נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40521
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
קרעמער זאגט אויך אז ער פארשטייט נישט די סטראטעגיע פון די סטראשע זינט א מנין געריכטן האבן שוין דערווייל בלאקירט מאנדאטן
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
הכל הבל האט געשריבן:רעפובליקאנע פירערשאפט איז אנגעצויגן און באזארגט אז די גערודער אויסצונוצן די שאטדאון סטראשע אין אויסטויש פאר א וואקסין מאנדאט אפוויונג זאל נישט אינפעקטירן זייערע רייען אויף א ברייטערע פארנעם
דעמאקראטן זוכן איצט א CR און געוויסע קאנסערוואטיוון ווילן אז עס זאל ארויסשרייבן אז די געלט קען נישט פינאנצירן מאסנאמען צו אינפארסירן מאנדאטן אבער עס איז אומקלאר אויב זיי וועלן זיך באגנוגן מיט א שאנס צו שטימען אויף אזא אמענדמענט
עטליכע רעפובליקאנער פירער שפילן אראפ די שאטדאון זארגן און זאגן אז אפילו אויב די געשפרעכן איבער די CR וועט זיך עטוואס פארשלעפן אויף ביז נאכן וויקענד וועט עס זיין א גאר קורצע פארשליסונג וועלכע וועט נישט לאנג אנהאלטן
פארוואס איז די פירערשאפט דערשראקן פון א שאטדאון?
פוצה פה ומצפצף
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40521
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
קאלינס געפרעגט איבער די איינדרוק וואס ריכטער קעווענאו וועם זי האט געהאפן באשטעטיגן האט געמאכט אין די רציחה קעיס
זי זאגט אז זי האט עס נישט מיטגעהאלטן און וועט עס איבערהערן היינט נאכט און דערמאנט אז זי שטיצט די 1973 למספרם געזעץ
זי זאגט אז זי האט עס נישט מיטגעהאלטן און וועט עס איבערהערן היינט נאכט און דערמאנט אז זי שטיצט די 1973 למספרם געזעץ
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40521
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
Mezofzef האט געשריבן:הכל הבל האט געשריבן:רעפובליקאנע פירערשאפט איז אנגעצויגן און באזארגט אז די גערודער אויסצונוצן די שאטדאון סטראשע אין אויסטויש פאר א וואקסין מאנדאט אפוויונג זאל נישט אינפעקטירן זייערע רייען אויף א ברייטערע פארנעם
דעמאקראטן זוכן איצט א CR און געוויסע קאנסערוואטיוון ווילן אז עס זאל ארויסשרייבן אז די געלט קען נישט פינאנצירן מאסנאמען צו אינפארסירן מאנדאטן אבער עס איז אומקלאר אויב זיי וועלן זיך באגנוגן מיט א שאנס צו שטימען אויף אזא אמענדמענט
עטליכע רעפובליקאנער פירער שפילן אראפ די שאטדאון זארגן און זאגן אז אפילו אויב די געשפרעכן איבער די CR וועט זיך עטוואס פארשלעפן אויף ביז נאכן וויקענד וועט עס זיין א גאר קורצע פארשליסונג וועלכע וועט נישט לאנג אנהאלטן
פארוואס איז די פירערשאפט דערשראקן פון א שאטדאון?
זיי גלויבן אז באזירט אויף היסטאריע ברענגט עס נישט קיין פארדינסטן און קען בלויז שאטן פאר די פארטיי'ס אימעדזש אין די אויגן פון די וויילער
- ר' זעקל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11453
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
- לאקאציע: אונטערן זעקל
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
זיי זענען א באנדע שוואכלונגען.
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40521
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
קוקט נישט אויס ווי מען וועט נאך היינט שטימען אויף א CR
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40521
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
הכל הבל האט געשריבן:אבער בלאנט זאגט אז עס איז נאכנישט דא א פולע פארשטענדעניש איבער די אישו אינערהאלב די קאנפרענץ וועלכע האט איצט געענדיגט זייער מיטאג
קענעדי פארציילט אז דורכאויס די דיסקוסיעס איז מעקאנעל געזעצן שטיל
קענעדי: מיטש האט נישט ארויסגערעדט קיין ווארט
ער האט זיך געגעסן זיין עוף
ער האט געגעסן צוויי שטיקלעך
- ר' זעקל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11453
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
- לאקאציע: אונטערן זעקל
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
הכל הבל האט געשריבן:הכל הבל האט געשריבן:אבער בלאנט זאגט אז עס איז נאכנישט דא א פולע פארשטענדעניש איבער די אישו אינערהאלב די קאנפרענץ וועלכע האט איצט געענדיגט זייער מיטאג
קענעדי פארציילט אז דורכאויס די דיסקוסיעס איז מעקאנעל געזעצן שטיל
קענעדי: מיטש האט נישט ארויסגערעדט קיין ווארט
ער האט זיך געגעסן זיין עוף
ער האט געגעסן צוויי שטיקלעך
ער האט נישט אויסגעזאגט וויפיל ער אליין האט געגעסן.
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
Mezofzef האט געשריבן:הכל הבל האט געשריבן:רעפובליקאנע פירערשאפט איז אנגעצויגן און באזארגט אז די גערודער אויסצונוצן די שאטדאון סטראשע אין אויסטויש פאר א וואקסין מאנדאט אפוויונג זאל נישט אינפעקטירן זייערע רייען אויף א ברייטערע פארנעם
דעמאקראטן זוכן איצט א CR און געוויסע קאנסערוואטיוון ווילן אז עס זאל ארויסשרייבן אז די געלט קען נישט פינאנצירן מאסנאמען צו אינפארסירן מאנדאטן אבער עס איז אומקלאר אויב זיי וועלן זיך באגנוגן מיט א שאנס צו שטימען אויף אזא אמענדמענט
עטליכע רעפובליקאנער פירער שפילן אראפ די שאטדאון זארגן און זאגן אז אפילו אויב די געשפרעכן איבער די CR וועט זיך עטוואס פארשלעפן אויף ביז נאכן וויקענד וועט עס זיין א גאר קורצע פארשליסונג וועלכע וועט נישט לאנג אנהאלטן
פארוואס איז די פירערשאפט דערשראקן פון א שאטדאון?
ווייל אז זיי קומען מיט א נייע פארלאנג ארייצולייגען עפעס, און אז נישט סטראשענען זיי מיט א שאדאון, זענען זיי שולדיג, והשנית די מאנדאט איז זייער פאפולער ביים פאלק.
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40521
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
הכל הבל האט געשריבן:דעמאקראטן זוכן איצט א CR און געוויסע קאנסערוואטיוון ווילן אז עס זאל ארויסשרייבן אז די געלט קען נישט פינאנצירן מאסנאמען צו אינפארסירן מאנדאטן אבער עס איז אומקלאר אויב זיי וועלן זיך באגנוגן מיט א שאנס צו שטימען אויף אזא אמענדמענט
מארשאל וויליג צו באטראכטן אן אמענדמענט פארשלאג אבער וואלט זיכער מער געגליכן אריינצושטעלן זיין פראוויזיע אין די ארגינעלע ביל
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40521
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
לומיס וועט געטרויען די וועלכע פירן אן די פארהאנדלונגען
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40521
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
קאנגרעס פירער זענען זיך דורכגעקומען איבער א צייטווייליגע CR צו פינאנצירן די רעגירונג אויף ביז פעברואר 18 למספרם
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40521
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
מא ברוקס וועלכע לויפט צום סענאט אין אלאבאמא מיט טראמפ'ס שטיצע איז געפרעגט געווארן אויב ער וועט שטיצן מעקאנעל אלץ סענאט מאיאריטעט פירער
ברוקס: איך וועל שטיצן די מערסט קאנסערווארטיווע אויסוואל
קען עס זיין מעקאנעל?
ברוקס: אויב ער וועט זיין די מערסט קאנסערוואטיווע אפציע
ברוקס: איך וועל שטיצן די מערסט קאנסערווארטיווע אויסוואל
קען עס זיין מעקאנעל?
ברוקס: אויב ער וועט זיין די מערסט קאנסערוואטיווע אפציע
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40521
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
הכל הבל האט געשריבן:קאנגרעס פירער זענען זיך דורכגעקומען איבער א צייטווייליגע CR צו פינאנצירן די רעגירונג אויף ביז פעברואר 18 למספרם
די ביל וועט נישט האבן סיי וועלכע טוישונגען פון די איצטיגע ספענדינג שטאפלען אבער דעמאקראטן האבן יא באוויזן צו קענען ספענדן 7 ביליאן דאלער פאר אפגאניסטאנע עוואקואציעס
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
ישר כח @הכל הבל
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40521
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
דערווייל איז די פארטיידיגונג ביל שטעקן אין סענאט וועט רוביא האט נעכטן בלאקירט דאס אפשטעלן דעבאטע און שטימען אויף א פעקל אמענדמענטס צוליב וואס עס האט נישט איינגעשלאסן זיינס אן אמענדמענט וועלכע זוכט צו באגרעניצן אמעריקאנע ביזנעסער פון קענען נוצן ארבעטער וועלכע ווערן געהאלטן אלץ קנעכט אין כינע
די אמענדמענט איז שוין ביל איז שוין אייגנטליך געווארן באשטעטיגט אין סענאט אבער קאנגרעס וויל עס נישט באשטעטיגן און רוביא באשולדיגט אז קאנגרעסלייט זענען אונטער די איינפלוס פון מאכטפולע קארפארעישאנס וועלכע זוכן אונטערצוברענגן די פארשלאג און דעריבער זוכט ער עס צו צוטשעפען אלץ אן אמענדמענט צום פארטיידיגונגס ביל אז קאנגרעס זאל דערנאך מוזן באשליסן צו די דאזיגע אמענדמענט איז ווערד אז צוליב איר זאלן זיי נישט באשטעטיגן אמעריקא'ס פארטיידיגונג ביל
שומער וועלכע האט געטוהן גענוי די זעלבע ווען ער האט פאר אלע קאסטן געזוכט צו באשטעטיגן זיין אייגענע אנטי כינע ביל האט עווענטועל אפגעטראטן נאכן באקומען א פארזיכערונג פון פעלאסי אז די צוויי טשעימבערס וועלן גיין צו קאנפרענץ איבער זיין ביל און ער רייסט איצט שארף ארונטער רוביא זאגנדיג אז עס איז א טרויעריגע געשעעניש אז די סענאט קען זיך נישט פאראויסרקון מיט א פארטיידיגוגס ביל און אלעס ליגט אויף די פלייצעס פון אן אינצלנע סענאטאר וועמענ'ס נאמען איז מארקא רוביא וועלכע שטופט פאראויס א גיפט פיל וועלכע איז אומשטאנד אויפצורייסן די גאנצע פארטיידיגונגס ביל
די אמענדמענט איז שוין ביל איז שוין אייגנטליך געווארן באשטעטיגט אין סענאט אבער קאנגרעס וויל עס נישט באשטעטיגן און רוביא באשולדיגט אז קאנגרעסלייט זענען אונטער די איינפלוס פון מאכטפולע קארפארעישאנס וועלכע זוכן אונטערצוברענגן די פארשלאג און דעריבער זוכט ער עס צו צוטשעפען אלץ אן אמענדמענט צום פארטיידיגונגס ביל אז קאנגרעס זאל דערנאך מוזן באשליסן צו די דאזיגע אמענדמענט איז ווערד אז צוליב איר זאלן זיי נישט באשטעטיגן אמעריקא'ס פארטיידיגונג ביל
שומער וועלכע האט געטוהן גענוי די זעלבע ווען ער האט פאר אלע קאסטן געזוכט צו באשטעטיגן זיין אייגענע אנטי כינע ביל האט עווענטועל אפגעטראטן נאכן באקומען א פארזיכערונג פון פעלאסי אז די צוויי טשעימבערס וועלן גיין צו קאנפרענץ איבער זיין ביל און ער רייסט איצט שארף ארונטער רוביא זאגנדיג אז עס איז א טרויעריגע געשעעניש אז די סענאט קען זיך נישט פאראויסרקון מיט א פארטיידיגוגס ביל און אלעס ליגט אויף די פלייצעס פון אן אינצלנע סענאטאר וועמענ'ס נאמען איז מארקא רוביא וועלכע שטופט פאראויס א גיפט פיל וועלכע איז אומשטאנד אויפצורייסן די גאנצע פארטיידיגונגס ביל
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40521
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
הכל הבל האט געשריבן:קאלינס געפרעגט איבער די איינדרוק וואס ריכטער קעווענאו וועם זי האט געהאפן באשטעטיגן האט געמאכט אין די רציחה קעיס
זי זאגט אז זי האט עס נישט מיטגעהאלטן און וועט עס איבערהערן היינט נאכט און דערמאנט אז זי שטיצט די 1973 למספרם געזעץ
זי איז גרייט צו שטיצן געדאנקן צו פארשטארקן די 1973 למספרם אורטייל מיט לעגיסלאטיווע דעקונג און האט שוין גערעט מיט א רייע קאלעגן דערוועגן
איבער קעווענאו זאגט זי אז מען דארף אויסווארטן די אורטייל
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40521
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
הכל הבל האט געשריבן:הכל הבל האט געשריבן:דעמאקראטן זוכן איצט א CR און געוויסע קאנסערוואטיוון ווילן אז עס זאל ארויסשרייבן אז די געלט קען נישט פינאנצירן מאסנאמען צו אינפארסירן מאנדאטן אבער עס איז אומקלאר אויב זיי וועלן זיך באגנוגן מיט א שאנס צו שטימען אויף אזא אמענדמענט
מארשאל וויליג צו באטראכטן אן אמענדמענט פארשלאג אבער וואלט זיכער מער געגליכן אריינצושטעלן זיין פראוויזיע אין די ארגינעלע ביל
מארשאל, קרוז און לי ווילן אן אמעדמענט אויף וועלכע 51 סענאטארן וועלן זיין גענוג האפנדיג אז זיי קענען מצליח זיין
מארשאל זאגט אז עס איז ווערד אפצושפארן די רעגירונג אויב דורכדעם ראטעוועט מען דזשאבס אין קענסאס און זאגט אז דערווייל איז ער נישט מסכים צו אן אמענדמענט אונטער א פראצעדור וועלכע פארלאנגט 60 שטימען און וועט בלויז איינגיין אויף אן 51 טרעשהאולד
מענשין שליסט נישט אויס די מעגליכקייט צו שטיצן אזא אמענדמענט זאגנדיג אז ער האלט פון א מאנדאט אויף פעדעראלע ארבעטער אבער איז ווייניגער ענטוזיאסטיש אויף די מאנדאט פאר גרויסע ביזנעסער צו מוזן וואקסינירן זייערע ארבעטער
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דאנערשטאג דעצעמבער 02, 2021 11:40 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40521
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
גרעהעם זאגט אז טראץ וואס ער אקעגן די מאנדאט איז ער נישט זיכער אז שאטדאון איז די פאסיגע רעאקציע
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40521
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
סטעבענאו זאגט אז א רייע קלימאטן פראוויזיעס אין די בודזשעלוציע ווערן נאך דעבאטירט אבער וויל נישט אידעטיפיצירן גענוי וועלכע
זי זאגט אז זי פארהאנדלט מיט מענשין איבער העכערן די שטייער קרעדיסט פארן קויפן עלעקטעראנישע קארס ערצייגט דורך יוניאן ארבעטער און אזוי אויך איבער די פלאן צו רעכענען א שטייער פון אויל און גאז פירמעס וועלכע לאזן ארויס א געוויסע שעדליכע מאטריאל העכער א געוויסע מאס
זי זאגט אז זי פארהאנדלט מיט מענשין איבער העכערן די שטייער קרעדיסט פארן קויפן עלעקטעראנישע קארס ערצייגט דורך יוניאן ארבעטער און אזוי אויך איבער די פלאן צו רעכענען א שטייער פון אויל און גאז פירמעס וועלכע לאזן ארויס א געוויסע שעדליכע מאטריאל העכער א געוויסע מאס
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40521
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
הכל הבל האט געשריבן:דערווייל איז די פארטיידיגונג ביל שטעקן אין סענאט וועט רוביא האט נעכטן בלאקירט דאס אפשטעלן דעבאטע און שטימען אויף א פעקל אמענדמענטס צוליב וואס עס האט נישט איינגעשלאסן זיינס אן אמענדמענט וועלכע זוכט צו באגרעניצן אמעריקאנע ביזנעסער פון קענען נוצן ארבעטער וועלכע ווערן געהאלטן אלץ קנעכט אין כינע
די אמענדמענט איז שוין ביל איז שוין אייגנטליך געווארן באשטעטיגט אין סענאט אבער קאנגרעס וויל עס נישט באשטעטיגן און רוביא באשולדיגט אז קאנגרעסלייט זענען אונטער די איינפלוס פון מאכטפולע קארפארעישאנס וועלכע זוכן אונטערצוברענגן די פארשלאג און דעריבער זוכט ער עס צו צוטשעפען אלץ אן אמענדמענט צום פארטיידיגונגס ביל אז קאנגרעס זאל דערנאך מוזן באשליסן צו די דאזיגע אמענדמענט איז ווערד אז צוליב איר זאלן זיי נישט באשטעטיגן אמעריקא'ס פארטיידיגונג ביל
שומער וועלכע האט געטוהן גענוי די זעלבע ווען ער האט פאר אלע קאסטן געזוכט צו באשטעטיגן זיין אייגענע אנטי כינע ביל האט עווענטועל אפגעטראטן נאכן באקומען א פארזיכערונג פון פעלאסי אז די צוויי טשעימבערס וועלן גיין צו קאנפרענץ איבער זיין ביל און ער רייסט איצט שארף ארונטער רוביא זאגנדיג אז עס איז א טרויעריגע געשעעניש אז די סענאט קען זיך נישט פאראויסרקון מיט א פארטיידיגוגס ביל און אלעס ליגט אויף די פלייצעס פון אן אינצלנע סענאטאר וועמענ'ס נאמען איז מארקא רוביא וועלכע שטופט פאראויס א גיפט פיל וועלכע איז אומשטאנד אויפצורייסן די גאנצע פארטיידיגונגס ביל
אינהאף זאגט אז די רוביא סומאטוכע איז דערווייל נישט געלייזט
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40521
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
מייק לי פרובירט צו גיין צווישן די טראפן זאגנדיג אז ער וויל נישט קיין שאטדאון נאר וויל אן אמענדמענט אפשטימונג איבער די מאנדאט
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40521
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
ווילאנג די סענאט באכלעפטשעט זיך טוט מען דערווייל דעבאטירן אין קאנגרעס די רול פאר די CR אויף וועלכע מען פלאנט נאך הינט צו שטימען
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40521
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
הכל הבל האט געשריבן:מענשין שליסט נישט אויס די מעגליכקייט צו שטיצן אזא אמענדמענט זאגנדיג אז ער האלט פון א מאנדאט אויף פעדעראלע ארבעטער אבער איז ווייניגער ענטוזיאסטיש אויף די מאנדאט פאר גרויסע ביזנעסער צו מוזן וואקסינירן זייערע ארבעטער
איצט קוקט אויס אז ער בעפארצוגט א באונדערע ביל צו בלאקירן די מאנדאט ווי איידער עס צוטשעפען אלץ אן אמענדמענט צום CR זייענדיג באזארגט אז עס וועט זיך ענדיגן מיט א שאטדאון
-
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 40521
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט
הכל הבל האט געשריבן:הכל הבל האט געשריבן:דערווייל איז די פארטיידיגונג ביל שטעקן אין סענאט וועט רוביא האט נעכטן בלאקירט דאס אפשטעלן דעבאטע און שטימען אויף א פעקל אמענדמענטס צוליב וואס עס האט נישט איינגעשלאסן זיינס אן אמענדמענט וועלכע זוכט צו באגרעניצן אמעריקאנע ביזנעסער פון קענען נוצן ארבעטער וועלכע ווערן געהאלטן אלץ קנעכט אין כינע
די אמענדמענט איז שוין ביל איז שוין אייגנטליך געווארן באשטעטיגט אין סענאט אבער קאנגרעס וויל עס נישט באשטעטיגן און רוביא באשולדיגט אז קאנגרעסלייט זענען אונטער די איינפלוס פון מאכטפולע קארפארעישאנס וועלכע זוכן אונטערצוברענגן די פארשלאג און דעריבער זוכט ער עס צו צוטשעפען אלץ אן אמענדמענט צום פארטיידיגונגס ביל אז קאנגרעס זאל דערנאך מוזן באשליסן צו די דאזיגע אמענדמענט איז ווערד אז צוליב איר זאלן זיי נישט באשטעטיגן אמעריקא'ס פארטיידיגונג ביל
שומער וועלכע האט געטוהן גענוי די זעלבע ווען ער האט פאר אלע קאסטן געזוכט צו באשטעטיגן זיין אייגענע אנטי כינע ביל האט עווענטועל אפגעטראטן נאכן באקומען א פארזיכערונג פון פעלאסי אז די צוויי טשעימבערס וועלן גיין צו קאנפרענץ איבער זיין ביל און ער רייסט איצט שארף ארונטער רוביא זאגנדיג אז עס איז א טרויעריגע געשעעניש אז די סענאט קען זיך נישט פאראויסרקון מיט א פארטיידיגוגס ביל און אלעס ליגט אויף די פלייצעס פון אן אינצלנע סענאטאר וועמענ'ס נאמען איז מארקא רוביא וועלכע שטופט פאראויס א גיפט פיל וועלכע איז אומשטאנד אויפצורייסן די גאנצע פארטיידיגונגס ביל
אינהאף זאגט אז די רוביא סומאטוכע איז דערווייל נישט געלייזט
רוביא שטעלט קלאר אז ער טרעט נישט אפ אבער דרוקט אויס גרייטקייט אראפצוקריכן די זעלבע לייטער וועלכע שומער איז אראפגעקראכן נישט לאנג צוריק זאגנדיג אז ער וועט זיך נישט ברעכן סיידן קאנגרעס ער באקומט א פארזיכערונג אז קאנגרעס וועט שטימען אויף זיין פראוויזיע