פאר אינטערסטעיט האנדל

ער זאגט אז דאס איז די מערסטע איינפאכע אויסטייטש פון די געזעץ טעקסט און איז די מערסטע פראקטיש ווייל דורך דעם קען יעדע באדן אייגנטומער זעלבסט אפשאצן אויב עס פאלט אונטער די געזעץ

ריכטערין בראון האט אים געפרעגט ווי אזוי אזא סטאנדארד גייט אין איינקלאנג מיט די ציהל פון קאנגרעס וועלכע האט געוואטל באשוצן די רעגירונג וואסערן וועלכע קענען ווערן געשעדיגט פון ארבעט אויף ארומיגע נאסע באדן אפילו ווען זי פליסט נישט אריין דירעקט אינעם טייך

שיף האט פארטיידיגט זיין שטעלונג זאגנדיג אז ווען קאנגרעס האט געזוכט צו באשוצן די כענישע, פיזישע און ביאלאגישע צושטאנד פון די וואסערן האבן זיי לאו דוקא אינזין געהאט עס צו טוהן פאר יעדן פרייז ווייל אויב יא וואלטן אגענטור רעגולטארן פארוואנדלט געווארן אין פולשטענדיגע לאנד באנוץ אדמיניסטראטארן

ריכטער קעווענאו האט דערמאנט פאר שיף אז פאר נאנט צו 50 יאר האט שוין די אגענטור קלאר געמאכט אז לויט זיי זענען נאסע באדן טייל פונעם געזעץ אפילו אן קיין דירעקטע ניצוק חיבור צום ביישפיל ווען עז איז אפגעטיילט פונעם טייך דורך צוימען פון שטיינער זאמד אדער אנדערע זאכן

קעווענאו האט געוואלט פארשטיין פארוואס זאל די שטעלונג זיך טוישן נאך אזויפיל יאר אין די צייט וואס אלע לעצטיגע פרעזידענטן זענען מיטגעגאנגען מיט די אויבנדערמאנטע שטעלונג

דעפיוטי סאליסיטאר דזשענעראל ברייען פלעכטער וועלכע האט רעפרעזענטירט די אגענטור האט ווידערהאלט קעווענאו'ס באהויפטונג זאגנדיג אז די קלעגער זוכן צו טוישן א אן אנגענומענע צוגאנג וואס איז שוין אלט 45 יאר

ראבערטס און אנדערע האבן פרובירט צו קוועטשן פלעכטער צו ערלקערן לשיטתו אז די באדנס מוזן נישט זיין דירעקט פארבונדן דורך וואסער פלוס צום טייך,וואס און וועלכע סארט פארבינדונג מוזן זיי יא האבן

גארסוטש האט געוואלט פארשטיין ווי אזוי א לאנד אייגנטומער דארף צוטרעפן אויב זיים באדן ווערט פאררעכנט אלץ פארבונדן מיט רעגירונג וואסער? איז דריי מייל אפגערוקט פונעם טייך גענוג ווייט? און וואס איז מיט צוויי מייל? און אויב די פעדעראלע רעגירונג איז נישט קלאר אויף אזעלכע פראגן, ווי אזוי זאל א טיפישע לאנד איינגטומער -וועלכע קען אויסשטיין טורמע צוליב דעם- יא וויסן?

שיף האט זיך צוגעכאפט דערצו און באשטעטיגט די גארסוטש זארג זאגנדיג אז פארלעצער פון אי פי עי פארארדענונגען האבן די מעגליכקייט אויסצושטיין נישט בלויז ציווילע שטראפן נאר אויך ווערן פארוויקלט אין פינאנציעלע פראבלעמען און קאסטן צוריקצושטעלן די באדן ווי בעפאר און אפילו קרימינאלע קלאגעס

פלעכטער האט פרובירט אראפצושפילן די זארגן זאגנדיג אז לאנד אייגנטומער קענען זיך ווענדן צו די ארמיי קארפס אוו אינזשענירן צו אנאליזירן אויב די באדן איז טאקע ווערט טאקע באצייכנט אלץ נאס און ער קען שפעטער פרוביר צו באקעמפן זייער באשלוס אריינגערעכנט אין געריכט און עס איז גאר זעלטן אז די אגענטור זאל גיין אזוי ווייט ווי ברענגן קרימינאלע קלאגעס פאר פארלעצונגען

ריכטערין קעיגען האט געוואלט הערן פון שיף אויב ער איז אפן צו א מיטל וועג ווען פון איין זייט וועט מען יא רעכענען אפילו נאסע באדן וועלכע איז נישט דירעקט פארבונדן מיט רעגירונג וואסער אלץ טיל פון די געזעץ אבער מען וועט אדרעסירן זיינע פארלאנגען אז די אגענטור דארף איבערצייגן אז די אפעקט פון ארבעט אויף אזא באדן האט אן ערנסטע אפעקט אויף די רעגירונג וואסער

ארגינעל האט שיף גאנץ קלאר אפגעווארפן אזא אויסוועג אבער ווען קעיגען האט אים איבערגעפרעגט האט ער בלויז געזאגט אז מען דארף באטראכטן די סאקעט קעיס

קעיגען האט געזעהן אז ער פלאנט נישט צו אינדארסירן איר געדאנק און האט רעאגירט: הייסט אז דיין ענטפער איז ניין. א דאנק

אויך ריכטערין סאטאמיאר האט שפעקולירט איבער א פשרה און אויסגעדרוקט צווייפל אויב די טעסט וועלכע אגענטור לייגט ארויס איז פראקטיש און געפרעגט פון פלעכטער אויב ער קען אויפקומען מיט עפעס א בעסערע סטאנדארד וועלכע איז קלארער און נישט אזוי רוי

פלעכטער האט רעאגירט זאגנדיג אז די אגענטור ארבעט אינאיינעם מיט די ארמיי קארפס אוו אינזשענירן אויף נייע פארשריפטן וועלכע זאל מער אויסקלארן אזעלכע סיטואציעס ווי די איצטיגע קעיס און זיי האפן עס ארויסצושטעלן ביים ענדע פונעם למספרם יאר

קעווענאו האט געהאט פיל ווינציגער אינטערעסע אין פרישע פארשפריטן אדער א מיטל וועג זאנגדיג אז נישט די אגענטור און נישט די סופרים קאורט דארפן אויסהאמערן די גענויע געזעץ נאר קאנגרעס דארף זיין די וועלכע באשטימען עס און די ארבעט איז איצט זיך צו דערגרונטעווען און פעסטשטעלן וואס זיי האבן ווירקליך געשריבן

אין אלגעמיין האט אויסגעקוקט ווי א מאיאריטעט ריכטער זענען סימפאטיש צו די סקאעט פארפאלק אבער עס איז נישט געווען די זעלבע קלאר אויב און ווי א גרויסע מאיאריטעט זענען גרייט מיטצוגיין פולשטענדיג פונקטליך מיט זייער שטעלונג
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין לויף פון די ערשטע 2 טאג פון מונדליכע ארגומענטן האט די נייע סופרים קאורט ריכטערין בראון גערעדט די מערסטע פון סיי וועלכע פון אירע קאלעגן אויפן באנק
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
אין 2018 למספרם האבן אכט שטאטן אריינגעטראגן א קלאגע אפצוטשעלן די דאקא פראגראם וועלכע פרעזידענט אבאמא האט באשטעטיגט צוריק אין 2012 למספרם

די פראגראם שענקט פאר טויזנטער וועלכע האבן אימיגרירט קיין אמעריקא אלץ קינדער די באשיצונג פון דעפארטאציע, פעדעראלע ארבעט פערמיטן, און דרייווער לייסענס וועלכע זיי דארפן באנייען יעדע צוויי יאר

די פראגראם שטעלט נישט צו סיי וועלכע פעדעראלע בענעפיטן, זיי קענען נישט באקומען קיין העלט אינשורענס סיידן אן ארבעטסגעבער שטעלט עס צו, און אויב זיי פארלעצן סיי וועלכע פארברעך פארלירן זיי די דאקא סטאטוס און קענען ווערן דעפארטירט פון לאנד

די סטעיטס האבן זיך באקלאגט אז אבאמא האט פארארדנט אויף די אייגענע האנט איינצושטעלן ערנסטע טוישונגען און די אימיגראציע געזעצן אן די צושטימונג פון קאנגרעס און אז די פראגראם שענקט דזשאבס פאר אימיגראנטן אויפן רוקן פון ארבעטסלאזע אמעריקאנע בירגער און אז זיי זענען א לאסט אויף די שטייער פינאנצירטע רעגירונג בודזשעטן

טעקסאס האט צוגעשטעלט שאצונגען אז סאושעל סערוויס, העלט קעיר און ערציאונג דאקא געמיינדע קאסט זיי אפ ארום א פערטל מיליאן דאלער יערליך און אונטערגעשטראכן אז דאקא געניסער האבן אן אויבערהאנט איבער אמעריקאנע בירגער ביים טרעפן ארבעט זינט ביזנעסער בעפארצוגן זיי צוליב וואס זיי אונטער די אבאמאקעיר געזעץ דארפן זיי נישט צושטעלן פאר אזעלכע מענטשן העלט קעיר פלענער

די קלאגע אקעגן די פראגראם האט געמאכט איר וועג אין די געריכטן אבער ווען טראמפ איז אריינגעקומען אין ווייסן הויז האט ער אונטער אן עקזעקוטיוו ארדער (די זעלבע וועג ווי אזוי מען האט געשאפן די פראגראם) אפגעשטעלט דאקא

די פרא דאקא געמיינדע האט עס זאפארט גענומען אין געריכט און עווענטועל האט די סופרים קאורט אין 2020 למספרם געאורטיילט אז צוליב פראצעדורעאלע פארנאכלעסיגקייטן מצד די קאמערץ דעפטארמענט וועלכע האט געדארפט צו ערשט דורכפירן אן איבערזיכט אונטערצובעטן די טראמפ ארדער האט טראמפ נישט געקענט אפשטעלן די פראגראם אין יענע צייט

דערווייל האט זיך געצויגן די אנטי דאקא קעיס אין געריכט און אום 2021 למספרם האט דיסטריקט ריכטער ענדרו הענאן (נאמינירט דורך פרעזידענט בוש דער צווייטער) אפגעשטעלט די פראגראם אבער וויבאלד ער האט געוואוסט אז עס גייט ווערן אפעלירט האט ער אויף דערווייל נישט פארלאנגט אראפצואווארפן די וועלכע געניסן שוין פונעם פראגראם איידער די פיפטע סירקוט קען עס אדרעסירן אבער ער האט יא פארארדנט די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט מער נישט צו אקצעפטירן פרישע אפליקאנטן

די פיפטע סירקוט האט שפעטער אקצפעטירט די אפעלאט פארזוך פון עטליכע דעמאקראטישע געפירטע סטעיטס און היינט האבן זיי אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס

ניו דזשערסי געהילף אטוירני דזשענעראל ירמי' פייגנבוים האט רעפרעזענטירט די סטעיטס און גע'טענה'ט אז ריכטער הענאן וואלט נישט געדארפט אפשטעלן די פראגראם נאר עס צושיקן צו די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט צו איינצושטעלן די נויטיגע טוישונגען

ער האט אנגעוויזן אז די סטעיט האבן אריינגעטראגן זייער קלאגע ערשט יארן נאך וואס די פראגראם איז אריין אין אפעקט און איצט אזי שוין צו שפעט צו צוטראסקען אזא מאסיווע פראגראם וועלכע איז שוין עטאבלירט פאר לאנגע יארן ווייל עס וועט שווער אויסווירקן אויף די געניסער, זייערע אמעריקאנע קינדער, ארבעטסגעבער און סטעיטס

ער האט דערמאנט די ריכטער איבער די הונדערטער דאקא געניסער וועלכע דינען אין די מיליטער און געזאגט אז אויב די פראגראם גייט שלאפן באדייט עס אז זעלנער וועלכע סערווירן נאך אין די מיליטער אויף א מאנטאג וועלן דינסטאג מער נישט קענען פארטיידיגן דאז לאנד

ברייען באינטאן האט געמאכט די קעיס פאר די יוסטיץ דעפארטמענט אז טעקסאס זאל נישט באקומען קיין סטענדיג אין די קעיס צוליב וואס זיי האבן נישט אויפגעוויזן אז אויב דאקא פאלט וועט אפילו איין דאקא געניסער פארלאזן די סטעיט (און דערמיט פארלייכטערן די עקאנאמישע דרוק דארט)

די דריי ריכטער פאנעל האבן אבער נישט אויסגעקוקט איבריג סקעפטיש מיט די ארגומענטן און טראמפ נאמינירטע ריכטער דזשעימס הא האט אויפגעברענגט א סורוועי אין וועלכע ארום 22% פון דאקא געניסער זאגן אז אויב די פראגראם גייט שלאפן וועלן זיי פארלאזן דאס לאנד

באינטאן האט עס אבער אפגעווארפן אלץ שפעקולאטיוו צוליב וואס די וועלכע זענען אויפן פראגראם וואוינען שוין יארן אין לאנד און זענען איינגעגעסן אין זייערע געמיינדעס און עס איז שווער צו שאצן אז זיי וועלן זיך איינפאך אויפהויבן און עמיגרירן פון לאנד

איבער די רעכט פון די רעגירונג איינצושטעלן אזא פראגראם האט באינטאן דערמאנט אז אימיגראציע פאליסי איז עפעס וואס איז אונטער די יורסדיקציע פון פעדעראלע רעגירונג וועלכע מוז לויטן געזעץ דעפארטירן אומלעגאלע אימיגראנטן אבער קאנגרעס האט קיינמאל נישט צוגעשטעלט די פאנדינג און קראפט עס אויסצופירן און דעריבער איז עס אין די רעגירונג'ס יוריסדיקציע צו באשליסן די בעסטע וועג פאראויס ווען עס קומט צו אינפארסירונג באזירט אויף די אומשטענדן

דא איז דער צווייטער טראמפ נאמינירטע ריכטער , קורט ענגלהארדט אריינגעקומען און עס אפגעווארפן זאגנדיג אז די פראגע איז נישט איבער דעפארטאציע אינפארסירונג מעגליכקייטן נאר איבער א פראגראם וועלכע גייט פיל ווייטער און שטעלט צו ארבעט פערמיטן פאר אזעלכע וועלכע זענען אומלעגאל אין לאנד און דאס טוט דירעקט אפעקטירן אמעריקאנע בירגער

צוריק אין 2014 למספרם האט די אבאמא אדמיניסטראציע איינגעשטעלט וואס מען רופט די "דאפא" פראגראם וועלכע האט אויך געגעבן געוויסע סארט רעכטן ווי דרייווער לייסענס פאר עטליכע מיליאן אימיגראנטן און גלייכצייטיג פארלאנגערט די פעריאד פאר אפליקאנטן זיך אינצושרייבן אין דאקא

די סטעייטס האבן יענע צייט געקלאגט דאס שאפונג פון דאפא און אן אנדערע פאנעל אויפן פיפטן סירקוט האט געאורטיילט 1-2 אקעגן די פראגראם אין טייל צוליב וואס די אדמיניסטראציע האט אויסגעקרויזט די רוטינע פראצעדור פון מעלדן גענוג פריה איידער זיי מאכן אזא טויש און גיבן א שאנס פארן פובליק צו קאמענטירן דערויף

טעקסאס סאליסיטאר דזשענעראל האט גע'טענה'ט אז די זעלבע פארלעצונג איז פארגעקומען אויך ביים שאפן דאקא און די געריכט דארף איינפאך נוצן די אורטייל וואס זי האט ארויסגעגעבן ביי דאפא און עס נוצן אויך איצט

דא איז געווען און אינטערסאנטע מאמענט ווען נישט בלויז באינטאן נאר אויך ריכטער הא האבן זיך הויך געוואונדערט פארוואס טעקסאס האט נישט אריינגעשטעלט אט די טענה אין זייער שריפטליכע ארגומענטן צוגעשיקט צום געריכט

צום ביישפיל ביי דאפא האט טעקסאס געשריבן אז צו גיבן דרייווער לייסענס פאר געניסער פון די פראגראם איז אן עקאנאמישע לאסט פאר די סטעיט (וועלכע רעכנט נישט פון מאטאריסטן קיין אפצאהל צו באקומען לייסענס) אבער איצט ביי דאקא האבן זיי אויסגערעכנט בלויז העלט קעיר, סאושעל ערציאונג און אנדערע קאסטן וואס פאלט אויפן בודזשעט אבער נישט דערמאנט די לייסענס קאסטן

ריכטער האט האט געזאגט פאר סטאון אז עס איז מאדנע פארוואס די איצטיגע שריפטליכע ארגומענט האט ממש אויסגעמיטן צו ציען סיי וועלכע פאראלעל צו די דאפא קעיס און הא זאגט אז עס וואלט פיל לייכטער געווען פאר די ריכטער צו קענען נוצן די דאפא קעיס פאר א קלארע וועג ווייזער ווי אזוי צו באהאנדלען די דאקא קעיס

סטאון האט זיך אפגעשאקלט דערפון זאגנדיג אז ער גייט נישט קאמענטירן אויף די סטראטעגיע וועלכע די אדוואקאטן האבן גענוצט ביים בויען די איצטיגע קעיס

דער דריטער ריכטער איז געווען פריסילא ריטשמאן (נאמינירט דורך פרעזידענט בוש דער צווייטער)
די פאנעל אורטיילט אקעגן די דאקא פראגראם אבער ערלויבט די וועלכע געניסן שוין דערפון ווייטער צו פארבלייבן דערמיט

די געריכט שיקט צוריק צו ריכטער הענאן צו באטראכטן די פרישע טויש וועלכע די ביידען אדמיניסטראציע האט געמאכט צום פראגראם
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
די פאסיפיק לעגאלע פאנדעישאן האט אריינגעטראגן אן אנקלאגע אקעגן די ביידען סטודענטן חובות פארצייאונג ארדער


זיי האבן אריינגעטראגן די קלאגע אין פעדעראלן דיסטריקט געריכט אין דרום אינדיאנא און די קעיס האט געלאנדעט אויפן טישל פון ריכטער ריטשארד יאנג (נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן)
הכל הבל האט געשריבן:
סענאטאר טעד קרוז זאגט אז ער האט גערעדט מיט א פראמינענטע אדוואקאט מיט סופרים קאורט ערפארונג און יענער זאגט אז די בעסטע קלעגער צו ברענגן א קעיס אקעגן די ביידען סטודענט חובות פארצייאונג ארדער צו האבן לעגאלע סטענדינג וואלט געווען עימיצער וואס איז א סטודענט לאון פראסעסער

ער שאצט אויך אז די סופרים קאורט וועט אורטיילן מיט 3-6 אקעגן די ארדער
ארקענסאו, אייאוע, נעבראסקא, קענסאס, דרום קאראליינע און מיזורי טראגן אריין אנקלאגע אקעגן די ביידען ארדער

די לאוסוט ווערן געפיילט אין מיזורי וועלכע האט א לאון סערוויסער וועלכע לויט די ארגומענטן ווערט שוין איצט נעגאטיוו אפעקטירט פון די ארדער

די אנדערע סטעיט'ס טענה'ן אז זיי האבן סטענדינג צוליב וואס זייער איינקופט וועט ווערן אפעקטירט דורך די ארדער
א ריכטער אין וויסקאנסין האטפריער ארויסגעווארפן אזא אנקלאגע צוליב וואס די קלעגער מאנגלען סטענדינג

אצינד ווארט מען צו זעהן אויב די אנדערע קלעגער וועלן יא האבן סוקסעס
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2650
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

@הכל הבל. אין מילים!…

יישר כח!
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6610
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

הכל הבל האט געשריבן:
אין לויף פון די ערשטע 2 טאג פון מונדליכע ארגומענטן האט די נייע סופרים קאורט ריכטערין בראון גערעדט די מערסטע פון סיי וועלכע פון אירע קאלעגן אויפן באנק
זי קוקט שוין אזוי לאנג ארויס אויף דעם.. ענדליך האט זי די געלעגענהייט צו משוגע מאכן מיט קשיות...

---
א ריזיגן דאנק! @הבל, פאר דיין שווערע ארבעט וואס די לייגסט אריין דא.

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

enjoy האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
אין לויף פון די ערשטע 2 טאג פון מונדליכע ארגומענטן האט די נייע סופרים קאורט ריכטערין בראון גערעדט די מערסטע פון סיי וועלכע פון אירע קאלעגן אויפן באנק
זי קוקט שוין אזוי לאנג ארויס אויף דעם.. ענדליך האט זי די געלעגענהייט צו משוגע מאכן מיט קשיות...
יא יא, זי האט שוין אויך אריינגערוקט עפעס קאנטראווערסיאל...

---

גא"מ צו אלע באדאנקערס, א גרויסן ש'כח @הבל פאר דיינע באריכטן.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

רעגענדיג האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
יא יא, זי האט שוין אויך אריינגערוקט עפעס קאנטראווערסיאל...
וואס איז די קאנטעווערסיע?
רעגענדיג האט געשריבן:
גא"מ צו אלע באדאנקערס, א גרויסן ש'כח @הבל פאר דיינע באריכטן.
גא"מ, נישט דא די ווערטער צו באדאנקן
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

Rak Tov האט געשריבן:
רעגענדיג האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
יא יא, זי האט שוין אויך אריינגערוקט עפעס קאנטראווערסיאל...
וואס איז די קאנטעווערסיע?
כ'ווייס נישט פונקטליך די דיטעילס, אבער עפעס האט זי אריינגע'דרש'נט בנוגע ראסע גלייכבארעכטיגונג, אז דאס וואס די קאנסיטוציע פארלאנגט אז מ'טאר נישט דיסקרימינירן קעגן קיין שום ראסע, מיינט נישט אז מ'דארף זיין "ראסע נייטראל", ד.ה. זיך בכלל נישט רעכענען מיט די נושא פון ראסע און בכלל נישט קוקן דערויף, נאר ס'מיינט אז מ'דארף בפועל זיכער מאכן אז אלע ראסעס זענען גלייך, ממילא דארף מען בקום ועשה טון פעולות זיכער צו מאכן אז די שווארצע האבן גארנישט ווייניגער ווי די ווייסע.

בקיצור, שוין דעם צווייטן טאג האט זי זיכער געמאכט צו לאזן הערן אירע קרומע ליבעראלע שיטות.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5637
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

רעגענדיג האט געשריבן:
Rak Tov האט געשריבן:
רעגענדיג האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
יא יא, זי האט שוין אויך אריינגערוקט עפעס קאנטראווערסיאל...
וואס איז די קאנטעווערסיע?
כ'ווייס נישט פונקטליך די דיטעילס, אבער עפעס האט זי אריינגע'דרש'נט בנוגע ראסע גלייכבארעכטיגונג, אז דאס וואס די קאנסיטוציע פארלאנגט אז מ'טאר נישט דיסקרימינירן קעגן קיין שום ראסע, מיינט נישט אז מ'דארף זיין "ראסע נייטראל", ד.ה. זיך בכלל נישט רעכענען מיט די נושא פון ראסע און בכלל נישט קוקן דערויף, נאר ס'מיינט אז מ'דארף בפועל זיכער מאכן אז אלע ראסעס זענען גלייך, ממילא דארף מען בקום ועשה טון פעולות זיכער צו מאכן אז די שווארצע האבן גארנישט ווייניגער ווי די ווייסע.

בקיצור, שוין דעם צווייטן טאג האט זי זיכער געמאכט צו לאזן הערן אירע קרומע ליבעראלע שיטות.
כ'מיין מ'מעג דאס נישט ליינען אין די איצטיעגע ימי שמחה ווייל ס'קען אויפרעגן.

איך וואלט איר ווייסעכוואס געטאהן.

זאל זי שטיל זיין זי אויכעט.

גוט שבת
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אהייא ריכטער קריסטין דזשענקינס בלאקירט די סטעיט'ס אנטי רציחה געזעץ
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אריזאנא אפעלאט געריכט בלאקירט באשלוס פון אונטערשטע געריכט וועלכע האט ערלויבט באלדיגע אינפארסירונג פון א סטעיט געזעץ וועלכע פארבאט רציחה סערוויסעס אין כמעט יעדע פאל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
א פירמע אין לעקסינגטאן קענטאקי וועלכע פרינט אויפשריפטן און סימבאלן אויף העמדלעך און ענליכס האט אנטזאגט אן אנבאט פון די לעקסינגטאן געמיינע לעבנסשטייגער ארגאנאזאציע צו פרינטן ספעציעלע קאסטום העמדלעך פאר די שטאטישע געמיינע לעבנסשטייגער צערעמאניע, דער אייגנטומער האט ערקלערט אז ער קען נישט אננעמען אזא ארבעט צוליב זיין קריסטליכע גלויבן, די ארטיגע רעגירונג מענטשן רעכט קאמיסיע איז געלאפן אין געריכט אנקלאגנדיג די פירמע מיט דיסקרימינאציע
איז דאס נישט די זעלבע סארט קעיס אזוי ווי די
הכל הבל האט געשריבן:
סופרים קאורט באפעלט פאר די ארעגאן סופרים קאורט נאכאמאל איבערצוקוקן זייער אורטייל אקעגן א בעקער וועלכע האט אנטזאגט צו סערווירן א געמיינע לעבנסשטייגער צערעמאניע
נאכנישטא קיין פסק אין די בעקער קעיס?
יענע קעיס איז איינס וועלכע די ריכטער קענען זיך נישט אזוי גרינג ארויסדרייען ווייל דארט איז די פראגע אויב אינדיווידועלן זענען געווארן דיסקרימינירט ווידעראום אין קענטאקי האט די געריכט ארויסגעווארפן די קעיס צוליב וואס די קלעגער האבן נישט די רעכט צו קלאגן זייענדיג אן ארגאנאזאציע
נאך וואס די ארעגאן געריכט האט ווידעראמאל געאורטיילט אקעגן די בעקער האט יענע ווידעאמאל זיך געואונדן צום סופרים קאורט אז זיי זאלן אויסהערן די קעיס

די ערשטע קאנפרעץ צווישן די ריכטער וועט זיין אום סעפטעמבער 28 למספרם און אויב וועלן זיי שוין דאן באשליסן איב זיי נעמען עס אויף וועט מען מעגליך הערן דערוועגן און אקטאבער 3 למספרם
אויב זאל די געריכט אקצעפטירן די קעיס וועט עס זיין די צוייטע אזא סארט קעיס פארן קומענדיגן טערמין נאך וואס זיי זענען שוין איינגעגאנגען אויסצוהערן די קעיס פון וועב דעזיינער לאריע סמיט ווי שוין באריכטעט וועלכע אנטזאגט זיך אהערצושטעלן זייטלעך מיט מעסעדזשעס וועלכע גייען אקעגן אירע רעליגיעזע ווירדן
הכל הבל האט געשריבן:
די סופרים קאורט איז איינגעגאנגען אויסצוהערן אינעם קומענדיגן טערמין א קלאגע דורך א קאלאראדא וועב דעזיינער וועלכע זוכט צו פארטיידיגן זיין רעכט נישט צו סערווירן געמיינע צערעמאניעס
ארגומענטן באשטימט אויף דעצעמבער 5 למספרם
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
ווי באריכטעט אינדערפרי האט די סופרים קאורט באוויליגט אויסצוהערן 2 קעיסעס וועלכע שטאמען ביידע ארויס פון א ברייטפארצווייגטע אנקלאגע דורך פעדעראלע פראקורארן אין ניו יארק מיט יארן צוריק אבער די די צוויי זענען באזונדערע קעיסעס מיט אנדערע ארגומענטן

פאלגענד איז א באריכט איבער ביידע פון זיי און ביים אויספיר וועט קלאר ווערן די גענויע פראגע וואס שטייט פארנט פון די געריכט וועלכע וועט אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן אינעם קומענדיגן טערמין

די קעיס גייט קריכט צוריק צו א סטעיט פראיעקט געמאלדן אין ניו יארק אין 2011 למספרם ווען דאן גאווערנאר ענדרו קאומא האט אנאנסירט א פראיעקט צו אינוועסטירן א ביליאן דאלער פאר אינפראסטרוקטור אין באפעלאו און איר ארום געצינלט צו שאפן דזשאבס און הייבן די לאקאלע ניו יארק סטעיט עקאנאמיע

די פלאן איז געווארן באצייכנט אלץ די "באפעלאו ביליאן פראיעקט" און האט פון די ערשטע מינוט נאטורליך געצויגן אינטערעסע ביי גרויסע פירמעס צו קענען בענעפיטירן דערפון

-פרשת סימינעלי-

אלעין קאלאיעראס איז געווען די הויפט פון א סייענס און אינדזשענירונג קאלעדזש וועלכע איז געווען אן עקאנאמישע דעוועלאפמענט און ריסוירטש ארגאנאזאציע וועלכע פלעגט זיין א טייל פון די אלבאני יוניווערסיטעט סיסטעם

ער האט רעקרוטירט לאביאיסט טאד האיע וועלכע האט געהאט א לאנגיעריגע פארבינדונג מיט די קאומא אדמיניסטראציע און האט זיכער געמאכט אז קאלאיעראס ווערט אויסגעקליבן צו האבן איבערזיכט דעוועלאפמענט פראיעקטן פון די באפעלאו ביליאן פלאן

אין אויסטויש האט האיע געהאלפן די קאלעדזש זי אפטיילן פון די אלבאני יוניווערסיטעט סיסטעם און אזוי איז קאלאיעראס געווארן דער פרעזידענט פון די זעלבסשטענדיג קאלעדזש און ער האט דאן ערלעדיגט אז די קאלעדזש זאל באצאהלן 25 טויזנט דאלער מאנאטליך פאר האיע (קיינער ארבעט דאך נישט אומזיסט סיידן די וועלכע באקומען באצאהלט דערפאר..)

צוליב א סטעיט רעגולאציע האט קאלאיעראס געמוזט ארבעטן צוזאמען מיט די פארט שיילער מענעדזשמענט קארפארעישאן וועלכע האט טעכניש געמוזט האבן די לעצטע ווארט ביים איינקויפן לאנד און איינריכטונגען פאר די מאסיווע פראיעקט אבער קאלאיעראס איז געווען א מיטגליד אויף די שיילער באורד אוו דירעקטארס

די פראיעקט איז געלאזט געווארן אין גאנג אום 2013 למספרם ווען קאלאיעראס און האיע האבן אנגעהויבן ארבעטן צוזאמען צו ברענגן קאנטראקטן פאר אנדערע קליענטן פון האיע און איבערצוקומען די פראבלעם פון שיילער וועלכע האט געמוזט באשטעטיגן יעדע קאנטראקט האט קאלאיעראס איבערצייגט שיילער צו בעפארצוגן צו ערשט א רייע קאנטראקטער פאר די באפעלו און סיריקיוז פראיעקטן דורך זיי פארשרייבן א ליסטע מאסנאמען וואס בעפארצוגטע קאנטראקטער זאלן מוזן נאכקומען

זיי האבן טאקע נישט אפן אויסגערעכנט נעמען פון קאנטראקטער אבער יא דעטאלירט אזעלכע מאסנאמען וועלכע זיי האבן געוואוסט אז בלויז די וועלכע זיי האבן געוואלט זעהן אויסגעקליבן וועלן קוואלאפיצירן דערפאר און אנדערע בידערס וועלן ארויספאלן

דורכאויס די צייט פון די בידינג האט קאלאיעראס געארבעט מיט האיע און מיטגעטיילט ווואס עס גייט זיך אלץ פארלאנגען צו קוואלאפיצירן און אין רעזולטאט זענען צוויי קאנטראקטער וועלכע זענען געווען אויך האיע'ס וואונטש ליסטע געווארן אויסגעקליבן

איין קאנטראקט פון 105 מיליאן דאלער איז געגאנגען פאר סטיווען אעילא און דזשאסעף גערארדי וועלכע האבן אנגעפירט די COR דעוועלאפמענט פירמע און די צוויי קאנטראקט פון 750 מיליאן דאלער איז געגאנגען פאר לואיס סימינעלי וועלכע האט אנגעפירט מיט LPסימינעלי

-פרשת פערקאוקא-

דזשאסעף פערקאוקא האט אין 2012 למספרם געארבעט אלץ הויכראנקיגע געהילף פאר גאווערנאר קאומא און האט זיך פארבינדן מיטן לאביאיסט טאד האיע און די צוויי האן אויסגעארבעט א פאלן אונטער וועלכע פרוי פערקאוקא וועט באקומען א פאסטן ביי האיע'ס א קליענט פיטער קעלי פון CPV און זי וועט פאר עטליכע שטונדן ארבעט אוואך באקומען 7500 דאלער פער מאנאט און אין אויסטויש וועט פערקאוקא נוצן זיין איינפלוס צו פארזיכערן אז CPV באקומט א קאנאטראקט צוצושטעלן פאוער פאר די סטעיט רעגירונג אויפן חשבון פון איינס פון זיינע קאנקורענטן וועלכע האט געהאט ביז דאן די קאנטראקט און אין צוגאב פון העלפן באקומעןא קאנטראקט אויפצובויען א נייע פאוער פלענט אין ניו דזשערסי

אין 2014 למספרם האט פערקאוקא פארלאזט קאומא'ס רעגירונג אפיס און אריבער ארבעטן פאר זיין ווידערערוויילונג קאמפיין און דאן האט ער אויסגעהאמערט אן אפמאך מיטן אויבנדערמאנטן סטיווען אעילא פון COR פון וועם ער האט באקומען 55 טויזנט דאלער אין אויסטויש פון איבערצייגן א סטעיט אגענטור נישט צו צוואונגען די פירמע איינצוגיין אויף א קאסטבארע לעיבאר אפמאך

אין סעפטעמבער 2017 למספרם האט א גרענד דזשורי געפונען קאלאיעראס, אעילא, גערארדי, און סימינעלי שולדיג מיט 1 קאונט פון ווייער שווינדל

באזונדער איז פערקאוקא און קעלי געפונען געווארן שולדיג אויף ביידע סקאנדאלן און אויף א רייע קאונטס דורך א באזונדערע דזשורי



-משפט סימינעלי-

די ערשטע גרופע פון קאלאיערס און זיינע מיטארבעטער אריינגערעכנט סימינעלי האבן אפעלירט זייערע שולד אורטיילן מיט צוויי הויפט ארגומענטן

1)
זיי האבן אנגעוויזן אז אונטער די פעדעראלע געזעץ קען מען נישט אנקלאגן שולדיגע אין סקאנדאלן נאר אויב זיי האבן באשווינדלט עימיצן מיט געלט אדער אייגנטום

אויב עמיצער וועט צום ביישפיל ארייננארן עימיצן אין א שידוך מיטן זיך פארקויפן אלץ דער פראמינעטער ראש הקהל פון דאנציג אין די צייט וואס ער איז א צווייטע מענטש וועט עס זיין אומעטיש אבער נישט קיין פארברעכן אויף די ביכער

עס איז אבער פארהאן די "רעכט צו קאנטראלירן" דאקטרינע וועלכע גיבט אביסל מארך צו די לעגאלע ביין פון אפיציעל פארברעכנס און עס פארברייטערט די מעגליכקייט אנצוקלאגן מענטשן אויך ווען זיי האבן עימיצן בארויבט פון "מעגליכע ווערדפולע עקאנאמישע אינפארמאציע"

די אזויגערופענע "רעכט צו קאנטראלירן" דאקטרינע דערקלערט אז ווען די געזעץ ערליובט נישט צו באראבעווען עימיצן'ס געלט אדער אייגנטום איז עס אויך כולל א פארבאט פון רויבן יענעם'ס "מעגליכע ווערדפולע עקאנאמישע אינפארמאציע" אבער עס איז קיינמאל געווארן פארזיגלט אויב אזא דאקטרינע איז טאקע אויסגעהאלטן און טראץ וואס די צווייטע קרייז געריכט האט אין א צווייטע קעיס עס באשטעטיגט האבן עס אבער אנדערע קרייז געריכטן אפגעווארפן

די פאל ווען די צווייטע סירקוט האט עס באשטעטיגט איז געווען ווען אן איינגעשטעלטע ביי א ספארט פירמע האט געצאהלט געלט פאר עלטערן פון טאלאנטפולע ספארט סטודענטן איינצושרייבן זייערע קינדער ביי אזעלכע ספארט קאלעדזשעס וועלכע זענען געווען פארבונדן מיט די פירמע וואו ער האט געארבעט

טראץ וואס יענער האט נישט גערויבט קיינעם'ס געלט האט די סירקוט געשריבן אז קאלעדזשעס האבן א "רעכט צו קאנטראלירן זייער געלט" וואס נעמט אריין דאס באשליסן ווען און ווי אזוי צו ספענדן געלט אויף אטלעטישע פראגראמען פאר סטודענטן און דאס צאהלן געלט פאר סטודענטן צו בעפארצוגען א קאלעדזש האט פארלעצט אט די רעכט


צוריק צו אונזער גרופע פון קאלאיעראס און זיינע מיטארבעטער האבן זיי אפעלירט זייערע אורטיילן און קאלאיעראס האט גע'טענה'ט אז ער האט נישט באשוונדלט די סטעיט קיין רויטן גרייצער (זיין איינציגסטע פארדינסט אינעם געשעפט איז געווען אז האיע האט אים געהאלפן ווערן פרעזידענט פון א זעלבסטשטענדיגע קאלעדזש) און "די רעכט צו קאנטראלירן" דאקטרינע איז אומגעזעצליך אבער די פאנעל אויפן סירקוט האט נישט געוואלט מיטגיין דערמיט שרייבנדיג אז די פרעצעדענט פון א פריערדיגע פאנעל אויפן געריכט איז מאסגעבנד און זיי וועלן נישט אפנויגן דערפון

קענטיג האט די גרופע איינגעזעהן אז בלויז די פאקט אז עס איז שוין א פרעצעדענט אויף יענע באנק וועט זיין גענוג פאר די ריכטער זיי אפצוזאגן, האבן זיי ניטאמאל פרובירט צו בעהטן אז די פולע באנק זאל עס איבערהערן און גענומען זייער קעיס צום סופרים קאורט אין וואשינגטאן


2) אויסער די ארגומענט אז די "רעכט צו קאנטראלירן" דאקטרינע איז נישט אויסגעהאלטן טענה'ן זיי אז אפילו אויב זאל מען יא לאזן די דאקטרינע שטיין, האבן זייערע שטיק נישט פארלעצט די דאקטרינע

לויט די פריערדיגע צווייטע סירקוט פרעצעדענט דארף א רעכט צו קאנטראל דאקטרינע שווינדל ארייננעמען מיספרעזענטאציע וועלכע קען פירן אדער פירט דאס אנרירן דירעקטע עקאנאמישע שאדנס אדער אפעקטירט די באטראפענעם'ס עקאנאמישע רעכענונגען אדער די בענעפיטן פון די אפמאך אדער אויב די שווינדל איז פארבונדן מיט די קוואליטעט פון די סערוויסעס וועלכע זענען אויפן פארהאנדלונגס טישל אדער שטעלט אויס דעם באטראפענעם צו אומערווארטעטע עקאנאמישע שאדנס

אין די פאל האט די צווייטע סירקוט געשריבן אז די שווינדל קומט נאך די ערשטע קאטעגאריע פון פירן צו דירעקטע עקאנאמישע שאדנס ווייל זיי האבן רעדוצירט די שאנסן אז אנדערע קאנקורענטן זאלן קוואלאפיצירן פאר די קאנטראקט בידינג און דאדורך בארויבט ניו יארק סטעיט (דורך בארויבן שיילער וועלכע האט געטוהן ארבעט פאר די סטעיט) פון זייער רעכט דורכצופירן אן אנשטענדיגע און אויפריכטיגע בידינג פראצעדור

לויט די געריכט איז דאס גענוג צו הייסן א פארברעך טראץ וואס שיילער איז למעשה געווען די וועלכע האבן פאקטיש זעלבסטשטענדיג פארהאנדלט מיט די צוויי קאנטראקטער און טראץ וואס די רעגירונג האט נישט געברענגט קיינע באווייזן אז אנדערע אלעטערנאטיוון וואלטן צוגעשטעלט א מער ווערדפולע סערוויס

די געריכט האט גראדע אנערקענט אז אין אנדערע "רעכט צו קאנטראל" קעיסעס זענען די באווייזן איבער דירעקטע עקאנאמישע שאדנס געווען פיל שטארקער אבער אויסגעפירט אז אונטער די דאקטרינע מוזן נישט פראקורארן איבערצייג אז די באטראפענע האבן געליטן פאקטישע שאדנס און זיי מוזן אויך נישט איבערצייגן אז א צווייטע קאנטראקטער וואלט צוגעשטעלט בעסערע סערוויס אדער גערעכנט ווייניגער ביים בידן ווייל אונטער די דאקטרינע איז עס א פארברעכן אפילו ווען מען רויבט למעשה נישט צו געלט אדער אייגנטום


-משפט פערקאוקא-

פערקאוקא איז געווארן אנגעקלאגט פארן נעמען כאבאר אין אויסטויש פארן פארזיכערן קאנטראקטן און אנדערע טובות פאר CPV און שפעטער פאר COR וואס דאס הייסט אז ער האט פארלעצט די צוטרוי וואס די פובליק האט מיטן נעמען בענעפיטן אין אויסטויש פארן פארזיכערן געוויסע שריט מצד די רעגירונג

זיינע ארגומענטן פארנט פון די צוויי סירקוט זענען געווען

1) דער פראצעס ריכטער האט געזאגט פאר די דזשורי אז אפילו אויב דער אנגעקלאגטער האט נישט פארשפראכן פאר די קאנטראקטער ספעציפישע זאכן וואס ער גייט זיי ערלעדיגן נאר בלויז פארזיכערט אז ער גייט ארבעטן פאר זייער בענעפיט איז עס גענוג אים צו געפונען שולדיג

דער ריכטער האט עס געטוהן אין ליכט פון פריערדיגע פרעצעדענט פון די צווייטע סירקוט וועלכע האט אזוי געשריבן

די פערקאוקא פראצעס איז אבער פארגעקומען נאך וואס די סופרים קאורט האט שוין געהאט געאורטיילט אז מען קען נישט קלאגן פאר אזא סארט קוויד פרא קווא כאבאר אויסטויש נאר אויב דער באשולדיגטער האט פארשפראכן דורכצופירן "א געוויסע אקט" וואס מען קלאר קלאר ממחיש זיין א שטייגער ווי עפעס וואס רעגירונג באאמטע וואלטן געקענט פארשטעלן אלץ זייער אגענדע און עפעס וואס מען גייט ערלעדיגן וואס זיי ווילן דורכפירן אבער נישט בלויז פארוואלקענטע פארשפרעכונגען אז מען וועט "ארבעטן פאר יענעם'ס בענעפיט"

טענה'ט פערקאוקא אז צוליב וואס די דזשורי איז געווארן אינסטרוקטירט נישט אין איינקלאנג מיט די סופרים קאורט אורטייל איז די פראצעס נישט אויסגעהאלטן

די צווייטע סירוקט האט עס אבער אפגעווארפן שרייבנדיג אז עס איז ריכטיג אז דער ריכטער האט נישט געגעבן די ריכטיגע אינסטרוקציע אין ליכט פון די סופרים קאורט אורטייל אבער זיי שטרייכן אונטער אז די אינסטרוקציע גרייז האט נישט געברענגט קיין ערנסטע שאדנס צו פערקאוקא ווייל אפילו מיט די ריכטיגע אינסטרוקציעס וואלטן דזשורארס געקומען צום זעלבן אויספיר זינט פערקאוקא האט געגעבן קלארע פארזיכערונגען פון ספעציפישע פראיעקטן וועלכע ער וועט ברענגן צום טיש

2) די צווייטע און פיל מער פונדאמענטאלע ארגומענט פון פערקאוקא איז געווען אז דער ריכטער האט פארארדנט די דזשורי אז זיי קענען באזירן זייער באשלוס אויך אויף די שריט פון פערקאוקא אין די COR שווינדל טראץ וואס עס האט פאסירט שוין נאך וואס ער האט פארלאזט זיין רעגירונג אפיס און אריבער ארבעטן פאר קאומא'ס קאמפיין "אזוי לאנג ווי ער האט דאמינירט און קאנטראלירט סיי וועלכע רעגירונג ביזנעס און מענטשן אין די רעגירונג האבן זיך פארלאזט אויף אים צוליב די ספעציעלע פארבינדונג ער האט געהאט מיט די רעגירונג"

נארמאל איז אנגענומען אז ווען עמיצער וועלכע איז איינגעשטעלט אין די רעגירונג נעמט געלט אין אויסטויש פארן פארזיכערן געוויסע רעגירונג שריט הייסט יענער א קרוק אבער אויב איז יענער א פריוואטע בירגער איז יענער וואס מיר רופן א לאביאיסט

וואס בלייבט אומאנטשידן איז ווען עימיצער האט צוליב סיי וועלכע סיבה (אנגעהויבן פון זיין פריערדיגע פאזיציע אין די רעגירונג און ווייטערדיגע אליאנץ מיט מאכטפולע ערוויילטע באאמטע און געענדיגט ביי פאמיליע מיטגלידער פון ערוויילטע באאמטע און אלעס אינצווישן) שטארקע איינפלוס אויף די רעגירונג אבער ער איז פארט א פריוואטע בירגער

די צווייטע סירקוט קאורט האט געשריבן אז אין אט די אינסטרוקציע זעען זיי נישט קיין פראבלעם און עס איז באזירט אויף זייער פריערדיגע פרעצעדענט אז אן אנגעקלאגטער מוז נישט האלטן אן אפיציעלע רעגירונג פאזיציע צו קוואליאפיצירן פאר אזא סארט שווינדל

די סירקוט האט באזירט איר אורטייל אויף די "מעריגאטא" אורטייל דורך די זעלבע באנק מיט ארום 40 יאר צוריק וועלכע האט געשריבן אז אזעלכע וואס האבן דאמינאנץ אויף די רעגירונג קענען ווערן אנגעקלאגט אויף אזעלכע פארברעכנס

די פראבלעם איז אבער אז די "מעריגאטא אורטייל" איז געווארן ארויסגעווארפן דורך די סופרים קאורט צוליב אן אנדערע אישו וועלכע זיי האבן געהאלטן אז יענע ספעציפישע קלאגע אין די מעריגאטא קעיס האט אריינגענומען אנדערע פאקטארן וועלכע קאנגרעס האט נישט איינגעשלאסן אינעם געזעץ אבער די סופרים קאורט האט קיינמאל נישט אדרעסירט אונזער ספעציפישע פראגע אויב צו קענען ווערן אויף אזעלכע סארט שווינדל פארלאנגט זיך צו באזיצן א פארמאלע רעגירונג פאזיציע

קאנגרעס האט אויך קיינמאל נישט קלארגעשטעלט די פראגע ווען זיי האבן ארגינעל געשריבן די געזעץ איבער אזא פארברעך און שפעטער ווען זיי האבן דורכגעפירט א געזעץ וועלכע זאל איינשליסן דאס וואס די סופרים קאורט האט גע'טענה'ט איז חסר מן הספר וואלטן זיי אויך געקענט קלארשטעלן די פראגע אויב מען קען קלאגן עימיצן מיט מאכט און איינפלוס טראץ וואס ער ארבעט נישט אפיציעל אבער זיי האבן עס נישט געטוהן

אין די איצטיגע קעיס מיט פערקאוקא האט די צווייטע סירקוט באשלאסן אז מיט דעם וואס קאנגרעס האט צוריקגעשטעלט מעריגאטא סארט קעיסעס אלץ פארברעך אויף די ביכער (צו דעקן די לאך וואס די סופרים קאורט האט געפונען אינעם געזעץ) איז עס אינגאנצן צוריק (טראץ וואס נישט קאנגרעס און נישט די סופרים קאורט האבן אדרעסירט די ספעציפשע פראגע פון פריוואטע בירגער מיט איינפלוס אויף די רעגירונג האט זיך די סירקוט אויך פארלאזט אויף א סטעיטמענט וואס דאן סענאטאר דזשאו ביידען האט געמאכט ביים קלארשטעלן די געזעץ וואס פון אים איז משמע אז מען האט יא געמיינט אריינצונעמען אזעלכע סארט בירגער אינעם געזעץ)

אצינד האט האט די סופרים קאורט אקצעפטירט אויסצוהערן די סימעלעני קעיס און דעצידירן "אויב די רעכט צו קאנטראלירן דאקטירנע איז אויסגעהאלטן

די צווייטע קעיס וועלכע זיי האבן אנגענומען איז די פערקאוקא קעיס און זיי וועלן באשליסן "אויב פריוואטע בירגער מיט איינפלוס אויף די רעגירונג קענען ווערן געקלאגט מיט א פעדעראלע קלאגע פון פארלעצן די צוטרוי וואס די פובליק האט אין זיי פארן ערלעדיגן רעגירונג טובות אין אויסטויש פאר געלט"



א לעכטיגן שבת!
ארגומענטן באשטימט אויף נאוועמבער 28 למספרם
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

וועטעראנען פון די אמעריקאנע מיליטער וועלכע האבן געליטן פון וואונדן סערווירנדיג דאס לאנד זענען בארעכטיגט צו דיסעביליטי בענעפיטן און בלויז אויב זיי גיבן זיך איין דערפאר אין די ערשטע יאר נאכן איבערלאזן די מיליטער באקומט די בענעפיטן אויך אויף צוריק אנגעהויבן פונעם טאג וואס מען איז ארויס פון דארט

אדאלפא ארעלאנא האט סערווירט אין די מיליטער פון 1977 ביז 1981 למספרם און בייגעוואוינט ווי זיינע קאלעגן אויף א נעיווי שיף ווערן פארוואונדעט און זענען שפעטער געשטארבן און ער זעלבסט איז אויך צוזעצט און כמעט פארשוועמט געווארן

ער האט זינט דאן אנגעהויבן ליידן פון ערנסטע גייסטישע פראבלעמען און טראומאטישע סטרעס דיסארדערס און צוליב זיין צושטאנד ניטאמאהל באגריפן אז ער קען זיך ווענדן צו די וועטעראן אפעירס דעפארטמענט פאר הילף מיט בענעפיטן

ערשט 30 יאר שפעטער האט אים זיין ברודער געהאלפן זיך איינגעבן פאר בענעפיטן און די וועטעראנען אפעירס האט צוגעשטימט אז זיינע פראבלעמען זענען דירעקט פארבונדן צו זיינע יארן אין דינסט און אנגעהויבן שיקן די בענעפיטן אבער בלויז אויף פון דאן און ווייטער און נישט אויף צוריק צוליב וואס ער האט געווארט צו לאנג ביז פיילן

ארעלאנא האט אפעלירט די באשלוס און פארלאנגט צו געניסן פון א דאקטרינע וועלכע ערלויבט געריכטן און אגענטורן זיך צו רעכענען אין פארשידענע אומשטענדן מיט קלעגער טראץ וואס זיי האבן פארפאסט דעדליינס און וויל באקומען די געלט וואס ער האט פארפאסט און גרייכט די סומע פון 600 טויזנט דאלער

די דאקטרינע איז נישט אדרעסירט נישט ספעציפיש וועטעראן בענעפיטן קלעימס נאר איז אן אלגעמיינע דאקטרינע פאר אלע סארט קלעימס און לויטעט אז מען זאל מאכן אזעלכע אויסנאמען אין פעלער וואס די קלעגער איבערצייגן אז די אורזאך פארן פיילן נאכן דעדליין איז צוליב גאר אויסנאמליכע אומשטענדן

די פעדעראלע סירקוט געריכט האט זיך גראדע געשפאלטן אויף די פראגע אויב די אלגעמיינע "אויסנאם דאקטרינע" זאל דעקן וועטעראן בענעפיטן קלעימס ווען האלב פון די ריכטער האבן געהאלטן אז די איין יאר דעדליין ווערט פאררעכנט אלץ סטעטשו אוו לימיטעישאנס און די אנדערע האלב האט געהאלטן אז נישט און וויבאלד די סופרים קאורט האט שוין קלארגעשטעלט אז די דאקטרינע איז גיטיג פאר קלעימס וועלכע האבן פארפאסט א סטעטשו אוו לימיטעישאנס האט זיך די געריכט געשפאלטן אויב די דאקטרינע איז גליטיג אין אזעלכע קעיסעס

אבער טראץ די שפאלט איבער די פראגע אין אלגעמיין האט די פולע באנק איינגעשטימט אז ארעלאנא איז נישט בארעכטיגט צו מאכן אזא קלעים צוליב וואס אפילו לויט די דאקטרינע דארף מען איבערצייגן אז עס זענען געווען אויסנאמליכע אומשטענדן וועלכע האבן יענעם צוריקגעהאלטן פון פיילן באצייטנס און לויט די געריכט האט ארעלאנא פארפעהלט צו מאכן אזא קעיס

וויבלאנד וועטעראנען אפעירס קעיסעס קענען נאר ווערן אויסגעהערט אין אט די אפעלאט געריכט איז אזא שארפע שפאלט די נאנטסטע וואס אזא קעיס קען קומען צו א סירקוט שפאלט (זינט אנדערע קרייז געריכטן קענען נישט אריינרעדן אין אזעלכע קעיסעס) וואס מאכט אזא פראגע רייף פאר די סופרים קאורט אריינצוקוקן דערין

ארעלאנא האט ווירקליך אפעלירט זיין קעיס צום העכסטן געריכט אין לאנד מיט די טענה אז די איין יאר דעדליין איז דעזיגנירט וויא טיפישע סטעטשו אוו לימיטעישאנס און די סופרים קאורט זאל עס קלארשטעלן און צוריקשיקן די קעיס צום נידריגן געריכט וועלכע זאל בעסער מוזן אויסהערן זיין קעיס פארוואס ער האט נישט געהאט די מעגליכקייט צו פיילן אין צייט

די רעגירונג טענה'ט אבער אז די איין יאר דעדליין איז נישט א סטעטשו אוו לימיטעישאנס וואס בלויז ביז דאן איז מען בארעכטיגט צו בענעפיטן נאר עס איז א צייט אפשניט וואס אויב פיילט מען אין יענע צייט קען מען באקומען "מער" בענעפיטן וואס דאס איז די בענעפיטן אויף למפרע

די דעפארטמענט ברענגט ארויס אז אויב קאנגרעס וואלט אינזין געהאט צו ערלויבן די "אויסנאם דאקטרינע" אין אזעלכע קעיסעס וואלטן זיי עס קלאר ארויסגעשריבן אין די וועטעראן בענעפיטן געזעץ ווי זיי האבן ווירקליך געטוהן ביים שרייבן אן אויסנאם פאר אזעלכע וועלכע האבן געליטן פון "פערמענאנטע און טאטאלע דיסעביליטיס" און פאר זיי האט קאנגרעס געשריבן אז די דעדליין זאל זיין 2 יאר

זיי פארפירן אז אויב זאל מען ערלויבן אזא דאקטרינע צו דעקן די דעפטארמענט וועט עס איבערשטרענגן די שוין אזוי אויך אנגעשטרענגטע אגענטור און אפילו אויב די געריכט האלט אנדערש איז זיכער אז ארעלאנא האט סייוויי נישט געמאכט א גענוג איבערצייגנדע קעיס אז ער קען געניסן פון אזא דאקטרינע און דעריבער זאל מען עס נישט צוריקשיקן צום אונטערשטן געריכט
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”