נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
שומער באשטעטיגט איצט אז מען וועט דעבאטירן צוריקצוברענגן די רעדנדיגע פיליבאסטער
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
מענשין געשטעלט פראגן ביי די קאקוס און עטליכע סענאטארן האבן אים געזוכט אויפצוקלערן געוויסע פונקטן איבער די היטאריע פון די פיליבאסטער
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
סינעמא בלויז באטייליגט ווירטואל
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
הבל ביסט די בעסט!
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
Wow a1 האט געשריבן:הכל הבל האט געשריבן:Wow a1 האט געשריבן:הכל הבל האט געשריבן:די איצטיגע פלאן לויטעט אז די רול טויש אויף וועלכע מען וועט שטימען וועט בלויז פארלאנגען אז א פיליבסאטער זאל צוריקגיין צו די אמאליגע סטאנדארד אז די מינאריטעט מוז האבן עימיצער וועלכע רעדט אויפן סענאט פלאר אן קיין אפשטעל
און וואס געשענט ווער ער לויפט אויס פון כוח ?
עס מאכט עפעס נישט קיין סענס..
ווערט די דעבאטע אפגעשטעלט מיט אן איינפאכע 51 ווי מיט עטליכע יאר צוריק
סא די איינציגסטע זאך וואס עס טוט, עס שטיפט אפ די ביל מיט א טאג צוויי..... דעיס איז גארנישט..
אזויווי מקארטי האט געטוהן מיט די בבב.
נישט ממש. וויבאלד יעדע סענעטאר קען רעדן וויפיל מאל ער וויל, דעריבער קען א גפע פון 24 סענעטארן אפמאכן אז יעדער רעדט פאר א האלבע שעה א טאג וועט די דעבאטע זיך קיינמאל נישט ענדיגן.
- פאליטישע עקספערט
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17815
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
- פארבינד זיך:
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
קאנגרעסמאן האט געשריבן:זיי ווילן מיר דערהארגענען??
ישר כח הבל פאר די געשמאקע באריכטן..
נע
די פיליבאסטער איז נאר אינעם סענאט
אין קאנגרעס איז עס שוין אפגעזאפן געווארן אום 1842
און די לעצט פארבליבענע שטרוי דערפון אום 1890
- פאליטישע עקספערט
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17815
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
- פארבינד זיך:
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
זעהער האט געשריבן:Wow a1 האט געשריבן:הכל הבל האט געשריבן:Wow a1 האט געשריבן:הכל הבל האט געשריבן:די איצטיגע פלאן לויטעט אז די רול טויש אויף וועלכע מען וועט שטימען וועט בלויז פארלאנגען אז א פיליבסאטער זאל צוריקגיין צו די אמאליגע סטאנדארד אז די מינאריטעט מוז האבן עימיצער וועלכע רעדט אויפן סענאט פלאר אן קיין אפשטעל
און וואס געשענט ווער ער לויפט אויס פון כוח ?
עס מאכט עפעס נישט קיין סענס..
ווערט די דעבאטע אפגעשטעלט מיט אן איינפאכע 51 ווי מיט עטליכע יאר צוריק
סא די איינציגסטע זאך וואס עס טוט, עס שטיפט אפ די ביל מיט א טאג צוויי..... דעיס איז גארנישט..
אזויווי מקארטי האט געטוהן מיט די בבב.
נישט ממש. וויבאלד יעדע סענעטאר קען רעדן וויפיל מאל ער וויל, דעריבער קען א גפע פון 24 סענעטארן אפמאכן אז יעדער רעדט פאר א האלבע שעה א טאג וועט די דעבאטע זיך קיינמאל נישט ענדיגן.
יא יא
אבער מיט די דעמאלטסדיגע סטאנדארט פלעגט עס סך הכל אפשטופן - אויף ווי לאנג איז געוואנדן געווען אין די געדולד פון די סענאטארן...
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:זעהער האט געשריבן:Wow a1 האט געשריבן:הכל הבל האט געשריבן:Wow a1 האט געשריבן:
און וואס געשענט ווער ער לויפט אויס פון כוח ?
עס מאכט עפעס נישט קיין סענס..
ווערט די דעבאטע אפגעשטעלט מיט אן איינפאכע 51 ווי מיט עטליכע יאר צוריק
סא די איינציגסטע זאך וואס עס טוט, עס שטיפט אפ די ביל מיט א טאג צוויי..... דעיס איז גארנישט..
אזויווי מקארטי האט געטוהן מיט די בבב.
נישט ממש. וויבאלד יעדע סענעטאר קען רעדן וויפיל מאל ער וויל, דעריבער קען א גפע פון 24 סענעטארן אפמאכן אז יעדער רעדט פאר א האלבע שעה א טאג וועט די דעבאטע זיך קיינמאל נישט ענדיגן.
יא יא
אבער מיט די דעמאלטסדיגע סטאנדארט פלעגט עס סך הכל אפשטופן - אויף ווי לאנג איז געוואנדן געווען אין די געדולד פון די סענאטארן...
פון די אנדערע זייט איז מעגליך אז די פירערשאפט וועט אראפנעמען די ביל פונעם סדר היים צוליב וואס ס'נאמט אויף צופיל צייט און ס'איז דא נאך זאכן וואס דארף ווערן ארלעדיגט.
- קאנגרעסמאן
- שר האלף
- תגובות: 1337
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 5:33 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
זעהער האט געשריבן:פון די אנדערע זייט איז מעגליך אז די פירערשאפט וועט אראפנעמען די ביל פונעם סדר היים צוליב וואס ס'נאמט אויף צופיל צייט און ס'איז דא נאך זאכן וואס דארף ווערן ארלעדיגט.
נע א ביל וואס זיי ווילן דורכפירן שטיפן זיי נישט אוועק ווייל ס'גייט נעמען צופיל צייט.
ניקי העילי, די פארטיי וואס וועט די ערשטע פטור ווערן פון זייער 80 יעריגע זיידע וועט זיין די פארטיי וואס וועט געווינען!
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
דעמאקראט מארק קעלי וועלכע לויפט אויך פאר ווידערערוויילונג האט נארוואס געזאגט אז ער וועט שטימען אין שטיצע פון די רול טויש און וואלט געשטימט צו עלימינירן די פיליבאסטער סיי איבער וואל רעפארם און אזוי אויך איבער קאמפיין פינאנץ רעפארם
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
די סענאט וועט היינט אום 6:30 נאכמיטאג שטימען אפצושטעלן דעבאטע אויף די וואל רעפארם ביל און ערווארטעט צו ווערן בלאקירט דורך א רעפובליקאנע פיליבאסטער נאכגעפאלגט מיט א דעבאטע איבער באגרעניצן די פיליבאסטער צו א רעדנדע פיליבאסטער און דאן בלאקירט דורך אלע רעפובליקאנער אין צוגאב פון דעמאקראטן סינאמענשין
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
הויז פרידאם קאקוס פארזיצער סקאט פערי זאגט איצט אז מעקארטי האט געבעטן אז מען זאל אפלייגן אן אפשטימונג ארויסצושטויסן ליז טשעיני פון די קאנפרענץ צו קענען האלטן אין די אויפמערקזאמקייט דאס אפצייכענען א יאר פון די ביידען פרעזידענטשאפט
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
ווערנדיג געפרעגט אויב ער וואלט געשטיצט א פריימערי קעגנער צו סענאטארן סינאמענשין זאגט שומער אז ער זוכט נישט אריינצוגיין אין פאליטיק
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
סענאטאר סענדערס זאגט אז ער פערזענליך איז אפן און גרייט צו שטיצן פריימערי קאנדידאטן אקעגן סענאטארן סינאמענשין
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
הכל הבל האט געשריבן:באקאנטע לינקע גרופע וועלכע שטיצט פרויען קאנדידאטן פאר אפיס שרייבט אין א סטעיטמענט אז אויב סינעמא גייט אפאזירן די רול טויש גייען זי איר נישט אינדארסירן
סינעמא רעאגירט מיטן אנווייזן אז דעמאקראטן האבן אין די פארגאנגנהייט פיין נהנה געווען פונעם פיליבאסטער ווען עס איז געקומען צו בלאקירן אנטי רציחה געזעצן און קענען זיין קריטיש אנגעוויזן דערויף אינעם צוקונפט
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
סענאטאר טים קעין (ד ווירדזשיניע) לויבט אויס די דעמאקראטישע ביל איינצופירן א רעדנדע פיליבאסטער זאגנדיג אז עס וועט איינטוישן די געהיימע פיליבאסטער אין א פובליק און אפענע פיליבאסטער
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
סענאטאר ראמני (ר יוטא) רייסט ארונטער די רעדנדע פיליבאסטער זאגנדיג אז דאס איצטיגע רעדן דערפון איז זיכער עפעס וואס מען קען ארויסשניידן ווייל עס איז א שאד די צייט און עס וואטל באזייטיגט די לעצטע געצייג צו די דיספאזיציע פון די מינאריטעט און טעכניש פולשטענדיג עלימינירט די פיליבאסטער
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
קאנגרעסמאן גרעג מורפי פון צפון קאראליינע וועט באקומען די זיץ וועלכע געוועזענע קאנגרעסמאן דעווין נונעז (ר)פלעגט האלטן אויף די וועיס און מיענס קאמיטע
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
סענאטארן פאול, סקאט, לענקפארד, וויקער און קרעמער שלאגן פאר ביל איבערצודרייען די וואקסין מאנדאטן אוירויפגעשטעלט דורך די דיסטריקט אוו קאלאמביע אויף קאנסומער און סטודענטן
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
מעקאנעל זאגט אז היינט נאכט גייען אלע 100 סענאטארן איינקריצן זייער שטעלונג איבער די פיליבאסטער מיט פערמענאנטע טינט
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
דורבין פרובירט צו אנגאזשירן מעקאנעל אין א דעבאטע איבער די געברויך פון וואל רעפארם אבער דער לעצטער לאזט אים רעדן צום לאמפ און פארלאזט די זאל
דורבין זאגט אז עס טוט אים לייד אז מעקאנעל איז נישט געווען גרייט צו נעמען די פראגע און וואונדערט זיך אויב ער האלט טאקע אז עס איז איז נישטא קיין באווייזן פון וויילער אונטערדרוקונג אין 19 שטאטן
דורבין זאגט אז עס טוט אים לייד אז מעקאנעל איז נישט געווען גרייט צו נעמען די פראגע און וואונדערט זיך אויב ער האלט טאקע אז עס איז איז נישטא קיין באווייזן פון וויילער אונטערדרוקונג אין 19 שטאטן
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
זאלן רעפובליקאנער האבן קאנטראל אויפן ווייסן הויז און אויפן סענאט אום 2025 למספרם וועלן זיי פורבירן לויז ווערן פונעם פיליבאסטער?
גרעסלי זאגט אז עכט וואלט מען עס געמעגט טוהן צו דעמאקראטן וועלכע טוען עס איצט אבער ער וויל נאכנישט שפעקולירן איין וועג אדער די אנדערע איצט
גרעסלי זאגט אז עכט וואלט מען עס געמעגט טוהן צו דעמאקראטן וועלכע טוען עס איצט אבער ער וויל נאכנישט שפעקולירן איין וועג אדער די אנדערע איצט
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
הכל הבל האט געשריבן:זאלן רעפובליקאנער האבן קאנטראל אויפן ווייסן הויז און אויפן סענאט אום 2025 למספרם וועלן זיי פורבירן לויז ווערן פונעם פיליבאסטער?
גרעסלי זאגט אז עכט וואלט מען עס געמעגט טוהן צו דעמאקראטן וועלכע טוען עס איצט אבער ער וויל נאכנישט שפעקולירן איין וועג אדער די אנדערע איצט
טון זאגט בשום אופן זאגנדיג אז עס איז קיין אפציע און וואלט געגאנגען אין קעגנזאץ צו אלעס וואס זיי זאגן איצט
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40536
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
שומער: מעקאנעל זעצט פאר צו לייקענען אז סטעיט אונטערדרוקן וויילער
פונקט ווי דאנאלד טראמפ האט זיין גרויסע ליגן האט מעקאנעל זיינס
פונקט ווי דאנאלד טראמפ האט זיין גרויסע ליגן האט מעקאנעל זיינס
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
קאנגרעסמאן האט געשריבן:זעהער האט געשריבן:פון די אנדערע זייט איז מעגליך אז די פירערשאפט וועט אראפנעמען די ביל פונעם סדר היים צוליב וואס ס'נאמט אויף צופיל צייט און ס'איז דא נאך זאכן וואס דארף ווערן ארלעדיגט.
נע א ביל וואס זיי ווילן דורכפירן שטיפן זיי נישט אוועק ווייל ס'גייט נעמען צופיל צייט.
און אויב איז עס א ביל וואס איז וויכטיג וועט די מינאריטעט רעגן אזוי לאנג ווי מ'ברויך נאר.