נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פארטראכטער
שר האלף
תגובות: 1288
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2016 2:57 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארטראכטער »

abeg האט געשריבן:
פארטראכטער האט געשריבן:וויאזוי איך ווייס וואס? אז ער איז פערזענליך אינוואלווד אין די נעגאשיעשאנס?

יא

ליין איבער די לעצטע פאר בלעטער, די גרינטליכע רעפארטינג פון אונזער טראסטבארע @הכל הבל.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40515
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ווארנאק (וועלכע קומט פון דזשארדזשיא, א סטעיט וועלכע האט נישט אויסגעברייטערט מעדקיעד אונטער אבאמאקעיר) ארבעט אויף מענשין איינצוגיין אויף מעדיקעיד אויסברייטערונג (וועלכע וועט אפעקטירן זיין סטעיט)
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40515
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:אויב שטימט מען אויף די אומפאר אינפרא מארגן איז קארטעז א ניין סיידן עס איז דא ספעציפישע טעקסט פון א בודזשעלוציע

פרעימווארק איז נישט גענוג

סענאטאר מערקלי איז אויך נישט אקעי סיידן עס איז דא צו יענע צייט א בודזשעלוציע אויפן סענאט פלאר
פארטראכטער
שר האלף
תגובות: 1288
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2016 2:57 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארטראכטער »

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:ערשטע צייכנס אז מען הויבט זיך אן רוקן?
פעלאסי בעהט די רולס קאמיטע זיך צו טרעפן מארגן אין ליכטפון א וויכטיגע דעדליין צו באשטעטיגן די אומפאר אינפרא

קאמיטע טרעפט זיך היינט נאכמיטאג צוצוגרייטן די ביל אבער עס איז אומקלאר וואס וועט דארט שטיין

ניעל שיינט נישט איבריג אפטימיסטיש מיט די ביליאנער טעקסט און וויל צו ערשט זעהן 50 סענאטארן עס שטיצן

איז דא עפעס א חילוק צווישן די מיליאנער טעקס און די 15% קארפארעט מינימום שטייער?

פארטראכטער האט געשריבן:

הכל הבל האט געשריבן:אין די לעצטע טעג ווערן באריכטעט נאכאנאנאדע אפדעיטס דא אויפן וועלטל איבער אנטוויקלונגען און טוישונגען אין באצוג צו א רייע פראוויזיעס אינעם מאסיוון ספענדינג פעקל וועלכע דעמאקראטן האפן צו באשטעטיגן אונטער די בודזשעט רעקאנסיליאציע פראצעדור

די צומישעניש איז גרויס סיי ווען עס קומט צו די הוצאות ווען מען הערט צו יעדע צייט איבער פרישע שטרייטן צווישן די לינקע און מעסיגע לאגער איבער וועלכע פראגראמען איינצושטעלן און מיט וויפיל באגרעניצונגען און אזוי אויך אויפן פראנט פון די הכנסות ווען געזעצגעבער זענען אין געיעג אויפצוטרייבן די נויטיגע סומעס צו דעקן די געפלאנטע אויסגאבן און אויך דארט קומען פאר היציגע דעבאטעס וויפיל און וועלכע שטייערן צו העכערן

ווי שוין קלאר פאר יעדן זענען די צוויי הויפט מחותנים דערווייל נישט מעקאליף און ביידען אזוי לאנג ווי די ביל איז נישט באשטעטיגט נאר עס זענען עס סינאמענשין וועלכע זענען פאקטיש די שליסל שטימען און דעמאקראטן קענען זיך נישט ערלויבן צו פארלירן קיינע פון זיי

טייל פון די פראבלעם איז אז די צוויי זענען נישט אלעמאל אליאירטע דיסידענטן מיט די זעלבע קאפריזן נאר את מה שזה מתיר זו אוסרת וכן להיפך און דעריבער דארף מען מיט ביידע פארהאנדלען באזונדער און פארציכטן אויף מער טעריטאריע

צוליב מערערע פארלאנגען קלארצושטעלן א סך הכל איבער די אלע פלענער און פארשלאגן וועלכע זענען אויף,אדער אראפ פון טיש וועלן מיר ווידמען עטליכע פאראגראפן דורכצולויפן טייל פון זיי און דאסמאל וועט מען זיך קאנצעטרירן בלויז אויף די הכנות טייל וועלכע באשטייט פון א רייע שטייער העכערונג פארשלאגן

קארפארעיט מאקסימום שטייער ראטע

די טראמפ שטייער רעפארם ביל האט גענידערט די מאקסימום קארפארעיט שטייער ראטע פון 35% צו 21% און דעמאקראטן האבן גערעכנט צו העכערן די ראטע צו 28% אבער ביזנעס גרופעס האבן עס אפאזירט און מענשין איז אויך געווען באקוועם מיט א העכערונג ביז 25% און קאנגרעס דעמאקראטן האבן באשטעטיגט א פשרה ראטע פון 26 מיט א האלבע%

אומקלאר מיט וויפיל איז אבער געווען גאנץ קלאר אז די ראטע וועט ווערן געהעכערט אבער די פאלן איז צופאלן ווען עס איז קלאר געווארן אז סינעמא איז קאטעגאריש אקעגן סיי וועלכע העכערונג וואס באדייט אז די טראמפ ראטע בלייבט אומגעטוישט

קארפארעיט מינימום שטייער ראטע

טראץ איר קעגנערשאפט צו העכערן די מאקסימום שטייער ראטע איז אבער סינעמא גרייט צו שטיצן דאס איינשטעלן א מינימום קארפארעיט שטייער ראטע וועלכע וועט זיין פופצן פראצענט און באדייט דאס פארשטאפן א רייע לעגאלע לעכער וועלכע האבן ערלויבט ביזנעסער נישט צו דארפן צאהלן קארפארעיט שטייערן און נאך וואס סינאמענשין האבן ביידע נארוואס צוגעווארפן זייער שטיצע איז עס געווען די ערשטע ערנסטע דורכברוך אויפן פראנט פון הכנסות צום רעזאלוציע און א שטארקע דערגרייכונג
די דעטאלן פונעם ביל זענען ערשינען איצט ביינאכט און שטעלט קלאר אז א רייע קרעדיטס וועלן פארבלייבן א שטייגער ווי שטייער קרעדיטס פאר ריינע ענערגיע מיטלען און נאך

אינקאם שטייער ראטע

די טראמפ שטייער רעפארם ביל האט גענידערט די מאקסימום אינדיווידועלע ראטע פאר די וועלכע פארדינען 400 טויזנט דאלער א יאר פון 39% אראפ צו 37% און די ביידען פלאן האט געלויטעט עס צוריקצושטעלן און מענשין איז געווען גרייט דערויף אבער אויך דא איז באקראנט געווארן די סינעמא פאזיציע אז די ראטעס מוזן פארבלייבן ווי זיי זענען און דערמיט איז די פאלן ארפא פון טיש

סטעפד אפ בעסיס

איינע פון די פארשלאגן צו העלפן פינאנצירן די דעמאקראטישע ספענדינג פלאן איז געווען צו עלימינירן די סטעפד אפ בעסיס פאר קעפיטאל געינס פארדינסטן פון העכער א מיליאן דאלער

די סטעפד אפ בעסיס ווערט באצייכנט דורך דעמאקראטן אלץ א טראסט פאנד לופהאל וועלכע העלפט יורשים זיך ארויסדרייען פון צאהלן שטייער אויף טייל פון זייער פארמעגנס און שאצט אפ פארדינסטן באזירט אויף די ווערד ווען זיי באקומען עס

אבער אין די צייט וואס פאר טייל ליינער זענען די טערמינען פון סטעפד אפ בעסיס און אפילו קעפיטאל געינס גאר באקאנט זענען זיי ווילד פרעמד פאר אנדערע און קען נוצן אביסעלע ערקלערונג מיט א קורצע קלארשטעלונג נישט צו נעמען פון דא סיי וועלכע פינאנציעלע אדער לעגאלע ראט נאר אין פערזענליכע פעלער זיך אדורכשמועסן מיט עקספערטן

ווען ראובן איז דער באזיצער פון סיי וועלכע אייגנטום ווי סטאקסת באנדס, פראפערטי און ער זיצט מיט זיי דארף ער נישט צאהלן קיין העכערע שטייער ראטע אויף די ווערד וועלכע די נכסים שטייגן אזוי לאנג ווי ער האלט עס אין זיין באזיץ

וואס פאסירט ווען ער פארקופיט זיי צו שמעון?

אויב ראובן האט באצאהלט פאר די נכסים הונדערט דאלער און עס ווען ער וויל עס פארקויפן פאר שמעון איז עס ווערד טויזנט דאלער ווערט די הנדערט דאלער וועלכע ראובן האט אינוועסטירט אנגערופן די באזיס (יסוד) און די איבריגע ניין הונדערט דאלער וועט הייסן די קעפיטאל געין (די פארדינסטן און ראובן וועט דארפן באצאהלן קעפיטאל געינס שטייערן אויף די ניין הונדערט דאלער וועלכע ער האט פארדינט אבער די בעסיס (באזיס) פון הונדערט דאלער איז שטייער פריי ווייל דאס האט אים געקאסט ביים איינהאנדלען די פארמעגן

ווידעראום שמעון האט זיך איינגעהאנדלט פראפערטי וועלכע איז ווערד טויזנט דאלער און דאס איז זיין בעסיס א ווען ער וועט עס פארקויפן צו לוי פאר צעהן טויזנט וועט די ערשטע טויזנט זיין שטייער פריי און זיין קעפיטאל געינס איז בלויז ניין טויזנט

במה דברים אמורים ווען ראובן איז דער מוכר און שמעון איז דער לוקח אדער אפילו מקבל מתנה
ווי איז אבער אויב עס איז אב ובנו שראו את הירוש?

אויב ראובן שטארבט און לאזט איבער די הויז פאר וועלכע ער האט באצאהלט הונדערט דאלער און איז היינט ווערד טויזנט, דאן זאגט די געזעץ אז מען סטעפד אפ די בעסיס

דהיינו, אז אנשטאט די בעסיס פון שמעון'ס גע'ירש'נטע הויז זאל זיין הונדערט דאלער און די קעפיטאל געינס ניין הונדערט דאלער, וועט מען ארויפרוקן (אפסטעפן) די בעסיס און זאגן אז מען רעכנט די בעסיס ווערד לויט די מארקעט פרייז אין די צייט ווען שמעון ירש'נט די אייגנטום וואס איז אין אונזער ביישפיל טויזנט דאלער און אויב וועט שמעון איצט פארקויפן די הויז פאר לוי וועט ער (אנדערש ווי אינע אינעם פריערדיגן ביישפיל ווען ער איז געווען א לוקח און געדארפט באצאהלן קעפיטאל געינס שטייער אויף די ניין הונדערט דאלער) דאסמאל נישט דארפן צאהלן קיין רויטן צענט אין קעפיטאל געינס שטייער

דעמאקראטן האבן עס געזוכט צו טוישן אבער רעפובליקאנער האבן אנגעוויזן אז די נכסים זענען סייווי נישט שטייער פריי צוליב וואס עס איז דא א באזונדערע עסטעיט שטייער וועלכע רעכנט שטייער אויף ירושה נכסים און באזונדער אנגעצייגט אז טשעפען מיט די סטעפד אפ בעסיס וועט נישט בלויז בארירן רייכע לייט נאר צושאקלען די פאמיליע בינעס סיסטעם פון פארמער און קלענערע ביזנעסער

צוליב וואס 13 דעמאקראטן פון רורעל סטעיטס האבן געשיקט א בריוו צו ספיקער פעלאסי אויסדרוקנדיג זארג ווי אזוי אזא טויש קען שווער אפעקטירן זייערע וויילער פון וועלכע פילע זענען פאמיליע פארם אייגנטומער און סענאטאר דזשן טעסטער האט קלארגעשטעלט אז אזא פלאן קומט נישט אין באטראכט איז די געדאנק נישט אריין אין די הויז ביל

איי אר עס באנק באריכטן

נאכן מאריך זיין ביי די פריערדיגע פארשלאג וועט מען מקצר זיין דאסמאל צוליב וואס די פארשלאג איז שוין געווארן ברייטער דיסקוסירט און איז מער באקאנט אלץ א נייע סיסטעם אונטער וועלכע בענק זאלן באריכטן די סך הכל סומעס וואס איז נכנס ויוצא פון באנק קאנטעס פון זעקס הונדערט דאלער און העכער

נאך אויסנאמליכע קריטיק פון מערערע ריכטונגען איז די ציפער געהעכערט געווארן צו 10 טויזנט אבער קריטיק פון רעפובליקאנער און די ביזנעס געמיינדע האט נישט נאכגעלאזט און דאן האט מענשין געשאנקן די טויט קלאפ פארן פלאן פארציילנדיג אז ער האט קלארגעשטלעט פארן פרעזידענט אז עס איז א רייע משוגעת און קומט נישט אין באטראכט און אז דער פרעזידענט האט עס פארשטאנען

איי אר עס אינפארסירונג

די פארשלאג לויטעט צו גיבן פאר די אגענטור אכציג מיליאן דאלער צו קענען אונטערנעמען מער ערנסטע שריט צו ציהלן אזעלכע וועלכע דרייען זיך ארויס פון שטייערן און לויט דעמאקראטן קען אזא אינוועסטירונג אויפטרייבן אזויפיל ווי זיבן הונדערט מיליאן דאלער איבער 10 יאר

רעפובליקאנער מאכן אוועק די ציפער אלץ פאנאטאזיע און קריטיקירן דאס צוטיילן נאך געלט פאר אן אגענטור וועלכע איז נישט איבריג אויסגעצייכנט לויט זיי מיט אומפארטייאישקייט און היטן אויף קאנפידענשל רעקארדס פון ארויסרינען

עס בלייבט צו זעהן אויב די טייל וועט מאכן איר ועוג אינעם גרויסן רעזאלוציע

קעפיטאל געינס ראטע

די אדמיניסטראציע האט געהאט פארגעשלאגן צו כמעט דאפלען די קעפיטאל געינס שטייער ראטע פאר פארדינער פון העכער א 400 טויזנט דאלער פון 20% צו איבער 39%

סענאט דעמאקראטן אויף די וועיס און מיענס קאמיטע האבן אבער דערטאפט דעם דופק און אנערקענט אז די ציפער איז איבערגעטריבן און אראפגערוקט די העכערונג צו גיין בלויז ביז 28% וועלכע איז מער ווייניגער די ציפער וועלכע מענשין האט אויסגעדרוקט גרייטקייט צו שטיצן

אבער פונקט ווי די אנדערע שטייער ראטע העכערונגען איז אויסגעשטאנען סינעמא אפאזיציע טרעפט זיך די פארשלאג מיטן זעלבן פראבלעם און עס שיינט נישט צו מאכן איר וועג אריין אינעם ביל

ביליאנער שטייער

די פלאן איז בעיקר געקומען צום לעבן נאך וואס עס איז קלאר געווארן די סינעמא אפאזיציע צו אנדערע שטייער ראטעס און האט ארויסגעשפראצט אלץ מעגליכע אלטערנאטיווע אונטער וועלכע די רעגירונג וועט יא העכערן קעפיטאל געינס שטייערן אבער צו באפרידיגן סינעמא וועט עס נישט דעקן מיינסטנס אמעריקאנער און בלויז ציהלן ארום זיבן הונדערט אמעריקאנער מיט די העכסטע פארדינסטן

די פלאן ווערט בעיקר געשטופט דורך סענאטאר ראן וויידען און וועט העכערן די קעפיטאל געינס שטייערן פאר אזעלכע וועלכע פארמאגן נכסים אין די ווערד פון א ביליאן דאלער אדער אזעלכע וועלכע פארדינען הונדערט מיליאן פאר דריי יאר נאכאנאנד אבער לויט קוועלער וועט עס בלויז העכערן די ראטע אויף אזלעכע נכסים ווי סטאקס און דאס גלייכן

מענשין וויל נישט קאמענטירן דערויף בעפאר ער זעהט די קלארע דעטאלן
פארטראכטער
שר האלף
תגובות: 1288
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2016 2:57 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארטראכטער »

יא, כהאב אוודאי געליינט דיין קלארע באריכט און טאקע אויף דעם פרעג איך.
מיר האט עס אויסגעקוקט ווי איין זאך אז קאמפעניס וואס מאכן מער פון א ביליאן דאלער וועלן האבן א מינימום 15% שטייער רעיט, נישט סאיז צוויי באזונדערע זאכן.
בין איך נישט גערעכט?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40515
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פארטראכטער האט געשריבן:יא, כהאב אוודאי געליינט דיין קלארע באריכט און טאקע אויף דעם פרעג איך.
מיר האט עס אויסגעקוקט ווי איין זאך אז קאמפעניס וואס מאכן מער פון א ביליאן דאלער וועלן האבן א מינימום 15% שטייער רעיט, נישט סאיז צוויי באזונדערע זאכן.
בין איך נישט גערעכט?

צוויי באזונדערע זאכן
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:אויב שטימט מען אויף די אומפאר אינפרא מארגן איז קארטעז א ניין סיידן עס איז דא ספעציפישע טעקסט פון א בודזשעלוציע

פרעימווארק איז נישט גענוג

סענאטאר מערקלי איז אויך נישט אקעי סיידן עס איז דא צו יענע צייט א בודזשעלוציע אויפן סענאט פלאר

דאס מיינט לכאורה אז עס איז א שאד צו פרובירן א אנדערע וועג, איא?
(--ווערטערלאז--)
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

IMG_20211027_164340.jpg
IMG_20211027_164340.jpg (119.07 KiB) געזען 403 מאל
פארטראכטער
שר האלף
תגובות: 1288
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2016 2:57 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארטראכטער »

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
IMG_20211027_164340.jpg

זאג אים ער דארף זיך נישט אזוי זארגן, בכלל נישט מוכרח אז ער וועט דארפן באצאלן דעם ביליאנער טעקס... :lol: :lol:
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

פארטראכטער האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
IMG_20211027_164340.jpg

זאג אים ער דארף זיך נישט אזוי זארגן, בכלל נישט מוכרח אז ער וועט דארפן באצאלן דעם ביליאנער טעקס... :lol: :lol:

:lol:

אגב, סתם אינטערסאנט צו זעהן דער "טשאמפיאן פון די ווארקינג קלאס".
לעצט פארראכטן דורך כאפצעם אום מיטוואך אקטאבער 27, 2021 4:54 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

הכל הבל, יישר כח פאר די באריכט איבער די שטייערן עס איז זייער קלאר !
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

הכל הבל א גרויסע שכח פאר די קלארע באריכט איבער די בילל...
--
וואס איז די סקול באורד מעמא וואס מ'רעדט פון ?
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3646
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

הבל, מאסיווער ארבעט! שכח!
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3646
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

איין זאך זעה איך אז מענשין און סינימע זענען בעל הבית דא.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40515
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פאמיליע אורלויב אראפ פון טיש
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40515
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דזשעיפאל זאגט אז זי גלויבט ניששט אז ביידען וועט קענען טוישן איר מיינונג נישט צו שטימען אויף די אומפאר אינפרא מארגן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40515
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:פאמיליע אורלויב אראפ פון טיש

דזשיליברענד שפילט עס אראפ זאגנדיג אז אזוי לאנג ווי די ביל איז נישט געדרקוט וועט זי פארזעצן צו מאכן איר קעיס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40515
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

קאנגרעס דעמאקראטן וועלן זיך טרעפן מארגן אום 9 אזייגער
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40515
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:היינט נאכמיטאג איז די רייע אויף סאנדערס זיך צו טרעפן מיטן פרעזידענט

זיצונג פארטיג
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40515
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סענדערס ווידערהאלט אז מעדיקעיר אויסברייטערונג מוז זיין אינעם ביל

גלויבט נישט אז עס וועט נאך היינט זיין א דורכברוך
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40515
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

שומער אויף די זעלבע פראגע צו עס קומט נאך היינט א דיעל: יעדער ארבעט שווער, דאס איז אלעס וואס איך קען זאגן
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

הכל הבל האט געשריבן:סענדערס ווידערהאלט אז מעדיקעיר אויסברייטערונג מוז זיין אינעם ביל

גלויבט נישט אז עס וועט נאך היינט זיין א דורכברוך

קוקט אויס אז ביידען האט אים נישט געקענט צופרידנשטעלן, איז ער זיך געגאנגען אויסרעדן פאר די מידיע
(--ווערטערלאז--)
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40515
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

טעסטער וועלכע זאגט יעדן אוונט פאר די לעצטע וואך צוויי אז מען האלט אט אט ביי א דיעל זאגט איצט אז דאסמאל קען ער מעגליך זיין גערעכט

ער הערט אז מען האט א דיעל
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

Lol

No way on earth
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”