נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מענשין: איך בין באזארגט איבער אלעם

איבער אינפלאציע, איבער די פרייז פונעם רעזאלוציע

איך וויל מאכן זיכער אז מיר דעקן עס

איך וויל מאכן זיכער אז מיר האבן א קאנקורירנדע שטייער ראטע
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מענשין אויפן וועג ארויס פון זיין זיצונג מיט די טעקסאס דעמאקראטישע לעגיסלאטורן געפרעגט אויב ער מען האט דיסקוסירט די פיליבאסטער

מענשין: ניין, עס איז גארנישט דא (קיין נייעס) איבער די פיליבאסטער

פארגעס (פון אנטוויקלונגען איבער) די פיליבאסטער
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

גיי מיר מענשינען דעם מענשין צום וויפילטן מאל היינט

ער זאגט אז ער האט נאכנישט איבערגעקוקט די 3.5 טריליאן דאלער פעקל אבער פארשטייט אז ער גייט מוזן ארבעטן שווער און זיך אונטעראיילן מיט שנעלע טריט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:איצט געסקעדזשועלט פרישע צוויי אפשטימונגען פאר 5:30 פאראויסצורוקן די נאמינאציע פון נעלי ליענג פאר טרעזשורי אונטער סעקרעטארשע פאר דאמעסטישע פינאנץ און דאנאלד רעמי פאר דעפיוטי וועטעראן אפעירס סעקרעטאר

ענדגילטיג באשטעטיגט 8-91

שמונה מי יודע?
בלעקבוירן, ערנסט, העגעטרי, האולי, לענקפארד, סקאט פון פלארידא, שעלבי און וויקער

די סענאט האט איצט פאראויסגערוקט מיט 34-63 די נאמינאציע פון טיפעני קאנינגהעם צו זיצן אויפן אפעלט דיוויזיע פון די פעדעראלע סירקוט קאורט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

געשפרעכן צווישן די אומפאר אינפרא גרופע פארטיג

איז די ביל איז געפאר פון צופאלן?

ראמני: אבסאלוטלי נישט

טעסטער גלויבט אז מען וועט זיין גרייט מיט אן אפמאך אויף קומענדיגע מיטוואך
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:איצט געסקעדזשועלט פרישע צוויי אפשטימונגען פאר 5:30 פאראויסצורוקן די נאמינאציע פון נעלי ליענג פאר טרעזשורי אונטער סעקרעטארשע פאר דאמעסטישע פינאנץ און דאנאלד רעמי פאר דעפיוטי וועטעראן אפעירס סעקרעטאר

ענדגילטיג באשטעטיגט 8-91

שמונה מי יודע?
בלעקבוירן, ערנסט, העגעטרי, האולי, לענקפארד, סקאט פון פלארידא, שעלבי און וויקער

אינטערסאנט קרוז האט יא געוואוט דערפאר? אדער אפשר איז ער די איין סענאטער וואס האט נישט געוואוט?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מענשין שיינט צו זיין זאט פארן טאג

א מחנה פון רעפארטער באגלייטן אים אראפ די טרעפ און מענשין זאגט: איך קאמענטיר נישט אויף גארנישט
אוועטאר
ר' יהושיע בן גמלא
שר האלף
תגובות: 1726
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 15, 2021 4:44 pm
לאקאציע: מזרח וואנט...

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יהושיע בן גמלא »

אויב גייט די אומפארטייאישע ביל נישט דורך, קענען די דעמס פאראויס גיין מיט די 3.5 ביל ?
העבר אין והעתיד עדיין והוה כהרף אין, דאגה מנין.
#קיפעראפ
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

זיי קענען פאראויס גיין either way
פוצה פה ומצפצף
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סענאט יורידישע קאמיטע באשטעטיגט מיט 10-11 די נאמינאציע פון פרוי לי (אפריקאנע אמעריקאנע) צום צווייטן סירקוט קאורט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סענאט יורידישע קאמיטע באשטעטיגט מיט 10-12 די נאמינאציע פון פרוי ראזמאן (אפריקאנע אמעריקאנע) צום צעהנטן סירקוט
גרעהעם האט געשטימט מיט די דעמאקראטן
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

הבל, געסט שאנסן פאר די 3.5 טריליאן ביל?
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

פוילער האט געשריבן:הבל, געסט שאנסן פאר די 3.5 טריליאן ביל?

איך וואלט געשטעלט די שאנסן פארן פארטיזען פעקל נאענט צו %100.

פארן בייפארטיזען פעקל, נאענטער צו %10.
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

כאפצעם האט געשריבן:

מיט ריקאנסיליעשען?

אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

דעמאקראטישע קאנגרעספרוי ביעטי (אהייאו) -פארזיצערין פון די 'קאנגרעסיאנאלע שווארצע קאוקוס'- איז היינט געווארן ארעסטירט דורך קעפיטאל פאליציי, נאכ'ן אריינמארשירן אין די סענאט געביידע אין שפיץ פון א גרופע אקטיוויסטן.

די פראטעסט איז געווארן אפגעהאלטן דורך א גרופע וואוטינג רייטס אקטיוויסטן.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

פוילער האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
פוילער האט געשריבן:הבל, געסט שאנסן פאר די 3.5 טריליאן ביל?

איך וואלט געשטעלט די שאנסן פארן פארטיזען פעקל נאענט צו %100.

פארן בייפארטיזען פעקל, נאענטער צו %10.

מיט ריקאנסיליעשען?

פארטיזען גייט נאר דורך רעקאנסיליעשאן
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובה דורך חדשות »

די פארטיזאן ביל אינעם יעצטיגן פארמאט געב איך 0%. מען גייט דארפן היבש אסך ארומטוישן עס זאל האבן א טשאנס. ווי סך? דאס וועט די צייט זאגן.
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

כאפצעם האט געשריבן:
פוילער האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
פוילער האט געשריבן:הבל, געסט שאנסן פאר די 3.5 טריליאן ביל?

איך וואלט געשטעלט די שאנסן פארן פארטיזען פעקל נאענט צו %100.

פארן בייפארטיזען פעקל, נאענטער צו %10.

מיט ריקאנסיליעשען?

פארטיזען גייט נאר דורך רעקאנסיליעשאן

מענשין זאגטעך אז ער איז נישט פאר ריקאנסיליעשען?
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

חדשות האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
פוילער האט געשריבן:הבל, געסט שאנסן פאר די 3.5 טריליאן ביל?

איך וואלט געשטעלט די שאנסן פארן פארטיזען פעקל נאענט צו %100.

פארן בייפארטיזען פעקל, נאענטער צו %10.

די פארטיזאן ביל אינעם יעצטיגן פארמאט געב איך 0%. מען גייט דארפן היבש אסך ארומטוישן עס זאל האבן א טשאנס. ווי סך? דאס וועט די צייט זאגן.

כווייס נישט וואס מיינט "יעצטיגן פארמאט" ווייל יעצט איז דאך נאך בכלל נישטא קייו ביל, ס"ה א בערך'דיגע פראפאוסעל פארן ברייטערן סענאט צו גיין שרייבן א דרעפט ביל

די בעיסיק איידיע, דהיינו א מולטי טריליאן דאלאר פעקעדזש, (חוץ עפעס קרעיזי, ווי אז א סענעטאר שטארבט פלוצים, פאסירט) זעה איך נישט וויאזוי ס'גייט נישט דורך.
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

אינעם יעצטיגען פארמאט מיין איך

אימיגרעישאן רעפארם, העלטקעיר רעפארם, קליימעט ביל, אינםערסטוקטור פעקעדזש, פרא (יוניען) אקט, טעקס רעפארעם, דראג פרייזן רעפארעם, טשיילט קרעדיט רעפארעם, וכו' אלעס אין איין ביל...
:P :oops:
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

חדשות האט געשריבן:אינעם יעצטיגען פארמאט מיין איך

אימיגרעישאן רעפארם, העלטקעיר רעפארם, קליימעט ביל, אינםערסטוקטור פעקעדזש, פרא (יוניען) אקט, טעקס רעפארעם, דראג פרייזן רעפארעם, טשיילט קרעדיט רעפארעם, וכו' אלעס אין איין ביל...
:P :oops:

אה.. כמיין קיינער ערווארט נישט די אלע זאכן אריינצוגיין, דאסי סתם פארשלאגן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:דאנערשטאג מטות מסעי

רעדנדיג פון מעקאנעל האבן פירנדע קאנסערוואטיווע גרופעס געשיקט א בריוו צום סענאט מינאריטעט פיערער אז ער זאל נישט קלערן פון שטיצן א ביל וועלכע העכערט פאנדינג פאר די איי אר עס אפילו מיט א צענט

לויט קוועלער איז די איי אר עס אויסשטאפירונג פלאן מער ווייניגער אראפ פון טיש און די אומפארטייאישע גרופע דיסקוסירט איצט אלטערנאטיווון צו דעקן דעם ביל

דאס מיינט אבער נישט אז עס איז אראפ פון טיש לחלוטין ווייל די דעמאקראטן וועלן גאנץ ווארשיינליך זיך צוכאפן צו די פרישע געלעגנהייט וואס האט יך פאר זיי געעפנט און זיך באנוצן מיט די איי אר עס געלט קוואל אלץ טייל פון זייער פלאן צו דעקן די פארטייאישע בודזשעט רעזאלוציע
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

סתם אזוי נייגעריג, איך זעה מען חלומ'ט דא ערנסט פון א ס''ה פון באלד זעקס טריליאן דאלאר אין רעקאנסיליעישאן דאס יאר אליינס.

ווי איז רעקאנסיליעישאן געווען אין טראמפ'ס צייטן, 25 ביליאן פאר א וואנט האט ער נישט געקענט שאפן?
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

סענאטאר לינדזעי גרעהעם זאגט היינט אז ער וואלט געווען גרייט צו טון וואס ער קען נאר צו אפהאלטן דעמאקראטן פון אדורכפירן די 3.5 טריליאן דאללער אינפראסטרוקשור פעקל, אריינגערעכענט דאס פארלאזן וואשינגטאן די.סי.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”