הכל הבל האט געשריבן:אקעי, ראמני האט מאנטאג פונדאסניי ערווענט אז מיט די איצטיגע דורכפאל פון גיין פארטייאיש זאלן דעמאקראטן ווידעראמאל כאפן א בליק אויף זיין פארשלאג ארויסגעשטעלט צוריק אין פעברואר
געשריבן פעברואר 4 למספרם
הכל הבל האט געשריבן:הכל הבל האט געשריבן:דורבין באצייכנט די 400 דאלער ארבעטסלאזע בענעפיטן אלץ הויכע וואסער מארקע אין די אנגייענדע פארהאנדלונגען און דרוקט אויס האפענונג אז עס זאל בלייבן ביי דעם
וויידען פון די אנדערע זייט האט ביים זיצונג אין ווייסן הויז געהאמערט אז 400 דאלער איז די פאדלאגע אבער נישט די דאך דערמאנענדיג אז ארגינעל האבן דעמאקראטן געווואלט 600 דאלער
די 350 סומע איז פאר קינדער אונטער 6 יאר
אונטער די ראמני פלאן וועט די גרויס פון די שטייער קרעדיט אנהויבן פאלן ביי פארדינער פון 200 טויזנט און העכער און פאר דזשוינט פיילערס ביי 400 טויזנט און העכער
בבקשה האט געשריבן:
ראמני זיכער האט געוואלט א אינקאם לימיט פון 200K פער אדאלט. דאכט זיך אז די יעצטיגע איז אויך 200K פער אדאלט. ביידען בין איך נישט זיכער.
הכל הבל האט געשריבן:פסאקי איבער די ראמני פלאן: געוויס באגריסן מיר די פארזוכן און פארשלאגן פון אונזערע רעפובליקאנע פריינט פאר א דיסקוסיע איבער ווי אזוי צו פארבעסערן די אמעריקאנע ערהוילונגס פלאן
הכל הבל האט געשריבן:וויידען זייער ווארעם צו ראמני'ס פארשלאג אבער אומאיינשטימיג צו שניידן פון פראגראמען צו דעקן די קאסטן
אגב
די פארשלאג לויטעט אז די מאנאטליכע טשעקס זאלן שוין קומען 4 מאנאטן איידער א קינד ווערט געבוירן אויב דאס איז וואס פארפעלקער ערווארטן
די געלט וועט לויטן פלאן קומען דורך די סאושעל סעקיוריטי און נישט די איי אר עס
אבער..............מען דארף אין אכט נעמען אז לויט די ראמני פלאן איז דא א מאקסימום פון וויפיל איין פאמיליע קען באקומען און דאס איז 1250 פער מאנאט הכל בכל מכל
די רעכענונג פון ראמני פון וואנעט צו דעקן די ביל איז געווען די עלימינאציע פון די SALT דידאקשען
ראמני האט נעכטן ארויסגעשטעלט אן איבערגעמאכט ווערסיע פון זיין פארשלאג און אלעס איז מער ווייניגער די זעלבע ווי פריער מיטן אויסנאם פון איין פראוויזיע
די נייע ביל וועט נישט צושטעלן קיין שטייער ריפאנדס פאר קינדער וועמען'ס עלטערן פארדינען ווייניגער פון 10 טויזנט דאלער יערליך און ראמני האט אריינגעשטעלט די טויש צופרידנצושטעלן און אריבערגעוואונען די שטיצע פון סענאטאר דעינס (און נאך א סענאטאר) וועלכע טענה'ט אז אזא אינציאטיוו וועט שטופן עלטערן צו ארבעטן שווערער צו פארדינען מער
איינע פון די פראבלעמען מיט די וועלכע די פלאן איז געפלאגט איז די וועג ווי אזוי די געלט ווערט אויסגעטייטל
אויך אינעם ערשטן ווערסיע האט די פלאן געלויטעט אז "סאושעל סעקיוריטי אדמיניסטראציע" וועט צו ערשט שיקן טשעקס פאר "אלע" פאמיליעס מיט קינדער נאר אזעלכע עלטערן פארדינען מער ווי 200 טויזנט (אדער 400 טויזנט פער פאמיליע) וועלן ענדע למספרם יאר ווערן גערעכנט דורך די "איי אר עס" א ספעציעלע 5% אינקאם שטייער ביז עס וועט פארמעקן די בענעפיט וואס זיי האבן באקומען פאר זייערע קינדער
די פלאן פון צו ערשט זיי באלוינען מיט טשעקס און שפעטער עס צוריקנעמען אין פארעם פון א שטייער איז מעגליך נישט איבריג סימפאטיש/פראקטיש (אנדערע וועלן זאגן אז זיי באקומען א צינזן פרייע הלואה..) אבער מען רעדט כאטש פון אביסל שענערע פארדינער וועלכע וועלן זיך לייכטער אן עצה גיבן דערמיט
אצינד אבער מיט די נייע ווערסיע אז אויך די גאר נידריגע פארדינער פאלן ארויס פונעם פראגראם זאגט די פלאן ווייטער אז אויך זיי וועלן צו ערשט באקומען די טשעקס נאר שפעטער ביים ענדע פונעם למספרם יאר ווערן גערעכנט די פרישע שטייער וועלכע וועט זיכער מאכן אז זיי צאהלן אפ די בענעפיט פאר די רעגירונג
פאר ארימע פארדינער קען זיך אזא סיסטעם אויסשטעלן אלץ ערנסט פראבלעם ווען זיי וועלכע גאנץ זיכער אויסנוצן די קרעדיט און זיך שפעטער טרעפן מיט א שטייער חוב וואס איז עפעס צו וואס זיי זענען נישט געוואוינט און וועלן זיך דארפן ספראווען דערמיט