נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 39847
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:שומער פיילט קלאוטשער אויף פרישע 5 דיסטריקט ריכטער נאמינאציעס
אפריקאנע אמעריקאנע פרוי קערען וויליאמס פאר ניו דזשערסי

פאראויסגערוקט מיט 40-58
קעפיטא, קאלינס, קארנין, גרעהעם, גרעסלי, קענעדי, מורקאוסקי און טיליס שטימען יא
פיינסטיין און ראונדס שטימען נישט

באשטעטיגט מיט 38-56
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

רעפאבליקאנער נעברעסקא קאנגרעסמאן דאן בעקאן האט נעכטן אפיציעל אנערקענט אויפן קאנגרעס פלאר די פולע לייסטונגען פון די צדק אסאסיעשאן פאר אפגאנע פליטים
(--ווערטערלאז--)
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 39847
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פעלאסי זאגט פאר אירע קאלעגן אז אין עטליכע שטונדן וועט זי זיי לאזן וויסן די וועג פאראויס ווי אזוי מען גרייט פון וואו מען שטייט איצט צו וואו מען דארף אנקומען און עס איז געוואנדן אויף אנטוויקלונגען ארויס פון ווייסן הויז (וואו מענשין און סינעמא האבן נעכטן נאכט באזוכט)
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 39847
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יונואר 6 למספרם קאמיטע לייגט אפ אויף צייטווייליג פארלאנג פאר 50 זייטן פון טראמפ ווייסע הויז רעקארדס טראץ וואס די נאציאנאלע ארכיוון איז געקומען צום אויספיר אז עס איז רעלעוואנט צו זייער אויספארשונג
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 39847
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סינאמענשין רעדן איצט מיט ווייסע הויז איינגעשטעלטע
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 39847
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מענשין זאגט אז היבש ארבעט איז נאך פראבליבן און מער ארבעט שווער
ער זאגט אז ביידען וועט ערלקערן פאר קאנגרעס מיטגלידער צו געטרויען א פרעימווארק און באשטעטיגן די אומפאר אינפרא
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 39847
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מעסיגע סענאטארן אנערקענען די פאליטישע בענעפיט פון א ביליאנער שטייער אבער זענען באזארגט אז עס קען צוטרייסלען די מארקעט

מען הערט עס פון גרעהעם (ר) , מענשין און איצט אויך פון ווארנער (ד)
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 39847
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:מעסיגע סענאטארן אנערקענען די פאליטישע בענעפיט פון א ביליאנער שטייער אבער זענען באזארגט אז עס קען צוטרייסלען די מארקעט

מען הערט עס פון גרעהעם (ר) , מענשין (גלייכט נישט דאס ציהלן א ספעציפישע גרופע פון מענטשן) און איצט אויך פון ווארנער (ד)

וויידען זאגט אז קיין סענאטאר האט אים נאכנישט געזאגט אז ביליאנערן צאהלן גענוג
ווארען זאגט אז מען פארהאנדלט נאך מיט מענשין דערוועגן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 39847
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מענשין זאגט אז ער קען זיך נישט זעהן שטיצן פאמיליע אורלויב און האט א פראבלעם צו שטיצן דאס אויסברייטערן מעדיקיעיר
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7588
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

הכל הבל האט געשריבן:אין די לעצטע טעג ווערן באריכטעט נאכאנאנאדע אפדעיטס דא אויפן וועלטל איבער אנטוויקלונגען און טוישונגען אין באצוג צו א רייע פראוויזיעס אינעם מאסיוון ספענדינג פעקל וועלכע דעמאקראטן האפן צו באשטעטיגן אונטער די בודזשעט רעקאנסיליאציע פראצעדור

די צומישעניש איז גרויס סיי ווען עס קומט צו די הוצאות ווען מען הערט צו יעדע צייט איבער פרישע שטרייטן צווישן די לינקע און מעסיגע לאגער איבער וועלכע פראגראמען איינצושטעלן און מיט וויפיל באגרעניצונגען און אזוי אויך אויפן פראנט פון די הכנסות ווען געזעצגעבער זענען אין געיעג אויפצוטרייבן די נויטיגע סומעס צו דעקן די געפלאנטע אויסגאבן און אויך דארט קומען פאר היציגע דעבאטעס וויפיל און וועלכע שטייערן צו העכערן

ווי שוין קלאר פאר יעדן זענען די צוויי הויפט מחותנים דערווייל נישט מעקאליף און ביידען אזוי לאנג ווי די ביל איז נישט באשטעטיגט נאר עס זענען עס סינאמענשין וועלכע זענען פאקטיש די שליסל שטימען און דעמאקראטן קענען זיך נישט ערלויבן צו פארלירן קיינע פון זיי

טייל פון די פראבלעם איז אז די צוויי זענען נישט אלעמאל אליאירטע דיסידענטן מיט די זעלבע קאפריזן נאר את מה שזה מתיר זו אוסרת וכן להיפך און דעריבער דארף מען מיט ביידע פארהאנדלען באזונדער און פארציכטן אויף מער טעריטאריע

צוליב מערערע פארלאנגען קלארצושטעלן א סך הכל איבער די אלע פלענער און פארשלאגן וועלכע זענען אויף,אדער אראפ פון טיש וועלן מיר ווידמען עטליכע פאראגראפן דורכצולויפן טייל פון זיי און דאסמאל וועט מען זיך קאנצעטרירן בלויז אויף די הכנות טייל וועלכע באשטייט פון א רייע שטייער העכערונג פארשלאגן

קארפארעיט מאקסימום שטייער ראטע

די טראמפ שטייער רעפארם ביל האט גענידערט די מאקסימום קארפארעיט שטייער ראטע פון 35% צו 21% און דעמאקראטן האבן גערעכנט צו העכערן די ראטע צו 28% אבער ביזנעס גרופעס האבן עס אפאזירט און מענשין איז אויך געווען באקוועם מיט א העכערונג ביז 25% און קאנגרעס דעמאקראטן האבן באשטעטיגט א פשרה ראטע פון 26 מיט א האלבע%

אומקלאר מיט וויפיל איז אבער געווען גאנץ קלאר אז די ראטע וועט ווערן געהעכערט אבער די פאלן איז צופאלן ווען עס איז קלאר געווארן אז סינעמא איז קאטעגאריש אקעגן סיי וועלכע העכערונג וואס באדייט אז די טראמפ ראטע בלייבט אומגעטוישט

קארפארעיט מינימום שטייער ראטע

טראץ איר קעגנערשאפט צו העכערן די מאקסימום שטייער ראטע איז אבער סינעמא גרייט צו שטיצן דאס איינשטעלן א מינימום קארפארעיט שטייער ראטע וועלכע וועט זיין פופצן פראצענט און באדייט דאס פארשטאפן א רייע לעגאלע לעכער וועלכע האבן ערלויבט ביזנעסער נישט צו דארפן צאהלן קארפארעיט שטייערן און נאך וואס סינאמענשין האבן ביידע נארוואס צוגעווארפן זייער שטיצע איז עס געווען די ערשטע ערנסטע דורכברוך אויפן פראנט פון הכנסות צום רעזאלוציע און א שטארקע דערגרייכונג
די דעטאלן פונעם ביל זענען ערשינען איצט ביינאכט און שטעלט קלאר אז א רייע קרעדיטס וועלן פארבלייבן א שטייגער ווי שטייער קרעדיטס פאר ריינע ענערגיע מיטלען און נאך

אינקאם שטייער ראטע

די טראמפ שטייער רעפארם ביל האט גענידערט די מאקסימום אינדיווידועלע ראטע פאר די וועלכע פארדינען 400 טויזנט דאלער א יאר פון 39% אראפ צו 37% און די ביידען פלאן האט געלויטעט עס צוריקצושטעלן און מענשין איז געווען גרייט דערויף אבער אויך דא איז באקראנט געווארן די סינעמא פאזיציע אז די ראטעס מוזן פארבלייבן ווי זיי זענען און דערמיט איז די פאלן ארפא פון טיש

סטעפד אפ בעסיס

איינע פון די פארשלאגן צו העלפן פינאנצירן די דעמאקראטישע ספענדינג פלאן איז געווען צו עלימינירן די סטעפד אפ בעסיס פאר קעפיטאל געינס פארדינסטן פון העכער א מיליאן דאלער

די סטעפד אפ בעסיס ווערט באצייכנט דורך דעמאקראטן אלץ א טראסט פאנד לופהאל וועלכע העלפט יורשים זיך ארויסדרייען פון צאהלן שטייער אויף טייל פון זייער פארמעגנס און שאצט אפ פארדינסטן באזירט אויף די ווערד ווען זיי באקומען עס

אבער אין די צייט וואס פאר טייל ליינער זענען די טערמינען פון סטעפד אפ בעסיס און אפילו קעפיטאל געינס גאר באקאנט זענען זיי ווילד פרעמד פאר אנדערע און קען נוצן אביסעלע ערקלערונג מיט א קורצע קלארשטעלונג נישט צו נעמען פון דא סיי וועלכע פינאנציעלע אדער לעגאלע ראט נאר אין פערזענליכע פעלער זיך אדורכשמועסן מיט עקספערטן

ווען ראובן איז דער באזיצער פון סיי וועלכע אייגנטום ווי סטאקסת באנדס, פראפערטי און ער זיצט מיט זיי דארף ער נישט צאהלן קיין העכערע שטייער ראטע אויף די ווערד וועלכע די נכסים שטייגן אזוי לאנג ווי ער האלט עס אין זיין באזיץ

וואס פאסירט ווען ער פארקופיט זיי צו שמעון?

אויב ראובן האט באצאהלט פאר די נכסים הונדערט דאלער און עס ווען ער וויל עס פארקויפן פאר שמעון איז עס ווערד טויזנט דאלער ווערט די הנדערט דאלער וועלכע ראובן האט אינוועסטירט אנגערופן די באזיס (יסוד) און די איבריגע ניין הונדערט דאלער וועט הייסן די קעפיטאל געין (די פארדינסטן און ראובן וועט דארפן באצאהלן קעפיטאל געינס שטייערן אויף די ניין הונדערט דאלער וועלכע ער האט פארדינט אבער די בעסיס (באזיס) פון הונדערט דאלער איז שטייער פריי ווייל דאס האט אים געקאסט ביים איינהאנדלען די פארמעגן

ווידעראום שמעון האט זיך איינגעהאנדלט פראפערטי וועלכע איז ווערד טויזנט דאלער און דאס איז זיין בעסיס א ווען ער וועט עס פארקויפן צו לוי פאר צעהן טויזנט וועט די ערשטע טויזנט זיין שטייער פריי און זיין קעפיטאל געינס איז בלויז ניין טויזנט

במה דברים אמורים ווען ראובן איז דער מוכר און שמעון איז דער לוקח אדער אפילו מקבל מתנה
ווי איז אבער אויב עס איז אב ובנו שראו את הירוש?

אויב ראובן שטארבט און לאזט איבער די הויז פאר וועלכע ער האט באצאהלט הונדערט דאלער און איז היינט ווערד טויזנט, דאן זאגט די געזעץ אז מען סטעפד אפ די בעסיס

דהיינו, אז אנשטאט די בעסיס פון שמעון'ס גע'ירש'נטע הויז זאל זיין הונדערט דאלער און די קעפיטאל געינס ניין הונדערט דאלער, וועט מען ארויפרוקן (אפסטעפן) די בעסיס און זאגן אז מען רעכנט די בעסיס ווערד לויט די מארקעט פרייז אין די צייט ווען שמעון ירש'נט די אייגנטום וואס איז אין אונזער ביישפיל טויזנט דאלער און אויב וועט שמעון איצט פארקויפן די הויז פאר לוי וועט ער (אנדערש ווי אינע אינעם פריערדיגן ביישפיל ווען ער איז געווען א לוקח און געדארפט באצאהלן קעפיטאל געינס שטייער אויף די ניין הונדערט דאלער) דאסמאל נישט דארפן צאהלן קיין רויטן צענט אין קעפיטאל געינס שטייער

דעמאקראטן האבן עס געזוכט צו טוישן אבער רעפובליקאנער האבן אנגעוויזן אז די נכסים זענען סייווי נישט שטייער פריי צוליב וואס עס איז דא א באזונדערע עסטעיט שטייער וועלכע רעכנט שטייער אויף ירושה נכסים און באזונדער אנגעצייגט אז טשעפען מיט די סטעפד אפ בעסיס וועט נישט בלויז בארירן רייכע לייט נאר צושאקלען די פאמיליע בינעס סיסטעם פון פארמער און קלענערע ביזנעסער

צוליב וואס 13 דעמאקראטן פון רורעל סטעיטס האבן געשיקט א בריוו צו ספיקער פעלאסי אויסדרוקנדיג זארג ווי אזוי אזא טויש קען שווער אפעקטירן זייערע וויילער פון וועלכע פילע זענען פאמיליע פארם אייגנטומער און סענאטאר דזשן טעסטער האט קלארגעשטעלט אז אזא פלאן קומט נישט אין באטראכט איז די געדאנק נישט אריין אין די הויז ביל

איי אר עס באנק באריכטן

נאכן מאריך זיין ביי די פריערדיגע פארשלאג וועט מען מקצר זיין דאסמאל צוליב וואס די פארשלאג איז שוין געווארן ברייטער דיסקוסירט און איז מער באקאנט אלץ א נייע סיסטעם אונטער וועלכע בענק זאלן באריכטן די סך הכל סומעס וואס איז נכנס ויוצא פון באנק קאנטעס פון זעקס הונדערט דאלער און העכער

נאך אויסנאמליכע קריטיק פון מערערע ריכטונגען איז די ציפער געהעכערט געווארן צו 10 טויזנט אבער קריטיק פון רעפובליקאנער און די ביזנעס געמיינדע האט נישט נאכגעלאזט און דאן האט מענשין געשאנקן די טויט קלאפ פארן פלאן פארציילנדיג אז ער האט קלארגעשטלעט פארן פרעזידענט אז עס איז א רייע משוגעת און קומט נישט אין באטראכט און אז דער פרעזידענט האט עס פארשטאנען

איי אר עס אינפארסירונג

די פארשלאג לויטעט צו גיבן פאר די אגענטור אכציג מיליאן דאלער צו קענען אונטערנעמען מער ערנסטע שריט צו ציהלן אזעלכע וועלכע דרייען זיך ארויס פון שטייערן און לויט דעמאקראטן קען אזא אינוועסטירונג אויפטרייבן אזויפיל ווי זיבן הונדערט מיליאן דאלער איבער 10 יאר

רעפובליקאנער מאכן אוועק די ציפער אלץ פאנאטאזיע און קריטיקירן דאס צוטיילן נאך געלט פאר אן אגענטור וועלכע איז נישט איבריג אויסגעצייכנט לויט זיי מיט אומפארטייאישקייט און היטן אויף קאנפידענשל רעקארדס פון ארויסרינען

עס בלייבט צו זעהן אויב די טייל וועט מאכן איר ועוג אינעם גרויסן רעזאלוציע

קעפיטאל געינס ראטע

די אדמיניסטראציע האט געהאט פארגעשלאגן צו כמעט דאפלען די קעפיטאל געינס שטייער ראטע פאר פארדינער פון העכער א 400 טויזנט דאלער פון 20% צו איבער 39%

סענאט דעמאקראטן אויף די וועיס און מיענס קאמיטע האבן אבער דערטאפט דעם דופק און אנערקענט אז די ציפער איז איבערגעטריבן און אראפגערוקט די העכערונג צו גיין בלויז ביז 28% וועלכע איז מער ווייניגער די ציפער וועלכע מענשין האט אויסגעדרוקט גרייטקייט צו שטיצן

אבער פונקט ווי די אנדערע שטייער ראטע העכערונגען איז אויסגעשטאנען סינעמא אפאזיציע טרעפט זיך די פארשלאג מיטן זעלבן פראבלעם און עס שיינט נישט צו מאכן איר וועג אריין אינעם ביל

ביליאנער שטייער

די פלאן איז בעיקר געקומען צום לעבן נאך וואס עס איז קלאר געווארן די סינעמא אפאזיציע צו אנדערע שטייער ראטעס און האט ארויסגעשפראצט אלץ מעגליכע אלטערנאטיווע אונטער וועלכע די רעגירונג וועט יא העכערן קעפיטאל געינס שטייערן אבער צו באפרידיגן סינעמא וועט עס נישט דעקן מיינסטנס אמעריקאנער און בלויז ציהלן ארום זיבן הונדערט אמעריקאנער מיט די העכסטע פארדינסטן

די פלאן ווערט בעיקר געשטופט דורך סענאטאר ראן וויידען און וועט העכערן די קעפיטאל געינס שטייערן פאר אזעלכע וועלכע פארמאגן נכסים אין די ווערד פון א ביליאן דאלער אדער אזעלכע וועלכע פארדינען הונדערט מיליאן פאר דריי יאר נאכאנאנד אבער לויט קוועלער וועט עס בלויז העכערן די ראטע אויף אזלעכע נכסים ווי סטאקס און דאס גלייכן

מענשין וויל נישט קאמענטירן דערויף בעפאר ער זעהט די קלארע דעטאלן

פ״װ איז מען ביזי מיט װאזױ מ׳װעט באצאהלן פאר די ביל װען קײנער האט נישט קײן אנאונג װאס עס ליגט אינעם ביל?
לעצט פארראכטן דורך abeg אום מיטוואך אקטאבער 27, 2021 12:06 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 39847
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:שומער פיילט קלאוטשער אויף פרישע 5 דיסטריקט ריכטער נאמינאציעס
מייקל נחמנאף פאר צפון ווירדזשיניע

באשטעטיגט מיט 46-52
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 39847
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

גארלענד הייבט אריין ברוטאלע אטאקעס פון רעפובליקאנע סענאטארן ביים יורידישן קאמיטע פארהער איבער די סקול באורד מעמא
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 39847
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

קאטאן זאגט אז צו מזל איז ער נישט אויפן סופרים קאורט און רופט ער זאל רעזיגנירן אין שאנדע
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 39847
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פוילער האט געשריבן:סאו בעיסיקלי די צוויי זענען נאר זיך אויסגעקומען אויף איין זאך די ״קארפארעיט מינימום שטייער ראטע״

לחיים.

סענדערס באקלאגט זיך אז יעדע פארשטענדליכע פארשלאג פונעם פרעזידענט ווי אזוי צו העכערן שטייערן ווערט איינפאך אראפגערוקט פון טיש און סאבאטאזשירט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 39847
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:סינאמענשין רעדן איצט מיט ווייסע הויז איינגעשטעלטע

פארטיג נאך צוויי שטונדן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 39847
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סינעמא זאגט אז מען מאכט גרויס פארשריט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 39847
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אויף די פראגע צו מען האט אן אפמאך זאגט מענשין אז עס ווענדט זיך אין די איבריגע קאקוס מיטגלידער און אז יעדער מוז זיך צושטעלן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 39847
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א קוואל פארציילט אז דעמאקראטן קלערן פון ארויסשניידן סיק ליעוו פון די באצאהלטע אורלויב פראוויזיע צו געוואונען מענשין'ס שטיצע

ווי נעכטן באריכטעט טוט דזשיליברענד ארבעטן אויף מענשין און לויט די קוואל לויטעט די פאלן אז מען זאל יא גיבן אורלויב פון 12 וואכן פאר עלטערן נאכן געבורט פון א קינד אבער גענציל ארויסשניידן די אורלויב פאר ארבעטער וועלכע קענען נישט אריינקומען צוליב געזונט אורזאכן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 39847
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:א קוואל פארציילט אז דעמאקראטן קלערן פון ארויסשניידן סיק ליעוו פון די באצאהלטע אורלויב פראוויזיע צו געוואונען מענשין'ס שטיצע

ווי נעכטן באריכטעט טוט דזשיליברענד ארבעטן אויף מענשין און לויט די קוואל לויטעט די פאלן אז מען זאל יא גיבן אורלויב פון 12 וואכן פאר עלטערן נאכן געבורט פון א קינד אבער גענציל ארויסשניידן די אורלויב פאר ארבעטער וועלכע קענען נישט אריינקומען צוליב געזונט אורזאכן

דזשיליברענד וויל נישט רעאגירן איבער די איינצלהייטן אבער שאהין טוט עס באשטעטיגן
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

הכל הבל האט געשריבן:גארלענד הייבט אריין ברוטאלע אטאקעס פון רעפובליקאנע סענאטארן ביים יורידישן קאמיטע פארהער איבער די סקול באורד מעמא

אויב די רעפובליקאנער געווינען אין ווירדזשיניע, און אוודאי אויב גאר אין ניו דזשערסי אויך (לענד א ווייטער חלום), איז עס אין גרויסן פארנעם וועגן די מעמא, א גאלד גרוב פאר די רעפס, און גערעכט זענען זיי.
אין עוד מלבדו
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 39847
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין די צייט וואס ברומערייען פון די לינקע קאקוס הייבט זיך אן צו העכערן מיטן סלאגאן פון "צוויי בילס אדער קיין ביל" זאגט פעלאסי אז זי וויל נישט גיבן דעם איינדרוק אז עס איז געווען א צוזאג אז די צוויי מוזן גיין אינאיינעם און אויב יא איז זי זיכער נישט געווען טייל דערפון
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 39847
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

גלייכצייטיג איז דא א רעדע פון האלטן קאנגרעסלייט אין וואשינגטאן אויף פרייטאג און מעגליך דעם זיבעטן אויב עס וועט זיך אויספעלן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 39847
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:קאטאן זאגט אז צו מזל איז ער נישט אויפן סופרים קאורט און רופט ער זאל רעזיגנירן אין שאנדע

האולי שניידט שטיקער

ענדיגט מיט א רוף צו רעזיגנאציע

און איצט טוט טעד אריינקרוזן
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”