הכל הבל האט געשריבן:די סופרים קאורט האט באוויליגט אויסצוהערן די קעיס פון דזשאסעף פערקאוקא וועלכע איז געווען א לאנגיעריגע געהילף צו געוועזענע ניו יארק גאווערנאר ענדרו קאומא
א דזשורי האט געפונען פערקאוקא שולדיגט אין אקצעפטירן כאבאר אין אין אויסטויש פון לאביאירן פאר סטעיט הילף אין א רייע פראיעקטן און די צוויי קרייז געריכט האט ווידערהאלט די שולד אורטייל
ווי באריכטעט אינדערפרי האט די סופרים קאורט באוויליגט אויסצוהערן 2 קעיסעס וועלכע שטאמען ביידע ארויס פון א ברייטפארצווייגטע אנקלאגע דורך פעדעראלע פראקורארן אין ניו יארק מיט יארן צוריק אבער די די צוויי זענען באזונדערע קעיסעס מיט אנדערע ארגומענטן
פאלגענד איז א באריכט איבער ביידע פון זיי און ביים אויספיר וועט קלאר ווערן די גענויע פראגע וואס שטייט פארנט פון די געריכט וועלכע וועט אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן אינעם קומענדיגן טערמין
די קעיס גייט קריכט צוריק צו א סטעיט פראיעקט געמאלדן אין ניו יארק אין 2011 למספרם ווען דאן גאווערנאר ענדרו קאומא האט אנאנסירט א פראיעקט צו אינוועסטירן א ביליאן דאלער פאר אינפראסטרוקטור אין באפעלאו און איר ארום געצינלט צו שאפן דזשאבס און הייבן די לאקאלע ניו יארק סטעיט עקאנאמיע
די פלאן איז געווארן באצייכנט אלץ די "באפעלאו ביליאן פראיעקט" און האט פון די ערשטע מינוט נאטורליך געצויגן אינטערעסע ביי גרויסע פירמעס צו קענען בענעפיטירן דערפון
-פרשת סימינעלי-
אלעין קאלאיעראס איז געווען די הויפט פון א סייענס און אינדזשענירונג קאלעדזש וועלכע איז געווען אן עקאנאמישע דעוועלאפמענט און ריסוירטש ארגאנאזאציע וועלכע פלעגט זיין א טייל פון די אלבאני יוניווערסיטעט סיסטעם
ער האט רעקרוטירט לאביאיסט טאד האיע וועלכע האט געהאט א לאנגיעריגע פארבינדונג מיט די קאומא אדמיניסטראציע און האט זיכער געמאכט אז קאלאיעראס ווערט אויסגעקליבן צו האבן איבערזיכט דעוועלאפמענט פראיעקטן פון די באפעלאו ביליאן פלאן
אין אויסטויש האט האיע געהאלפן די קאלעדזש זי אפטיילן פון די אלבאני יוניווערסיטעט סיסטעם און אזוי איז קאלאיעראס געווארן דער פרעזידענט פון די זעלבסשטענדיג קאלעדזש און ער האט דאן ערלעדיגט אז די קאלעדזש זאל באצאהלן 25 טויזנט דאלער מאנאטליך פאר האיע (קיינער ארבעט דאך נישט אומזיסט סיידן די וועלכע באקומען באצאהלט דערפאר..)
צוליב א סטעיט רעגולאציע האט קאלאיעראס געמוזט ארבעטן צוזאמען מיט די פארט שיילער מענעדזשמענט קארפארעישאן וועלכע האט טעכניש געמוזט האבן די לעצטע ווארט ביים איינקויפן לאנד און איינריכטונגען פאר די מאסיווע פראיעקט אבער קאלאיעראס איז געווען א מיטגליד אויף די שיילער באורד אוו דירעקטארס
די פראיעקט איז געלאזט געווארן אין גאנג אום 2013 למספרם ווען קאלאיעראס און האיע האבן אנגעהויבן ארבעטן צוזאמען צו ברענגן קאנטראקטן פאר אנדערע קליענטן פון האיע און איבערצוקומען די פראבלעם פון שיילער וועלכע האט געמוזט באשטעטיגן יעדע קאנטראקט האט קאלאיעראס איבערצייגט שיילער צו בעפארצוגן צו ערשט א רייע קאנטראקטער פאר די באפעלו און סיריקיוז פראיעקטן דורך זיי פארשרייבן א ליסטע מאסנאמען וואס בעפארצוגטע קאנטראקטער זאלן מוזן נאכקומען
זיי האבן טאקע נישט אפן אויסגערעכנט נעמען פון קאנטראקטער אבער יא דעטאלירט אזעלכע מאסנאמען וועלכע זיי האבן געוואוסט אז בלויז די וועלכע זיי האבן געוואלט זעהן אויסגעקליבן וועלן קוואלאפיצירן דערפאר און אנדערע בידערס וועלן ארויספאלן
דורכאויס די צייט פון די בידינג האט קאלאיעראס געארבעט מיט האיע און מיטגעטיילט ווואס עס גייט זיך אלץ פארלאנגען צו קוואלאפיצירן און אין רעזולטאט זענען צוויי קאנטראקטער וועלכע זענען געווען אויך האיע'ס וואונטש ליסטע געווארן אויסגעקליבן
איין קאנטראקט פון 105 מיליאן דאלער איז געגאנגען פאר סטיווען אעילא און דזשאסעף גערארדי וועלכע האבן אנגעפירט די COR דעוועלאפמענט פירמע און די צוויי קאנטראקט פון 750 מיליאן דאלער איז געגאנגען פאר לואיס סימינעלי וועלכע האט אנגעפירט מיט LPסימינעלי
-פרשת פערקאוקא-
דזשאסעף פערקאוקא האט אין 2012 למספרם געארבעט אלץ הויכראנקיגע געהילף פאר גאווערנאר קאומא און האט זיך פארבינדן מיטן לאביאיסט טאד האיע און די צוויי האן אויסגעארבעט א פאלן אונטער וועלכע פרוי פערקאוקא וועט באקומען א פאסטן ביי האיע'ס א קליענט פיטער קעלי פון CPV און זי וועט פאר עטליכע שטונדן ארבעט אוואך באקומען 7500 דאלער פער מאנאט און אין אויסטויש וועט פערקאוקא נוצן זיין איינפלוס צו פארזיכערן אז CPV באקומט א קאנאטראקט צוצושטעלן פאוער פאר די סטעיט רעגירונג אויפן חשבון פון איינס פון זיינע קאנקורענטן וועלכע האט געהאט ביז דאן די קאנטראקט און אין צוגאב פון העלפן באקומעןא קאנטראקט אויפצובויען א נייע פאוער פלענט אין ניו דזשערסי
אין 2014 למספרם האט פערקאוקא פארלאזט קאומא'ס רעגירונג אפיס און אריבער ארבעטן פאר זיין ווידערערוויילונג קאמפיין און דאן האט ער אויסגעהאמערט אן אפמאך מיטן אויבנדערמאנטן סטיווען אעילא פון COR פון וועם ער האט באקומען 55 טויזנט דאלער אין אויסטויש פון איבערצייגן א סטעיט אגענטור נישט צו צוואונגען די פירמע איינצוגיין אויף א קאסטבארע לעיבאר אפמאך
די ערשטע גרופע פון קאלאיערס און זיינע מיטארבעטער אריינגערעכנט סימינעלי האבן אפעלירט זייערע שולד אורטיילן מיט צוויי הויפט ארגומענטן
1) זיי האבן אנגעוויזן אז אונטער די פעדעראלע געזעץ קען מען נישט אנקלאגן שולדיגע אין סקאנדאלן נאר אויב זיי האבן באשווינדלט עימיצן מיט געלט אדער אייגנטום
אויב עמיצער וועט צום ביישפיל ארייננארן עימיצן אין א שידוך מיטן זיך פארקויפן אלץ דער פראמינעטער ראש הקהל פון דאנציג אין די צייט וואס ער איז א צווייטע מענטש וועט עס זיין אומעטיש אבער נישט קיין פארברעכן אויף די ביכער
עס איז אבער פארהאן די "רעכט צו קאנטראלירן" דאקטרינע וועלכע גיבט אביסל מארך צו די לעגאלע ביין פון אפיציעל פארברעכנס און עס פארברייטערט די מעגליכקייט אנצוקלאגן מענטשן אויך ווען זיי האבן עימיצן בארויבט פון "מעגליכע ווערדפולע עקאנאמישע אינפארמאציע"
די אזויגערופענע "רעכט צו קאנטראלירן" דאקטרינע דערקלערט אז ווען די געזעץ ערליובט נישט צו באראבעווען עימיצן'ס געלט אדער אייגנטום איז עס אויך כולל א פארבאט פון רויבן יענעם'ס "מעגליכע ווערדפולע עקאנאמישע אינפארמאציע" אבער עס איז קיינמאל געווארן פארזיגלט אויב אזא דאקטרינע איז טאקע אויסגעהאלטן און טראץ וואס די צווייטע קרייז געריכט האט אין א צווייטע קעיס עס באשטעטיגט האבן עס אבער אנדערע קרייז געריכטן אפגעווארפן
די פאל ווען די צווייטע סירקוט האט עס באשטעטיגט איז געווען ווען אן איינגעשטעלטע ביי א ספארט פירמע האט געצאהלט געלט פאר עלטערן פון טאלאנטפולע ספארט סטודענטן איינצושרייבן זייערע קינדער ביי אזעלכע ספארט קאלעדזשעס וועלכע זענען געווען פארבונדן מיט די פירמע וואו ער האט געארבעט
טראץ וואס יענער האט נישט גערויבט קיינעם'ס געלט האט די סירקוט געשריבן אז קאלעדזשעס האבן א "רעכט צו קאנטראלירן זייער געלט" וואס נעמט אריין דאס באשליסן ווען און ווי אזוי צו ספענדן געלט אויף אטלעטישע פראגראמען פאר סטודענטן און דאס צאהלן געלט פאר סטודענטן צו בעפארצוגען א קאלעדזש האט פארלעצט אט די רעכט
צוריק צו אונזער גרופע פון קאלאיעראס און זיינע מיטארבעטער האבן זיי אפעלירט זייערע אורטיילן און קאלאיעראס האט גע'טענה'ט אז ער האט נישט באשוונדלט די סטעיט קיין רויטן גרייצער (זיין איינציגסטע פארדינסט אינעם געשעפט איז געווען אז האיע האט אים געהאלפן ווערן פרעזידענט פון א זעלבסטשטענדיגע קאלעדזש) און "די רעכט צו קאנטראלירן" דאקטרינע איז אומגעזעצליך אבער די פאנעל אויפן סירקוט האט נישט געוואלט מיטגיין דערמיט שרייבנדיג אז די פרעצעדענט פון א פריערדיגע פאנעל אויפן געריכט איז מאסגעבנד און זיי וועלן נישט אפנויגן דערפון
קענטיג האט די גרופע איינגעזעהן אז בלויז די פאקט אז עס איז שוין א פרעצעדענט אויף יענע באנק וועט זיין גענוג פאר די ריכטער זיי אפצוזאגן, האבן זיי ניטאמאל פרובירט צו בעהטן אז די פולע באנק זאל עס איבערהערן און גענומען זייער קעיס צום סופרים קאורט אין וואשינגטאן
2) אויסער די ארגומענט אז די "רעכט צו קאנטראלירן" דאקטרינע איז נישט אויסגעהאלטן טענה'ן זיי אז אפילו אויב זאל מען יא לאזן די דאקטרינע שטיין, האבן זייערע שטיק נישט פארלעצט די דאקטרינע
לויט די פריערדיגע צווייטע סירקוט פרעצעדענט דארף א רעכט צו קאנטראל דאקטרינע שווינדל ארייננעמען מיספרעזענטאציע וועלכע קען פירן אדער פירט דאס אנרירן דירעקטע עקאנאמישע שאדנס אדער אפעקטירט די באטראפענעם'ס עקאנאמישע רעכענונגען אדער די בענעפיטן פון די אפמאך אדער אויב די שווינדל איז פארבונדן מיט די קוואליטעט פון די סערוויסעס וועלכע זענען אויפן פארהאנדלונגס טישל אדער שטעלט אויס דעם באטראפענעם צו אומערווארטעטע עקאנאמישע שאדנס
אין די פאל האט די צווייטע סירקוט געשריבן אז די שווינדל קומט נאך די ערשטע קאטעגאריע פון פירן צו דירעקטע עקאנאמישע שאדנס ווייל זיי האבן רעדוצירט די שאנסן אז אנדערע קאנקורענטן זאלן קוואלאפיצירן פאר די קאנטראקט בידינג און דאדורך בארויבט ניו יארק סטעיט (דורך בארויבן שיילער וועלכע האט געטוהן ארבעט פאר די סטעיט) פון זייער רעכט דורכצופירן אן אנשטענדיגע און אויפריכטיגע בידינג פראצעדור
לויט די געריכט איז דאס גענוג צו הייסן א פארברעך טראץ וואס שיילער איז למעשה געווען די וועלכע האבן פאקטיש זעלבסטשטענדיג פארהאנדלט מיט די צוויי קאנטראקטער און טראץ וואס די רעגירונג האט נישט געברענגט קיינע באווייזן אז אנדערע אלעטערנאטיוון וואלטן צוגעשטעלט א מער ווערדפולע סערוויס
די געריכט האט גראדע אנערקענט אז אין אנדערע "רעכט צו קאנטראל" קעיסעס זענען די באווייזן איבער דירעקטע עקאנאמישע שאדנס געווען פיל שטארקער אבער אויסגעפירט אז אונטער די דאקטרינע מוזן נישט פראקורארן איבערצייג אז די באטראפענע האבן געליטן פאקטישע שאדנס און זיי מוזן אויך נישט איבערצייגן אז א צווייטע קאנטראקטער וואלט צוגעשטעלט בעסערע סערוויס אדער גערעכנט ווייניגער ביים בידן ווייל אונטער די דאקטרינע איז עס א פארברעכן אפילו ווען מען רויבט למעשה נישט צו געלט אדער אייגנטום
-משפט פערקאוקא-
פערקאוקא איז געווארן אנגעקלאגט פארן נעמען כאבאר אין אויסטויש פארן פארזיכערן קאנטראקטן און אנדערע טובות פאר CPV און שפעטער פאר COR וואס דאס הייסט אז ער האט פארלעצט די צוטרוי וואס די פובליק האט מיטן נעמען בענעפיטן אין אויסטויש פארן פארזיכערן געוויסע שריט מצד די רעגירונג
זיינע ארגומענטן פארנט פון די צוויי סירקוט זענען געווען
1) דער פראצעס ריכטער האט געזאגט פאר די דזשורי אז אפילו אויב דער אנגעקלאגטער האט נישט פארשפראכן פאר די קאנטראקטער ספעציפישע זאכן וואס ער גייט זיי ערלעדיגן נאר בלויז פארזיכערט אז ער גייט ארבעטן פאר זייער בענעפיט איז עס גענוג אים צו געפונען שולדיג
דער ריכטער האט עס געטוהן אין ליכט פון פריערדיגע פרעצעדענט פון די צווייטע סירקוט וועלכע האט אזוי געשריבן
טענה'ט פערקאוקא אז צוליב וואס די דזשורי איז געווארן אינסטרוקטירט נישט אין איינקלאנג מיט די סופרים קאורט אורטייל איז די פראצעס נישט אויסגעהאלטן
די צווייטע סירוקט האט עס אבער אפגעווארפן שרייבנדיג אז עס איז ריכטיג אז דער ריכטער האט נישט געגעבן די ריכטיגע אינסטרוקציע אין ליכט פון די סופרים קאורט אורטייל אבער זיי שטרייכן אונטער אז די אינסטרוקציע גרייז האט נישט געברענגט קיין ערנסטע שאדנס צו פערקאוקא ווייל אפילו מיט די ריכטיגע אינסטרוקציעס וואלטן דזשורארס געקומען צום זעלבן אויספיר זינט פערקאוקא האט געגעבן קלארע פארזיכערונגען פון ספעציפישע פראיעקטן וועלכע ער וועט ברענגן צום טיש
2) די צווייטע און פיל מער פונדאמענטאלע ארגומענט פון פערקאוקא איז געווען אז דער ריכטער האט פארארדנט די דזשורי אז זיי קענען באזירן זייער באשלוס אויך אויף די שריט פון פערקאוקא אין די COR שווינדל טראץ וואס עס האט פאסירט שוין נאך וואס ער האט פארלאזט זיין רעגירונג אפיס און אריבער ארבעטן פאר קאומא'ס קאמפיין "אזוי לאנג ווי ער האט דאמינירט און קאנטראלירט סיי וועלכע רעגירונג ביזנעס און מענטשן אין די רעגירונג האבן זיך פארלאזט אויף אים צוליב די ספעציעלע פארבינדונג ער האט געהאט מיט די רעגירונג"
נארמאל איז אנגענומען אז ווען עמיצער וועלכע איז איינגעשטעלט אין די רעגירונג נעמט געלט אין אויסטויש פארן פארזיכערן געוויסע רעגירונג שריט הייסט יענער א קרוק אבער אויב איז יענער א פריוואטע בירגער איז יענער וואס מיר רופן א לאביאיסט
וואס בלייבט אומאנטשידן איז ווען עימיצער האט צוליב סיי וועלכע סיבה (אנגעהויבן פון זיין פריערדיגע פאזיציע אין די רעגירונג און ווייטערדיגע אליאנץ מיט מאכטפולע ערוויילטע באאמטע און געענדיגט ביי פאמיליע מיטגלידער פון ערוויילטע באאמטע און אלעס אינצווישן) שטארקע איינפלוס אויף די רעגירונג אבער ער איז פארט א פריוואטע בירגער
די צווייטע סירקוט קאורט האט געשריבן אז אין אט די אינסטרוקציע זעען זיי נישט קיין פראבלעם און עס איז באזירט אויף זייער פריערדיגע פרעצעדענט אז אן אנגעקלאגטער מוז נישט האלטן אן אפיציעלע רעגירונג פאזיציע צו קוואליאפיצירן פאר אזא סארט שווינדל
די סירקוט האט באזירט איר אורטייל אויף די "מעריגאטא" אורטייל דורך די זעלבע באנק מיט ארום 40 יאר צוריק וועלכע האט געשריבן אז אזעלכע וואס האבן דאמינאנץ אויף די רעגירונג קענען ווערן אנגעקלאגט אויף אזעלכע פארברעכנס
די פראבלעם איז אבער אז די "מעריגאטא אורטייל" איז געווארן ארויסגעווארפן דורך די סופרים קאורט צוליב אן אנדערע אישו וועלכע זיי האבן געהאלטן אז יענע ספעציפישע קלאגע אין די מעריגאטא קעיס האט אריינגענומען אנדערע פאקטארן וועלכע קאנגרעס האט נישט איינגעשלאסן אינעם געזעץ אבער די סופרים קאורט האט קיינמאל נישט אדרעסירט אונזער ספעציפישע פראגע אויב צו קענען ווערן אויף אזעלכע סארט שווינדל פארלאנגט זיך צו באזיצן א פארמאלע רעגירונג פאזיציע
קאנגרעס האט אויך קיינמאל נישט קלארגעשטעלט די פראגע ווען זיי האבן ארגינעל געשריבן די געזעץ איבער אזא פארברעך און שפעטער ווען זיי האבן דורכגעפירט א געזעץ וועלכע זאל איינשליסן דאס וואס די סופרים קאורט האט גע'טענה'ט איז חסר מן הספר וואלטן זיי אויך געקענט קלארשטעלן די פראגע אויב מען קען קלאגן עימיצן מיט מאכט און איינפלוס טראץ וואס ער ארבעט נישט אפיציעל אבער זיי האבן עס נישט געטוהן
אין די איצטיגע קעיס מיט פערקאוקא האט די צווייטע סירקוט באשלאסן אז מיט דעם וואס קאנגרעס האט צוריקגעשטעלט מעריגאטא סארט קעיסעס אלץ פארברעך אויף די ביכער (צו דעקן די לאך וואס די סופרים קאורט האט געפונען אינעם געזעץ) איז עס אינגאנצן צוריק (טראץ וואס נישט קאנגרעס און נישט די סופרים קאורט האבן אדרעסירט די ספעציפשע פראגע פון פריוואטע בירגער מיט איינפלוס אויף די רעגירונג האט זיך די סירקוט אויך פארלאזט אויף א סטעיטמענט וואס דאן סענאטאר דזשאו ביידען האט געמאכט ביים קלארשטעלן די געזעץ וואס פון אים איז משמע אז מען האט יא געמיינט אריינצונעמען אזעלכע סארט בירגער אינעם געזעץ)
אצינד האט האט די סופרים קאורט אקצעפטירט אויסצוהערן די סימעלעני קעיס און דעצידירן "אויב די רעכט צו קאנטראלירן דאקטירנע איז אויסגעהאלטן
די צווייטע קעיס וועלכע זיי האבן אנגענומען איז די פערקאוקא קעיס און זיי וועלן באשליסן "אויב פריוואטע בירגער מיט איינפלוס אויף די רעגירונג קענען ווערן געקלאגט מיט א פעדעראלע קלאגע פון פארלעצן די צוטרוי וואס די פובליק האט אין זיי פארן ערלעדיגן רעגירונג טובות אין אויסטויש פאר געלט"
היינט אנגעקומען צו קאווערן פאר די לעצטע צוויי וואכן..
שלא כסדרן, די דריי duckתורים, די ALS פרוי וואס ציטערט זי העצעך נישט קענען נעמען דאס לעבן, די רציחה געזעץ, די אומענטש העפי, פרייוועט סקולס, נעוואדעס חכמות אויסצושפילן די רולינג, בילדער פון ביקסן אויף די העמדער, שעסלעך אין שולע, פאר-קוקו מיט סעלעמיני פון אונזער אומגעגענט, סעקאנד עמענדמענט קעגן נ״י, סטעי אין מעקסיקא געזעץ. וואס נאך..? אה, די בירטדעיס פון צוויי ריכטער.. און ברייער׳ס לץ-טע טאג פון ישיבה..
עפעס נישט נארמאל קלאר און זאפטיג, ס׳דערמאנט פון די טעגליכע קאקאש קעיק און קאווע.. היו ימים.
סופרים קאורט זיכערהייט באאמטע פארלאנגען אז ווירזשיניע און מערילענד זאלן אינפארסירן עקזיסטירענדע געזעצן קעגן פראטעסטירן ביי די הייזער פון ריכטער אין די צוויי סטעיטס.
הכל הבל האט געשריבן:און... די שלאכטן האבן זיך אנגעהויבן
קענטאקי איז איינע פון די סטעיטס וועלכע האט געהאט געשטימט נאך בעפאר די סופרים קאורט אורטייל אז אין פאל די געריכט וועט אורטיילן נישט צו באשוצן רציחה, דאן זאל אויטאמאטיש אריינגיין אין אפעקט א פארבאט אויף רציחה אין די סטעיט די ACLU האט געפיילט אן אנקלאגע אין שטיצע פון די רציחה קליניקס מיט די טענה אז די געזעץ פארלעצט די סטעיט קאנסטיטוציאנאלע רעכטן פאר פרייוועסי און די מעגליכקייט צו פאסן אייגענע באשלוסן.
צוריק אין 1993 למספרם האט מייקל נענס בארויבט א באנק און אויפן וועג צו פארלאזן די סצענע האט ער אומגעברענגט עימיצן
אין 1997 למספרם האט אים א דזשורי אין דזשארדזשיא געפונען שולדיג און ער איז געווארן פאראורטיילט צום טויט
ער האט אפעלירט די קעיס ביז די סטעיט סופרים קאורט וועלכע האט באשטעטיגט די אורטייל
אום 2020 למספרם האט נענס פרובירט זיין מזל אין פעדעראלן דיסטריקט געריכט מיט די טענה אז צוליב געוויסע קרענק מיט וואס ער מוטשעט זיך וועט די איינשפריצונג וואס די סטעיט וויל אים גיבן אים פאראורזאכן גאר שטארקע ווייטאג און עס גייט אקעגן די 1871 למספרם סייוויל רייטס אקט וועלכע פארבאט פאר סטעיטס צו טרטן אויף רעכטן פון מענטשן וועלכע ווערט באשוצט אונטער די פעדעראלע קאנסטיטוציע
די דיסטריקט געריכט האט עס אפגעווארפן זאגנדיג אז ער האט זיך דערמאנט צו שפעט פאראויסצוגיין מיט אזא קלאגע און נענס האט עס אפעלירט צום עלפטע קרייז געריכט
די סירקוט קאורט האט אויך אפגעווארפן זיין פארלאנג אבער צוליב א צווייטע אורזאך און דאס איז אז לויט זיי וואלט נענס געזאלט ברענגן זיין קלאגע אונטער די העביעס געזעץ וועלכע ערלויבט ארעסטאנטן צו פארלאנגען פון געריכטן צו באטראכטן אויב זיי ווערן אומ'יושר'דיג פארהאלטן און נישט אונטער די 1871 למספרם סיוויל רייטס געזעץ
זיי האבן ערקלערט אז לויט זיין טענה אז די איינשפריצונג מעטאד פארלעצט זיינע רעכטן באדייט עס אז די סטעיט האט נישט סיי וועלכע אלטערנאטיוו ווי אזוי אים צו באשטראפן צוליב וואס לויט די סטעיט געזעץ איז אזא סארט איינשפריצונג די איינציגסטע מיטל וואס מעג גענוצט ווערן דורצופירן הינריכטונגען ער זוכט איבערצואווייזן אז אין זיין פאל קען עס נישט צושטאנד קומען קומט אויס אז זיין פארלאנג איז אז מען דארף אים פריי לאזן און דאס איז איינגטליך א העביעס סארט אנקלאגע און נישט א סיוויל רייטס אנקלאגע (וואס פארלאנגט בלויז צו טוישן די וועג ווי אזוי די הינריכטונג ווערט אדורכגעפירט)
פאקטיש האט שוין נענס בעפאר דעם געהאט פרובירט צו ווערן באפרייט דורך די העביעס געזעץ אבער איז דורכגעפאלן און צוליב דעם האט די עלפטע קרייז געריכט אויסגעפירט אז זיי טוישן אריבער זיין קלאגע צו אן העביעס סארט קלאגע און וויבאלד ער האט עס שוין איינמאל פרובירט צו נוצן אן ערפאלג קען ער נישט פרובירן נאכאמאל
נענס האט אפעלירט די אורטייל צום סופרים קאורט וועלכע האט אצינד געאורטיילט אז נענס קען יא קלאגן אונטער די סיוויל רייטס געזעץ ווייל טראץ וואס ער זוכט צו פסל'ן די איינשפריץ מעטאד אין זיין קעיס לאזט ער אפן די רעכט פאר דזשארדזשיא אויסצופירן די הינריכטונג אויף א צווייטע וועג און פארלאנגט אז מען זאל אים שיסן צום טויט
די פראבלעם מיט זיין פארלאנג איז א סטעיט געזעץ וועלכע ערלויבט הינריכטונגען בלויז דורך איינשפריצונגען אבער נענס האט פארלאנגט אין די געריכט האט עס נאכגעגעבן אז די סטעיט קען טוישן די געזעץ צו ערלויבן הינצוריכטן מענטשן דורך זיי דערשיסן אזוי ווי עס ווערט ערלויבט אין 4 אנדערע סטעיטס
די סופרים קאורט האט שוין אין צוויי פריערדיגע פעלער געצוואונגען סטעיטס צו טוישן זייערע הינריכטונג מעטאד ווען פאראורטיילטע האבן עס פארלאנגט אבער אין יענע פעלער האט די סטעיט נישט געהאט א געזעץ צו פארבאטן די אלטערנאטיווע מעטאד נאר עס איז געווען אן אגענטור יוריסדיקציע וועלכע האט רעגולירט די הינריכטונג פארשריפטן
די גרויסע פראגע אין די איצטיגע קעיס איז געווען אז אין דזשארדזשיא איז עס א סטעיט געזעץ וועלכע פארבאט סיי וועלכע הינריכטונג סיידן איינשפריצונגען און די פארלאנג פון נענס באדייט אז די סטעיט וועט מוזן טוישן די געזעץ צו קענען הינריכטן נענס
די מאיאריטעט איז געקומען צום אויספיר אז נאך אלעם איז עס אין דזשארדזשיא'ס קאנטראל צו טוישן די געזעץ און אויב עס איז זיי גענוג וויכטיג צו הינריכטן נענס זאלן זיי זיך אנשטרענגן און שטימען אויף טויש
די מינאריטעט האט געשריבן אז צוליב וואס לויט די סטעיט געזעץ איז עס פארבאטן קען מען נישט פארלאנגען פון זיי עס צו טוישן
פעדעראלע דיסטריקט ריכטער האוויער ראדריגעז (נאמינירט דורך פרעזידענט בוש דער צווייטער) בלאקירט אן אנקלאגע אריינגעטראגן דורך צוויי בלינדע (ל"ע) וואס האבן געקלאגט די אנליין און מעיל אין שטום אפציעס אין און ארום סאן אנטאניא טעקסאס
זיי האבן זיך באקלאגט אז די סערוויסעס איז נישט אויסגעשטאט פאר אזעלכע וועלכע קענען נישט זעהן אבער דער ריכטער שרייבט אז צוליב וואס די קאונטי באקומט נישט קיין סטעיט פאנדינג פאר די פראגראם קענען די צוויי נישט קלאגן אונטער די געזעץ וועלכע זיי האבן געברענגט די קלאגע
הכל הבל האט געשריבן:זונטאג תרומה די סופרים קאורט האט פרייטאג געשאנקן די גרינע ליכט פאר די טראמפ אדמיניסטראציע פאראויסצוגיין מיט א נייע פאליסי וועלכע וועט ערלויבן אפצוזאגן גרין קארד אפליקאציעס פון אימיגראנטן וועלכע זענען ערווארטעט צו פאלן צו לאסט אויף די רעגירונג פראגראמען די 5-4 ארדער געשטיצט דורך די 5 קאנסערוואטיוון אויפן באנק איז זייער ענליך צו אן ארדער לעצטע למספרם מאנאט וועלכע האט אויך דאן נישט אנגעגעבן קיין ברייטע ערקלערונגען אויף דאס אראפנעמען די פרעלימינערי אינדזשאנקשענס ארויפגעשטעלט דורך נידריגע ריכטער אויף די צייט וואס די קעיס מאכט דורך איר וועיג אינעם יורידישן סיסטעם די קעיס דאן איז געווען ווען א פעדעראלע ריכטער אין ניו יארק האט ארויפגעשטעלט אן נאציאנאלע אינדזשאנקשען אפעקטירנדיג אלע סטעיטס אבער דאסמאל איז די רעדע געווען פון אן ארדער באגרעניצט צו בלויז אילינאי ריכטערין סאטאמאיאר האט שארף אראפגעריסן די איצטיגע ארדער זאגנדיג אז די פריערדיגע ארדער איז כאטש געווען עטוואס מער ראציאנאל זינט עס האט בלאקירט די פאליסי נעישאנווייד ריכטער טאמאס און גארסוטש האבן טאקע אין יענע פאל איינגעשטימט מיט די איבריגע דריי קאנסערוואטיוון אבער געשריבן אן אייגענע ווערסיע פון זייער מיינונג און דאן ארויסגעברענגט אז לויט זיי איז די צענטראלע אורזאך אראפצונעמען די בלאקאדא די "געאגראפישע סקאופ" פון די אינדזשאנקשען (דהיינו, אז עס איז נעישאנווייד) סאטאמאיאר שרייבט אז די אדמיניסטראציע באקומט בעסערע באהאנדלונג פון די ריכטער ווי עס באקומען צום טויט פאראורטיילטע ארעסטאנטן וועלכע זוכן לעצט מינוטיגע סטעיס אויף זייערע אורטיילן די נייע פאליסי טויש פון די אדמיניסטראציע איז איבער די אזויגערופענע פובליק טשארדזש פארשריפט וועלכע האט ביז היינט אויך ערלויבט די באאמטע צו פסל'ן אפליקאציעס פון אימיגראנטן אויב זיי וועלן ווארשיינליך דארפן צוקומען צו פובליק אסיסטענס אויפן לענגערן טערמין אבער דאס האט בלויז דיסקוואלאפיצירט ווינציגער ווי 1% אצינד זוכט די אדמיניסטראציע אז די טעסט זאל ארייננעמען אפילו נאן קעש הילף, א שטייגער ווי מעדיקעיד, האוזינג און אנדערע פראגראמען אפילו פאר אן אפשניט פון צווישן 12-36 מאנאטן און אויב מען געניסט פון צוויי באזונדערע פראגראמען אינעם זעלבן מאנאט וועט עס ווערן באטראכט ווי צוויי באזונדערע מאנאטן
די ביידען אדמיניסטראציע האט געהאט אפגעשאפן די פאליסי טויש און 14 שטאטן האבן געהאט אריינגעטראגן אן אנקלאגע אקעגן די ביידען טויש אין פעדעראלן געריכט אבער די געריכט אין אילינאי האט עס ארויסגעווארפן צוליב וואס עס איז געווען קלאר פאר א לאנגע צייט אז די ביידען אדמיניסטראציע גייט לויז ווערן פון די טראמפ טויש און די סטעיטס האבן זיך צו שפעט אויפגעוועקט צו פרובירן עפעס צו טוהן דערוועגן
אצינד האט אן איינשטימיגע פאנעל אויף די זיבעטע סירקוט קאורט ווידערהאלט די אורטייל פונעם דיסטריקט געריכט נישט צו ערלויבן די סטעיטס צו אינטערווענירן
די פאנעל האט אבער געשריבן אז זיי לאזן אויפן די טיהר פאר די סטעיט אנצוהויבן פודאסניי אונטער די אדמניסטראטיווע פראצעדור אקט און צו קלאגן די טויש אונטער יענע געזעץ
וויסקאנסין האט אין 1849 למספרם באשטעטיגט אן אנטי רציחה געזעץ מאכנדיג אויסנאמען בלויז אין פעלער אין וועלכע מענטשן'ס לעבנס זענען אין געפאר אדער פאר די וועלכע זוכן די רציחה סערוויסעס עס זעלבסט אויסצופירן
אין ליכט פון די סופרים קאורט אורטייל האט די סטעיט באשטעטיגט א רייע רעגולאציעס וועלכע זענען געווען פיל ווייכער ווי זייער ארגינעלע פארבאט אבער (לויט זיי) כאטש אין איינקלאנג מיט די סופרים קאורט אורטייל
אצינד אז די סופרים קאורט האט געברענגט אן אנדע צו זייער לאנגיעריגע פרעצעדענט האבן די גאווערנאר און אטוירני דזשענעראל אריינגעטראגן א קלאגע אין סטעיט געריכט אקעגן די 1849 למספרם געזעץ און אונטערגעשטראכן אז די סטעיט האט זינט דאן באשטעטיגט פיל ווייכערע געזעצן (וואס באדייט אז זיי גייען דערמיט אקעגן די ארגינעלע שארפע געזעץ, הגם עס די טויש איז בלויז געוען אין ליכט פון א סופרים קאורט אורטייל וועלכע איז שוין איצט אין מיסט קאסטן)
זיי זאגן אז מען קען נישט אינפארסירן צוויי סארט קעגנגעזעצטע געזעצן אין בעהטן פון די געריכט קלארצושטעלן וועלכע געזעץ עס איז פעליג
אהייא האט געהאט באשטעטיגט אן אנטי רציחה געזעץ ענליך צו מיסיסיפי אבער א געריכט האט עס געהאט בלאקירט אויף דערווייל און די צוויי זייטן קעמפן זיך אויס אין סטעיט סופרים קאורט
אצינד מיט די פרישע סופרים קאורט אורטייל מוטיגט די סטעיט אטוירני דזשענעראל די געריכט ארויסצואוואפרן די קלאגע אקעגן די געזעץ און די ACLU האט זיך צוגעשטעלט אונטערצושטיצן די קלאגע פון די קליניקס אז די סטעיט קאנסטיטוציע פארזיכערט פאר אלע אינדיווידועלן און די געזעץ פארלעצט די רעכט
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג יולי 05, 2022 3:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.